בשייכות מיט די מהומות אין באלטימאר, איז גענומען געווארן א סוירוועי וואס האט אויסגעפרעגט ווייסע און שווארצע, וואס זייער מיינונג איז כלפי די שורש פונעם פראבלעם, און ווי ערווארטעט איז עס געווען צוטיילט ארום ראסיסטישע ליניעס, מיט די מאיאריטעט שווארצע וואס זאגן אז די מהומות קומען פון די פאליציי מיסטריעטמענט פון שווארצע יוגנטליכע, און א מאיאריטעט ווייסע וואס זאגן אז דאס קומט פון כוליגאנעס וואס זוכן אן אויסרייד צו קענען ראבעווען און ווילדעווען,
איך מיין אז די פאקט אז מענטשען קענען באראבעווען געשעפטען אלץ פראטעסט צו פאליציי מיסטריעטמענט, איז גענוג פרוף אז די שווארצע זענען נישט גערעכט, נאר קומט ענדערש פון די העצערס וואס קאפיטאליזירן אויף די חורבנות,
שאקינגלי געזאגט געווארן דורך נאך א ווייסע דעה זאגער.
ר' הוגה איך ווארט פון אייך א קלארערע שיעור אין די קאנעקשאן פון פאליציי מיסטריעטמענט פראטעסט, ביזן באראבאווען אן אומשולדיגן געשעפט איינגעטומער, סייענטיסטן האבן נאכנישט געטראפן דעם קשר,
ווען זיי זאלן פארברענען פאליס קארס, וואלט איך נישט געשריבן דאס פריערדיגע, אבער צו באראבעווען און שעדיגן פריוואטע מענטשען, ווייזט אז דאס קומט נישט פון אויפברויז אויף די פאליציי, נאר ענדערש פון ליידיגייערס וואס זוכן א סיבה צו רויבן,
איר זענט מכובד צו נעמען דעם ווארט,
איך האב נישט וואס צו זאגן, איך האלט אויך אז עס איז ראנג. אבער איך פארשטיי כאטש אז עס איז נישט פאר מיר זיי צו דזשאדזשען. אדרבא, איך אלץ א איד פארשטיי גוט וואס דאס מיינט צו זיין א צילברעט פון איינגעגעסענע שנאת חינם, וממילא מאך איך נישט אזעלכע סטעיטמענטס.
איך בין נישט דן קיינעם,
די דיסקוסיע איז יעצט, וואס איז די ריכטיגע סיבה פון די מהומות אין די אלע מקומות ? האב איך אראפגעברענגט א פאקט וואס ווארפט א שטיקל ליכט, און קלארט אויס דעם ענין,
איך בין נישט דן רויבער, און איך קען אים נישט דן זיין, אפשר ווען איך גיי ווען דורך וואס ער איז דורך אין זיין לעבן, וואלט איך נישט בעסער אויסגעקוקט, דן זיין קען נאר דער בורא עולם,
אבער צו זאגן אז די אלע מהומות קומט 'בלויז' אלץ פראטעסט צו פאליציי מיסטריעטמענט, איז לעכערליך,
ס'קען זיין אז ארגאניזירער און די אקטיוויסטען טוען דאס אלץ פראטעסט, אבער די מאסן ? אויסדריקליך נישט!
הוגהאיך האב נישט וואס צו זאגן, איך האלט אויך אז עס איז ראנג. אבער איך פארשטיי כאטש אז עס איז נישט פאר מיר זיי צו דזשאדזשען. אדרבא, איך אלץ א איד פארשטיי גוט וואס דאס מיינט צו זיין א צילברעט פון איינגעגעסענע שנאת חינם, וממילא מאך איך נישט אזעלכע סטעיטמענטס.
איך האלט טאקע אז זיי זענען פרידליכע מענטשען וואס זענען נעבעך פראוויצירט דורך די פאליציי, די סטאטיסטיקס ווייזען טאקע אז די טינקעלע קאמיוניטיס זענען די safest communities אסאך מער ווי די ווייסע געגענטער , 🙂 איך האלט אז די זאלסט זיך אריבערציען צי זיי. 😕 😕
איך בין נישט קיין ראסיסט אבער צי פארענפערען אזא ביהעוויער איז אבסורד .
איך האב נישט געהאט קיין פראבלעם ווען powell איז געווען סעקרעטערי אף סטעיט אדער ווען פעטערסאן איז געווען אינזער גאווערנאר , ניין איך האב בכלל נישט פיינט שווארצע , אבער ווען זיי ביהעווען ווי חיות פון וואלד גיי איך נישט זיין שטיל ווייל מ`וועט זאגען אויף מיר רעסיסט .
יעקב, איך קלער מיטצושטימען מיט וואס דו זאגסט, אבער פון וועלכע 'מאסן' רעדסטו?
לעסט איי טשעקד זענען געווען מאסן פרידליכע פראטעסטירער, פילע מענטשן וואס האבן געמאכט מהומות/פייערן און עטליכע הונדערט מערסטנס וואס האבן באראבעוועט געשעפטן.
ביזט גערעכט אז מען קען נישט פארשטיין די אומרוען אין באלטימאר אן נעמען אין אכט די מצב פון ארטיגע מינאריטעט געמיינדעס וואס ווערן פארנאכלעסיגט פון די רעגירונג אין ערציאונג, פאנסה מעגליכקייטן וכו. אבער מאכן כאילו עס איז געווען צענדליגע טויזענטער מענטשן וואס האבן זיך ארויסגעלאזט פלינדערן די געשעפטן נוצנדיג די מארד אלס אן בלויזע אויסרייד איז אויך פאלש, פארדרייט די מציאות און קומט פון א ראסיסטיש גענויגטן אויסקוק.
דא מישט מען אויס צוויי זאכן וואס האט נישט קיין שייכות,
1) די פאקט אז ליידער אין די געגענטער זענען 90% פון די וואס זענען אנגעקלאגט אויף מארד, און אלע אנדערע מעשים תעתועים, פון איין געוויסע ראסע, וואס ברענגט אויטאמאטיש אז די געזעץ אינפארסירער זאלן אנקוקן איינעם וואס באלאנגט צו די קרייז, מער פארדעכטיגט, און ווען ער זעהט א יוגענטליכן זיך דרייען אויף די גאס מיט די הויזן למטה כמובן, נאך צוועלפע, שטעלט ער אים אפ, משא"כ ווען א היימישע בחור וועט שפאצירן אויף די זעלבע גאס אין די זעלבע שעה וועט ער ניטאמאל קוקן אויף זיין זייט,
ס'איז ווייטאגליך, און אפי' אין א געוויסע זין שלא ביושר, אבער דאך פארשטענדליך, דא קען איך נאך פארשטיין די אויפברויז,
2) דאס אז זייערער קאמיוניטיס זעהן אזוי אויס, די עדיוקעישאן, פרנסה, קריים, סינגל פערענט הייזער, אויף די אלע זאכן זענען זיי אליינס שולדיג, והא ראיה, קוק וויפיל יאר די אלע הילפס פראגראמען וואס דארפן ווען אויסראטן ארימקייט זענען שוין אין קראפט, און ס'ברענגט נישט קיין שום ריזאלטס,
שוין, מען זעט א פארבעסערונג אין דיסקרימינירנדע פאליציי באציאונגען צו מינאריטעטן vs פאליציי באציאונגען צו ווייסע. . .
<a class="postlink" href="http://gawker.com/dad-calls-cops-on-son-to-teach-him-a-lesson-cops-shoot-1460159897">http://gawker.com/dad-calls-cops-on-son ... 1460159897</a>
די 6 פאליציי זענען אנגעקלאגט געווארן אינעם מארד.
עפעס יוסטיץ פארווארפט זיך נאך אין אמעריקע, זעהט אויס.