☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #396

אשכול אן א טיטל #396

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #396

— » דינסטאג אפריל 17, 2012 3:16 pm

· #5014

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 17, 2012 6:52 pm

· #5061
yum!!!!!!!!!!!!!!!!!!

קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 17, 2012 6:53 pm

· #5062
שמואל לובעצקי ??

זר זהב » מיטוואך אפריל 18, 2012 12:03 am

· #5140
כאב געדארפט זיכער מאכן 2 מאל צי איך בין טאקע אין קאווע שטיבעל אדער האביך בטעות ארייגעוואנדערט אין כל העולם כלו.

John Doe » מיטוואך אפריל 18, 2012 12:07 am

· #5141
אוי שרייבסטו גוט, דער ארגינעלער קופערניקוס וואלט זיכער הנאה געהאט. אגב, ער האט געליינט דער שטערן.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 18, 2012 12:24 am

· #5147
זייער גוט געשריבן!!!! קיפ אפ!!!!!!!

הדד בן בדד » מיטוואך אפריל 18, 2012 4:07 am

· #5167
זייער פיין געשריבן, אבער מען דארף געדענקען אז דא איז קאווע שטיבל, וועלכע איז דירעקט געצילט נישט צו ווערן פארטייאיש, און עס האלט שוין אזוי ב"ה פאר ארום צוויי חדשים, אלזא ביטע, טריי, פאר אונזערט וועגן, צו האלטן די ארטיקלען - בפרט אזעלכע געשמאקע - צו נוטראלן ליניע.

נאכאמאל א גרויסן יישר כח

ידען » מיטוואך אפריל 18, 2012 10:09 am

· #5178
[ציטאט אראפגענומען]

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך אפריל 18, 2012 11:21 am

· #5191
א טייערע, הייליגע פּאוסט, קופערניקערס. א פוליצער! עס קומט דיר פאר דעם אלע אגודלים פון אלע אידן ביי אלע מעמדי אדירים אינעם עבר און עתיד עד סוף כל הדורות.

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 18, 2012 1:45 pm

· #5233
קאווע טרינקער
שמואל לובעצקי ??

לא הביישן למד.
וואס מיינט דאס?

גדעון » מיטוואך אפריל 18, 2012 1:50 pm

· #5236
ער מיינט זיכער דער גבאי פון גאב"ד ירושלים וועם די פאליציי האט ארעסטירט זיך אפצורעכענען מיטן רב,

נישט זיך פארמישן מיט די ליובאוויטשע שמואל לובעצקי
📎 שמואל לובצקי.jpg

chasid » מיטוואך אפריל 18, 2012 1:54 pm

· #5237
גדעון
ער מיינט זיכער דער גבאי פון גאב"ד ירושלים וועם די פאליציי האט ארעסטירט זיך אפצורעכענען מיטן רב,

נישט זיך פארמישן מיט די ליובאוויטשע שמואל לובעצקי

דו מישט אויך, דער גבאי איז עמרם שפירא

גדעון » מיטוואך אפריל 18, 2012 1:57 pm

· #5238
גערעכט, ר' שמואל איז אבער אויך ארעסטירט געווארן אין דער זעלבע צייט, ער -דאכט זיך- פירט אן די כולל אין בית שמש, אים האט מען באשולדיגט אין כשר'ן געלט, איך מיש ווייטער?

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 18, 2012 1:58 pm

· #5240
ייש"כ חסיד און גדעון

זר זהב » מיטוואך אפריל 18, 2012 2:02 pm

· #5242
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז אלעס בלויז ווייל אדמור מהר"א איז נישט דער פילאט אין ווילי, מילא וועלן נישט זיינע מענטשן אונטערנעמן קיין שום מערכות, זאל דער פליגער קראכן ווי מ'זאגט!

יעצט לאמיר אריבערקריכן קיין קר"י צו די דארטיגע עסקנים-וועד הצניעות זעלאטס טערראריסטן, צו וועלכע פארטיי באלאנגען זיי??

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 18, 2012 2:04 pm

· #5244
ס'איז דא פון ביידע פארטייען, אבער די רשעות'דיגע זענען פון צד מהר"א.

די עסקנים פון צד מהרז"ל זענען סאך מער פלעקסיבל.

גדעון » מיטוואך אפריל 18, 2012 2:17 pm

· #5246
קאווע טרינקער
ייש"כ חסיד און גדעון

סאיז דא א לייק קנעפל... וחי אחיך עמך, קידדינג.

chasid » מיטוואך אפריל 18, 2012 3:39 pm

· #5265
גדעון
גערעכט, ר' שמואל איז אבער אויך ארעסטירט געווארן אין דער זעלבע צייט, ער -דאכט זיך- פירט אן די כולל אין בית שמש, אים האט מען באשולדיגט אין כשר'ן געלט, איך מיש ווייטער?

ניין ביסט נישט אינגאצן צומישט, מ'האט זיי טאקע ביידע ארעסטירט פאר די זעלבע פרשה.

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 18, 2012 4:59 pm

· #5287
הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד
אשרי הדור שהגדולים עם הקטנים וכו' וכו'.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:57 am

· #5405
[ציטאט אראפגענומען]


שקויעך פארן קאמפלימענט. ס'איז סך מער ווי איך בין ווערדט (זע דעם ענוות חן שמייכל אויף מיין פנים. כ'האב עס אויסגעבארגט פון א ביקור-גומלין בילד אין "כל העולם כולו").

דבילה » דינסטאג אפריל 24, 2012 11:57 pm

· #7369
[ציטאט אראפגענומען]


אשפג

זר זהב » מיטוואך אפריל 25, 2012 12:06 am

· #7372
אשפג


חחחחחחחחחחחחחחחחחח

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:19 pm

· #35850
האט איינער געזעהן דעם בריוו די וואך אין "דער איד" פון הערשל קלאר, היתכן מען פרובירט צו מלמד זכות זיין אויף א אידישן סאלדאט?

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:20 pm

· #35851
יא!

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:37 pm

· #35862
און וואס איז דיין דעה דערוועגן?

(אויכעט, זאל איך עס ארויפשטעלן דא?)

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:38 pm

· #35863
ביסט דאך אן אחראי, טוה וויאזוי דו פארשטייסט.

טעלעפאן » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:19 pm

· #35876
שמעקעדיג
האט איינער געזעהן דעם בריוו די וואך אין "דער איד" פון הערשל קלאר, היתכן מען פרובירט צו מלמד זכות זיין אויף א אידישן סאלדאט?



ממש געפערליך! ער האט מיר ארויסגענומען פון די כלים...

איך שטעל מיך אפ דא ווייל באלד צוגיסט זיך מיין פעדער....

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:38 pm

· #35883
שמעקעדיג
האט איינער געזעהן דעם בריוו די וואך אין "דער איד" פון הערשל קלאר, היתכן מען פרובירט צו מלמד זכות זיין אויף א אידישן סאלדאט?

יא.
עס איז א עקל
פוי!

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:58 pm

· #36005
שמואל הלוי
ביסט דאך אן אחראי, טוה וויאזוי דו פארשטייסט.


איך פרעג נישט רשות.
איך פרעג צי דער עולם איז אינטרעסירט.

לויט די תשובות קוקט אויס אז יא.
נו, בקרוב בעז"ה.

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:01 am

· #36558
דהעיר יו גאו:
📎 Klar_Letter.jpg

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 10:58 am

· #36580
קראנק איז נישט די ווארט אויף אים

קרעקער » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 11:06 am

· #36584
וואסעפעס קראנק?
רשעות אכזריות ליגט אים עם
וויפיל יודן האט ער שוין געצאפט דאס בלוט? וויפיל אידנס ביזנעס האט ער שוין חרוב געמאכט? וויפיל טרערן האבן שוין יודען פארגאסן וועגן עם?

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 11:24 am

· #36598
[ציטאט אראפגענומען]

א ברירה האבן זיי? אויב וועלן זיי זיך נישט צושטעלן וועט ער ארויס גיין קעגן זיי אויך, און זיי ארויס לייגן פון ביזנעס.

קלאר » זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:03 pm

· #36955
זר זהב
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז אלעס בלויז ווייל אדמור מהר"א איז נישט דער פילאט אין ווילי, מילא וועלן נישט זיינע מענטשן אונטערנעמן קיין שום מערכות, זאל דער פליגער קראכן ווי מ'זאגט!

יעצט לאמיר אריבערקריכן קיין קר"י צו די דארטיגע עסקנים-וועד הצניעות זעלאטס טערראריסטן, צו וועלכע פארטיי באלאנגען זיי ??


וועד הצניעות האט גארנישט מיט הערשל קלאר, אך אין וויי וואלט געווען אויב יא,
לאז אפ וועד הצניעות, אז די ווילסט עפן א באזינדערע אשכול

אין קרית יואל זענען נישטו קיין שום עסקנים לטובת העיר פין די זאליס, דריי נישט קיין קאפ
די וועד הצניעות נעמט אריין פין די קעגנער כדי די וועד הצניעות וועלכע איז נאך אלעם א וויכטיגע זאך זאל נישט ליידן פין קיין פאליטיק ווי אין אנדערע געגנטער

קלאר » זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:06 pm

· #36959
זר זהב
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז אלעס בלויז ווייל אדמור מהר"א איז נישט דער פילאט אין ווילי, מילא וועלן נישט זיינע מענטשן אונטערנעמן קיין שום מערכות, זאל דער פליגער קראכן ווי מ'זאגט!

יעצט לאמיר אריבערקריכן קיין קר"י צו די דארטיגע עסקנים-וועד הצניעות זעלאטס טערראריסטן, צו וועלכע פארטיי באלאנגען זיי ??


דיין קאפ טיישט אלעס אויס לויט די פאליטיק
איז דען אדמור מהרז''ל יא בעה''ב אין וויליאמסבורג?

פארוואס זאלען די ארונים מיטשטיין מיט די סוקריקום ווען אלע זייערע מערכות זענען פיל מיט אינטערסן אין פאליטיק
געב א קוק ווי דער בליץ איז כשר ווען דער שטערן איז טריפה
אדער גיב א קוק ווער עס מעג בויען פאר ארטיסן אין ווער נישט
אא''וו

די נארמאלע זאליס וואלטן שוין לאנג זיך אפגעשאקעלט פין הערשל קלאר
נאר פאר סאם ריזאן דארפן זיי אים האבען...

נעגעל וואסער » זונטאג מאי 17, 2020 8:44 pm

· #448812
אפשר וועט דער #כח היחיד אויפטוען אויך פאר די מחאות...

בונה של טוב » מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:19 am

· #517445
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב געזוכט א געוויסן ארטיקל פון ערב פסח וואס האט די ווערטער זו פרושת דרך ארץ, ממילא האב איך זיך אנגעשטויסן יעצט אין דעם ארטיקל ווען כ׳בין דורכגעגאנגען די ליסטע פון אלע תגובות וואס האבן די ווארט ״דרך ארץ״
איין שאלה האב איך דא:

מנשה פיליפ האט דען געדארפט אזא סטראשע אז ער זאל ווערן אינוואלווד? דאכט זיך אז ער האט געקענט טון אזעלכע לשם שמים׳דיגע אקטן זייער גערן