☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נייע אידישע געגענטער

נייע אידישע געגענטער

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #835
בלאט: 1 2

ידען » דינסטאג יוני 12, 2012 7:55 am

· #17420
נייע אידישע געגענטער
נעכטן ביינאכט בינעך איינגעשלאפן מיט מיין noise machine קול מבשר און געהערט וועגן נייע פלעצער וואס וואלט געווען גוט מע זאל דארט ארויסגיין וואוינען.

ערשטע איז מיט עפעס א נאדווערנע רבי פון פילאדעלפיע וואס רעד פון די גרויסע רואיקייט דארט.

צווייטע איז מיט שמעון ראלניצקי וואס ברענגט ארויס די מעלה צו וואוינען אין זיין געגענט טשעסנאטריזש

דריטע איז איינער פון לאק שעלדריק.

אפשר איז דא נאך, אבער דא בינעך איינגעשלאפן 🙂

וואס מיינט עץ? קען מען זיך אוועקרירן פון ניו יארק?

נישט נארמאל וואס קאסט פאר א נייע קאפיל צו צאלן רענט פאר א פיצי לאך אין וויליאמסבורג, ב״פ.

לעמיל » דינסטאג יוני 12, 2012 9:27 am

· #17436
גייען דען אינזרע היימישע מיידלעך פין ווייליאמסבורג בארא פארק זיין גרייט זיך ארויס צו ריקען??? מ'מיז דיך זיין נאנט צו די מאמע אין די פרענדס

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 12, 2012 6:02 pm

· #17575
באשולדיג נישט אזויפיל די מיידלעך אין דעם פראבלעם פון דירות.

ערנסט גערעדט זענען דא גאר אסאך אינגעלייט וואס האלטן נישט ביים ארויסמופן בפועל. זאלן נאר די ווייבער מסכים זיין, וועסטו זעהן ווי דער אינגערמאן גייט טרעפן א סל מלא תירוצים פארוואס ער קען נישט.

זר זהב » דינסטאג יוני 12, 2012 6:10 pm

· #17579
איך בין נאר וואס צוריק פון טאראנטא, פארוואס וואונען נישט דארט מער חסידישע אידן ? בכלל אויב ווייסט איינער אביסל מער וועגן טאראנטא וואלט גוט געווען עס צו באשרייבן. סיז א שיינער שטאט.

לעמיל » דינסטאג יוני 12, 2012 6:23 pm

· #17582
משולם שטיינפעלד
באשולדיג נישט אזויפיל די מיידלעך אין דעם פראבלעם פון דירות.

ערנסט גערעדט זענען דא גאר אסאך אינגעלייט וואס האלטן נישט ביים ארויסמופן בפועל. זאלן נאר די ווייבער מסכים זיין, וועסטו זעהן ווי דער אינגערמאן גייט טרעפן א סל מלא תירוצים פארוואס ער קען נישט.

איך מיין אז די בוסט נישט גערעכט א אינגערמאן וואס ארבעט פאר זיין געלט אין 2 אדער 3 וואכענ'ס טשעק גייט נאר פאר רענט וועט עני טיים מופען אפי' עס מיינט א שעה פארען יעדען איינציגען טאג יעדע וועיג

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 12, 2012 6:36 pm

· #17584
זר זהב
איך בין נאר וואס צוריק פון טאראנטא

שלום עליכם! וועלקאם בעק.

צום עצם ענין פארוואס מ'האט זיך אוועקגעצויגן פון דארט ווייס איך נישט, אבער כפי ידיעתי איז נאך דא דארט היינט צו טאגס א שטיקל קהלה פון באבוב'ע חסידים.

זר זהב » דינסטאג יוני 12, 2012 6:42 pm

· #17585
שמואל הלוי
זר זהב
איך בין נאר וואס צוריק פון טאראנטא

שלום עליכם! וועלקאם בעק.

צום עצם ענין פארוואס מ'האט זיך אוועקגעצויגן פון דארט ווייס איך נישט, אבער כפי ידיעתי איז נאך דא דארט היינט צו טאגס א שטיקל קהלה פון באבוב'ע חסידים.

מ'האט זיך אוועקגעצויגן ? לויט ווי איך הער איז מען קיינמאל נישט עכט דארט געווען.

ס'דא א באבובע שול, גאנץ שיין, אויך איז דא א גערער שטיבעל, נאכער איז דא די הויפט שול וואס רופט זיך די שיף שול. סדא אפשר 100 שטריימלעך אין גאנץ טאראנטא.

ניו יארק » דינסטאג יוני 12, 2012 7:30 pm

· #17600
זר זהב
שמואל הלוי
זר זהב
איך בין נאר וואס צוריק פון טאראנטא

שלום עליכם! וועלקאם בעק.

צום עצם ענין פארוואס מ'האט זיך אוועקגעצויגן פון דארט ווייס איך נישט, אבער כפי ידיעתי איז נאך דא דארט היינט צו טאגס א שטיקל קהלה פון באבוב'ע חסידים.

מ'האט זיך אוועקגעצויגן ? לויט ווי איך הער איז מען קיינמאל נישט עכט דארט געווען.

ס'דא א באבובע שול, גאנץ שיין, אויך איז דא א גערער שטיבעל, נאכער איז דא די הויפט שול וואס רופט זיך די שיף שול. סדא אפשר 100 שטריימלעך אין גאנץ טאראנטא.

נו...! לאמיר גיין.... וואס דארף מען מער פאר א אנהייב?

אייגענארטיג » דינסטאג יוני 12, 2012 7:43 pm

· #17605
פרנסה הער איך איז דארט בעסער ווי דא

זר זהב » דינסטאג יוני 12, 2012 7:44 pm

· #17606
אייגענארטיג
פרנסה הער איף איז דארט בעסער ווי דא

נעה! וואס פאלטער ביי ? פאר א היימיש'ן איד אן קיין דעגרי איז זייער שווער פרנסה אין טאראנטא!

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 12, 2012 7:48 pm

· #17612
זר זהב
אייגענארטיג
פרנסה הער איף איז דארט בעסער ווי דא

נעה! וואס פאלטער ביי ? פאר א היימיש'ן איד אן קיין דעגרי איז זייער שווער פרנסה אין טאראנטא!

און פארוואס טראכסטו אז אייגענארטיג האט נישט קיין דעגרי?

זר זהב » דינסטאג יוני 12, 2012 7:50 pm

· #17613
ער דארף אבער שרייבן מיט רוב היימישן ציבור אין זיין מיינד.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 12, 2012 8:04 pm

· #17619
זר זהב איז שוין אנגעבליך אויסגעפארן יעדן קאנטינענט.....

זר זהב » דינסטאג יוני 12, 2012 8:08 pm

· #17622
משולם שטיינפעלד
זר זהב איז שוין אנגעבליך אויסגעפארן יעדן קאנטינענט.....

👍 👍 👍 👍 👍

זר זהב » דינסטאג יוני 12, 2012 8:09 pm

· #17625
צופיליג איז קאנאדא נישט א באזונדערע קאנטינענט

זר זהב » דינסטאג יוני 12, 2012 8:15 pm

· #17632
איך רעד פון די USA

זר זהב » דינסטאג יוני 12, 2012 8:17 pm

· #17635
וודאי, ווער נישט ?

זר זהב » דינסטאג יוני 12, 2012 8:22 pm

· #17639
רבי יעקב שלום פעלדער רב שומרי שבת - חברי משניות אין טאראנטא, איינע פון ד גרעסטע מאדערן ארטאדאקס שוהלן אין טאראנטא. ער איז א פיינער רב.

tazrchei.jpg

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 12, 2012 10:00 pm

· #17659
שוין דא א שומרי שבת שול אין טאראנטא, און מען וויל זאגן אז עס איז נישט אזוי צוגעשטעלט ווי בארא פארק?

זר זהב » דינסטאג יוני 12, 2012 10:04 pm

· #17663
shul.jpg

ניו יארק » מיטוואך יוני 13, 2012 12:57 am

· #17695
איז טאראנטא א שטאט אדער א דארף/סאבורב?
פאר די היימישע פון צווישען אונז.... אזוי ווי וויליאמסבורג אדער אזוי ווי קרית יואל?

זר זהב » מיטוואך יוני 13, 2012 1:07 am

· #17697
טאראנטא איז די גרעסטע סיטי אין קאנאדא, סיי אין לאנד (שטח) סיי אין פאפולאציע. סאיז אין די פראווינץ פון אנטאריע. -- טאראנטא איז א ריזיגע שטאט, ס'איז א שיינע שטאט, די גאסן זענען שיין קליען, מ'רעדט דארט אין ענגליש נישט אזוי ווי אין מאנטריאל (קויבעק פראווינץ) וואו מ'רעדט פראנצויזיש. און אנדערש פון מאנטריאל איז אין טאראנטנא נישטא כמעט קיין אנטיסעמיטיזם.

אין איין ווארט: טאראנטא איז א מאדערנע כמו אמעריקאנער סיטי נאר אן די אמעריקאנע איבלען.

לעמיל » מיטוואך יוני 13, 2012 9:30 am

· #17725
זר זהב די פארסט דאך אסאך ארום אפשר ביסטו מציע עפעס א גיטע פלאץ?

זר זהב » מיטוואך יוני 13, 2012 12:01 pm

· #17758
לאנדאן איז א גוטע פלאץ, מ'דארף נישט צאלן רענט.

הדד בן בדד » מיטוואך יוני 13, 2012 1:00 pm

· #17778
טאראנטא איז א שטאט מיט די איבלען פון טאראנטא, יעדע שטאט האט זיך זיינע איבלען, ווען מען קומט קיין ניו יארק אויף א קורצען וויזיט זעהט מען אויך נישט תיכף אלע איבלען.

טאראנטא איז טייער בערך אזוי ווי ניו יארק צו וואוינען, סאו האט מען גארנישט אויפגעטאהן, אז מען זוכט אוועק צו גיין פון ניו יארק וויל מען גיין ווי עס איז ביליגער. ווידער די אידישע קאמיוניטי אין טאראנטא איז זייער מאדערן און זייער ציוני'סטיש געשטימט. סאו לויף נאך נישט אויף אלע פיר...

זר זהב » מיטוואך יוני 13, 2012 1:04 pm

· #17782
איך האב נישט מציע געווען טאראנטא פאר קיינעם.

משה רוקח » מיטוואך יוני 13, 2012 3:17 pm

· #17811
לאס אנדזעלעס האט שוין היינט א שיינע חסידישע קאמיוניטי. נישט אזוי?

לעמיל » מיטוואך יוני 13, 2012 5:52 pm

· #17829
זר זהב
לאנדאן איז א גוטע פלאץ, מ'דארף נישט צאלן רענט.

נאר אויב מ'איז א לאנדאן געבוירענער אויב מ'קימט אהין צו וואנען מיין איך באקימט נישט

הדד בן בדד » מיטוואך יוני 13, 2012 7:21 pm

· #17839
לאס אנדשעלעס האט א שיינע חרד'ישע קאמיוניטי, און אויך שיקאגא, אבער די ביידע פלעצער זענען נישט ביליג. לאס אנדשעלעס איז שרעקליך טייער, נאך מער ווי ווילי (די חרד'ישע געגענט) ווידער שיקאגא איז אויך נישט ביליג.

זר זהב » מיטוואך יוני 13, 2012 7:26 pm

· #17842
לעמיל
זר זהב
לאנדאן איז א גוטע פלאץ, מ'דארף נישט צאלן רענט.

נאר אויב מ'איז א לאנדאן געבוירענער אויב מ'קימט אהין צו וואנען מיין איך באקימט נישט

נישט נאר לאנדאן, פון גאנץ EU

ניו יארק » מיטוואך יוני 13, 2012 7:32 pm

· #17843
נו.... אונזערע עלטערען קומען פון EU? נישט געניג גוט?

זר זהב » מיטוואך יוני 13, 2012 7:37 pm

· #17846
נוי יארק
נו.... אונזערע עלטערען קומען פון EU? נישט געניג גוט?

ניין. דו אדער דיין ווייב דארפן געבוירן זיין (געבוירן זיין ?) אין יוראפ

ניו יארק » מיטוואך יוני 13, 2012 8:13 pm

· #17856
מיט שתדלנות קען מען פועל'ן...?

זר זהב » מיטוואך יוני 13, 2012 8:16 pm

· #17859
קענסט פרובירן פעלשעווען א בוירט סוירטיפיקאט פון אונגארן אדער רומעניע, הו קנויז ? אבאמא האט עס באוויזן.

ניו יארק » מיטוואך יוני 13, 2012 8:21 pm

· #17863
איך האב מורא אז ווען איך וועל לויפן פאר פרעזידענט וועט טראמפ טרעפן מיין ארגינעלע

הדד בן בדד » דאנערשטאג יוני 14, 2012 12:30 am

· #17894
אין דייטשלאנד דארפסטו לכאורה קענען באקומען בירגערשאפט, זיי געבן גרינג בירגערשאפט פאר אידן, בפרט אז דו קומסט פון אמעריקא.

סאו אויב ביסטו גרייט צו ווערן פריער א דייטשער בירגער, קען עס דיר געלונגען

chasid » דאנערשטאג יוני 14, 2012 12:25 pm

· #17932
זר זהב
נוי יארק
נו.... אונזערע עלטערען קומען פון EU? נישט געניג גוט?

ניין. דו אדער דיין ווייב דארפן געבוירן זיין (געבוירן זיין ?) אין יוראפ

עלטערן איז אויך גוט, ביז ווי ווייט ארויף ווייס איך נישט

town1 » דאנערשטאג יוני 14, 2012 7:36 pm

· #18007
איך מיין אז די מאונטענס איז די ביליגסט רענט

לעמיל » פרייטאג יוני 15, 2012 1:24 pm

· #18113
town1
איך מיין אז די מאונטענס איז די ביליגסט רענט

למשל ווי לוינט זיך צו גיין?

town1 » זונטאג יוני 17, 2012 6:48 pm

· #18292
לאק שעלדריק

Kool man » מיטוואך אפריל 1, 2015 1:08 pm

· #263497
וואויל געזאגט ר' שש,
מיר שפירען עס אויף די אייגענע פלייש,

מ'זיצט אין די מויזען לעכער,
ווען ס'רעגענט אראפ פון די דעכער,

לאמיר נישט שפעקולירען אסאך,
ס'יז צייט צו טוהן צו די זאך,
נאך פאר ס'קומט די קראך,
און די טשאנסען ווערען דעמאלץ שוואך,

כ'הער אז א שטיקעל ישועה קומט, הגיע עתי,
ס'קאכט זיך אין עפעס אין זשערזי סיטי,

יודען זענען שוין אריינגעשפרינגען צו אינוועסטען,
מיר האפען ס'זאל זיך אויסלאזען צום בעסטען,

הארט נעבען סיטי אף ניו יארק הבירה,
מ'דארף בלויז אריבערגיין דעם ים און מ'קען זאגען שירה,

פון יוניאן סיטי בלויז א שפאן,
אינגאנצען צוויי סטאפס מיט די באן,

פון בארא פארק און וויליאמסבורג בלויז קארגע פופצען מייל,
א נייע פלייץ פון דירות ווי א נייער קוואל,

א קאצען שפרינג פון מאנסי און ניי סקווער,
אזוי אז ס'יז געאייגענט פאר אבי ווער,

אויב ווילסט פון דארט קיין קרית יואל מאנרא פארען,
וועסטו אויך אסאך צייט שפארען,

א ביהמ"ד איז דארטען שוין אויפגעשטעלט,
א געהעריגע בנין - נישט קיין צייטווייליגע געצעלט,

מיט א שטאב עסקנים וואס שטייען צו האנט,
אז מ'זאל זיך נישט טרעפען רעדען צו די וואנט,

אפילו מומחים אין ריעל עסטייט, מארגיזש וכדומה,
צו פארגרינגערען די קנין הבית והחומה,

מיר האפען ס'זאל זיך שוין איינמאהל אויסארבעטען פאר אלעמאהל,
ווייל אז נישט איז די מצב באמת שמאהל,

אט אט און זיכער אז משיח קומט שוין,
קיין ירושלים וועל'מיר לויפען זעהן דעהם קרוין,

דירות בריוח ווע'מיר דארטען באקומען,
אלע חשבונות וועלען פלוצלינג אנפאנגען שטימען,

אבער דערווייל ביזען קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק,
ווייל צו וואוינען אין לעכערלעך אזי גארנישט אזוי גרינג,

אייניקעל » מיטוואך מאי 27, 2015 11:52 am

· #278467
אפשר וואלט באמת געווען כדאי אז מען זאל צוזאמשטעלען א ליסטע פון אלע מעגליכע עקזעסטירענדע געגענטער, חסידישע קהילות, חסידישע געגענטער, וירא החכם וישפוט צו ער האט וואוהין צו גיין אדער נישט

לדוגמא איך זוך א 4 בעידרום דירה פאר $1500 איז דאס א מעגליכקייט סיי וואו און ארצות הברית וקאנאדא???
אוודאי דארף איך א געגענט וואס האט כאטש איין תלמוד תורה און שולע פאר די טעכטער

בסך הכל א געגענט וואו מען קען זיך ארויסציען מיטנעמען די ביזנעס, צאלן ווייניגער פאר א דירה פשוט אז מען זאל נישט לעבן איינגעטונקן ביז איבער די אויערן אין חובות און פארשטייטזעך אויך אביסל שיריים צו קענען מאכן חתונה פאליסיס פאר די קינדער
מיר דארפן נישט קיין קאנטריס קיין טשילארס מיט קיין פורניטשור טשייניק קלאזעט אדער די אלע אנדערע טו-מיך-נאך לוקסוס משוגעת'ן, א פיצעלע גראסערי איז אויך פיין, א קליין שולכל מה טוב ומה נעים דאס די גאנצע

כולי האי ואולי
Capture.JPG Capture2.JPG

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 27, 2015 1:37 pm

· #278492
אייניקעל
מיר דארפן נישט קיין .... טשייניק קלאזעט

👍

אייניקעל » מיטוואך מאי 27, 2015 1:50 pm

· #278495
באקאנט איז דאך (אפשר דאר נישט) אז די או. יו. עסקני""ם פרובירן צו העלפן יודישע קינדער מיטן דירות קריזיס
נישט לאנג צוריק איז פארגעקומען די קאממיוניטי פיער
Ou Community Fair
ווי זיי האבן פארגעשטעלט פארשידענע קהילות קדושות בכל רחבי אמעריקא
בסך הכל אויב לוינט זיך די שפיל פון זיך אריבערציען צו איינע פון די קהילות וואס זוכן זיך צו אויסברייטערן בלייבט דאך איבער נישט מער ווי עפענען א קליינשטיגע ת"ת ובית חינוך אזויווי מ'האט זיך אלע יארן געפירט אין די קאנטרי והכל על מקומו יבוא בשלום
די אלע קאממיוניטיס האבן שוין די בעסיקס
<a class="postlink" href="https://www.ou.org/fair/communities">https://www.ou.org/fair/communities</a>

מיר האבן זיך נישט געפוילט און אויסגעשטעלט דעם ליסטע באזירט אויף וואו ווייט עס איז פונעם מאמענ'ס פארטוך (וואס געפונט זיך אן ען עווערידזש אין ברוקלין ניו יארק הבירה)

Linden, NJ 52 min
Fleetwood, NY 52 min
Long Beach, NY 56 min

Lido Beach, NY 1 h
West Orange, NJ 1 h
Stamford, CT 1 h
Springfield, NJ 1 h 6 min
East Brunswick, NJ 1 h 10 min
Livingston, NJ 1 h 10 min
Paramus, NJ 1 h 10 min
Fair Lawn, NJ 1 h 12 min
Twin Rivers, NJ 1 h 16 min
Manalapan, NJ 1 h 22 min
Long Branch, NJ 1 h 28 min
Cherry Hill, NJ 1 h 54 min

Rhawnhurst, PA 2 h 3 min
Elkins Park, PA 2 h 12 min
Allentown, PA 2 h 15 min
Wynnewood, PA 2 h 20 min
West Hartford, CT 2 h 24 min

Providence, RI 3 h 20 min
Harrisburg, PA 3 h 20 min

Malden, MA 4 h 11 min

Richmond, VA 6 h 12 min
White Oak, PA 6 h 14 min


Southfield, MI 10 h 5 min
Cincinnati, OH 10 h 26 min

South Bend, IN 11 h 16 min
Charleston, SC 12 h 14 min
Savannah, GA 12 h 48 min
Atlanta, GA 13 h 56 min
Milwaukee, WI 14 h 19 min
Jacksonville, FL 14 h 33 min
Chesterfield, MO 15 h 39 min
Memphis, TN 17 h 5 min
Orlando, FL 16 h 36 min
Boynton Beach, FL 18 h 43 min
Overland Park, KS 19 h 20 min

Dallas, TX
San Antonio, TX
Phoenix, AZ
Las Vegas, NV
Silicon Valley, CA
Seattle, WA


נו ווער איז גרייט אריינצושפרינגען?

אייניקעל » מיטוואך מאי 27, 2015 6:10 pm

· #278580
יעצט זענען מיר געגאנגען א טריט ווייטער צו זעהן וועלכע קאממיוניטי איז ביליג די ריעל עסטעיט, ווייל למעשה דארף זיך גאר שטארק לוינען דאס אריבערציען כדי דורכצוגיין די שבעה מדורי פון מופען (נאך אלץ בעסער ווי די שבעים מדורי פון פארבלייבן אין ניו יארק)

די נומבערס קומען פון trulia.com
און זענען פארשטייט זיך נישט אינגאנצן אקוראט אבער דאך געבט עס א שטיקל בילד
Median Sales Price Feb '15 - May '15

White Oak, PA $101,950
Southfield, MI $112,000
Memphis, TN $113,000
Milwaukee, WI $112,000
Allentown, PA $126,000
Jacksonville, FL $137,900
South Bend, IN $137,939
Overland Park, KS $140,000
Rhawnhurst, PA $151,000
Harrisburg, PA $152,250
Providence, RI $157,000
Orlando, FL $170,000
Boynton Beach, FL $178,500
Savannah, GA $185,000
Richmond, VA $194,975

Linden, NJ $212,000
Cherry Hill, NJ $234,000
Charleston, SC $240,000
Atlanta, GA $242,000
Elkins Park, PA $250,000
Long Branch, NJ $255,000
West Hartford, CT $257,000
Malden, MA $271,000
East Brunswick, NJ $276,000
Cincinnati, OH $280,000

Chesterfield, MO $306,126
Springfield, NJ $307,500
Wynnewood, PA $315,000
Manalapan, NJ $347,000

Stamford, CT $410,000
Livingston, NJ $491,686

Paramus, NJ $519,369
Fair Lawn, NJ $519,369
Long Beach, NY $525,000
Lido Beach, NY $525,000

Airmont NY $612,095
Brooklyn NY $639,000

אייניקעל » מיטוואך מאי 27, 2015 6:16 pm

· #278584
לעניות דעתי קומט אויס אז די פאלגענדע 11 זענען ווערט אריינצוקוקען מצד וואס עס איז נישט צו ווייט אדער נישט צו טייער

Linden, NJ 52 min $212,000

East Brunswick, NJ 1 h 10 min $276,000
Long Branch, NJ 1 h 28 min $255,000
Cherry Hill, NJ 1 h 54 min $234,000

Rhawnhurst, PA 2 h 3 min $151,000
Allentown, PA 2 h 15 min $126,000

Providence, RI 3 h 20 min $157,000

White Oak, PA 6 h 14 min $101,950

Southfield, MI 10 h 5 min $112,000
Milwaukee, WI 14 h 19 min $112,000
Memphis, TN 17 h 5 min $113,000

איך גלייב אז קיין איינע פון די 11 קהילות האט נישט קיין חסידים אדער יודיש רעדענדע מוסדות
אבער לאמיר זעהן וואס האבן זיי יא? חוץ מוסדות וואס זענען די זאכן וואס פעלט?
פובליק טראנספארטאציע? דזשאבס? וועטער? טעקס?

וואס האלט דער עולם זענען פון די וויכסטיגסטע זאכן צו קוקן?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 27, 2015 6:32 pm

· #278588
וועגען דער מאמע'ס פארטאך מאכט עס נישט אויס, אבער long branch איז א קנאפע האלבע שעה צו פערציג מינוט פון לעיקוואוד ווי מ'קען אלס באקומען. די שטעט אין פענסילוועני"א און אויך טשער"י הי"ל זענען נישט ווייט פון פילאדעלפיא ועוד.
אבער איך קלער אז פאר חסידיש'ער אידען לוינט זיך נישט צו גייען אין א באוואוינטע אידישע געגענט, סיי מאדערנער און סיי ליטווישע. למעשה ענק דארפען אייגענע מוסדות, ענק וואלטען נישט געקענט לעבען אונטער יענעמ'ס, און טאמער ענק ווערען אביסל גרעסער וועט גלייך ווערען א מחלוקת און רייבעריי. גייט'ס צו סקרענטא"ן וכדו', ס'איז דא געגענטער ווייט פון די אנדערע פרומע געגענט, און קויפט'ס איין. ברגע ס'איז דא אפאר ביזנעסער, קען מען מאכען געלט פון ענק זעלבסט, און זייענדיג א שטאט, נישט קיין דארף, קען מען מאכען ביזנעס און סערווי"ס מיט גוים.
איך קלער אויך פון קאמדע"ן נ.דש.. דארט איז א ביליגער געגענט, ווי ס'איז דא הייזער אויף א לא"ט פאר 30,000. אוודאי דארף מען גייען א חבורה צוזאמען מפני הסכנה, עכ"פ אין אנהייב, און מ'וועט מוזען אריינלייגען געלט אינ'ם הויז, אבער דאס הייסט פארקויפען א צוויי מיליון דאללאר'דיגע הויז אין וומסב"ג, קויפען פאר 30,000 און דערנאך אריינלייגען 150,000 איבערצובויען, (דאס ארבעט קען גייען צו די יונגעלייט וואס קומען אהין וואוינען, און אזוי אנהויבען א פרנסה באוועגונג אין שטאט) און אזוי האט מען א הויז אין א באוואוינטע שטאט, ווי מ'קען ציען חיונ'ה פון דער לאקאלער שטאט ווי אויך פון פילאדעלפיא דערלעבען און טרענטא"ן. איך גלויב נישט אז די פארברעכער'ס דארט זענען ערגער ווי דער נידריגער עלעמענט אין וומסב"ג, און אויך מ'ברענגט געלט און שענערער הייזער צו א שטאט וועט די רעגירונג שטיצען, און די לאקאלער איינוואוינער וועלען געניסען פון ארבעט געלעגענהייטען וכדו'. אז מ'נוצט דער שכל קען מען זיך שפארען די פראבלעמען פון זיי און אסאך פארדינען.

בן אדם » מיטוואך מאי 27, 2015 6:42 pm

· #278590
אייניקעל

אבער לאמיר זעהן וואס האבן זיי יא? חוץ מוסדות וואס זענען די זאכן וואס פעלט?
פובליק טראנספארטאציע? דזשאבס? וועטער? טעקס?

וואס האלט דער עולם זענען פון די וויכסטיגסטע זאכן צו קוקן?

ריינקייט? קוואליטי פון די האזער? יעצטיגע איינוואונערס? ( בכלל די טשעינדזש פון געוויסע געזעצן)

אייניקעל » מיטוואך מאי 27, 2015 6:46 pm

· #278591
ליטוואק פון בודאפעסט
וועגען דער מאמע'ס פארטאך מאכט עס נישט אויס, אבער long branch איז א קנאפע האלבע שעה צו פערציג מינוט פון לעיקוואוד ווי מ'קען אלס באקומען. די שטעט אין פענסילוועני"א און אויך טשער"י הי"ל זענען נישט ווייט פון פילאדעלפיא ועוד.
אבער איך קלער אז פאר חסידיש'ער אידען לוינט זיך נישט צו גייען אין א באוואוינטע אידישע געגענט, סיי מאדערנער און סיי ליטווישע. למעשה ענק דארפען אייגענע מוסדות, ענק וואלטען נישט געקענט לעבען אונטער יענעמ'ס, און טאמער ענק ווערען אביסל גרעסער וועט גלייך ווערען א מחלוקת און רייבעריי. גייט'ס צו סקרענטא"ן וכדו', ס'איז דא געגענטער ווייט פון די אנדערע פרומע געגענט, און קויפט'ס איין. ברגע ס'איז דא אפאר ביזנעסער, קען מען מאכען געלט פון ענק זעלבסט, און זייענדיג א שטאט, נישט קיין דארף, קען מען מאכען ביזנעס און סערווי"ס מיט גוים.
איך קלער אויך פון קאמדע"ן נ.דש.. דארט איז א ביליגער געגענט, ווי ס'איז דא הייזער אויף א לא"ט פאר 30,000. אוודאי דארף מען גייען א חבורה צוזאמען מפני הסכנה, עכ"פ אין אנהייב, און מ'וועט מוזען אריינלייגען געלט אינ'ם הויז, אבער דאס הייסט פארקויפען א צוויי מיליון דאללאר'דיגע הויז אין וומסב"ג, קויפען פאר 30,000 און דערנאך אריינלייגען 150,000 איבערצובויען, (דאס ארבעט קען גייען צו די יונגעלייט וואס קומען אהין וואוינען, און אזוי אנהויבען א פרנסה באוועגונג אין שטאט) און אזוי האט מען א הויז אין א באוואוינטע שטאט, ווי מ'קען ציען חיונ'ה פון דער לאקאלער שטאט ווי אויך פון פילאדעלפיא דערלעבען און טרענטא"ן. איך גלויב נישט אז די פארברעכער'ס דארט זענען ערגער ווי דער נידריגער עלעמענט אין וומסב"ג, און אויך מ'ברענגט געלט און שענערער הייזער צו א שטאט וועט די רעגירונג שטיצען, און די לאקאלער איינוואוינער וועלען געניסען פון ארבעט געלעגענהייטען וכדו'. אז מ'נוצט דער שכל קען מען זיך שפארען די פראבלעמען פון זיי און אסאך פארדינען.


יישר כוח פאר דיין אפשאצונג

לפי ווי איך זעה ארבעט זיך נישט אויס קיין נייע געגענטער פאר די לעצטע 30 יאר, משא"כ זיך צובינדן צו אן עקזיסירענדע געגענט קען דוקא יא ארבעטען
איך קען צענדליגער חסידים וואס וועלן דוקא נישט אריינגיין און קיין מחלוקת און רייבעריי נאר פונקט פארקערט צוהעלפן די קהלה
די איינציגע זאך וואס מען דארף עקסטער איז מוסדות פאר חינוך צוליב די קולטור און שפראך דיפערענץ וואס וועט פארשטייט זיך מיט די צייט קלענער ווערן

מיר געפעלט אויפן מינוט
Long Branch, NJ
Cherry Hill, NJ
White Oak, PA

די איבריגע 3
Southfield, MI
Milwaukee, WI
Memphis, TN
וואס זענען 10+ שעה דרייוו האב איך נאכנישט אריינגעקוקט

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 27, 2015 6:55 pm

· #278593
ס'ארבעט זיך נישט אויס, ווייל מ'פארלאזט זיך אלס אויף עסקנים, און זייער אינטערעסען ווערען נישט געדינט מיט'ן בויען נייע געגענטער. זיי קענען גערין ביישטיין צו בלייבען אין די אלטער. ווען מ'וואלטען עס געמאכט מיט די מענטשען וואס דארפען עס, וואלט עס געבויט געווארען לויט'ן נויט, נישט לויט'ן אינטערעס.
אגב, איז long branch מער ווייניגער א געגענט ביים ים, דעריבער איז שווער צו וואוינען דארט אין זומער. אוודאי זענען די ביליגער הייזער נישט הארט לעבען ים, אבער אזא שטאט איז עס. איינער פון מיין קינדער זענען דארט געבוירען געווארען, רוב קינדער אין לעיקוואוד ווערען היינט דארט געבוירען, און ס'איז דא א ספרדיש'ע קהלה דארט, א גאנץ קליינער אין ווינטער אבער א קהלה. ס'גרעניצט אין deal.
בלאט: 1 2