☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » המלאכה מרובה

המלאכה מרובה

100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8423
בלאט: 1 2

געוואלדיג » מיטוואך מערץ 25, 2015 3:43 pm

· #261717
עס איז א מורא'דיגע ארבעט הנני למערכה נאר די ליסט איז צו קורץ און יעדער וועט נאך טוהן די זעלבע איך בין איבער געגאנגען די ליסט און איך בין נישט קלאר זאל איך שיקן א אישי צו רויטע וועגן די 50 $? וכדו' ביטע אויב קען מען מיר שרייבן רלארער וועל איך גערן שטיין צו דער האנט

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 25, 2015 4:25 pm

· #261729
כוכב

איך אויךס ליגט ביי מה הוא

איך האב שוין מגיה געווען איך אויך'ס. ניין?

מה הוא » מיטוואך מערץ 25, 2015 5:43 pm

· #261749
וואס איז די מעשה מיט די דיוויידערס?

כוכב » מיטוואך מערץ 25, 2015 5:54 pm

· #261752
למעשה איז דא אסאך סארט ארטיקלען איז אולי זאל מען מאכן סעקשאנס, אנשי שם, הומאר, תורה ומחשבה, עניני חג וכו. איך וועל דיר ציטירן וואס יאיר האט געשריבן.
יאיר
כדי עס זאל ארויסקומען א דבר נאה ומתוקן קלער איך אז מען זאל אויסטיילן פארשידענע קאטעגאריעס פון שרייב ווערק. צום ביישפיל, הגות בעניני יהדות, פיקציע, פאעזיע, וכדו', אזוי אז עס זאל זיין א ווערייעטי פון אלע סארטן זאכן. אויסער דעם קלער אז דאס וועט געבן אן ערנסטקייט פאר דער זאך אויב יעדער זאל פון פאראויס אריינגעבן דעם נושא וואס ער גייט שרייבן, און יעדער זאל שרייבן בלויז איין ארטיקל, אזוי וועט מען שרייבן מיט מער ישוב הדעת, נישט זיצן אין ביה"כ און אפקאטשקען עפעס.

מה הוא » מיטוואך מערץ 25, 2015 6:11 pm

· #261755
דאס קען מען מאכן נאר נאכדעם וואס "אלע" ארטיקלעך איז פולקאם אויסגעשטעלט און גרייט
דעמאלטס איז מען מסדר די אויסשטעל

כוכב » מיטוואך מערץ 25, 2015 6:14 pm

· #261758
אפשר קען מען אנגרייטן אן ארטיסטישן דעוויידינג בלעטל
וואס זאגסטו?
די הומאר אפטיילונג קען הייסן שחוק פינו.

מה הוא » מיטוואך מערץ 25, 2015 6:16 pm

· #261760
ניין איך האלט נישט פון מאכן מאכן עקסטערע בלעטלעך פאר יעדע ווייל עס וועט זיין האלב פונעם אויסגאבע דעוויידערס….
אינעם מפתח וועט מען מאכן אז עס איז אין קאטעגאריעס איינגעטיילט

כוכב » מיטוואך מערץ 25, 2015 7:50 pm

· #261788
בסדר.

כוכב » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 4:57 pm

· #262097
מה הוא זאג דו מיר ווען דו ווילסט איך זאל מיך אפשטעלן.
אויף דער מינוט לייג ספר האישים אין א זייט. דער עיקר קאנצענטראציע איז פה סח.
אולי גרייט צו א טעמפלעט פאר לעצט מינוטיגע ארטיקלען וואס מוועט נוצן פאר לעצט מינוטיגע ארטיקלען.

מה הוא » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 5:03 pm

· #262102
לכתחילה קלער איך אז סוף וואך איז העסכט צייט צו ענדיגן נעמען

מה הוא » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 5:03 pm

· #262103
ווען ווילסטו אז עס זאל ארויסקומען?

כוכב » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 5:09 pm

· #262105
פאר יו''ט...

כוכב » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 5:10 pm

· #262107
מיטוואך נאכט/ דאנערשטאג אינדערפרי.

מה הוא » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 5:14 pm

· #262109
ביי מיר דארף עס זיין פארטיג שפעטסטע מיטוואך 2 נאכמיטאג "שארף"

מה הוא » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 5:15 pm

· #262110
און לאמיר נישט פארגעסן אז עס קומט נאך די דעקל פארווארט ערשטע פעפיר און מפתח און אויסשטעלן דאס אלעס איז שוין נאך אלע ארטיקלעך און באשרייבונגען

כוכב » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 5:23 pm

· #262112
האמיר נאך אביסל צייט. איך וועל פרובירן שטעלן א דעדליין אויף זונטאג.
וואס מיינסטו ביי דיר געענדיגט, אז דערנאך קענסטו מער גארנישט טון אדער ביז דעמאלט מוזטו אלעס האבן?

מה הוא » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 5:44 pm

· #262121
ביי מיר דארף עס זיין פארטיג
און איך דארף זיין גרייט דיך עס צו שיקן

מה הוא » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 5:45 pm

· #262123
זייער גוט מאך עס אויף זונטאג נאכמיטג אזוי נאכן איבערקוקן זאל עס זיין פארטיג אויף מאנטאג צופרי

כוכב » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 5:46 pm

· #262124
אקעי איך מיין אז זונטאג איז א פאסיגע דעדליין.
אז סאיז פערטיג מאנטאג האט מען דאך נאך צוויי טעג?...

מה הוא » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 5:59 pm

· #262126
נעם אין אכט אויסשטעלן דארט אביסל צייט

כוכב » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 6:04 pm

· #262128
אקעי.

מה הוא » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 6:27 pm

· #262132
איך זע צום סוף זעמיר געבליבן אויפן זעלבן גוטן טרעק..

כוכב » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 6:28 pm

· #262133
ארטיקלען וואס דארפן נאך קומען
בן תמליון, ברסלבער, ראובן, געפילטע, שמערל, קא"ק

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:37 pm

· #262213
געשיקט אישי צו זיי אלע

מה הוא » פרייטאג מערץ 27, 2015 12:16 pm

· #262300
הרב כוכב איך מיין די זאלסט מעלדן וועגן די דעדליין

מה הוא » פרייטאג מערץ 27, 2015 12:16 pm

· #262301
די וואס פארלאזן זיך אויף די לעצטע מינוט זאלן וויסן אז זיי קענען שוין אנהייבן צו מאכן..

כוכב » פרייטאג מערץ 27, 2015 12:17 pm

· #262302
איך האב שוין געמאלדן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8545">viewtopic.php?f=4&t=8545</a><!-- l -->
טרם יקרא ואני אענה.
קענסט עפעס צושרייבן דארט. אז דו בעטסט אויך אלס גראפיסט דער עולם זאל זיך צויאגן.

מה הוא » פרייטאג מערץ 27, 2015 12:24 pm

· #262306
זייער גוט געב עס א לנק אריין אויף ביים הויפט פה-סח
ווייל זעסטיך איך האב עס נישט באמערקט

כוכב » מאנטאג מערץ 30, 2015 7:42 am

· #262754
@מה הוא
פליז אפדעיט מיך.

כוכב » מאנטאג מערץ 30, 2015 1:05 pm

· #262820
געוואלדיג בעט פון קאק און פלאוויוס זייערע סחורה.

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 30, 2015 4:00 pm

· #262864
איך ווארט אויף א ענטפער פון זיי

כוכב » מאנטאג מערץ 30, 2015 4:42 pm

· #262878
פרעג סמבטיון וועגן זיין נדבה.

פישלע העררינג » מאנטאג מערץ 30, 2015 5:11 pm

· #262886
@כוכב, איך האב געמאכט פון געפילטע'ס ארטיק'ל א "מכתב אל המערכת", און עס גע'כשר'ט לכבוד פסח. צום ענדע ליינט זיך עס ווי א זיסע בריוול'ע.

ס'דא א "חומרא", און ס'דא אן "אבק חומרא"...

אפטעמיסט » מאנטאג מערץ 30, 2015 5:23 pm

· #262899
פישעלע, א גוטע איינפאל. אפשר מאך איך מיין ארטיקל אויך פאר א בריוו אונטערגעשריבן אפטעמיסט 111 ליע עוועניו?

פישלע העררינג » מאנטאג מערץ 30, 2015 5:24 pm

· #262900
Re: המלאכה מרובה
שיק עס מיך אין אימעיל.

הודעה נשלחה על ידי iPhone 6 פלוס

אפטעמיסט » מאנטאג מערץ 30, 2015 5:40 pm

· #262904
כ'קום באלד אהיים. כ'וועל דיר עס שיקן דעמאלט.


הודעה נשלחה ע"י פליפ פאון מיני

כוכב » מאנטאג מערץ 30, 2015 5:43 pm

· #262905
קראץ דיך און סוועט ארויספאלן.

אפטעמיסט » מאנטאג מערץ 30, 2015 5:47 pm

· #262907
כאפ א טשיל שטערן


הודעה נשלחה ע"י פאבליק טעלעפאון

מה הוא » מאנטאג מערץ 30, 2015 5:57 pm

· #262910
כוכב פארווארט דארף שוין אויף זיין פארטיג...

מה הוא » מיטוואך אפריל 1, 2015 4:19 pm

· #263576
רבותי גרייטס ענק צו שניידן די פירות!!

מה הוא » מיטוואך אפריל 1, 2015 4:20 pm

· #263577
איך ווייס נישט וויאזוי ענק פילן זיך
אבער איך קען שוין געבן אן אטעם סא עס איז א שטיקל השגה פון הנאה..

אפטעמיסט » מיטוואך אפריל 1, 2015 4:31 pm

· #263586
די אלטע ארטיקלען זענען אין די ענד אריין?

כוכב » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 7:26 am

· #263765
וואס זאגט דער עולם וועגן ארויסשטעלן דעם אשכול, עס קען זיין גאנץ אינטערסאנט פאר'ן ציבור.
@אנאנים

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 9:11 am

· #263777
איך שטים צו

מה הוא » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 11:50 am

· #263795
יא זאל דער עולם זען אונזער ארבעט..

כוכב » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 1:14 pm

· #263821
די אשכול איז יעצט ארויסגעפירט געווארן פאר'ן ציבור.
הגם ס'דא געוויסע דעטאלן וואס געהערן פנימי, וועט אבער נאך אלץ זיין אינטערסאנט פאר'ן ציבור צו באגעגענען א מקצת מן המקצת וואס עס האט אלץ אריינגענומען אהערצושטעלן די פה סח און וואס האט אלץ פאסירט פון הינטער די קוליסן.

לית דין בר נש » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 4:59 pm

· #263879
פישלע העררינג

הודעה נשלחה על ידי iPhone 6 פלוס

אפטעמיסט
הודעה נשלחה ע"י פליפ פאון מיני

אפטעמיסט
הודעה נשלחה ע"י פאבליק טעלעפאון

🙂 🙂 🙂 🙂 🙂 🙂
און אזעלכע ביזי צייטן האסטו נאך פלאץ אריין צו שטיפן הומאר?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 9:05 pm

· #263923
אפטעמיסט מיט הומאר איז געקניפט און געבינדן.
עס איז דא א סיבה פארוואס דער עולם גייט פארן אפטער מיסט.

אפטעמיסט » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 9:07 pm

· #263925
האסט געמאכט מיין טאג. כ'קענסל מקימי

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 9:09 pm

· #263926
שוין ברענגט ער פרוף... 😃
בלאט: 1 2