אידן אין כלל ישראל אנגעשטעקט מיט זיך אנקוקן נעגעטיוו?
אין ליכט פון די אשכול און לאור די אשכול וואונדער איך זיך פשוט צו וויסן אויב נאר ביי אונז אידן איז דא די מענטאלעטי פון זיך אנקוקן אזוי נעגעטיוו אדער עכ"פ מער ווי אנדערע אזוי ווי עס איז משמע פון די גמרא וואס איך האב שוין היינט נאכגעברענגט צוויי מאל במסתרים תבכה נפשי מפני גוה אמר רב שמואל בר איניא משמיה דרב מקום יש לו להקב''ה ומסתרים שמו מאי מפני גוה אמר רב שמואל בר יצחק מפני גאוותן של ישראל שניטלה מהם ונתנה לעובדי כוכבים. (חגיגה ה:), אדער איז דאס א זאך אין אלע קולטורס זיך צו אנקוקון נעגעטיוו,
די אראבער אדער קריסטן האלטן אויך אז זיי זענען עגאיסטן אדער די פאלנע גוים?
אדער אפשר גאר איז טאקע נאר דער עם הנבחר אזוי געשלאגן מיט עגאיזם און זענען ערגער פון די אבעריגע פעלקער און אוודאי ערגער פון די גוים וואס וואוינען ארום אונז וואס זענען אויסדריקליך נישט קיין עגאיסטן און טראכן כסדר פון אנדערע ווי למשל זייערע דאגיס און אלע בעלי חיים וכדו'?
הבו עצה הלום...