☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » געניאלע ביזנעס איידיעס

געניאלע ביזנעס איידיעס

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8503
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 23, 2015 12:15 am

· #260645
געניאלע ביזנעס איידיעס
פון צייט צו צייט זעה איך אדווערטייזד א געוויסע סארט ביזנעס וואס גיט מיר א "בליץ" אין מח, לאמר, אינטרעסאנט פארוואס עס איז קיינעם נישט איינגעפאלן ביז היינט די איידיע?

אויסער די געווענליכע סארט פרנסות, ווי גראסערי, דרייוון, גראפיקס, און נאך צענדליגער באקאנטע סארט סערוויסעס, מאכט זיך אמאל עפעס "דיפערענט", וואס איז נישט די NORM, און מען כאפט זיך פלוצלינג, WOW, עס איז אזא סימפל זאך, ווי אזוי איז עס נישט איינגעפאלן ביז אהער?

איך זעה אסאך מאל אזעלכע זאכן, און איך בין זיכער אז יעדער איז אויך אזוי. שוין א לענגערע צייט וויל איך עפענען א אשכול מיט א ליסטע פון די סארט איידיעס, און ענדליך האב איך עס געעפנט.

אויפן מינוט האט מיר געכאפט די פשוט'ע איידיע פון אפאר אינגעלייט ארומצוגיין אין הייזער כשר'ן. עס איז א זאך וואס איז נישט גרינג פאר רוב משפחות, און עס וועט בלי שום ספק זיין א געוואלדיגע הילף.
ווי אזוי איז עס נישט איינגעפאלן ביז היינט?
אמת, עס זענען געווען הגעלה צענטערן, ווי מען האט געקענט אהינברענגען אייגענע כלים. אבער הילף צו כשר'ן די אייגענע סינק און טיש מיט אלע הלכות אויף א פראקטישן אופן דאס האט נישט עקזיסטירט.

המשך יבא. ביטע לייגט צו אייערע אייגענע.

כוכב » מאנטאג מערץ 23, 2015 8:55 am

· #260680
שטייצעך אז אויסער די קריעטיוויטי דערפון, איז פון א ביזנעס פערספעקטיוו האט עס נישט קיין שום האפט ווארום דאס איז א סערוויס וואס איז נויטיג בלויז איין וואך אינעם יאר און מ'קען פון דעם נישט לעבן.
אפילו פאר א כולל יונגערמאן בין הזמנים איז עס א שלעכטע איידיע ווייל די מארקעט איז פיצל, א נארמאלע מענטש כשרט אליין ווי אויך קענען זיי נישט בעטן צופיל פאר זייערע סערוויסעס און מסתמא קאסט עס היבש צייט.
בקיצור: א טאטאלער דיזעסטער.

יאסל ראקאווער » מאנטאג מערץ 23, 2015 10:20 am

· #260689
א fire proof באקס פאר די מענטשען וואס ניצען פלאטעס שבת וואלט געווען א גוטע גייענדיגע פראדוקט.

איך גיב רשות פאר סיי וועמען צו נוצען די געדאנק.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 23, 2015 10:39 am

· #260694
כוכב, די קריעטיוויטי אליינס איז אויך נישט אוועקצומאכן, אבער פון דאנעט ביז א "טאטעל דיזעסטער" איז א לאנגער מהלך,
דו קענסט די זעלבע זאגן אויף די סוכה בויער, ערב פסח קאר וואש קאמפאניס, הגעלת כלים לאקאציעס, און שבועות בלומען געשעפטן.
איך רעד נישט יעצט פון עפענען א פול-טיים B&H. איך רעד טאקע פון קריעטיוו, געניאלע, איידיעס. א זאך וואס ביז היינט האט מען זיך געמוטעשט דערמיט און אויף איינמאל זעהט מען זיך א געהאלפענער.
נר מצוה'ס כשר'ן סעט איז אויך געווען א גוטס, וואס האט פיל פארגרינגערט דעם פראצעדור.

איך אויך » מאנטאג מערץ 23, 2015 10:43 am

· #260695
יע שמעקי עס וואלט זיך פארלאנגט פון דיינע זיסע פעדער א לענגערע אפהאנדלונג איבער דעם חרדישן צוגאנג צו ביזנעס. יעדער וויל זיין בעה''ב אויף א בי ענד עידש אבער די פראצענט וואס זענען גרייט צו האסטלן און באסלן א גוטע צוואנציג-דרייסיג יאר ביז מען קומט צו דערצו איז מיניסקאל.

גנדי » מאנטאג מערץ 23, 2015 11:15 am

· #260699
וויליאמסבורג איז געבענטשט מיט די מערסטע קינדער. א ווילימסבורג'ע קינד האט כמעט נישט קיין אינטערטענמענט. נישט קיין TV. נישט קיין VIDEO. נישט קיין געים בוי. מיידלעך מעגן נישט פארן קיין בייקס מחמת צניעות און רוב אינגלעך מעגן נישט האבן קיין שגץ בייק, ראלער בלעידס איז סתם אזוי גויאיש און ספורטס איז מאן דכר שמיה.

וויליאמסבורג האט נישט קיין אינדאר שפיל פלאץ פאר קינדער.

אין בארא פארק ווייס איך פון צוויי פלעצער, קידס-נ-אקשען און בפ דזשונגעל.

ווער עס עפענט אויף אזא פלאץ אין וויליאמסבורג קען דאס זיין א גאלדענע גרוב.

אויב האט מען מורא פון קנאים קען מען מאכן צוויי אפטיילונגען, בלוי און פינק.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 23, 2015 11:43 am

· #260710
מען דארף קודם טרעפן א פלאץ בכדי צו קענען מאכן אזא פלאץ.

כוכב » מאנטאג מערץ 23, 2015 12:02 pm

· #260715
@שמעק
קאר וואש איז א גאנץ יאריגע ביזנעס און סוכה בויער איז געווענליך בחורים וואס הענגען היימיש געמאכטע צעטליך צו פארדינען אפאר איבריגע צענט.
אבער יונגעלייט, וואס זאלן אדווערטייזן אויף קול מבשר און זיך נאך געבן א נאמען ווי קאשער... סארי, סאיז נישט ווערד די עפפארד, און ליבערשט בוי א ברענד אויף עפעס בעסערס.

רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:22 pm

· #260757
די כשר'ן ביזנעס איז נישט שלעכט ווילאנג זיי זענען די איינציגסטע. איך האף זיי פאמפען זיך אין פלעטבוש ווייל דארט וועלן זיי האבן גרויסע ביזנעס. זיי דארפן נאר בעטן 200 למשל פון 200 מענטשן און זיי האבן 40 אלפים. נאט בעד פאר א סיזינעל.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:24 pm

· #260760
200 מענטשן אין איין וואך? קוקט נישט אויס רעאליסטיש.

רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:29 pm

· #260763
איך גלייב נישט עס לויפט איינער אליינס ארום. ער נעמט מסתמא בחורים פאר 5 דולר א שעה+טיפס.

משבק » מאנטאג מערץ 23, 2015 1:48 pm

· #260773
אידן האבן פרנסה בדרך כבוד פון סתם א געדאנק וואס האט געגעבן א בליץ אריין ביי שמונה עשרה צו ווען . נעמט צבש דבר יום ביומו א סימפעל איידיע אדער אפילו קול מבשר די אידען האבן היינט פרנסה . איך חלום למשל פון פארשידענע זאכן וואס סאיז נאכנישט דא ביים היימישן עולם און איך האלט אז מקען עפעס מאכן דערמיט . מיין שאלה איז אבער פונוואנעט ווייס איך צו סאיז טאקע דא א געברויך ביי אונז פאר דעם? און אויב סאיז דא .ווי שטארק איז עס אז סזאל זיך לוינען די אינוועסטמענט .? קען מען אויף עפעס א וועג מאכן א סטאדי אדער א סטאטיסטיק?

וכדומה.. » מאנטאג מערץ 23, 2015 6:05 pm

· #260877
די גרעסטע ראי' אז זיי מאכען געלט איז אז זיי זענען דא נאכאמאל מיט א פעסטקייט דעי יאר. סדאך נישט די ערשטע יאר

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 23, 2015 8:33 pm

· #260953
ס'אזוי די מעשה אז מ'לערנט נישט קיין פאך ביי אונז, שאפט מען בעלאני סארט ארבעט, ווארט נאר צו, כדאי צו לייזן אפאר דאללער גייט די נארוואס-כולל-גראדואירטע קולטור אויפקומען מיט כל-ערליי אכשר דרא'דיגע סארט דזשאבס, כשר'ן רימפלען, פאשלען, יו נעים איט.

הויזן טראגער » מאנטאג מערץ 23, 2015 9:08 pm

· #260963
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
אז מעלערנט נישט קיין פאך מיז מען זיך אליין נעמען אין די האנט אין מען קען אנקומען אסאך ווייטער, משא״כ אז מעלערנט יא בלייבט מען סטאק א גאנץ לעבן ביי אפאר הינדערט דאלער א וואך

יידל » מאנטאג מערץ 23, 2015 9:23 pm

· #260975
אז מען לערנט נישט קיין פאך: 50 פראצענט שאנס אז מ'וועט מאכן עטליכע הונדערט דאלער א וואך, 50 פראצענט שאנס (שיין געזאגט) זיך צו נעמען אין די הענט אריין (וואטעווער איט מיענס) און פארדינען שיין.
אז מען לערנט יא א פאך: 50 פראצענט שאנס פון פארדינען שיין (אבער נישט אזוי שיין ווי די וועלכע נעמען זיך אין די האנט אריין. 50 פראצענט שאנס צו מאכן בלויז עטליכע הונדערט דאלער א יאר און זיך צו נעמען אין די האנט אריין און פארדינען שיין.

petergrifin » מאנטאג מערץ 23, 2015 10:19 pm

· #261021
מײנע צװײ סענט איז. גײ ארבעטן אין א פאך/לײן אויב מעגליך עפעס װאס אינטערסירט דיר. ארבײט דארט ביז
דו קענסט עס גוט אדער גאר גוט און דעמאלסט קענסטו נאך צװײ יאר בערך בעטן א שײנע רעיז אדער גײ װי
מען צאלט מער פאר אײנער װאס קען שוין. פארשטײט זיך אויב ביזטו דער טיפּ איז אפילו מעגליך עט דיס פוינט
צי גײן אלײנס און אדורך שװיצן ביז ביזנעס איז בומינג.

קפה נמס » דינסטאג מערץ 24, 2015 2:26 am

· #261181
@כוכב
איך רוף מיר געווענליך נישט אן. אבער דאווענענדיג אין איין ביהמ"ד מיט דער יונגערמאן וואס האט עס געגרינדעט בין איך אביסל באקאנט מיט די פאקטן.

קודם כל פון איין וואך א יאר קען מען שיין פארדינען (עכ"פ אין די מושגים פון א כולל יונגערמאן). עיין ערך אתרוגים, כפרות, הגעלת כלים סענטער'ס וואס פארדינען צענדליגער אלפים אין א וואך.

צווייטנס, איז דא אסאך גרינגערע זאכן וואס מענטשן פלעגן טון אליין און היינט צאלט מען געלט דערפאר, צום ביישפיל: זאגן תהלים און אנגרייטן צען ברעקלעך...

יעצט לגבי די פאקטן. דער יונגערמאן האט עס געעפנט פאראיאר מער פאר די פלעטבוש'ער עולם(ווי דער מאדנער נאמען איז מעיד), ער האט עדווערטייזד אין קאנטרי יאסי און אויף זאב ברעננער שאו.. און אלל אף עי סאדען האט ער באקומען צענדליגער היימישע קאלס פון בארא פארק און וויליאמסבורג, וואס האט אים געמאכט אדווערטייזן פאר די היימישע עולם געהעריג. איך האב אים געהערט פארציילן אין שול אז אין צוויי טעג (ביז שבת) האט ער באקומען אריבער 400! פאון קאלס.

איך מיין אז ער האט אונטער זיך א גאנצע שטאב פון יונגעלייט וואס ארבעטן פאר אים. סאו דאונט טעל מי אז ער מאכט נישט קיין געלט. איך בין זיכער אז נעקסטע יאר וועט ער האבן קאמפעטישן. מסתמא וועט זיך עפענען אזעלכע סערוויסעס אין מאנסי און ק"י. טעיק מיי ווארדס... ביז אפאר יאר וועט עס ווערן א געהעריגע סטייל ביים עולם.

קפה נמס » מיטוואך מערץ 25, 2015 12:21 am

· #261571
יישר כח פאר די לייקס. איך בין שוין דא א יאר צייט, און איך האב מורא זיך אנצורופן. איי עפרישיעיט איט.....

chusid » פרייטאג מערץ 27, 2015 1:36 pm

· #262324
פארוואס קען מען נישט מאכן עפעס אזא בית קיבול וואס מ'טשעפעט צו צו די פירקאלעיטאר אזוי אז עס זאל זיין א כלי שני און מ'זאל נישט דארפן נוצן קאפס און מאכן בל תשחית.... עס איז א ביליגע זאך לכאורה .

מעקס » זונטאג אפריל 19, 2015 3:40 am

· #267280
@chusid א גיטע געדאנק אבער עס דארף זיין קאמפעטיבעל פאר אלע ערליי פערקילעטארס, שנית איך ווייס נישט ווי אזוי מען מאכט א פעטענט אויף א היימישע חומרה און אן א פעטענט האסטו קאמפעטישאן א טאג דערנאך.

לעיקוואד » זונטאג אפריל 19, 2015 4:13 am

· #267287
מדארף מעיין זיין אויב עס וועט העלפן. לעולם סתם אזוי להלכה פעלט דאך נישט אויס נאך א קאפ, דער ערשטער איז דאך שוין א כלי שני, מדארף נאר אריינלייגן די וואסער פאר די קאווע. נאר דער עולם פירט זיך צו מבזבז זיין קאפס מאיזה סיבה שיהיה, ווייס איך נישט אויב זיי וועלן זיין צופרידן מיט די פאטענט מאותו סיבה..

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 19, 2015 8:01 am

· #267294
שוין גיזעהן אמאל אין א שוהל אין מאנסי, א כלי צוגעchainעד, וואס אלע ניצן אלץ כלי שני.

שמערל » זונטאג אפריל 19, 2015 8:06 am

· #267295
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
געוואוסט אז מאנסי איז א שוואכע שטאט, ביי אונז איז מען חושש אויב איז חלילה געבליבן א טראפל וואסער אינעם גלעזל וואס איז נצטנן לגמרי, דאן ווען ער פילט עס צוריק אן מיט הייס וואסער איז ער דאך א רעכטער מבשל בשבת רחמנא ליצלן.

איך אויך » זונטאג אפריל 19, 2015 11:08 am

· #267323
עס איז שוין געווען אדווערטייזד די פאטענט כנראה זענען נישט אלע רבנים מודה אז עס וועט העלפן לגבי כלי שני.

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 21, 2015 7:54 am

· #268099
לעיקוואד
מדארף מעיין זיין אויב עס וועט העלפן. לעולם סתם אזוי להלכה פעלט דאך נישט אויס נאך א קאפ, דער ערשטער איז דאך שוין א כלי שני, מדארף נאר אריינלייגן די וואסער פאר די קאווע. נאר דער עולם פירט זיך צו מבזבז זיין קאפס מאיזה סיבה שיהיה, ווייס איך נישט אויב זיי וועלן זיין צופרידן מיט די פאטענט מאותו סיבה..

ביי קאווע איז מען זיך נוהג צו מאכן א כלי שלישי, היות עס ווערט פאררעכענט אלס א קל הבישול, און כאטש די קאווע איז שוין געבראטן, נעמט מען דאך אן אז יש בישול אחר אפייה דערפאר לייגט מען דאס הערשט בכלי שלישי

שמערל » דינסטאג אפריל 21, 2015 7:58 am

· #268100
נישט גילטיג ביי נעס קאפע שכבר נתבשל ולכו"ע בעי רק כלי שני

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 21, 2015 8:33 am

· #268103
שמערל
נישט גילטיג ביי נעס קאפע שכבר נתבשל ולכו"ע בעי רק כלי שני

אינטערסאנט, איז אויב אזוי וואס שאדט דאס אריינצולייגן אפילו בכלי ראשון שאינו על גבי האש, אדער עירוי, ס'העט ווען געברויכט זיין מותר ?

שמערל » דינסטאג אפריל 21, 2015 8:42 am

· #268105
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
שוין לאנג נישט געלערנט די הלכה, די חומרא אויף א כלי שלישי איז פון תניא אין סידור.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:11 pm

· #269067
שוין לאנג וואס איך טראכט אז מענער זאלן ווערן מאסאדזש טעראפיסטן. מען קען הערליך פארדינען דערפון.
ביי די פרויען איז עס גאנץ גאנגבאר (בנוסף צו פעדיקיורס וכדו'), אבער ביי מענער (כ'רעד היימישע אידן) איז עס כמעט נישט בנמצא.
נישט אז מענער קענען נישט נוצן אמאל א גוטן מאסאדזש. אדרבה, מען וואלט זיך מחי' געווען דערמיט נאך א טאג שווערע ארבעט.
אין ארץ ישראל קען מען יא טרעפן געוויסע מענער וואס טוען עס. אבער נישט אין ניו יארק.
עס איז א פרנסה קלה ונקי', קאסט נישט צופיל צו אינוועסטירן און אויפהאלטן, און מען קען בעטן צווישן 70-100 א שעה!

היינט אין קול ברמה:

.
📎 massage.jpg

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 18, 2016 1:14 am

· #329661
אויב איינער קען מאכן וועלקראו אין די דאכענע ציעך, ביי די ארבע כנפות פון אינדערווייניג, וואס זאל האלטן די דאכענע על מקומו, וואלט ער געהאלפן אסאך פראבלעמען, און איך וואלט שוין יעצט געקענט ווען שלאפן.

חכימא דיהודאי » מאנטאג אפריל 18, 2016 2:27 am

· #329669
וכדומה..
די גרעסטע ראי' אז זיי מאכען געלט איז אז זיי זענען דא נאכאמאל מיט א פעסטקייט דעי יאר. סדאך נישט די ערשטע יאר

זעה איך זיי זענען ווידער דא, האט זיך מיר אנגעשמעקט זיי צו דינגען. איינער האט עפעס עקספיריענס מיט זיי?

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 18, 2016 12:00 pm

· #329703
קאוועלע, גיב א קוק, 'אויסגערוט' האט דיר געלייקט.
נאך דא האפענונג.

טמיר » מאנטאג אפריל 18, 2016 12:03 pm

· #329707
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
לעיקוואד
מדארף מעיין זיין אויב עס וועט העלפן. לעולם סתם אזוי להלכה פעלט דאך נישט אויס נאך א קאפ, דער ערשטער איז דאך שוין א כלי שני, מדארף נאר אריינלייגן די וואסער פאר די קאווע. נאר דער עולם פירט זיך צו מבזבז זיין קאפס מאיזה סיבה שיהיה, ווייס איך נישט אויב זיי וועלן זיין צופרידן מיט די פאטענט מאותו סיבה..

די סיבה פ"וו מ'טוט אזוי איז וועגן צובע. אי נמי, אז די קאווע שטויב זאל זיך בעסער צולאזן

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

אהרן » דינסטאג אפריל 19, 2016 7:26 am

· #329926
טמיר
לעיקוואד
מדארף מעיין זיין אויב עס וועט העלפן. לעולם סתם אזוי להלכה פעלט דאך נישט אויס נאך א קאפ, דער ערשטער איז דאך שוין א כלי שני, מדארף נאר אריינלייגן די וואסער פאר די קאווע. נאר דער עולם פירט זיך צו מבזבז זיין קאפס מאיזה סיבה שיהיה, ווייס איך נישט אויב זיי וועלן זיין צופרידן מיט די פאטענט מאותו סיבה..

די סיבה פ"וו מ'טוט אזוי איז וועגן צובע. אי נמי, אז די קאווע שטויב זאל זיך בעסער צולאזן

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk


די סיבה איז ווייל די ערשטע קאפ איז א עירוי כלי ראשון (וואס איז א מחלוקת הראשונים אויב עס ווערט פארעכענט ווי א כלי ראשון צו א כלי שני)

טמיר » דינסטאג אפריל 19, 2016 10:39 am

· #329968
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
נישט ריכטיג. איינמאל ס'האט געלאנדעט איז עס זיכער א כלי שני

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

אהרן » דינסטאג אפריל 19, 2016 11:14 am

· #329977
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
עס קאכט אפ די קאווע בעפאר די לאנדונג

יהושע חיים » דינסטאג אפריל 19, 2016 11:50 am

· #329990
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
ומשום הכי לאז איך די וואסער קודם גיין אויף די וואנט פון די כלי פאר עס רירט צו די קאווע שטויב

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

ביליג » מיטוואך אפריל 20, 2016 1:48 am

· #330182
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
נהורא נפישא
לעיקוואד
מדארף מעיין זיין אויב עס וועט העלפן. לעולם סתם אזוי להלכה פעלט דאך נישט אויס נאך א קאפ, דער ערשטער איז דאך שוין א כלי שני, מדארף נאר אריינלייגן די וואסער פאר די קאווע. נאר דער עולם פירט זיך צו מבזבז זיין קאפס מאיזה סיבה שיהיה, ווייס איך נישט אויב זיי וועלן זיין צופרידן מיט די פאטענט מאותו סיבה..

ביי קאווע איז מען זיך נוהג צו מאכן א כלי שלישי, היות עס ווערט פאררעכענט אלס א קל הבישול, און כאטש די קאווע איז שוין געבראטן, נעמט מען דאך אן אז יש בישול אחר אפייה דערפאר לייגט מען דאס הערשט בכלי שלישי


אין ספר דברי יחזקאל שטייט בשם די שינאווע רב אז נאכ'ן אויסשאקלען די גלעזעל דריי מאל איז שוין נישט דא קיין בישול

מפוזרי » מיטוואך אפריל 20, 2016 7:30 am

· #330203
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
דבר זה מבואר בפוסקים שדינו של התרומת הדשן לגבי עירוי הנזחל הוא רק לשוי' כעירוי שנפסק הקילוח שאינו מבשל.

יהושע חיים » מיטוואך אפריל 20, 2016 9:29 am

· #330218
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
יישר כח @מפוזרי
און עס איז מסתבר אזוי ווייל די הסבר פון כלי שני און כלי ראשון שהיסר מעל האש איז ווייל דפנותיו מתקררות הוא הדין הכי בעירוי שנפסק הקילוח

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

אהרן » מיטוואך אפריל 20, 2016 10:28 am

· #330243
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
מפוזרי
דבר זה מבואר בפוסקים שדינו של התרומת הדשן לגבי עירוי הנזחל הוא רק לשוי' כעירוי שנפסק הקילוח שאינו מבשל.

מראה מקום?

הערסטע » מיטוואך אפריל 20, 2016 8:42 pm

· #330323
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
לעצטענס זעט מען אסאך בחורים פארן ארום צו גרויסע ביזנעסער אין גייען ארויף צו די אינגעלייט אין אפערן צו קלינען זייער קארס פאר פסח, פאר $45 קלינען זיי דיר דיין קאר אזוי לאנג ווי דו ארבעטס, אזוי דארפסט נישט ווארטן אין קיין ליין'ס פאר שעות אריכות
#אויכט_אן_איידיא

מפוזרי » מיטוואך מאי 11, 2016 6:19 pm

· #332710
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
אהרן
מפוזרי
דבר זה מבואר בפוסקים שדינו של התרומת הדשן לגבי עירוי הנזחל הוא רק לשוי' כעירוי שנפסק הקילוח שאינו מבשל.

מראה מקום?

עיין חוו"ד ביאורים סימן צב ס"ק כג, ופרמ"ג שפתי דעת סימן צה ס"ק יח.

שאולדיספריםפאקער » מיטוואך מאי 11, 2016 7:45 pm

· #332719
14-year-old entrepreneur raises $100,000 to create first-aid vending machines. <a class="postlink" href="https://t.co/6eZX6D0IZ0">https://t.co/6eZX6D0IZ0</a>

בלויע רעקל » מיטוואך מאי 18, 2016 11:51 am

· #333571
מלאך גבריאל
א מאשין וואס וועט מתרגם זיין א יעדע שפראך צו דיין שפראך.

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=G6SFbSD63IQ">https://www.youtube.com/watch?v=G6SFbSD63IQ</a>

אביתר פריעדמאן » מיטוואך מאי 18, 2016 3:10 pm

· #333605
אונז האלטען מיר שוין אין יארע '16 און איך ווייס נישט פארוואס סאיז נאך נישט פארהאנען ביי די שאוערס אדער סינקס, צוגעטשעפעט א דיגאטאלע דעגרי מעסטער, ווי הייס אדער קאלט די וואסער איז, יעדעס מאל וואס מען פילט אן די וואנע, אדער מען וויל זיך וואשען די הענט דארף מען דרייען אהער און אהין לוכאורה מיט אזא פשוטע פיטשקעווע וואלט די לעבן געווען פיל לייכטער

באמת וואלט שוין די טעכניק באדארפט צו זיין, מזאל קענען אנשטעלן פונקטליך ווי ווארעם מען וויל די וואסער זאל זיין, אבער עכ''פ כאטש אזא פשוטע זאך ווי א.ד. זאל שוין זיין.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 18, 2016 4:33 pm

· #333624
וואלט עס נישט געווען א פראבלעם מיט שבת ויו"ט?
אפשר זאל מען עס קענען דיסעיבלען לעת הצורך.

שמערל » מיטוואך מאי 18, 2016 4:45 pm

· #333626
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
<a class="postlink" href="http://m.homedepot.com/p/KOHLER-DTV-Digital-Shower-Interface-in-Black-Black-K-527-E-7/203782873?cm_mmc=Shopping%7cTHD%7cG%7c0%7cG-BASE-PLA-D29B-Faucets%7c&gclid=CjwKEAjwpfC5BRCT1sKW2qzwqE0SJABkKFKRNTXc9NIteHgeOWjrvB73I5xlayNAsExOV-2ddTuTUBoCEVTw_wcB&gclsrc=aw.ds">http://m.homedepot.com/p/KOHLER-DTV-Dig ... lsrc=aw.ds</a>

אביתר פריעדמאן » מיטוואך מאי 18, 2016 9:00 pm

· #333656
שמערל
http://m.homedepot.com/p/KOHLER-DTV-Digital-Shower-Interface-in-Black-Black-K-527-E-7/203OV-2ddTuTUBoCEVTw_wcB&gclsrc=aw.ds

שכח כהאב מירעס געבאקמארקט ווען כעל מיר קויפען א אייגען הויז עלעך מיר עס פארגינען צו אינסטאלירען
בלאט: 1 2