☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » בקשה: ניצט שכל וואס און וויאזוי צו שרייבן!

בקשה: ניצט שכל וואס און וויאזוי צו שרייבן!

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #87

שרגא » דינסטאג מערץ 6, 2012 12:10 am

· #579
בקשה: ניצט שכל וואס און וויאזוי צו שרייבן!
קיינער האט מיך נישט געפרעגט אדער געשטעלט, אבער נאכ'ן זען צוויי מינוט צוריק ווי איינער האט געעפנט א געוויסער אשכול (וואס איך זע איז שוין פארשוואונדן געווארן) מיט א געוויסע פראגע, קלער איך אז איינער דארף זאגן, און בעטן, דאס פארשטענדליכע.
אפילו דער פארום קוקט אויס ווי דער צענזור איז א לויזערע און נישט יעדע אומבאקוועמע ווארט און קאמפליצירטע נושא ווערט פארמעקט, איז עס טאקע צוליב דעם וואס מען נעמט אן אז די שרייבער ווייסן אליין וויאזוי זיך צו צענזורירן און פילטערן. יעדער מעג אליין האבן שכל וועלכע נושאים זענען געמאכט פאר אן אפענעם פארום און וועלכע נישט. יעדער מעג פארשטיין וואס און וויאזוי עס איז נארמאל צו שרייבן און וואס און וויאזוי נישט. עס איז נישט קיין ברייטקייט זיך אריינצושטופן אין יענעמ'ס פנים, ווען יענער וויל נישט. אפנקייט מיינט נישט אז מען גיסט ארויס פון בויך אלעס וואס ליגט דארט. נישט יעדע זאך וואס מען ווייסט, אדער מען וויל וויסן, איז דא דער פלאץ. נאר די גבולים געטרויעט מען יעדן איינעם אליין צו מאכן און יעדער דארף אליין פארשטיין ביז וואו די ליניע גייט - און עס איז אויסדריקליך נישט קיין קונץ עס צו פרובירן איבערציען.
אויב וועלן עטליכע חכמים וועלן זיין צו קלוג, וועלן זיי נאר קענען ווייזן זייער חכמה עטליכע וואכן, ווייל דערנאך וועט עס ווערן א מדבר שממה. מיר דארפן פשוט א פלאץ וואו מ'קען רואיג שמועסן ווי ערוואקסענע מענטשן, אן דארפן מורא האבן יעדע מינוט פון דעם מנהל'ס לאנגע שטעקן און אן די פרעשור אז יעדעס ווארט קען ברענגען א גענצליכע מחיקה פון דעם צענזאר.
בקיצור נמרץ: שרייבט מיט רעספעקט. שרייבט איידל. שרייבט איינגעהאלטן. און שרייבט נארמאלע נושאים וואס איר קלערט איז געאייגנט פאר רוב לייענער.
איינער איז מחולק? (אויב יא, ווארף איך זיך שוין אונטער און מיינע ווערטער זענען למפרע בטל ומבוטל.)

הניק שלי » דינסטאג מערץ 6, 2012 12:14 am

· #582
Re: בקשה: ניצט שכל וואס און וויאזוי צו שרייבן!
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=7&f=12#p7

אין יעדנספאל פארשפרעכן מיר אז קיין שום הודעה וועט נישט פארשוואונדן ווערן אָן דעם וואס א קלארע סיבה זאל אנגעגעבן ווערן

שרגא » דינסטאג מערץ 6, 2012 12:23 am

· #586
Re: בקשה: ניצט שכל וואס און וויאזוי צו שרייבן!
אויב האט מען נישט אנגעגעבן א קלארע סיבה, איז עס טאקע נישט ריכטיג לויט ווי זיי שרייבן אין זייער "קאנסטיטוציע". נישט ווייל אין דעם פאל פעלט עס אזוי אויס, נאר פשוט מען מוז זיך האלטן צו די פארגעשריבענע פרינציפן, ווייל אז נישט קען מען דאך שוין נישט וויסן וואו עס שטעלט זיך אפ. אבער באמת, אויב וואלט איינער געשריבן א תגובה ווי "עעע פפפע ללעעעע", אן קיין שום פשט אדער רמז, וואלסטו נישט גע'טענה'ט אז מען דארף אנגעבן א סיבה איידער'ן עס אראפנעמען, ווייל עס איז זייער זעלבסטפארשטענדליך, די זעלבע איז ווען אן אנדערע סארט סיבה איז גענוג אבוויעס און קלאר.

Java » דינסטאג מערץ 6, 2012 12:25 am

· #587
Re: בקשה: ניצט שכל וואס און וויאזוי צו שרייבן!
שרגא, ישר כוח אייך פארן דאס אזוי גוט ארויסברענגען. הניק שלי, איך האב דאס געמעקט, אבער מר. באריסטא איז ממונה אויף שיקען די הודעות. אייער הודעה וועט אנקומען צו אייך אין אישית קעסטל האפענטליך בקרוב.

chasid » דינסטאג מערץ 6, 2012 2:52 pm

· #680
Re: בקשה: ניצט שכל וואס און וויאזוי צו שרייבן!

יידל » מיטוואך אפריל 18, 2012 4:15 pm

· #5275
Re: בקשה: ניצט שכל וואס און וויאזוי צו שרייבן!
שרגא
קיינער האט מיך נישט געפרעגט אדער געשטעלט, אבער נאכ'ן זען צוויי מינוט צוריק ווי איינער האט געעפנט א געוויסער אשכול (וואס איך זע איז שוין פארשוואונדן געווארן) מיט א געוויסע פראגע, קלער איך אז איינער דארף זאגן, און בעטן, דאס פארשטענדליכע.
אפילו דער פארום קוקט אויס ווי דער צענזור איז א לויזערע און נישט יעדע אומבאקוועמע ווארט און קאמפליצירטע נושא ווערט פארמעקט, איז עס טאקע צוליב דעם וואס מען נעמט אן אז די שרייבער ווייסן אליין וויאזוי זיך צו צענזורירן און פילטערן. יעדער מעג אליין האבן שכל וועלכע נושאים זענען געמאכט פאר אן אפענעם פארום און וועלכע נישט. יעדער מעג פארשטיין וואס און וויאזוי עס איז נארמאל צו שרייבן און וואס און וויאזוי נישט. עס איז נישט קיין ברייטקייט זיך אריינצושטופן אין יענעמ'ס פנים, ווען יענער וויל נישט. אפנקייט מיינט נישט אז מען גיסט ארויס פון בויך אלעס וואס ליגט דארט. נישט יעדע זאך וואס מען ווייסט, אדער מען וויל וויסן, איז דא דער פלאץ. נאר די גבולים געטרויעט מען יעדן איינעם אליין צו מאכן און יעדער דארף אליין פארשטיין ביז וואו די ליניע גייט - און עס איז אויסדריקליך נישט קיין קונץ עס צו פרובירן איבערציען.
אויב וועלן עטליכע חכמים וועלן זיין צו קלוג, וועלן זיי נאר קענען ווייזן זייער חכמה עטליכע וואכן, ווייל דערנאך וועט עס ווערן א מדבר שממה. מיר דארפן פשוט א פלאץ וואו מ'קען רואיג שמועסן ווי ערוואקסענע מענטשן, אן דארפן מורא האבן יעדע מינוט פון דעם מנהל'ס לאנגע שטעקן און אן די פרעשור אז יעדעס ווארט קען ברענגען א גענצליכע מחיקה פון דעם צענזאר.
בקיצור נמרץ: שרייבט מיט רעספעקט. שרייבט איידל. שרייבט איינגעהאלטן. און שרייבט נארמאלע נושאים וואס איר קלערט איז געאייגנט פאר רוב לייענער.
איינער איז מחולק? (אויב יא, ווארף איך זיך שוין אונטער און מיינע ווערטער זענען למפרע בטל ומבוטל.)

איך שפיר פאר וויכטיג איבערצוזאגן שרגא'ס ווערטער אין ליכט פון געוויסע נייע אשכולות.

קול גדול » מיטוואך אפריל 18, 2012 6:14 pm

· #5297
Re: בקשה: ניצט שכל וואס און וויאזוי צו שרייבן!
יידל

ווי צום ביישפיל?

יידל » מיטוואך אפריל 18, 2012 6:42 pm

· #5304
Re: בקשה: ניצט שכל וואס און וויאזוי צו שרייבן!
קול גדול

געוויסע קאמענטארן אין די אשכולות דא, דא און דא.

נח געציל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:53 am

· #38408
איך עפן נישט קיין פרישער אשכול ווייל איך וויל נישט מאכן א ווינט, איך וויל בסך הכל מיינע ווערטער זאלן אנקומען בעיקר צו די הנהלה.

להוי ידוע, דאס פלאץ הייבט אט אן צו עקלען. איך בין נישט דער פאסיגער מענטש צו קריטיקירן, וויבאלד איך שרייב נישט קיין סאך, אבער ההכרח לא יגונה, דאס קינדישקייט ווערט ארגער און ארגער. איך פארשטיי די פרינציפ פון אנטי-צענזור, אבער מען דארף אמאל וויסן ווען צו נעמען די לייצעס אין די האנט אריין.

ווען איינער עפנט אן אשכול איבער א נושא און דער סך הכל פון די ערשטע תגובה ענטהאלט בערך "איך וויל רעדן וועגן דאווענען מיט מנין, וואס האט איר צו זאגן דערוועגן?" עקלט עס, איך ווייס אויך פון אזא קאנצעפט פון דאווענען מיט מנין/אן מנין, וואס האסטו מיר מחדש געווען דא? האסט עפעס צו זאגן אין די נושא, ווילסט זיך אפילו אפרעדן דערוועגן, פארשטיי איך, אבער סתם געעפנט לשם עפענען?

ווען אויסטוישן אין געוויסע אשכולות פארן אויף די דרגא פון חדר יונגלעך עקלט עס. אה יע, אה נאו, אייביג זאגסטו, אייביג זאגסטו נישט. נארישקייטן. איך ווייס נישט, קען זיין אז מען קען גארנישט טון דערוועגן, ווי נישט ווי שכל קען מען נישט טיילן. קען זיין אז עס איז א בלויזע פאנטאזיע וואס איך פארמאג פון א פלאץ ווי מענטשן נוצן שכל בעפאר זיי ענטפערן, און מען ענטפערט נאר וועם מען האט עפעס אינהאלטספול, ווי איידער ענטפערן אין די וועלט אריין. קען זיין, אבער אז עס עקלט ברעכט מען.

ידען » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:17 pm

· #38458
גוט געזאגט נח געציל, און איך מעק זייער שנעל ווען איך זעה אזאנע אשכולות וואס איז סתם געפענט א אשכול מיט איין שורה אן לייגען עפעס וועגן זיין נושא.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:21 pm

· #38460
איך שטעל מיך צו צו די בקשה.

הגם איך פארשטיי אז דא שרייבן אלע סארט מענטשן און אלע עידזשעס, פון יונגע חתנים ביז 100 יעריגע......

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:58 pm

· #38490
יונגע חתנים? און וואס איז מיט בר מצוה בחורים? דאס קליין קעפיגקייט שרייט אסאך מאל ביזן הימל.