☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #8369

אשכול אן א טיטל #8369

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8369
בלאט: 1 2

— » מאנטאג מערץ 2, 2015 9:27 pm

· #256788

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אחד העם » מאנטאג מערץ 2, 2015 9:30 pm

· #256791
זיי האבען גלייך אנגענומען וואס שטייט אינעם צעטל!
Untitled-999.jpg

ירח בן יומו » מאנטאג מערץ 2, 2015 9:32 pm

· #256793
פארוואס?????????

ישמעאל הכהן » מאנטאג מערץ 2, 2015 9:32 pm

· #256794
LOL
פאפא רבי וואלט זיך ווען ענדערש געדארפט אפטיילן פון זיינע חסידים. זיי פירן אים ביי די נאז

קאצקע ציקער » מאנטאג מערץ 2, 2015 9:35 pm

· #256796
האט די סיבה א שייכות צו די מארגענדיגע פראטעסט?

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 2, 2015 9:41 pm

· #256800
אנאנים: אויב דער בריוו איז נישט קיין האוקס, איז עס זייער אן ערנסטער ווענדפונקט. ווייל די חברה וועלכע האבן זיך געהאלטן בראש פון התאחדות האבן אייביג חוזק געמאכט און אויסגעלאכט אפילו דעם מרן ויחי יוסף זצ"ל.נאר ער איז געווען א גרויסער עניו און ער האטזיך נישט געמאכט צו טון פון זיי. נאר היינט ווען די פאפא'ער קהילה, קהילת יעקב האט שוין ב"ה ארויסגעגעבן פיהל תלמידי חכמים און מורי הוראה האבן זיי שוין מער נישט קיין שום סיבה צו זיצן צוזאמען מיט די באד יונגען און מעוותי הדין. לאמיר נאר זעהן ווער ס'איז עומד בראש דארט. איצא שייגעץ...! וואס דאס גאנצע אידישקייט ליגט ביי איהם אין דעם גרינעם דאללער.

איך ווינטש פאר די פאפא'ער קהילה א סאך הצלחה אין זייער נייעם , אמת'דיגן אומאפהענגיגן וועג אויף וועלכן זיי גייען. און ס'זאל ארויסקומען א קידוש השם פון זייערע מעשים, ווען מ'וועט זעהן וויאזוי אן אמת'דיגע ערליכער בית דין פיהרט זיך...!

קאצקע ציקער » מאנטאג מערץ 2, 2015 9:42 pm

· #256803
ירח בן יומו
פארוואס?????????

פרעג בעסער פארוואס ער האט עס ביז יעצט נישט געטוהן....

elter-zeide » מאנטאג מערץ 2, 2015 9:49 pm

· #256809
איך קען נאר איין זאך זאגען פאר דע פאפע קהילה, "חזק ואמוץ",

שת.אדמזאהן » מאנטאג מערץ 2, 2015 9:54 pm

· #256811
[ציטאט אראפגענומען]

די אנאנים שרייבט אונטער און פרעגט אויב ס'אמת?

איך האב נאך נישט מצליח געווען צו מברר זיין אויף זיכער, אבער 90% זעהט דאס ווי א פאפא מודעה. פלוס, ס'מאכט סענצס און ס'איידל געשריבן.

ישראל קאפקע » מאנטאג מערץ 2, 2015 9:56 pm

· #256813
שת.אדמזאהן
[ציטאט אראפגענומען]

די אנאנים שרייבט אונטער און פרעגט אויב ס'אמת?

איך האב נאך נישט מצליח געווען צו מברר זיין אויף זיכער, אבער 90% זעהט דאס ווי א פאפא מודעה. פלוס, ס'מאכט סענצס און ס'איידל געשריבן.

וואס איז די פרשה וואס ליגט אונטער דעם?
אויך וואס מיינט די טויש אין טאג-טעגליכער לעבן, וואס איז געווען ביז יעצט און וואס גייט יעצט זיין אנדערש.

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 2, 2015 9:58 pm

· #256814
ס'איז פארהאן א גראבע גרייז אינעם מודעה "אינו למורת רוח"

שת.אדמזאהן » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:00 pm

· #256815
נהורא נפישא
ס'איז פארהאן א גראבע גרייז אינעם מודעה "אינו למורת רוח"

דאכט זיך ס'איז א פסוק אין בראשית.

שוין. די רבי ווארנט מ'זאל זיך נישט טענה'נען.

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:02 pm

· #256818
יא יא ס'העט ווען געדארפט שטיין "היא למורת רוח"

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:05 pm

· #256819
[ציטאט אראפגענומען]

אז דו פארגלייכסט די צווי, האסטו לכאורה אויך נישט געכאפט

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:12 pm

· #256820
זייער אינטערסאנט מיט דעם בלאט, ס'איז פאררוקט אויפן סעלפאון, אזוי אז ס'דרוקט זיך אויפן נישט ריכטיגן פלאץ, כ'האב בטעות באקומען פון איינעם א לייק, נאר יענער האט דאס תיכף פארמעקט, דער אמת כ'האב אויך בטעות געגעבן איינעם א לייק, גם ברוך יהיה.

איך אויך » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:14 pm

· #256821
כא'דיר געגעבן איינס אלס ערזאץ זאלסט נישט זיין סעד ערב פורים.

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:32 pm

· #256827
אדרבה זאגט מיר פארוואס "אינעם" איז נישט אויסגעהאלטן.
אדער ווייסט אפשר א צווייטער ?

קאצקע ציקער » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:36 pm

· #256829
ס' מסתם לכבוד פורים....

יתרו » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:40 pm

· #256831
מיין שאלה איז למאי נפקא מינא צו פאפא איז יא אין התאחדות צו נישט?
וואס גייט זיך יעצט טוישן און וואס האט דער פאפער געוואלט ערייכען?
און נאך א שאלה איז דא איינער אין התאחדות אז עס באדערט אים אז פאפא האט זיך אפגעטיילט און אויב יא פארוואס?

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:45 pm

· #256833
@כוכב האסט שוין פארראכטן כמה פעמים מיין ספעלינג, ווייסט אפשר צו זאגן אויב "אינעם מודעה" איז נישט אויסגעהאלטן?

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:48 pm

· #256834
נעה, ס'איז נישט אמת, אבער גענוג צו מאכן א קיצעל פאר איצו גליק און פאר פאפא.
בכל אופן, אזא בריוו מאכט אן איינדרוק כאילו ס'בכלל דא אזא ארגעניזאציע in first place

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:49 pm

· #256837
קאצקע ציקער
ס' מסתם לכבוד פורים....

וואס? התאחדות'עס פראטעסט?

שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:50 pm

· #256838
[ציטאט אראפגענומען]

פון די אנדערע זייט האמיר אן איחוד פון מהר"א מיט פאפא.

יתרו
און נאך א שאלה איז דא איינער אין התאחדות אז עס באדערט אים אז פאפא האט זיך אפגעטיילט און אויב יא פארוואס?

כ'שטעל מיך פאר אז יא. די וואס זענען ביי די רידער פון התאחדות ווילן זיכער זיין אנערקענט אלץ פארטרעטער פון מערערע קהילות. למעשה איז פאפא די צווייט גרעסטע קהילה וואס איז געווען אנגעשלאסן אין התאחדות.

ס'מיר נאר שווער צו גלייבן אז די צעטל איז אוטענטיש ווייל אויב ווילן זיי נישט האבן מער קיין שייכות מיט התאחדות, איז גענוג אז די פאפא רבי וועט מער נישט אינטערשרייבן זייערע קול קורא'ס און זיך נישט באטייליגען ביי זייערע אסיפות.

איך אויך » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:51 pm

· #256839
הוא למורת רוח נישט היא... אבער כבר אמר מי שאמר אז א הערה אויף א ספעלינג מיסטעיק וועט געווענליך אויך האבען איינס.

נהורא נפישא » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:53 pm

· #256840
כ'מיין אז הנהגה איז א לשון נקיבה

קאצקע ציקער » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:57 pm

· #256844
קאווע טרינקער
קאצקע ציקער
ס' מסתם לכבוד פורים....

וואס? התאחדות'עס פראטעסט?

אויך 😂

petergrifin » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:58 pm

· #256846
איך האלט אז סאכדעס דארף אפגרעידען זײער מעמבערשיפ פּערקס.

ונבנתה העיר » מאנטאג מערץ 2, 2015 11:09 pm

· #256850
אינעם = אין דעם, מודעה איז א לשון נקבה = אין די.

כוכב » מאנטאג מערץ 2, 2015 11:24 pm

· #256854
ריכטיג איז צו שרייבן אין דער ווייל אין איז א פרעפאזיציע און פאר א נקיבה ווערט עס 'דער'.

ברוך שאמר » דינסטאג מערץ 3, 2015 12:32 am

· #256876
לכאורה איז דאס סתם שטויתים ווייל ווען דעס וואלט ווען געווען אמת וואלט דע מודאה געהאנגען אין ב " המדרש

chusid » דינסטאג מערץ 3, 2015 12:45 am

· #256877
שמעת מינה פון די ספיקות דא אז מ'האמיר נישט קיין פאפא'נע ביי אונז אין שטיבל ווייל א פאפא'נער וואלט געהאט אינפערמאציע.... אינטערסאנט..

איחוד פעלד » דינסטאג מערץ 3, 2015 1:54 am

· #256882
[ציטאט אראפגענומען]


כ'בעהט דיך, לאז מיך ארויס פין געשעפט...

פליקער » דינסטאג מערץ 3, 2015 8:44 am

· #256888
אזוי ווי געוועינטלעך האט פאפא פארפאסט אויך דעים שיף, ווייל התאחדות איז שוין לאנג נישטא

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 3, 2015 9:06 am

· #256889
ברוך שאמר
לכאורה איז דאס סתם שטויתים ווייל ווען דעס וואלט ווען געווען אמת וואלט דע מודאה געהאנגען אין ב " המדרש

אין פאפא געווענליך הענגט ען אזוינע צעטלען נאר אין 'קאווע שטוב'

ברוך שאמר » דינסטאג מערץ 3, 2015 9:11 am

· #256890
איך מיין אז די גבאים זאלן אינגאנצן אראף נעמען דעם אשכול ווייל דאס איז סתם הוידל בוידל שטיתים מיט לאקשן וועט קייןמאל נישט געשען !!!!!!

קאך_לעפל » דינסטאג מערץ 3, 2015 9:46 am

· #256899
נאר אין פאפא קענט דאס געשעהן..... זיך אפטיילן פון א ארגענעזאציע וואס שטייט שוין נישט 2 צענדליגע יארן...... פון וואס האבן זיי זיך אפגעטיילט? פון א לעדער העד מיט א איצא? פאפא בתפארתה.....

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מערץ 3, 2015 10:00 am

· #256901
אויב עס איז אמת זענען די פאפאנער נישט אזעלעכע טיפשים ווי מען האלט זיי פאר.

אבער לכאורה איז דאס נישט אמת. ווייל דאכט זיך אז פאפא רבי איז אויפגעוואקסען אין וויליאמסבורג און ער ווייסט גאנץ גוט וואס זיי קענען. און נישט נאר פאר'ן אפלאזען סאחדעס נאר דאס אויסרופען פאר אלעמען צו וויסען.

מענטשאלע » דינסטאג מערץ 3, 2015 11:12 am

· #256908
אינטרעסאנט, אלס א ארצישראל'דיגער איז מיר עס זייער זייער אינטרעסאנט.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 3, 2015 12:31 pm

· #256924
לויט די הנחה אז פאפא טוט אלעס נאך סאטמאר, קען די נייעס נישט געמאלט זיין.

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 3, 2015 12:32 pm

· #256925
געהערט פון פאפא חסידים אז עס איז הויל שקר

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 3, 2015 3:22 pm

· #256941
petergrifin
איך האלט אז סאכדעס דארף אפגרעידען זײער מעמבערשיפ פּערקס.

מיט וואס...? אז די באטשי'ס זאללן קענען דרימלען אין ווייעכע טשעירס...!

ראש הישיבה » דינסטאג מערץ 3, 2015 4:26 pm

· #256951
איך מיין אז די מעשה ענדעלט צו א בר מצוה בחור וואס וויל ווייזן די טאטע אז ער איז שוין גרויס.

פלעין יודיש » דינסטאג מערץ 3, 2015 5:47 pm

· #256962
📎 B_M9zjpUQAEolJp.jpg

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג מערץ 3, 2015 8:16 pm

· #256980
אויך א פאלטשע בריוו אלעס איז נאר לכבוד פורים

שלמה המלך » דינסטאג מערץ 3, 2015 8:23 pm

· #256983
ואם ללצים הוא יליץ

smart » דינסטאג מערץ 3, 2015 10:53 pm

· #257035
די ערשטע בריוו פון די קהלה זעעט אויס עכט אבער די בריוו פונעם רבין זעעט אויס געפעלשעוועט

קען איינער פליז קלעריפייען

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג מערץ 3, 2015 11:40 pm

· #257053
ביידע פאלש אדורך אין אדורך

איחוד פעלד » מיטוואך מערץ 4, 2015 8:45 am

· #257086
נעה, קענישט זיין, צו גוט צו זיין פאלש...

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך מערץ 4, 2015 9:21 am

· #257089
עס איז קלאר פאלש
מען ווייסט מבטן מי יצא הפאשקווילען אלו דאס איז זיכער אז יענע האט פיינט פאפא

נאר מחמת לשון הרע גיי איך נישט דא ארויס פאקן דער נאמען

ויצאתי בזה

א גוט פורים

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 5, 2015 5:32 pm

· #257248
התם ומתמם עם תמימים
עס איז קלאר פאלש
מען ווייסט מבטן מי יצא הפאשקווילען אלו דאס איז זיכער אז יענע האט פיינט פאפא

נאר מחמת לשון הרע גיי איך נישט דא ארויס פאקן דער נאמען

ויצאתי בזה

א גוט פורים

ס'איז אבער א וואונטש וואס א יעדער נארמאלער ערליכער איד האפט אז ס'וועט אי"ה מקויים ווערן בקרוב בימנו. און זיי (די פאפא'ער קהילה) וועלן מקיים זיין וואס ס'שטייט אין פסוק...ווען משה רבנו האט געזאגט פאר די אידן ..."היבדלו מתוך העדה הרעה הזאת...! און לאזן איצא שייגעץ מיט זיינע פאר אלטע באטשי'ס ווייטער אנגיין מיט זייער קארופשן, עם הארצות און רשעות...!
בלאט: 1 2