☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס טוען אונזערע חברי הכנסת אויף???

וואס טוען אונזערע חברי הכנסת אויף???

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8479
בלאט: 1 2

חאצקעל שניידער » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 7:24 pm

· #262149
זיי זענען ביידע פונם דעלבן פלאץ און דער ערשטער איז דער אינטישטער בילד און דער תיאור פון אונטן איז פאר ביידן, געוואלדיג : זיי מיר מודיע צו מזעט עס קלאר.
📎 image.jpg

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 8:11 pm

· #262164
יא נעבעך יישר כח

חאצקעל שניידער » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:19 pm

· #262196
נעבעך אויף שעי׳ גראס אדער אז מזעט עס?

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:04 pm

· #262205
נעבעך אויף א חסיד שוטה

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 22, 2015 10:45 am

· #277958
Re: וואס טוען אונזערע חברי הכנסת אויף???
גאלד, ס'איז געווען נאך א שותומ''צ געחתמ'ט אויפ'ן מגילת העצמאות. ער איז דער וואס האט דער לענגסטע איבערגעלעבט נאכ'ן חתימה. דוכט זיך ער איז אוועק אין די ס' יארען. ט'ווייסט איינער ווער?

קפה נמס » דינסטאג מאי 26, 2015 3:04 am

· #278106
הרב קלמן כהנא פון פא"י האט אויך גע'חתמ'עט. ער איז יענע יארן געווען א חלק פון אגודת ישראל, וועלכער איז געלאפן צוזאמען מיט פא"י אונטער איין רשימה "חזית דתית תורתית".

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 26, 2015 6:45 am

· #278112
Re: וואס טוען אונזערע חברי הכנסת אויף???
ביסט זיכער ער האט געחתמ'ט? איך האב געמיינט א ליטוואק, נישט קיין אונגארישער, פונ'ם שטאט בריסק.

קפה נמס » דינסטאג מאי 26, 2015 10:48 am

· #278136
אפשר מיינסטו הג"ר יודא לייב מיימון וועלכער האט געלערנט אין די ליטא אלץ בחור, און איז שפעטער געווען א פייערדיגער מזרחי'סט. ער איז געזעצן די ערשטע אויבן אן ביים חתמ'ענען אויף די מגילת העצמאות, און זיין נאמען פיגורירט אויף יעדע ספר פון מוסד הרב קוק אלץ מייסד פונעם מכון. ער האט זיך געשלאגן (צוזאמען מיט הרי"ם לוין) מ'זאל דערמאנען דעם אויבערשטן'ס נאמען אינעם מגילה, און האט גע'פועל'ט צום סוף מ'זאל דערמאנען "צור ישראל".

איך אויך » דינסטאג מאי 26, 2015 11:48 am

· #278149
גראדע ביי עם קען איך פארשטיין די קנאים'ס אפשיי עם צו רופן מיימון. כ'מיין איינער שטייט אויף איין טאג און מחליט זיך צו טוישן פון פישמאן צו מיימון ע''ש הרמב''ם? וואטס נעקסט?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 26, 2015 2:21 pm

· #278200
Re: וואס טוען אונזערע חברי הכנסת אויף???
יא, איהם אויך. נאר ער שטאמט פון שקלאוו. ער האט נישט אויסגעלעבט דער לענגסטער.
איך האב געמיינט זרח ווארהאפטיג, וואס ער איז פון בריסק. איך האב געליינט זיין בוך ווי ער שילדערט זיין טעטיגקייטען אין ראטעווען אידען פון רוסלאנד ליטא ביים קריג און ווי ער האט זיך געשלאגען מיט אנדערע סוכנות בא'עמטע צו ראטעווען אויף וועלכע לאנד ס'איז שייך, אפילו נישט א''י.
בלאט: 1 2