☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שיינע געדאנקען פאר די ליל הסדר

שיינע געדאנקען פאר די ליל הסדר

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8557

סמבטיון » מאנטאג מערץ 30, 2015 11:36 pm

· #263023
שיינע געדאנקען פאר די ליל הסדר
מיט גרויס שמחה גרייט איך מיר אפצורעכטן דעם ערשטן מאל דעם נאכט סדר ביי מיר אין פאלאץ, ווער עס קען ארויסהעלפען מיט שיינע געדאנקן מעשיות מראי מקומות וכדו' וואלט איך שטארק הנאה געהאט, חבירים יקרים, עפענטס די קוועלער אין לאמיר הערן..

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 31, 2015 12:12 am

· #263038
געהערט לעצטענס בשם די ברוך טעם.
צא ולמד מה בקש לבן הארמי שפרעה לא גזר אלא על הזכרים ולבן בקש לעקר את הכל. דארף מען פארשטיין וואס עפעס זיכט מען קלענער צו מאכן פרעה'ס רשעות מיט'ן זאגן אז לבן איז געווען ערגער?

נאר פשט איז אז פרעה האט געוויסט אז דער באשעפער וועט נישט צולאזן אויסהארגענען גאנץ כלל ישראל אז ס'זאל גארנישט בלייבן. ער האט געזעהן אז ביי לבנ'ן האט עס נישט געארבעט. האט ער נאר גוזר געווען אויסצוהרגנען די זכרים האפענדיג אז דאס וועט ער יא קענען אויספירן.

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 31, 2015 8:07 am

· #263097