אידן אין כלל ישראל אנגעשטעקט מיט עגא'איזם?
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8650
אידן אין כלל ישראל אנגעשטעקט מיט עגא'איזם?
אנגעהויבן האט זיך עס ווען ער איז צוגעפארן צום ספעציעלע אפטיילונג פאר מענטשן וואס קימען צום באנק מיט די קאר און עס ווערט פאר זיי צוגעשטעלט א באזינדערע געלט מאשין צו קענען שנעל ארויסנעמען צו אריינלייגן געלט אהן דורכגיין די פראצעדור פון אריינגיין אין באנק וועלכע נעמט געוויס סאך לענגער.
ער שטעלט זיך אראפ דארט און ווי ער זאל ווען זיין א גרויסע נגיד נעמט ער זיך מאכן לענגערע חשבונות און מאסיווע קאלקולאציעס וועלכע'ס איז ווי גיין צום עקספרעס רעדזשיסטער מיט אן אנגעפולטער וואגן, א שיינע צאל אויטא'ס הייבן זיך אהן אראפשטעלן פון הונטער אים אהן פארשטיין פארוואס דער גרויסער חכם האט געמוזט פונקט יעצט פארלירן זיין קארטל און פארגעסן זיין פעסווארד, ער פארעט זיך מיט זיינע אכט טאשן, אלטע בילס, און לאטערי פאפירן, וועלכע ער האט געזיכט מיט א צייט צוריק פאלן ארויס פון זיינע טאשן אינאיינעם מיט קעמלעך און נאך פולע חפצים וועלכע נעסטיגן אין די אלטע רעקל איבערן גאנצן יאר, אלעס טרעפט ער אויסער די איין וויכטיגע ענוועלאופ ווי עס ליגט די סומע קעש... עס נעמט עטליכע מינוט'ן ווען די ערשטע פייף דערמאנט אים אז עס זענען שוין פארזאמלט א מזומן אויטא'ס און מיט גאר ווייניג נערוון וויל יעדער באקומען דאס עטליכע מינוט ביים מאשינקל, ער טרעפט ענדליך דעם ענוועלאופ און לייגט אריין אנשטאט א קארטל פון דעם גענויעם באנק א קארטל פון א קאנקורירנדע פירמע נישט כאפנדיג פארוואס די מאשין ווייזט סימנים פון שיכרות און צימישעניש בענעזאם, נאך עטליכע מאל אריינשטיפן מיט כח כאפט ער זיך אכככךךך...דאס איז דאך פון א צווייטע באנק! ער פרובירט איהר צו ארויסנעמען דרוקנדיג דעם קענסל באטן עטליכע צוואנציג מאל אין איין סאקונדע
דאסמאל איז שוין די מאשין קאליע געגאנגען אריינשלינגענדיג דעם בלויע'ן קארטל ערגעץ צווישן די געדערים גרעבצנדיג מיט אויפברויז מיט א רויט, דריי עקיגער, אנזאג אז דער מאשין ווערט פרוסטרירט ביז א ספעציעלע שטאב עקספערט וועט זיך דערמיט באפאסן און יעדע פרואוו צו רירן א קנעפל וועט עס מער אין דר'ערד לייגן...
ער מורמלט "גאם זי לטויבע" ער האט נישט געקענט כאפן פארוואס עטליכע פיפציג יעריגע טעגליגע באנק באניצער שטייען ביי זיין פענסטער און שעלטן מיט די מיטלסטע פינגער'ס אויסגעשטעלט ווי ראקעטן גרייט צו ארויספליען.
וואס וויל ער דא? דער גוי? שעפשעט ער מיט בייז וואונדער...יעדער מאכט אמאל א טעות.
די אינצידענט ביז אהער איז א פאסירונג וועלכע האט אויפגעוויקלט מיינע מחשבות אנהויבנדיג צו פרובירן דערגיין וואס עס איז די באדייט אז אידן האבן אויך אויסער א הויעכע מאס איי. קיו. א געוויסע באטריגערישע מיחוש וועלכע וואלט אין די עולם ה'סינדראם באקומען א רעצעפט מיט עטליכע בוכשטאבן ווערנדיג גערופן סעלפישנעס.
עס איז מיר אלעמאל געווען א וואונדער פארוואס מיין פעטער האט געמופט קיין סוואן לעיק פארן גאנצן יאר אויסשפילענדיג די אמעריקאנער געזעץ און אזוי ארום עפענען די קוואל פון סעקשן אכט, פרובירנדיג דערגיין פארוואס עס קימט אים ווען אינאמת'ן מאכט ער שיינע געלטער און איז נאר הינגעריג פאר "נאך".
איך האב רעאליזירט מיט די צייט אז עס איז נישט יעדער ממש אבער א גרויסער חלק פון אידן ווערן געפלאגט מיט דעם ליבשאפט צו זיך אליינ'ס.
דער אויבנדערמאנטן איד'ל וועלכע האט מיך פונקט געהאט אין זיין אויטא ביים צוברעכן א באנק מאשין מיט זיין פאצערישע לאך אין וויסנשאפט וויאזוי צו נוצן געדולד, זייענדיג פויל אויפציקלעבן זיין רעקל פונעם קאר זיץ, זייענדיג פארשמירט מיט זיין נאכטמאל, האט מיך געגעבן דעם אנהויב צו אבזערווירן דעם געדאנק אוועקגעבנדיג א אפטיילונג אין מח זיך צו אפגעבן מיט דעם סעריע פון אזאנע אנעקדאטן וועלכע מיין שארפע מח כאפט אויף.
איך זיץ מיט א צווייטע איד א שטיק צייט שפעטער איך רעד פון ריעל לייף (און נישט אז איך חלום אדער זיך צו העצן אויף זאכן וואס שטויגן נישט) ער כאט נישט פארמאגט קיין השגה אז ער פאלט דא א קרבן צו א ראפינירטע שפיאן פאר קאווע שטיבל... ער האט זיך אפגעשטעלט ביי א גאז סטאנציע אריינפארנדיג אינעם פארקיר ארט געווידמעט פאר אינוואלידן, אויף מיין אנפראגע דערויף ווען ער האט זיך צירוק אריינגעזעצט אינעם אויטא האט ער זיך געמאכט א מינוט מיך מסביר צו זיין אז דער אנגעשמירטער סימבאל איז היבש אומזע'עוודיג און ער מיז עס נישט באמערקן, ער האט שוין דאן גענימען אביסל וואש וואסער וואס עס ליגט "בחנם" ביי יעדע ווינקל און אפגערייניגט (לייען: שמוציג געמאכט...) זיין פארנט אויטא ווי ער האט דאן פארגעזעצט זיין ציל מיך ארויסשפייענדיג אויף א רוישיגן שאסיי איבערלאזנדיג מיין מח נישט ווייניגער רוישיג.
עס איז אמת? נישט אמת? מאכט זיך עס אפט? איז עס אזוי אויך ביי אומות העולם? פארוואס האבן אידן אזא ליבע צו אנפייפן אין די חוקות המדינה ווען עס מאכט א טראפעלע גרינגער און א גרויסער חילול השם.
צו מיין שטוינונג, איז אין די צייט וואס איך האב אסאך געקלערט דערוועגן פארגעקומען אז איך האב איבערגעלאזט רעשט אין א גוי'אישע געשעפט אין אנשטאט מאכן א שווייג דערפון איז דער נידריגע שייגעצל מיך נאכגעלאפן ביזן אויטא שרייענדיג אז איך האב איבערגעלאזט א פינעווער (מחמת התפעלות האב איך אים עס געגעבן אלץ א טיפ וועלכע ער האט גערן גענימען)
עס קען ווערן דעבאטירט אויף אלע מינע אופנים און די בארדיטשעווער וואלט זיכער געהאט א שווערע ארבעט צו אפרייניגן די קטרוג וואס אזא פענאמענען זייעט אהן.
מען קען עס פארשטילן מיט חסד וואס אידן טוען, מען קען עס בארוהיגן מיט יחידי עם וועלכע מאכן אהן אינטערנאציאנאלע נייעס ביים אויספירן גרויסע קידושי שם שמים (ווי דער איד וואס האט אומגעקערט הינדערט טויזנט דאלער צו א מענטש וואס האט אים פארקויפט א טיש און געטראפן דעם סומע ליגן דערינען!)
עס קרענקט מיט נאגעניש ווען מען הערט אפטמאל שאנדפולע סטעיטמענטס פון גוים וועלכע שילדערן מיט העץ, געשיכטעס פון אידן וועלכע האבן זיך אויפגעפירט דיסרעספעקטפול ביים זיך אריינכאפן אין די ליניע און אזוי ווייטער וועלכע לאזן מיך איבער מיט די הענט נעגל צווישן די ציינער שפעקולירנדיג פארוואס עס איז אזוי.
טייל מענטשן האבן אלעס ליב צו לייגן אין באקסעלעך. איין באקסעלע הייסט "היימישע איד", צווייטע באקסעלע הייסט "גוי" אא"וו. ס'איז אבער נישט אזוי, דער מענטשהייט איז איין גרויסע באקס, ס'דא אין דעם אלע סארט פירות.
למאי נפקא מינא?
ווען מ'פארשטייט אז דער מענטשהייט איז איין באקס, און יעדער מענטש איז א פירה פאר זיך, איז מען דן איבער פירות. איין פירה איז נישט שולדיג אדער נוגע צום צווייטן. אבער אז מען צוטיילט יעדע סארט מענטש אין א באזונדערע באקס, אן קוקן בפרטיות אויף יעדע פירה, ברענגט עס שנאה און מחלוקת צו דעם גאנצן באקס שלא ביושר. די מענטאלעטי ברענגט אינטער די וועלט.
רויטע וואנצעסטייל מענטשן האבן אלעס ליב צו לייגן אין באקסעלעך. איין באקסעלע הייסט "היימישע איד", צווייטע באקסעלע הייסט "גוי" אא"וו. ס'איז אבער נישט אזוי, דער מענטשהייט איז איין גרויסע באקס, ס'דא אין דעם אלע סארט פירות.
למאי נפקא מינא?
ווען מ'פארשטייט אז דער מענטשהייט איז איין באקס, און יעדער מענטש איז א פירה פאר זיך, איז מען דן איבער פירות. איין פירה איז נישט שולדיג אדער נוגע צום צווייטן. אבער אז מען צוטיילט יעדע סארט מענטש אין א באזונדערע באקס, אן קוקן בפרטיות אויף יעדע פירה, ברענגט עס שנאה און מחלוקת צו דעם גאנצן באקס שלא ביושר. די מענטאלעטי ברענגט אינטער די וועלט.
רויטע וואנצעס: איך בין מסכים מיט דיר 100%. נאר איך האב געהאט א פארקערטע מעשה ווי דער בעל מידות ברענגט אראפ. איך בין אמאל אריינגעגאנגען אין א גוי'אישע (ספאניש) גראסערי קויפן א פושקאלע שוך פאליש. איך האב פאר די גוי'טע געגעבן א פינעווער. און זי האט מיר געגעבן טשענדזש א צען דאללאר ביל מיט נאך א פאר סינגלס. נאר אין סטאר האביך נישט באקוקט די טשענדזש. ווען איך בין ארויסגעגאנגען אויפ'ן גאס האביך באמערקט דעם טעות. ווען איך בין צוריקגעגאנגען אין סטאר אפגעבן די געלט, האטזיך די גוי'טע זייער שטארק באדאנקט און זי האטזיך אנגערופן אז נאר א איד ברענגט צוריק די געלט. איינער פון זיי וואלט דאס קיינמאל נישט צוריקגעברענגט...דאס איז געווען א שטיקל קידוש השם...!
דער בעל מדות דא האט עפעס שייכות מיט עד דעי פון מאנסי וואס איך האב געטראפן אין א אנדערע אשכול?
ר' בערל; זייער שיין פון דיר, אבער וואס איז מיט די איסור להחזיר אבידה לנכרי?
ר' בערל און ר' בעל מדות
אלו ואלו דברי אלוקים חיים
דער איד איז א טיפ וואס איך וואלט נישט גערופן "עגואיסט" נאר ער לעבט פשוט אין זיין באקסל
ער מיינט אז די וועלט הייבט זיך אן ביים רעכטן אויער און ענדיגט זיך ביים לינקן לא נברא העולם אלא בשבילי
ער מיינט נישט קיין שלעכטס, קיינער האט אים פשוט נישט געלערנט אז די וועלט איז א טראפקעלע גרעסער פון זיינע אויערן
אויך איז דא אסאך וואס פראטעקצירן א לעבן פון "צייגן"
מען האט אים איבעראל אראפקגעקלאפט אין שטוב אלץ קינד, אדער אין חדר און אמאל אין ישיבה גאר
אדער ווערט ער נאך אראפגעשטופט עד היום דורכן ווייב (גאר א קליינע פראצענט 😂 ) אדער דורכן באס ביים ארבעט
און יעצט ווען ער איז א גרויסע טאטע וויל ער פשוט צייגן אז ער איז דא און ער האט שטארק הנאה ווען ער זעט ווי ער קען אויסמאכן א שטיקל מאכונג ארום אים
אויך האט דער איד א געפיל פון "צייגן" אז ער איז א גוטער און א ערליכער
כדי "מען זאל זאגן" אז ער האט געמאכט א קידוש השם
און דער זעלבער צדיק וואס וועט זיך דינגען אויפן פרייז ביי א אידישע סטאר און לאזן אויפגעשריבן ריזיגע חשבונות
דער זעלבער וועט צוריק טראגן 5 דאלער צו דער כינעזער אלץ קידוש השם אויס
די עיקר איז אז אונזערער מחנכים זאלן זען צו מאכן א בעסערע ארבעט אויף די קומענדיגע דור
טאביק
אלו ואלו דברי אלוקים חיים ולא פליגי
דער איד איז א טיפ וואס איך וואלט נישט גערופן "עגואיסט" נאר ער לעבט פשוט אין זיין באקסל
ער מיינט אז די וועלט הייבט זיך אן ביים רעכטן אויער און ענדיגט זיך ביים לינקן לא נברא העולם אלא בשבילי
ער מיינט נישט קיין שלעכטס, קיינער האט אים פשוט נישט געלערנט אז די וועלט איז א טראפקעלע גרעסער פון זיינע אויערן
האסט גוט אפגעטייטשט אן עגאאיסט. ממילא דארפסטו אים
יא רופן עגאאיסט וק"ל.
איך האב אמאל געכאפט א שמועס מיט א נישט-אידישע קאר-סערוויס דרייווער, א נאטיוו צענטראל אמעריקאנער. האט ער מיר פארציילט מסיח לפי תומו אז ס'מאכט זיך כסדר אז קליענטן פארמאגן נישט אויף זיך די געפאדערטע סומע און זיי בעטן א מינוט ארויסצוגיין ברענגן דאס געלט, זאגט ער אזוי; אז זיינע לאנדס-לייט לאזט ער נישט ארויס פונעם וויהאקל אנע געלט בשום אופן ווייל דאן איז דאס געלט 99% פארלוירן, משא"כ זיינע אידישע קליענטן טראכט ער נישט קיין צוויי איידער ער לאזט זיי ארויס. ער פארציילט אז אמאל האט זיך געמאכט א אידישער טיענעזדשער (בחור בלע"ז) וואס איז ארויסגעלאפן אומבאצאלט ווערענדיג פארשוואונדן אין א שול אריין , נאך עטליכע לאנגע מינוטן איז ער ארויסגעקומען און פרובירט אריינגיין אין שול זען וואס טוט זיך, ס'האט נישט גענומען לאנג און א לייטזעליגער אידישער מאן האט אים אויסגעצאלט די גאנצע רייזע ושלום על הגוים.
איך וואלט געזאגט אז די דיכאטעמיע צווישן היימישע אידן און די צענטראל אמעריקאנע פארשוינען איז א פאלשער. דאס ווייזט פשוט ארויס דאס אומערצויגנקייט פון אנדערן צד.
פעטי-גניבות קומט פון טיפשות געמישט מיט כראנישע אומערצויגנקייט, וואס מיט דעם איז דער היימישער ציבור נישט געשלאגן ראליטיוו צום ספאנישן ציבור. "מענטשליכקייט" ווייזט זיך אבער ארויס ווען ס'קומט צו א גרעסערע סומע, אדער ווען ס'איז אן אומדירעקטע שאדן פארן צד שכנגד (אמאזאן ו'וואל-מארט יוכיח).
עם כל הכבוד פאר אלע אידן
איך בין קוים א גאסט דא
אבער איך האלט נישט אז מיר זאלן שרייבן אויף אידן א נישט איידעלער טיטול כאטש ער פארדינט דאס
די גויים טוען די ארבעט פאר אונז בחינם
מיר אידן האבן א מצוה פון הוכח תוכיח אויף א איידעלע רמז'פולע שפראך
מוסר ווערט בעסער אויפגענומען בדרך רמז ובדרך כבוד
אבער עס איז זיכער אז די ענין נוטיגט זיך א שטארקע תיקון ביים היימישן עולם
לית דין בר נשדער בעל מדות דא האט עפעס שייכות מיט עד דעי פון מאנסי וואס איך האב געטראפן אין א אנדערע אשכול?
... 😂 😂 😂 ...אין בפי מילים. איך קוילער פאר געלעכטער...!
מפוזריר' בערל; זייער שיין פון דיר, אבער וואס איז מיט די איסור להחזיר אבידה לנכרי?
מפוזרי: ייש"כ. אבער איך האב נאך דאמאלס נישט געלערנט די גמרא... 😂 🙄
מאטיאיך וואלט געזאגט אז די דיכאטעמיע צווישן היימישע אידן און די צענטראל אמעריקאנע פארשוינען איז א פאלשער. דאס ווייזט פשוט ארויס דאס אומערצויגנקייט פון אנדערן צד.
פעטי-גניבות קומט פון טיפשות געמישט מיט כראנישע אומערצויגנקייט, וואס מיט דעם איז דער היימישער ציבור נישט געשלאגן ראליטיוו צום ספאנישן ציבור. "מענטשליכקייט" ווייזט זיך אבער ארויס ווען ס'קומט צו א גרעסערע סומע, אדער ווען ס'איז אן אומדירעקטע שאדן פארן צד שכנגד (אמאזאן ו'וואל-מארט יוכיח).
מאטי: ייש"כ. דאס איז א געוואלדיגע נקודה. א איד וועט זיך נישט מאכן ביליג און פארשעמט פאר א פאר דאללער. ביי א פאטענציעלן מעגא שווינדל איז שוין אן אנדערע מעשה...אבער איך האב א דאזן מעשיות פון אידישע ישרות און מי כעמך ישראל...!
איך שטיי און ווינדער זיך, ווי קומט צו א "בעל מידות" צו זיין אזא שונא ישראל?
מען מעג שוין סטאפן צו זיין אזעלעכע סעלף העיטינג דזשוס.
במסתרים תבכה נפשי מפני גוה אמר רב שמואל בר איניא משמיה דרב מקום יש לו להקב''ה ומסתרים שמו מאי מפני גוה אמר רב שמואל בר יצחק מפני גאוותן של ישראל שניטלה מהם ונתנה לעובדי כוכבים. (חגיגה ה:).
יא עס זענען דא אידן וואס זענען אום מענטשן אדער אומבאלומפערט, אבער מאכן אזא קעפל כאילו אידן זענען עפעס אנגעשטעקט מיט עגאיזעם איז ריין אנטיסעמעטיזם, שטעלטס ענק פאר ווען די זעלבע אשכול איז אויף א גויאישע בלאג וויפיל מחאות וואלטן געווען,
גענוג זיך געקלאפט, עס זענען דא גענוג וואס זוכן אונזערע חסרונות אונז דארפן זיי נישט העלפן,
אוודאי מעג מען מעורר זיין אויף ענינים הצריכים תיקון אבער נישט אויף אזא וועג, עס איז זייער נישט מענטשליך זיך צו אזוי דערנידערן.
החותם בחרי אף
געוואלדיג
Milk shakeאיך שטיי און ווינדער זיך, ווי קומט צו א "בעל מידות" צו זיין אזא שונא ישראל?
מילק שעיק: איך בין נישט מסכים מיט דיין אפשאצונג. ער (בעל מידות) האט נאר פארציילט פון זיין עקספיריענס. ער האט געשילדערט א סצענע וועלכע טרעפט זיך ליידער זייער א סאך ביים היימישן עולם... 😢
געוואלדיג: דיין פוינט אז ווען די זעלבע סאבדזשעקט און העדליין וואלט געווען אויף א גוי'אישן בלאג וואלט שוין געווען מחאות איז א גוטער פוינט. אבער ס'איז דאך דא א גרויסער חילוק. ווייל אויף א גוי'אישן בלאג איז דאך די כוונה זיכער נישט לטובתינו. צוליעב חשבון הנפש. און די קאמענטס זענען דאך זיכער פול מיט אנטיסעמיטיזם. אזוי ווי מ'זעהט לעצטנס איבער די עניינים העומדים על הפרק. משא"כ ווען איין איד איז מעורר אנדערע אידן צו חשבון הנפש ותיקון המעשים איז דאך זיין כונה זיכער גוט...!
איך אליין האב געשריבן
געוואלדיג
אוודאי מעג מען מעורר זיין אויף ענינים הצריכים תיקון אבער נישט אויף אזא וועג, עס איז זייער נישט מענטשליך זיך צו אזוי דערנידערן.
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז נאר מותר אויב מען טוט דאס מיט א בפירוש'ער כוונה על מנת כן כדי ס'זאל ארויסקומען א קידוש השם. אויב אבער טוט מען עס כדי נישט צו זיין עגאואיסטיש אדער כדי צו הייסן א פיינער מענטש איז עס אסור אפי' ס'קומט למעשה ארויס א קידוש השם.
אויב איז דא א חשש חילול השם איז מען מחויב צוריקצוגעבן.
@מפוזרי, ווי שטייט אז ס'איז אסור צירוקציגעבן פאר'ן גוי ?
berlbalagulehמפוזריר' בערל; זייער שיין פון דיר, אבער וואס איז מיט די איסור להחזיר אבידה לנכרי?
מפוזרי: ייש"כ. אבער איך האב נאך דאמאלס נישט געלערנט די גמרא... 😂 🙄
נו נו, אבער יעצט ווייסטו שוין, ריכטיג?
בסוד זאג איך דיר אז אויב דו ווילסט דווקא, איז דא א לופהאול וואס מ'קען נוצן אויב מ'ווייסט ווי צו מכוון זיין די ריכטיגע כוונות, זעה מיין פריערדיגע תגובה.
בד''ו אין וועלכע חדר האסטו געלערנט? ביי אונז האט מען שוין געוואוסט פון די גמרות גאנץ פרי. 😃
בן אדם@מפוזרי, ווי שטייט אז ס'איז אסור צירוקציגעבן פאר'ן גוי ?
חו''מ סי' רס''ו
קען זיין כ'וואלט געדארפט נעמען מער א רוהיגע צוגאנג און נישט מאכן אזא אגרעסיווער קאמפאוט פון די אידן וועלכע טוען זייערע עגא'איסטישע שמוץ מיט גאנץ כלל ישראל און פארדעם נעם איך א נידריגערע טאן און איך בעט איבער יעדער וועלכע עס איז באטראפן געווארן דערפון.
וואויל איז די חלק פון יעדער וועלכע שטארצט ארויס מיט גוטע מדות צווישן מענטשן און איז זוכה צו פארשענערן די נאמען פון אויבערשטן מאכנדיג א קידוש שם שמים דערמיט, איך האב בעיקר געמיינט דאס אז מאנכע פארשעמען די גוטע חלק און איך האב זיך ארויסגעברענגט שלעכט.
איך בין ווייטער פול מיט סאטיספאקציע זאגנדיג דעם מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ!
בעל מדות סאטיספאקציע
וואס מיינט די ווארט?
#לאהביישןלמד
Satisfaction.
הסבר?
באַפרידיקונג
איזה חלק אתה לא מבין?
יעצט פארשטיי איך שוין מיט א אפטייטש אויף אידיש א דאנק ישמעאל
עס האט לאו דווקא מיט עגאאיזם, (פונקט ווי דער גוי וואס ווארט יא אין ליניע ווי א מענטש מיינט נישט אז ער איז א סעלפלעס בעל טובה וואס טראכט פון יענעם).
עס האט ענדערש מיט דעם חרדישן אראגאנץ/גרינגשעצונג צום אלגעמיינעם גאס דווקא.
דער איד קען גראדע זיין (כאטש נישט מוכרח) א גוטהארציגע בעל טובה וואס וועט נישט קלערן א מינוט און נישט שפארן א דאלער צו העלפן א צווייטן איד.
עס איז מער א קולטור-ברייטע עגאאיזם צום נישט איד, וואו מען זארגט זיך/רעכנט זיך דווקא יא מיט די גלויבנסגענאסן (אפשר נאך פיל מער ווי אנדערע רעליגיעזע גרופעס זארגן זיך פארן קא-רילידזשיניסט) אבער כמעט גארנישט מיט די וואס געהערן נישט צו מיין קרייז.
פארשטייט זיך אז דאס איז נישט קיין כלל פאר 'אלע' וואס געהערן אן צו דעם קולטור, און טייל פון אונזערע וואס זענען די גרעסטע בעלי טובה 'אין גרופע' זענען דווקא יא זייער קאנסידערעט/סענסיטיוו אינטרא-גרופע אויך.
אסאך פון די מדות האבן טאקע באקומען די נאמען "מצוה" פשוט, ווייל און שו"ע ווערט דערמאנט פארשידענע הלכות בנוגע באציאונגען מיט גוים, ווי מ'זעט קלאר אז רוב מאל דארף מען זיך טאקע נישט רעכענען מיט'ן גוי און ווען יא, ווערט עס שוין א מצוה.
אבער לכאורה, מעיקר הדין זענען זיי נאר געזאגט געווארן ביי גוים וואס זענען עוע"ז וואס איז אסאך ווייניגער נוגע היינטיגע צייטן. אבער ס'קען אויך זיין אז וויבאלד אין די אלע מקומות איז געווען נישט קיין קליינע שנאת ישראל, און מ'האט ממילא נישט געהאט קיין געפיל פאר'ן גוי, וועגען דעם האט זיך געשאפן אזעלכע הלכות.
און מ'פארציילט טאקע אויף גדולים וצדיקים וואס האבן זיך שטארק גערעכנט מיט גוים, אפילו בדברים של מה בכך, אן צו מאכן קיין ק"ו פונעם שו"ע, ומהם ילמדו וכן יעשו.
ר' יוחנן מקדים שלו' לכל אדם וכדומה.
יא @אנאנים'ס ווערטער זענען ריכטיג, מען דארף אויסלערנען מענטשליכקייט פאר קינדער צו יעדעם, און עס איז אויך א מצוה, און ווי
@שמעקעדיגהאט שוין צוגעוויזן וועגן ר' יוחנן וכהנה וכהנה ביי אלע צדיקים אין אלע דורות, מען דארף מער דגש לייגן אויף דעם.
און וואס האט דאס מיט עגאיזם?
איך בין נייגעריג צו דער נקודה פון ישראל קאפקע האט צוטוהן דוקא מיט אידן ? אדער איז דאס ביי אלע אנדער רעליגיעס אדער עטנישע גרופעס. דהיינו, א ספאנישער וועט ליבערשט טוהן א טובה פאר א אנדערע ספאנישע ווי פאר א שווארצער, דאכט זיך א יש דברים בגוי.
וועגן די נקודה לגבי די מופתים פון רביים ביזט אביסל גערעכט אז נישט דאס דארף זיין די עיקר, נאר ענדערש די חלק המוסר והנהגות טובות. אבער פארציילן מופתים איז נישט אינגאנצן אפגעפרעגט,
איך האב מיך לעצטענס צוגעהערט צו די שיעורים פון ר' משה וואלפסאן שליט"א, זאגט ער בתוך הדברים אז די מופתים פון די רביים וואס ווייזט אז די טבע איז משועבד צו די תורה איז א זאך וואס שטארקט די אמונה, און דאס איז טאקע איינע פון די סיבות פארוואס אמונה איז היינט א גרעסערע נסיון ווי א מאל,
יעקב מענטשאיך בין נייגעריג צו דער נקודה פון ישראל קאפקע האט צוטוהן דוקא מיט אידן ? אדער איז דאס ביי אלע אנדער רעליגיעס אדער עטנישע גרופעס. דהיינו, א ספאנישער וועט ליבערשט טוהן א טובה פאר א אנדערע ספאנישע ווי פאר א שווארצער, דאכט זיך א יש דברים בגוי.
👍
עטס האטס שטארק פארקראכן פונעם ארגינעלן מעסעדזש וואס בעל מידות האט ארויסגעברענגט
דאס אז יודען זענען אן עם נבחר אין וועלן שטיין אויף יעדע פרוטה מיט ערלעכקייט איז איין זאך.
פון די אנדערע זייט איז ביי אונז יודעלעך אין עספעשעלי ביים היימישן חסידישן ציבור איז דא א גרויסע מאנגל אין מענערס (manners) ווען ביי להבדיל די גוי לערנט מען אויס פון קליינווייז אן לערנט מען אויס צו זיין מענטשליך און איידל אויפן גאס, לערנט מען ביי אונז אויס צו כאפן א שטיקל פיש פונעם רבינ'ס שיריים און צו כאפן א גוטן פלאץ אויפן פארענטשעס ביי אקדמות
סא קאט די קרעב, אונז זעמער זייער נישט מענטשליך. פיריעד
ישראל קאפקעעס האט לאו דווקא מיט עגאאיזם, (פונקט ווי דער גוי וואס ווארט יא אין ליניע ווי א מענטש מיינט נישט אז ער איז א סעלפלעס בעל טובה וואס טראכט פון יענעם).
עס האט ענדערש מיט דעם חרדישן אראגאנץ/גרינגשעצונג צום אלגעמיינעם גאס דווקא.
דער איד קען גראדע זיין (כאטש נישט מוכרח) א גוטהארציגע בעל טובה וואס וועט נישט קלערן א מינוט און נישט שפארן א דאלער צו העלפן א צווייטן איד.
עס איז מער א קולטור-ברייטע עגאאיזם צום נישט איד, וואו מען זארגט זיך/רעכנט זיך דווקא יא מיט די גלויבנסגענאסן (אפשר נאך פיל מער ווי אנדערע רעליגיעזע גרופעס זארגן זיך פארן קא-רילידזשיניסט) אבער כמעט גארנישט מיט די וואס געהערן נישט צו מיין קרייז.
פארשטייט זיך אז דאס איז נישט קיין כלל פאר 'אלע' וואס געהערן אן צו דעם קולטור, און טייל פון אונזערע וואס זענען די גרעסטע בעלי טובה 'אין גרופע' זענען דווקא יא זייער קאנסידערעט/סענסיטיוו אינטרא-גרופע אויך.
ישראל קאפקע: אזוי ווי דו באטראכט דיך פאר א העכסט קולטורעלן מענטש וויל איך דיר אויפמערקזאם מאכן אז אין די לעצטע סענטענס פון דיין מאמר האסטו געשריבן אן אומ-פונקטליכע דעפינישן..."אינטרא-גרופע"...אבער דו האסט עכט געמיינט צו זאגן..."אינטער-גרופ"...אזוי איז משמע פון דעם קאנטעקסט פון דיין מאמר. איך בין נישט מער ווי א פשוט'ער אומ-געלערנטוער באס דרייווער...(וואס קען ער דען...?(...!
פאפיטעסעטס האטס שטארק פארקראכן פונעם ארגינעלן מעסעדזש וואס בעל מידות האט ארויסגעברענגט
פון די אנדערע זייט איז ביי אונז יודעלעך אין עספעשעלי ביים היימישן חסידישן ציבור איז דא א גרויסע מאנגל אין מענערס (manners) ווען ביי להבדיל די גוי לערנט מען אויס פון קליינווייז אן לערנט מען אויס צו זיין מענטשליך און איידל אויפן גאס, לערנט מען ביי אונז אויס צו כאפן א שטיקל פיש פונעם רבינ'ס שיריים און צו כאפן א גוטן פלאץ אויפן פארענטשעס ביי אקדמות
סא קאט די קרעב, אונז זעמער זייער נישט מענטשליך. פיריעד
איך האב געהערט אן אינטערסאנטע מעשה וואס פאסט זיך דא אריין.
צום קדושת ציון מבאבוב זי״ע איז געקומען צו פארען אויף שבת א יעקער אזוי האט מען גערופען די בעסערע יודען וואס האבען געוואוינט אין דייטשלאנד, נאך שבת איז די יעקע׳ישע יוד אריין צום רעבין און ער האט זיך אנגערופען: רבי, כ׳האב זייער הנאה געהאט פונעם שבת אינעם ווארעמען חסיד׳שען סביבה, אבער כהאב בארמערקט א שטארקע זאך, אז דא דער חסיד׳ישער עולם האלט זיך טאקע זייער שטארק טראדיציענאל און מהיט אפ זייער שטרענג די תורה מיט אלע חומרות׳ער אבער ווען ס׳קומט זיך צו האלטען צו א ווארט בנוגע עניני ממונות אדער בכלל די גאנצע באנעמונג איינער צום צווייטען גיט מען זיך בכלל נישט אבאכט, אבער משא״כ ביי אונז אונזער קהילה אין דייטשלאנד איז טאקע טהרת המשפחה שוואך, כשרות אויך שוואך, און בכלל די רותניות׳דיגע קהילה לעבן איז שוואכער ווי דא, אבער דאך ווען ס׳קומט צו האלטען א צוזאג פאר איינעם, אדער די באנעמונג צו א צווייטען איז אויף די העכסטע ניווא וואס סאיז נאר שייך.
האט אים די רבי דער קדושת ציון גענטפערט: כ׳הער איר זאגט אז מיר זענען שוואכע אידען, אבער ענק זענען פיינע גוים....