☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » געניאלע ביזנעס איידיעס

געניאלע ביזנעס איידיעס

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8503
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 24, 2016 10:10 pm

· #334441
וואלט איר געצאלט 6 אלפים פאר א פרידזש?
יא, אזויפיל פארלאנגט סעמסאנג פאר א נייע פארגעשריטענע סאפיסטיקירטע פרידזש!

<a class="postlink" href="http://www.cnet.com/products/samsung-family-hub-refrigerator/">http://www.cnet.com/products/samsung-fa ... rigerator/</a>

(ווייסעך נישט צי ס'באלאנגט אין דיזען אשכול; אבער עס איז בלי ספק א געניאלע ביזנעס איידיע... נאר כ'גלייב נישט אז א שבת-סמארט-סוויטש וועט עפעס העלפן צו נוצן דעם כלי אום שב"ק...)

קל וחומר » דינסטאג מאי 24, 2016 10:13 pm

· #334442
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
א שבת עפפ...

קאמענטירער » זונטאג אוגוסט 21, 2016 2:32 pm

· #346611
פאר די וואס ווייסען נישט אז פונקט ווי די מושג פון שארק טענק ווי אפאר איבערגעגעסענע ביליאנערן זיצען אין מענטשען קומען פארלייגען א שותפות אין זייער ביזנעס איז דא אזא מושג פאר אונז אזוי ווי עינזשעיל אינוועסטארס וואס זיי קומען און אינוועסטן אין דיין ביזנעס פארשטייט זיך אז סדארף זיך זיי לוינען, אבער סאיז נאך אלץ סאך א בעסערע געדאנק ווי אריינעמען חברים אדער משפחה קרובים אין ביזנעס פלענער והמבין יבין

אזוי אויך איז דא א געדאנק פאר וועמען ס'פאלט איין געדאנקען, און זיי נויטיגען זיך אין געלטער, קען מען ארויפלייגען אויףקוק סטארטער ווי מען קען ארויפלליגען די געדאנקען און פלענער און מענטשען זענען זיך משתתף מיט מעות קדימה אזוי ארום קען מען פארוואנדלען די פלאן מכח אל הפועל, נאר כדי ארויפצולייגען אויף ק''ס דארף מען שוין האלטען ערגעץ, מדארף שוין צו האבען געספענט געלט פאר א דיזיינער, פאר א פאטענט לויער, פאר א 3D מאדעל, און ערשט דאן קען מען ארויף לייגען אויף קיקסטארטער, וואס כשמו כן הוא ספונקט געניג צו געבען א שטויס פארן סטארטער, אז ער זאל קענען פאראויסגיין מיט זיינע פלענער
הצלחה פאר אייער פראדוקט!

קלוגע יודל » זונטאג אוגוסט 21, 2016 3:31 pm

· #346625
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
אביתר פריעדמאן
אונז האלטען מיר שוין אין יארע '16 און איך ווייס נישט פארוואס סאיז נאך נישט פארהאנען ביי די שאוערס אדער סינקס, צוגעטשעפעט א דיגאטאלע דעגרי מעסטער, ווי הייס אדער קאלט די וואסער איז, יעדעס מאל וואס מען פילט אן די וואנע, אדער מען וויל זיך וואשען די הענט דארף מען דרייען אהער און אהין לוכאורה מיט אזא פשוטע פיטשקעווע וואלט די לעבן געווען פיל לייכטער

באמת וואלט שוין די טעכניק באדארפט צו זיין, מזאל קענען אנשטעלן פונקטליך ווי ווארעם מען וויל די וואסער זאל זיין, אבער עכ''פ כאטש אזא פשוטע זאך ווי א.ד. זאל שוין זיין.

מיינע עלטערן וואוינען און א הויז באלד 20 יאר, און זיי האבן אזא זאך אין זייערע שויער.

כלבאשבוע » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:42 pm

· #350396
📎 כפרתעוונות.jpg

החוקר » פרייטאג יולי 21, 2017 9:20 am

· #379786
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
גלייכט איר זייער קאטשעניו אבער עס געלונגען קיינמאל נישט? לויפט קויפן אין געשעפט טרוקענע קאטשעניו 📎 IMG_20170720_093124.jpg

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 21, 2017 1:49 pm

· #379826
כהאף אז סליגט נישט אין דעם באהאלטענע קעמיקעלס ושאר מרעין בישין אבער מניצט עס שוין ביי מיר אינדערהים אפאר וואכן און סארבעט א מחיה

החוקר » מאנטאג יולי 24, 2017 5:42 pm

· #380124
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
עפענען א כולל פאר סיומים.
$50 א סיום אויף תהילים
$100 א סיום משניות
$150 א סיום פרק גמרא
$250 א מסכת קטנה
$1,000 א סיום אויף א גרויסע מסכת (פאר ווער עס וויל קענען עסן סטעיק)

טמיר » מיטוואך יולי 26, 2017 9:48 am

· #380345
Re: געניאלע ביזנעס איידיעס
מען קען בעטן $2.50 פארן נוצן א פאבליק ביה"כ אין קאנטרי. הלמאי, ס'איז דאך אין קאנטרי!

בית יוסף » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2018 1:47 pm

· #412331
איך האלט באמת 4ז עס איז א גיטע איידיע ..
בוחרים אדער ינגערלאט זאלען ארים גיין אין בית מדרש אין ווער עס האט א שמיצגע טלות העט מען אים געיבן א בילגע אין צווי דריי טעג שפעטער ברענגט מען עס צירק קליען וואס זאגט דער אולם צי די איידע?
בלאט: 1 2