☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8751

אשכול אן א טיטל #8751

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8751
בלאט: 1 2

— » מאנטאג אפריל 27, 2015 9:51 pm

· #270253

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ישראל קאפקע » מאנטאג אפריל 27, 2015 9:58 pm

· #270257
דער האט גע'גנב'ט א פעקל טאול-פעיפער?

פידלער » מאנטאג אפריל 27, 2015 9:59 pm

· #270258

פידלער » מאנטאג אפריל 27, 2015 10:01 pm

· #270259
ישראל קאפקע
דער האט גע'גנב'ט א פעקל טאול-פעיפער?


פארוואס נישט? ס'איז זייער נוצבאר.

פידלער » מאנטאג אפריל 27, 2015 10:03 pm

· #270260

קאצקע ציקער » מאנטאג אפריל 27, 2015 10:09 pm

· #270261
די רימיניווער שרייט אז ס' קימט א בירגער קריג השם ירחם

שמעון וואלף » מאנטאג אפריל 27, 2015 10:31 pm

· #270268
נאכ'ן בא'גנב'נען א געשעפט האבן זיי עס אינטערגעצינדן און ווען די פייערלעשער זענען געקומען עס אויסלעשן האבן זיי צעשניטן די וואסער שלויך.

www.cnn.com/videos/us/2015/04/27/tsr-marquez-rioters-cut-hose.cnn

קאצקע ציקער » מאנטאג אפריל 27, 2015 10:41 pm

· #270270
ביי די לייבי קלעצקי מעשה האט די צדיק געוויסט פונקטליך ווי די פארכאפער וואוינט, דער ווייסט וואס ער רעדט

יתרו » מאנטאג אפריל 27, 2015 10:47 pm

· #270272
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=4feQ5Lb6-E8">https://www.youtube.com/watch?v=4feQ5Lb6-E8</a>
איינער קאממענט דארט:
Gather them up and let them loose in the Middle east.

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 27, 2015 11:17 pm

· #270285
[ציטאט אראפגענומען]

מוסר השכל: א זאך וואס איז אמת, איז א מציאות, אפילו ס'גלייבט זיך שווער.
צווייטע מוסר השכל: במקום שאין ראשקאל וישמעאל, איז עזריאל אויך גוט.

יואב » מאנטאג אפריל 27, 2015 11:21 pm

· #270286
[ציטאט אראפגענומען]

א מלחמה אן דערמאנען א ווארט פון משיח'ן? נישט שיין פון עמען.

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 28, 2015 7:02 am

· #270375
זיי שוין שטיל פאר א גוט יאר

איך אויך » דינסטאג אפריל 28, 2015 7:04 am

· #270376
איך בין נישט דא דיר צו געפעלן ,נעם עס אריין אין קאפ וינעם לך.

Yossy » דינסטאג אפריל 28, 2015 7:24 am

· #270379
איין זאך וואס איך טראכט אז מיר דארפען זאגען שכוח פאר בלומבערג אז ער האט געמאכט די סיטי א מורא`דיג טייער פלאץ צי וואוינען אין אויטאמאטיש האט עס אוועקגעטריבען גאר אסאך פון די כאלאזען צי אנדערע פלעצער , ווי למשל טאקע קאנעטיקוט אדער אטלאנטא , מען קען אסאך דעבאטירען פארוואס קריים איז נאך אלץ אזוי נידעריג אין ניו יארק אזויפיל יאר נאך דזשאליאני אבער סקען זיין אז דעס איז אויך א סיבה , צענדליגער שחורישע געגענטער ווי למשל בעדסטיי הארלעם אדער וואשינגטאן הייטס וכדומה ווי מען האט אמאל געציטערט צי סטאפען אפילו אינמיטען טאג, אין היינט אפילו דער שווארצער וואס וואוינט דארט איז נישט די זעלבע עלעמענט וואס מטרעפט אין נוי ארליענס פשוט ווייל די לעבען איז צי איינער פאר איינעם וואס ארבעט נישט.

פידלער » דינסטאג אפריל 28, 2015 7:59 am

· #270382
איך זע ס'פעלט ב"ה נישט קיין ראסיזם דא. פאר אן אנדערע שטאנדפונקט, לייענט:

"
I am so grateful to Ta-Nehisi Coates for expressing so well the frustration I feel watching the media coverage of the protests in Baltimore. I believe in non-violence not just as a tactic, but as a way of life. Yet I cannot stomach the indignant condemnation of young people throwing stones and looting stores when those same indignant politicians and media pundits muster so little outrage for the daily, routine violence inflicted by law enforcement on poor communities of color, including the literal war - a drug war - that has been waged in Freddy Gray's neighborhood for decades. I say yes to peaceful protests, but no to blatant hypocrisy."


www.theatlantic.com/politics/archive/2015/04/nonviolence-as-compliance/391640/

data.baltimoresun.com/news/police-settlements/

בן נריהו » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:11 am

· #270386
צוויי אומרעכטן שטעלן נישט רעכט איין אומרעכט. היפאקראטיע - כאטשיק אויב איז עס די ווארהייט - קומט נישט דא אריין. א געמיינדע - ווי ברוטאל די אינסטאנצען באגייען זיך מיט זיי - האבן נישט די רעכט צו פלינדערן האב און גוטס וואס געהערט נישט זיי, די פלינדערערס.

פידלער » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:49 am

· #270406
blackwestchester.com/2015/04/27/10000-peacefully-protest-bmore/

As you read most of the nationwide coverage, the various news media and websites do admit that most of the protesters were peaceful as you read further down their stories, despite the attention grabbing headlines that speaks of only the violence, destruction and criminal mischief of a few. Unfortunately there will always be a few agitators in any crowd this size. Some of which are purposely positioned among the peaceful protesters for just that reason.

After what has been going on with black men being killed nationwide without any justice taking place even after grand juries, video evidence, incidences being ruled homicide by medical examiners, No officers go to jail, very few cops lose their job and the Ferguson officer who killed Mike Brown was allowed to retire and protect his pension, there is a sense of frustration in these protests, yes!

נופת צופים » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:55 am

· #270411
בן נריהו
צוויי אומרעכטן שטעלן נישט רעכט איין אומרעכט. היפאקראטיע - כאטשיק אויב איז עס די ווארהייט - קומט נישט דא אריין. א געמיינדע - ווי ברוטאל די אינסטאנצען באגייען זיך מיט זיי - האבן נישט די רעכט צו פלינדערן האב און גוטס וואס געהערט נישט זיי, די פלינדערערס.

זאג נאר - בענני, א סיסטעם - וואלט איך - נופת - געמאכט - אויף צו באקומען - אויף אימעיל - אן אלערט, ווען דיין פעדער - די גאלדענע - אויפהייבן טוסטו. לאוו יו.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:58 am

· #270413
עפטער שאקס פון די לאוו אטאקע.

Yossy » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:21 am

· #270430
פידלער
איך זע ס'פעלט ב"ה נישט קיין ראסיזם דא. פאר אן אנדערע שטאנדפונקט, לייענט:

"
I am so grateful to Ta-Nehisi Coates for expressing so well the frustration I feel watching the media coverage of the protests in Baltimore. I believe in non-violence not just as a tactic, but as a way of life. Yet I cannot stomach the indignant condemnation of young people throwing stones and looting stores when those same indignant politicians and media pundits muster so little outrage for the daily, routine violence inflicted by law enforcement on poor communities of color, including the literal war - a drug war - that has been waged in Freddy Gray's neighborhood for decades. I say yes to peaceful protests, but no to blatant hypocrisy."


www.theatlantic.com/politics/archive/2015/04/nonviolence-as-compliance/391640/

data.baltimoresun.com/news/police-settlements/

סדא א ווערטל
A liberal is a conservative who has been attested and a conservative is a liberal who has been mugged
די אלע ליבעראלע אידיאלאגען רעדען ברייט ווילאנג סוועט קימען די רייע אויף זיי ,

הוגה » דינסטאג אפריל 28, 2015 10:03 am

· #270452
Yossy
די אלע ליבעראלע אידיאלאגען רעדען ברייט ווילאנג סוועט קימען די רייע אויף זיי


די אלע חסידים רעדן ברייט ביז עס וועט קומען די רייע אויף זיי. דארף מען טאקע ארויף ברענגן בילדער פון די ראיאטן אין בארא פארק איין שבת אין די מ' יארן? די ראיאטן איין נאכט אויף דרייצן אין די סוף נ' יארן און איין נאכמיטאג אויף זעכצן אין די ס' יארן? און וואס איז דעמאלטס געווען? פאליציי האבן קיינער נישט געהרגט אדער געשלאגן, זיי האבן בס"ה ארעסטירט איינעם על לא דבר. עס איז גאנץ פארשטענדליך (כאטש איך דיסאגרי דערמיט) אזעלכע ראיאטן אויסברוכן פון אזעלכע קאמיוניטיס וואס האבן נישט קיין שום אנדערע וועג צו באקומען אויפמערקזאמקייט אז די רעגירונג הרג'ט זייערע מיטגלידער.


.

פידלער » דינסטאג אפריל 28, 2015 10:04 am

· #270453
נאך לייען מאטיריאל פאר מענטשן וואס האלטן נישט אז מענטשן מיט טונקעלע הויט זענען מאנקיס און ווילן באמת פארשטיין די סיטואציע אין א ברייטערן קאנטעקסט:

www.racismreview.com/blog/2015/04/27/baltimore-uprising-in-context/

גע'גנב'עט פון פעיסבוך:

Remember when a bunch of hooligans in Boston destroyed a perfectly good shipment of tea to "protest" the supposedly oppressive British government? What a bunch of lowlifes, just making themselves look bad. Violence is never the answer, people.


"
The money paid out by the city [in the last four years] to cover for the brutal acts of its police department would be enough to build "a state-of-the-art rec center or renovations at more than 30 playgrounds." Instead, the money was used to cover for the brutal acts of the city's police department and ensure they remained well beyond any semblance of justice."

לית דין בר נש » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:58 am

· #270500
הוגה
די אלע חסידים רעדן ברייט ביז עס וועט קומען די רייע אויף זיי. דארף מען טאקע ארויף ברענגן בילדער פון די ראיאטן אין בארא פארק איין שבת אין די מ' יארן? די ראיאטן איין נאכט אויף דרייצן אין די סוף נ' יארן און איין נאכמיטאג אויף זעכצן אין די ס' יארן? און וואס איז דעמאלטס געווען? פאליציי האבן קיינער נישט געהרגט אדער געשלאגן, זיי האבן בס"ה ארעסטירט איינעם על לא דבר. עס איז גאנץ פארשטענדליך (כאטש איך דיסאגרי דערמיט) אזעלכע ראיאטן אויסברוכן פון אזעלכע קאמיוניטיס וואס האבן נישט קיין שום אנדערע וועג צו באקומען אויפמערקזאמקייט אז די רעגירונג הרג'ט זייערע מיטגלידער.

Are you kidding me?
אזוי האט אויסגיזעהן אין בארא פארק די דריי פראטעסטן? איך האב מיטגעהאלטן אלע דריי וואס האט מען געטוהן? געשריגן? העכסטענס גילעכערט אפאר פאליציי רעדער און אפשר צובראכן איין ווינדשול. און אין די מ' פראטעסט האט מען זוך אריינגעבראכן אין פאליציי סטאנציע און צוריסן טיקעט בוקס.
מען האט פארברענט פאליציי קארן וואס איז ריזיגע שאדנס? מען האט געפלינדערט פריוואטע מענטשנ'ס גישעפטן? מען האט געמזיק'ט פאליציי?
די ביסט משוגע? אונז זענען ווי זיי?

הוגה » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:02 pm

· #270501
איך האף אז נישט. מיר זאלן נאר נישט געפרואווט ווערן אזוי ווי זיי. עס איז נישט ריכטיג זיך אויסצודרוקן אקעגן זיי מיט מער אפשיי ווי מען דרוקט זיך אויס אקעגן די פאליציי.

לית דין בר נש » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:04 pm

· #270505
צו דעם בין איך מודה און די אויבערשטער זאל אונז טאקע אפהיטן אז מען זאל זיך נישט אזוי אויפפירן צו אונז.
אבער זיי אונז נישט מדמה

הוגה » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:14 pm

· #270513
איך בין נישט מדמה קיינער צו קיינעם. איך בין מעורר אז מ'דארף זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס שוך.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:30 pm

· #270524
א מאמע שלעפט ארויס איר קינד פון די ראיאטן, קלאפט אים גוט אן די ביינער ער זאל אהיימגיין.
די מידיא איז זייער ביזי מיט דעם צו ווייזן וואס עלטערן זאלן שוין יעצט טוען אין די גאסן, נעמען אחריות אויף זייערע קינדער.

ישראל קאפקע » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:39 pm

· #270528
הוגה
איך בין נישט מדמה קיינער צו קיינעם. איך בין מעורר אז מ'דארף זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס שוך.

@הוגה, מען דארף נישט פארענפערן אדער בארעכטיגן די וואס מאכן אן די מהומות אדער שעדיגן פריוואטע אייגנטום, ווייל זיי זענען טאקע נישט בארעכטיגט.

איך דארף זיי נישט פארענפערן ווייל עס גייט מיר נישט אן אז עטליכע הונדערט מייל ווייט האבן עטליכע יוגענטליכע זיך אביסל צעלאזט.
איך וואונדער זיך נאר איבער די וואס עס גייט זיי אזוי שטארק אן אז צעהיצטע יוגנטליכע מאכן אן געלט שאדנס פאר אומשולדיגע ארטיגע איינוואוינער, וואו זענט איר ווען רוצח'ישע מונדירטע חיות הרג'נען אומשולדיגע אמעריקאנער בירגער (איין פאל דערפון אין מיין שטאט, ניו יארק) און ווערן נישט געשטעלט צו יוסטיץ אויב זייערע קרבות זענען פון א צווייטן קאליר?

אויף די וואס בארעכטיגן און האבן הנאה פון די צענדליגע אומשולדיגע שווארצע וואס ווערן רעגלמעסיג אומגעברענגט דורכאויס אמעריקע, אויף זיי וואונדער איך זיך נישט, איך ווייס פונקטליך וואס זיי זענען.

הוגה » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:50 pm

· #270537
ישראל קאפקע
איך וואונדער זיך נאר איבער די וואס עס גייט זיי אזוי שטארק אן אז צעהיצטע יוגנטליכע מאכן אן געלט שאדנס פאר אומשולדיגע ארטיגע איינוואוינער, וואו זענט איר ווען רוצח'ישע מונדירטע חיות הרג'נען אומשולדיגע אמעריקאנער בירגער (איין פאל דערפון אין מיין שטאט, ניו יארק) און ווערן נישט געשטעלט צו יוסטיץ אויב זייערע קרבות זענען פון א צווייטן קאליר?


כמש"כ לעיל:

הוגה
עס איז נישט ריכטיג זיך אויסצודרוקן אקעגן זיי מיט מער אפשיי ווי מען דרוקט זיך אויס אקעגן די פאליציי.

הוגה » דינסטאג אפריל 28, 2015 2:02 pm

· #270570

איך אויך » דינסטאג אפריל 28, 2015 3:36 pm

· #270603
הנני מצטרף לשאלת אינו אדם ,הוגה אתה נורמלי? או סתם לקוי בשנאת ישראל באופן חזק ביותר?

I'm back » דינסטאג אפריל 28, 2015 4:00 pm

· #270613
איך אויך
הנני מצטרף לשאלת אינו אדם ,הוגה אתה נורמלי? או סתם לקוי בשנאת ישראל באופן חזק ביותר?


דער וואס איז נישט א שמוציגע ראסיסט ווי אייך, ווערט אויטאמאטיש א שונא ישראל?

יעקב מענטש » דינסטאג אפריל 28, 2015 6:38 pm

· #270662
ס'איז אינטערסאנט אמצומערקן די גרויסע חילוק וויאזוי די ניו יארק סיטי פאליציי טוט הענדלן די זאכן זינט זייער לעצטע שרעקליכן דורכפאל מיט שארפטאן אין קראון הייטס, זיי האבן זיך גענומען סטאדיען די סוגיא מיט גאנצן קנאק און אויסגלערנט די פאליציי וויאזוי זיך אומצוגיין מיט אויפברויזענדע מאסן, און צוריקוקענדיג אויך די לעצט 15-20 יאר קען מען זאגן אז זיי זענען געוווען זייער סוקסעספול אין דעם הינזיכט,

אבער פון די אנדערע זייט קען מען זאגן אז דאס האט אסאך צו טוהן מיט די פאקט אזא די שווארצע פירער דאהי קאאפערירן אסאך מער מיט די פאליציי ווי און די אמאליגע צייטן, און במילא קען מען צושרייבן אסאך צו זייער קרעדיט אויך,

דזשוליאני איז געווען אמאל אויף שאו ווי דער ענקאר האט ארויפגעברענגט א סטאטיסטיק וואס צייגט די 10 שטעט ווי די עטניסיטי פון די לאקאלע באפעלקערונג טוט זיך נישט אפשפיגלען פראצענטועל אין די פאליס דעפארטמענט, און ניו יארק סיטי איז נישט געווען אויף די ליסטע! וואס טוט אונטערשטרייכן די אויבן דערמאנטע פוינט,

הוגה » דינסטאג אפריל 28, 2015 7:18 pm

· #270675
א יונגעל מאכט א קידוש השם.

.
FB_IMG_1430262724205.jpg

הוגה » דינסטאג אפריל 28, 2015 7:19 pm

· #270677
דאס איז פאר דער אידישע ראסיסט דא.

.
FB_IMG_1430262810091.jpg

ישראל קאפקע » דינסטאג אפריל 28, 2015 7:49 pm

· #270682
זייער @שטיל לעצטנס.

הוגה » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:04 pm

· #270686
קרעדיט: פרעד מעקדאוועל.
FB_IMG_1430265669175.jpg

הוגה » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:12 pm

· #270690
קרעדיט: פרעד מעקדאוועל
_20150428_200535.JPG

יעקב מענטש » מיטוואך אפריל 29, 2015 10:47 am

· #270848
[ציטאט אראפגענומען]

אמת ס'האט א שייכות, אבער איז נישט ממש אינגאנצן די זעלבע זאך,

עס איז באקאנט פאר יעדן אז געוויסע פירער אינערהאלב די שווארצע געמיינדע האבן זיך געמאכט פאר זייער קארעריע צו 'פייטן' פאר שווארצע רעכטן (וואס איז באמת געווען פארנאכלעסיגט), זייער א נאבעלע אקט, ספעציעל ווען ער ליידט נאך צרות צרורות פאר דעם, און קומט נאך אן און טורמע פאר 'סיוויל דיסאבידיענס',

אבער דאס קומט מיט א מעידזשאר סייד עפעקט, ווייל פונקט אזוי ווי די פארשטייסט אז די רגע וואס אנטיסעמיטיזם הערט זיך אויף, קען די דזשעי די על צושפארן זייער אפיס, פשוט ווייל זיי זענען שוין מער נישט רעלעוואנט, אזוי אויך קען דער שווארצער פירער נישט אנגיין אויב די שווארצע זענען מער נישט באקריוודעט,

און דא 'מיינעך' שטעקט די חילוק צווישן ניו יארק און אנדערע פלעצער, די שווארצע געמיינדע איז ניכטער און איז נישט מסכים צו לאזן א העצער אנמאכן א חורבן כדי ער זאל צו קענען טרעפן נאך א אישו אויף וואס צו פייטן, און אזוי ארום בילדן זיין רעזומעי

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 29, 2015 6:28 pm

· #271021
איך וויל קלארשטעלן אז בשום אופן בין איך נישט מסכים צו קיין מהומות, נישט קיין חילוק פון וועלכע רעליגיע אדער ראסע. בפרט שאדן מאכן פארמעגן פון אומשולדיגע מענטשן וואס האבן גארנישט איינגעלייגט מיט די פראטעסטן.

נאר וואס?

איך האב געלייענט לעצטנס אין שפאקטיוו (אדער שטערן, כ'געדענק נישט פונקט) א מעשה וואס איז זיך פארלאפן בשעת די שווארצע זענען נאך געווען לעגאלע קנעכט אונטער די ווייסע, איך מוז ענק זאגן איך האב געשוימט פאר כעס און מיין בלוט האט געזידט לייענענדיג וואס די שווארצע זענען אדורך, כ'האב מיר נישט געקענט גלייבן אז די ווייסע עליטע, אין די היימישע אמעריקע, האבן געקענט זיין אזוי ברוטאל, און זיך אויפפירן אזוי אוממענטשליך, געמיין און גרויזאם צו אומשולדיגע מענטשן, יונג און אלט, מענער און פרויען. (איך האב עס פרובירט צו קאמפערן, צי אונזערע זיידעס אין מצרים זענען אויך אזוינס אדורכגעגאנגען... דער נס פון יציאת מצרים באקומט א נייע באדייט).

עכ"פ איך מיין אז אויב מען וועט זיך בעסער באקענען וואספארא שרעקליכע אונטערדרוקונגען די שווארצע געמיינדע איז אדורך געגאנגען יארן לאנג פאר קיין שום סיבה בלויז צוליב ראסע, וועט מען קענען בעסער פארשטיין זייער בלוט קאכעריי. אז זיי זעהען אז די ראסיזם איז נאך קיימא וקאי, פאליציי פירן זיך כסדר אויף ווי חיות רעות און רציחה אקעגן זיי, נעמט עס זיי ארויס פון די גלייזן און פון יעדע מענטשליכע כאראקטער. עס איז נישט קיין תירוץ – ניטעמאל קיין לימוד זכות – פאר זייערע כוליגאנישע מעשים אשר לא יעשו, אבער א שטיקל פרעספעקטיוו קען עס ברענגען.

פידלער » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:02 am

· #271178
Jon Stewart nails it! This is worth taking the time to watch. Also, if you have a sense of humor, he's just fun.


www.ew.com/article/2015/04/29/jon-stewart-daily-show-baltimore






יעקב מענטש » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:24 pm

· #271257
@שמעקעדיג,

הנאה געהאט פון אייער תגובה, פארט, דארפסטו פארשטיין אז די סיבה פון די היינטיגע הפקירות, האט לכאורה נישט קיין סאך צוטאן מיט די מצב אין וואס זיי זענען געווען יארן צוריק, די היינטיגע חברה וואס זייען אן חורבן האבן קיינמאל נישט געדינט קיין ווייסן הער, נישט זיי און נישט זייערע זיידעס און נישט זייערע עלטער זיידעס,

די פראבלעם וואס פלאגט די שווארצע געמיינדע איז נישט דאס,

נאר זיי זענען פשוט סטאק אין א מענטעליטי וואס מאכט אז זיי זאלן נישט מאכן קיין שום פראגרעס די לעצטע פאר צענדליג יאר

פידלער » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:59 pm

· #271545
By: Marci Tarrant Johnson

OK...here it is...

I'm going to try to keep this as brief as I can, but I've been asked by several people about Central Booking today, so I'll give you guys the shocking highlights. As much as I'd like to, I can't describe the particulars of some of the more egregious arrests, due to attorney/client privilege issues, but I would like to describe the Civil Liberties violations, and the deplorable conditions which people have had to endure.


As many of you know, more than 250 people have been arrested since Monday here in Baltimore. Normally when you are arrested, you are given a copy of your charging documents and then you must see a commissioner within 24 hours for a bail determination ("prompt presentment") and given a trial date. If you are not released after the commissioner hearing, you will be brought before a judge for
a review of the bail set by the commissioner. None of this was happening, so we sent some lawyers to Central Booking yesterday to try to help. I heard, however, that only 2 commissioners showed up, and the correctional officers only brought about 9 people to be interviewed because the jail was on a mysterious "lock-down".

Today we were divided into two groups. Some of the lawyers were assigned the task of actually doing judicial bail reviews for as many folks as they could get interviewed and docketed. I was assigned to the other group. We were the "habeas team", and we were to interview folks that we felt were being illegally detained, so we could file writs of habeas corpus. Governor Hogan had issued an
executive order, extending the time for prompt presentment to 47 hours. We believed that this order was invalid because the governor has no authority to alter the Maryland Rules. As a result, all people who were being detained for more than 24 hours without seeing a commissioner were being held illegally.

Knowing all of this, I was still not prepared for what I saw when I arrived. The small concrete booking cells were filled with hundreds of people, most with more than ten people per cell. Three of us were sent to the women's side where there were up to 15 women per holding cell. Most of them had been there since Monday afternoon/evening. With the exception of 3 or 4 women, the women who weren't there for Monday's round-ups were there for freaking curfew violations. Many had not seen a doctor or received required medication. Many had not been able to reach a family member by phone. But here is the WORST thing. Not only had these women been held for two days and two nights without any sort of formal booking, BUT ALMOST NONE OF THEM HAD ACTUALLY BEEN CHARGED WITH ANYTHING. They were brought to CBIF via paddy wagons (most without seat belts, btw--a real shocker after all that's happened), and taken to holding cells without ever being charged with an actual crime. No offense reports. No statements of probable cause. A few women had a vague idea what they might be charged with, some because of what they had actually been involved in, and some because of what the officer said, but quite a few had no idea why they were even there. Incidentally, I interviewed no one whose potential charges would have been more serious than petty theft, and most seemed to be disorderly conduct or failure to obey, charges which would usually result in an immediate recog/release.

The holding cells are approximately 10x10 (some slightly larger), with one open sink and toilet. The women were instructed that the water was "bad" and that they shouldn't drink it. There are no beds--just a concrete cube. No blankets or pillows. The cells were designed to hold people for a few hours, not a few days. In the one cell which housed 15 women, there wasn't even enough room for them all to lay down at the same time. Three times a day, the guards brought each woman 4 slices of bread, a slice of american cheese and a small bag of cookies. They sometimes got juice, but water was scarce, as the CO's had to wheel a water cooler through every so often (the regular water being "broken".)

My fellow attorneys and I all separately heard the same sickening story over and over. None of the women really wanted to eat 4 slices of bread 3 times a day, so they were saving slices of bread TO USE AS PILLOWS. Let me say that again. THEY WERE ALL USING BREAD AS PILLOWS SO THAT THEY WOULDN'T HAVE TO LAY THEIR HEADS ON THE FILTHY CONCRETE FLOOR.

Interviewing these women was emotionally exhausting. Quite a few of them began crying--so happy to finally see someone who might know why they were there, or perhaps how they might get out of this Kafka-esque nightmare. These women came from all walks of life. We interviewed high school students, college students, people with graduate degrees, people with GED's, single women, married women,
mothers, the well-employed, the unemployed, black women and white women. Almost all of them had no record. Those that did, had things like dui's and very minor misdemeanors. Our group didn't interview any of the men on the other side, but my colleagues reported very similar situations. On the men's side there were journalists and activists, as well as highschool kids with no records, barely 18 years old.

As we were getting ready to leave, we heard that many of these folks might be released without charges, after being held for 2 days. When we returned to the office, our amazing "habeas fellow", Zina Makar, single-handedly filed 82 habeas petitions. That is when we heard that 101 people were released without charges. I'd like to think that the amazing legal response to this injustice played a large part in their release, and I feel privileged to have been a part of it. They may be charged later, but I'm guessing most of them won't based on how minor their alleged infractions are. There are still over a hundred folks in there that need to see a commissioner and/or a judge, but hopefully we have thinned the ranks a little, and we will keep fighting until everyone has received due process. (We are concerned about these folks potential bails, as we are hearing about bails in the hundreds of thousands of dollars for misdemeanor charges).

I'll wrap this up by reminding everyone that all lives matter. We are all human beings. And we are Americans, and as such we are afforded protections under the law, the guilty and innocent alike. If one person is denied due process, we all suffer. If one persons rights and freedoms are trampled on, it's not only a reflection on all of us, but it puts our own liberty at risk. The moment we view some individuals as more important than others, we cheapen ourselves. At the very essence of our democracy is the right to question and stand up to authority. During these trying times, we should all keep that in mind.

I'll leave you with a beautiful picture that was taken today of one of the women who was released without charges. Her husband had been waiting outside CBIF trying to find something...ANYTHING out about when she might be charged or released. This was taken moments after she walked out the door.....

ישראל קאפקע » פרייטאג מאי 1, 2015 11:43 am

· #271648
מערילענד האט אנגעקלאגט זעקס פאליציאנטן פארמישט אין די טויט פון גרעי אויף מארד קלאגעס.
די סטעיט אטוירני פון מערילענד זאגט אז די מעדיקל עקזעמינער האט באשטעטיגט גרעי'ס טויט אלס א האמיסייד און די זעקס פאליציאנטן זענען געווארן אנגעקלאגט אין צווייטן גראד מארד. זי זאגט אויך אז די גאנצע ארעסט דורך דריי פאליציאנטן איז געווען אומלעגאל.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 1, 2015 11:50 am

· #271650
כאטש עס איז א זיג פאר יוסטיץ, ציטער איך וואס וועט זיין ווען די נישט-ווייסע געמיינדע וועט איינזעהן אז נאר די שפראך פארשטייט די רעגירונג......

הוגה » פרייטאג מאי 1, 2015 11:57 am

· #271652
אויב איז דאס די איינציגסטע שפראך וואס די רעגירונג פארשטייט דאן דארף מען פטור ווערן פון די רעגירונג. נישט אזוי, @שמעקעדיג?

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 1, 2015 12:10 pm

· #271658
יא, הונדערט פראצענט, אבער נאר בתנאי אז די אומשולדיגע ציווילע זאלן נישט ליידן דערפון........... און וועגן דעם ציטער איך אין די הויזן.

הוגה » פרייטאג מאי 1, 2015 12:12 pm

· #271660
רויטע וואנצעס
א מאמע שלעפט ארויס איר קינד פון די ראיאטן, קלאפט אים גוט אן די ביינער ער זאל אהיימגיין.
די מידיא איז זייער ביזי מיט דעם צו ווייזן וואס עלטערן זאלן שוין יעצט טוען אין די גאסן, נעמען אחריות אויף זייערע קינדער.



דאס קינד זאגט אז ער ווייסט אז זיין מאמע האט אים אנגעפראקט פאר זיין אייגענע טובה.

.

אליצפן » פרייטאג מאי 1, 2015 12:16 pm

· #271662
פארוואס ווייזט דאס אז נאר דער שפראך פארשטייט די רעגירונג? דער אויספארשונג האט זיך אנגעהויבן גלייך נאך די אינצידענט, און האט זיך הערשט נעכטן געענדיגט, און היינט זעט מען די רעזולטאטן פון די אויספארשונג. אויסב עפעס ווייזט דאס אז די נישט ווייסע האבן פאר גארנישט און פאר נישט געפלינדערט און גערויבט, ווען זיי האבן ווען געדולד א פאר טעג, וואלטן זיי סיי ווי באקומען וואס זיי ווילן- אנקלאגעס קעגן די פאליציי.

ישראל קאפקע » פרייטאג מאי 1, 2015 12:55 pm

· #271672
אליצפן,
כאטש דו האסט א פונקט, אז די אויספארשונג האט זיך גלייך אנגעהויבן, (די מהומות, און שאדן פאר אומשולדיגע בירגער איז נישט בארעכטיגט סייווי) איז נישט ריכטיג צו זאגן אז זיי האבן נישט געהאט פארוואס צו זיין אויפגערעגט.
עס איז נאר איינס פון פילע ענליכע פאסירונגען אין די לעצטע צייטן ווי פאליציאנטן האבן אומגעברענגט געזעצהיטנדע אומבאוואפנטע שווארצע יוגנטליכע.
אין די איבערוויגנדע רוב פון די אלע פעלער האט מען נישט געשטעלט די מונדירטע חיות/ראסיסטן צו יוסטיץ.
רוב פון די פעלער צוליב א מאנגל אין באווייזן וואס וועלן צופרידנשטעלן א געריכט, כאטש עס איז גאנץ קלאר אז אן אומרעכט/פאברעך/מארד איז באגאנגען געווארן דורך די פאלייצייאישע חיות/ראסיסטן קעגן אומשולדיגע שווארצע יוגנטליכע.
בלאט: 1 2