☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ערב פסח מצות אדער נישט?

ערב פסח מצות אדער נישט?

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3175

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 10, 2013 7:59 pm

· #95363
ערב פסח מצות אדער נישט?
מיין שאלה איז אייגענטליך צוטיילט אין צוויי: צי זאל מען בכלל קויפן ערב פסח מצות, און צי באקט איר אליין ערב פסח?

עטליכע יאר צוריק האב איך געליינט א שיינעם ארטיקל (אין דער בלאט, טו בי פעיר) איבער דעם חשיבות הענין פון "ערב פסח" מצות, וואס לויט געוויסע פוסקים איז מען כמעט נישט יוצא די מצוה פון אכילת מצה נאר מיט ערב פסח מצה, פונקט ווי דער קרבן פסח האט געדארפט גע'שחט'ן ווערן ערב פסח.

איך האב שוין געהאט געוואוסט אז עס איז "א ענין", אבער דארט איז עס געווען הערליך באשריבן, מיט שיינע מקורות, טעמים ונימוקים, ענינים ארום דעם, און... אביסל אויך די התנגדות אנטקעגן דעם. זינט דעמאלס האב איך באשלאסן צו קויפן ערב פסח מצות, טראץ די אבנארמאל טייערע פרייזן ($10-12 א מצה!) און מען קען עס קוים אין מויל נעמען ווייל אומפראפעסיאנאלע בעקערס שטעלן זיך אהין, און אנשטאט מצות באקט מען דיקע ברעטער (נישט אז איך קען בעסער, נאר תולה קללתו באחרים).

אז איך נעם שוין יא ע"פ מצות, האב איך באשלאסן אליינס צו באקן, זאל זיין לשם חינוך, כ'האב טאקע מיטגענומען מיין גרעסערע קינדער, זאלן זיי זעהן ווי "דער טאטע לעבט אין א מצוה", אה... א זיסע אידישקייט, א געשמאק אין א מצות באקן... מיין האנט איז געווען רויט פון רייבן אזויפיל דעם וועלגערהאלץ, אבער יעצט נישט נישט א צייט צו באקלאגן, נאר אהבת המצוה...

עכ"פ איך רעד זיך נישט אפ. איך טראכט נאר וואס צו טון ווייטער. מצד אחד איז עס נישט גרינג. עס איז דא א געוואלד ארבעט אינדערהיים ערב פסח. פונעם אנגרייטן דעם סדר טיש, הגדות, קלינען די מרור בלעטער און רייבן די חריין און מאכן זאלץוואסער (נד"נ) און חרוסת, און זיך אביסל אראפלייגן צו קענען מיט א אויסגערוהטן קאפ מקיים זיין דעם "והגדת לבנך", און כאפן א מקוה'לע, אנגרייטן די ליכט, מחזורים (כ'האב עפעס אויסגעלאזט? פילט אליינס אריין דאס איבריגע), דאס פילט מיר אן דעם טאג, און לאזט כמעט נישט איבער קיין איבריגע צייט, און אודאי נישט 2-3 שעה צו באקן מצות אין א חבורה. בפרט ווען די מצות, ווי דערמאנט, זענען הארט ווי (להבדיל בין חמץ למצה) די גריז באליס אין חדר, און אנשטאט זיין רינדעכיג האט עס א שעיפ פון א וואלקן וואס מיין 3-יעריג מיידעלע מאלעוועט. צי האב איך שוין דערמאנט די פרייז?

און מצד שני, קען מען האבן געהעריגע מצות, וואס איז גוט לויט אנדערע פוסקים, און אנדערע האלטן גאר אז עס זענען פאראן צופיל שאלות מיט די ערב פסח מצות, און זענען שטארק דערקעגן, און אויב אזוי, קען מען כאפן א דרימל און פירן א נארמאלע סדר ביז שפעט.

קענט איר אויסרעכענען ווי אזוי איר זענט זיך נוהג, און פארוואס? און צי האלט איר אז אנדערע זאלן אויך טון ווי אייך?
שרייבט אייער עקספיריענס ביטע.

זר זהב » זונטאג מערץ 10, 2013 8:46 pm

· #95374
און וואס האט דאס מיט אינטערנעט?

יואליש » זונטאג מערץ 10, 2013 8:52 pm

· #95377
די שוואגער מיינער האט א דינע ערב פסח שאכטל אוועגעלייגט פון יאר צו יאר, כדי זיין פאטער זאל זיין צופרידן.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 10, 2013 10:26 pm

· #95431
איך האב זיך היינט איינגעהאנדלעט ערב פסח מצות!

זר זהב » זונטאג מערץ 10, 2013 10:28 pm

· #95434
וואס? סארי, יענער האטיר אויסגענארט. ס'נישט מעגליך מאטעמאטיקלי. חוץ אריזאנע אפשר האט שוין.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 10, 2013 10:32 pm

· #95439
וואס איז בעסער "ערב פסח", און "(כמו)מצות" (ס'ווערט געבאקען מיט חמוצ'דיגע בעקיטשעס, אין א הייסע פלאץ, שוויצעדיגע שטערן'ס וכו'.
אדער "(כמו)ערב פסח" - אבער "מצות" כשרות?

יאיר » זונטאג מערץ 10, 2013 10:35 pm

· #95440
[ציטאט אראפגענומען]

און אז א' שמות קען געפאלן אינמיטן זומער, פארוואס קען נישט ערב פסח אויספאלן פרשת תצוה?

איחוד פעלד » זונטאג מערץ 10, 2013 11:14 pm

· #95448
שוין מען מאכט שוין אוועק א מנהג ישראל.

איינער וואס פילט נישט די טעם אין ערב פסח מצות, איז א שאד דאס באקען. די וואס טוהן דאס קענען נישט אהנדעם.

כדי צו באקען אינדערהיים, דארף מען זיך איינהאנדלען סעראמיק טיילס, מען לייגט עס אין אויווען אויף א שעה די העסטע גראד.

מען קען קויפען אפאר פונט פסח'דיגע מעל אין א מצה בעקעריי, זיי צאלען דערפאר בערך הונדרעט דאלאר פאר א זאק מעל. א זאק דארף צו זיין אכציג צו הונדרעט פונט.

וואסער קען מען שעפען אין די בעקערייען (היי יאר איז דא נייע רעגיולעישען'ס אין דעם ענין) אפילו אפאר טעג פריער. מען קען קויפען אין לאמבער יארד רונדעכדיגע שטעקענעס פאר וואלגער העלצער.

מען דארף קופען א זיי כלי ארויסצנעמען די מצות פין אויווען אין הארדרווער אדער 99 סענט סטאר.

מען דארף קויפען די ספעציעלע רעדלערס פין ארץ ישראל געמאכט פין פלעסטיק בערך דריי פיר שטיק, פאר יעדעס אכצען מינוט איינס.

און מען שטעלט זיך ביים קיטשען טיש מיט דער ווייב און די בר און בת מצוה קינדער, און מען נעמט זיך באקען. ביז א שעה קען מען האבען צוואנציג מצות זיכער.

טעפל » מאנטאג מערץ 11, 2013 3:49 am

· #95537
שמעקעדיג
און מצד שני, קען מען האבן געהעריגע מצות, וואס איז גוט לויט אנדערע פוסקים, און אנדערע האלטן גאר אז עס זענען פאראן צופיל שאלות מיט די ערב פסח מצות, און זענען שטארק דערקעגן, און אויב אזוי, קען מען כאפן א דרימל און פירן א נארמאלע סדר ביז שפעט.

קענט איר אויסרעכענען ווי אזוי איר זענט זיך נוהג, און פארוואס? און צי האלט איר אז אנדערע זאלן אויך טון ווי אייך?
שרייבט אייער עקספיריענס ביטע.

ב"ה מיין טאטע פירט זיך אזוי ווי אין אסאך פלעצער פרימישלאן וכדו', מ'באקט נישט קיין ערב פסח מצות, פאר מיר איז עס פיהל רואיגער..

גנדי » מאנטאג מערץ 11, 2013 9:10 am

· #95547
איך בין זיך נוהג די לעצטע פאר יאר נישט צו קויפן ערב פסח מצות, אזוי עס ווערט געברענגט "המבזבז אל יבזבז יותר מחומש".

איך נעם אבער מיינע קינדער צו באקן ערב פסח מצות...

טעפל » מאנטאג מערץ 11, 2013 10:47 am

· #95574
גנדי
איך בין זיך נוהג די לעצטע פאר יאר נישט צו קויפן ערב פסח מצות, אזוי עס ווערט געברענגט "המבזבז אל יבזבז יותר מחומש".

איך נעם אבער מיינע קינדער צו באקן ערב פסח מצות...

אההה גאנץ א קלוגע זאך!

ברסלבער » מאנטאג מערץ 11, 2013 12:08 pm

· #95609
כגנדי ועוד, איך פיר זיך אויך צו גיין באקן ערב פסח, עס האט א געשמאק וואס מען פילט נישט אנדערע צייטן, אבער איך עס נישט קיין ערב פסח מצות סיי וועגן יבזבז'ן, סיי וועגן איך קען עס נישט אין מויל נעמען, איחוד'ס עצה איז מיר צו שווער צו טוהן.
עס איז זיכער דא גרויסע ענינים אין דעם, און קיינער מאכט נישט אוועק א מנהג ישראל, אבער די מציאות היינט איז נאכנישט דא צוגעשטעלט קיין נארמאלע ערב פסח מצות, און דערפאר קען איך עס ליידער נישט מקיים זיין.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 10:39 pm

· #263957
מאנכע פירן זיך צו עסן ערב פסח מצות גאנץ יו"ט. האט דאס א מקור בהלכה?

נופת צופים » פרייטאג אפריל 3, 2015 3:26 pm

· #264138
Re: ערב פסח מצות אדער נישט?
יואליש
די שוואגער מיינער האט א דינע ערב פסח שאכטל אוועגעלייגט פון יאר צו יאר, כדי זיין פאטער זאל זיין צופרידן.

גם אני עושה כן און מען קען האבן א גוט'ן ערב יו"ט און מאכן יעדן העפפי

אפשר » פרייטאג אפריל 3, 2015 4:35 pm

· #264151
📎 IMG_20150403_163251.jpg

פליקער » זונטאג אפריל 5, 2015 9:59 pm

· #264187
א געוואלדיגע חוצפה האט זיך אפגעשפילט פארענט פון די בראדוועי מצה בעקעריי ערב פסח, ווען עס זענען געוועין ליין'ס ארים די בלאק, און קיין מצה איז נישט געוועין צי באקריגן אינטער ווארטן דריי שעה אויפן ליין.

און נאכען ווארטן באקומט מען זעקס מצות וואס זענען ווייעך און נישט אין מויל צי נעמען, קוים כשר, אדער גאר חמץ.

א גרויסע שאנדע

יאסל ראקאווער » מאנטאג אפריל 6, 2015 2:04 am

· #264248
די ליין פון מענטשען שלענגעלט זיך ארום די בלאק. דער עמך עולם, -די שוויצערס און עשירים מיט קאנעקשענס ווארטן נישט אין ליין- ווארט געמיטלעך מיט זאגערלעך און מ'זאגט הלל און מ'איז פרייליך לדבר מצווה.
IMG-20150403-WA0072.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 6, 2015 12:00 pm

· #264300
מי כעמך ישראל!

איך אויך » מאנטאג אפריל 6, 2015 10:55 pm

· #264456
אנו מחכים והם מחכים.