☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » זיך נעמען דאס לעבן

זיך נעמען דאס לעבן

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8294
בלאט: 1 2

ר' שלמה אבן גבירול » מאנטאג פעברואר 16, 2015 8:59 am

· #253963
זיך נעמען דאס לעבן
איך פרוביר מיר אויס'משל'ן אין מחשבה, לו יהא אז ס'איז טאקע נישטא דא קיין גאט, אזוי ווי די עטעאיסטן האלטן, איז דא א סיבה פארוואס איך זאל זיך נישט נעמען דאס לעבן?

צוושין ביליאנען ביליאנען יוניווערסן, איז בערצופאל איין יוניווערס געווארן אזוי אונזער יוניווערס, און פונקט האט זיך געמאכט, אז איין ערד-קוגל איז באשאפן געווארן א וועלט מיט בהמות חיות און מענטשן
בטעות אתה חי ובטעות אתה מת, אין אידיש, מיט א צופאל ביסטו געבוירן און מיט א צופאל גייסטו שטארבן. די וועלט האט נישט קיין שום מיינונג, קיין שום דעהער. קינדער? וואס קינדער ווען קינדער, וואס האבן זיי מיט דיר איינגעשטויסן? און וואס האסטו מיט דיר אליינס איינגעשטויסן? איין די טאג גייט די וועלט צוריק ווערן אויס, טא? פארוואס זאלסטו לעבן? פארוואס זאלסטו נזהר זיין אז די וועלט זאל ווייטער אנגיין, גרין שמין, די וועלט גייט סיי וואו סיי אונטערגיין, נו, וועט עס אינטערגיין מיט אפאר יאר פריער, הו קערס?

הנאה? אויף די וועלט? חא חא חא, וואס הנאה ווען הנאה, וואס וועלט ווען וועלט, וואס האסטו פון לעבן? סתם אפאר צוגעקלעבטע אטאם'ן? סתם א בארג פון צעלן צוגעקלעבט צוזאם אין פארום פון א בן אדם? צו וואס? וואס האסטו דערפון? וואספארא ווערד האט בכלל דאס לעבן?

(ב"ה אונז גלייבן אין גאט, אונז לעבן פאר גאט. איך האב מיר נאר פרובירט אויסצו'משל'ן ווען מען טראכט ח"ו פארקערט)

מאטי » מאנטאג פעברואר 16, 2015 9:29 am

· #253971
ר' שלמה, נישט אריינגייענדיג צו אן איני מאמין האט א מעגליכקייט צו לעבן מיט א ציל צו נישט, זענען די קאנסעקווענצן וואס דו לייגסט אראפ בכלל נישט מעלה ומוריד (אויבן אויף) מאמת צו זיין קיין שום צד.

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 16, 2015 9:44 am

· #253972
זעהט אויס אז הנאה איז שטערקער ווי דאס וואס דו ביסט מזלזל אין איר, און אז נישט ווער זאגט אז מ'נעמט זיך נישט דאס לעבן אויב האט מען נישט מורא פארן טויט (און וואס טוט זיך וועגן לעבן פאר די ווייב און קינדער וכדומה ביסטו אויך כולל און הנאה ? )
בד"וו, איך וועל פרעגן א צווייטע פראגע, פארוואס ווען איינער איז פארנומען צו עסן אדער צו רעדן פון עסן דעם באצייכענט מען אלס א בעל תאוה, משא"כ אז איינער דרייעט זיך אין ארט גאלעריס און קען זיך נישט גענוג זעטיגן זיינע אויגן, אדער אז איינער קען נישט גענוג זעטיגן זיינע אויערן פון מוזיקאלישע קלאנגן פון באך, אזא איינער ווערט נישט באצייכענט אלס א בעל תאוה, אדרבה, סוכ"ס גיט זיך יעדער נאך זיינע תאוות?

ר' שלמה אבן גבירול » מאנטאג פעברואר 16, 2015 9:55 am

· #253974
נהורא נפישא
בד"וו, איך וועל פרעגן א צווייטע פראגע, פארוואס ווען איינער איז פארנומען צו עסן אדער צו רעדן פון עסן דעם באצייכענט מען אלס א בעל תאוה, משא"כ אז איינער דרייעט זיך אין ארט גאלעריס און קען זיך נישט גענוג זעטיגן זיינע אויגן, אדער אז איינער קען נישט גענוג זעטיגן זיינע אויערן פון מוזיקאלישע קלאנגן פון באך, אזא איינער ווערט נישט באצייכענט אלס א בעל תאוה, אדרבה, סוכ"ס גיט זיך יעדער נאך זיינע תאוות?

און ווען איינער דינט גאט, ווייל ער וויל נהנה זיין מזיו שכינתו, איז סך הכל אויך א בעל תאוה, ער פשוט שכל אפירצוזוכן א תאוה וואס בלייבט עולמית

אבער ערנסט גערעדט, דוכט זיך אז בעל תאוה וועט מען אנרופן אויף מער ערדישע הנאות, וואו צב"ש אכילה ומשגל, און אנדערע הנאות וועט מען אנרופן סתם בלשון נהנה

צוריק צו ענין

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:01 am

· #253976
אה"נ, איך פרעג אויף אלע רוחניותדיגע הנאות פארוואס איז מען ווייניגער בעל תאווה פון זיך נאך געבן גשמיותדיגע הנאות ?

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:03 am

· #253977
ווען איינער דינט גאט מער וויפיל ער מחוייב ווייל ער האט הנאה, איז דאס נישט פונקט אזויווי איינער עסט מער וויפיל ער דארף צום לעבן ?
יא, איך פארשטיין איין חילוק אז דא איז ער מהנה א צווייטן (גאט) אבער סוכ"ס מהנה זיין גאט איז אויך א רוחניותדיגע הנאה ?

מעקס » מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:06 am

· #253979
נהורא נפישא
אה"נ, איך פרעג אויף אלע רוחניותדיגע הנאות פארוואס איז מען ווייניגער בעל תאווה פון זיך נאך געבן גשמיותדיגע הנאות ?

בעניות דעתי, ווען איך גיי מיר זעצן לערנען א בלאט גמרא צו איך שטיי אויף א' סליחות און רייס מיר ארויס פון בעט צו דינען די באשעפער צו סתם אנדערע מצוות קומט מיר עס אן שווער, ערשט ווען איך בין שוין אריינגעטוען אינעם בלאט צו אינעם מצוה גייט עס מיטן שוואונג אבער אין אנהייב עס איך אייז משא"כ תאווה פון ערשטען ברעקל האט מען שוין הנאה .

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:08 am

· #253980
נישט ריכטיג. יעדע תאוה פאדערט א הכנה וואס קאסט כח און צומאל הארעוואניע.
(כאטש נישט אלץ אזוי שווער ווי א' סליחות פארטאגס..)

יאסל ראקאווער » מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:14 am

· #253982
שמעקעדיג
נישט ריכטיג. יעדע תאוה פאדערט א הכנה וואס קאסט כח און צומאל הארעוואניע.

ווי אונזערע רבי'ס האבן אונז געלערנט אין זייער פירוש על משלי @יאיר

"רוב שכל'דיגע באשלוסן ווערן געמאכט צו סערווירן חי'שע אינסטינקטן. מענטשן פארברענגען חדשים און יארן מיט קאפ און מוח אלעס אבי צו האבן נאך אביסל כבוד אדער געלט. די גאנצע רצון פון סורווייוועל און רעפראדוקציע איז א חי'שער אינסטינקט, נישט עפעס א גאוני'שע מסקנא וואס מען קומט צו נאך דורכטראכטן די סוגיא לאורכה ולרוחבה. וכמו שאמר רבינו מאורינו הגר"ד הום זי"ע Reason is the slave of the passion."

ר' שלמה אבן גבירול » מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:19 am

· #253984
כ'מיין מען זאל אריבערפירן דעם הנאה שמועס אין אן עקסטערע אשכול, ס'איז א סוגיא בפני עצמו

אין חובת התלמידים שרייבט ער טאקע, אז די ציהל פון א פעלזן פעסטע חינוך, איז ער זאל האבן א 'תאוה' צו דינען דעם גאט, פונקט אזא תאוה וואו עסן אייזקריעם, אפילו לאמיר זאגן ס'קומט אים אן שווערע, ער דארף אריבערלויפן אין די היצן צום רעסטוראנט, פילט ער אבער נישט די שוועריקייט, ער כאפט אפילו נישט אז ס'קומט אים אן שווער. אזוי דארף מען אויפבויען א קינד, זאלן ליבן די תורה און מצוות, פשוט און פראסט ער זאל זיין פארליבט אין גאט ב"ה. עיי"ש ותמצא נחת

מאטי » מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:32 am

· #253990
א בעל תאווה אינעם חרדיש'ן זין פון ווארט מיינט, איינער וואס גיט זיך אפ מיט תאוות וואס ברענגט אים נישט אין ערגעץ אידישלעך. אבער אויב טוט ער א פעולה וואס ברענגט אים נענטער צו גאט און ס'איז פארהאן א זייטיגע הנאה, דאן רופט זיך דאס "תענוג דקדושה" און ס'גייט אריין אין כלל פון שכר מצוה מצוה.

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:38 am

· #253991
הייסט ס'דא א חילוק פון א מותר'דיגע תאווה אין א איסור'דיגע תאווה, כאטש מכח תאווה זענען זיי אייניג.
ס'אפשר נישט קיין יושר צו פארדרייען אבן גבירול'ס אשכול, וועל איך זיך שטעלן.

מאטי » מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:54 am

· #254002
נהורא נפישא
הייסט ס'דא א חילוק פון א מותר'דיגע תאווה אין א איסור'דיגע תאווה, כאטש מכח תאווה זענען זיי אייניג.
ס'אפשר נישט קיין יושר צו פארדרייען אבן גבירול'ס אשכול, וועל איך זיך שטעלן.

די ווארט איז נישט "מותר'דיג, אסור'דיג" נאר "תכלית'דיג אומ'תכלית'דיג

מאטי » מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:58 am

· #254004
[ציטאט אראפגענומען]

וועלכע חלק פון אשכול האט דיר דאס דערמאנט?

פלאוויוס » מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:07 am

· #254010
@ר' שלמה אבן גבירול, פארוואס זיך נעמען דאס לעבן? האט דען דער טויט מער משמעות ווי לעבן? אויב זעט מען נישט קיין משמעות אין גארנישט, לאזט מען עס אויפ'ן סטאטוס קווא... ווילאנג מ'לעבט איז געלעבט.

הוגה » מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:18 am

· #254014
איך ווייס נישט אויב דאס איז געווען די כוונה פונעם פותח האשכול, אבער אבער מאנכע חכמים נוצן דאס אלץ א טענה אויפצואווייזן די לעכערליכקייט פון אטאעיזם. ואני הקטן לא זכיתי להבין, ווייל אטאעיזם איקוועלס נישטא א סיבה צו לעבן, שוין בעסער זיך צו נעמען דאס לעבן, אבער דער אטאעיסט טוט עס נישט, ממילא איז וואס? איז מוכרח אז ס'דא א באשעפער? זיי מסביר ביטע.

.

פלאוויוס » מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:45 am

· #254018
ס'זעט נישט אויס אז דאס איז געווען די כוונה פונעם פותח האשכול, אבער אויב זוכסטו צו פארשטיין פארוואס א קאנסעקווענטער סקעפטיציזם קען דערפירן צו מחשבות פון טויט, קענסטו אריינקוקן אין קוהלת. דאס לעבן איז באזירט אויף אפטימיזם, אבער אין א וועלט אן א גאט איז נישטא קיין מקום פאר אפטימיזם. דאכט זיך אז קאנט האט גענוצט דעם ארגומענט, נישט אויף איבערצואווייזן גאט פער סע, נאר אויף איבערצואווייזן אז מענטשן נעמען אן גאט, אפילו ווען זיי דערקלערן זיך ווי אטעאיסטן.

הוגה » מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:51 am

· #254021
דאס איז מיין פוינט. איך זעה נישט ווי דאס ווילן צו לעבן איז באווייז אויף א גאט אדער אפילו באווייז אז מען גלייבט אין גאט. אויב עפעס איז עס באווייז אז מענטשן טראכטן נישט. אגב, איך ווער נישט איבערגענומען פון די פאקט אז קהלת אדער קאנט זאגן עס, אז ס'אמת איז עס אמת אן זיי אויך.

.

ר' שלמה אבן גבירול » מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:17 pm

· #254024
הוגה
דאס איז מיין פוינט. איך זעה נישט ווי דאס ווילן צו לעבן איז באווייז אויף א גאט אדער אפילו באווייז אז מען גלייבט אין גאט. אויב עפעס איז עס באווייז אז מענטשן טראכטן נישט

סא, די ביסט אויך מודה אז אין זיין אינסטינקט אן טראכטן, פילט ער אז ס'איז דא א גאט. ס'איז נאר ווען ער טראכט, טראכט אז ס'איז נישט דא.

הוגה » מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:22 pm

· #254026
איך גיי בכלל נישט אריין אינעם דיסקוסיע צו גאט=לעבן און אטעאיזם=סואיסייד. איך זאג אז רובא דרובא מענטשן, סיי גלויביגער און סיי אנטי גלויביגער לעבן ביי דיפאולט און נישט מתוך שום רצון, אינסטינקט אדער הכרה.

.

ר' שלמה אבן גבירול » מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:30 pm

· #254027
אן אריינגיין אין דיקוסיע פון גאט=לעבן און אטעאיזם=סואיסייד. פארוואס ביי דיפאולט איז לעבן און נישט טויט? דאס איז אן אינסטינקט אינעם בן אדם וואס האט א דיפאולט ווידערווילן צו לעבן

הוגה » מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:32 pm

· #254028
גוט. וויאזוי קומסטו אן פון דעם ביז גלייבן אין גאט?

ר' שלמה אבן גבירול » מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:36 pm

· #254030
פלאוויוס בשינוי לשון מעט
ווייל דאס לעבן איז באזירט אויף אפטימיזם, אבער אין א וועלט אן א גאט איז נישטא קיין מקום פאר אפטימיזם. דאכט זיך אז קאנט האט גענוצט דעם ארגומענט, נישט אויף איבערצואווייזן גאט פער סע, נאר אויף איבערצואווייזן אז די דיפאולט אינסטינקט פון מענטשן נעמען אן גאט, אפילו ווען במחשבה טוהן זיי זיך דערקלערן ווי אטעאיסטן.

הוגה » מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:43 pm

· #254033
ס'נישט דא קיין אפטימיזם שמאפטימיזם. עס איז ס"ה דא פארטעמטע פאריאגטע מענטשן. זאג נאר, ראבאטן גלייבן אויך אין א גאט?

ר' שלמה אבן גבירול » מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:47 pm

· #254034
הוגה
ס'נישט דא קיין אפטימיזם שמאפטימיזם. עס איז ס"ה דא פארטעמטע פאריאגטע מענטשן. זאג נאר, ראבאטן גלייבן אויך אין א גאט?

זייער א גוטע משל

זאג נאר, ראבאטן האבן אויך אן אינסטינקט צו לעבן?

יאיר » מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:51 pm

· #254036
מיין דריי יעריג יונגל פרעגט מיר די פאלגנדע שאלה:
איך האב א ציל אין לעבן. איך בוי אזעלכע אינטערעסאנטע בנינים פון לעגאס. איך קען זיך שפילן מיט קארעלעך רואיגערהייט, איך קען דמיונ'ען אז איך בין א פייערלענזשער און א שארער טראק. אבער גרויסע טאטעס, וואס האבן זיי פון זייער לעבן? ווען איך וואלט נישט געקענט שפילן מיט געימס און שפילצייג וואלט איך זיך גענומען דאס לעבן.

הוגה » מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:54 pm

· #254037
ר' שלמה אבן גבירול

זאג נאר, ראבאטן האבן אויך אן אינסטינקט צו לעבן?

יא. עכ"פ אויף אזוי ווייט ווי זיי זענען פראגראמירט צו זיך האלטן ביים לעבן.

ר' שלמה אבן גבירול » מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:57 pm

· #254038
האסט שוין געזעהן א ראבאט זאל זיך אליינס נעמען דאס לעבן??

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:05 pm

· #254041
ר' שלמה אבן גבירול: איבער דעם ענין פון זיין אן אטעיסט, אגנאסטיקער אדער מאמין, איז זייער פשוט. אין די יוגנט, ווען איינער איז מצליח אויף די לייטער פון זיין קאריערע און אויף דעם סאציאלן און פינאנציעלן פעלד, איז גרינג צו זיין אן אטעאיסט אדער אן אגנאסטיק, ווייל זאכן ארבעטן פאר איהם. און אלע זיינע פלענער ווערן פארווירקליכט. איז גרינג זיך איינצורעדן "כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה"...וגם חכמתי עמדה לי...זעהט ער פשוט נישט גאט און די געטליכקייט אין די טאג טעגליכע מעשים. אבער ווען ער שטויסט זיך אן אין שוועריגקייטן און קאמפליקאציעס. און זיין לעבן גייט נישט אזוי ווי ער האט געפלאנט. ווער שמועסט נאך ווען ער (אדער זי) מאכט אדורך. איין קריזיס נאכ'ן צווייטן. דאן הייבט מען אן טראכטן אז אפשר איז יא דא עפעס א העכערער כח , א בעל הבית וועלכער טוט קאנטראלירן אלע מצבים און סיטואציעס. דאן קענמעון צוקומען צו אמונה. צו גלייבן אין א באשעפער וואס האט באשאפן און פיהרט די וועלט. ס'איז דא א ווערטל אויף ענגליש. וועלכעס שטאמט פון די צייטן פון די ערשטע וועלט מלחמה. "אז אין די טרענטשעס, די פאקסהאולס, איז נישטא קיין אטעאיסטן"...ווען מ'זעהט די קוילן און די באמבעס פליען הייבט א יעדער אן צו טראכטן פון גאט...!

דא קומט אריין דער אידישער חינוך. וואס מ'פלאנצט איין (אדער מ'דארף איינפלאנצן) אין די יונגע קינדער אז ווען מ'איז מצליח דארף מען אייביג געדענקען אז ס'איז דא א כח וועלכער פיהרט צו די הצלחה...!

ר' שלמה אבן גבירול » מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:21 pm

· #254045
זייער גוט ארויסגעברענגט, זייער אינסטינקט (רעדט זיך איין) שפירט אז ס'איז דא א גאט

chusid » מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:23 pm

· #254046
אדער קען זיין אז ר' שלמה'ס נקידה איז אז פון אטעאיזם פעלט לאגיק ווייל לשיטתם וואלט מען זיך געדארפט נעמען די לעבן... קען טאקע זיין אז די סיבה זיי קומען נישט צום מסקנא איז פון נישט טראכטן..

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:55 pm

· #254049
די זעלבע צאמגעקלעבטע אטאמען וואס האבן זיך אנטוויקעלט בטעות זענען נאר דא מיט אונז ווייל זייערע זיידעס האבן בטעות אנטוויקעלט א will to survive, די אנדערע ארגעניזעמס וואס האבן נישט געמאכט דעם טעות האבן טאקע אסאך זיך גענומען דאס לעבן, און האבן ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק. מוז גארנישט האבן צו טוהן מיט לאגיק.

ר' שלמה אבן גבירול » מאנטאג פעברואר 16, 2015 2:15 pm

· #254053
@געפילטע, הגם כ'גלייך נישט קיין געפילטע פיש, וויבאלד די רעדט'ס אבער צום דבר, באקומסטו פון מיר א לייק

בלייבט איך איבער מיט וואס כ'האב גערעדט אין מיין ערשטע תגובה, ווען מען טראכט יא אריין, איז נישטא קיין סיבה פארוואס מען זאל זיך נישט נעמען דאס לעבן.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 16, 2015 2:25 pm

· #254054
אויך נישט דא קיין סיבה פארוואס יא. ווילאנג מ'מאכט א לעבן לאז געמאכט. אזוי אויך איז דא די fear of the unknown, נייגעריקייט וואס וועט זיין מארגן, וכו'.

ר' שלמה אבן גבירול » מאנטאג פעברואר 16, 2015 2:45 pm

· #254055
געפילטע פיש
ווילאנג מ'מאכט א לעבן לאז געמאכט.

וואס לעבן ווען לעבן

געפילטע פיש
אזוי אויך איז דא די fear of the unknown,

ווען די נעמסטיך דאס לעבן, איז אויס מיט די fear of the unknown, משא"כ ווען מען לעבט, לעבט מען אייביג אין א fear of the unknown

געפילטע פיש
נייגעריקייט וואס וועט זיין מארגן, וכו'.

נייגעריק? איז שוין ענדערש זיך צו נעמען דאס לעבן. וואס לעבן איז ווייסטו שוין, יעצט דארפסטו אויך געוואר ווערן וואס מיינט טויט

קאצקע ציקער » מאנטאג פעברואר 16, 2015 3:19 pm

· #254063
יא אבער there is no way back נאכדעם, ממילה לוינט זיך נישט דעם טריי אט

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 16, 2015 4:45 pm

· #254083
ר' שלמה אבן גבירול
געפילטע פיש
ווילאנג מ'מאכט א לעבן לאז געמאכט.

וואס לעבן ווען לעבן

דאס לעבן

געפילטע פיש
אזוי אויך איז דא די fear of the unknown,

ווען די נעמסטיך דאס לעבן, איז אויס מיט די fear of the unknown, משא"כ ווען מען לעבט, לעבט מען אייביג אין א fear of the unknown[/quote]
אבער די שרעק האט מען א סקונדע פארדעם.
געפילטע פיש
נייגעריקייט וואס וועט זיין מארגן, וכו'.

נייגעריק? איז שוין ענדערש זיך צו נעמען דאס לעבן. וואס לעבן איז ווייסטו שוין, יעצט דארפסטו אויך געוואר ווערן וואס מיינט טויט[/quote]
זיי גלייבן דאך נישט אין השראת הנפש, ממילא איז נישט דא וואס געוואר צו ווערן, נאכן טויט, לשיטתם, איז נישטא גארנישט, לעהר, נאטינג, you just cease to exist.

איחוד פעלד » מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:46 pm

· #254100
ר' שלמה,

אינטרעסאנט דיין טענה, לאמיר אבער קוקען אין היסטארי, האבען אטעיסטען זיך.גענומען דאס לעבען?

לאידך גיסא, מאמינים האבען זיך גענומען דאס לעבען בשיטה אין די מאסען כמה פעמים. נעמט למשל די אלע קולטס וואס האבען דאס געטוהן צוזאמען, אדער אפילו אידישע מיידלעך וואס האבען עס געטוהן צוזאמען אווס מורא נישט צו ווערען טמא דורך ראפיסטען, אדער קינדער בחורים'לעך וואס נעמען זיךמדאס לעבען עד היום הזה וועגען זיי קענען נישט דערהייבען דאס וויסען אז זיי זענען פגום.

אלזא, לדעתי איז אמונה א שטעקערע גורם למעשה צו באגיין זעלבסמארד ווי כפירה, אפשר ביסטו גערעכט אין טעאריע, אבער נישט למעשה.

טאמבל סאס » דינסטאג פעברואר 17, 2015 8:53 am

· #254205
<a class="postlink" href="http://www.suicidemethods.net/suicide-methods/">http://www.suicidemethods.net/suicide-methods/</a>

ר' שלמה אבן גבירול » דינסטאג פעברואר 17, 2015 9:10 am

· #254206
@@איחוד פעלד (אזוי ווי מען האט דא מעורר געווען איבער ציטירן, וועלעך אראפברענגען דיינע הערות מיט נומערן)

1. האבן אטעיסטען זיך גענומען דאס לעבן?

כ'ווייס נישט, אבער כהיום איז אין רוב מדינות טאקע אומלעגאל זיך צו נעמען דאס לעבען, אבער ס'ווערט מער און מער א נארמאלע זאך, און טייל מדינות איז שוין אפילו פארהאנען אפיצילע סוסייד פעסיליטיס, וואו מען העלפט מענטשן מיט (ביזדערווייל) מילדע קראנקהייטן, זיך צו נעמען דאס לעבן

2. מאמינים האבען זיך גענומען דאס לעבען בשיטה אין די מאסען כמה פעמים. נעמט למשל די אלע קולטס וואס האבען דאס געטוהן צוזאמען, אדער אפילו אידישע מיידלעך וואס האבען עס געטוהן צוזאמען אווס מורא נישט צו ווערען טמא דורך ראפיסטען,

לויט די מאמינים, איז דאך ווען די גוף ווערט אויס, דעמאלט איז די עיקר לעבן. איז נישט זיי נעמען זיך דאס לעבן, פונקט פארקערט, וואו לאנג די רעליגיע האט געהייסן מאכן די הכנות צום ריכטיגן לעבן, בלייבט מען נאך אויף די וועלט, אבער איינמאל רעליגיע זאגט, יעצט קום הנאה האבן פון דיין הארעוואניע וואס די האסט אריינגעלייגט, גייט מען אריבער צום ריכטיגן לעבן

3. אדער קינדער בחורים'לעך וואס נעמען זיךמדאס לעבען עד היום הזה וועגען זיי קענען נישט דערהייבען דאס וויסען אז זיי זענען פגום.

ווי קומט דא אריין רעליגיע, פונקט פארקערט לויט רעליגיע טאר זיך אזא איינער נישט נעמען דאס לעבן, און ס'איז נישט דא קיין שום סיבה ער זאל עס טוהן.

טאמבל סאס » דינסטאג פעברואר 17, 2015 9:49 am

· #254207
האלט א רגע, האסט שוין דורכגעטוהן אויב קאמיטן סוסייד איז אזוי גרינג אדורכצפיהרן למעשה (נאך אן ארטיקל פאר די "הלכה למעשה פראיעקט.) אז דו רעדסט אזוי ברייט?

קיינער וויל נישט דורכפאלן און זיין דער שטאטס נער. אדער נאך ערגער, אפענדיגן אין שפיטאל מיט א געדעמידזשטע ברעין און כראנישע לעבנסלענגליכע ווייטאגן אהן די שכל אדער מעגליכקייטן פון נאכאמאל האבן א גאו עט איט.

געפילטע פיש » דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:17 am

· #254216
ר' שלמה אבן גבירול
2. מאמינים האבען זיך גענומען דאס לעבען בשיטה אין די מאסען כמה פעמים. נעמט למשל די אלע קולטס וואס האבען דאס געטוהן צוזאמען, אדער אפילו אידישע מיידלעך וואס האבען עס געטוהן צוזאמען אווס מורא נישט צו ווערען טמא דורך ראפיסטען,

לויט די מאמינים, איז דאך ווען די גוף ווערט אויס, דעמאלט איז די עיקר לעבן. איז נישט זיי נעמען זיך דאס לעבן, פונקט פארקערט, וואו לאנג די רעליגיע האט געהייסן מאכן די הכנות צום ריכטיגן לעבן, בלייבט מען נאך אויף די וועלט, אבער איינמאל רעליגיע זאגט, יעצט קום הנאה האבן פון דיין הארעוואניע וואס די האסט אריינגעלייגט, גייט מען אריבער צום ריכטיגן לעבן

איך פארשטיי נישט, סויסייד ווערט מער בארעכטיגט פארן גלויביגער וויבאלד ער גלייבט אין לעבן נאכן טויט, אבער אז דער אטעאיסט טוט עס ווייזט עס א חיסרון אין זיין (אום)גלויבן ווייל ס'איז גורם מענטשען זאלן נישט מחשיב זיין זייער לעבן. כאפסט?

ר' שלמה אבן גבירול » דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:38 am

· #254222

איך האב דיר געלייקט, ווייל ס'איז א גוט'ס

אבער למעשה, צוריק צום פוינט, ווילאנג מען לעבט אויף די וועלט, האט דער גלויביגער א סיבה דערפאר, ער האט א סיבה און שטופ פארוואס ער וויל לעבן, ער גייט זיך נישט סתם אזוי נעמען דאס לעבן
משא"כ די אטעאיסט, האט מיר נאך קיינער נישט געזאגט, וואס האט ער פון זיין לעבן? איז דא א סיבה פארוואס ער זאל זיך נישט נעמען דאס לעבן?

טאמבל סאס » דינסטאג פעברואר 17, 2015 12:10 pm

· #254229
וואס פארשטייסטו נישט? נישט יעדעמ'ס לעבן איז שיט. און טאקע צומאל ווייל ער האט נישט גענוג די שכל צו ווערן דעפרעסט פון דאס אליינס - דער מחשבה ווי מיינונגסלאז דאס לעבן איז.

אבער אפילו עמיצער קומט שוין יא צום הכרה אז טוב לאדם שלא נברא משנברא ועכשיו שנברא יתאבד במעשיו, טוט ער נאכאלס זיך צוריקהאלטן צוליב חברים, משפחה פרוי און קינדער וכו'.

בדרך אגב, שלא מן הענין, האט עמיצער שוין אמאל אינאכט גענומען? א פאני פאראדאקס, ווען א מענטש נעמט זיך דאס לעבן שרייט מען "סעלפיש" וואס איז לכאורה אן אחריות וואס ליגט אויף יעדער היומען ביאינג צו זיינע קרובים ומכירים, אימפּאוזד ביי נאטור. אבער רוב מאל שטאמען די סיבות פארוואס דער מאן דהו איז צוגעקומען צו אזא החלטה טאקע פון דעם וואס זיינע ארומיגע האבן מועל געווען אין זייער "נאטורליכע אחריות", ווילענדיג אדער אומווילענדיג פאר וואס אימערער סיבה.

הקטן » דינסטאג פעברואר 17, 2015 7:30 pm

· #254334
קאצקע ציקער
יא אבער there is no way back

פין וואו??

קאצקע ציקער » דינסטאג פעברואר 17, 2015 8:39 pm

· #254359
הקטן
קאצקע ציקער
יא אבער there is no way back

פין וואו??

איך האב מיך באצויגען צו ר'שלמה'ס ווערטער
נייגעריק? איז שוין ענדערש זיך צו נעמען דאס לעבן. וואס לעבן איז ווייסטו שוין, יעצט דארפסטו אויך געוואר ווערן וואס מיינט טויט
האב איך געזאגט אז ס'לוינט זיך נישט צו געוואר ווערן ווייל נאכדעם קען ער שוין נישט ציריקציען he is dead!

מאטי » מיטוואך פעברואר 18, 2015 1:50 am

· #254392
ר' שלמה אבן גבירול
געפילטע פיש
ר' שלמה אבן גבירול
2. מאמינים האבען זיך גענומען דאס לעבען בשיטה אין די מאסען כמה פעמים. נעמט למשל די אלע קולטס וואס האבען דאס געטוהן צוזאמען, אדער אפילו אידישע מיידלעך וואס האבען עס געטוהן צוזאמען אווס מורא נישט צו ווערען טמא דורך ראפיסטען,

לויט די מאמינים, איז דאך ווען די גוף ווערט אויס, דעמאלט איז די עיקר לעבן. איז נישט זיי נעמען זיך דאס לעבן, פונקט פארקערט, וואו לאנג די רעליגיע האט געהייסן מאכן די הכנות צום ריכטיגן לעבן, בלייבט מען נאך אויף די וועלט, אבער איינמאל רעליגיע זאגט, יעצט קום הנאה האבן פון דיין הארעוואניע וואס די האסט אריינגעלייגט, גייט מען אריבער צום ריכטיגן לעבן

איך פארשטיי נישט, סויסייד ווערט מער בארעכטיגט פארן גלויביגער וויבאלד ער גלייבט אין לעבן נאכן טויט, אבער אז דער אטעאיסט טוט עס ווייזט עס א חיסרון אין זיין (אום)גלויבן ווייל ס'איז גורם מענטשען זאלן נישט מחשיב זיין זייער לעבן. כאפסט?

איך האב דיר געלייקט, ווייל ס'איז א גוט'ס

אבער למעשה, צוריק צום פוינט, ווילאנג מען לעבט אויף די וועלט, האט דער גלויביגער א סיבה דערפאר, ער האט א סיבה און שטופ פארוואס ער וויל לעבן, ער גייט זיך נישט סתם אזוי נעמען דאס לעבן
משא"כ די אטעאיסט, האט מיר נאך קיינער נישט געזאגט, וואס האט ער פון זיין לעבן? איז דא א סיבה פארוואס ער זאל זיך נישט נעמען דאס לעבן?

ווייל שכל איז נישט די מכריע היחידי וואס מענטשן נוצן אויסצופירן באשלוסן. עיין ערך אפלטון וזיגמונד פרויד.

ר' שלמה אבן גבירול » מיטוואך פעברואר 18, 2015 9:00 am

· #254400
טאמבל סאס
וואס פארשטייסטו נישט? נישט יעדעמ'ס לעבן איז שיט. און טאקע צומאל ווייל ער האט נישט גענוג די שכל צו ווערן דעפרעסט פון דאס אליינס - דער מחשבה ווי מיינונגסלאז דאס לעבן איז.

אויב טראכט מען נישט האט מען שוין פריער אויסגעארבעט, יעצט רעדט איך נאר ווען מען טראכט טאקע אריין וואו מיינונגלאז די לעבן איז, איז דא א סיבה זיך נישט צו נעמען דאס לעבן?

טאמבל סאס
אבער אפילו עמיצער קומט שוין יא צום הכרה אז טוב לאדם שלא נברא משנברא ועכשיו שנברא יתאבד במעשיו, טוט ער נאכאלס זיך צוריקהאלטן צוליב חברים, משפחה פרוי און קינדער וכו'.

בדרך אגב, שלא מן הענין, האט עמיצער שוין אמאל אינאכט גענומען? א פאני פאראדאקס, ווען א מענטש נעמט זיך דאס לעבן שרייט מען "סעלפיש" וואס איז לכאורה אן אחריות וואס ליגט אויף יעדער היומען ביאינג צו זיינע קרובים ומכירים, אימפּאוזד ביי נאטור. אבער רוב מאל שטאמען די סיבות פארוואס דער מאן דהו איז צוגעקומען צו אזא החלטה טאקע פון דעם וואס זיינע ארומיגע האבן מועל געווען אין זייער "נאטורליכע אחריות", ווילענדיג אדער אומווילענדיג פאר וואס אימערער סיבה.

ווען איך פלאנץ איין א זומען פון א בוים און די בוים געבוירט נאך א בוים, האט די בוים אן אחריות פאר די בוים וואס איז געבוירן פון איר זומען?

דער מענטש איז באשאפן געווארן בטעות, זיין קינד איז באשאפן געווארן בטעות, זיין ווייב בטעות, זיינע חברים בטעות, וואספארא אחריות איז פארהאנען פון די בארג צעלן, אויף די אנדערע בארג צעלן וואס איז בטעות ארויסגעקומען פון איר?
אונז רעדן דאך יעצט נאר ווען טראכט עכט אריין. איז דען דא אן אחריות פון איין בארג אטאם'ן בצורת אדם, אויף די אלע אנדערע בערג פון אטאם'ן בצורת אדם?

נולד מאוחר » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 1:21 am

· #254608
אויב שוין יא אחריות פאר אנדערע, ווי איז דו אחריות פון אריינברענגן קונדער צי אזא וועלט וואס דו אליינס זעסט איין אז סנישט ווערט צי לעבען? האט דען דו אטיעסט נישט קיין קונדער.

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:19 pm

· #254736
האסט פארגעסן אלעס איז א טעות כולל דאס געבורט פון קינדער...
בלאט: 1 2