[ציטאט אראפגענומען]
יעצט איז שוין דא צוויי
יאירווי ווייט איך קען זען פון די פאר מאל וואס א סאטמארער צייטונג פאלט אונטער מיינע הענט איז נישט פארהאן אפילו בטעות א פינטעלע אמת אין זייערע מדינת ישראל פאליטיק מאמרים. די שפראך ווערט גענצליך דאמינירט דורך א קוואזי רעליגיעזע-טעאלאגישע טערמינאלאגיע, פארפלייצט מיט שטיקער חתם סופר און ויואל משה.
איר ווייסט וואו עס ליגט דער אמת אין סאטמאר? אין זייער בית החיים. אט דארט, אין דאס שפיגעלע פון דער קהילה, וועלכע פארנעמט דער סאמע אויבן אן אין דעם מחלוקת זייערן, אט דארט ליגט זייער אמת באגראבן.
איך אויךיע מר העם פראבירט איינמאל און נאכאמאל צו פארקירעווען/דערנידערן דעם שמועס אריין קיין צימעס אנשטאטס צו פאוקעסן אויף וואס מען שרייבט בנוגע די אישו עט הענד.
אחד העםאן אנדערע ווערסיע.
והבוחר יבחר.
יאיראיינער פון די פאליטישע מומחים זאל ביטע זאגן א מיינונג אויב דאס נישט באטייליגן זיך פון דעמאקראטן וועט עפעס אויסמאכן אין די אמעריקע-ישראל באציאונגען.
גנדי[ציטאט אראפגענומען]
ווידער די סאטמערע מהלך.
שימפן און העצן קעגן נתינהו און רוב כלל ישראל איז אויסשרייען די וויי געשריי פון די פך השמן.
האבן אן אנדערן מיינונג פון סאטמער איז ״העצן״.
אזוי ווי ביים ״רייצען״...
outspokenשוואכע דרשה , גארנישט קלוגער געווארן
שמעקעדיגאבער ער קען עס זאגן פון מדינת ישראל, וועט ער דען מער אויפטון ווי רעדן אין קאנגרעס?
ירח בן יומודי עולם דארט זעט אויס שעצט ביבי מורא'דיג, מ'קלאטשט און מ'פאטשט.
ירח בן יומושמעקעדיגאבער ער קען עס זאגן פון מדינת ישראל, וועט ער דען מער אויפטון ווי רעדן אין קאנגרעס?
ער גייט עס זאגן פאר דער וואס רופט איהם און וויל נאר הערען, אדרבה, רוף איהם אהער קיין ווילי עסטו זעהן
פרייוויליגגאר מאכטפולע רעדע, איך בין געווען סורפרייזט ווען ער האט געזאגט: אפילו איזראעל וועט דארפן שטיין אליין, וועלן מיר שטיין אליין. גערעדט זייער דיפלאמאטיש און כיטרע, קינצלעך אויסגעארבעט, מיט מליצות און סטעיטמענטס. גוטע ארבעט!!!
גנדיסאטמאר האט אן אייגענעם דיקשאנערי פאר די ווארט ״רייצען״
א פריים-מיניסטער ווערט איינגעלאדענט צו האלטן א רעדע איבער די סכנה וואס לויערט אויף זיין לאנד. ער קומט זיך ״רייצען״.
פראטעסטירין און ווארפען אייער. דאס איז נישט ״רייצען״.