המלאכה מרובה
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8423
המלאכה מרובה
פישלע כאדיר געשיקט אן אימעיל די פייל וואס אפטע האט מגיה געווען פאר א צווייטע רונדע הגה. פון דארט פארט עס צום גראפיסט.
@כוכב, איך האב עס פאראכטען "אין-ליין" און צוריקגעשיקט.
שטארק אינטרעסאנטע ארטיקל.
נ.ב. עס שטייט דארט "איצטע, אין יאר 2014", און אויך כמה פעמים "היי יאר". וואס איז פשט? איך האב עס נישט געטוישט לויט דיינע אנווייזונגען נישט צו טוישען אינעם גוף המאמר, אבער ס'ברויך דיין אטענשען.
אין די פאראגראף, מער צום סןף, וואס פאנגט זיך אן מיט די ווערטער "א גרויסע פירמע", איז דא א ווארט "מידיאקער". האסט א מושג וואס דאס מיינט?
"איצטע" דארף זיין "איצטער". "היי-יאר" איז א רעגולארער אידישער ווארט.
איינער זאל מאכן א ליסטע פון ניקים וואס האבן צו געזאגט ארטיקלען.
אינעם אשכול האבן ראובן, שמערל, אנאנים, ברסלבער, קא"ק און בן נוריה געשריבן אז זיי וועלן שרייבן.
האלט איין מינוט! כ'באמערק יעצט אזוי אז דו האסט געשריבן אז איך האב אויך צוגעזאגט אן ארטיקל! לץ דו! נו, זאל שוין זיין...
אפטע, סמבטיון, הרוצה בעילום שמו.
וואס איז דאס הרוצה בעילום שמו? אפשר הרוצה בעילום ניקו? א רעכטע הסתרה בתוך הסתרה.
די ערשטע ארטיקל איז פון הרוצה בעילום שמו, און וועט ערשיינען אונטערן פען נאמען פה סח שטאב.
ונבנתה האט אריינגעשיקט די צווייטע ארטיקל.
מדארף באגלייטן:
ראובן
קאק
אפטע
שמערל, ער וויל זאל זיין בעילום.
סמבטיון
אנאנים
בן נוריה
בן תמליון ארבעט אויך אויף אן ארטיקל.
הרוצה בעילום שמו האט אויסגעלייגט ווערטער אומריכטיג ווי "טוהן" אנשטאט "טון", "פראבירט" אנטשטאט "פרובירט", "זעהן" אנשטאט "זען". און כ'האב עס געטוישט. יעצט זע איך ונבנתה האט אויך ענליכע טעותים. זאל מען די אלע זאכן פאררעכטן? כ'וויל דאך נישט סתם פאטשקענען.
יא, גראמאטיק קען מען פאררעכטן.
ווער וויל זיך מתנדב זיין און צוזאמעננעמען צען אלטע ארטיקלען בשייכות מיט פסח פאר א סאפלומענט?
האט נישט פישעלע ארויסגעגעבן פאריאר קאווע בלעטער מיט אלטע סאפלומענטן? מ'קען דאך נישט לייגן יענע. דארף מען וויסן וועלכע ארטיקלען זענען ערשינען דארט. די פאעזיע איז געווען דארט? <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/315">viewtopic.php?f=50&t=315&hilit=%D7%A4%D7%A1%D7%97</a><!-- l -->
כ'האב עס גראדע נישט געלייענט. אפשר איז עס ניטאמאל אינטערעסאנט. לאנג איז עס אבער
די איידיע קומט פון קעלנער. איך קען עס נישט אזוי ווייט באגלייטן און איך געדענק נישט וואס איז געווען פאריאר.
די חד גדיא ארטיקל פון כעלעמער האט מען אמאל געדרוקט?
@פישלע העררינגאפטע שיק מיר ונבנתה'ס ארטיקל אויף א ווארד פייל איך וועל שוין ענדיגן די הגה. איך וויל עס שוין אריינשיקן צום גראפיקער.
אקעי. געמער א דקה
געשיקט
@כוכב,
@אפטעמיסט,
באמת איז נישט קיין חילוק אויב עפעס איז געדרוקט געווארן פאריאר אין די בלעטער. עס איז געוועהן אויסגעשטעלט על פי סדר ההגדה, אינגאנצען אן אנדערע דערהער. לגבי חד גדיא, די הגדה איז נישט אנגעקומען ביז צו חד חדיא מפני אפס הפנאי, סא ס'איז זיכער נאכנישט געדרוקט געווארן.
הערסט קעלנער א חלק פסח ארטיקלען האט מען שוין געדרוקט פאריאר.
אויב דער גראפיקער איז מסכים וועט מען צולייגן עפעס א ליקוט פון אנשי שם ארטיקלען פון מאראנצןזאפט וואס ער האט אנגעהויבן צאמשטעלן פאריאר.
כעלעמער האט געאפפערט איבערצושרייבן זיין ארטיקל מיט פוטנאוטס צו די מקורות.
פישלע דו האסט עפעס צוזאמנגענומענע ארטיקלען אויף פסח וואס זענען נאך נישט געדרוקט געווארן?
כוכבכעלעמער האט געאפפערט איבערצושרייבן זיין ארטיקל מיט פוטנאוטס צו די מקורות.
פישלע דו האסט עפעס צוזאמנגענומענע ארטיקלען אויף פסח וואס זענען נאך נישט געדרוקט געווארן?
כ'וועל טשעקן מאנטאג. ערשטער לאנגע פרייטאג פון די יאר והמלאכה מרובה!
וואס איז למעשה געבליבן מיט לייגן אלטע סחורה?
איך טו גארנישט דערוועגן. איך קען עס נישט נעמען אויף מיר.
כעלעמערס פרישע מהודרא אויף דעם חד גדיא וועט אריינגיין צווישן די בלעטער.
איך וועל פרובירן צאמנעמען
נעם נאר פון גאר הויכער קוואליטעט.
איך וויל נישט אנלייגן מיט טויזנטער ארטיקלען.
זיי מגיה די ארטיקלען. מאך מיך איין גרויסע ווארד פייל.
אויך פרעג פישלען וואס ער האט שוין צוזאמענגענומען און וואס מהאט שוין געדרוקט ווייס איך נישט צי מזאל איבערדרוקן.
לייג ארין יאירס ארטיקל פון פאריאר נאך פסח.
לעיקוואד האט אפשר אויך סחורה מאך א סוירטש.
קום אויף מיט א פאסיגע נאמען פאר א ביילאגע און שרייב אן אריינפיר. נישט נאר א שכויעח וכו', זאל זיך אנהויבן מיט א שטיקל געדאנק.
נו, שווער צו ארבעטן פאר כוכב?!...
אקעי
יאיר'ס ארטיקל איז טאקע געווען א היט. מיינסט יענע ארטיקל פארוואס יענער טוט אלע מנהגים מיט א תמימות. כ'געדענק.
כ'וועל זוכן נאך און קארדאנירן מיט פישעלע.
אה"נ, די שאלה איז נאר וויפיל נייע ארטיקלעך מ'וועט האבן. אויב האט מען גענוג, פעלט פשוט נישט אויס.
סדא אסאך גוטע געדאנקען וואס מ'קען טון אבער למעשה האב איך גענומען אויף מיר צו צושטעלן בעזה עפעס ערשטמאליג און פרעצעדענטלאז.
איך מוז מיך האלטן צום אריגינעלן פלאן ואם לא כן אין לדבר סוף.
אויך איז דא א לימיט וויפיל מקען ארויפלייגן אויפ'ן גראפיקער.
יעצט איז דער צייט צו באפעסטיגען די ביז יעצטיגע פלענער וואס קענען נאך נוצן סיי הילף און סיי רחמי שמים און נישט זיך זוכן נייע מצות.
נאך א נקודה, ווער וויל ארויסהעלפן שאפן א שטיקל קאסע פאר'ן גראפיסט?
וואס זאגט דער עולם צו משה ניו יורקער?
כוכבוואס זאגט דער עולם צו משה ניו יורקער?
ס'טאקע דא אזא איד? ס'זעהט מיך אויס ווי דער מחבר טרייבט שטילע ליצנות פון חסידי'שע מעשיות, ער קאמביינט שבחי בעש"ט מיט אלע דערציילונגען פון צדיקים אונטער איין דאך... איז "דאס" דער עקספאויז'ער וואס קאווע שטיבל זוכט יעצט? איז דאס וואס כוכב זוכט ארויסצושטעלן אויף דער גאס אלץ רעפריזענטעטיוו פון וואס מען קען אלץ לייענען אין שטיבל?
איך וואלט נאכ'ן גאנצע מעשה געמאכט א שטערנדל, און אריינגעגאנגען אין א כמו נמשל בדרך מוסר, בלא בלא בלא, כדי צו כשר'ן דעם באשרייבונג.
נ. ב. יא, איך כאפ דער הומאר און קריעטיוויטי פון דעם ארטיקל.
בכלל נישט קיין וויץ. דעם שטיינבערג קען איך. דער ארטיקל איז האלב פון אן ארטיקל וואס איז געדרוקט געווארן אין א ניקלשברוגער גיליון.
איך זוך נישט צו פראמאוטן גארנישט און איך פארטרעט נישט ק'ש. איך וויל צושטעלן א אינטערסאנטע און קריעטיווע פראדוקט.
ובכן איז נאכאמאל די שאלה איז דער ארטיקל אינטערסאנט פאר עמיצער?
@פלאוויוסוואס רעדט מען דא וועגן?
קוק אימעיל.
אויב ביזטו קאמפארטעבל מיט עס האלט איך שטארק דערפון ליטעראטוש. ס'איז א מלוה מלכה מעשה אויף סטעראוידס. זייער זיס.
לגבי דער געבראקקטס ארטיקל, עס איז שיין. מיט די טשאדעלעך צום סוף אויך. איין זאך נאר, ער ברענגט אז דער יעב"ץ איז זיך כאילו מתייחס צו דער מנהג החסידים לגבי געבראקטס, לכאורה איז עס נישט מדויק, מ'דארף בודק זיין אויב דער יעב"ץ האט בכלל געלעבט בזמן החסידים און אויב ער איז זיך מתייחס צו זייערע מנהגים.
רבי יעקב עמדין איז אוועק נאך דער בעש"ט
אנטשולדיגט פארן זיך אריינמישן…
איך האלט אז אפי' מען נעמט עפעס אלטע זאכן זאל מען עס נישט מאכן אין קיין עקסטערע ביילאגע עס זאל לויפן ווי אלע ארטיקלען עס האט נישט קיין פשט אן אויסגאבע מיט עטליכע ביילאגעס
[איך קלער נאר]
ביזדערווייל האט מען נאך גארנישט צוזאמענגעקליבן ווי ווייט איך ווייס.
דא איז יאיר'ס אשכול
"איינדרוקן פון פסח"איך וואלט אויך געלייגט
דעם אשכול פון יאיר.
@אפטעמיסט שטעל אויך אריין קארלס אשכול. שיק מיר די אלע אשכולות אין א ווארד פייל.
@פישלע העררינג מהערט נישט פון דיר, האסט עפעס געטון מיט די געבראקטס ארטיקל?
מיינסט די מאשין מצות אשכול?
יא.
אקעי
א שטיקל ליסטע פון ספאנסארס
אפטע
נולד מאוחר
ראובן
קעלנער
אספקלריה
סמבטיון
שוין געענדיגטע
די אלע איז שוין פארטיג אויסגעשטעלט
איזהו חכם
צושטערטע דרשה
והגדת לבנך
ילפינן יציאה מיציאה
משה איש אלוקים
ערעב יוד
פסח על שום מה
ספר האישים 25%
ווער וויל רעדאגירן יצחק לאווי'ס ארטיקל?
@שמעקדיגשיק אריין. אויב כ'וועל קענען איז גוט, אז נישט וועל איך דאן אפזאגן.
איך האב דיר שוין אריינגעשיקט 3 ארטיקלען מוגה.
טו דו ליסטע און סטאטוס קווא
רויטע $
מאטיס ליגט ביי פלאוויוס איאיינעם מיט אנאנים
מאראנצן ארבעט אויף יין שרףס וועלכער דארף נאך שיקן בילדער
שמעק ארבעט אויף לעיקוואדס
איך דארף מאכן אן עד פאר אים.
מה הוא לייגט צו די פוטנוטס ביי כעלעמער
בן תמליון און ראש ישיבה דארפן צוענדיגן
איך אויךס ליגט ביי מה הוא
יאיר האט נישט געענטפערט
געפילטע דארף שיקן די פראקסי ארטיקל
בענזשעמין היינט נאכט
אפטע און פישלע דארפן נאך שיקן
איך דארף שרייבן אן אריינפיר
כהאף משב"ק וועט קעיר נעמען מיט די פעי פאל אקאונט
אפטע שלעפט ארום מיט די געבראקטס
אפטע האט נישט געשיקט קיין קעפלעך
געבענטשט זענען די הענט וואס טוען אליין
ראובן האט געזאגט ער וועט זיך צויאגן
איך דארף רעדן מיט מה הוא וועגן מאכן דעוויידערס
כעלעמער פרובירט נאך אן ארטיקל
איך דארף נאך באשליסן וועגן שלומי טויסיג פון בעל מדות
מילתא דבדחותא ליגט ביי מה הוא אינאיינעם מיט צוויי אלטע פון יאיר
קארל ארטיקל איז גרייט
רעדן מיט קעלנער וועגן שיקן צו יעדן אן אישי איבער א דעד ליין
מדארף רעדן מיט יידל
איינער דארף דורכגיין די ליסטע פון אלע אנגעטראגענע ארטיקלען זען ווי מהאלט
אויב איינער זעט אויף די ליסטע עפעס מיט וואס ער קען צוהעלפן למשל בעטן די ניקים וואס האבן נאכנישט געשיקט זיי זאלן אריינשיקן דארף ער אפילו נישט נעמען רשות, ער זאל טון למעשה.
א דאנק
@געוואלדיגגיי דורך די ליסטע
@יואבווילסט העלפן רעדאגירן?
אוי יוזל, וויפיל ארבעט ס'גייט אריין. רחמנא לשיזבן
כוכב, ביסט א רוח שאינה מצויה.