☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נייע אידישע געגענטער

נייע אידישע געגענטער

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #835
בלאט: 1 2

אייניקעל » דאנערשטאג מאי 28, 2015 11:21 am

· #278706
ליטוואק פון בודאפעסט
ס'ארבעט זיך נישט אויס, ווייל מ'פארלאזט זיך אלס אויף עסקנים, און זייער אינטערעסען ווערען נישט געדינט מיט'ן בויען נייע געגענטער. זיי קענען גערין ביישטיין צו בלייבען אין די אלטער. ווען מ'וואלטען עס געמאכט מיט די מענטשען וואס דארפען עס, וואלט עס געבויט געווארען לויט'ן נויט, נישט לויט'ן אינטערעס.
אגב, איז long branch מער ווייניגער א געגענט ביים ים, דעריבער איז שווער צו וואוינען דארט אין זומער. אוודאי זענען די ביליגער הייזער נישט הארט לעבען ים, אבער אזא שטאט איז עס. איינער פון מיין קינדער זענען דארט געבוירען געווארען, רוב קינדער אין לעיקוואוד ווערען היינט דארט געבוירען, און ס'איז דא א ספרדיש'ע קהלה דארט, א גאנץ קליינער אין ווינטער אבער א קהלה. ס'גרעניצט אין deal.

איך בין מסכים מיט דיר 100%

איז שווער צו וואוינען דארט וועגן צניעות? אין ניא יארק סיטי פארגעסט אויך דער עולם די קליידער אינדערהיים, ס'איז פונקט אזוי נישט געמאכט פאר יודן

דארף מען טאקע זעהן מער דעטאלן צו קענען וועגן די מעלות vs חסרונות

אייניקעל » דאנערשטאג מאי 28, 2015 12:18 pm

· #278718
דעטאלן וועגן די 3 קהילות:

--------> Long Branch NJ
30 Minutes away from Manalapan Township, NJ (Matawan, NJ) or Red Bank, NJ
40 Minutes away from Lakewood NJ
Yes Public Transportation from Brooklyn: 2.5 hours via North Jersey Coast Line

Shuls
Cong Sons of Israel (Ashkenaz) The Wayside Shul 1025 Deal Rd Ocean, NJ 07712
Brothers of Israel (Ashkenaz) 250 Park Avenue Elberon (near Long Branch), NJ 07740 <a class="postlink" href="http://www.brothersisrael.org">http://www.brothersisrael.org</a>
Magen David of West Deal 395 Deal Rd Ocean, NJ 07712 <a class="postlink" href="http://www.westdealshul.org">http://www.westdealshul.org</a>
Sefardic Torah Center 213 Lenox Ave Long Branch, NJ 07740
Synagogue of Deal (Sefardic) 128 Norwood Avenue Deal, NJ 07723
Hechal Shaul (Sefardic) (Ahava Ve Ahva of Deal) 108 Norwood Ave Deal, NJ 07723
Elberon Torah Center (Sefardic) 10 Truax Street Elberon, NJ 07740
Ohel Simha (Sefardic) 295 Park Avenue Long Branch, NJ 07740 <a class="postlink" href="http://www.ohelsimha.com">http://www.ohelsimha.com</a>
Magen Abraham (Sefardic) 479 Monmouth Road West Long Branch, NJ 07764 <a class="postlink" href="http://www.wlbshul.com">http://www.wlbshul.com</a>
Shaare Tefilah of Eatontown (Sefardic) 20 Whale Pond Rd Eatontown , NJ 07724 <a class="postlink" href="http://www.eatontownshul.com">http://www.eatontownshul.com</a>
Congregation Shaare Ezra (Sefardic) 36 Cedar Avenue Long Branch, NJ 07740

Mikvah
Deal Mens Mikvah 117 Lincoln Ave Long Branch, NJ, 07740
Shore Area Womens Mikvah 201 Jerome Ave Oakhurst, NJ, 07755

Schools
Bet Yaakov of the Jersey Shore 200 Wall Street West Long Branch, NJ, 07764
Ma'or Yeshiva Highschool For Boys 250 Park Avenue Long Branch, NJ, 07740
SEAD Special Ed Academy of Deal 1 Meridian Road Eatontown, NJ, 07724
Ilan High School 1200 Roseld Ave. Ocean, NJ, 07712
Yeshiva at the Jersey Shore 1515 Logan Road Ocean,, NJ, 07712
Hillel Yeshiva 1025 Deal Road Ocean, NJ, 07712
Mesivta Keser Torah of Central Jersey Inc. 503 11th Ave. Belmar, NJ, 07719

Eruv

Kosher Restaurants

--------> Cherry Hill, NJ
<a class="postlink" href="http://www.checkoutcherryhill.com">http://www.checkoutcherryhill.com</a>
20 Minutes away from Philadelphia, PA
1 h 20 min away from Lakewood NJ
Yes Public Transportation from Brooklyn: 3 hours (Acela Express or Keystone Service or Northeast Regional to Philadelphia then 28 Min to Cherry Hill via Atlantic City Rail Line)

Shuls
Young Israel of Cherry Hill (Ashkenaz) 817 Cooper Landing Road Cherry Hill, NJ 08002 <a class="postlink" href="http://www.yicherryhill.com">http://www.yicherryhill.com</a>
Yeshiva Chofetz Chaim- Foxman Mesivta Bais Dovid (Ashkenaz) 31 Maple Ave Cherry Hill, NJ 08002
Sons of Israel 720 Cooper Landing Road Cherry Hill, NJ 08002 <a class="postlink" href="http://www.sonsofisraelnj.com">http://www.sonsofisraelnj.com</a>
Cherry Hill Community Kollel 401 Cooper Landing Road Suite C-1 & 2 Cherry Hill, NJ 08002

Mikvah
Sons of Israel 720 Cooper Landing Road Cherry Hill, NJ, 08002

Schools
Politz Day School 720 Cooper Landing Road Cherry Hill, NJ, 08002
Mesivta Bais Dovid 31 Maple Avenue Cherry Hill, NJ, 08002

Eruv

Kosher Restaurants

--------> White Oak, PA
30 Minutes away from Pittsburgh, PA
No Public Transportation from NYC

Shul
Gemilas Chesed Synagogue 1400 Summit Street White Oak 15131 <a class="postlink" href="http://www.gemilaschesed.org">http://www.gemilaschesed.org</a>

Eruv

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 28, 2015 12:40 pm

· #278722
Re: נייע אידישע געגענטער
די (נישט) באקליידערונג אין נ.י. איז נישט אזוי ווי ביים ים. מ'קען זיך דרייען אין גאס אין אונטערוועש כפשוטו ממש.

אייניקעל » דאנערשטאג מאי 28, 2015 6:14 pm

· #278803
ליטוואק פון בודאפעסט
די (נישט) באקליידערונג אין נ.י. איז נישט אזוי ווי ביים ים. מ'קען זיך דרייען אין גאס אין אונטערוועש כפשוטו ממש.

ברענגסט ארויס א שטארקע נקודה!

אייניקעל » מאנטאג יוני 1, 2015 3:42 pm

· #279593
איך פראביר אויפקומען מיט א טשעק-ליסטע צו זעהן וואס זענען די וויכטיגסטע זאכן צו קוקען ביי זוכן א פאסיגע קאממיוניטי

די ערשטע איז די פינאנציאלע חלק צו לוינט עס אדער נישט? וואס פארדינט מען חוץ א גרעסערע דירה/הויז? פון וואו ציעט מען פרנסה?

די פיר עיקר זאכן צו קוקן זענען 1) ריעל עסטעיט 2) שכר לימוד 3) קאר 4)עסן

[list]
[*]ריעל עסטעיט = קויפן א הויז, קלאזינג קאסטען, פראפערטי טעקסעס, מענטעינענס, וואסער, יוטיליטיס אדער רענטן א הויז, היים אינשורענס וכו'

[/*:m]
[*]שכר לימוד = אז מען טראכט אריין איז דאס די גרעסטע אדער צווייט גרעסטע אישו, לדוגמא ביי א היימישע חסידישע מוסד קען קאטן $3000 א קינד פער יאר, ווידעראום אז מען גייט ארויס איז $8000 א קינד פער יאר א נארמאלע פרייז
דאס טייטש א בודזשעט פון $40K א יאר פאר 5 קינדערֱ!!!!
אט הער איך אז אין מילוואקי וויסקאנסין צאלט גאר די שטאט פאר שכר לימוד, דאס קען זיין א שטארקע נקודה צו נעמען די פלאץ אין באטראכט ספעציעל ווען הייזער זענען זייער ביליג דארט. ווייסט איינער מער???

[/*:m]
[*]א קאר = רעכען בערך $6000 א יאר ($500 א חודש פאר ליעס, אינשורענס, געז)

[/*:m]
[*]עסן = כשרע עסן אין א ווייטערע מער אפגעזונדערטע פלאץ איז נאטורליך טייערער - בעיקר איז די פראגע וועגן פלייש, פיש און מילכיגס[/*:m][/list:u]

אנדערע קאסט וואס מען דארף שטארק אין באטראכט נעמען זענען
מאווינג קאסט
עווערידזש ראונט-טריפ טיקעט (פאר ווייטערע קאממיוניטיס ווען מ'מוז נוצן א פליגער צו קענען באזוכן משפחה בעק אין דער אלטער היים אין ניו יורק הבירה)

אנדערע נישט-פינאנציאלע פראגעס זענען יודישקייט פראגעס און כלליות'דיגע פראגעס

יודישקייט
[list]
[*]תלמוד תורה?[/*:m]
[*]בית חינוך?[/*:m]
[*]שוהל?[/*:m]
[*]מקוה?[/*:m]
[*]עירוב?[/*:m]
[*]כשר עסן?[/*:m][/list:u]

כלליות
[list]
[*]וועטער?[/*:m]
[*]שפיטאל?[/*:m]
[*]מעס-טראנספארטאציע?[/*:m]
[*]אנדערע גאווערמענט הילף?[/*:m]
[*]אויסזיכטן פון נאטורליכע העזערטס (ערד-ציטערניש, האריקעין, טארנעידא, וואלד-פייער)?[/*:m]
[*]דאמאגראפיקס?[/*:m]
[*]קריימס?[/*:m]
[*]שאפינג?[/*:m]
[*]פארקס? אינטערטעינמענט?[/*:m][/list:u]

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 1, 2015 5:34 pm

· #279624
זאכען פאר א קהלה וואס מ'דארף זיך אליינס באזארגען:

א. א רב. מ'דארף אוועק שטעלען גדרים פונ'ם סאמען יסוד פון א קהלה אז דער רבנות און דער רב זאלען זיין אויף א שטייגער פון 'עבד לעבדי ה'', אז דער ארבעט פון א רב איז צו זארגען פאר'ן עולם, נשיט אז דער עולם דארף זיך זארגען פאר איהם. מ'קען מסתמא נישט צונעמען דער זכות ירושה פון זיין קינדער, אבער מ'דארף עס באגרעניצען צו א רעכט פאר א וואו"ט פאר מ'פראבירט מיט א פרעמדען, נישט אז ס'איז זיינס אטאמאטיש.
ב. קהלה שטאטוטען. אז דער קהלה זאל נישט קענען ווערען פארוואנדעלט אין א נכסי הפרט, אז יעדער איינער זאל קענען האבען א מיינונג און א שטימע אין וויכטיגע זאכען, אז קיינער קען נישט זאגען אז פרעגען אויף די עסקנים הייסט אונטערברענגען די זאך. מ'דארף אוועקשטעלען א וועג אז טענות זאלען געהערט ווערען, אנדעריש וועט מען אדער בלייבען מיט פוסעים על ראשי עם קדוש, אדער מיט א בני יואל וואס טוט אן אחריות.
ג. מוסדות. יעדער חדר אדער מיידעל שולע זאל געגרינדעט ווערען מיט אוועד ההורים, וואס דער מוסד האט אין דעם קיין ווארט נישט. אז איינער האט א פראבלעם מיט וואס דער מוסד טוט אדער האט געטוהן, זאל ער נישט דארפען אויסשטרעקען זיין האלדז אויף צו קענען עפעס זאגען, נאר דער וועד ההורים זאל שטיצען זיין רעכט צו האבען טענות און ממילא זענען די הנהלה אמת'ער ארבעטארער'ס פון די עלטערען און נישט פארקערט. דער וועד זאל קענען מאנען א מלמד וואס טוט נישט צו דער זאך, כולל איבער-שלאגען, מאלעסטען און סתם טשעפען א קינד ווייל ער מיינט אז אין לו גואל.
ד. רעגירונג באציאונגען. מ'דארף זארגען אז עסקנים וואס האבען דער קהלה שטיצע זאלען עס נישט קענען באנוצען פאר זייער פריוואטע צרכים קעגען דער תועלת פונ'ם קהלה. למשל א בויער זאל נישט קענען בויען פראיעקטען און מאכען געלט אין אן אופן וואס אנדערע קענען נישט, פארדרייען דער מארקעט אויף א נישט קאפיטאליסטישע אופן. ס'איז דא אנדערע משלים ואכמ"ל. לעיקוואוד ליידט שטארק פון אסאך אזעלכע פראבלעמען, דעריבער קען עס זיין א טערמין פון וואס מ'קען זיך אפלערנען.
ה. מוסדות עזרה. מ'דארף זען אז מ'זאל האבען די נויטיגע ארגאניזאציע'ס צו העלפען דער עולם מיט זאכען וואס מ'קען אליינס נישט טוהן, אבער נאר מיט אזעלכע זאכען. ס'איז א סכנה צו פארפיהרען דער ציבור אין אן אופן אז מ'מיינט אז מ'קען גארנישט אליינס. למשל, העלפען מענטשען אוועקשטעלען א ביזנעס מיט עצות און געלט איז גאנץ פיין, אבער נישט אין אן אופן אז מ'מיינט אז אן דער קען מען נישט און מ'דארף בכלל נישט ווייזען קיין אייגענע איניציאַטיוו.
ו. ישיבות כוללים און שיעורי תורה. מ'דארף אוועקשטעלען א וועג צו האלטען לימוד התורה ברום המעלה תוך דער וואלקען פון ארבעטען פאר פרנסה, אויפשטעלען א קהלה און בויען א געזעלשאפט. דאס איז דער פליכט פון א רב, אבער דער עולם דארף עס פאדערען פון איהם און שטיצען ווען ס'קומט עפעס פאר. מ'דארף אויך אוועקשטעלען די ישיבות אויף ביידער אופנים, הן אז א בחור זאל זיך אריינטוהן און אמת'דיג ליגען אין לערנען און שטייגען דערין, און אויך אז א בחור וואס ס'געלונגט איהם נישט, אל נישט אין גאנצען ארויספאלען. איך ווייס נישט ווי מ'טוט עס, איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן קיין מוצלח'דיגע וועג דערצו, אבער זוכען דארף מען.
ז. חושן משפט. ס'דארף אוועקשטעלען א בי"ד וואס מחמת די תקנות הקהלה מוז יעדער איינער ברענגען זיין סכסוכים אהין.מ'דארף קלוגעהייט באגרעניצען און פארברייטערען דער כח פונ'ם ב"ד, כדי זיי זאלען בלייבען מיט א כח אבער נישט קענען דרייען א קאפ און מענה זיין דער דין און פעלשען תורה מיט זייער מאכט.

בן עזאי » מיטוואך יוני 3, 2015 12:47 am

· #280065
היינט באזוכט אין זשורזי סיטי, ס'זעהט אויס ווי א שיין פלאץ.
מ'קען דארט אויפפיקן הייזער פאר אינטער 200,000. און נאכ'ן אריינלייגן אפר טאלער פאר א כשר'ע קיטשען און אביסל אויפפרישן, האט מען א הערליכע שיינע הויז פאר א פרייז וואס מ'קען אפילו נישט חלומ'ען אין וויליאמסבורג.
נאך אלעם איז עס אינטער א האלבע שעה פון ווילי, וואס מיט א קאר נעמט שנעלער צו פאהרן פון זשורזי סיטי קיין ווילי, ווי צו וואקן פון ניי וולמסב צו ראדני...
עס איז שוין אפילו דא טאוול אויפ'ן געבייידע וואס איז באשטימט צו זיין דאס בהמ"ד.
איין חסרון האט עס, די גאס פון די בהמ"ד הייסט "מארטין לוטער קינג בלווד" וואס די נאמען אליין ברענגט אריין א שרעקעדיגע קאלטקייט אין די ביינער בררר...בררר
אפשר קען מען אויסארבייטן א פשרה מיט די שווארצע, אז א האלבע גאס זאל געטוישט ווערן צו ראביי דזשאול טייטעלבאיים פלעיס. און אין אויסטויש וועט מען זיי געבן א האלבע גאס אין וולמסב וואס וועט הייסן "מארטין לוטער קינג בלווד".
הא, ווער איז גרייט צו גיין פארהאנדלען מיט זיי?

שבת אחים » מיטוואך יוני 3, 2015 1:53 am

· #280077
בן עזאי

האַללאָ דארפסט נישט אָפפערן אזוי סאך סה״כ דארף רמ״ד נידערמאן אריבער רופן זייער אנגעפרעסנער גאווענער קריס קריסטי אויף א באזוך קיין גוטליב׳ס אין וויליאמסבורג און די יו דזשעי זאל קעיר נעמען פונעם געשוואלנעם בילל , און די זאך איז ערלעדיגט ! צוזאמען מיט אלע עסן פון גוטליבס רעסטעראנט 😂 😃
פארשטייט זיך לכבודו פונעם גאסט וועט מען צושפּאַרן די וויליאמסבורג בריטש נאָר פאר אפּאָר טעג... 😛

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 10, 2015 2:27 pm

· #281857
Re: נייע אידישע געגענטער
איך האב בע''ה געהאט א אינגעל היינט אין דער שפיטאל אין long branch. די הייזער וואס זענען אביסל גערוקט מיט א שיינער פאר געסער פונ'ם ים זענען שיין און נישט איבערגעטריבען. מ'קען אפשר באקומען פאר ביליג. דער שפיטאל איז אפאר געסער פונ'ם ים, און דארט שטייען ריזיגע האטעל'ן און פענס''י הייזער, מער ענדליך צו לאנדאן, (נישט סטאמפארד היל, העמפסטעד גארדען סובורב) און איך גלייב נישט אז ס'איז פאר'ן חסידישע עולם. אבער טאקע די אנדערע געגענט איז נישט אויף אן אופן אז דער ים זאל שטערען. מסתמא גייט מען אנגעטוהן מער ווייניגער ווי אין נ.י.

מפוזרי » מיטוואך יוני 10, 2015 4:17 pm

· #281882
Re: נייע אידישע געגענטער
מז"ט

ישראל קאפקע » מיטוואך יוני 10, 2015 4:29 pm

· #281885
מפוזרי
מז"ט

בן אדם » מיטוואך יוני 10, 2015 5:11 pm

· #281893
[ציטאט אראפגענומען]

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 10, 2015 8:39 pm

· #281942
Re: נייע אידישע געגענטער
מ'קען עפענען א באזונדערע אשכול פאר מיין מזל טוב'ס. אפשר א נייע שטעטיל. דא דארף מען רעדען פון עצות און געגענטער צו קענען ארויס גייען פון שטאט

ציגרעטל » מאנטאג יוני 15, 2015 5:22 pm

· #282797
ליטוואק פון בודאפעסט
זאכען פאר א קהלה וואס מ'דארף זיך אליינס באזארגען:

א. א רב. מ'דארף אוועק שטעלען גדרים פונ'ם סאמען יסוד פון א קהלה אז דער רבנות און דער רב זאלען זיין אויף א שטייגער פון 'עבד לעבדי ה'', אז דער ארבעט פון א רב איז צו זארגען פאר'ן עולם, נשיט אז דער עולם דארף זיך זארגען פאר איהם. מ'קען מסתמא נישט צונעמען דער זכות ירושה פון זיין קינדער, אבער מ'דארף עס באגרעניצען צו א רעכט פאר א וואו"ט פאר מ'פראבירט מיט א פרעמדען, נישט אז ס'איז זיינס אטאמאטיש.
ב. קהלה שטאטוטען. אז דער קהלה זאל נישט קענען ווערען פארוואנדעלט אין א נכסי הפרט, אז יעדער איינער זאל קענען האבען א מיינונג און א שטימע אין וויכטיגע זאכען, אז קיינער קען נישט זאגען אז פרעגען אויף די עסקנים הייסט אונטערברענגען די זאך. מ'דארף אוועקשטעלען א וועג אז טענות זאלען געהערט ווערען, אנדעריש וועט מען אדער בלייבען מיט פוסעים על ראשי עם קדוש, אדער מיט א בני יואל וואס טוט אן אחריות.
ג. מוסדות. יעדער חדר אדער מיידעל שולע זאל געגרינדעט ווערען מיט אוועד ההורים, וואס דער מוסד האט אין דעם קיין ווארט נישט. אז איינער האט א פראבלעם מיט וואס דער מוסד טוט אדער האט געטוהן, זאל ער נישט דארפען אויסשטרעקען זיין האלדז אויף צו קענען עפעס זאגען, נאר דער וועד ההורים זאל שטיצען זיין רעכט צו האבען טענות און ממילא זענען די הנהלה אמת'ער ארבעטארער'ס פון די עלטערען און נישט פארקערט. דער וועד זאל קענען מאנען א מלמד וואס טוט נישט צו דער זאך, כולל איבער-שלאגען, מאלעסטען און סתם טשעפען א קינד ווייל ער מיינט אז אין לו גואל.
ד. רעגירונג באציאונגען. מ'דארף זארגען אז עסקנים וואס האבען דער קהלה שטיצע זאלען עס נישט קענען באנוצען פאר זייער פריוואטע צרכים קעגען דער תועלת פונ'ם קהלה. למשל א בויער זאל נישט קענען בויען פראיעקטען און מאכען געלט אין אן אופן וואס אנדערע קענען נישט, פארדרייען דער מארקעט אויף א נישט קאפיטאליסטישע אופן. ס'איז דא אנדערע משלים ואכמ"ל. לעיקוואוד ליידט שטארק פון אסאך אזעלכע פראבלעמען, דעריבער קען עס זיין א טערמין פון וואס מ'קען זיך אפלערנען.
ה. מוסדות עזרה. מ'דארף זען אז מ'זאל האבען די נויטיגע ארגאניזאציע'ס צו העלפען דער עולם מיט זאכען וואס מ'קען אליינס נישט טוהן, אבער נאר מיט אזעלכע זאכען. ס'איז א סכנה צו פארפיהרען דער ציבור אין אן אופן אז מ'מיינט אז מ'קען גארנישט אליינס. למשל, העלפען מענטשען אוועקשטעלען א ביזנעס מיט עצות און געלט איז גאנץ פיין, אבער נישט אין אן אופן אז מ'מיינט אז אן דער קען מען נישט און מ'דארף בכלל נישט ווייזען קיין אייגענע איניציאַטיוו.
ו. ישיבות כוללים און שיעורי תורה. מ'דארף אוועקשטעלען א וועג צו האלטען לימוד התורה ברום המעלה תוך דער וואלקען פון ארבעטען פאר פרנסה, אויפשטעלען א קהלה און בויען א געזעלשאפט. דאס איז דער פליכט פון א רב, אבער דער עולם דארף עס פאדערען פון איהם און שטיצען ווען ס'קומט עפעס פאר. מ'דארף אויך אוועקשטעלען די ישיבות אויף ביידער אופנים, הן אז א בחור זאל זיך אריינטוהן און אמת'דיג ליגען אין לערנען און שטייגען דערין, און אויך אז א בחור וואס ס'געלונגט איהם נישט, אל נישט אין גאנצען ארויספאלען. איך ווייס נישט ווי מ'טוט עס, איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן קיין מוצלח'דיגע וועג דערצו, אבער זוכען דארף מען.
ז. חושן משפט. ס'דארף אוועקשטעלען א בי"ד וואס מחמת די תקנות הקהלה מוז יעדער איינער ברענגען זיין סכסוכים אהין.מ'דארף קלוגעהייט באגרעניצען און פארברייטערען דער כח פונ'ם ב"ד, כדי זיי זאלען בלייבען מיט א כח אבער נישט קענען דרייען א קאפ און מענה זיין דער דין און פעלשען תורה מיט זייער מאכט.

גאנץ שיין צאמגענומען די דעפינישען פון א פערפעקט וועלט...
👍

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 15, 2015 5:42 pm

· #282807
Re: נייע אידישע געגענטער
ניין, די זענען תקנות פאר א שטעטל פון מענטשען וואס, הגם ס'איז נישט פערפעקט, טוט עס צוריקהאלטען שלעכטע מענטשען פון כאפען די רעדער און מאכען ערגער. דאס איז דער תכלית פון יעדער קאנסטיטושע''ן.

אייניקעל » דינסטאג יוני 16, 2015 11:53 am

· #282990
הלכה למעשה קוקט אויס אז דער אלגעמיינער עולם האלט פשוט נישט דערביי

די פראבלעם איז נישט די עסקנים אדער רבנים, ס'איז דער עולם.... יעדער וויל בלייבן זיצן אויפן אונטערשטן הגדול ביז ביז ס'העט זיין א נייע שטעטל פון 352 משפחות מיט אלע צוגעהערן פערפעקטעט פון א ביז ת, הערשט דערנאך וועלן מיר זיין פון די עשרה ראשונים

ס'איז דאך זיכער פארהאן 20-30 משפחות וואס קענען זיך ארויסציען צו א עקזעסטירענדע יודישע ישוב, מיטנעמען די פרנסה, נאר אויפמאכן א קליינטשיג תלמוד תורה מיט שולע אויף א חסידישען שטייגער

אלא מאי פארוואס פאסירט עס נישט??? פשוט ווייל מיר זענען אויפגעוואקסן מיט א שטארקע פאסיווער חינוך, נאך מימי תר"צדיק'ס זענען מיר נישט אנטלאפן פון אייראפע ווען די קרקע האט געפלאקערט, נאך די מלחמה זענען די אודים מוצלים מאש געגאנגען זיכען וואו צו וואוינען, האט מען ווייטער געזוכט א פירער וואס וועט אונז אלעס צושטעלן, חס ושלום מיר טוען זיי נישט בלעמען, אונזערע זיידעס און באבעס האבן מיטגעמאכט צרות וואס מיר וועלן קיינמאל נישט באגרייפן, אבער מיר ווערן נאך יעצט געהרגעט פון היטלער, די עפטער-שאקס פון די מלחמה נעמט נאך יעצט אוועק פון אונז די מוהט און די בחירה צו לעבן א נארמאלע לעבן וואס איז אויסגעהאלטן על פי תורה ועל פי שכל, אלעס ווייל מיר זענען שעפעלעך וואס קענען נישט אליין, מען דארף אונז פיטערען און פירען, נתנה ראש ונשובה מצרימה איז אונזער סלאגאן

איז דערווייל עסט מען שטרוי, איעדע פאר מינוט געבט מען א געשריי אה!! רענט איז טו דעהם היי, און תיכף ומיד איז מען צוריק מיטן פנים אין טעפל, אדער מיטן קאפ אינעם זאמד כמנהג בת היענים
וואס טוט זיך מיט עם חכם ונבון??? הזאת נעמי???

שמעון וואלף » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 12:14 am

· #300429
מיט גרויס שפאנונג קוקן די צענדליגע טויזענטער חרדישע איינוואינער פון ניו יארק הבירה ארויס אויפ'ן אנטוויקלונג פונעם נייע אידישע ישוב אין זשערסי סיטי. לויט'ן פלאן וועט אין א קארגע חודש פון היינט זיך באזעצן דארט די ערשטע צוואנציג נחשונים וואס וועלן פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות אלץ אזעלכע וואס האבן געטון צו דער זאך לטובתם ולטובת הציבור.

די געגענט איז נישט די בעסטע אבער אויך נישט אזוי געפערליך. ס'איז אן ארימע גויאישע געגענט וואס עפ"י דרך הטבע קען מען עס זייער גרינג איבערטוישן פאר אן עיר ואם בישראל. ביי מיין באזוך דארטן בין איך געווען סורפרייזט אז איך האב נישט געזעהן אין ערגעץ קיין גראפיטי, וואס איז זייער פאפיולער ביי אונז אין ברוקלין.

שפאצירענדיג דארט איבער די גאסן האב איך געזעהן שיינע קליינע צוויי שטאקעדיגע הייזקעלעך, אסאך דערפון דיטעטשט מיט א דרייוועי. איך האב מיך געפיקטשערט ווי אין פונף יאר ארום וועט מען זעהן פארנט פון די הייזער מאמעס ווארטן מיט די קינדער פאר די באס.

ווי איך הער, זענען שוין דא איבער הונדרעט הייזער אין די געגענט וואס געהערט פאר אידן נאך אסאך זענען שוין אין קאנטראקט. עס איז יעדענס ווינטש אז ס'זאל מצליח זיין וואס דאס קען זיין א הצלת הדור ברוחניות ובגשמיות.

ירא שמים » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 12:22 am

· #300430
Re: נייע אידישע געגענטער
סאיז א דעוועלאפמענט אדער מציעט זיך אריין אין שטאט ? און וואו גייען די משפחות שיקען די קינדער ?

שמעון וואלף » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 8:27 am

· #300455
נישטא קיין דעוועלאפערס אדער אינוועסטארס. יעדער קויפן וואס עס שמעקט אים און מופט ווען ער וויל. דאס איז די אייגענארטיגקייט פון זשערסי סיטי ווערסוס אנדערע נייע ישובים.
בלאט: 1 2