☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אשכול אן א טיטל #8182

אשכול אן א טיטל #8182

70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8182
בלאט: 1 2

— » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 8:00 pm

· #249819

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

petergrifin » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 8:13 pm

· #249826
.

דריידל » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 11:28 pm

· #249868
חיים שולזאן איז געווען ביזי דערמיט פאראיאר ווען ס'האט געהייסן אז ער קומט.

אלנפאס, יהא בואו לברכה להרמת קרן

chusid » זונטאג יאנואר 25, 2015 1:13 am

· #249884
סאטמאר עיטש קיא זאגט אזא צייט: כשהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 25, 2015 4:52 am

· #249912
chusid
סאטמאר עיטש קיא זאגט אזא צייט: כשהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

ניין: זיי זאגן דאס נאר אויף די אייגענע צדיקים...!

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 25, 2015 11:50 am

· #249964
אנדערע זאגן אז דא ודא חד הוא.

שמעון וואלף » זונטאג יאנואר 25, 2015 12:40 pm

· #249973
כ'פארשטיי נישט. געלט האט ער דאך, קען ער נישט טרעפן איינער זאל אפקויפן זיין מחלה?

דער שכן » דינסטאג יאנואר 27, 2015 4:16 pm

· #250487
[ציטאט אראפגענומען]


געלט גייט צו געלט.

דער שכן » דינסטאג יאנואר 27, 2015 11:41 pm

· #250580
[ציטאט אראפגענומען]


😂 😃 וועלעכער איז וועלעכס? איז דא עפעס א דיקטאטארשאפט נאטורן אויכעט?

ירח בן יומו » מיטוואך יאנואר 28, 2015 11:08 am

· #250626
ארבעס צום וואנט

דער שכן » מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:52 pm

· #250725
ירח בן יומו
ארבעס צום וואנט



??

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 9:08 am

· #250776
דער גערע רבי ביי די סאטמערע רב
דער גערע רבי ביי די סקווירא רבי
📎 VisitBySkver01.jpg 📎 VisitBySatmar01.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 3:06 pm

· #250829
פוי פאר די (דאפעלטע) וואטערמארקס, זאל עס אייננעמען א מיתה משונה

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 3:28 pm

· #250832
שמעקעדיג
פוי פאר די (דאפעלטע) וואטערמארקס, זאל עס אייננעמען א מיתה משונה

כ'פארשטיי נישט? מ'האט דאך א ברירה, ווען מ'טוט אפלאודן, צו דריקן דעם "נאו" קנעפל...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 3:32 pm

· #250835
די סקווערע רעבע שליט"ע האט אנגעטון דעם פעלץ...וואס ער האט נאך, מסתמא (אזוי פארקויפן זיי עס... 😂 ) בירושה פונ'ם טאאטנ'ס זעידע. ר' דוד'ל טאלנער...! און די חסידים גייען מיט די רעקלעך. און די גערער רבי שליט"א גייט מיט די בעקישע...!

outspoken » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 3:34 pm

· #250836
berlbalaguleh
שמעקעדיג
פוי פאר די (דאפעלטע) וואטערמארקס, זאל עס אייננעמען א מיתה משונה

כ'פארשטיי נישט? מ'האט דאך א ברירה, ווען מ'טוט אפלאודן, צו דריקן דעם "נאו" קנעפל...!


תולה קללתו באחרים

ירח בן יומו » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 9:04 pm

· #250879
berlbalaguleh
און די חסידים גייען מיט די רעקלעך. און די גערער רבי שליט"א גייט מיט די בעקישע...!

????????????

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 9:30 pm

· #250886
שמעקעדיג
פוי פאר די (דאפעלטע) וואטערמארקס, זאל עס אייננעמען א מיתה משונה

איך זעה א דרילינג, מז"ט מז"ט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 11:05 pm

· #250891
ירח בן יומו
berlbalaguleh
און די חסידים גייען מיט די רעקלעך. און די גערער רבי שליט"א גייט מיט די בעקישע...!

????????????

אז נאר די העיליגע רעבע שליט"ע געיט (מלשון געי) מיט די פעלץ, ווייל ער איז זייער קאלט... 😂

שעפטל » פרייטאג יאנואר 30, 2015 10:38 am

· #250927
צוריק צו נייעס... די רבי וועט מסתמה צוריקפארן מוצ"ש, צוליב וואס זיין רביצין האט פריער געהאט א הארץ אטאקע ל"ע

לית דין בר נש » פרייטאג יאנואר 30, 2015 10:44 am

· #250928
די רביצין איז דאהי אדער אין אר"י?

איך אויך » פרייטאג יאנואר 30, 2015 10:46 am

· #250929
ער זאגט אז דער רבי וועט צוריקפארן ווייל זיין נשמה האט געהאט ל"ע א הארץ אטאקע , יעצט זאג דו מיר איז זי דא אדער נישט?

לית דין בר נש » פרייטאג יאנואר 30, 2015 10:47 am

· #250930
איים סארי

שמעון וואלף » פרייטאג יאנואר 30, 2015 3:34 pm

· #250981
שבת בצל אדמו"ר מגור וועט פארקומען אין די פעלעס. די רבי וועט דארט האבן די אכסניא און וועט זיך באטייליגען ביי די תפילות.

נישטא קיין טיש

התם ומתמם עם תמימים » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 11:37 pm

· #251036
דער גערע רבי ביי די סקולענע רבי
📎 גער סקולען.PNG

קאווע טרינקער » מוצ"ש יאנואר 31, 2015 11:37 pm

· #251037
פירט נישט טיש מחוץ לירושלים.

chusid » זונטאג פעברואר 1, 2015 12:00 am

· #251039
אגב: מען זאגט אז ער איז גאר א גרויסער עושר, פון וואו איז ער רייך געווארען?

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 1, 2015 12:00 am

· #251040
ירושה

שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 1, 2015 12:49 am

· #251044
דער זעלבער "מען זאגט" זאגט אז זיין טאטע, וואס איז געווען אין א"י נאך פאר די צווייטע וועלט מלחמה, האט פארפיגט אויף גרויסע געלטער וואס פוילישע אידן האבן אינוועסטעט אין א"י. נאך די מלחמה ווען די אידן זענען ליידער געהרג'ט געווארן, איז אלעס געווארן זיינס

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 1, 2015 1:04 am

· #251047
[ציטאט אראפגענומען]

געוואגטער יונגל: במטותא מינך. איך האב דיר נישט געמיינט וויי צו טון. איך זעה אז דו האסט א סענסיטיווקייט צום האדמו"ר מסקווירא שליט"א. וועל איך טאקע בלי"נ מער נזהר זיין נישט אזוי שנעל אפצושפעטן פון איהם. נאר ווי דו ווייסט איז דאך די לעצטע עטליכע יאר געווען א ביסל קאנטראווערסיעס ארום חסידות סקווירא און דעם אדמו"ר שליט"א. און איך בין בטבע א מענטש וואס איז אנטי-עסטאבלישמענט. אבער ביי מיר איז די סקווירא רבי שליט"א און דאס סקווערער חסידות בכלל זייער חשוב....!

שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 1, 2015 2:15 am

· #251053
בערל, די קענסט עס נישט טון.

באלד וועט קומען איינער וואס איז סענסיטיוו צו סנדר דייטש, און א צווייטער וואס איז סענסיטיוו צו ר' מנשה פילאף און די וועסט קענען רעטייערן אויב זיכסטי צו געפעלן פאר יעדעם.

די דדארפסט ווייטער אנגיין ארויסשרייבן דעם אמת און נישט זוכן צו געפעלן פאר די וועלט

דער שכן » זונטאג פעברואר 1, 2015 2:25 am

· #251055
berlbalaguleh
[ציטאט אראפגענומען]

געוואגטער יונגל: במטותא מינך. איך האב דיר נישט געמיינט וויי צו טון. איך זעה אז דו האסט א סענסיטיווקייט צום האדמו"ר מסקווירא שליט"א. וועל איך טאקע בלי"נ מער נזהר זיין נישט אזוי שנעל אפצושפעטן פון איהם. נאר ווי דו ווייסט איז דאך די לעצטע עטליכע יאר געווען א ביסל קאנטראווערסיעס ארום חסידות סקווירא און דעם אדמו"ר שליט"א. און איך בין בטבע א מענטש וואס איז אנטי-עסטאבלישמענט. אבער ביי מיר איז די סקווירא רבי שליט"א און דאס סקווערער חסידות בכלל זייער חשוב....!


מיט׳ן סקווירא׳ער איז דא א סאך מעשות צו גיין צום דרוק. מעשים טובים!... איינס וואס יעך געדענק ווי מען (ער מיט זיינע שלוחים) האט געווארענט (טעראריזירט) הצדיק אמת ר׳ הערשעלע ספינקא׳ר זצ״ל אז ער זאל שוין אפפהאלטן פון בויען א שטעטעלע (pamona)! ער האט מורא געהאט אז דער עולם וועט זיך אהין רוקן etc. פארשטייט זיך ר׳ הערשעלע האט ״געפאלגט״. ער וועט זיך נישט שלאגען קיינעם.

חרפה און בושה פאר סקווירא אז זיי האבן אזא ״רבי״. אבער מען קען זיי נישט באשולדיגן.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 1, 2015 2:47 am

· #251056
ר' שכן : ייש"כ פאר מעורר זיין. איך האב די מעשה מיט הרה"צ ר' הערשעלע מספינקא זצ"ל קיינמאל נישט געהערט. אבער איך גלייב אז ס'קען זיין אמת ווייל איך אליין ווייס פערזענליך פון לכה"פ א דאזן אזעלכע מעשיות. אעפ"כ. אויב איך זעה אז א געוויסער, וואוילער איד האט א סענסיטיווקייט צו א געוויסן חסידות אדער א רבי'ן, וועל איך מיך, בלי"נ צוריקהאלטן פון ווארפן סתם סטעיטמענטס שלא לשבח , כדי נישט צו טשעפען יענעמ'ס געפילן. נאר אויב ס'וועט זיין להבא עפעס א קאנטראווערסיע, וועל איך בלי"נ יא ארויסזאגן מיין מיינונג. כדי מקיים צו זיין דעם לא תגורו...!

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 1, 2015 3:13 am

· #251057
שמעון וואלף
בערל, די קענסט עס נישט טון.

באלד וועט קומען איינער וואס איז סענסיטיוו צו סנדר דייטש, און א צווייטער וואס איז סענסיטיוו צו ר' מנשה פילאף און די וועסט קענען רעטייערן אויב זיכסטי צו געפעלן פאר יעדעם.

די דדארפסט ווייטער אנגיין ארויסשרייבן דעם אמת און נישט זוכן צו געפעלן פאר די וועלט

ר' שמעון וואלף: ייש"כ פאר מעורר זיין. אבער לפענ"ד איז נאך דא א שטיקל חילוק. ווייל די מענטשן וועלכע זענען אויפ'ן שפיץ פון מיין רשימה צו קריטיקירן זייערע פאלשע מעשים, האביך א לאנגע צייט נאכגעפאלגט זייערע דיבורים און מעשים. ביז איך האב מיך איבערצייגט בלי שום ספק אז זייער שרייבן און השקפות זענען נוגד א יעדע זאך וואס מיין טאטע ע"ה און מיינע רבי'ס האבן מיך געלערנט. און דאס פאלשקייט איז זייער שטארק בולט.
לאמיר אנכאפן, למשל, הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט געשריבן אין "דער איד",אונטער'ן נאמען "אליעזר עפשטיין" אין יאר תשל"ו, בשעת די ענעטבע היידזשעקינג, צוויי נקודות כדלהלן. 1) ער האט אנגערופן די אידישע סאלדאטן וועלכע האבן זיך מוסר נפש געווען צו קומען ראטעווען די געפאנגענע אידן וואס די גאנצע גוי'אישע וועלט האט איבערגעלאזט אין די הענט פון די בלוטדורשטיגע רוצחים..."רוצח'ישע מדינת ישראל סאלדאטן"...: 2) ער האט באוויינט די פגירה פון דעם דייטשן שגץ און שיקסע וועלכע האבן געהיידזשעקט דעם עראפלאן מיט די אידן, און נאכדעם געהאלטן אן אנגעלאדענעם ביקס אויף זיי אין ענטעבע, אוגאנדא. זאגנדיג אז ער האט נישט געהאט בדעה ח"ו צו הרג'נען די אידן... און די רוצחים, די מדינת ישראל מיליטער האבן איהם אומגעברענגט אומשולדיגערהייט...!

יעצט: הרב מנשה פיליפ, וועלכער שרייבט אונטער דעם נאמען "ישראל מ. סופר". איך האב אין אנהייב, ווען ער האט אנגעהויבן שרייבן אין "די צייטונג" נישט פארפעלט צו ליינען אפילו איינס פון זיינע מאמרים. ער איז א גרויסער ת"ח און ידען, אפילו אין מילי דעלמא. אבער ער האט דאך אזעלכע פארקרומטע דיעות, אז איך האלט אפילו ער אליינס גלייבט נישט דערין. איך וועל נאר אנכאפן איין משל (פון צענדליגער אדער הונדערטער.). ווען מ'האט איהם אמאל געפרעגט א קשיא מיר זעען דאך אז דער "מוסד הרב קוק" געט ארויס אזאלכע שיינע ספרים. זיי האבן איבערגעדרוקט אלע ספרי הראשונים, און נאך אנדערע. שטאטס ענטפערן אז תורה איז טאקע תורה. און מ'איז עס מחשיב. נאר אונז האבן שטארקע חילוקי דיעות מיט זיי בענייני שיטות וכו'. האט ער געענטפערט אזא מין תירוץ וואס האט איבערגעלאזט א זויערן טעם אין מיין מויל...והנה: בעיקבתא דמשיחא וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען קיין תורה. און נאר דער פאר וועם די סיטרא אחרא העלפט צו, דער וועט קענען לערנען תורה... 🙄

דער שכן » זונטאג פעברואר 1, 2015 3:31 am

· #251058
berlbalaguleh
ר' שכן : ייש"כ פאר מעורר זיין. איך האב די מעשה מיט הרה"צ ר' הערשעלע מספינקא זצ"ל קיינמאל נישט געהערט. אבער איך גלייב אז ס'קען זיין אמת ווייל איך אליין ווייס פערזענליך פון לכה"פ א דאזן אזעלכע מעשיות. אעפ"כ. אויב איך זעה אז א געוויסער, וואוילער איד האט א סענסיטיווקייט צו א געוויסן חסידות אדער א רבי'ן, וועל איך מיך, בלי"נ צוריקהאלטן פון ווארפן סתם סטעיטמענטס שלא לשבח , כדי נישט צו טשעפען יענעמ'ס געפילן. נאר אויב ס'וועט זיין להבא עפעס א קאנטראווערסיע, וועל איך בלי"נ יא ארויסזאגן מיין מיינונג. כדי מקיים צו זיין דעם לא תגורו...!


די מעשה האבעך געהערט פון א איש מהימן וואס פלעגט זיין נאענט מיט ר׳ הערשעלע זי״ע, און דער איד פלעגט עטוואס שטיטצן סקווירא ווען זיינע פאנג רעיזערס פלעגען קלאפן אויף זיין טיר. דאס לעצטע מאל זיי האבען געקלאפט .. באט ער זיי געזאגט אז פאר טעראריסטן געט ער נישט. זיי האבען נישט אפגעלייקענט די מעשה. ער האט געזאגט ברחל בתו האנאקעטע אז די חוצפה פון גיין רעדן צו הצדיק ר׳ הערשעלע און מיט אזעלעכע שטרענגע דיבורים זאלן זיי נישט קלאפן פאר ׳צדקה׳ פאר ״סקוויער״. זיי האבען בבושת פנים נישט געקענט אפלייקענען אז עס אעז טאקע געווען א שליחות ברצון צדיק זייערע. (אויךמער א צאדיק)

דער שכן » זונטאג פעברואר 1, 2015 3:33 am

· #251059
שעפטל
צוריק צו נייעס... די רבי וועט מסתמה צוריקפארן מוצ"ש, צוליב וואס זיין רביצין האט פריער געהאט א הארץ אטאקע ל"ע


עס איז טאקע דא א בילד ווי ער איז אויף׳ן פליגער גייענדיג צו זיין זיץ. פנה זיווה, פנה הדרה....

בעל מדות » זונטאג פעברואר 1, 2015 7:02 am

· #251069
וואס גייט פליצום פאר מיט גור? קודם קענסער (אמת?) ער קומט אהער פאר היילונג, דאן כאפט זי א אטאקע, אין אזא קורצע תקופה, עס שלונגט זיך עפעס נישט אראפ, עס איז צו סאך אין א פעריאדע פון גאר א קורצע צייט! אדער הייבן זיך זאכן נישט אהן ווי די שטייגער ביי די היימישע נייעסער וואס ווערן קריעטעט אין געבויעט אין די מקוואות און דאן יערט עס און ווערט פארברייטערט מיט פרישע אפטיילונגען...עס ווייסט איינער קלארערע פאקטן אהן קאמפליצירטע חשבונות און שמועות וואס קורסירן בינינו?!

ירח בן יומו » זונטאג פעברואר 1, 2015 8:31 pm

· #251175
די גערע רעבע איז אוועק געפארן
די אשכול איז אוועק געפארן

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 1, 2015 8:37 pm

· #251179
מ'קען זיך אפלערנען פון גור וואס ס'מיינט "עכט" גרויס.
ס'נישטא קיין גור'ע ניק'ס דא צו פאמפען זיין קומען, זיין גיין, זיין גרויסקייט, און רייכטום וכו'.

גור'ע רבי קומט קיין בארא פארק, ס'נישטא קיין איין צעטל, פלאקאטען, פענער, לייטס, קול מבשר'ס, לוח הציבור'ס. גארנישט.
סאטמאר 52 מאכט א חנוכת הבית = נישטא קיין איין שטאנג, אדער קאנסטראקשען פליי-וואוד אין בארא פארק וואס קלעבט נישט אויף איר די ליסטע פון מנינים אין חדר לאבי, לעווי, גרינפעלד און שווימער.

chusid » זונטאג פעברואר 1, 2015 8:53 pm

· #251186
אגב, וויפיל משפחות ציילט זיך גור? אפיציעל זענען זיי בערך אזוי גרויס ווי סאטמאר. ווי באהאלטן זיך דע אלע מענטשן? ביי זיינע חתונות קוקט די עולם אויס צו זיין אזוי סאך ווי די ארונים אין די הייסע יארן, בשעת וואס אין סאטמאר איז דאס נאר א פרעקשן צווישן די פילע אנדערע ..זלונים, בני יואל, אויבערחכמים, מבקשים. .איז דאס אבער אין גור כמעט די גאנצע עולם

דער שכן » זונטאג פעברואר 1, 2015 8:58 pm

· #251188
קאווע טרינקער
מ'קען זיך אפלערנען פון גור וואס ס'מיינט "עכט" גרויס.
ס'נישטא קיין גור'ע ניק'ס דא צו פאמפען זיין קומען, זיין גיין, זיין גרויסקייט, און רייכטום וכו'.

גור'ע רבי קומט קיין בארא פארק, ס'נישטא קיין איין צעטל, פלאקאטען, פענער, לייטס, קול מבשר'ס, לוח הציבור'ס. גארנישט.
סאטמאר 52 מאכט א חנוכת הבית = נישטא קיין איין שטאנג, אדער קאנסטראקשען פליי-וואוד אין בארא פארק וואס קלעבט נישט אויף איר די ליסטע פון מנינים אין חדר לאבי, לעווי, גרינפעלד און שווימער.


עס קאסט געלט. די גורער זענען קארג.

האסט געהערט די וואויס מעסעדזש פאר די גור׳ע פרויען פאר שבת? זיי האבען נישט געוואלט מען זאל באדערן.

קיין איין פון די סאטמארס דארפן זיך נישט שעמען פאר גור.

דער שכן » זונטאג פעברואר 1, 2015 10:16 pm

· #251201
[ציטאט אראפגענומען]


קודם כל פארוואס שרייבט איר ״רבי״ פאר אביש?

ר' אביש האט זיך צוגעכאפט דערצו אויך. אבער מיט סקוויער איז געווען די מעשה פאר זיך.

אונז פארשטיי׳מר נישט די וועגען פון׳ם רבון עלם. הרה״צ ר׳ בעריש האט אזויפיל געטון און פארארבעט פאר זיין טאטעןס כבוד!, ער האט אזויפיל געגעבען אז זיין טאטע זאל זיין און האבען. זיינע ברודערס זענען געזעסען אלס על סיר הבשר ווייל דער גרויסער ברודער ר׳ בעריש האט אלס אלעס צוגעשטעלט פון א שיכען בענדעל ביז א אויפגעפיקסטן באנגעלאוס. דער ר' אביש האט פארהערט און ספינקא חיידר ותו לא מידי. גארנישט געטון גארנישט געקענט א חוץ זיך חונף׳ן צו די מוטער זיינע און העצן אויפן גרויסען ברודער, אפילו ווען ער איז שוין געלעגען פאר די לווי׳ האט דער ר' אביש ארויס געקוועטשט נאך און נאך. אבער סקוויער האט געטון זייערס - געגאנגען צו ר׳ הערשעלע פנים אל פנים און אים געזאגט קלארע דיבורים אז ער זאל אפשטעלן דעם שטעטל. ר' אביש טוק איט פראם דיער ...

ר׳ נטע איד געווען אינגאנצן מיט ר׳ בעריש. ר׳ אייזיק האט פראבירט נישט צו שטיין אין מחלוקת, אבער ער האט נישט געקענט אנגיין מיט ר' אביש׳ן. ר׳ בעריש האט אים אלס געשטיצט. אזוי אויך ר׳ נפתלי. ר׳ בעריש האט זיי אללע אינזין געהאט און באקומען האט ער רדיפות וואס מען קען נישט פארשטיין. נאכדעם האט ער פראבירט זיך צו האלטן מיט די נאז ארויס פון וואסער אבער ער האט שוין נישט געקענט. ער האט נאך געהייסן דער שלעכטער!

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 1, 2015 10:18 pm

· #251202
דו הערסט אויף מיט די שטינקע חזעריי!

דער שכן » זונטאג פעברואר 1, 2015 10:25 pm

· #251204
קאווע טרינקער
דו הערסט אויף מיט די שטינקע חזעריי!



און וואס טוט זיך טאקע אין גור?

אין גור איז געווען און אפשר נאך היינט דא א ענין אז מען נעמט דעם רבי׳ן אויף שותפות אין ביזנעס. ווען מען איז מצליח באקומסט די רבי זיין חלק געווינס. אזוי זענען די גור׳ע רבי׳ס געווארן רייך. חסידים גלייבן אז דער רבי׳ס שותפות ברענגט הצלחה. דער היינטיגער גור׳ע רבי האט שוין אנגעהויבען רייכערהייט מיט די ירושה פון זיין טאטע.

דער שכן » זונטאג פעברואר 1, 2015 11:20 pm

· #251219
[ציטאט אראפגענומען]


אוי ווי גוט געזאגט!, אבער נישט גענוג. נישט גענוג.

איך שטים מיט מיט אלעם וואס דו זאגסט, אחוץ אז ער איז געווען א תלמוד חכם...
🤓

יא, ער איז געווען א תלמיד חכם, א געוואלדיגער ידען, סופרים וספרים. ער געארבעט אויף אללע פראנטן ווי א מאסיווער מאשין. ווי איין מענטש קען אזויפיל אנארבעטן איז לא יאומן כי יסופר. ער האט געהאט עטוואס א געהילפער דא און דארט, אבער אמייסטענס איז ער געווען אלס אליין. חבל על דאבדין! 😢

בעל מדות » זונטאג פעברואר 1, 2015 11:46 pm

· #251229
[ציטאט אראפגענומען]

לאז אפ לייקס, ווען די הייבסט אהן מיט די ספינקא באטריגערישקייטן זאג צו טיילענאול!
איך מיין אז דא וועט קיינער נישט האלטן אנדערש, עס איז געווען באשערט אז ר' בעריש זאל אפקומען זיין פעקל, זיך פלאגן, און ארויפגיין אויסגעלייטערט, קיינער האלט נישט אז עס זענען דא פארהאן עטליכע צדדים אויסצוהערן און עס איז פשוט אומאנגענעם צו מעלה גרע זיין פלאגענישן וואס איז אריבער אויף איינער וואס לעבט שוין נישט, אויף די ברידער'ס וואס האבן אים אזוי געשינדעט ווארט א רעבישע גיהנם ווי עס דארף צו זיין מיט גאלדענע בעקיטשעס און זילבערנע שטעקענעס קיינער דרייט זיך נישט ארויס דערפון,

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 2, 2015 3:31 am

· #251250
רבותי באתי לגור ומצאתי כולם ספינקא...

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג פעברואר 2, 2015 4:56 pm

· #251369
היינט געהערט אז די שבת איז געוועהן ביי די גערע רבי אין ב''פ צוויי ברית'ן וואס ביידע זענען געוועהן בעלזער יונגעלייט אין דער גערע רבי איז נתכבד געווארן מיט סנדקאות
איז דאס עפעס ראנג ביי די בעלזער צו מאכן א ברית ביי א פרעמדער רבי

ירח בן יומו » מאנטאג פעברואר 2, 2015 8:54 pm

· #251416
התם ומתמם עם תמימים
היינט געהערט אז די שבת איז געוועהן ביי די גערע רבי אין ב''פ צוויי ברית'ן וואס ביידע זענען געוועהן בעלזער יונגעלייט אין דער גערע רבי איז נתכבד געווארן מיט סנדקאות
איז דאס עפעס ראנג ביי די בעלזער צו מאכן א ברית ביי א פרעמדער רבי

אין ביי די גערע איז דאס ראנג אנצונעמען א פרעמדע ברית? אדער מ'כאפט זיך אויף יעדער וואס נאך דארט אהינקומען?

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 2, 2015 11:14 pm

· #251444
[ציטאט אראפגענומען]

ס׳שווער צו גלייבן אז ר׳ מאטעלע זז״ג האט געבאַדערט אז זיין מחותן ר׳ הערשעלע ספינקא זצ״ל בויעט זיך א שטעטלע אין Pomona, פון ווי נעמסטו דעס ?
זעסט דאך אז וויזשניץ האט געלאזט אנדערע חסידותן זיך בויען אין מאנסי הארט ממש לעבן זיי ? א שטייגער ווי סאטמאר חרדים און נאך , וועלכע חסידות האט היינט נישט קיין באַזען אין מאנסי??? משא״כ סקווירא וואס האט קיינמאל נישט צוגעלאזט זאל זיין אפילו א אנדערע מנין אויסער זיין בעיסמעדרש
בלאט: 1 2