☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דרך ארץ קדמה לתורה

דרך ארץ קדמה לתורה

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8617

שמעון וואלף » מיטוואך אפריל 8, 2015 10:22 pm

· #264994
דרך ארץ קדמה לתורה
ס'איז באקאנט דאס ווארט אז פארדעם לערנט מען פרקי אבות אין די וואכן בעפאר שבועות, ווייל שבועות איז דאך זמן מתן תורתנו און מסכת אבות לערנט מדות, וויל מען מרמז זיין אז דרך ארץ קדמה לתורה.

כלפי מה הדברים אמורים?

און די לעצטע טעג איז מיר אויסגעקומען צו הערן דריי מעשיות וואס יעדע פון זיי פארלאנגט התבוננות, מ'זאל אריינקלערן ווי מ'שטיימיר און וואספארא געפיראכץ אונזער געזעלשאפט לעבט מיט.

לאמיר קודם איבערגעבן פרטי הדברים.

מעשה א'
מיט גרויס שוידער איז אויפגענומען געווארן די שרעקליכע נייעס איבער דאס אומקום פון צוויי יונגע נפשות, וועלכע זענען ציטרעטן געווארן צום טויט ביים לוי' פון רב וואזנר ז"ל. קיינער באשילדוגט נישט אז ס'איז געווען במזיד, אבער אן אונס איז עס אויך נישט געווען. ס'זענען דא געלערענטע מענטשן וואס ווייסן וויאזוי צו ארגענעזירן מאסן צאמקונפטן אז ס'זאל נישט צוקומען לידי סכנה. אן אומפאראנטפארליכע עסקן אן עקספיריענס וואס האלט זיך קלוגער און מאכט אפ וואס צו טון אן קיין חשבון איז ווייט פון זיין א שוגג.

מעשה ב'
די צווייטע עפיזאט איז געווען באריכטעט אויף ק"ש דורך ידידנו @פליקער

פליקער
א געוואלדיגע חוצפה האט זיך אפגעשפילט פארענט פון די בראדוועי מצה בעקעריי ערב פסח, ווען עס זענען געוועין ליין'ס ארים די בלאק, און קיין מצה איז נישט געוועין צי באקריגן אינטער ווארטן דריי שעה אויפן ליין.

און נאכען ווארטן באקומט מען זעקס מצות וואס זענען ווייעך און נישט אין מויל צי נעמען, קוים כשר, אדער גאר חמץ.

א גרויסע שאנדע

מעשה ג'

דעם חוה"מ איז מיר אויסגעקומען צו זיין און א שול אין פענסילוועניע. הער איך ווי איינער פון די מתפללים דערציילט פאר זיין חבר אז ער איז געווען מיט זיין משפחה ביי diggerlabd און ער דערציילט בערך בזה הלשון:

There was a lot of Yiddish speaking there. We waited on line for over an hour and it just didn't move. Every few minutes a few other children came and said that their family is in line. Until my wife called the manager who stopped it and said that you cannot go ahead of the line even if your family is there. At the end we had to leave before we got our chance, because it was getting too late.
I also noticed that the only food rappers on the floor were from Kosher l'pesach food.

איך האב נאך צענדליגע מעשיות צוצולייגן אבער דאס האב איך געהערט אין די לעצטע צוויי-דריי טעג. הצד השוה וואס מ'נעמט ארויס פון די עפיזאטן איז אז אין אונזער געזעלשאפט שפירט מען נישט פאר קיין עוולה מזלזל צו זיין בכבוד הבריאות. איך רעדט שוין נישט פון די חילול השם און גניבה וואס איז אינוואלווד, נאר פשוט דרך ארץ! אונזער סיסטעם ווי טאמער ביסטי א קנאקער מיט פראטעקציע האסטי אלעס און טאמער נישט ביסטי א שמאטע, איז אן עקל.

יעצט, אין די וואכן פאר קבלת התורה, לאמיר פראבירן מתקן צו זיין דאס ביסול וואס מיר קענען.מ'דארף מגנה זיין ווען מ'זעהט א צווייטן זיך אויפפירן מיט זלזול כלפי אנדערע און מ'זאל לערנען די קינדער זיך אויפצופירן מענטשליך און רעספעקטירן א צווייטן.

shem-tov » מיטוואך אפריל 8, 2015 10:48 pm

· #265000
געוואלדיגע אשכול. הער אויס א פערדע מעשה.
פאר יו"ט בין איך אין ליין אין א באנק און סשטייט א יודישע ווייבל און שמועסט מיט די טעלער קודם האלט זי אויף די ליין. נאכדעם הער איך ווי זי פרעגט די טעלער צו זי זוכט נישט יעצט עפעס א פארט טיים דשאב. פרעגט שוין די פראפעשאנעל לוקינג טעלער מיט נייגער וואס איז די דשאב זאגט די פרוי הויעך אן א בושה צו קלינען מיין הויז... כהאב געמיינט איך באגראב מיך פאר בושה. למעשה האט די טעלער געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און געענטפערט די ווייבל אז זי קען באשטיין נאר אויב זי דאס ווייבל קומט קודם קלינען איר הויז פאר א וואך... אבער קאם אן ווי איז א ביסעל שכל פון ווי שטאמט דאס שוטה'שקייט

פליקער » מיטוואך אפריל 8, 2015 10:56 pm

· #265002
אמבעליוועבל, איך שפיר ווי דאס בליט זידעט איבער

קאסטנער » מיטוואך אפריל 8, 2015 10:59 pm

· #265003
shem-tov
געוואלדיגע אשכול. הער אויס א פערדע מעשה.
פאר יו"ט בין איך אין ליין אין א באנק און סשטייט א יודישע ווייבל און שמועסט מיט די טעלער קודם האלט זי אויף די ליין. נאכדעם הער איך ווי זי פרעגט די טעלער צו זי זוכט נישט יעצט עפעס א פארט טיים דשאב. פרעגט שוין די פראפעשאנעל לוקינג טעלער מיט נייגער וואס איז די דשאב זאגט די פרוי הויעך אן א בושה צו קלינען מיין הויז... כהאב געמיינט איך באגראב מיך פאר בושה. למעשה האט די טעלער געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און געענטפערט די ווייבל אז זי קען באשטיין נאר אויב זי דאס ווייבל קומט קודם קלינען איר הויז פאר א וואך... אבער קאם אן ווי איז א ביסעל שכל פון ווי שטאמט דאס שוטה'שקייט

פין ווי זאל וויסן אז נישט א יעדע פרוי וואס גייט מיט הויזן איז געבוירן געווארן איר צי העלפן קלינען די הויז?

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 8, 2015 11:42 pm

· #265010
מעשה ג' איז סתם עין-רע. אזוינע איצידענטען שפילן זיך אפ אין אלע חוה"מ פלעצער. ס'דא לאנגע ליינס, טא פארוואס דארף א טאטע שטיין אין ליין מיט אלע זעקס קינדער ווען די קינדער קענען ביזדערווייל זיצען אויף א דערנעבנדע באנק?? אדער גיין בינתיים אויף א צווייטע רייד? שטעל דיך פאר מ'דארף נישט שטיין פיזיש אויפן ליין, נאר ס'גענוג אריינצושרייבן א נאמען. פארשטייסט??

בעיני ראיתי חול המועד סוכות אין diggerland ווי גוישע קינדער דרייען זיך ארום און עסן בפרהסיה. כ'פארשטיי אז יענער האלט זיך מער elite ווייל ער רעדט נישט אידיש.

אגב, איך בין משוגע מקפיד אויף מיר און מיין משפחה זיך צו פירען מענטשליך צווישען אנדערע, אבער האלטן א פלאץ אין די ליין פאר מיינע קינדער איז פון די פאר פארבליבענע רעכטן וואס כ'גיי נישט מוותר זיין.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 12:29 am

· #265028
קאווע טרינקער

ווען מ'שרייבט איין א נאמען אויף א צעטל ווייסט יעדער אז איך האב 10 אדער 20 מענטשן פאר מיר, און קען מחליט זיין אויב סלוינט זיך אויסצוווארטן. אבער אויב זעהט איינער 20 מענטשן און ווארט ערליך און פון די צוואנציג ווערט הונדרעט, איז עס זייער אומ'יושר'דיג.

די האלטסט א פלאץ פאר דיינע קינדער און א צווייטער האלט א פלאץ פאר אלע קאזינס און א דריטער פאר אלע קינדער פון זיין חדר וכו'. וויפול איז די שיעור?

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 12, 2015 2:09 am

· #265315
shem-tov
געוואלדיגע אשכול. הער אויס א פערדע מעשה.
פאר יו"ט בין איך אין ליין אין א באנק און סשטייט א יודישע ווייבל און שמועסט מיט די טעלער קודם האלט זי אויף די ליין. נאכדעם הער איך ווי זי פרעגט די טעלער צו זי זוכט נישט יעצט עפעס א פארט טיים דשאב. פרעגט שוין די פראפעשאנעל לוקינג טעלער מיט נייגער וואס איז די דשאב זאגט די פרוי הויעך אן א בושה צו קלינען מיין הויז... כהאב געמיינט איך באגראב מיך פאר בושה. למעשה האט די טעלער געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און געענטפערט די ווייבל אז זי קען באשטיין נאר אויב זי דאס ווייבל קומט קודם קלינען איר הויז פאר א וואך... אבער קאם אן ווי איז א ביסעל שכל פון ווי שטאמט דאס שוטה'שקייט

אין מביאין ראי' מן השוטים. פליז לייג נישט אזא פרוי אין איין שורה מיט אנדערע נשים צדקניות פון דעם עם חכם ונבון. אנדערש ווי שמעון וואלפ'ס עפיזאדן, איז אזא מעשה נישט קיין טעגליכע ערשיינונג ביי אונז און איז בבחי' אחת היתה ופרסמה הכתוב.

געוואלדיג » זונטאג אפריל 12, 2015 8:43 pm

· #265468
נאך פסח תשע"ה

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 12, 2015 9:15 pm

· #265483
שמעקעדיג: דו ענדיגסט דיין מאמר מיט די באקאנטע רש"י..."אחת היתה ופירסמה הכתוב"...דו קענסט שוין שרייבן שתיים היו ופירסמן הכתוב... ווייל איך געדענק אזא מעשה...פארצייטנס, ווען מ'האט נאך געדארפט גיין אויפקעשן די פ.ס. (פאר די תקופה פון די בענעפיט קארטלעך...!) איז געשטאנען א אידישע פרוי אויסגעצירט נאך ערגער ווי די טאכטער פון כהן גדול אין ליין. ווען זי איז צוגעקומען צו דעם קעשיער, אין א גוי'אישן פלאץ האט די קעשיער זי אנגעקוקט און געפרעגט מיט וואונדער. "דו נעמסט פוד סטעמפס"...? דאמאלס האביך פארשטאנען פשט אין די משנה..."נזם זהב באף חזיר, אשה יפה וסרת טעם"...!

shem-tov » זונטאג אפריל 12, 2015 10:26 pm

· #265506
berlbalaguleh

הלוואי וואלט די מעשה נישט געווען אמת אבער ליידער הערט מען אזעלעכע געשפרעכן מער ווי אמאל אמאל. און עזריאל מעגסט שוין נעמען א ברעיק פון דיין גרויליגן עדיטוט ביסט נישט אין חדר פארשטייסט

shem-tov » זונטאג אפריל 12, 2015 10:49 pm

· #265514
מיר איז עס געווען מער א בושה ווי ווייטאג ווענדט זיך ווי איינער. סהאט מיט די טבע וואס דער באשעפער האט אריינגעפלאנצן אין אונז ווייסוואסעכמיין

shem-tov » זונטאג אפריל 12, 2015 10:58 pm

· #265517
סדא א געוויסע באשעפעניש וואס האט א טבע אז ווען זי הערט אדער זעהט עפעס וואס טויג נישט מאכט זי זיך ווי זי זעהט עס נישט. זיי רופן איר די בת היענה כווייס נישט פונקטלעך פארוואס. און בכלל זעה איך נישט קיין גרויסע נפק"מ צווישן די מעשה מיט אויסנוצן די ריטורען פאליסי פון וואל מארט וכדומה. אינסאלטן יענעמנס אינטעלידשענס איז ליידער גאנגבאר און די זעלבע האסטו פרובירט צו טאן מיט מיר. נייס טריי. און דערויף איז טאקע דער אשכול דא דרך ארץ קדמה לתורה

shem-tov » זונטאג אפריל 12, 2015 11:15 pm

· #265525
ניין. כהאב געשריבן אז שטייענדיג אין ליין האב איך געמיינט איך באגראב מיך פאר בושה הערענדיג די קאנווערסעישאן.

קאסטנער » זונטאג אפריל 12, 2015 11:17 pm

· #265526
די דא דא (מיט א פתח)...

מור וקציעה » זונטאג אפריל 12, 2015 11:26 pm

· #265529
שמעקעדיג
shem-tov
געוואלדיגע אשכול. הער אויס א פערדע מעשה.
פאר יו"ט בין איך אין ליין אין א באנק און סשטייט א יודישע ווייבל און שמועסט מיט די טעלער קודם האלט זי אויף די ליין. נאכדעם הער איך ווי זי פרעגט די טעלער צו זי זוכט נישט יעצט עפעס א פארט טיים דשאב. פרעגט שוין די פראפעשאנעל לוקינג טעלער מיט נייגער וואס איז די דשאב זאגט די פרוי הויעך אן א בושה צו קלינען מיין הויז... כהאב געמיינט איך באגראב מיך פאר בושה. למעשה האט די טעלער געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און געענטפערט די ווייבל אז זי קען באשטיין נאר אויב זי דאס ווייבל קומט קודם קלינען איר הויז פאר א וואך... אבער קאם אן ווי איז א ביסעל שכל פון ווי שטאמט דאס שוטה'שקייט

אין מביאין ראי' מן השוטים. פליז לייג נישט אזא פרוי אין איין שורה מיט אנדערע נשים צדקניות פון דעם עם חכם ונבון. אנדערש ווי שמעון וואלפ'ס עפיזאדן, איז אזא מעשה נישט קיין טעגליכע ערשיינונג ביי אונז און איז בבחי' אחת היתה ופרסמה הכתוב.

ליידער איז עס נישט קיין איזאלירטער פאל , נישט לאנג צירוק האט א באקאנטער זשורנאליסט Eric Westervelt פון NPR פארציילט אן ענליכע מעשה אויף National Public Radio ,

<a class="postlink" href="http://www.kunc.org/post/citizen-poet-strips-bare-realities-everyday-racism">http://www.kunc.org/post/citizen-poet-s ... day-racism</a>

דא האט איר א Transcript

WESTERVELT: Well, it's hard to let go. I remember my wife, who's Asian-American, was walking down a street in Jerusalem, where we lived at the time. And an ultra-Orthodox couple walked up to her and said, excuse me, do you speak English? And she said, yes, I do. And they said, are you available to clean my house on Tuesdays and Thursdays?

בן אדם » זונטאג אפריל 12, 2015 11:30 pm

· #265531
ס'איז מעך יעצט איינגעפאלן אזא תורה: "דרך ארץ" די ווילסט וויסן וואס דאס מיינט דרך ארץ? איז קוק אויף דעם דרך ארץ אליינס. א יוד דארף אלעמאל וויסען צו זיין דער ערשטע די שנעלסטע וואס שייך. דאס איש פשט "דרך ארץ קדמה" , דער דרך ארץ פעדערט זיך, ער שטופט זיך פאראויס, "לתורה" אפילו פאר דער תורה לויפט ער. כ"ש אונז דארפן זיך ארויסלערנען זיך אלץ צו שטיפען און זיין פאראויס פון יעדער

דענקער » מאנטאג אפריל 13, 2015 12:07 am

· #265543
זי איז אן אזיאנער-אמעריקאנער, נישט קיין אפריקאנער.

משולם שטיינפעלד » מאנטאג אפריל 13, 2015 12:14 am

· #265544
[ציטאט אראפגענומען]

א פאפאנער אדער א סלאנימער?

ישמעאל הכהן » מאנטאג אפריל 13, 2015 1:53 am

· #265562
📎 CBqFCcOUMAET82q-1.jpg

בן אדם » מאנטאג אפריל 13, 2015 2:01 am

· #265564
ישמעאל, אפשר קען מען געבן דער איידיע אין דער רעבישע ווארט צימערן?

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:47 am

· #265606
אין די רבי'שע ווארט צימערן? מען וועט נאך מיינען אז דער עולם קומט מקבל נזיפה זיין פון רבי'ן...

shem-tov » מאנטאג אפריל 13, 2015 11:11 am

· #265611
מור וקציעה
שמעקעדיג
shem-tov
געוואלדיגע אשכול. הער אויס א פערדע מעשה.
פאר יו"ט בין איך אין ליין אין א באנק און סשטייט א יודישע ווייבל און שמועסט מיט די טעלער קודם האלט זי אויף די ליין. נאכדעם הער איך ווי זי פרעגט די טעלער צו זי זוכט נישט יעצט עפעס א פארט טיים דשאב. פרעגט שוין די פראפעשאנעל לוקינג טעלער מיט נייגער וואס איז די דשאב זאגט די פרוי הויעך אן א בושה צו קלינען מיין הויז... כהאב געמיינט איך באגראב מיך פאר בושה. למעשה האט די טעלער געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און געענטפערט די ווייבל אז זי קען באשטיין נאר אויב זי דאס ווייבל קומט קודם קלינען איר הויז פאר א וואך... אבער קאם אן ווי איז א ביסעל שכל פון ווי שטאמט דאס שוטה'שקייט

חרפות ובושות.
אבער סגעפעלט מיר ווי אפילו אונזערע אויפגעקלערטע חברי ק"ש האבן נישט געקענט גלייבן אזא מעשה וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן. קומט מור וקציעה און ברענגט נאך איינס שוין מיט א מקור און סאיז ליידער א מציאות
אין מביאין ראי' מן השוטים. פליז לייג נישט אזא פרוי אין איין שורה מיט אנדערע נשים צדקניות פון דעם עם חכם ונבון. אנדערש ווי שמעון וואלפ'ס עפיזאדן, איז אזא מעשה נישט קיין טעגליכע ערשיינונג ביי אונז און איז בבחי' אחת היתה ופרסמה הכתוב.

ליידער איז עס נישט קיין איזאלירטער פאל , נישט לאנג צירוק האט א באקאנטער זשורנאליסט Eric Westervelt פון NPR פארציילט אן ענליכע מעשה אויף National Public Radio ,

<a class="postlink" href="http://www.kunc.org/post/citizen-poet-strips-bare-realities-everyday-racism">http://www.kunc.org/post/citizen-poet-s ... day-racism</a>

דא האט איר א Transcript

WESTERVELT: Well, it's hard to let go. I remember my wife, who's Asian-American, was walking down a street in Jerusalem, where we lived at the time. And an ultra-Orthodox couple walked up to her and said, excuse me, do you speak English? And she said, yes, I do. And they said, are you available to clean my house on Tuesdays and Thursdays?

shem-tov » מאנטאג אפריל 13, 2015 11:14 am

· #265612
חרפות ובושות.
אבער סגעפעלט מיר ווי אפילו אונזערע אויפגעקלערטע חברי ק"ש האבן נישט געקענט גלייבן אזא מעשה וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן. קומט מור וקציעה און ברענגט נאך איינס שוין מיט א מקור

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 13, 2015 2:16 pm

· #265640
שמעקעדיג
אין די רבי'שע ווארט צימערן? מען וועט נאך מיינען אז דער עולם קומט מקבל נזיפה זיין פון רבי'ן...

שמעקעדיג: און ס'איז דא נאך א פראבלעם. ווען דער היימישער עולם יושבים זאללן זיך אויסטון די שוך און שטיוול וואלט אן אריינקומענדיגער מענטש נישט געקענט אויסהאלטן פון דעם ריח ניחוח... 😂

שמעון וואלף » מאנטאג אפריל 13, 2015 3:13 pm

· #265655
בערל, אי משום הא, איז דאך גוט ווייל אין נאו טיים וואלט ארויסגענומען א קול קורא איבער די וויכטיגקייט פון זיך שאורען מיט זייף און טוישן די זאקן טעגליך.

קאסטנער » מאנטאג אפריל 13, 2015 3:48 pm

· #265667
ביי זיי העלפט עס ווייל קיינער גייט זיך נישט אריינטין די פיס אין יענעמס שיך אבער ביי אינז היימישע וועט משה ארייינשטעקן זיין פיס אין יענקלס שיך, וואס איז? אין איין מקווה קען איך מיך ווייקן אין צי זיין שיך בין איך שוין א גאנצע מפונק?

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 13, 2015 9:01 pm

· #265760
שמעון וואלף
בערל, אי משום הא, איז דאך גוט ווייל אין נאו טיים וואלט ארויסגענומען א קול קורא איבער די וויכטיגקייט פון זיך שאורען מיט זייף און טוישן די זאקן טעגליך.

שמעון וואלף: אז ס'איז ביז היינט נאכנישט ארויסגעקומען אזא קול קורא, איז דא שוואכע שאנסן אז ס'זאלל נאכאמאל ארויסקומען אזא קול קורא...
אין או. די עי. מעדיקל סענטער אין דר. סטערנבערג'ס אפיס (אויב ס'עקזיסטירט נאך...) איז דא א סיין אויף אידיש און ענגליש. .."דעם טאג וואס מ'האט אן אפוינטמענט זאלל מען נעמען א שאוער און אנטון ריינע אונטערוועש"..."On the day of your appointment you should take a shower and put on clean underwear."...
זיך אנשפריצן מיט א ביסל דעאדארענט מאן דכר שמיה. פון דעם רעדט נישט דער פסוק. דאס איז דאך אפן כפירה און אפיקורסות, רחמנא ליצלן מהאי דעתא... 😂 🙄

נופת צופים » מאנטאג אפריל 13, 2015 9:05 pm

· #265762
Re: דרך ארץ קדמה לתורה
berlbalaguleh
שמעון וואלף
בערל, אי משום הא, איז דאך גוט ווייל אין נאו טיים וואלט ארויסגענומען א קול קורא איבער די וויכטיגקייט פון זיך שאורען מיט זייף און טוישן די זאקן טעגליך.

שמעון וואלף: אז ס'איז ביז היינט נאכנישט ארויסגעקומען אזא קול קורא, איז דא שוואכע שאנסן אז ס'זאלל נאכאמאל ארויסקומען אזא קול קורא...
אין או. די עי. מעדיקל סענטער אין דר. סטערנבערג'ס אפיס (אויב ס'עקזיסטירט נאך...) איז דא א סיין אויף אידיש און ענגליש. .."דעם טאג וואס מ'האט אן אפוינטמענט זאלל מען נעמען א שאוער און אנטון ריינע אונטערוועש"..."On the day of your appointment you should take a shower and put on clean underwear."...
זיך אנשפריצן מיט א ביסל דעאדארענט מאן דכר שמיה. פון דעם רעדט נישט דער פסוק. דאס איז דאך אפן כפירה און אפיקורסות, רחמנא ליצלן מהאי דעתא... [emoji38] 🙄

בערל, איין נקודה דארף איך צולייגן. [emoji1]

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:00 pm

· #266710
אן אלטער אשכול מתוך נבכי קאווע שטיבל: יונגערמאן, ביהעיוו!.

#שטארק נוגע

לית דין בר נש » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:16 pm

· #266718
גענוג גיוועהן
וויפיל נאך אשכולות גייט מען דא עפענען אדער לינקען אז איך דארף האבן דרך ארץ איך דארף ביהעווען איך בין א עגא'איסט וכו'
דא איז א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען די האסט מוסר צו זאגן פליז שיק עס צום בלאט
איך וואלט פארגעשלאגן אויב ווילסטו דא שרייבן מוסר זאל עס זיין א פארשפארטע פורום און עס זאל נישט ארויפקומען מיט אלע אנדערע אשכולות