☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אשכול אן א טיטל #8715

אשכול אן א טיטל #8715

109 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8715
בלאט: 1 2 3

— » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:03 am

· #268858

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אחד העם » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:22 am

· #268860

מבקר » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:30 am

· #268861
היום נחגג חג העצמאות, אבל לוח השנה לא נשתנה, היום היא יום ד׳ אייר.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:37 am

· #268869
אתא כלבא דיין אלטע חתימה איז געווען מער פאסיג פאר דיר ווי דיין יעצטיגע.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:53 am

· #268871
ס'וואלט געווען פאסיגער ווען דער אשכול ווערט אריבערגעפירט אין שמייכל פארום.

סך הכל זעה איך דא אז שש מיט אתא האבן געטרינקן יותר מלימודם, לכבוד היום.

אלנפאס, לחיים לחיים!

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:12 am

· #268875
[ציטאט אראפגענומען]

אהא.. און פון וואס שמעקט דיין תגובה?
לערן זיך שוין אויס, נפיחות גייט מען אין ביהכ"ס, דא איז א רואיג ווינקל צו שמועסן 😂

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:17 am

· #268877
[ציטאט אראפגענומען]

טאקע וועגן דעם, כ'בין אויפגעשטאנען פרי צו טרינקען א קאווע בעפאר איך פאסט איין..

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:05 am

· #268885
זאגט מען גאנץ הלל אדער נאר האלב?

שמערל » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:10 am

· #268888
כ'האב שוין געזען חסידים וואס יעדע צווייטע ווארט דערמאנען זייער רבין, און יא כ'האב שוין אויך געזעהן חסידים תמומי לב וואס כאפן נישט און אנשטאט רעדן פון זייער רבינ'ס פילע אמת'ע מעלות, מיינען זיי נעבעך אז אויך זיינע חסרונות זענען מעלות פון וואס מען דארף רעדן און זיך אפלערנען.
כ'האב שוין אויך געזעהן חסידים שוטים ובורים וחולי רוח, וואס האבן גארנישט וואס צו פארקויפן עפעס פאזעטיוו פון זייער אייגענעם רבי, נאר אנשטאט וועלן זיי זיין ביזי יומם ולילה צו גיסן פעך און שוועבל אויף זייער רבינ'ס בר פלוגתא, שוין נעבעך וואס קען מען טוהן.

אבער דאס האב איך נאכנישט געזעהן, אז א קלוגער פארשטענדליכער אינגערמאן, א אנגעליינטער ידען און וויסענשאפטליכער, זאל ווידמען יעדע דריטע תגובה זיינע, אקעגן איין געוויסן רבינ'ס חסרונות, אזאנס האב איך נאכנישט געזעהן.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:40 am

· #268891
אחד העם


אויב דער יונגער ארטיסט איז נישט דא געווען ווען די ארט איז געווען יונג אין די אויגן פון אלטע. זאל ער אוועקווארפן די בראש?

מאטי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:24 am

· #268921
[ציטאט אראפגענומען]


צו דארפן בוחר זיין רע במיעטו איז סאטמאר פון די ליבעראלסטע קלאבס פאר חסידים זיך צו צושטעלן צו קאפריזן און מוח וואשערייען, א גרויס חלק סאטמאר איז שוין בעצם בכלל נישט פארנומען מיט קנאות בעת אין די אנדערע קלאבס פייניגט מען די אינטערטאנען צו גלייבן אז איר פירער פליעט אין הויעכע ספערן.

די אלע דינאמיקס וואס דו האסט ארויסגעהויבן ביי א יעדן איז לגמרי נישט דאס וואס קלעבט צוזאם די פארטיי, איגנארענץ, פונדאמענטאליזם געמישט מיט אביסעלע סאציאלאגיע און רעסיפראציטיע, איז וואס האלט צוזאמען דעם מאדנעם קלעבאכץ וואס רופט זיך "א חסידישע הויף", און מיט דעם זענען זיי אלע מער ווייניגער גלייך, און סאטמאר איז בעצם אויבן אויף די ליסטע וואס פארלאנגט די ווייניגסטע.

ירח בן יומו » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:37 am

· #268925
שמעון וואלף
זאגט מען גאנץ הלל אדער נאר האלב?

ווען ס'איז געווען ארץ ישראל השלימה האט מען געזאגט גאנץ הלל,
זייט די התנתקות ווואס מ'האט נעבעך צוריק געגעבען גרוסע שטחים, זאגט מען נאר האלב הלל
מ'הייבט אן פון "לא לנו"....

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:33 pm

· #268940
מאטי
רעסיפראציטיע,

מהו?

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:35 pm

· #268942
<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/Reciprocity_%28social_psychology%29">http://en.m.wikipedia.org/wiki/Reciproc ... chology%29</a>

מבקר » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:36 pm

· #268943
ישראל קאפקע
מאטי
רעסיפראציטיע,

מהו?

דא האסטו די פשט

א איד » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:48 pm

· #268947
@אנאנים וואס שטעלט פאר די צווייטע בילד?

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 1:04 pm

· #268951
ישמעאל הכהן
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Reciprocity_%28social_psychology%29

מעגליך, אבער דאן פארשטיי איך נישט וואס ער וויל זאגן.

א איד » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 1:24 pm

· #268959
כהאב נישט געוואוסט אז עס איז שטיינער, עס האט מיר אויסגעקוקט ווי לאפאס
כהאב געמיינט אז זיי עסן צוזאמען דארט עפעס.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 1:31 pm

· #268963
ירח בן יומו
שמעון וואלף
זאגט מען גאנץ הלל אדער נאר האלב?

ווען ס'איז געווען ארץ ישראל השלימה האט מען געזאגט גאנץ הלל,
זייט די התנתקות ווואס מ'האט נעבעך צוריק געגעבען גרוסע שטחים, זאגט מען נאר האלב הלל
מ'הייבט אן פון "לא לנו"....


אז די ביסט שוין יא באקאנט מיט די מנהגים, האב איך נאך א שאלה.

וואס טיט מען ווען ס'איז דא א ברית, איז עס אזויווי תחנון וואס מ'לאזט אויס אדער מוז מען עס נאכאלץ זאגן?

א איד » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 1:41 pm

· #268968
[ציטאט אראפגענומען]

קום צום ווארט, און זאג וואס עס קוועטשט דיר.

לית דין בר נש » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 1:49 pm

· #268970
וואס בעטסטו אים צו רעדן מער?
ער האט אריינגעלייגט אין זיין סירט"ש ענדזשי"ן נטורי קרתא, און יעדע אשכול וואס האט דער ווארט זייט די התייסדות פונעם שטיבל ברענגט ער ארויף אין שרייבט אריין צוויי שורות טיפשות.

מרדכי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:31 pm

· #268988
איינמאל זיצנדיג ביי זייער שווער'ס טיש האט הרב מנחם ערנסטער געזאגט פאר רבי אהרן טייטלבוים.
דו ווייסט, עטס זענטס סאך גרעסערע ציונים ווי אונז?
"פעה, נארישקייטן," זאגט אים ר' אהרן. הרב ערנסטער פוילט זיך נישט און רופט צו ר' אהרנ'ס עלטסטער זון מענדעלע, דאן א קליין קינד, און זאגט אים, "ווער איז געווען הערצל?" דער קליינער האט אראפגעלייגט מיט זאפט ווער הערצל איז געווען מיט זיין גאנצע ביאגראפיע. ער האט פארשטייט זיך נישט געזשאלעוועט קיין ימח שמו'ס און קיין פוי'ס אבער ער האט ארויסגעהאט דעם הערצל, זיין גאנצע היסטאריע, מיט אלע מפרשים. "און ווער איז געווען בן גוריון?" ווידעראמאל די זעלבע זאך, און אזוי אראפ די גאנצע ליסטע פון פאונדינג פאדערס און די אלע פירערס פון די מדינה.

דאן רופט הרב ערנסטער צו זיין אייגענעם זון, ישראל, און פרעגט אים ווער איז געווען הערצל? דער יונגל ציט מיט די פלייצעס און האט נישט קיין אהנונג וואס דער טאטע וויל פון אים. דאס זעלבע איז געווען מיט בן גוריון און מיט משה דיין, משה שרתוק און לוי אשכול. ניטאמאל האט ער געוואוסט ווער טעדי קאלעק איז...

"און ווער איז געווען דער בעל שם טוב ווייסטו יא?" דא האט דער זויערער פּנים פונעם קליינעם אויפגעשיינט און ער האט אנגעפאנגען צו שילדערן די גאנצע ביאגראפיע פון די מייסדי החסידות און דעם גאנצן שושלת אראפ ביז צו דעם אמרי חיים, אזש מען האט אים נישט געקענט פארמאכן מער דאס מויל.

דרייט זיך הרב ערנסטער אויס צו ר' אהרן און זאגט אים, "נו, ווער זענען די אמת'ע ציונים? אין וועלכע מוסד לערנט מען ליבה מיט די גאנצע היסטאריע פון מדינת ישראל?"

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:53 pm

· #269001
איינמאל זיצענדיג ביי מיין שווער'ס טיש האב איך זיך אנגערופן צו מיין פרומען שוואגער וואס לערנט מיט זיינע קינדער און פארהערט זיי שטרענג
דו ווייסט דיינע קינדער זענען פארגויאישט מער ווי מיינע! פעה נארישקייטן זאגט מיין שוואגער. איך פויל זיך נישט און איך רוף צו מיין שוואגערס אינגל, זאג נאר ווער איז געווען נמרוד? דער קליינער האט אראפגעלייגט מיט זאפט ווער דער נמרוד איז געווען, זיין גאנצן היסטאריע. ער האט פארשטייט זיך נישט געזשאלעוועט קיין פוי'ס, אבער ער האט ארויסגעהאט פונקטליך ווער נמרוד איז געווען. און ווער איז געווען טיטוס ? פרעג איך ווייטער.. און ווידעראמאל דאס זעלבע, ער האט געקענט דעם גוי טיטוס הרשע און זיין גאנצן ביאגרפיע.

דאן רוף איך צו מיין אינגעל און כפרעג אים ווער איז געווען נמרוד? און ער ציט מיט די פלייצעס ער ווייסט נישט וואס כוויל פון אים, און ווער איז געווען טיטוס? ער קוקט מער אן ווי פון די לבנה. אא''וו נבוזראדן דריוש און בלעם..

דריי איך זיך אויס צו מיין שוואגער, נו ווער איז מער פארגוישט ?? דו וואס ביזט שטרענג צו די קינדער, אדער איך וואס איך קימער זיך נישט מיט זיי?...

און מיין שווער, נישט א קליינער נער, האט הנאה געהאט.

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:59 pm

· #269011
מען פארציילט נאך פון הייליגן נאסודער רב זי''ע, אז ער האט זיך אמהל אויפגעשטעלט יום הקדוש בעפאר נעילה, און ער האט געזאגט ווי פאלגענד: נישט ווייל זיי זענען ציונים זענען זיי רשעים, נאר ווייל זיי זענען רשעים זענען זיי ציונים, און ער האט תיכף אנגעהויבן יתגדל ויתקדש שמיה רבה......

איך גלויב אז היינט וואלט ער ווען געזאגט ווי פאלגענד: נישט ווייל זיי זענען ציונים זענן זיי שוטים, נאר ווייל זיי זענען שוטים זענען זיי ציונים.....

יעדער שמוטופונא וואס וויל זיך האלטן אויפגעקלערט, אדער ווי דער קאווע שטיבל שפאך לויטעט "ארויס פון די באקס" ערלערט זיך פאר א גאנצע ציוני, (ניטאמאהל ווייס דער שוטה וואס דער ווארט מיינט) עס איז צייט איפצוהערן מיט די קרעפליך..... קיין שום רעכטדענקער באשעפעניש רעדט זיך נישט איין קיין איין סקונדע אז די שמוטופונא'ס וואס פראבירן דא חוזק צו מאכן פון רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע זענען באמת ציונים וואס פארסמאקעווען זיך אין זאבאטינסקי'ס פילאזאפיע און קוק'ס אידעלאגיע, יעדער ווייסט אז דאס איז אן אטאנציע פריוו, אביסל אנערקענונג און אויפמארקזאמקייט זיכעראציע.


נישט ווייל זיי זענען ציונים זענען זיי שוטים, נאר ווייל זיי זענען שוטים זענען זיי ציונים..........

מאטי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:03 pm

· #269013
און איך האב געהערט אז ער האט נישט תיכף אנגעהויבען יתגדל ויתקדש.... נאר קודם ארויסגענומען ס'טאשטיכל, געגעבן א בלאז, און דאן אנגעהויבן יתגדל....

חסידי לאומי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:04 pm

· #269015
שטארק מומלץ צו ליינען דעם ארטיקל מיט די תגובות
הטראומה שהיהדות החרדית חוותה במהלך העשורים האחרונים
📎 20150423075227.jpg

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:10 pm

· #269020
מאטי
און איך האב געהערט אז ער האט נישט תיכף אנגעהויבען יתגדל ויתקדש.... נאר קודם ארויסגענומען ס'טאשטיכל, געגעבן א בלאז, און דאן אנגעהויבן יתגדל....

.
אזוי? קיינמאהל נישט געהערט?! די מיינסט דאס אמת'דיג? וואס פאר א קאליר האט דער טאש טיכל געהאט? אזא רויטליכע מיט קעסטליך? אדער אזא בלוי-און ווייסע? אה? זאג צדיק וואס נאך האסטו אלס געהערט? האסט אויך געהערט דיין אפגאט בן גוריון האט מער מחשיב געווען זיין פארשטינקענע קוה וואס ארום געמייכענט אין שדה בוקר מער ווי די 6 מיליאן קדושים אריין גערעכנט מיין זיידע און באבע און דיינס? זאג נאר מאטי זאג אונז אלעס וואס די האסט אלס געהערט? און אויב קענסטו נאך אויפקומען מיט א בא'טעמ'ערע לייצנות אויפן חשבן פון הייליגען נסודער רב זי''ע שיק עס זאפארק פאר מאשזר'ען מיט קללה אויף משלוח מנות...

מאטי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:18 pm

· #269021
קאך_לעפל
מאטי
אויך געהערט דיין אפגאט בן גוריון האט מער מחשיב געווען זיין פארשטינקענע קוה וואס ארום געמייכענט אין שדה בוקר מער ווי די 6 מיליאן קדושים אריין גערעכנט מיין זיידע און באבע און דיינס?

טאקע? קיינמאל נישט געהערט דערפון... א שאד, יעצט איז שוין צו שפעט פאר מיר, איך האב א ציוניסטישע ווייב און קינדער, איידעמער, שנירן. כ'קען שוין נישט צוריקדרייען דעם זייגער.

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:27 pm

· #269027
מאטי
קאך_לעפל
מאטי
אויך געהערט דיין אפגאט בן גוריון האט מער מחשיב געווען זיין פארשטינקענע קוה וואס ארום געמייכענט אין שדה בוקר מער ווי די 6 מיליאן קדושים אריין גערעכנט מיין זיידע און באבע און דיינס?

טאקע? קיינמאל נישט געהערט דערפון... א שאד, יעצט איז שוין צו שפעט פאר מיר, איך האב א ציוניסטישע ווייב און קינדער, איידעמער, שנירן. כ'קען שוין נישט צוריקדרייען דעם זייגער.


אויש טאקע א שאד, א שאד אז כלל ישראל קען נישט אריין באקומען אין אירע רייען אזא מאטי.... אפשר פארציילסטו דאס פאר דיין טייערע ווייב, און זיסע קינדער, און געראטענע איידעמער און בחנ'טע שנירן? אפשר וועלן זיי זיך פארט אפשאקלן פון די השקפות וואס די פרעדיגסט אריין אין זיי? נא נא טיה דאס נישט כל הפורש ממינות מת...... עס פעלט אינז נישט אויס א נייע ששון מעשה......

מאטי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:29 pm

· #269028
ביסט דאך סתם א שלעכטער. מאכסט חוזק פון מיין אפגאט און לאזט מיר נישט אוועקגיין? יעצט בין איך סתם דיפרעסד.

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:38 pm

· #269032
מיר האבן שוין כמעט א גאנצע מנין פון ציונים.... מען קען שוין באלד זאגן הלל מיט מנין....... מאשזר וועט זיין דער חזן....... קללה וועט זיגען אויף הללו הוה נגילה...... און מאטי (אויב ער האט זיך נאך נישט פורש געווען ממינות ומ.... ) ןןעט זונגען אויף פתחי לי שערי צדק ירושלים של זהב פון עפרה חזה...... דער נאך וועט מען זונגען דעם הייליגען התקוה.. נישט סתם אזוי זינגען, נאר מיט אזא סקווירא התלהבות ווי אונזער מנשה לוסטיג זאל לעבן..... דערנאך וועט מען זיך שטעלן ביים פענסטער און ווארטן אז פון די התחלתא דגואלה זאל שוין קומען א פולשטענדיגער גאולה, און וראו כל עמי הארץ אז אלע צדיקים וואס האבן געדינט דעם אייבישטען מיט מס''נ זענען נישט גערעכט, אבער די קדושים ווי הערצל, נארדו, סעקעלאוו, זאבאטינסקי, קוק, מאשזר, אלי וויזעל, מאטי, בעגין און קללה האבן געהא אפענע אויגן, זיי זענען געווען ארויס פון די באקס... זיי האבן תיכף געכאפט... אז יא אז דער קינדער שמד'ער מדינה איז די התחלתא דגאו....

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:41 pm

· #269034
מאטי
ביסט דאך סתם א שלעכטער. מאכסט חוזק פון מיין אפגאט און לאזט מיר נישט אוועקגיין? יעצט בין איך סתם דיפרעסד.


זאג די ווילסט שוין גיין פון דער וועלט? תורת הציונות מה תהא עליה? ווער וועט ווייטער פארטיידיגען דיין אלטער פערד בן גוריון? פאר ציונות סעיק.... טייל דיך נישט אפ פון מינות בלייב לעבן.... אזוי וועט ווייטער זין אן המשכה אויף די הייליגער לערע פון זאבאטאבסקי ובעגין....

חסידי לאומי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:42 pm

· #269035
צו איז פארהאן די מעגליכקייט פאר אן אמאליגן סאטמאר-לשעבר זיך צו פרייען און חג עצמאות בלויז מיט די ניסים וואס הקב"ה האט געטון פאר זיין פאלק אנדעם וואס ער זאל טראכטן פון סאטמאר?

און אנדערע ווערטער צו די שמחה קען זיין בשלמות אן די אמאליגע נעגאטיוועטי

אדער צו איז עס אן ענדליכע שמחה (אויף א מיקראסאקאפישן אופן פארשטייט זיך) וואס א האלאקאוסט געראטעוועטער האט בזה היום?

אדער ווי מיר טרעפן אין עזרא
ורבים מהכוהנים והלויים וראשי האבות הזקנים, אשר ראו את-הבית הראשון ביוסדו--זה הבית בעיניהם, בוכים בקול גדול; ורבים בתרועה בשמחה, להרים קול. יג ואין העם, מכירים קול תרועת השמחה, לקול, בכי העם: כי העם, מריעים תרועה גדולה, והקול נשמע, עד-למרחוק

מרדכי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:53 pm

· #269039
קאך_לעפל
מען פארציילט נאך פון הייליגן נאסודער רב זי''ע, אז ער האט זיך אמהל אויפגעשטעלט יום הקדוש בעפאר נעילה, און ער האט געזאגט ווי פאלגענד: נישט ווייל זיי זענען ציונים זענען זיי רשעים, נאר ווייל זיי זענען רשעים זענען זיי ציונים, און ער האט תיכף אנגעהויבן יתגדל ויתקדש שמיה רבה......

איך גלויב אז היינט וואלט ער ווען געזאגט ווי פאלגענד: נישט ווייל זיי זענען ציונים זענן זיי שוטים, נאר ווייל זיי זענען שוטים זענען זיי ציונים.....

יעדער שמוטופונא וואס וויל זיך האלטן אויפגעקלערט, אדער ווי דער קאווע שטיבל שפאך לויטעט "ארויס פון די באקס" ערלערט זיך פאר א גאנצע ציוני, (ניטאמאהל ווייס דער שוטה וואס דער ווארט מיינט) עס איז צייט איפצוהערן מיט די קרעפליך..... קיין שום רעכטדענקער באשעפעניש רעדט זיך נישט איין קיין איין סקונדע אז די שמוטופונא'ס וואס פראבירן דא חוזק צו מאכן פון רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע זענען באמת ציונים וואס פארסמאקעווען זיך אין זאבאטינסקי'ס פילאזאפיע און קוק'ס אידעלאגיע, יעדער ווייסט אז דאס איז אן אטאנציע פריוו, אביסל אנערקענונג און אויפמארקזאמקייט זיכעראציע.


נישט ווייל זיי זענען ציונים זענען זיי שוטים, נאר ווייל זיי זענען שוטים זענען זיי ציונים..........

לאמיר דיר אויפקלערן אביסל.

קיינער דא איז נישט קיין ציוני. די חילוק צווישן די סאטמארע אין די גאנצע וועלט איז אז אין סאטמאר לערנט מען פין ווען מאיז קליין אז אידישקייט שטייט אויף די רביס טרעין (וואס די ציונים האבן ערלעדיגט) אין ציוני פוי. אין דעס פרעדיגט מען טאג אין נאכט ווען סאיז בכלל נישט נוגע.

איך האב א חבר וואס דאווענט נישט ווי גרויס די יאהר. זיין תפילין איז שוין געלעגן ביי מיר אין קאר פאר אפאר וואכן, אבער יעדעס מאל איך רעדט צי איהם פין ציונות גייט קולות.
חברה דא קענען רעדן אין בארעדן אלעס אבער ווען עס קימט צי ציונות שטערט עס זיי?

אין אנדערע פלעצער לייגט מען די פאקוס אויף זאכן וואס קען אביסל מער צוניץ קימען אין זענען וויכטיגער צו לייגן א דגוש אויף. אין יא ווען מקען נעמן געלט וועט מען נעמען וויפיל סגייט פינקט ווי אמעריקע. אויב דורכן אריינגיין אין כנסת וועט מען אויפטיהן וועט די רבי מיט אלע חסידים לויפן וואוטן פינקט ווי אמעריקע.

בד"ו ווען סקימט צי נעמן געלט פאר זיך קימען די סאטמארע צי לויפן אויף אלע פיהר. קען מיר איינער מסביר זיין די חילוק צו נעמן פאר אינדערהיים אדער פאר די מוסדות? ווייל פאר די מוסדות האסטי נדבנים? #היפעקריטס

איז לאמיר הערן נאכאמאל ווער זענען די שוטים?
האלטסט ענק שטארק אין גייט ווייטער מיטן קאפ אין וואנט.

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:55 pm

· #269042
מרדכי
קאך_לעפל
מען פארציילט נאך פון הייליגן נאסודער רב זי''ע, אז ער האט זיך אמהל אויפגעשטעלט יום הקדוש בעפאר נעילה, און ער האט געזאגט ווי פאלגענד: נישט ווייל זיי זענען ציונים זענען זיי רשעים, נאר ווייל זיי זענען רשעים זענען זיי ציונים, און ער האט תיכף אנגעהויבן יתגדל ויתקדש שמיה רבה......

איך גלויב אז היינט וואלט ער ווען געזאגט ווי פאלגענד: נישט ווייל זיי זענען ציונים זענן זיי שוטים, נאר ווייל זיי זענען שוטים זענען זיי ציונים.....

יעדער שמוטופונא וואס וויל זיך האלטן אויפגעקלערט, אדער ווי דער קאווע שטיבל שפאך לויטעט "ארויס פון די באקס" ערלערט זיך פאר א גאנצע ציוני, (ניטאמאהל ווייס דער שוטה וואס דער ווארט מיינט) עס איז צייט איפצוהערן מיט די קרעפליך..... קיין שום רעכטדענקער באשעפעניש רעדט זיך נישט איין קיין איין סקונדע אז די שמוטופונא'ס וואס פראבירן דא חוזק צו מאכן פון רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע זענען באמת ציונים וואס פארסמאקעווען זיך אין זאבאטינסקי'ס פילאזאפיע און קוק'ס אידעלאגיע, יעדער ווייסט אז דאס איז אן אטאנציע פריוו, אביסל אנערקענונג און אויפמארקזאמקייט זיכעראציע.


נישט ווייל זיי זענען ציונים זענען זיי שוטים, נאר ווייל זיי זענען שוטים זענען זיי ציונים..........

לאמיר דיר אויפקלערן אביסל.

טוה מיר א גענאדע און לאמיך פלאטשיק שכוח.... עס איז מיר גוט אזוי.....

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:56 pm

· #269044
<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4649846,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4649846,00.html</a>

מאטי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 4:01 pm

· #269046
כ'האב א תחושה אז קאך לעפל תגובות איז א געוויסע anger management טעסט פראגראם, און לויפט אטאמאטיש.

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 4:03 pm

· #269048
מאטי
כ'האב א תחושה אז קאך לעפל תגובות איז א געוויסע anger management טעסט פראגראם, און לויפט אטאמאטיש.


איצט בין איך שטיל..... ווילאנג די רעדסט נישט קיין מינות פאק איך איין...... טוה א טובה רעד אויף מיר מאך פון מיר אקטאוועס.... לאז נאר אפ דעם הייליגן באשעפער... ישר כח

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 4:07 pm

· #269049
וואו זענען די אלע סאטמארע אידן 'וואס לעבן' נאר אויף זייער אנטי ציוניזם?

און פון וואו קומען אפיר די אלע גלויביגע אין אן אידעאלאגיע וואס איז 'שוין טויט פופציג יאר'?

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 4:10 pm

· #269050
ישראל קאפקע
וואו זענען די אלע סאטמארע אידן 'וואס לעבן' נאר אויף זייער אנטי ציוניזם?


און פון וואו קומען אפיר די אלע גלויביגע אין אן אידעאלאגיע וואס איז 'שוין טויט פופציג יאר'?


1 נישטא אזא מציאות, דאס איז בלויז א חוזק קארטאן וואס די וואנע בי ציונים האבן באשאפן, אין ריאלעטעט איז נישט בנמצא אזא מציאות.....


2 נישט ווייל זיי זענן ציונים זענען זיי שוטים. נאר ווייל זיי זענען שוטים זענען זיי ציונים. אלזא ווי קומט דא אריין די ווארט אידילאגיע? טיפשות מיט אידילאגיע איז קיינמאל נישט געווען קיין שידוך.....

מאטי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 4:15 pm

· #269053
חסידי לאומי
צו איז פארהאן די מעגליכקייט פאר אן אמאליגן סאטמאר-לשעבר זיך צו פרייען און חג עצמאות בלויז מיט די ניסים וואס הקב"ה האט געטון פאר זיין פאלק אנדעם וואס ער אל טראכטן פון סאטמאר?

און אנדערע ווערטער צו די שמחה קען זיין בשלמות אן די אמאליגע נעגאטיוועטי

אדער צו איז עס אן ענדליכע שמחה (אויף א מיקראסאקאפישן אופן פארשטייט זיך) וואס א האלאקאוסט געראטעוועטער האט בזה היום?

אדער ווי מיר טרעפו אין עזרא
ורבים מהכוהנים והלויים וראשי האבות הזקנים, אשר ראו את-הבית הראשון ביוסדו--זה הבית בעיניהם, בוכים בקול גדול; ורבים בתרועה בשמחה, להרים קול. יג ואין העם, מכירים קול תרועת השמחה, לקול, בכי העם: כי העם, מריעים תרועה גדולה, והקול נשמע, עד-למרחוק


האסט בארירט אן אינטערסאנטע נקודה. איך געדענק אין ישיבה האט עימיצער געזאגט; "ווען ווייס איך אז מ'איז אדיקטעד צו רייכערן, ווען בשעתן רייכערן שמועסט פון אנדערע טעזע'ס.

ווילאנג מ'איז חוגג און מ'שפירט א געוויסע נקמה/חופשית, אזא להכעיס צום יוגנט אויפברענג, זאגט דאס אן אז די קייטן זענען נאכנישט גענצליך באפרייט. ווען מ'הייבט אן שעצן קעגנער אדער אפילו מענטשן וואס האבן דיך ב'עוול'ט און אזוי איז מען חוגג דאן האט דאס א משמעות " עיין בחתמתי"

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 4:56 pm

· #269063
יעדע פסח ביינאכט זענען מיר מצווה מיט והגדת לבנך, פארציילן דעם סיפור יציאת מצרים.
כאטש די מעשה קוקט אויס פון אויבן אויף אביסל באארינג, יעדער קען עס שוין, מיט די שיינע מדרשים, עכ"ז איז פאראן א חיוב, כדי דאדורך אריינצוברענגען די אמונה אין די קינדער.

אבער יעדע ה' אייר (און כל עת מצוא) נאכאמאל איבערקייען און איבערדרעשן די זעלבע נושא, סאטאמר נטורי קרתא בעק דרעק אראבער מזרחי ציוני יא גוט נישט גוט שגץ צדיק ווייסט נישט וואס דו רעדסט OH NO דו ווייסט נישט....
זאג, וואס ווילסטו דא? ס'איז נישט קיין חיוב דאורייתא. נישט פאר דער איד און בלאט, און זיכער נישט אויף קאווע שטיבל. וויפיל מאל קען מען הערן די זעלבע אויסגעדראשענע נושאים??
קיינער האט דערווייל נישט געטוישט מיינונגען דורך די טענה'ריי, און עס איז נישט אין פלאן אז איינער זאל זיך אמאל טוישן.
עס איז סתם יעדער גרעבצט ארויס וואס ער האט אין בויך.

אודאי מעג מען שמועסן פון אלס און אלעמען, ס'איז נישט אקעגן די תקנות, דא איז נישט אייוועלט, ווי אויך האט יעדער א רעכט צו האלטן וואס ער וויל, אבער רבותי, ס'שוין נמאס, לאזט שוין אפ די טעמע!
פאר א גוט יאר, מיר האבן געלונגענע חברים מיט אזויפיל טאלאנטן, און מען ענדיגט נישט מעלה גרה זיין די זעלבע קריגעריי 101 מאל.

וואס קען זיין א גוטע טאפיק צו שמועסן נעקסט? אפשר וואו זענען דא שיינע ביימער פאר ברכת אילנות?

מאטי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:02 pm

· #269064
וואס רעדסטו? איך האב געטוישט

א איד » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 6:24 pm

· #269105
מ'האט געפרעגט צוויי אינגלעך, א סאטמאר און א מזרח'ניק די פאלגענדע שאלות.

ווער איז אויפגעקומען מיט דעם חלום צו מאכן א מדינה?
סאטמאר אינגל: הערצל.
מזרחי אינגל : הקב"ה.

ווער האט אנגעפירט די מלחמת השיחרור און איר געווינען?

ס. א. בן גוריון

מ. א. הקב"ה

וועם דארף מען פארדאנקן פאר אלע שלעכטע זאכן וואס די מדינה האט געברענגט?
ס. א. די ציונים.
מ. א. אלעס קומט פון אויבן

וועם דארף מען דאנקן אויף אלע גוטס וואס די מדינה האט געברענגט?
ס. א. אלעס קומט פון אויבן.
מ. א. אלעס קומט פון אויבן.

מרדכי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 6:55 pm

· #269121
@קאך_לעפל @שש מוזר

אופס
גארנישט געמיינט. פרובירט צי פארשטיין געבן א פאונט
סאררי

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:00 pm

· #269123
נישט אז דו ביסט נישט גערעכט אין אסאך זאכען, נאר זאגען אז ס'איז נישט נוגע איז נישט אין גאנצען אין פלאץ. אפשר נאר ווייל ס'איז דא א סאטמאר אין דער וועלט איז געבליבען ביי פרומע אידען א געפיל פון פרעמדקייט פאר'ן מדינה. ביסט גערעכט אז 'דער מדינה' איז נישט קיין כפירה (וויאזוי וואלט עס יא געווען?) און גדולי ישראל האבען שטארק געהאלטען אז מ'דארף יא גייען אין בחירות וכדו', אבער מאכען כאילו דער סאטמארער שיטה איז אפגעפרעגט פונ'ם מציאות איז נישט אזוי אין פלאץ. ס'איז אפגעפרעגט פון תורה, וואס רוב זיין ראיות זענען נישט צו דער זאך, און ער בארימט זיך אלס 'אויפגעוויזען' זאכען וואס דער מקור איז גאר שוואך.
און דער מעשה מיט'ן נאסוידער רב איז טאקע צום לאכען. וואס עפעס דארף איך גלויבען אז ער ווייסט עפעס בעסער ווי דער סאטמארער רעבע? ער האט א שטערקערע תשובה ספר ווי דברי יואל וואס דארט זעט מען אמת'ער גדלות? ווייל ער איז א העלד ביים קנאיש'ע לאגער מיינט נישט אז ער איז עפעס צו ברענגען צום טיש.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:11 pm

· #269127
מאך זיך נישט נעריש. איך האב געזען צייטונגען פון זעכציג און זיבעציג יאר צוריק וואס זאגען אז 'היינט איז שוין נישט דא קיין ציונים'. ס'עקגזיסטירט נאך, און טאמער דעמאלס איז געווען א געפאר, איז נאך היינט. נאר פרעדיגען קנאות און פעלשען תורה איז נישט דער ענטפער דערצו.

הבא ללמד » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:12 pm

· #269128
@אנאנים איך טריי צי פארשטיין דיין מיינונג
בעצם איז דע מדינה א גיטע זאך אדער ניין דאס איז א געפערליכע זאך נאר מען דארף שוין נישט רעדען פין דיעם?

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:14 pm

· #269132
איך פארשטיי נישט וואס דער מאשזאר זאל זיין געזונט וויל דא, איך האב נישט באצויגען אויף קיין איין ווארט וואס ער שרייבט, איך האלט נישט אז מען מעג ע''פ הלכה ענפערן, איך האב נאר גענפערט פאר מאטי, און געגאנגען ווייטער.... און אגב דער אויסברוך פון מאשזאר איז מיר א גרויס כבוד און א פארגעניגען, און עס איז א פיינע סימן..... זאל דער אייבישטער העלפן.....

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:33 pm

· #269138
@שש, פארוואס שפירסטו בארעכטיגט צו גרעפצן אויף א גאנצע קהילה קדושה בישראל און קאך לעפל מעג נישט גרעפצן אויף דיר?

אדרבה, אז דו האסט עפעס צו זאגן, עפעס א שיטה צו פארטיידיגן אזוי ווי @מאטי טוט עס, אדער א נושא צו באהאנדלען (די בליק פון גדולי ישראל פון לעצטן דור אויף ציוניזם) בי מיי געסט (כאטש אנדערע זענען שוין נמאס). אבער סתם אראפצורייסן און אפשפעטן פון סאטמאר, זאגאר אין צוויי לאנגע און ברייטע אשכולות אין איין טאג.

אגב, סאטירע שרייבט מען אויף פובליק מענטשן, א פאליטיקאנט, א פירער אדער א רעגירונג (אדער אויף די אייגענע פראקציע). שרייבן סאטירע אויף א רבים וואס מען קען נישט פארטראגן (כאטש מען ווארפט אריין, פארשטייט זיך, אויך קעגן זייער מנהיג) איז קיין סאטירע און איז נישט קאמיש. עס איז העיט-ספיעטש.

וואס דרייסטו א קאפ מיט קאך לעפל. מיר געפונען זיך נישט אין זיין אשכול וואו דו האסט קאמענטירט. מיר געפונען זיך אין דיין (צווייטע) אשכול וואו ער האט קאמענטירט.

אגב, ווי עס קוקט אויס איז דיין גאנצע באקאנטשאפט מיט סאטמאר נאר דורך י.מ. סופר'ס ארטיקלען אין די צייטונג.

סאטמאר איז די גרעסטע דינאמישע און וואקסנדע חסידות, וואס לייגט א גרויסן דגוש אויף צדקה וחסד, קובע עיתים זיין לתורה, אמונה בטחון און ערליכקייט.
אויפן וועג צו באנקראט? איי דאונט טינק סאו.
בלאט: 1 2 3