☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מאדנע טעותים אין צעטלעך פון "היימישע" מוסדות

מאדנע טעותים אין צעטלעך פון "היימישע" מוסדות

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8565

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 1, 2015 3:13 am

· #263422
מאדנע טעותים אין צעטלעך פון "היימישע" מוסדות
עס איז שוין דא א אשכול וועגן מאדנע און אויפאלנדע טעותים אין אויסגאבעס, אבער איך האב נאך נישט געטראפן קיין אשכול וואס רעדט וועגן די נושא פון טעותים בי די היימישע מוסדות, און איך רעד נישט יעצט פון טייפאו'ס וואס איז א זאך וואס כבר נכשלו בה רבים וטובים און עס איז שוין געשעהן ביי די שענסטע משפחות (והא ראיה, איך), נאר פון אזעלעכע טעותים וואס מאכט די אויגן זיך אפשטעלן פאר איין מינוט און איבער קוקן די צעטל צוויי מאל ווי א אתרוג בין יוהכ"פ לסוכות און זיכער מאכן אז מען פארפאסט גארנישט, טעותים וואס דארף א ר' חיים צו מסביר זיין וואזוי זיי געשהן,

נו לכל זמן עפן איך יעצט דעם אשכול פאר די צוועק וכל המוסיף מוסיפין לו וכו'

נ. ב. ווער עס קען צוטרעפן די נאמען פון דעם קינד אדער פון דעם טאטן זאל זיך מעלדן צו די הנהלת הישיבה און ער וועט אריין גיין אין א גורל אויף א ווערדפולע געשאנק.
📎 מה שמו.png

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 1, 2015 8:01 am

· #263434
די טאטע האט חתונה געהאט א צווייט מאל, זי האט מיטגעברענג א קינד מיטן זעלבן נאמען. זייענדיג א בית שני, איז פארשטענדליך - לויט אונזער חוקי סדום - פארוואס מ'האט דעם בחור נישט אנגענומען.

HotCoffee » מיטוואך אפריל 1, 2015 8:08 am

· #263436
Re: מאדנע טעותים אין צעטלעך פון "היימישע" מוסדות
חיים ישעי' אשר

געוואלדיג » מיטוואך אפריל 1, 2015 8:08 am

· #263437
גוט געזאגט אבער נישט צוגעטראפן, דאס קינד איז די קינד פון די טאטע און מאמע,

סתם איין גרויסע נארישע צעטיל,

סאו וואט » מיטוואך אפריל 1, 2015 11:14 am

· #263480
געשאסען צוויי פייגלעך מיט איין קויל..

ציבעלע-קיגל » מיטוואך אפריל 1, 2015 9:33 pm

· #263681
גימפל געציל?

ליפא » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 12:48 am

· #303346
📎 rps20151007_004539.jpg
פיתום ורעמסס מיטן אתרוג

ברסלבער » זונטאג אקטאבער 18, 2015 11:21 am

· #304980
דער מנהל האט דערציילט ביי לאנטש...
<a class="postlink" href="http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20151017&gil=388">http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20151017&gil=388</a>
📎 555.JPG

געוואלדיג » זונטאג אקטאבער 18, 2015 12:22 pm

· #304983
@ברסלבער, די מעשה האט א מקור, דאכט זיך מיר אז עס ווערט געברענגט אין מטבע שטבעו חכמים, אדער אין ילקוט מעם לועז, איך האב נישט די ספרים כעת תח"י.

ירח בן יומו » זונטאג אקטאבער 18, 2015 12:26 pm

· #304984
די מעשה ווערט געברענגט אין ר' משה הדרשן (מכון ספרי הרב קוק, חומש אוצר הראשונים)

געוואלדיג » זונטאג אקטאבער 18, 2015 1:05 pm

· #304986
די מקור איז פון בן סירא, דא האט איהר א סקרין שאט
📎 מייז.png

ברסלבער » זונטאג אקטאבער 18, 2015 1:28 pm

· #304987
א דאנק פאר'ן אנצייכענען דעם מקור.
נאכאלץ וואלט א מנהל געמעגט זוכן עפעס מער אינהאלטספול צו דערציילן פאר די קינדער ביי לאנטש.

געוואלדיג » זונטאג אקטאבער 18, 2015 1:31 pm

· #304988
איך האב געמיינט אז דיין פראבלעם איז מיט א אויסגעטראכטע מעשה, דיין נקודה איז ריכטיג.

ירא שמים » זונטאג אקטאבער 18, 2015 4:28 pm

· #304999
Re: מאדנע טעותים אין צעטלעך פון "היימישע" מוסדות
די קינדער האבן ליב מעשיות און פאנטאסטישע מעשיות.

לית דין בר נש » מאנטאג אקטאבער 19, 2015 12:42 pm

· #305087
נעכטן אריינגעבליקט אין די קינליין פון פרשת נח זעה איך זיי ברענגען אויך די מעשה פון די קאץ און מויז