☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » היסטאריע! וידיאו פון דעם חפץ חיים ז"ל

היסטאריע! וידיאו פון דעם חפץ חיים ז"ל

131 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8337
בלאט: 1 2 3

איך אויך » מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:38 pm

· #256008
רויטע וואנצעס
די MIRC וועבסייט האט יעצט די פילם אלטס זייער Featured Item אויף די הויפט זייט. די יונעווריסעטי האט געזאגט פאר VIN נייעס אז די אינטערעסע אין אירע פילם פראיעקטן זענען פיל געשטיגן זינט די אויפדעקונג. זיי זאגן אויך אז די פילם איז געלעגן ביי פאקס ניוס אין מאנהעטן נישט דעוועלאפט פאר 57 יאר.

געמיך פליז א ביפ ווען זייער וועבדופן ארבייט.

רויטע וואנצעס » מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:49 pm

· #256012
איינער שרייבט א קאמענט אויף VIN:

Nuchem Says:
This clip was not available for the last years, only the 2nd part of it (were no major public figure besides Moirenu R Yakov Rosenhim is shown), until recently when the Lederer family requested a download of the clip in what their grandfather from Vienna is seen, in January they got an email from the university saying they discovered something longer and clearer, attached was this amazing 4 minute clip, it was put on the university's website this motsei shabbos, and the first one linking to it in the jewish community was an historian writing under the nickname: 'Vnivnesu hair' on the forum Kavehshtiebel.com

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am

· #256037
די צוויי אויתיות קש לאזט זיי נעבעך נישט שלאפן

אויף אייוועלט
BEFORE
📎 Screenshot_2015-02-25-23-59-42-1-1.png

AFTER
📎 Screenshot_2015-02-26-00-10-53-1-1.png

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:08 am

· #256041
יעצט האבן זיי געמאכט א עפטיר עפטיר

אפשר יעצט וועט ער קענען אנשלאפן...
📎 Screenshot_2015-02-26-01-05-56-1.png

פרייוויליג » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:23 am

· #256067
חסידישער ארטיסט מאלעוועט נאך דאס נייע אנטדעקטע פילם פונעם חפץ חיים און אנדערע גדולים ביים ערשטען אגודה קאוועקשאן.
📎 image.jpg

סאשי פיש » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:17 am

· #256084
דעקל פונעם איד.
זיי האבען מורא צו שרייבען ווידיא...
image.jpg

ישראל קאפקע » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:22 am

· #256087
סאשי פיש
דעקל פונעם איד.
זיי האבען מורא צו שרייבען ווידיא...

אדער כניסה גדולה און אגודת ישראל...

ירח בן יומו » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:23 am

· #256088
די וואטער מארק פון ק"ש זעט מען אין די איד?

נופת צופים » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:20 pm

· #256098
פאר די נאן - ק"ש באפעלקערונג און אזוי אויך די אלע וואס האבן נישט די אלע כלים מכלים שונים איז שוין דא צו באקומען די נייע ווידיאו אין ביהמ"ד פאר פיר דאללער.
📎 download_20150226_121334.jpeg

סאשי פיש » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 2:00 pm

· #256106
לעבעדיגע...
image.jpg

גנדי » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 2:36 pm

· #256113
לעבעדיגע בילדער.

גאונים אין בת היענה שרייבעריי...

יואליש » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 2:48 pm

· #256115
גנדי
לעבעדיגע בילדער.

גאונים אין בת היענה שרייבעריי...


אזא צוקאליעשטן פנים האט די גע'פילטערט'ע נייעס. הכל יודעין פון וואס מ'רעדט, יעדער זעהט עס, אבער חלילה אנריפן דעם שגץ ביים נאמען (ווידיאו) וואס קען חלילה ארויסריפן זלזול כלפי א באנקראטירטע גדר פון די 90ער יארן. די ליצנות איז פיל גרעסער מיט דעם וואס קינד און קייט שמועסט אויס פונקטליך וויאזוי יעדע פובליקאציע האט זיך אן עצה געגעבן אן ארויסשרייבן די "וו" ווארט.

"די עמפערער מיט פיל קליידער אין די קעניגליכע פאלאץ" איז וויאזוי מ'וואלט בייאונז באריכטעט א נאקעטן קעניג אויפן גאס.

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 2:56 pm

· #256117
די "וו" ווארט
🙂

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 3:04 pm

· #256119
איך אויך
וואס איז דער קאנעקשן צווישן לעדערער און מארך?


דעם וו' (לעבעדיגע בילד) איז עפעס באשערט ספיקות'עריי. צו אידאס ווער און וויאזוי די אנטדעקונג איז פארגעקומען ,אדער צו מען זעהט דערויף דעם כהן הגדול מאחיו צו גאר דער ליוזשנער קצב. דערנאך וועם פונקטליך מען זעהט דערויף פון דער ערשטער מאכנאווקער רבי (לויט די בארד) ביז ר' שלמה באבעווער בחור'ל ועוד.

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:46 pm

· #256135
איך קלער נאר אזוי צו מיר, פארוועם באריכטן די צייטונגן די נייעס פונעם "לעבעדיגן בילדער רעקארדירונג"?? פאר די אידן וואס האבן עס נאכנישט געזעהן? די דריקן אויס זייער אפשיי פון רעדן בכלל פון א מאווי וואס מ'קען אודאי נאר זעהן אין טיאטער ר"ל. טפוי!
פאר די וואס האבן עס שוין געזעהן???

אגב, שיינע זאך פונעם מאמענט פארן שרייבן @ונבנתה העיר'ס נאמען, ס'וואלט אבער געמעגט שטיין ווי ער האט דאס געלייגט...

איש את רעהו » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 6:50 pm

· #256157
[ציטאט אראפגענומען]

אסאך מאל איז 'דער בלאט' זייער שטארק געשטימט פאר סאטמאר
היות דער קליפ אידאך אן אגודה צאמקום, האט דער בלאט עס נישט באריכטעט

פלאוויוס » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 7:27 pm

· #256160
'דער איד' מאכט קלאר אין דער באריכט אז די אגודה פון יענער צייט האט נישט קיין שום שייכות צו דער אגודה פון היינט, און ס'איז ממש לא קרב זה אל זה.

chusid » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:18 pm

· #256167
נאכן הערן די אינטערוויא אויף קול מבשר מיט הרב יוסף צבי הלוי בילער ווי ער איז מסביר די היסטארי פון בילדער און ווידיאו קען גאר זיין אז 'לעבעדיגע בילדער' איז מער מדיוק און עס איז אפשר אפילו די כונה פונעם שרייבער

פרייוויליג » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 10:15 pm

· #256181
פלאוויוס
'דער איד' מאכט קלאר אין דער באריכט אז די אגודה פון יענער צייט האט נישט קיין שום שייכות צו דער אגודה פון היינט, און ס'איז ממש לא קרב זה אל זה.

עס וועט קיין באבקע מוח דאקטעריי פאר זיי גארנישט העלפן. דער הייליגער חפץ חיים איז געווען אין די אגודה, וזה הא. עס איז דא כמה סאטמורים וואס קענען דערמיט נישט שלום מאכן. און לאכט נישט, איך האב אמאל געהערט אז די עקסטרימע סאטמארער לערנען נישט קיין משנה ברורה..

איש את רעהו » פרייטאג פעברואר 27, 2015 7:23 am

· #256211
נישט נאר די חפץ חיים אויך די מייסדי העדה החרדית צו קעמפן קעגן ציוניזם און אלע פארטייען פון ציוניזם , איז מתחילה אויכעט געווען פאראייניגט מיט די צעירי אגודת ישראל
איינמאל עס האט אנגעהויבן געשען די שנויים כמבואר במקטאוויץ עד ה' אייר האבן אסאך גרויסע לייט וואס האבן געשטיצט די אגודה זיך אפגעשיידט פון זיי און געפענט א אייגענע כח פון די עדה החרדית

יאסל ראקאווער » פרייטאג פעברואר 27, 2015 8:51 am

· #256213
This Film the property of Fox News. Cuts and rejections not to be returned.


<a class="postlink" href="https://m.facebook.com/113678122009463/photos/a.140533759323899.23361.113678122009463/870718542972080/?type=1">https://m.facebook.com/113678122009463/ ... 80/?type=1</a>

ס'זעעט אויס אז ס'איז דא נאך א ספר תורה אין היכל ביי פאקט ניוס. האבן אונז נאך נישט די מזל עס צו זעען. ונזכה ונראה.

נח בער » פרייטאג מערץ 6, 2015 8:59 am

· #257268
כידוע אז אלע זייערע נייעס און רעפארטאזשען קומט פון זייער אינטערנאצינאלער שטאב פון רעפארטעס וואס טוען עס אריינשיקן אויפן פאסט...
📎 IMG-20150306-WA0062.jpg

איחוד פעלד » פרייטאג מערץ 6, 2015 10:39 am

· #257269
לכאורה דארף דער בלאט זיך פארמאכען, ווייל זיי זענען מכשיל אידען צו ליינען אויסצוגען פין זייער צייטונג דא אויף דער כפירה וועב זייטעל.

petergrifin » פרייטאג מערץ 6, 2015 11:05 am

· #257271
איך און א יעדער איינער האט געוויסט פארוואס זיי שרייבן נישט דערוועגן. איז אויב אזוי פארוואס האבן זיי געהייסן פאר זייער באצאלטע בריוו שרייבער צי שרייבן די שטותים? כדי אונז זאלן מיר וויסן ווי הייליג זיי זענען אן קיין חשש פון ווערעם אדער לשון הרע ורכילות. די אמתע פארטרעטער פון די חרדישע אידונטום.

כוכב » פרייטאג מערץ 6, 2015 12:15 pm

· #257276
#אם אין דעת הבדלה מנין

יאסל ראקאווער » פרייטאג מערץ 20, 2015 9:37 am

· #260132
איינער זאל פארשאפען א בילד פון דעם ליאזנע ביי זיין חתונה און עס דא ארויף שטעלען.. דער עולם וועט זיך ארום אמפערען צו דאס איז די ליאזנער צו נישט. לול.

התם ומתמם עם תמימים » פרייטאג מערץ 20, 2015 3:02 pm

· #260244
איך האלט טאקע אז דער אוועטער פין דער ראשאקאל איז טאקע דער ליאזנע רבי בלי שום ספק

קען זיך איינער קריגען אויף מיר ????

😂 😂 😂

ונבנתה העיר » דינסטאג מערץ 31, 2015 10:17 pm

· #263336
<a class="postlink" href="http://theantitzemach.blogspot.com/2014/02/addendum-rav-reb-yoshe-ber-soloveichik.html">http://theantitzemach.blogspot.com/2014 ... ichik.html</a>?

אחד העם » דינסטאג מערץ 31, 2015 10:32 pm

· #263340
ונבנתה העיר
http://theantitzemach.blogspot.com/2014/02/addendum-rav-reb-yoshe-ber-soloveichik.html?

ונבנתה, גיבסט אזא מהיכי תיתי'דיגער לינק צו די רעדע פינעם רב. עפעס א קעפשאן הקדמה וכדו'.
וויפיל איך זאל נאר נישט הערן און זעהן פינעם רב, וואקסט מיין התפעלות, און עס ציט מיר צו הערן נאך פון אים.
כהאב מחשבות אויף א מבצע צו עפענען א ווינקעל פאר ציטאטען פינעם רבס רעדעס שיעורים וכדו'.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 am

· #282026

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג יוני 12, 2015 10:09 am

· #282282
Re: היסטאריע! וידיאו פון דעם חפץ חיים ז"ל
מ׳ זאגט אז ס׳ די ערשטע מאל וואס ער זעהט א ווידיאו. ( נישט קאנפערמד. אזוי האב איך געליינט)
בלאט: 1 2 3