☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ברכת המזון - א חשש ברכה לבטלה?

ברכת המזון - א חשש ברכה לבטלה?

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8799
בלאט: 1 2

געוואלדיג » פרייטאג מאי 15, 2015 12:55 pm

· #275385
הרב שמעקעדיג, איך האב מיל אפגעהאלטן ביז יעצט פון ענטפערן אויף דיין שאלה פשוט ווייל איך האב נאך קיין צופרידנשטעלנדע ענטפער נישט געהאט, פשטם און פירושים לרוב יא, אבער עפעס עפ"י פשט האב איך נישט געהאט, אבער ב"ה אינה ה' לידי און איך האב געטראפן א שיינע פשט וואס מאכט די גאנצע קשיא אויס,

דהיינו די דגוש איז נישט אויך כולו אז ער שפייזט די "גאנצע וועלט" און אויב אזוי איז שווער אז נישט יעדער האט צו עסן, נאר די דגוש איז אוף "הזן" ער שפייזט און אונז ברענגען ארויס די שבח פון השי"ת אז עס איז נישט דא נאך א שפייזער אויף די וועלט, נאר די גאנצע וועלט ווער עס ווערט געשפייזט איז דאס נאר דורך איהם און נישט פון קיינעם אנדערש, אבער אה"נ אז עס זענען דא אזעלעכע וואס ווערן נישט געשפייזט אבער אין כל העולם כולו איז נאר דא איין זן און דאס איז השי"ת.

הקטן » פרייטאג מאי 15, 2015 1:09 pm

· #275398
דאס האב איך געשריבן און איך מיין אז דאס איז פשוט פשט
שמעקעדיק האט נישט ערפינדען אז ס'דא הינגער אויף די וועלט
הקטן

איך מיין די פשט איז מיר אנערקענען אז אלס וואס מיר האבן אדער סיי ווער, ס'האט נאר וואס, קימט נאר פין אייבירשטן.
אלעס אלעס קימט פין ידך המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה
זיכער איז דא וועם די אייבירשטער וויל נישט געבען פאר סיי וועלעכע סיבה.


@געוואלדיג וואו האסטו דאס געזעהן?

געוואלדיג » פרייטאג מאי 15, 2015 1:11 pm

· #275405
אין א געוויסע ספר אויף ענגליש וואס איז מבאר אלע מאה ברכות זייער שיין איך דארף נאכקוקן די נאמען.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 15, 2015 1:35 pm

· #275421
הקטן
שמעקעדיק האט נישט ערפינדען אז ס'דא הינגער אויף די וועלט

ביסט זיכער? 🙂
בלאט: 1 2