☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » "אייוועלט" א פלאץ פאר קטנים

"אייוועלט" א פלאץ פאר קטנים

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8253

בעל מדות » מאנטאג פעברואר 9, 2015 4:24 am

· #252466
"אייוועלט" א פלאץ פאר קטנים
איך האב מחמת נייגער אריינשפאצירט אין דעם ווינקל וועלכע רופט זיך "אייוועלט" און וויסנדיג אז אייוועלט איז נישט דאס וואס זי איז אמאל געווען און וועפט אויף כוחות האב איך זיך גערישט צו טרעפן א באדן וועלכע איז ליבערשט א שפיל הויף ווי קינדער שפילן, איך האב אנגעהויבן באזיכן אשכולות דארט און מיטאמאל טרעף איך א אשכול וועלכע פארשרייעט די טייערע פרייזן וואס ראגעלעך פארמאגן, איך שפעקוליר צו עס איז נאר א משל, צו עס איז גאר עפעס אינטערסאנט דיפרענט מיט א "דאונט דזשאדזש עי בוק ביי איט'ס קאווער סטייל און איך שפאציר אריין דערין, איך הייב עס אהן לייענען, און גאט אין הימל וואספארא שרעקליכע קוואל פון איבל עס פליסט דארט, ווי מער איך קוק אלץ מער הייב איך אהן טראכטן אז איך שלאף און האב ווילדע חלומות און איך האב פלעין נישט געגלייבט וואס איך זעה דא, אדרבה לייענט ווארט ביי ווארט וואס דער פותח האשכול האט געשפורט פאר וויכטיג צו עפענען א טעמע


יעדער האט ליעב א פיינע ראגעלע, ווער רעדט נאך ווען מען בייסט דאס צו מיט א פיינע הייסע קאווע, אך דא, די ראגעלעך מאכער'ס, וואוסענדיג ווי שטארק דער עולם לעכעצט נאך זייער סחורה, האבן זיי באשלאסן אינאיינעם צו רייטן אויף אונזער סטאטוס, און ארויפגעשרויפט די פרייז אזש א מיטל קלאס פארדינער קען זיך קוים ערלויבן א ראגעלע איינמאל א חודש, און אפילו דאן קומט אים די ראגעלע ארויף אין מויל, נעמענדיג אין באטראכט אז ער עסט יעצט א פראצענט פון זיין געהאלט.

דער ברענעדיגע ראגעלע פראבלעם האט געגרייכט צו א שטאפל אז הויעכראנקיגע זאך קענער האב'ן זיך גענומען פארשן וואס אלס עס ווערט אריינגעלייגט אין דעם וואס מאכט דאס פאר אזא טייערע אייטעם.

בארדאן קאהן -א גראדואיט פון היי טעק טעגנאלעדשי אסאסיעשאן אף פאד ענד דארגס- האט אין א אפפ-עד אין די פערסטישפולע וואסער קיי מאגעזין אויפגעדעקט אז באמת איז דאס א צוזאם ארבעט צווישן די ארטאדאקסישע בעקערייען מיט די יודייקא סוחרים. און א לענגערע באריכט ברענגט ער ארויס אז די קאנפעקשן צוקער אויף די ראגעלעך איז דער גורם צו די אדיקשען וואס דער עולם האט צו ראגעלעך, און אין די זעלבע צייט מאכט דאס שמוציג די וואלענע טלית קטן, אזוי ארום קויפט דער חרדי'שע עולם ראגעלעך און טלתים קטנים.

ער ווייזט אויך אן אז פארקאש טלתים איז קוואטירט נעבן קאף'ס בעקעריי, ווי אויך איז עס סמוך ונראה צו גרינ'ס רעסטעראנט וואס איז אויסגערופן מיט זייערע ראגעלעך.

דאס און נאך פאקטארן דייטן אן קליפ און קלאר אז עס קומט פאר אזא שמור לי ואני אשמור לך צווישן די בעקערייען און די יודייקא געשעפטן.

נאך א שאקירענדע באריכט קומט ארויס פון די אי עי על איי בי קעי, א אגענטור וואס גיבט זיך אפ מיט שטודירן די סאדוגערע שיטה, זיי דעקן אויף אז 90% ראגעלעך עסער'ס האלטן זיך אפ פון לערנען אין באגאבא גמרא'ס מיט'ן אויסרייד אז עס איז א מצוה הבא בעבירה, און אויך טרעפט מען זעלטן ביי זיי אז דער מאן זאל שטופן א ארטסוקרול קערידש.


איך טראכט און טראכט מה זה? זענט עטץ נארמאל? פארדעם דארפן ענק א פארום? איז דאס פארוואס איך האב געשפענדעט יעצט צען מינוט פון מיין לעבן? פארוואס? פארדעם נארישן טפשות'דיגן אינהאלטלאזע מאמר? וואס איז דאס א וויץ? א זיסע חכמה? איך קען נישט אויפהערן באוואונדערן וואס פשט פון אזא אומבאגרינדעטע אשכול אהן קיין פארוואס אהן קיין פארווען, איך בין נייגעריג צו עס איז א אינסייד וויץ וואס ווייל איך שרייב נישט דארט כאפ איך עס נישט?!..האלטסט טאקע אז "יעדער" עסט ראגעלעך? און עס איז טאקע אזוי טייער אזש ממש ער איז וויכטיגער צו רעדן ווי פון א מאנגל אין דירות? איז עס אפשר א חלק אינעם שטורעמישן פאעזיע פארמעסט?...
איך קען נישט כאפן וואס קען מען אפילו ענטפערן פאר אזא איינעם אבער איך כאפ א בליק וואס דער ערשטער ציטירער שרייבט...

האלאו! סטאפ! מיין מאגן קען נישט פארנעמען אזא העווי טשולענט אום זונטאג...

ביזט גוטע נייעס דו...

איך וואלט אייך פארגעשלאגן "טאמס" ווען איהר שרייבט אזאנס אין אישי אבער אין פובליק שעם איך זיך צו ענטפערן איינער וואס שרייבט זיינע אינעווייניגסטע פראבלעמען, און חוץ מזה כאפ איך נישט פארוואס דער איז פיינע נייעס, זעט אויס "איך בין פאני"...דער קימענדיגער אין ראיה קלאפט צוזאם דריי גרינע...אייוועלט נשמות קלאפנדיג אין רוקן פון די פותח האשכול וועלכע ער האט באוויזן אזא שיינע ארטיקל...דער קימענדיגער קאמפלימענטירער איז
כא כא איז דאס ווארט..

רעספעקטפולי דיסעגרי.

אראפגעברענגט שטאף פון 'בודעם'... 
שלושים יום קודם החג אין עקשאן..

איך ווייס נישט פון ווי ער האט דאס געברענגט אבער בוידעם ספעלט מען אנדערש.
פון די עפארדעבל דירות פלאן פאר די ק"י'לע וואס גייען צו בחירות האסטו פארגעסן?

פיין דו 
נעם דיר אזאנס אויך 

וואס פשט? עס איז א חידה אשכול אויך? איך קעניש כאפן וואס עס מיינט "עפארדעבל דירות פאר קיען וואס גייען צו די בחירות" אפשר בין איך שטאט? ובכלל וואס פשט פון אזא מאדנע מין קאמפלימענט סטייל פון נעם א גרינע און נעם שוין אזאנס אויך? וויאזוי ארבעט עס? איך מוז עס נעמען?
איך האב געלאכט און געלאכט
האו קאם? די ליידסט אויף עפעס? איך ציטער אז די נעמסט נישט ערליך די שלונג מאטריאל.
איך הער נישט אויף צו לאכן. דעס אז די קענסט האט מען שוין געזעהן אין דיינע קליינטשיקע תגובה'לעך דא דארט אבער אזא גוטס.........!!!

הייסט דאס איז שוין סאמטינג ספעשל?
ליצנות..

דא קימט שוין אריין די מנהל און ווארנט...טאקע לצנות נישט אזוי?
מען דארף באהאלטן, א ראגעלע אן אלטן, אויפן בוידעם פון אייוועלט
עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, וואס עס מיינט א תגובה וואס מיט פרישקייט קוועלט

איך מיין טאקע אז מען זאל באהאלטן דעם אשכול אין בוידעם, איך ווייס נאר נישט צו זאל מען עס פאר די קינדער יא ווייזן...דער קאמפלימענט האט א שטיקל חשיבות ווייל עס גייט מיט א אלטע ניגון וכדו'
כהאב מיך געראגעלט פאר געלעכטער 

פארוואס לאכט דא יעדער? און וואס פשט פון זיך ראגלען פאר געלעכטער? סיריעסלי קיין איין נארמאלע תגובה קעניש אריינפאלן דא?
WOW א גאנצע אשכול נאר פאר מיר.   

אבער איך גיי מער פאר באקארמאנ׳ס טשיס דעניש און באביס בלינצעס..

און וואספארא סארט סעמאן פיש האסטו ליב? וואס טוט זיך מיט בארשט? און גרעיפרוכט?
מיינסט זיכער באבי'ס פאלאטשינא...

דארט צאלסטו טאקע א דאלער א ביס

דער שמועס דא איז אינפארמאטיוו...איר האלט אז דאס זענען אינגעלייט?
טשיריבים טשיריבאם!!! פיינע סחורה!

א נייע מין אייוועלט דאנק? סתם אין די גיסטע יעצט פון א מארטש? איך קען דעם ניגון מיין איך, עס קימט פון ר' יוסל'ען ניין? קום אין אישי!.
פלצתי מאוד מאוד

וואס מיינט דאס? איך האב אויסגעפלאצט? איינער קען שפראך דא? וואלט איר נישט קאמפערט דעם "פלצתי" ווארט צו הוושתי איך האב אויסגעוואשן? אדער טוראנקטי איך האב געטרונקען?



איך קען נישט קומען צו זיך פון לאכן און איך קום צום אויספיר אז דאס זענען נישט קיין יונגעלייט און נישט קיין בחורים, און דאס מוזן זיין ילדים וועלכע לערנען אין חדר וואס דאס דארף מען געוואויר ווערן ווייל עס איז נישט גוט אז אזאנע יונגע קינדער האבן אינטערנעט...
עס שטינקט געפערליך פון קטנות און איך הייב אהן עפרישיעטן מער די געטרייע גבאים און מייסדים פון קאווע שטיבל וועלכע האבן אהערגעשטעלט אזא הערליך פלאץ.

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 9, 2015 4:28 am

· #252467
פעלט נישט אויס פאר א בעל מידות להתכבד בקלון חברינו. יהי להם אשר להם וואס איז די צורך חוזק מאכען און אוועק מאכען? זיי שטערן איינעם?

בעל מדות » מאנטאג פעברואר 9, 2015 4:32 am

· #252468
לעיקוואד
פעלט נישט אויס פאר א בעל מידות להתכבד בקלון חברינו. יהי להם אשר להם וואס איז די צורך חוזק מאכען און אוועק מאכען? זיי שטערן איינעם?

ווען איך זעה גאר אן אינטערסאנטע שמועס אין א אפריקאנער פארום וואלט איך עס אויך אהערגעברענגט נישט אזוי? יעדער גוטע זאך וואס א מענטש כאפט אויף וויל ער דערמיט מהנא זיין זיינע גוטע פריינט.

אפטעמיסט » מאנטאג פעברואר 9, 2015 10:12 am

· #252496
כ'האב נישט געקענט נישט לייקן.
דיינע captions און קאמאנטארן אויף די דארטיגע קאמענטארן האבן מיר ליטערלי געמאכט זיך ווארפן פאר געלעכטער. כ'בין נישט מצדיק דיין אשכול (הגם איך שטום בערך צו צו וואס דו שרייבסט), אבער א סענס אוף הומאר האסטו זיכער... 😂 😂 😂

פלאוויוס » מאנטאג פעברואר 9, 2015 10:28 am

· #252504
בעל-מידות, איך פארשטיי דיין פערספעקטיוו, אבער ס'איז נישט בארעכטיגט לדעתי.

יעדע הומאר איז געוואנדן אין דער קולטור וואו מ'געפינט זיך. דער שרייבער פון איי-וועלט צעלייגט א געוויסן מציאות פון ראגעלעך/טלית-קטן באציאונגען, וואס דריקט אויס א באשטימטן אספעקט פון דער חרדישער קולטור. פאר די וואס אידענטיפיצירן זיך דערמיט איז עס א פיינע הומאר, און ס'האט נישט באמת קיין זין עס אוועקצומאכן.

ישמעאל הכהן » מאנטאג פעברואר 9, 2015 10:57 am

· #252523
ווען זיי וועלן רעספעקטירן אונזער קולטור וועלן מיר רעספעקטירן זייערע...

לעיקוואד » מאנטאג פעברואר 9, 2015 11:00 am

· #252526
מ'קען מיינען אז פון קאווע שטיבל איז נישטא וואס חוזק צו מאכען.

ישמעאל הכהן » מאנטאג פעברואר 9, 2015 11:09 am

· #252528
לעיקוואד
מ'קען מיינען אז פון קאווע שטיבל איז נישטא וואס חוזק צו מאכען.

ס'זיכער דא וואס חוזק צו מאכן. אבער אייוועלט לאזט נישט, ווייל דארט איז ק''ש עפעס א זאך וואס עקזיסטירט בכלל נישט (טראכט: בת היענה) נו, דאס איז שוין נישט אונזער שולד.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 9, 2015 11:17 am

· #252532
בעל מדות
איך טראכט און טראכט מה זה? זענט עטץ נארמאל? פארדעם דארפן ענק א פארום? איז דאס פארוואס איך האב געשפענדעט יעצט צען מינוט פון מיין לעבן? פארוואס? פארדעם נארישן טפשות'דיגן אינהאלטלאזע מאמר? ו

און ווייל דו האסט געספענדט 10 איבריגע מינוט פון דיין לעבן, ביזטו אונז אלע מזכה מיטן זעלבן שטות, כדי מיר זאלן אלע שפענדן די 10 מינוט??? 😛

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 9, 2015 11:21 am

· #252533
ווער ס'וועט נאר פרובירן חוזק צו מאכן פון ק"ש, העט כאפן גע'הרג'טע מכות.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 9, 2015 12:08 pm

· #252546
לעיקוואד
פעלט נישט אויס פאר א בעל מידות להתכבד בקלון חברינו. יהי להם אשר להם וואס איז די צורך חוזק מאכען און אוועק מאכען? זיי שטערן איינעם?

ר' לעיקוואוד: איצט בין איך מסכים מיט דיר. ארויסצוברענגען די נקודה אז קאווע שטיבל איז גוט ב"ה, בליעה"ר,. . די אייבישטער זאל העלפן אויף ווייטער. אויף דעם דארף מען נישט אויפווייזן דאס קטנות פון איי-וועלט...! ביי זיי שפירט זיך א טעם פון אלטע קענטעלאופס און זויערע פיקלס צוזאמגעמישט. (קרעדיט יואב... 😂)...!

גרונם » מאנטאג פעברואר 9, 2015 12:13 pm

· #252548
איך האב געליינט דעם אשכול פאר איך האב געליינט די אשכול וואס אונזער געטרייע פותח האשכול האט צוגעברענגט, וממילא איז סך מער פארשטענדליך (אפשר נישט אינגאנצען...) די אפענטפערונג וואס בוידעם האט צוריק געשאטן מיט די ראגעלעך.

וע"ז אמר החכם תן לחכם ויחכם

שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 9, 2015 12:19 pm

· #252552
קומסט מיר פאר אזויווי איינער אין אייוועלט וואס וועט מעתיק זיין די הודעה און זאגן אז דאס איז טיפיקעל ק"ש
קאך_לעפל
WOW אוי ווי שויין...... רבי חיים שיעלע האט געמאכט א זיסע שידוך מיט זיין מיידעלע...... גארזשעס...... מזל טוב....... ע לאט אף נחת.......


אז די האסט געטראפן תגובות וואס זענען קינדעריש דארף מען נאכנישט אפ'פסל'ן די גאנצע זייטל.

גרונם » מאנטאג פעברואר 9, 2015 12:22 pm

· #252554
ישמעאל הכהן

ס'זיכער דא וואס חוזק צו מאכן. אבער אייוועלט לאזט נישט, ווייל דארט איז ק''ש עפעס א זאך וואס עקזיסטירט בכלל נישט

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 9, 2015 12:46 pm

· #252560
שמעון וואלף
קומסט מיר פאר אזויווי איינער אין אייוועלט וואס וועט מעתיק זיין די הודאה און זאגן אז דאס איז טיפיקעל ק"ש
קאך_לעפל
WOW אוי ווי שויין...... רבי חיים שיעלע האט געמאכט א זיסע שידוך מיט זיין מיידעלע...... גארזשעס...... מזל טוב....... ע לאט אף נחת.......


אז די האסט געטראפן תגובות וואס זענען קינדעריש דארף מען נאכנישט אפ'פסל'ן די גאנצע זייטל.

דאס איז "נישט" טיפיקעל ק"ש, ואין מביאין ראי' מן הצימעס חברה.

יאיר » מאנטאג פעברואר 9, 2015 1:13 pm

· #252573
רבותי, איך פארשטיי אז אייוועלט לאזט נישט חוזק מאכן פון קאווע שטיבל, אבער קאווע שטיבל לאזט יא. השמר והזהר.

א איד » מאנטאג פעברואר 9, 2015 1:15 pm

· #252576
איך פארשטיי נישט וואס איז ראונג מיט די ארטיקל, אינער עפנט אויף א אשכול, וואס ער האלט אז עס איז א גוטס, און נאך צען חברה שטימען מיט און לאכן דערויף, דאס האט ער געוואלט אויפטוהן, און איך זעה נישט וואס איז ראנג דערמיט.

אני הקטן וואלט צוגעלייגט דארט א מוסר השכל דערויף, דאס ווייזט אויף די היינטיגע דור, און די יצה"ר וואס פאר א שטיקל תאוה געט מען אויף די גאנצע תורה ומצוות, וכו' וכו'

גרונם » מאנטאג פעברואר 9, 2015 2:26 pm

· #252592
ס'טוט זיך....

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=25488&start=118">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=118</a>

קאצקע ציקער » מאנטאג פעברואר 9, 2015 3:05 pm

· #252620
בעל מדות, די קינדערישע סייט פון וואס דו רעדסט האט נאך אשכולות ווייסטו? כאפ א בליק למשל אין דעם אשכול דאס איז אויך געמאכט פאר קטנים?

בעל מדות » מאנטאג פעברואר 9, 2015 3:20 pm

· #252637
קעי דער ציבור האקט... איך מיין נישט גארנישט און עס האט מיר שרעקליך געוואונדערט נישט נאר אויפן גאנצן מהלך דארט אז נישט נאר די טעמע איז אביסל געמאלן וואסער נאר אלע נאכשלעפער'ס באגיסן מיט קאמפלימענטן ווי כאילו עס איז א וועלט'ס ארטיקל, יעצט מאנכע פארפירן אז מען זאל נישט אזויפיל טראכטן פון דארט...איז אינטערסאנט צו אנצייגן אז פון דעם סייט בין איך געוואויר געווארן פון דא און איך דריי זיך נישט קיין סאך דארט און דאס האט מיר אזוי געוואונדערט אז איינס נאכן אנדערן זענען קינדעריש (גרונם'ס לינק טוט נישט פארבעסערן) איך האב בכלל נישט געוואלט עפענען א אשכול דערוועגן נאר געזיכט ווי עס צו לייגן און עס האט נישט קיין אשכול (עס איז נישט קיין צבעיות נאר איז פשוט קינדעריש) האב איך געעפנט דעם אשכול פארדעם סיבה אז ווען איינער זעהט עפעס וואס שרייט פון זיך קינדערישקייט זאל מהנא זיין אינז דא, און מען וועט זיך אינאיינוועיג'ס צולערנען וואספארא שפראך נישט צו ניצן....

עניוועיס ביטע נישט זיך צוקלעבן צו מיין נאמען און צעגערן דערוועגן, עס מאכט נערוועז אז איך טאר נישט שרייבן ווילד ווייל מיין ניק נעים איז בעל מדות, פונקט ווי לעיקוואוד מעג שרייבן פון מאנסי און סושי פיש פון סעמאן.

בעל מדות » מאנטאג פעברואר 9, 2015 5:47 pm

· #252662
גרונם
ס'טוט זיך....

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=25488&start=118">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=118</a>

דער ציבור וויל שוין נישט איך זאל שרייבן איך וועל אלזא ציטירן וואס "זיי שרייבן"... אט איז וואס איך האב באמערקט מיט לינק פון גרונם.

הלואי וואלט נאך אייוועלט אויסגעזעהן אזוי ווי דאן!
היינט איז אייוועלט א פלאטפארמע פאר כל **** וכל ***** (ס'שטומט נישט די סטארס?! נו, ס'קעמען טוען? ס'דאך שויניש דא קיין שטום בודקע...) אויסציגרעבצען זייער מאגן וויי און זייער ראש כבש פייבעלער. נו, וואס ווילסטו, אז מ'זאל קענען פארברענגען אזוי ווי אמאל, בו בעת ווען די גאנצע אטמאספער האט זיך געביטען פון לינקס אויף רעכטס?!

עניוועי, צי וואס האט איך געוואלט ציקומען?
אה, צי די טאמעטע דיפ ‏אייל...
"אמיגא, יו העוו מאר אויף דיס קעטשאפ טייפ טינקאכץ?"
"וואט?... נאו?!... וואט דו יו מין?... אקעי, איי וויל עסק דע מענעדשער... הי איז מיי חאווער, יו קנאו..."

א איד » מאנטאג פעברואר 9, 2015 5:51 pm

· #252664
קוק דא

קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 10, 2015 3:22 pm

· #252876
א פלאטץ פאר קטנים? אויב אייוועלט איז א פלאטץ פאר קטנים דאן וואס איז .......
עס איז בכלל נישט קיין סוד אז זייער א סאך ניקים דא אין קאווע שטיבל שרייבן אויך אויף אייועלט........
ליידער איז עס אזוי אז ווען איינע פון די ניקים וואס שרייבען אויף ביידע פלעצער האט א גוטע און זאפטיגע תוכנפולע ארטיקל שרייבט ער עס אויף אייוועלט.... אבער ווען ער וויל סתם סקריבלן אדער זיך אויסליפטערן זיינע אנגעצויגענע מחשבות שרייבט ער עס דא......ליידער.....
דער סיבה איז ליידער גאנץ פארשטענדליך.................

כוכב » דינסטאג פעברואר 10, 2015 3:29 pm

· #252879
אייוועלט....... איז מוראדיג......... פרעג אפילו........
דעם קאכ-לעפל.......
. צימעס איז טויט............ פארבלאנזשעט........ אין א געהעריגן אשכול.......... עזרת נשים........... נישט צניעותדיג..... קעגן די אלטע מסורה........ אז דווקא מענער דארפן...... זיך פארען און טאטשן...... פרויען...... ביי אלע מקומות מכוסים..........

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 10, 2015 3:30 pm

· #252880
קאך_לעפל
א פלאטץ פאר קטנים? אויב אייוועלט איז א פלאטץ פאר קטנים דאן וואס איז .......
עס איז בכלל נישט קיין סוד אז זייער א סאך ניקים דא אין קאווע שטיבל שרייבן אויך אויף אייועלט........
ליידער איז עס אזוי אז ווען איינע פון די ניקים וואס שרייבען אויף ביידע פלעצער האט א גוטע און זאפטיגע תוכנפולע ארטיקל שרייבט ער עס אויף אייוועלט.... אבער ווען ער וויל סתם סקריבלן אדער זיך אויסליפטערן זיינע אנגעצויגענע מחשבות שרייבט ער עס דא......ליידער.....
דער סיבה איז ליידער גאנץ פארשטענדליך.................

...ואם אתה עושה כן...אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא... 😂

קאך_לעפל » דינסטאג פעברואר 10, 2015 3:56 pm

· #252886
פיין פיין......

בעל מדות » מיטוואך יוני 10, 2015 6:17 pm

· #281916
א שמייכל און רחמנות, אדער אפשר גאר איינשפריץ?
📎 Screenshot_02.jpg 📎 Screenshot_01.jpg