☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8278

אשכול אן א טיטל #8278

92 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8278
בלאט: 1 2

— » פרייטאג פעברואר 13, 2015 3:58 pm

· #253537

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ישראל קאפקע » פרייטאג פעברואר 13, 2015 4:27 pm

· #253540
מער קינדער לערנען אין די מוסדות פון ביידע פון די צוויי סאטמארע קהילות באזונדער ווי דיין אנגעגעבענע ציפער פון צוואנציג טויזנט.

אפטעמיסט » פרייטאג פעברואר 13, 2015 4:31 pm

· #253541
זאלן זיי זאגן אז זיי רעפרעזענטירן די מיליאנען, אדער וואטעווער דו ווילסט, סאטמארע חסידים. דער פראבלעם איז אז זיי שפילן ווי זיי רעדן אין מיין נאמען אויך, ווען ביי מיר איז נתניהו יא דער ווארטזאגער פון דאס אידישער פאלק, עכ"פ מער ווי נטרונא איז.

שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 13, 2015 4:37 pm

· #253544
איך בין מגלה דעת אז קיינער אריינגערעכענט נתניהו און נטרונה, רעדט נישט אין מיין נאמען.

ווער ס'וויל וויסן מיין מיינונג קען מיך אנפרעגן אין אישי.

ישראל קאפקע » פרייטאג פעברואר 13, 2015 4:37 pm

· #253545
ביזטו גרייט מיר צו געבן שטימרעכט אין אויסוועלן 'דער ווארטזאגער פון דאס אידישן פאלק' אדער בין איך געצווינגען זיך צו באפרידיגן מיט אן עקסטרעמיסט וואס איז אויסגעקליבן געווארן דורך ווייניגער ווי 25% פון אידישע בירגער אין מדינת ישראל?

אנאנים

קאפקע די רעכנסט לכאורה אלע מוסדות פון אלע שטעט צוזאמען ניין?

יא.

diff » פרייטאג פעברואר 13, 2015 4:58 pm

· #253549
מיינונג פונעם נאמען איז נישט באקאנט
Just google nutrena

ישראל קאפקע » פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:07 pm

· #253552
[ציטאט אראפגענומען]

פילע אנדערע אידענטיפיצירן זיך נישט מיט זיין מעסידזש.
דעריבער איז א חוצפה פון זיין זייט זיך צו דערקלערן אז ער רעדט נישט נאר אין נאמען מדינת ישראל נאר אין נאמען פון אלע אידן.

אויך פארגעסן אסאך אז אפגעזען פון זיין געראנגל מיטן אמעריקאנער פרעזידענט (וואס האט אגב באקומען 70% פון די אידישע שטימען אין 2012) איז דער רעדע געסקעדזשועלט צוויי וואכן פאר די בחירות. און די לינקע לאגער אין מדינת ישראל איז (מיט רעכט) זייער אויפגעברויזט דערויף. ער איז זייער פשוט צו מאכן אן ארגומענט אז זיין רעדע האט מער מיט פאליטיק ווי מיט זיכערקייט פון מדינת ישראל.

ישראל קאפקע » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 7:32 pm

· #253561
די וואס געבן געלט פאר זיי האלטן מן הסתם נישט אז עס איז ארויסגעווארפן געלט.

לגבי דיינע ציפערן גלייב איך אז אין קריסטליכע ציפערן איז עס נענטער צו צוואנציג מיליאן קריסטן, און איינע פון די גרעסטע און מערסט רעליעזע סעקטעס.

און אדרבה ווען די איבריגע קריסטליכע וועלט איז אויף מיט די באשולדיגונג אז די אידן האבן געהרגט יאשקע, וואלט איך זייער עפרישיעיטעד ווען איינע פון די גרעסטע קריסטליכע קירכעס קומען ארויס מיט א קאמפיין צו בארואיגן די מצב.

און עס איז נישט כאילו זיי זענען די איינציגסטע וואס שטופן דעם מעסידזש. א גרויס חלק אמעריקאנער אידן זענען אויך נישט אינטערעסירט אז נתניהו זאל קומען קיין אמעריקע זיך רייצן מיט אבאמא.

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 8:10 pm

· #253567
ישראל קאפקע
מער קינדער לערנען אין די מוסדות פון ביידע פון די צוויי סאטמארע קהילות באזונדער ווי דיין אנגעגעבענע ציפער פון צוואנציג טויזנט.

אוי.קעי. איין און צוואנציג טויזנט, זיבן הונדערט דריי און פופציג. אנאנים. דאס זענען די לעצטע סטאטיסטישע ציפערן. ביטע רעכן איבער...!

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 8:14 pm

· #253568
ישראל קאפקע
ביזטו גרייט מיר צו געבן שטימרעכט אין אויסוועלן 'דער ווארטזאגער פון דאס אידישן פאלק' אדער בין איך געצווינגען זיך צו באפרידיגן מיט אן עקסטרעמיסט וואס איז אויסגעקליבן געווארן דורך ווייניגער ווי 25% פון אידישע בירגער אין מדינת ישראל?

אנאנים

קאפקע די רעכנסט לכאורה אלע מוסדות פון אלע שטעט צוזאמען ניין?

יא.

איך און ישראל קאפקע האלטן אז האנייה פון כאמאס (שוין פארגעסן זיין ערשטן נאמען.) איז דער ווארט זאגער פון כלל ישמעאל...!

ישראל קאפקע » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 8:18 pm

· #253570
.

איש את רעהו » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 9:45 pm

· #253588
עס איז באמת א וויכטיגע זאך אינז צו אפטרייסלען פון די שוטים וואס מאכן מיר ענג יעדעס מאל ווען עס טומעלט זיך אביסל אינעם מיטל מזרח,

וואס ברויך איך ליידן אין מיין ארבעט ווי איך דריי מיר צווישען נישט אידן וואס גלייכן מיר אלס צו צאפן דאס בליט ווען עס קאכט זיך איבער מיטל מזרח
ביבי לאדיר אפ פון מיין נאמען און הער אויף מיט דיינע נארישע מאנעווערעס צו ווייזען טראציגקייט יעדע פאר מאנאטען
@קאפקע ווי קען מען שיקן פאנדן פאר די וואס גיסן אביסל מי שופכין אויף דעם שוטה ביבי?

יאיר » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 9:50 pm

· #253590
אויסער די צוואנציג טויזנט חסידים פון ברוקלין זענען פארהאן נאך צוואנציג טויזנט אידן וואס האבן שוין אונטערגעשריבן אויף דעם קול קורא ארויסגעגעבן דורך רבני ועסקני ארגון רחוב י. מ'בעט יעדן וואס האט נאכנישט אונטערגעשריבן זאל שוין אונטערשרייבן און אראפנעמען דעם חרון אף פון הימל.
אין אנדערע נייעס האט נטרונא פארראכטן זייער מעסעזש. זיי האבן קלאר געשטעלט אז בעצם האבן זיי נישט קיין פראבלעם מיט די מרידה באומות פון נתניהו, נאר ער איז פשוט נישט דער פאסיגער קאנדידאט, ווייל ער גייט נישט קיין בארד און פיאות און האט נאכנישט מחזיר בתשובה געווען אלע אידן כמבואר בספר ויואל משה. לויט דעם ארגומענטירן זיי זאל מען ענדערש שיקן הרב אמנון יצחק מיט זיין פארטיי כח להשפיע זיך ארויסצושטעלן קעגן אבאמא און אים מכניע זיין כמבואר ברמב"ם.

למדן » זונטאג פעברואר 15, 2015 2:04 pm

· #253764
וואו קען מען זעהן וויפיל האבן שוין געסיינט

ישראל קאפקע » זונטאג פעברואר 15, 2015 2:35 pm

· #253778
למדן
וואו קען מען זעהן וויפיל האבן שוין געסיינט

געוויסע ארטיקלען האבן געשריבן 20,000+, א טאג שפעטער איז ארומגעפארן די ציפער 55,000. אבער די ציפערן זענען ווייניגסטנס פינף טעג אלט, קיין פרישערע נומערן האב איך נישט געפונען.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 15, 2015 2:43 pm

· #253781
יאיר
אויסער די צוואנציג טויזנט חסידים פון ברוקלין זענען פארהאן נאך צוואנציג טויזנט אידן וואס האבן שוין אונטערגעשריבן אויף דעם קול קורא ארויסגעגעבן דורך רבני ועסקני ארגון רחוב י. מ'בעט יעדן וואס האט נאכנישט אונטערגעשריבן זאל שוין אונטערשרייבן און אראפנעמען דעם חרון אף פון הימל.
אין אנדערע נייעס האט נטרונא פארראכטן זייער מעסעזש. זיי האבן קלאר געשטעלט אז בעצם האבן זיי נישט קיין פראבלעם מיט די מרידה באומות פון נתניהו, נאר ער איז פשוט נישט דער פאסיגער קאנדידאט, ווייל ער גייט נישט קיין בארד און פיאות און האט נאכנישט מחזיר בתשובה געווען אלע אידן כמבואר בספר ויואל משה. לויט דעם ארגומענטירן זיי זאל מען ענדערש שיקן הרב אמנון יצחק מיט זיין פארטיי כח להשפיע זיך ארויסצושטעלן קעגן אבאמא און אים מכניע זיין כמבואר ברמב"ם.

יאיר: נאר ס'איז דא א שווערע תוס' אין מס' כתובות וועלכער פרעגט א קשיא אויף דיין הנחה אז סאטמאר איז יא צופרידן פון הרב אמנון יצחק. ווייל פון ווען ער האט געמאלדן אז ער לויפט צום כנסת ביי די פריערדיגע בחירות, האט סאטמאר אנגעהויבן צו גיסן אויף איהם מי שופכין, פונקט ווי אויף א יעדן אנדערן. אנרופנדיג איהם מיט די ערגסטע, בזיונ'דיגע נעמען, כדרכם...!

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 15, 2015 2:45 pm

· #253782
ישראל קאפקע
למדן
וואו קען מען זעהן וויפיל האבן שוין געסיינט

געוויסע ארטיקלען האבן געשריבן 20,000+, א טאג שפעטער איז ארומגעפארן די ציפער 55,000. אבער די ציפערן זענען ווייניגסטנס פינף טעג אלט, קיין פרישערע נומערן האב איך נישט געפונען.

קאפקע: קוק נאך, אפשר ביי די כאמאס אדער נטורי חרתא וועבסייט וועט יא זיין אפדעיטעד אינפארמעישן...!

למדן » זונטאג פעברואר 15, 2015 2:53 pm

· #253785
איז דא א ליסט אזויווי ביי אנדערע פעטישענס?

קרעקער » זונטאג פעברואר 22, 2015 3:20 pm

· #255201
מהר"א טרעט שארף ארויס קעגען נתניהו
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=vdR1F6T8DCo">https://www.youtube.com/watch?v=vdR1F6T8DCo</a>

אפטעמיסט » זונטאג פעברואר 22, 2015 3:27 pm

· #255207
דאקטורים האבן אויפגעגעבן אויף דעם זכר. מיט אזעלכע רבי'ס... אוי נעבעך

diff » זונטאג פעברואר 22, 2015 3:33 pm

· #255212
א רב וואס האט זיך אנגנומן פארן פרעזידענט
The Shameful Legacy of Rabbi Stephen Wise

איש את רעהו » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:12 pm

· #255220
וואס קומט אהער די ארטיקעל אויף די הנהגה פון סטיווען ווייז

diff » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:15 pm

· #255221
see the comments there

וואס קומט נישט אהער די ארטיקעל אויף די הנהגה פון סטיווען ווייז
ער איז געווען געגן חרדים געגן התגרות באומות

outspoken » מוצ"ש פעברואר 28, 2015 11:31 pm

· #256318
די מעיאר פון קרית יואל בעט זיין קאנגרעסמאן נישט צו באטייליגן ביים דרשה

סאשי פיש » זונטאג מערץ 1, 2015 12:51 am

· #256323
דבר ה׳ מווילי...
image.jpg

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 1, 2015 1:03 am

· #256325
כ'טרעט מער נישט אריין אין סערטיפייד לאמבער. וואו שעמט ער זיך נישט צו שפילן מיט אידיש בלוט?? קומט א איד פון ארץ ישראל צו שרייען איבער די סכנה וואס הויערט אויף כלל ישראל, לא די וואס דו העלפסט אים נישט צו, מאכסטו נאך קאליע! די זעלבע טעות אין וואס דיין זיידע האט געלעבט, אז געטריישאפט פארן מולדת וועט העלפן בעת צרה, א נארישקייט וואס איז שפעטער געווארן אוישוויץ זייפן בלאז, טוהן מאנכע איבער שפילן אונטערן שלייער פון קנאות! אומגלויבליך ווי קנאות מקלקלת השורה.

chusid » זונטאג מערץ 1, 2015 1:24 am

· #256329
וויכטיג אנצומערקן אז א ריזן חלק פון מדינת ישראל בירגער האלטן אז נתניהו טוט דאס בלויז פאר סעלפישקייט כדאי צו פארזיכערן זיין בענקל... לויט דעם צד דאן איז דאס א אומדערהערטע עולה און ער איז א גרעסערער פאררעטער ווי משה דוד כץ, יצחק ר"ב און מעיאר פון ק"י.....

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 1, 2015 1:33 am

· #256330
מיר זעהט אויס אז ביבי איז שטארק משוכנע אין די סכנה פון איראן, און ער האלט אז אין אזא פאל שפילט מען נישט פאליטיק, נאר מ'טוט וואס מ'דארף טון. ווילאנג ס'איז נאך נישט דערנאך.
געדענק, אז די אלע וואס האבן עומד ומזהיר געווען אויף די שואה וואס קומט זענען געווארן "משוגעים" ביז די "נארמאלע" זענען ארויף געיאגט געווארן אויף די בהמות וועגענער.
היסטוריה חזר'ט זיך איבער.

petergrifin » זונטאג מערץ 1, 2015 1:40 am

· #256332
דו האלסט טאקע אז איראן װאלט געשאסען נוקליער מיסעלס אויף א״י ח״ו װען זײ האבן עס?

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 1, 2015 1:43 am

· #256337
petergrifin
דו האלסט טאקע אז איראן װאלט געשאסען נוקליער מיסעלס אויף א״י ח״ו װען זײ האבן עס?

דו האלטס אז מ'קען טראסטען איראן מיט אזא שעדליכע וואפן?

petergrifin » זונטאג מערץ 1, 2015 1:46 am

· #256339
אזוי װי ס׳איז יעצט מיט די אײעטאלע אין בענקל איז נישט דא װאס מורא צו האבן. ער װײסט אויך א עס גײט
בײדע װעגן. איך װאלט זיך נאר געזארגט אויב אײסיס אדער אן אנדערע װעט דארט אײן טאג איבער נעמען.

גנדי » זונטאג מערץ 1, 2015 4:25 am

· #256348
איך פארשטיי נישט די גאנצע סאטמערע מחאות יעצט.

נתינהו קומט יעצט רעדן צו קאנגרעס ווייל קאנגרעס האט אים איינגעלאדענט. נתניהו קומט רעדן בשם מדינת ישראל וועגן די סכנה פון איראן.

פארוואס פאלט איין פאר סאטמר אז ער רעדט בשם גאנץ כלל ישראל. אינקלאדינג דער סאטמערער איד אין וויליאמסבורג.

ער רעדט בשם די לאנד ״ישראל״ וואס ער איז ערוועלט געווארן צו זיין איר רעדנער און פירער. וואס לדעתו וועט די לאנד מדינת ישראל זיין אין א סכנה.

וואס איז דער קאמפיין יעצט צו מודיע זיין אז ער רעדט נישט בשם כלל ישראל.

עס האט נישט קיין פשט.


בכלל איז אייראניש ווי זעלבסט געקרוינטע אים-ערוועלטע פירערס און ארגאנאזיצעס שרייען צו אן ערוועלטען פירער אז ער רעדט נישט בשם כלל ישראל. אהא. הייסט די נטרונא און סאטמערע רבי וואס כלל ישראל האט זיכער נישט ערוועלט. ענק רעדן יא בשם כלל ישראל?



נאך א שאלה. לפי די ויואל משה איז נישט קיין איסור צו מסביר א סכנה. די ויואל משה האט אויך געזאגט עס איז א סכנה אויב די אראבער נעמן איבער. די ויואל משה האט אויך געהאלטן עס איז א סכנה פאר אידן אין ארץ ישראל אויב די פאנאטישע אראבער פון איראן באקומען נוקלארע וואפן צו נוצען.

ווי איז די שכל הישר פון די סאטמערע אידן?

גנדי » זונטאג מערץ 1, 2015 12:40 pm

· #256403
ווען אסתר המלכה איז געגאנגען מעורר זיין אויף די סכנה פון כלל ישראל איז אחשורוש געווען גרייט אויסצוהערן?

אהא. נטרונא׳ס עדס איז דער עולם גרייט צו הערן. אבער נתניהו׳ס דרשה נישט.

די האסט פארגעסן אז נתינהו איז געווארן איינגעלאדענט דורך קונגרס צו רעדן צו קונגרס.

קיינער האט נישט איינגעלאדענדט. נישט ר׳ אהרן. נישט ר׳ זלמן לייב. נישט מעיאר ווידער. נישט פריזידענט ראזענבערג. און אוודאי נישט צימערמאן.

chusid » זונטאג מערץ 1, 2015 12:57 pm

· #256415

פלעין יודיש » זונטאג מערץ 1, 2015 4:00 pm

· #256477
נתניהו איז געגאנגען מוצאי שבת צים כותל המערבי, כדי אז אויב איז באשערט אז ער זאל די וואך רעדן צים וואנט זאל ער האבן אפגעקימען מיט דעם...

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 1, 2015 4:03 pm

· #256480

outspoken » מאנטאג מערץ 2, 2015 9:46 am

· #256632
די אמעריקאנער אמבאסעדער צו די יו-ען רעדט יעצט ביי 'עיפעק' זי זאגט 'יא ניגאישיעשען נישט ניגאישיעשען, אמעריקע וועט מאכן זיכער אז איראן האט נישט קיין נוקס.

outspoken » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:30 am

· #256639
ביבי א מחוצף פונם ערשטע קלאס איז יעצט מסבר (ביי עיפעק) אז איזרעיל האט אלץ אריינגעפיפען אין אמעריקע פון 1948 .

מאטי » מאנטאג מערץ 2, 2015 11:34 am

· #256653
ביסט זיכער פון "ערשטן קלאס?" מיר קוקט דאס אויס מער "צווייטע קלאס" מאטריאל...

ירח בן יומו » מאנטאג מערץ 2, 2015 11:47 am

· #256655
פלעין יודיש
נתניהו איז געגאנגען מוצאי שבת צים כותל המערבי, ..

פאר דעם אליין דארף מען דערמאסטרירען קעגן עהם, צום כותל גייט ער? רחמנא ליצלן!

ישראל קאפקע » מאנטאג מערץ 2, 2015 11:54 am

· #256658
מאטי
ביסט זיכער פון "ערשטן קלאס?" מיר קוקט דאס אויס מער "צווייטע קלאס" מאטריאל...

He is in a class all to himself.

איך פארשטיי נישט פארוואס די אנטי סאטמורים שפילן כאילו דאס וואס ביבי טוט איז די נארמאלסטע זאך אויף דער וועלט.
קען מיר איינער ברענגען א פרעצעדענט ווי א אויסלענדישע פירער קומט צו א פארליאמענט זיך רייצן אזוי אפן, מיטן ערוויילטן פרעזידענט/פרעמיער פון די האוסט קאנטרי? (אפגעזען פון דעם אז אמעריקע איז 'די' וועלט גרויסמאכט, און ווי שטארק מדנ"י איז אנגעוויזן אויף איר).

פישלע העררינג » מאנטאג מערץ 2, 2015 11:59 am

· #256659
ישראל קאפקע

קען מיר איינער ברענגען א פרעצעדענט ווי א אויסלענדישע פירער קומט צו א פארליאמענט זיך רייצן אזוי אפן, מיטן ערוויילטן פרעזידענט/פרעמיער פון די האוסט קאנטרי? (אפגעזען פון דעם אז אמעריקע איז 'די' וועלט גרויסמאכט, און ווי שטארק מדנ"י איז אנגעוויזן אויף איר).

ווען דער האוסט קאנטרי פירט נעגאשיעישאן מיט א שונא וועלכע האט צוגעזאגט צו ענייהאלעיטען דאס לאנד, און סטראשעט גאר אז אויב טוהט מען אויף די אייגענע האנט וועט מען אראפשיסן די איזראעלישע פליגערס, מוז מען רעדן צום ברענטש פון יענע קאנטרי וואס איז ממונה אויף טשעקס ענד בעלענסעס איבער'ן פרעזידענט און אפעלירן צו זיי אז זיי זאלן איהם נישט צולאזן אנצוגיין מיט זיינע וואנזיניגע פלענער.

במקום שיש חשש כליה ח"ו אין חולקין כבוד לפרעזידענטס.

ערליכער איד » מאנטאג מערץ 2, 2015 12:07 pm

· #256661
מען טאר זיך נישט אנעמען פאר באראק חוסיאן אבאמא
ווייל דער רבי ז״ל האט נישט געלאזט גיין מיט אראבער

ישראל קאפקע » מאנטאג מערץ 2, 2015 12:44 pm

· #256666
פישלע העררינג
ישראל קאפקע

קען מיר איינער ברענגען א פרעצעדענט ווי א אויסלענדישע פירער קומט צו א פארליאמענט זיך רייצן אזוי אפן, מיטן ערוויילטן פרעזידענט/פרעמיער פון די האוסט קאנטרי? (אפגעזען פון דעם אז אמעריקע איז 'די' וועלט גרויסמאכט, און ווי שטארק מדנ"י איז אנגעוויזן אויף איר).

ווען דער האוסט קאנטרי פירט נעגאשיעישאן מיט א שונא וועלכע האט צוגעזאגט צו ענייהאלעיטען דאס לאנד, און סטראשעט גאר אז אויב טוהט מען אויף די אייגענע האנט וועט מען אראפשיסן די איזראעלישע פליגערס, מוז מען רעדן צום ברענטש פון יענע קאנטרי וואס איז ממונה אויף טשעקס ענד בעלענסעס איבער'ן פרעזידענט און אפעלירן צו זיי אז זיי זאלן איהם נישט צולאזן אנצוגיין מיט זיינע וואנזיניגע פלענער.

במקום שיש חשש כליה ח"ו אין חולקין כבוד לפרעזידענטס.

דאס איז פארשטייט זיך אראפגעגעבן דעם מצב פון א גענצליך סוביעקטיווער שטאנדפונקט.

איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין די איראנער פארהאנדלונג דעבאטע, אבער איך גלייב נישט אז עס איז דא נאך א מערב וועלט לאנד וואס וואלט טאלערירט אזא חוצפהדיגן אריינמישן אין איר דאמעסטישע פאליטיק (אדער אז א לאבי פון אן אויסלענדישע אינטערעסע זאל האבן אזא איינפלוס אין איר רעגירונג).

די האוסט קאנטרי האט אבוויעסלי א ראדיקאל אנדערע אפטייטש פון די צושטאנד. אבער דאס איז מיין פראגע. ווייניג לענדער האבן פארהאנדלונגען מיט ארכי-שונאים פון אנדערע לענדער? קענען דען דער אפאנענט קומען און שפייען דעם האוסט קאנטרי אין פנים מיט אזא דיסרעספעקט? וויאזוי דו קוקסט דערויף איז עס א פרעצעדענטלאזע אקט.

אויך 'דארף' מען (זיך מאכן) פארגעסן אז עס איז צוויי וואכן פאר די עלעקשאנס. איך שטוין ווי דאס מערסטע סיניקל אידישע ליינערשאפט וואס איז מיר באקאנט ווערט פלוצלינג אזוי נאאיוו און אז זיי קענען נישט דורכזען אזא פשוטע פאליטישע שפיל.

outspoken » מאנטאג מערץ 2, 2015 1:20 pm

· #256668
ווי אזוי האט אלי ביער נעכטן געזאגט ביי עיפעק 'איזרעילי'ס האבן CHUTZPA'

גאנצל » מאנטאג מערץ 2, 2015 2:26 pm

· #256695
ישראל קאפקע
מאטי
ביסט זיכער פון "ערשטן קלאס?" מיר קוקט דאס אויס מער "צווייטע קלאס" מאטריאל...

He is in a class all to himself.

איך פארשטיי נישט פארוואס די אנטי סאטמורים שפילן כאילו דאס וואס ביבי טוט איז די נארמאלסטע זאך אויף דער וועלט.
קען מיר איינער ברענגען א פרעצעדענט ווי א אויסלענדישע פירער קומט צו א פארליאמענט זיך רייצן אזוי אפן, מיטן ערוויילטן פרעזידענט/פרעמיער פון די האוסט קאנטרי? (אפגעזען פון דעם אז אמעריקע איז 'די' וועלט גרויסמאכט, און ווי שטארק מדנ"י איז אנגעוויזן אויף איר).


ווי קומט דא אריין די ווארט זיך רייצן ? ער רייצט זיך נישט מיט קיינעם ער קומט דאך רעדן צו קאנגרעס די פארטרעיטער פון אמעריקא וואס זיי האבן א ערוועלטע ארבעטער אין אוועל אפיס וואס הייסט אבאמא וואס ער אבאמע נעמט די איינלאדענונג זייער פרעזענליך זוי ווי אלע זיינע דורכפאלן ער איז דאך א קינד פון די ערשטע קלאס

ווען ביבי קומט ווען רעדן צו א אומאויטעריזזט גרופע -א שטייגער ווי שארפטן- וואס טוען זאכן אויף די אייגענע הענט און די גאנצע גאווערמענט אינקלאדעט אלע סענעטארן און קאנגרעסלייט זענען אקעגן וואלט עס געווען א געוואלדיגע חוצפה אבער יעצט? קומט ער דאך רעדן צו ערוועלטע מענטשן וואס זענען יעצט דן אויף עפעס א זאך ער איז גערופן דורך די דריטע מאכטפולסטע מענטש אין לאנד נו וואס איז דער פראבלעים ? הטרם תדע אבאמא אז ער פירט נישט די לאנד אליין ?

ער איז אפשר א גרויסע שוטה ווייל ער דארף פארשטיין אז מ'מישט זיך נישט אין יענעםס פאליטיק אבער די ווארט רייץ קומט נישט אריין

און פארשטייט זיך אז על פי תורה טוט ער א שרעקליכע פארברעכן בכלל פארן זיין די פרעי מיניסטער און אויף אלע זיינע מעשים

אבער די ווארט רייץ קומט נאך אלס נישט אריין _נישט תורהדיג גערעדט - אבאמא זאל זיך אפווישן זיין נאז ער האט פארלוירן די מידטוירם וואלן און פארטיג

אין א סייד נאוט איז אינטערסאנט צו זעהן אז די אלע דא אין שטיבל וואס האלטן אז סאדאם איז נישט געווען קיין סכנה פאר די וועלט און בוש איז געווען צו ווילד האלטן יעצט ביי איראן אנדערש

ישראל קאפקע » מאנטאג מערץ 2, 2015 2:58 pm

· #256699
טעות: קאנגרעסמאן @RepSeanMaloney גייט זיך יא באטייליגן.

ישמעאל הכהן » מאנטאג מערץ 2, 2015 3:05 pm

· #256701
נאר 5% פון די איבער 500 קאנגערסלייט באטייליגן זיך נישט. ס'זעט אויס ערגער ווי ס'איז

ישראל קאפקע » מאנטאג מערץ 2, 2015 3:18 pm

· #256704
ישמעאל הכהן
נאר 5% פון די איבער 500 קאנגערסלייט באטייליגן זיך נישט. ס'זעט אויס ערגער ווי ס'איז

אויף די מינוט איז עס בערך 8%. יעצט ווען אלע וועלכע זענען געזיצן אויף די פענס ביז יעצט וועלן דארפן מאכן א באשלוס גייט עס ווארשיינליך שטייגן אביסל. דארפסט געדענקען אז די וועלכע האבן שוין געמאלדן אז זיי גייען זיך יא באטייליגן קומט אויך אויס קוים צוואנציג פראצענט.

עניוועי, ס'איז טאקע נישט קיין גרויס פראצענט.

אחד העם » מאנטאג מערץ 2, 2015 4:06 pm

· #256717
אן אנדערע ווערסיע.
והבוחר יבחר.
Untitled-999.jpg IMG-20150301-WA0155.jpg
בלאט: 1 2