☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » וואס ענפער איך פאר מיין זוהן???

וואס ענפער איך פאר מיין זוהן???

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8574

יין שרף » מיטוואך אפריל 1, 2015 10:51 pm

· #263703
וואס ענפער איך פאר מיין זוהן???
אריינשפאצירענדיג אין מיין זוהן׳ס בעד-רום ווי א ברייטע פריץ, נאכוואס איך האב בלית ברירה טועם געווען די ביטערע עבדות מצרים צו טוהן די פרויען ארבייט פון וועקיומען די ספרים שאפע, ווען האלב די צייט איז די מאשין אן פשוט אז מיין ווייב זאל עס הערן... אלע מיינע מידע ביינער הרג׳ענען מיר פון די שווערע הארוואניע, ווען איך קום אריין מיט מיין באקאנטע שטרענגע געשריי ״העי! דו! וואס טוסטו?״ ווען ער ליגט אויסגעפראקט אויפן באקעוועמען געלעגער שרייבענדיג א צעטל. ״דאס איז וואס דו טוסט ווען מכלומרשט מאכטסטו פסח׳דיג דיינע זאכן??״
אמממ... א גאנץ יאר זאגטו מיר אויף אלע מיינע קשיות ״לאז עס פארן סדר נאכט״ ממילא שרייב איך מיר יעצט אראפ אלע מיינע קשיות וואס האבן זיך אנגעזאמעלט א גאנץ יאר!
א שאק און שוידער האט מיר פלוצים ארומגענומען זעהענדיג די ליסטע וואס איז נאך לענגער פון מיין ווייב׳ס שאפינג ליסט, פונקט הערנדיג יענעם טאג אין די קאר א שיעור פון רב שלזינגר ווי ער זאגט אז פסח אויף דער נאכט קען א קינד פרעגן אלע זיינע קשיות. און די טאטע קען נישט ענפערן ״איך ווייס נישט״ ווייל דאן איז די ענין אז די קינדער זאלן פרעגן וכד׳. איך האב זיך טאקע געוואונדערט די פייערל וואס האט זיך געצינדן אינעם זוהן׳ס אויגן.
פרובירענדיג צו כאפן א בליק, וויסענדיג מיין זוהן איז גארנישט אזא שוטה. האט ער שנעל צוגעדעקט די ליסטע זאגענדיג אז עס איז א ״סורפרייז״, דאך האב איך עספיעט צו זעהן עפעס בערך ״ווער האט ערפינדן ״רעדער״? און וואס האט מען געטוהן ביז דאן, וויאזוי האט מען געשלעפט שווערע זאכן...

רבש״ע! ראטעוועט! וואס טוט מען???

רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 1, 2015 11:06 pm

· #263705
טאקע צרות, וויקיפידיע ארבייט נאר אינדערוואכן.

לית דין בר נש » מיטוואך אפריל 1, 2015 11:06 pm

· #263706
שרייב אים איין אין קאווע שטיבל געב אים א ניק חכם/תם/שאינו יודע לשאול און זאל ער פרעגן אין די אשכול זאכן וואס כ'וויל וויסן
און עס איז א חזקה ער וועט נישט ארויסגיין אהן קיין תשובה

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 1:23 am

· #263744
איך האב מיך שוין דערשראקן אז דיין קינד האט די "ריכטיגע" שאלות:)

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 1:49 am

· #263747
וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 3:17 am

· #263756
רויטע וואנצעס
טאקע צרות, וויקיפידיע ארבייט נאר אינדערוואכן.

יא, ת"ח אימת שבת עליו

יין שרף » פרייטאג אפריל 3, 2015 10:06 am

· #264051
ווייל דאס האט מיין טאטע אלס געטוהן. מנהג אבותינו בידינו, אפילו אונז פארשטייען נישט פרעגט מען נישט קיין שאילות!

סיריעסלי. איינער מיט א עצה, הענט און פוס טרייסלען שוין..

הויזן טראגער » פרייטאג אפריל 3, 2015 11:00 am

· #264066
Re: וואס ענפער איך פאר מיין זוהן???
מדארף כאפן חצות נישטא צייט פאר צופיל שאלות ותשובות, אין דערנאך וועסטו אים הייסן ווארטן פאר נעקסטע יאר פסח

רויטע וואנצעס » פרייטאג אפריל 3, 2015 12:44 pm

· #264084
זאג אים די מנהג איז צו באהאלטן די שאלה צעטל אונטער די מצה טאש. נאכמיטאג ווען ער שלאפט נעם די צעטל צום קאמפיוטער און קוק דיך פאר.

קאצקע ציקער » פרייטאג אפריל 3, 2015 3:14 pm

· #264132
זאג עים אז סדר נאכט איז נאר געמאכט צו פרעגן שאלות נישט צו באקימען תירוצים

BAL TSHIVA » מאנטאג אפריל 6, 2015 3:49 am

· #264253
וואס ענפער איך פאר מיין זוהן???
Update please

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 6, 2015 5:22 am

· #264257
וואס טוט דיין רב ווען ער ווייסט נישט דער תשובה צו א שאלה? וויאזוי קעקעצט ער זיך אויס דערפון? לערן זיך אפ פון די רבנים, וואס אלע זייער הנהגות זענען געוואויגען און געמאסטען.

ברוך שאמר » מאנטאג אפריל 6, 2015 8:52 am

· #264267
נאאא סא האי וואז איט?'

יין שרף » מאנטאג אפריל 6, 2015 10:06 am

· #264277
געלויבט איז די קאמפראמיס!

ביים ערשטן סדר דארף מען דאך כאפן כאטש די כזיתים פאר חצות ממילא איז דאך נישטא קיין צייט...
ביים צווייטן נאכט האב איך אים געזאגט נאך פאר ער האט אפילו געמענטשענט עפעס דערפון, אז ער קען מיר יעצט פרעגן 2-3 שאילות, איך וועל עס דורך טראכטן, און ענפערן היינט אדער מארגן. און דערנאך יעדן טאג ביי סאפפע״ר קען ער מיר פארשרייבן א לענגערע שאילה וואס מען וועט דורך טוהן בכובד ראש די גאנצע עולם אינאיינעם.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 6, 2015 11:50 am

· #264297
און וואס פארא שאלות זענען זיו געווען? טאקע אזוי שווער?

פליקער » מאנטאג אפריל 6, 2015 11:58 am

· #264299
יין שרף, איך פארשטיי נישט דיין פחד, דער בעל האגדה האט דאך אינז געגעיבן קלארע אנווייזינגען וואס צי טיען
ווען דער חכם פרעיגט מה העבודה הזאת לכם, דער טאטע איז און א קלעם, נעם דיך ענטפערן ואמרתם זבח פסח לשם אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן, שיין פארענטפערט,
דער רשע פרעיגט דער טאטע איז פארקלעמט ווייסט נישט וואס צי טיען, זאג אים נאך איין ווארט האק איך דיר אויס די ציין לקיים מה שנאמר ואף אתה הקאה את שניו, כפר בעיקר, דעי אלע הערליכע תירוצים וועט זיכער זיין ווי באלזאם פארן קינד, ער וועט קלאר באקומען די אמונה פשוטה.

קאסטנער » מאנטאג אפריל 6, 2015 1:33 pm

· #264315
יין שרף
געלויבט איז די קאמפראמיס!

ביים ערשטן סדר דארף מען דאך כאפן כאטש די כזיתים פאר חצות ממילא איז דאך נישטא קיין צייט...
ביים צווייטן נאכט האב איך אים געזאגט נאך פאר ער האט אפילו געמענטשענט עפעס דערפון, אז ער קען מיר יעצט פרעגן 2-3 שאילות, איך וועל עס דורך טראכטן, און ענפערן היינט אדער מארגן. און דערנאך יעדן טאג ביי סאפפע״ר קען ער מיר פארשרייבן א לענגערע שאילה וואס מען וועט דורך טוהן בכובד ראש די גאנצע עולם אינאיינעם.


האסטויך פיין ארויס געדרייט אבער די נער בלייבט דיין..

shem-tov » מיטוואך אפריל 8, 2015 8:59 pm

· #264957
איך פארשטיי נישט דיין פראבלעם. די הגדה געט דאך אונז די בעסטע תירוץ אין צוויי ווערטער "עבדים היינו" אויף יעדע זאך קענסטו עס ניצן אדרבה פרוביר