☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » באקאנטע תנועות פון קלאסישע מוזיק

באקאנטע תנועות פון קלאסישע מוזיק

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8251

יואליש » זונטאג פעברואר 8, 2015 5:37 pm

· #252356
באקאנטע תנועות פון קלאסישע מוזיק
געוויסע תנועות פון קלאסישע מוזיק, גענומען פון גרעסערע שטיקער ווערק, זענען משום איזהו סיבה מער באקאנט ביים דורכשניטליכן פערזאן. כ'וואלט געוואלט מאכן א קאלעקציע דא.

1)
קאמפאזיטאר: Vivaldi
עפאכע: Baroque
קאמפאזיציע נאמען: The Four Seasons

די קאמפאזיציע איז ס'מערסטע פאפולער שטיקל פון וויוואלדי און פון ס'מערסטע באקאנטע שטיקלעך אין די בעראוק עפאכע (וויקיפידיע), און איז איינגעטיילט אין פיר חלקים קעגן די פיר סעזאנען פונעם יאר.




מיין ערשטע באגעגעניש מיט וויוואלדי איז געווען הערנדיג כסדדר די אדווערטייזמענטס פון "דעויד לערנער ענד אסאסיאטס" אויף טאלק ראדיא, 770AM. 🙂

יואליש » זונטאג פעברואר 8, 2015 5:46 pm

· #252366
זייער באקאנט. דאכט זיך אז מייקראסאפט פלעגט דאס האבן אינסטאלירט אויף יעדן קאמפוטער אלס א טעסט ניגון אין די מוזיק פאלדער.

יואליש » זונטאג פעברואר 8, 2015 5:55 pm

· #252367
Cannon in D
קאמפאזיטאר:פאשעלבעל
עפאכע: בעראוק
קאמפאזיציע נאמע: Cannon in D

דער ניגון איז הערשט מפורסם געווארן אין די לעצטע פיפציג יאר און איז זייער פאפולער ביי חתונות.


יואליש » זונטאג פעברואר 8, 2015 6:24 pm

· #252377
קאמפאזיטאר: בעטהאווען
עפאכע: ראמאנטיק
קאמפאזיציע: סימפאניע 9

איין זייער באקאנטע תנועה אינערהאלפ די סימפאניע איז געלינקט דא (כ'קען עס נישט עמבעדן). און דא איז די גאנצע סימפאניע:

יואליש » זונטאג פעברואר 8, 2015 6:41 pm

· #252378
קאמפאזיטאר: הענדל
עפאכע: בעראוק
קאמפאזאציע: משיח

די באקאנטע הללויה תנועה:



די גאנצע קאמפאזיציע:


יואליש » זונטאג פעברואר 8, 2015 6:53 pm

· #252380
קאמפאזיטאר: מאצארט
עפאכע: קלאסישע
קאמפאזיציע: איין קליינע נאכט מוזיק

נהורא נפישא » זונטאג פעברואר 8, 2015 6:57 pm

· #252381
דאס איז א באקאנטע טאנץ פון רוסיני וויליאם טעלל אווערטור
נו אז מ'רעדט שוין פון ראדיא געדענקט איינער דאס פון די קאנטרי יאסי שאו ?
אביסל אריין אין דעם שטיקל איז אויך דא זייער א מפורסמ'דיג טאנץ פון דזשעק אפפענבאכך (זיין פאטער איז געווען א חזן)

יואליש » זונטאג פעברואר 8, 2015 7:02 pm

· #252382
אייז קריעם טראק תנועה
קאמפאזער: בעיטהאווען
עפאכע: ראמאנטיק
קאמפאזיציע: Fur Elise

יואליש » זונטאג פעברואר 8, 2015 7:10 pm

· #252384
נהורא נפישא
דאס איז א באקאנטע טאנץ פון רוסיני וויליאם טעלל אווערטור
נו אז מ'רעדט שוין פון ראדיא געדענקט איינער דאס פון די קאנטרי יאסי שאו ?
אביסל אריין אין דעם שטיקל איז אויך דא זייער א מפורסמ'דיג טאנץ פון דזשעק אפפענבאכך (זיין פאטער איז געווען א חזן)


די קאנטרי יאסי תנועה מיינסטו מסתם דאס. גערעכט? "נעמיך אהיים..."

כ'האב אינזין געהאט צו לינקען צו וויליאם טעלל און אויף אפפענבאך'ס גאלאפ. כ'מיין כ'וועל עס נאכאלס לייגן, עמבעדעט צו די באקאנטסטע חלק.

נהורא נפישא » זונטאג פעברואר 8, 2015 7:23 pm

· #252385
גראדע האב איך נישט געמיינט דאס, אבער דאס איז אויך שיין צוגעשטעלט, איך רעדט ווען ער פלעגט אריינשטורעמען מיטן לאזונג לייוו פראם טירטינט עוועניו, איז עס איז געקומען אין באגלייטונג פונעם אויבן צוגעצייכענטן וויליאם טעלל.
ס'איז פארהאן נאך א פאפולערע טאנץ פון סמעטענע איך קען עס נישט יעצט טרעפן.

יואליש » זונטאג פעברואר 8, 2015 7:32 pm

· #252387
נהורא נפישא
גראדע האב איך נישט געמיינט דאס, אבער דאס איז אויך שיין צוגעשטעלט, איך רעדט ווען ער פלעגט אריינשטורעמען מיטן לאזונג לייוו פראם טירטינט עוועניו, איז עס איז געקומען אין באגלייטונג פונעם אויבן צוגעצייכענטן וויליאם טעלל.
ס'איז פארהאן נאך א פאפולערע טאנץ פון סמעטענע איך קען עס נישט יעצט טרעפן.


כ'האב נישט געקענט קאנטרי יוסי. דו כאפסט אבער פון וואס איך רעדט? איך רעד פון די אידישע ווערסיע פון על שערמאן'ס קעמפ גרענאדא.. כ'האב געמיינט אז כ'געדענק עס פון קאנטרי יוסי.

יואליש » מאנטאג פעברואר 9, 2015 12:08 am

· #252412
קאמפאזיטאר: ראסיני
עפאכע: ראמענטיק
קאמפאזיציע: William Tell Overture (March Of The Swiss Soldiers)

א חלק פון דיWilliam Tell אפערא.



ערשט דערמאנט דורך נהורא.

יואליש » מאנטאג פעברואר 9, 2015 12:18 am

· #252414
קאמפאזיטאר: אפענבאכך
עפאכע: ראמאנטיק
קאמפאזיציע: Infernal Galop

א חלק פון די גרעסערע קאמפאזיציע.



הערשט דערמאנט ביי נהורא

יואליש » מאנטאג פעברואר 9, 2015 12:49 am

· #252423
קאמפאזיטאר: מאצארט
עפאכע: קלאסישע
קאמפאזיציע: טערקישע מארש (Alla Turca)

א חלק פון סאנאטא 11


נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 9, 2015 2:58 am

· #252463
אויך איז כדאי צו דערמאנען אז צענדליגע פון די קינדער לידער (nursery rhymes, lullabies) האבן זייער אפשטאם פון קלאסישע קאמפאזיציעס צובש"פ די באקאנטע twinkle twinkle little star וואס ווערט אויך געזונגען אויף די אלפאבאט A,B,C,D,E,F,G איז פון מוצארט הפנים, ס'איז דא אסאך מלקט צו זיין אין דעם געביט.

יואליש » מאנטאג פעברואר 9, 2015 12:29 pm

· #252555
נהורא נפישא
אויך איז כדאי צו דערמאנען אז צענדליגע פון די קינדער לידער (nursery rhymes, lullabies) האבן זייער אפשטאם פון קלאסישע קאמפאזיציעס צובש"פ די באקאנטע twinkle twinkle little star וואס ווערט אויך געזונגען אויף די אלפאבאט A,B,C,D,E,F,G איז פון מוצארט הפנים, ס'איז דא אסאך מלקט צו זיין אין דעם געביט.


לייג צו צום ליסט פון Twinkle Twinkle און ABCD... איינע פון די פאפולערסטע ניגונים ביים לעגענדארע דזשעז טראמפעטיר און זינגער לואיס ארמסטראנג'ס What a Wonderful World

יאיר » מאנטאג פעברואר 9, 2015 12:38 pm

· #252558
טווינקל טווינקל איז נישט ממקורו פון מאצארט. דאס איז א וועלטס טעות. ער האט נאר קאמפאזירט די וואריאציעס.

יואליש » מאנטאג פעברואר 9, 2015 1:12 pm

· #252572
אן אנדערע ביישפיל ווי קלאסישע מוזיק האט געבויעט אויף א נורסערי ריים האבן מיר שוין אויסגעשמועסט ערגעץ אנדערש לגבי מאהלער'ס סימפאני 1, מאוומענט 3, גענימען פון Frere Jacques אדער ביי אונזערע קינדער באקאנט אלס Where is Thumbkin, באקאנט בייאונז אלס יו"ט עהרליך'ס "אין בית המקדש"

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 9, 2015 8:04 pm

· #252694
איך ווייסט נישט ווי באקאנט דער שטיקל איז אבער ס'איז הערליך, עלעגאנט, מאיאסטעטיש חתונה מארש פון נכד החכם רמ"ד
און אז מ'רעדט שוין, דאס איז אויך זיינס, כ'מיין גאר זיין בארימסטע ווערק, משוגע הארציג פידל קאנצערטא

יואליש » מאנטאג פעברואר 9, 2015 8:44 pm

· #252704
די חתונה מארש איז זייער באקאנט, עכ"פ די ערשטע חלק מיטן ארגעל. ס'איז ממש סינאנימעס מיט די חתונה צערעמאניע.

יואליש » מאנטאג פעברואר 9, 2015 9:13 pm

· #252713
יאיר
טווינקל טווינקל איז נישט ממקורו פון מאצארט. דאס איז א וועלטס טעות. ער האט נאר קאמפאזירט די וואריאציעס.


איימיצער זיכט די מקור פאר טווינקעל טווינקעל, און דערמאנט טאקע לואיס ארמסטראנג'ס ניגון (כ'האב געמיינט אז כ'בין דער ערשטער דאס צו באמערקן).

<a class="postlink" href="http://www.telegraph.co.uk/expat/expatlife/8877033/Twinkle-twinkle-little-rip-off-the-dark-secrets-of-the-worlds-most-recognisable-tune.html">http://www.telegraph.co.uk/expat/expatl ... -tune.html</a>

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:21 am

· #253118
Time to say goodbye
איך ווייס נישט אויב דאס גייט אריין אין זעלבן קאטאגאריע פון קלאסישע שטיקלעך, אבער פאפולער איז עס.



געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:32 am

· #253122
The flight of the bumblebee
קאמפאזיטאר:Rimsky-Korsakov/Rachmaninoff.
עפאכע: ראמאנטיש
קאמפאזיציע נאמע: The flight of the bumblebee

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:36 am

· #253124
קאמפאזיטאר: באך
עפאכע: בעראוק
קאמפאזיציע נאמע: Minuet in G major

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:41 am

· #253125
די מערשטע באקאנט אין די פילם וועלט איז מסתמא די סקאור פון 2001: A Space Odyssey, כה אמר זרתוסטרא.

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:44 am

· #253127
יואליש
נהורא נפישא
גראדע האב איך נישט געמיינט דאס, אבער דאס איז אויך שיין צוגעשטעלט, איך רעדט ווען ער פלעגט אריינשטורעמען מיטן לאזונג לייוו פראם טירטינט עוועניו, איז עס איז געקומען אין באגלייטונג פונעם אויבן צוגעצייכענטן וויליאם טעלל.
ס'איז פארהאן נאך א פאפולערע טאנץ פון סמעטענע איך קען עס נישט יעצט טרעפן.


כ'האב נישט געקענט קאנטרי יוסי. דו כאפסט אבער פון וואס איך רעדט? איך רעד פון די אידישע ווערסיע פון על שערמאן'ס קעמפ גרענאדא.. כ'האב געמיינט אז כ'געדענק עס פון קאנטרי יוסי.

יא יא, מ'כאפט.

אוי נעם מיך אהיים, אוי טאטע מאמע, נעם מיך אהיים פון קעמפ זלאטע, האט רחמנות אוי אוי א יאג, א פלאג, איך בין שוין דא איין טאג...

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:03 am

· #253130
קאמפאזיטאר: וואגנער
עפאכע: ראמאנטיש
קאמפאזיציע נאמע: Ride Of The Valkyries

איינער פון די מערסטע דראמאטישע מוזיק שטיקלעך אין די וועלט, הערט עס אויס מיט פארמאכטע אויגן און ס'וועט אייך נעמען אויף א רייד.