[ציטאט אראפגענומען]
ביי וויפיל פראצענט וואלסטע מסכים געווען? אויב עס איז איבער 50% ביסטע מסכים אז ער איז גערעכט?
עס איז טאקע זייער מעגליך אז פון אלע דריי שטעט איינאיינעם זענענן טאקע נישט געקימען מער וו א מנין אידן זיך אפרעדן, אבער די שכל זאגט אז עס איז איבער 50% און מער וואס ווילען נישט אז מען זאל אויסמישען קינדער וואס האבן קאמפיוטערס אוו שטוב מיט קינדער וואס האבען נישט קיין קאמפיוטערס און שטוב,
דארפסט וויסען, עס האט זיך עפעס אויסגעשטעלט אז די רוב דא און קאווע שטיבעל באלאנגען נישט צום פרומען לאגער, אבער אין די עכטע וועלט איז די מציאות אנדערש, מענטשן ווילען אז די שטיבער און די מוסדות זאלען זיין ריין, זיי ווייסען פינעם פאקט וואס די קאווע שטיבער שרייבער ווייסען אויך אז קאמפיוטערס איז גאר א שעגליכע פראדוקט און מען דארף זיך היטען דערפון אזאש ווי מען היעט זיך פון עני אנדערע פיזישע סכנה,
איך וועל איבערשרייבען אז זאך וואס איך האב שוין געשריבען,
פריינדליךאיך דאווען נישט ביי קיין איינע פון די סאטמערע רבנים, מיינע קינדער גייען נישט און יענע מוסדות, און איך גיי נישט ביי זיי מיט קיין קוויטעל,
איך בין בסך הכל א פשוטער בעה"ב וואס וויל אז די פרימע זאלען אנגיין מיט זייער טעראר ווי מער און מצליח זיין ווי מער, ווייל אזוי - און נאר אזוי - וועט דער עמך איד זיך קענענן האלטען ביי א געהעריגען סטאנדערד אין אידישקייט, וואלטען ווען נישט די פרימע געצויגען זייער שטארק אויף רעכטס, וואלט שוין די דור געהאלטען אסאך ווייטער רח"ל, ווייל עס איז דא איינער וואס פראבירט צו גיין ווי מער אויף רעכטס דאס האלט יעדעם און צענטער, והדבר פשוט וידוע לכל מי שיש לו מוח ולב להבין, ואכמ"ל, עפעס א ענליכע מימרא איז דא פון הרב שך אדער די חזון איש לגבי דעם בעל דברי יואל זי"ע, איך קען נישט די פרטי המעשה אבער עס איז דא אזאך וואס קענענן עס,