☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?

נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?

120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8640
בלאט: 1 2 3

איטשע » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:30 am

· #266609
בונה ביים פארענדיגן א קלויזד סירוקט, איז דער צוגאנג פון דער חזון איש.
הרב אויערבאך, האט זיך שטארק געדונגען דערויף. אין מאורי אש, האלט ער אויך אז דער איסור פון בונה פון דער חזו״א איז בלויז ווען מען שפארט צו א סירוקט בידים אין דער רצון איז עס זאל בלייזן געשלאסן לעולם ועד - בלויז דעמאלטס איז עס בונה. ווייל אויב איז די ציל עס אויפצולעהזן דאן איז עס דאך נישט קיין בונה.
לדוגמא, אנצינדען די לייט, איז בונה, ווייל אפילו די לעשט עס אויס איז עס בלויז צו שפארן געלט.
ווידער אנצינדען א פען, איז נישט בונה, ווייל ווען די קילסט דיך אפ לעשטו עס אויס.

לפי זה, רוקן די פלעסטיק איז בפירוש נישט קיין בונה, ווייל די טוסט גארנישט. ביזט ס״ה אפשר ״גורם״ א בונה, אויב עס הייסט גרמא.

למעשה גייען עס די רבנים נישט מתיר זיין, ווייל עס איז נישט שבת׳דיג.
הגם! ווען אינדערהיים זענעם גוים געקומען, גערוקט געצינדען פארלאשן לעכט. דאס איז געווען גאנץ שבת׳דיג.
שבת זייגערס צוינדען זיך אן און לעשן זיך אויס איז גאנץ שבת׳דיג.
גיי פארשטיי - דאס איז די היינטיגע וועלט.

נאכמער רוב רובן פון היינטיגע רבנים, האבן א קנאפע ידיעה אין די ברייטפארצווייגטע פעלד אין עלעקטריק, און אסר׳ן איז דער איזי וועי אויט.

הבא ללמד » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 4:06 pm

· #266740
כוכב
דער עפיזאד ווי ער פרובירט אריינצושלעפן א שבת גויטע אין זיין בעדרום איז איינס און א גוטס... איך האב אויך געהאט אזא געשיכטע אלס בחור. עס האט מיר גענומען א פאר מינוט צו כאפן ווי awkward איך בין געווען, צו פרובירן אריינרופן א מיידל צו מיר אין שטוב...


@כוכב איך האב געציטערט אלטס בחור נאר צי רעדען צי א מיידעל, ווער רעדט נאך פין אריין ריפען

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 4:39 pm

· #266751
נו ונמצא למד... 😃

שלמה המלך » פרייטאג אפריל 17, 2015 12:35 am

· #266931
berlbalaguleh
שלמה המלך
WOW מ'קען עסען ראגעלעך פסח, מ'קען אנצידען/אויסלעשען לייטס אום שבת!
איך קען קוים ווארטען אויף די פעטענט וואס מ'גייט מעגען עפעס גאר געוואגט!! אשאד איך בין געבוירען אזוי פרי 😞

שלמה המלך: איך קען דיר אויסרעכענען נאך עטליכע אינטרעסאנטע זאכן וואס וועלן מותר ווערן דורך נייע אינווענשאנס אדער "לופהאולס" אין הלכה. נאר דאס באלאנגט אין מאחורי הפרגוד... 😂 🙄

נו???? ווילאנגט זאל איך ווארטען אויף דיר דארט?

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 17, 2015 2:28 am

· #266956
איטשע: דאס איז טאקע דער חילוק פון הרב אויערבאך ביז די מערסטע פון די היינטיגע רבנים, וועלכע ווילן זיין "פאליטיקלי קארעקט" און אכשר דרא'דיג. אבער זענען זיך נישט מעמיק צו פארשטיין די טעכנישע חלקים פון א שאלה אין הילכות שבת אדער אנדערע הלכות פון די ד' חלקי שולחן ערוך. משא"כ הרב אויערבאך זצ"ל האט זיך אייביג אדורכגערעדט מיט אינזשענירן און דאקטוירים איידער ער האט געפסק'נט א קאמפליצירטע טעכנישט אדער מעדיצינישע שאלה...!

עדיאל » זונטאג אפריל 19, 2015 12:38 pm

· #267343
Re: אנצינדען א לייט אין שבת
אחרי ככלות הכל, פוסקים, בונה, סערקוט, פולסן, וואס ס'איז נוגע למעשה איז אז היימישע רבנים האבן דא מתיר געווען די שבת סוויטש לצורך חולה שאין בו סכנה, און דאס גייט פונדאמענטאל טוישן אונזער שבת.
אנדערש ווי א שבת עלעוועטער, וואס איז נאר דא אין שפיטאל און ביי נישט היימישע רעזידענצן, גייט דער שבת סוויטש אריינקומען אין די שענסטע היימען, לצורך דער עלטער זיידע וועלכער ברויך דאס און ער איז דאך א חשאב"ס. איינמאל ס'איז שוין דא, און מ'פליקט שוין ארויף און אראפ, ווערט עס שוין א לכתחילה.
נאכמער, שטייינדיג נאך די ששון טראגעדיע, און איינזענדיג די סכנה פון א האט-טרעי, וואלט אפשר געווען כדאי אז מ'זאל לכתחילה אויסלעשן די האט-טרעי פאר מ'גייט שלאפן. א סכנת מוות איז נאך אזוי הארב ווי א חשאב"ס. איי מ'קען דאך היינט אויך לייגן א שבת זייגער צו פארלעשן, וועם אינטערעסירט א שבת זייגער ווען ס'איז דא א שבת סוויטש.
מיר זענען אויפגעוואקסן אז שבת טאר מען נישט אנצידן קיין לייט. דאס גייט זיך ענדיגן. די קומנדיגן דור גייט מעגן אנצידן א לייט, אויסלעשן עירקאנדישן, און רעטשארדשן טעלעפאנען.
די מכשולות וואס גיין ארויסקומען דערפון זענען זלזול אין שבת קודש און א פריצת גדר וואס קען צוברענגען צו מלאכות. אז מ'גייט באבערן מיטן האט-טרעי ארויף און אראפ גייט מען צוקומען צו בישול, בלי ספק. מ'קען זיך פארשטעלן איינער שטעקט אריין א וועקיום קליענער אין א שבת אוטלעט און וועקיומט. איך ווייס נישט וואס די מלאכה פון וועקימען איז, אבער ס'שפירט זיך זייער וואכנדיג.
די טעם פאר וואס מ'האט גוזר געווען מוקצה איז צו מרחק זיין א מענטש פון די וואכנדיגע עניינים. די שבת סוויטש טוט אויף דאס פארקערטע.
טעכנאלאגיע איז א גוטע זאך, אבער אויב דאס גייט גורם זיין אין א זלזול אין שב"ק האט זיך עס נישט געלוינט.

נופת צופים » זונטאג אפריל 19, 2015 1:04 pm

· #267354
Re: אנצינדען א לייט אין שבת
berlbalaguleh
שלמה המלך
WOW מ'קען עסען ראגעלעך פסח, מ'קען אנצידען/אויסלעשען לייטס אום שבת!
איך קען קוים ווארטען אויף די פעטענט וואס מ'גייט מעגען עפעס גאר געוואגט!! אשאד איך בין געבוירען אזוי פרי 😞

שלמה המלך: איך קען דיר אויסרעכענען נאך עטליכע אינטרעסאנטע זאכן וואס וועלן מותר ווערן דורך נייע אינווענשאנס אדער "לופהאולס" אין הלכה. נאר דאס באלאנגט אין מאחורי הפרגוד... [emoji38] 🙄

@בערל: אפשר מאחורי עניינים גייען ווערן מותר אבער איין איסור גייט אייביג בלייבן בתקופה און דאס איז ציונות, ניין? קענסט דיר פארשטעלן אמאל צו זעהן אמת'ע ערליכע אידן אשער לוא קאראי לאבאאל ביים כותל ח"ו היו לא תהי'

ישמעאל הכהן » מאנטאג אפריל 20, 2015 3:18 pm

· #267819
📎 IMG-20150420-WA0062.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 20, 2015 5:18 pm

· #267860
עדיאל
מ'קען זיך פארשטעלן איינער שטעקט אריין א וועקיום קליענער אין א שבת אוטלעט און וועקיומט. איך ווייס נישט וואס די מלאכה פון וועקימען איז, אבער ס'שפירט זיך זייער וואכנדיג.

עס איז פאראן א ענין פון עובדא דחול וואס איז אסור.
פונקט ווי דו זאלסט אנצינדן א וועקיום דורך א שבת זייגער.

נהורא נפישא » מאנטאג אפריל 20, 2015 11:51 pm

· #268037
שוין געווען וואס האבן זיך געפרייט מיט הרב הארפענעס, שטעלט זיך ארויס אז ער איז גאר מחמיר מער פון אנדערע, אז א חולה דארף משתדל זיין דאס איינצושאפן מכח דעם דין פון הקל קל תחילה.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 21, 2015 4:15 am

· #268079
דער קל הקל תחלה איז סתם עמארצות ואינו ענין לכאן כלל. ומעולם לא שמענו שיש להעדיף לעשות מלאכות בגרמא לחולים. די גאנצע מעשה מיט די פשעטל אז די סארט זאכן זאל מען נוצען פאר חולים איז אז הרב רוזן מיט הלפרין דארפן וואס צו טוהן מיט זייערע פאטענטן נאכדעם וואס רוב רבנים האבן מכריע געווען אז עס איז נישט מתיר דער איסור נו וואס וועט זיין מיט די גאנצע ביזנעס זענען זיי געקומען מיט דער איינפאל פון חולים.

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 21, 2015 7:47 am

· #268098
הרב הארפענעס געוויס איז מודה אז מצד מלאכת שבת איז דאס מותר לגמרי, ער באציעט זיך בעצם אינעם ערשטן בריוו אויך לגבי חולים און פון אנשים רגילים רעדט ער נישט לכאן ולכאן, ס"ה די ריזענינג וואס ער גיט אן לגבי חולים איז גילטיג פאר יעדען איינעם, למעשה איז ער זיך מסביר אז ער האט טאקע נישט מתיר געווען בסתמא, וועגן זילותא דשבתא וכדומה, נאר וואסזשע דעם ער האלט אז עס איז אכשר דרא אז מ'קען צושטעלן מתחלה פאר א חולה אז די מלאכות זאלן געטוען ווערן באופן המותר, פארוואס עמהארצות? ער האלט אז מען זאל מהדר זיין לויט די דעה אז שבת איז הודחה און נישט הותרה אצל חולים וואס דאן איז מען מקפיד באופן שאין בו דיחוי צו רעדיצירן ווי ווייט מ'קען חילול שבת

שמערל » דינסטאג אפריל 21, 2015 8:07 am

· #268102
לעיקוואד
נאכדעם וואס רוב רבנים האבן מכריע געווען אז עס איז נישט מתיר דער איסור נו וואס וועט זיין מיט די גאנצע ביזנעס זענען זיי געקומען מיט דער איינפאל פון חולים.

כנהורא ועוד, איז דען דא א רב וואס האט שוין אפגעשריבן א נארמעלע תשובה פארוואס די פאטענט איז בפועל "אסור"? אדער זייער כח עס נישט מתיר צו זיין שטאמט אפשר פונעם זעלבן כח וואס זיי האבן נישט מתיר צו זיין ב"ק?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 21, 2015 9:54 am

· #268127
דער עולם דערמאנט דער סברא פונ'ם חזו"א וועגען בונה, נישט ברענגענדיג דער זאך בשלימותה. ער בויעט נישט קיין סברא פון זיך אליינס אז דאס זעט איהם אויס ענדליך צו בונה, און כיפערדיג דער גאנצע הלכה'דיגע פראצעס, קומט אויס מיט א פולקאמער איסור. ער בויעט עס קודם אויף ראשונים מיט א סברא פון מיטה של טרסיים. דער יסוד פון בונה לויט איהם איז: צוזאמשטעלען צוויי זאכען וואס מאכט א נייע זאך א נייע השתמשות. קוקסט אין דער בוך פון בנימין בראון – החזון איש הפוסק, המאמין ומנהיג המהפכה החרדית פון עמ' 569 און ווייטער ווי ער באשרייבט עס שיין.
דער ברענגען א 'מחלוקת חזו"א און הגרשז"א' איז אביסל נישט אין פלאץ. ס'איז א דור גערוקט, און הגרשז"א איז אזוי משועבד צום חזו"א ווי אונז זע'מיר. אויב ס'איז שטארק נוטה לחלוק עליו מעג און דארף ער חולק זיין. אבער צו אונז וואס ווייסען נישט איז דאס ניטאמאל א מחלוקת.
דער איסור דרבנן האט מיר אלס געשטערט. אויב ס'איז נישט דאורייתא, ט'ווי ווערט עס א דרבנן? ווען האבען דער רבנן עס גע'אסר'ט? ווי הייסען די רבנן? טאמער איינער קען מיר צושטעלען א מראה מקום דערצו, וואלט איך געווען דאנקבאר.
מ'זעט אויך כמה גדולים דברי חכמים. דער חזו"א האט געזאגט פאר איינער 'מ'מיינט דער איסור פון עלעטריק שבת שטייט און מ'דארף יעצט זוכען התירים. ניין, ס'איז בכלל נישט באשטעטיגט. מ'דארף נאך זוכען דער איסור'. נארמאל לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אזא זאך. יעדער קינד ווייסט אז מ'טאר נישט אנצינדען א לעכט שבת. נאר יעצט זעט מען אז למעשה ביים עולם הערשט א רייץ דאס אונטערצוברענגען, נישט ווי אלע אנדערע איסורים. מ'האלט נישט אין איין זוכען וועגען צו קענען קאכען שבת צו וואס, נאר פאר עלעקטריק. און ער איז מסביר ווייל ס'איז נישט איינגעבאקען ביים עולם. (אויך ביי די שקצים אין וומסב"ג זוכט מען אונטערצוברענגען דער מלאכה גרועה פון טראגען אין גאס, אבער דאס איז אן אנדערע שמועס 😉 און מ'איז מקיים דער חובת מחאה ע"י שלוחא דרבנן וואס שרייען אן דער וואס מ'דארף)
לגבי די אלע רבנים וואס זענען מתיר. נארמאל פארשטייט מען אז א דבר התלוי בסברא, און בפרט האקעלע סברות וואס זענען נישט מפורש, זאלען נישט בלייבען אין די הענט פון סתם רבנים וואס קענען טעפעל לעפעל און אפילו די וואס קענען אפילו דרייען אביסל מיט'ן גראבען פינגער. דאס איז פאר אנגעזע'ענער רבנים וואס קענען שו"ע בעיון און האבען א יד ואחיזה אין א סברת הפוסקים. דאס קומט נישט מיט'ן סמיכה און נישט מיט'ן ירושה. פאר דעם דארף מען הארעווען און פלאגען יארען לאנג ולא יניח שינה בעיניו ותנומה לעפעפיו וכו' ווי דער לשון הרמב"ם גייט. ס'איז נאך דא אזעלכע אבער ביז מ'ווייסט נישט אויף איינער אז ער איז אזוי, זאגט רוב און חזקה אז ער איז נאך נישט דארט.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 21, 2015 2:04 pm

· #268185
דיין סברא אויף ווער ס'מעג פסק'נען 'האקעלע' הלכות שבת דארף א מקור. די סברא זאגט אז יעדע מענטש וואס קען די הלכות און ווייסט וויאזוי נאכצוקוקן די מקורות זאל קענען אפמאכן וואס הלכה זאגט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 21, 2015 2:57 pm

· #268202
Re: אנצינדען א לייט אין שבת
וכי מפני שאנו מדמין נעשה מעשה? סברות האבען א גרעניץ, און דער וואס האט עס נישט געלערנט פונ'ם באהאלטענער חלק פון פסק, קען עס נישט. פונקט ווי דער למדן וואס קען נישט די סוגיא קלאר, מעג. נישט פסקנ'ען מסברא, אזוי אויך דער קענער וואס פארשטייט נישט קען נישט מדמה זיין נער מכח דער קענשאפט. און פונקט ווי איינער אן אויגען קען נישט זען.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 21, 2015 3:40 pm

· #268215
נהורא, שמעריל, יא עס איז דא. איך וועל נאכקוקען א משהו שפעטער. דער עיקר שמועס דריייט זיך אויב די פאטענט מאכט עס בכלל פאר א גרמא און אויב דאס רעכנט זיך בכלל פאר א היתר להלכה. אמת לויט די אוסרים - שכן מסתבר ואכמ- קומט אויס עס העלפט נישט קיין חולה אויך נישט, פאר דעם קלער איך אז למעשה אדער איז מען נאר מתיר צו געבן איבעריגע ביזנעס פאר מכון צומת אהגם עס איז נאר מותר במקום שמותר לחלל שבת אדער טאקע הטלט מען בעצם איז מותר. עס איז טאקע אומקלאר א משהו צריך לברר. לדידי זעהט דער גאנצער היתר פון גרמא דא גאר רחוק מן השכל וכן שמעתי וראיתי מכמה פוסקים חשובים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 21, 2015 6:24 pm

· #268310
Re: אנצינדען א לייט אין שבת
מ'האט געמאכט א גרויסע טעכנישע בער פון א גרמא. פארוואס איז בישול נישט קיין גרמא. בשעת מ'לייגט דער טאפ אויפ'ן פייער איז דאס נישט אינ'ם מצב פון ווערען געקאכט ביז ס'ווארעמט זיך אן. נאר אזוי איז דרך בישול און דער מעשה איז וואס קאכט, הייסט עס שוין נישט אומדירעקט. יעצט דער סוויטש קען באהאלטען אונטער זיך וואס פאר א קונץ, מ''מ אזוי צינד מען אן א לעכט.
היינט געהערט בשם ר' גדליה נדל זצ''ל פון א געדרוקטע בריוו זיינע, זיי מיינען חז''ל זענען נישט געווען אזוי קלוג צו טראכטען פון אזעלכע פאטענט'ן?
הגם איך פארשטיי איהם נישט, מ''מ אלו דבריו.

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 21, 2015 11:16 pm

· #268410
הבא ללמד
כוכב
דער עפיזאד ווי ער פרובירט אריינצושלעפן א שבת גויטע אין זיין בעדרום איז איינס און א גוטס... איך האב אויך געהאט אזא געשיכטע אלס בחור. עס האט מיר גענומען א פאר מינוט צו כאפן ווי awkward איך בין געווען, צו פרובירן אריינרופן א מיידל צו מיר אין שטוב...


@כוכב איך האב געציטערט אלטס בחור נאר צי רעדען צי א מיידעל, ווער רעדט נאך פין אריין ריפען

הבא ללמד: ביטע זיי נישט נאאיוו. דאס איז דאך א חלק פון די רעקלאמע/קאמערשל...!

מור וקציעה » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:11 pm

· #269068
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/imagebank/width475/article_9ab57794d7c048c38018d060a95d9238.jpg">http://www.bhol.co.il/imagebank/width47 ... 5d9238.jpg</a>

פארוואס? » פרייטאג אפריל 24, 2015 10:10 am

· #269329
נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?
יעצט בלייבט צו שפאקולירן, אויב די היינטיגע חרדישע רבנים וואלטן געווען אין די צייטן וואס מ׳איז אויפגעקומען מיטן אזויגערופענעם היתר פון מכירת חמץ, וואלטן זיי עס מתיר געווען נאר פאר חולים שיש בנם סכנה אדער אויך פאר חולים שאין בהם סכנה?

(בעצם, וואס דארפן מען שפאקולירן, מ׳קען דאך קוקן אויף די היתר מכירה פון שמיטה).

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 24, 2015 10:55 am

· #269337
מוזט נישט צוריקגיין ביז מכירת חמץ, איך האב קיין ספק נישט אז ווען שבת זייגערס קומען ווען היינט ארויס וואלטן זיי געווען אסור פארן נישט זיין שבתדיג אדער עפעס אן אנדערע אויסטרעף. בלי שום ספק כלל.

סאשי פיש » פרייטאג אפריל 24, 2015 11:07 am

· #269344
ווער האט געטוישט די קעפל פונעם אשכול?
פארוואס שטייט נישט אז מען האט עס געטוישט?

@אנאנים

לעיקוואד » מוצ"ש אפריל 25, 2015 10:51 pm

· #269546
זייט ווען איז די הלכה אז גרמא איז מותר בצורך גדול? בכל אופן א חולה שאיב"ס דארף נישט אנקומען צו דעם, אויך א שינוי דארף מען נאר היכא דאפשר.
(אין אנדערע ווערטער, לויט רוב פוסקים אז לעקטער איז א דרבנן, מעג מען עס אנצינדען לצורך חולה שאיב"ס)

יאיר » מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:23 pm

· #269558
ליטוואק פון בודאפעסט
דער עולם דערמאנט דער סברא פונ'ם חזו"א וועגען בונה, נישט ברענגענדיג דער זאך בשלימותה. ער בויעט נישט קיין סברא פון זיך אליינס אז דאס זעט איהם אויס ענדליך צו בונה, און כיפערדיג דער גאנצע הלכה'דיגע פראצעס, קומט אויס מיט א פולקאמער איסור. ער בויעט עס קודם אויף ראשונים מיט א סברא פון מיטה של טרסיים. דער יסוד פון בונה לויט איהם איז: צוזאמשטעלען צוויי זאכען וואס מאכט א נייע זאך א נייע השתמשות. קוקסט אין דער בוך פון בנימין בראון – החזון איש הפוסק, המאמין ומנהיג המהפכה החרדית פון עמ' 569 און ווייטער ווי ער באשרייבט עס שיין.
דער ברענגען א 'מחלוקת חזו"א און הגרשז"א' איז אביסל נישט אין פלאץ. ס'איז א דור גערוקט, און הגרשז"א איז אזוי משועבד צום חזו"א ווי אונז זע'מיר. אויב ס'איז שטארק נוטה לחלוק עליו מעג און דארף ער חולק זיין. אבער צו אונז וואס ווייסען נישט איז דאס ניטאמאל א מחלוקת.
דער איסור דרבנן האט מיר אלס געשטערט. אויב ס'איז נישט דאורייתא, ט'ווי ווערט עס א דרבנן? ווען האבען דער רבנן עס גע'אסר'ט? ווי הייסען די רבנן? טאמער איינער קען מיר צושטעלען א מראה מקום דערצו, וואלט איך געווען דאנקבאר.

אסאך פוסקים זאגן אז לעקטער איז אסור וועגן מוליד, וואס איז גראדע גאנץ מסתבר.
אגב, דער חזון איש'ס חידוש האט נישט קיין הענט און קיין פיס, כידוע. ס'איז אן אייגענע סברא וואס האט נישט קיין שום אחיזה אין גמרא וראשונים. די איינציגע סיבה פארוואס מען דערמאנט עס בכלל איז ווייל ס'איז "דער חזון איש". און אויב מען אסר'ט שוין יא לעקטער וועגן א בויך סברא, זאל מען שוין מחדש זיין אז דאס איז נאך א אב מלאכה, מלאכת עלעקטער. ס'שטייט דאך אין די מעשה ביכלעך אז שלמה המלך האט גענוצט לעקטער פאר זיין קעניגליכע שטול, אודאי האט ער עס גענוצט פאר די בית המקדש.

יאיר » מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:25 pm

· #269560
איך ווייס נישט פונקטליך ווי אזוי דער נייער פאטענט ארבעט, אבער איז דאס אנדערש להלכה ווי עפענען א פריזשידער שבת ווען ס'ארבעט נישט, וואס איז אויך א פסיק רישא בגרמא?

געפילטע פיש » מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:27 pm

· #269561
ס'איז נאך בעסער ווי א פרידזש ווייל די פרידזש איז זיכער אז עווענטואל גייט זיך עס אנצינדען, משא"כ דעם סוויטש. בד"וו, פארוואס איז מוליד מסתבר מער ווי אנצינדען א קראן וואסער?

יאיר » מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:29 pm

· #269562
געפילטע פיש
ס'איז נאך בעסער ווי א פרידזש ווייל די פרידזש איז זיכער אז עווענטואל גייט זיך עס אנצינדען, משא"כ דעם סוויטש. בד"וו, פארוואס איז מוליד מסתבר מער ווי אנצינדען א קראן וואסער?

ווייל א קראן וואסער טוישט נישט דעם סינק. אנצינדן א לעקטער טוישט דעם לעקטער פון טונקל צו ליכטיג, און עס פילט אן די גאנצע שטוב מיט א ליכטיגקייט. דאס איז אסאך ענדערש א שינוי מהותי ווי אנצינדן א סינק, און איז לכאורה נישט ווייניגער ווי מוליד ריח.

נהורא נפישא » מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:32 pm

· #269563
[ציטאט אראפגענומען]

גראדע איז א חידוש אז די רמ"א ברענגט דעם מרדכי וואס ברענגט בשם רבינו יואל אז ס'איז נאר מותר במקום הפסד בשעת ווען דער רא"ש האלט קלאר אז ס'איז מותר בכל אופן וכפשטות לשון הגמ' בכל כתבי, די ט"ז אין הל' י"ט האלט אז העיקר כהרא"ש אז ס'איז מותר ער איז זיך נאר מסתייג מכריע צו זיין קעגן רמ"א

יאיר » מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:34 pm

· #269564
געפילטע פיש
ס'איז נאך בעסער ווי א פרידזש ווייל די פרידזש איז זיכער אז עווענטואל גייט זיך עס אנצינדען, משא"כ דעם סוויטש.

מיינסט מסתמא צו זאגן אז יעדע ביסל ווארעמע לופט גיבט צו אז עס זאל זיך שפעטער אנצינדן. אבער ביי די לעקטער איז נישט זיכער אז ס'צינדט זיך אן?

שמערל » מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:35 pm

· #269566
עס איז נישט דומה צו עפענען א פריזש, וואס ער וויל נישט אז די עפענען זאל עפעס גורם זיין, איז עס אין ערגסטן פאל א פסיק רישא דלא איכפת ליה, מיט א גרמא.
משא"כ דא וואס ער וויל אז די לעקטער זאל זיך אנצינדן דורך זיין מעשה

יאיר » מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:54 pm

· #269571
ייש"כ פאר די העתקה פון רב אבינר. דאס איז ממש א חידוש נפלא אז א פוסק באנוצט זיך נאך מיט דעם אלטן אויסגעפרואווטן סגולה פון קאממאן סענס ביים פסק'ן א שאלה.

געפילטע פיש » זונטאג אפריל 26, 2015 12:01 am

· #269573
יאיר
געפילטע פיש
ס'איז נאך בעסער ווי א פרידזש ווייל די פרידזש איז זיכער אז עווענטואל גייט זיך עס אנצינדען, משא"כ דעם סוויטש. בד"וו, פארוואס איז מוליד מסתבר מער ווי אנצינדען א קראן וואסער?

ווייל א קראן וואסער טוישט נישט דעם סינק. אנצינדן א לעקטער טוישט דעם לעקטער פון טונקל צו ליכטיג, און עס פילט אן די גאנצע שטוב מיט א ליכטיגקייט. דאס איז אסאך ענדערש א שינוי מהותי ווי אנצינדן א סינק, און איז לכאורה נישט ווייניגער ווי מוליד ריח.

וואס הייסט? די קראן וואסער איז מוליד א נאסקייט אינעם סינק וואס איז פריער נישט געווען. פריער איז געווען טרוקן, יעצט איז נאס.

יאיר » זונטאג אפריל 26, 2015 12:15 am

· #269580
און ווי אזוי פארשטייסטו דעם חילוק צווישן מוליד ריח און אנצינדן א קראן?

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אפריל 26, 2015 12:56 am

· #269590
נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?
יו״ט דארף עס זיין מותר לחתחילה. ווייל גרמא איז מותר אין יום טוב. ווייסט איינער צי די אלע חותמים קעגען וועלען אויך זיין קעגען די סוויטש אין יו״ט ?

געפילטע פיש » זונטאג אפריל 26, 2015 1:57 am

· #269608
יאיר
און ווי אזוי פארשטייסטו דעם חילוק צווישן מוליד ריח און אנצינדן א קראן?

טאקע שווער מחלק צו זיין, אבער ס'איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו אסר'ן זאכן ווי אנצינדען א סינק וועגן מוליד ווייל ס'איז דומה צו מוליד ריח. אפשר קען מען בדוחק מחלק זיין אז ס'ווערט שטערקער אינעם כלי צו וואס. אבער פונקט ווי דו פארשטייסט אז מ'מעג נוצן א היידראליק ליפט שבת, אפילו די היידראליק פרעשור איז "מוליד" א קראפט אויפצוהייבן א שלאק למשל, אין א פלאץ וואו ס'איז פריער נישט געווען דעם כח, אזוי אויך דארפסטו פארשטיין די זעלבע ביי א קראפט פון עלעקטראנס.

בן נריהו » זונטאג אפריל 26, 2015 2:26 am

· #269613
א נייע שטערן, כאטשיק דאס ווילט זיך עם ווערן, שיינט אויף איבער'ן הלכה'שע האריזאנט - מיט אגרעסיע. הרב צבי ארטנער, וואס - די פארגאנגענע וואך - איז ער אין "עמי" באטיטעלט "רב פאר טעכנאלאגישע אנגעלעגנהייטן אין בית דין פון הרב יחזקאל ראטה", און אין משפחה - ווידער - באטיטעלט ער זיך - דורך זייערע שרייבער - "רב המכשיר פון דער הלכה/טעכנאלאגיע יו. עס. עי.", פארפירט מוטיג קעגן דעם נייעם ערפינדערניש. עס וואלט א שטארקע זארגפעליגקייט געווען ווען רב ארטנער קען אנגעבן ווי ער האט טעכנאלאגיע שטודירט, און אינאיינוועגס ווי ער האט הלכה פארפולקאמט.

מור וקציעה » זונטאג אפריל 26, 2015 2:47 am

· #269617
בפשטות נראה שהעיקר עם דעת המתירין והמחמירים להורות איסור לרבים הרחיקו לכת וכמעט שאין להם על מה שיסמוכו

ואפרש שיחתי

במשנה בכל כתבי (שבת קכ) רבי שמעון בן ננס אומר, פורסין עור של גדי על גבי שדה תבה ומגדל שאחז בהן את האור, מפני שהוא מחרך .
ועושין מחצה בכל הכלים, בין מלאים בין ריקנים, בשביל שלא תעבר הדלקה, רבי יוסי אוסר וכו'.

ובגמרא שם בע"ב שמחלוקתם אם גרמא מותר בשבת. לרבנן "לא תעשה [כל] מלאכה, עשייה הוא דאסור גרמא שרי"

וז''ל הרמב''ם פי''ב ה''ד
מותר לעשות מחיצה בכל הכלים בין מלאים בין ריקנים כדי שלא תעבור הדליקה. אפילו כלי חרש חדשים מלאים מים עושין מהן מחיצה אף על פי שודאי מתבקעין ומכבים. "שגרם כיבוי מותר". וכופין קערה על גבי הנר בשביל שלא תאחז בקורה:

ועיי''ש בהלכה ה' ו' שמביא כמה מיני דוגמאות לכך ,

עכ''פ מבואר בגמרא וברמב''ם ' שגרם כיבוי מותר ' ללא שום סייג ותנאי

אלא שבסימן של''ד סעיף כ''ב הוסיף רבינו הרמ''א תנאי וז''ל
תיבה שאחז בה האור יכול לפרוס עור של גדי מצדה האחר שלא תשרף ועושים מחיצה בכל הכלים להפסיק בין הדליקה אפילו כלי חרס חדשים מלאים מים שודאי יתבקעו כשתגיע להם הדליקה דגרם כיבוי מותר:
הגה: במקום פסידא (מרדכי פרק כל כתבי)

ולכאורה דבריו סותרים מש''כ הוא עצמו בסי' תקי''ד שמותר לכבות נר ע''י גרמא אפילו במקום דליכא פסידא כלל, וז''ל ומותר להעמיד נר במקום שהרוח שולט כדי שיכבה אבל אסור להעמידו שם אם כבר הרוח מנשב (מהרי"ל):

וגדולי הפוסקים [ה''ה הט''ז המ''א א''ר ושאר גדולי אחרונים] עמדו על זה כאן בתקי''ד ולעיל בסי' של''ד ורע''ז ולא אעתיק דבריהם כי יש בזה אריכות קצת ואסתפק בהבאת דברי שני גדולי הפוסקים האחרונים המשנה ברורה והערוך השולחן

במ''ב תקי''ד אות כ''ה כתב על דברי הרמ''א וז''ל ר"ל שיכול לשלוט כשיבא וטעם ההיתר משום דאינו אלא גרם כיבוי בעלמא:
וע''ז הוסיף בשער הציון אות ל''א וז''ל ומה שהקשה מ''א ע''ז מס''ב כונתו במש''כ שם בסק''ה דלא שרי גרם כיבוי אלא במקום פסידא כמ''ש סימן של''ד סכ''ב בהג''ה באמת אותה הג''ה אין לה מקור וכמו שכתב הט''ז בסוף סק''ו בסימן זה דלא מצינו חבר לשיטה זו וגם המ''א בעצמו סק''ז כתב דהרא''ש לא ס''ל שיטה זו ע''כ

וז''ל הערוך השולחן בסימן תקיד סעיף יא:
עוד כתב הרמ''א: דמותר להעמיד נר במקום שהרוח שולט, כדי שיכבה. אבל אסור להעמידו שם אם כבר הרוח מנשב. עד כאן לשונו. דקודם שבא הרוח – הוה גרם כיבוי, שבעת מעשה אינו מקטין אורה גם כן. אבל בשעת הרוח – הרי זה ככיבוי ממש על ידי הרוח. וגם בשעת מעשה יש השתנות, ולפיכך אסור.
ויש שחשש לאסור לגמרי אפילו כשאין רוח כלל, גזירה אטו כשיהיה רוח, כדגזרינן לעיל סימן רעז בשבת (מגן אברהם סעיף קטן י). והעיקר כדברי רבינו הרמ"א מתרי טעמי:
חדא: דלפי מה שבארנו לעיל שם סעיף ז, גם בשבת אינו כן (וכן כתב האליה רבה, עיין שם). אמנם אפילו אם בשבת כן הוא, כבר כתב רש"י ז"ל ביבמות (קיט א) דלעניין הרחקה שלא לבוא לידי איסור תורה – שפיר חששו חכמינו ז"ל באיסור כרת, ולא באיסור לאו, עיין שם. ואם כן אפילו אם בשבת גזרו אטו רוח, מכל מקום ביום טוב דאיסור לאו – לא חששו.
ומה שכתב המגן אברהם דהמנהג שלא ליקח נר לביתו מבית הכנסת ביום טוב – וודאי כן הוא, דעל פי רוב יש רוח. אבל באין רוח – וודאי דמותר. ע''כ

חזינן מכל הלין דגרמא מותר (עכ''פ במקום פסידא) אפילו במלאכה דאורייתא , לא מיבעיא לשיטת הרמב''ם דס''ל משאצל''ג חייב, אלא אפילו לשאר הראשונים דס''ל משאצל''ג פטור מ''מ כיבוי נחשב לדאורייתא עיין שו''ע סימן רע''ח לענין כיבוי בשביל חולה שיש בו סכנה ועיי''ש במ''ב, וז''ל בביאור הלכה סוף סימן של''ד דגרם כיבוי מותר ולאו דוקא כיבוי דהוא מלאכה שאינה צריכה לגופה דאפילו בכל מלאכות הדין כן וכנ''ל ע''כ

נחזור לענינו , שאפילו בשעון שבת רגילה המצוי בכל בית, מותר לחבר בורג ולגרום להדלקת או לכבות נר חשמלי עכ''פ בשעת הדחק גדול וכמבואר בשש''כ ושאר אחרוני זמנינו ,

וכ''ז בcondescend bulb הרגילה שנחשב לרוב הפוסקים לאיסור תורה,
אבל כידוע הcondescend bulb כמעט ואין מייצרין אותו בכל העולם, האיחוד האירופי, ארה''ב, סין ועוד ועוד אסרו לייצר את הcondescend bulb , ממילא עיקר נידן דידן על הLED Bulb שבתוך חמש שנים יהיה הLight Bulb של רוב רובם ככולם, ולהדליק הLED בשבת לכל היותר נחשב לאיסור דרבנן, היכא שמתירין גרמא גם בלא פסידא , וממילא מדינא מותר להדליקו ולכבותו [הLED] אפילו בשעון שבת רגילה (ע''י חיבור בורג),
וכש''כ בנידן דידן של הKosher Switch שיש בזה כמה וכמה סניפים חדשים להתיר

סוף דבר , הרוצה להחמיר על עצמו קדוש יאמר לו, אבל להורות איסור לרבים אינו אלא מן המתמיהים

יאיר » זונטאג אפריל 26, 2015 2:50 am

· #269618
געפילטע פיש
יאיר
און ווי אזוי פארשטייסטו דעם חילוק צווישן מוליד ריח און אנצינדן א קראן?

טאקע שווער מחלק צו זיין, אבער ס'איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו אסר'ן זאכן ווי אנצינדען א סינק וועגן מוליד ווייל ס'איז דומה צו מוליד ריח. אפשר קען מען בדוחק מחלק זיין אז ס'ווערט שטערקער אינעם כלי צו וואס. אבער פונקט ווי דו פארשטייסט אז מ'מעג נוצן א היידראליק ליפט שבת, אפילו די היידראליק פרעשור איז "מוליד" א קראפט אויפצוהייבן א שלאק למשל, אין א פלאץ וואו ס'איז פריער נישט געווען דעם כח, אזוי אויך דארפסטו פארשטיין די זעלבע ביי א קראפט פון עלעקטראנס.

קודם, אפשר איז טאקע היידראליק פרעשור אסור צוליב מוליד. מ'דארף מעיין זיין.
צווייטנס, ס'איז נאך אלס דא א חילוק ווייל דער קראפט פון היידראליק פרעשור איז נישט א פיזישע זאך וואס מען קען זען און שפירן.
איך קוק אן דער געדאנק פון מוליד אז מען טוישט א כלי/ארט אויף א געוויסער אופן וואס איז נישט בלויז א טעכנישע שינוי בכמות נאר האט אן אומדירעקטע השפעה אויף די גאנצע זאך באיכות. ומהאי טעמא האבן טייל ראשונים גע'אסר'ט אויפצולאזן אייז וועגן מוליד, ווייל דאס טוישט די פראקטישע מציאות פון די וואסער - פריער האט מען עס נישט געקענט טרינקען און יעצט קען מען יא. אריינברענגען עלעקטראנס אין א כלי וואס באלייכט די גאנצע כלי, און גיבט עס דעם כח צו באלייכטן א גאנצע צימער, איז אין מיינע אויגן גארנישט ווייניגער געטוישט די כלי באיכות ווי ווען מען פילט עס אן מיט א ריח. אבער איך בין מודה אז ס'איז מער א סברא ווי א הלכה וואס איז איינגעקריצט בעט ברזל.

מור וקציעה » זונטאג אפריל 26, 2015 2:57 am

· #269620
יאיר
איך ווייס נישט פונקטליך ווי אזוי דער נייער פאטענט ארבעט, אבער איז דאס אנדערש להלכה ווי עפענען א פריזשידער שבת ווען ס'ארבעט נישט, וואס איז אויך א פסיק רישא בגרמא?


דארט איז דא א סברא אז עס איז לא ניחא ליה אז די קאלטע לופט זאל ארויס גיין פון די פריזש , פסיק רישה דלא ניחה ליה איז מותר לויטן ערוך

מור וקציעה » זונטאג אפריל 26, 2015 3:20 am

· #269627
לעיקוואד
זייט ווען איז די הלכה אז גרמא איז מותר בצורך גדול?

שוין ביסט מיר מטריח ארויס צו נעמין מיין פארשטויבטען שמירת שבת כהלכתה 🙂

עיין שש''כ פרק יג אות כה והערות צא צג צו

מור וקציעה » זונטאג אפריל 26, 2015 3:43 am

· #269631
נהורא נפישא
[ציטאט אראפגענומען]

גראדע איז א חידוש אז די רמ"א ברענגט דעם מרדכי וואס ברענגט בשם רבינו יואל אז ס'איז נאר מותר במקום הפסד בשעת ווען דער רא"ש האלט קלאר אז ס'איז מותר בכל אופן וכפשטות לשון הגמ' בכל כתבי, די ט"ז אין הל' י"ט האלט אז העיקר כהרא"ש אז ס'איז מותר ער איז זיך נאר מסתייג מכריע צו זיין קעגן רמ"א

ליתר דיוק אצטט לשונו ''מכל מקום נראה דבצורך קצת אף שאינו צורך גדול יש להקל''

געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 27, 2015 12:27 am

· #269935
יאיר
געפילטע פיש
יאיר
און ווי אזוי פארשטייסטו דעם חילוק צווישן מוליד ריח און אנצינדן א קראן?

טאקע שווער מחלק צו זיין, אבער ס'איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו אסר'ן זאכן ווי אנצינדען א סינק וועגן מוליד ווייל ס'איז דומה צו מוליד ריח. אפשר קען מען בדוחק מחלק זיין אז ס'ווערט שטערקער אינעם כלי צו וואס. אבער פונקט ווי דו פארשטייסט אז מ'מעג נוצן א היידראליק ליפט שבת, אפילו די היידראליק פרעשור איז "מוליד" א קראפט אויפצוהייבן א שלאק למשל, אין א פלאץ וואו ס'איז פריער נישט געווען דעם כח, אזוי אויך דארפסטו פארשטיין די זעלבע ביי א קראפט פון עלעקטראנס.

קודם, אפשר איז טאקע היידראליק פרעשור אסור צוליב מוליד. מ'דארף מעיין זיין.
צווייטנס, ס'איז נאך אלס דא א חילוק ווייל דער קראפט פון היידראליק פרעשור איז נישט א פיזישע זאך וואס מען קען זען און שפירן.
איך קוק אן דער געדאנק פון מוליד אז מען טוישט א כלי/ארט אויף א געוויסער אופן וואס איז נישט בלויז א טעכנישע שינוי בכמות נאר האט אן אומדירעקטע השפעה אויף די גאנצע זאך באיכות. ומהאי טעמא האבן טייל ראשונים גע'אסר'ט אויפצולאזן אייז וועגן מוליד, ווייל דאס טוישט די פראקטישע מציאות פון די וואסער - פריער האט מען עס נישט געקענט טרינקען און יעצט קען מען יא. אריינברענגען עלעקטראנס אין א כלי וואס באלייכט די גאנצע כלי, און גיבט עס דעם כח צו באלייכטן א גאנצע צימער, איז אין מיינע אויגן גארנישט ווייניגער געטוישט די כלי באיכות ווי ווען מען פילט עס אן מיט א ריח. אבער איך בין מודה אז ס'איז מער א סברא ווי א הלכה וואס איז איינגעקריצט בעט ברזל.

במכונת הידרלי כבר דשו בה רבים, מתירים להשתמש בהם לצורך 'שלאק' ומעליות הידרליות.
איך פארשטיי דיך אבער נישט, דו זאגסט אז היידראליק פרעשור קען מען נישט זען, און אלעקטריק קענסטו דען יא זען??? וואס דו קענסט זען ביי ביידע איז די מאניפעסטאציע פונעם פאוער, דא די לייט באלב, און דארט ווי די שלאק הויבט זיך אויף. ומה ראית?

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 27, 2015 1:15 am

· #269961
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ניין. רבי שמעון גרינפעלד, אין שו"ת מהרש"ג (געלעבט בערך 120 יאר צוריק) שרייבט אז די פייער פון לייט באלבס הייסט נישט קיין הבערה מדאורייתא. פארשטייטצעך אז רוב פוסקים פון זיין צייט זענען נישט מסכים מיט איהם...!

געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 27, 2015 1:16 am

· #269963
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב נאכנישט געליינט די לינק וואס דו ברענגסט, לכשאפנה. אבער פארוואס זאל לעכטיגקייט אין א באלב זיין מער מוליד ווי עפענען די פירהענג אין א טונקעלע צימער און מוליד זיין דארט א ליכטיגקייט? אדער אריינלייגן קאווע אין וואסער און מוליד זיין דארט א טעם קאווע. דאס איז דאך ממש דומה לנותן ריח בכלים? אלא מאי, א כלי וואס האט א ריח איז עפעס א נייע מין מהות, אבער מ'קען פון דעם נישט בויען אז א נאסע, ליכטיגע, ווארימע, קאוועדיגע הולדה זאל אויך הייסן מוליד, ווייל אין לך בו אלא חידושו. חוץ פון דעם וואס במקור פון דעם חידוש, אז אלקטרי זאל הייסן מוליד, כ'געדענקט שוין נישט וואו דאס איז געווען, והמלנקקים ילנקקו, איז זיין חידוש געווען אז מ'איז מוליד דא א נייע עלעקטריציטעט אינעם דראנט, ער האט נישט גערעדט פון מוליד זיין ליכטיגקייט, אדער א מאטאר זאל זיך דרייען, דוכט זיך ער האט דעמאלס גערעדט וועגן טעלאפאון.... אקעי, גע'גוגל'ט און געטראפן.
[quote="שו"ת בית יצחק, השמטות לסי' לא ביורה דעה ב"]אם רשאים לדבר בשבת על ידי מכונה הנקראת טעלעפון. והנה לפע"ד יש איסור בדבר, ושומר נפשו ירחק ממנו. כי מלבד מה שמוכרח למדבר במכונה כזאת להכות מקודם בפעמון עת ירצה לדבר, וזה איסור משום משמיע קול, יש איסור עוד משום דע"י סגירת זרם העלעקטרי נולד כח עלעקטרי, וזה אסור בשבת. דכמו בסחופי אשיראי, דאמרינן בביצה כג דאסור משום דמוליד ריחא, דאסור לעשות עלעקטרישע פערבינדונג. ומהאי טעמא לדעתי יש לאסור לעשות זאדא וואססער משום דגם שמה מוליד הרכבה חימית [/quote]
זעט מען אז ער האט אפילו נישט גערעדט פונעם תוצאה פון עלעקטריק, נאר פון די "עלעקטרישע פערבינדונג" וואס דאס איז "מוליד" א נייע כח פון עלעקטריק. פון דעם זעט מען קלאר ווי שטארק ער האט זיך אויסגעקענט מיט עלעקטריק, במחכת"ר, נישט אז דאס איז אזא חיסרון פאר זיין צייט, די שו"ת בית יצחק האט ער געדרוקט אום יאר תרס"ד, ווען קוים וואס די פיזיקער האבן פארשטאנען עלעקטריק, היינט אבער פארשטייען מיר שוין אז מיטן מאכן אן עלעקטראנישע פערבינדונג איז מען נישט מוליד קיין שום נייע עלעקטריק, די עלעקטריק איז קאי וקיימא און ליקט אנגעגרייט אינעם פאוער פלענט, די זעלבע וועג ווי די וואסער ליגט אנגעגרייט אינעם רעזעוואר, ס'ווערט נישט באשאפן קיין שום נייע וואסער ביים עפענען דעם קראן.
דאס וואס איר פארגלייכט דאס צו מאכן סודה וואסער, אזא גזירה שוה עלעקטרישע פערבינדונג מיט כעמישע פארבינדונג איז אויך אביסל קאמיש, און אינטרעסאנט טאקע אז די צווייטע האלב פון זיין פסק האט מען טאקע נישט אנגענומען, לגבי מאכן סודה וואסער רבו עליו המתירים אז מ'מעג יא, און ס'הייסט נישט מוליד, אבער זיין חידוש אויף עלעקטריק נוצט מען נאך היינט.

אבער דאס איז קלאר אז אין די ווייערס איז נישט דא קיין שטערקערע מוליד ווי אין די וואסער אדער היידראליק פייפס ווען מ'עפענט אויף א וואלוו, אויב עפעס ביי וואסער איז עס א זאך וואס איז נראה לעין און וואלט געדארפט זיין הארבער ווי די אומזעבארע עלעקטריק.

געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 27, 2015 1:28 am

· #269967
איך הער וואס דו זאגסט. איך מיין אז רעדן וועגן לייטס קאמפליצירט די שמועס אביסל, לאמיר קודם זען וואס טוט זיך מיט לעקטער גופא, דערנאך קען מען זען אויב מאכן ליכטיג איז ערגער. ובכן, לאמיר רעדן פון א פשוטע עלעקטראנישע מאטאר, עלעקטריק קומט אריין פון איין זייט, ארויס פון די אנדערע, און די קראפט פון די רוקענדיגע עלעקטראנס שטופט דעם מאטאר זאל זיך דרייען, און דאס דרייט לאמיר זאגן א פען וואס בלאזט און קילט אפ ביים שבת סעודה אין א שיינעם זומערדיגן שבת נאכמיטאג.

האבן מיר דא צוויי פענ'ס, איינס ווערט געפאוער'ד מיט עלעקטריציטעט, מ'דארף נאר עפענען דעם קראן און דורכלאזן די עלעקטריק און די פען הויבט אן בלאזן, גלייך דערנעבן זיצט א וואסער powered פען, וואס אנשטאט עלעקטריק טוט זי די זעלבע זאך מיט וואסער, מ'עפענט דעם קראן, פון איין זייט קומט אריין וואסער, פון די אנדערע זייט ארויס, און ביזדערווייל שטופט די וואסער א מאטאר אינעווייניג וואס דרייט דעם פען. דא האט איר אזא מין פען און וויאזוי ס'ארבעט.


מה דינם? פון די צוויי פענ'ס, ס'איז שבת, די טשולענט איז הייס, די לחיים פון נאכן פיש העלפט נישט צו, איך זיץ און שוויץ אויף די פארשאלטענע פלעסטיק ווייל די פארניטשור סטארס האבן מחליט געווען איינציוויקלען מיינע דיינינג רום בענקלעך. וועלכע פען מעג איך אנצינדען, וועלכע נישט? מעג איך ביידע יא? ביידע נישט? אויב נאר איינע, וועלכע, און וואס איז די חילוק?

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 27, 2015 1:51 am

· #269978
געפילטע פיש: איך ווייס נישט וואס דער מנחת יצחק --וואס דו זאגסט אז ער האט נישט פארשטאנען קיין סאך אין עלעקטריק-- זאגט. אבער ס'איז דא א תשובה אין שו"ת מנחת אלעזר פון מונקאטשער רב ז"ל וואו ער זאגט אז רעדן אויפ'ן טעלעפאן אום שבת ויו"ט איז אסור ווייל אויסער די אריגינאלע קאנעקשן וואס מ'מאכט איז בשעת'ן רעדן ווערט די עלעקטריק שטאקער און שוואכער לויט'ן קול. און ער מאכט א נייע קאנעקשן מיט א יעדע ווארט וואס ער רעדט. אזוי ארבעט א ספיקער...!

ישמעאל הכהן » מיטוואך אפריל 29, 2015 11:11 am

· #270859
📎 rps20150429_111118.jpg

סאשי פיש » מיטוואך אפריל 29, 2015 3:35 pm

· #270953
Re: נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?
ImageUploadedByTapatalk1430336046.235519.jpg

מור וקציעה » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:20 am

· #271167
ישמעאל הכהן
📎 rps20150429_111118.jpg



עס איז מאדנע אז הרב רוטה אסר'ט אפ דעים סוויטש אפילו פאר יו''ט אין קלארן קעגענזאץ צום פסק פון רמ''א [בתקי''ד סעיף ג כתב: ומותר להעמיד נר במקום שהרוח שולט כדי שיכבה אבל אסור להעמידו שם אם כבר הרוח מנשב (מהרי"ל): עיי''ש] וואס האלט אז מען מעג לכתחלה נוצן גרמא ביו''ט

וצע''ג

דרך אגב איז אינטערעסאנט צו באמערקען אז הרב רוטה שרייבט א בריוו אין חודש איר אן חותם זיין פעיה''ק מירון וואס איז א שטארק זעלטענע זאך בחצרות הגאב''ד מקארלסבורג זיך נישט צו געפינען אין מירון חודש איר
בלאט: 1 2 3