☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אשכול אן א טיטל #8182

אשכול אן א טיטל #8182

70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8182
בלאט: 1 2

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 2, 2015 11:31 pm

· #251450
למשל וואס האבן זיי געשטערט ? אנטשולדיגט אבער דו רעדסט זאכן וואס דו ווייסט אדער דו זאגסט נאך וואס מ׳האט דיך אריינגעפּרעיגעלט אין סקווירא ? איך האב געלערנט אין מאנסי יאהרן צוריק קיינמאל נישט געהערט וויזשניץ זאל באַדערן אנדערע חסידות והא ראי זיי האבן ארויסגענומען סאטמאר פון כתר ווילעדש וואס איך גלייב שווער א אנדערע חסידות ספּעציעל סקווירא וואלט געטוהן אזא זאך

היות איך בין נישט קיין צימעס איד און סגייט מיך ווייניג אָהן פאליטיק און רביס וועלן מיר עס לאזן דא ! איך קען נאר נישט דולדען ווען איינער רעדט מיט אזא האַס קעגן א צווייטע חסידות ווען איך ווייס בפירוש אז ס׳איז שטותים מיט הבלים און ס׳קומט פון סקווערע ברעינוואשינג
ובזה יצא ידי חובתי , און איך וועל דיר לאזן האבן די לעצטע ווארט אויב דו ווילסט !

petergrifin » מאנטאג פעברואר 2, 2015 11:35 pm

· #251451
די ערשטע תגובה נאך דער פותח האשכול איז געװען ״פארװאס אין צימעס״. אײ געס אנאנים
האט שוין געװיסט דארט צו עפענ׳ן.

אליהו בחור » מאנטאג פעברואר 2, 2015 11:38 pm

· #251452
קען איינער ארויסשניידן די פארדארבענע חלקים פון דעם אשכול און אריינטראסקען אינעם (צי)מעס[ט]-קאסטן וואו עס געהער?

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 2, 2015 11:46 pm

· #251454
ס׳קוקט אויס ווי דער אייבישטער האט אונז נישט פארלאזט מיר האבן דא א נייע גילגול פון מנשה לוסטיג ... אדער אפשר גאר איז דעס זיין נייע ניק 🙄 😞

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 3, 2015 12:51 am

· #251465
[ציטאט אראפגענומען]



הבל הבלים!!! איך קען ר׳ מאטעלע גוט און דעס איז נישט זיין מהות ער האט קיינמאל נישט געשטערט אנדערע פון בויען מוסדות אין מאנסי והא ראי' ס׳פעלט אנדערע מוסדות אין מאנסי ??? ר׳ מאטעלע איז נישט א מענטש וואס האט מורא פאר קאמפיטשען , און יעדער ווייסט גאנץ גוט ווער ס׳זענען די אמתע טעראריסטן וואס פארברענען אנדערע מענטשען ווייל זיי האבן נישט מיטגעדאווענט מיטן העליגען רבי׳ן

ס׳געפעלט מיר וויאזוי די סקווערע חברה דרייען אויס א מעשה! ,

הדד בן בדד » דינסטאג פעברואר 3, 2015 12:57 am

· #251467
שבת אחים
[ציטאט אראפגענומען]

ס׳שווער צו גלייבן אז ר׳ מאטעלע זז״ג האט געבאַדערט אז זיין מחותן ר׳ הערשעלע ספינקא זצ״ל בויעט זיך א שטעטלע אין Pomona, פון ווי נעמסטו דעס ?
זעסט דאך אז וויזשניץ האט געלאזט אנדערע חסידותן זיך בויען אין מאנסי הארט ממש לעבן זיי ? א שטייגער ווי סאטמאר חרדים און נאך , וועלכע חסידות האט היינט נישט קיין באַזען אין מאנסי??? משא״כ סקווירא וואס האט קיינמאל נישט צוגעלאזט זאל זיין אפילו א אנדערע מנין אויסער זיין בעיסמעדרש


שבת, איים סארי, אבער ר' מאטעלע האט יא געשטערט. ווי עזריאל ברענגט דא, ער האט געשטערט דעם סקווערער ת"ת און אפילו דעם שטיבל אויף ראומען. ער האט געשטערט סאטמאר און זיי אויסגעכאפט די יס"וו בנין איבעצאלנדיג צוויי מיליאן כדי יס"וו זאל ברעכן דעם קאנטראקט. ער האט געשטערט פאפא ווען זיי האבן אפגעקויפט דעם אנדערן יס"וו בנין. זיי האבן געשטערט יעדן וואס זיי האבן נאר געקענט. און דאס איז שוין נאך וואס ער האט נישט געבויעט מאנסי, ער איז געקומען אין א שטאט וואס איז שוין געשטאנען. און איך וויל טאקע נישט אריינגיין צופיל מער אין דעם ענין.

הדד בן בדד » דינסטאג פעברואר 3, 2015 12:58 am

· #251468
שבת, איך האב מיט סקווירא וויפיל דו האסט מיט זיי, אבער סקווירא'ס שקאצעריי מאכט נישט וויזניץ פאר צדיקים. ר' מאטעלע האט נישט געאונט מאנסי און איז געווען זייער מוגבל מיט וואס ער האט געקענט טון, אבער וואס ער האט געקענט האט ער געטון.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 3, 2015 1:24 am

· #251476
הדד
איך האב אסאך וואס צו זאגן אבער יעצט גיי איך שוין שלאפן, ס׳מיינט נישט ווייל וויזניץ און סאטמאר האבן געוואלט האבן די זעלבע שטיקל ריעל עסטעיט אז ר׳ מאטעלע האט געשטערט פון זיי בכלל עקזיסטירן אין מאנסי ? וויזניץ האט נישט געוואלט אז ממש אין די בעיק יאַרט פון זייער בעסמעדריש זאל איינער קויפן אזא גרויסע לאַט , סאטמאר וואלט דעס אויך נישט געוואלט און קיין שום אנדערע חסידות ספעציעל סקווירא וואלט דאס נישט צוגעלאזט , ס׳מיינט אבער נישט אז וויזניץ איז אנגעגאנגען אז סאטמאר אדער אנדערע חסידות בויען זיך מוסדות א גאס ארויפציר
דעס וואס דו שרייבסט וועגן ר׳ מאטעלע איז געקומען איז שוין געוועהן א יישוב אין מאנסי ביסטו אויך נישט גערעכט , סאיז געוועהן אזוי ווי די קאנטרי איז היינט , פיליס טעררעס האט געהייסן שווארץ באנגלוי קאלאני און עישל לעין האט געהייסן עשלי באנגלוי קאלאני, סאיז געווהן גאר א קליינע ישוב פון אפאר אידן א שטייגער ווי סאוט פאלסבורג איז היינט , וויזניץ האט געהאט די ערשטע חסידישע מוסדות דארט און פרעג יעדעם וואס האט געוואוינט דארט פון אנפאנג וועלן זיי דיר זאגן אז וויזניץ האט געבויעט די חסידישע שטאט מאנסי וואס דו זעסט היינט , עד כאן
מ׳וועמיר דאס אויסשמוסען א צווייט מאל און א צווייטע פלאץ

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 3, 2015 1:28 am

· #251478
הדד בן בדד
שבת, איך האב מיט סקווירא וויפיל דו האסט מיט זיי, אבער סקווירא'ס שקאצעריי מאכט נישט וויזניץ פאר צדיקים. ר' מאטעלע האט נישט געאונט מאנסי און איז געווען זייער מוגבל מיט וואס ער האט געקענט טון, אבער וואס ער האט געקענט האט ער געטון.

איך האב אויך גארנישט מיט וויזניץ היינטיגע טעג און איך פארטיידיגט נישט ר׳ מאטעלע אבער שטותים און ליגיונת קען איך נישט פארליידן

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 3, 2015 10:08 am

· #251497
[ציטאט אראפגענומען]


👍 👍 👍

שכוח פארן קאָנפימירן אז מ׳האַנדלט דא טאקע מיט אזא איינער וועם איך האב געמיינט , ס׳זעט טאקע אזוי אויס לויט דיין שפראך און דיינע טיטלען וואס דו טיילסט צו פאר יענעם וואס האלט אנדערש פון דיר ,
און כ׳גיי מיט דיר מעהר נישט טעהנ׳ן אל תען כסיל !

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 3, 2015 11:26 am

· #251510
ואלה מסעי בני השטיבל, ויסעו מגור ויחנו בספינקא, ויסעו מספינקא ויחנו בסקווירא לפני בעל צפון, וילכו דרך שלשת ימים במדבר ויחנו בוויזניץ:

ישמעאל הכהן » דינסטאג פעברואר 3, 2015 11:28 am

· #251512
הה"ד אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו... דער אשכול קעפל פארציילט גארנישט וואס דא גייט פאר..

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 3, 2015 12:20 pm

· #251532
[ציטאט אראפגענומען]

נייטראל, אבער זייער עקסטרעם.

@שבת אחים, מ'רעדט דא פון יעדע רבי (אויסער גור) און דו האסט פארגעסען צו האסן ר' שרגא הגר... היתכן??????

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 3, 2015 12:36 pm

· #251541
קאווע טרינקער
[ציטאט אראפגענומען]

נייטראל, אבער זייער עקסטרעם.

@שבת אחים, מ'רעדט דא פון יעדע רבי (אויסער גור) און דו האסט פארגעסען צו האסן ר' שרגא הגר... היתכן??????



קאווע׳לע: שתי תשובות יש בדבר,
1.מ׳האט נישט גערעדט דא פון שרגא האגער און ער קומט נישט אריין דא
2.מ׳רעדט דא פון עכטע רבנים און נישט פון wanna be רבי'ס אויף דעם איז דא א באזונדערע אשכול דאכצעך 😎 😛

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 3, 2015 12:46 pm

· #251542
[ציטאט אראפגענומען]

ריכטיג: ייש"כ פאר מעורר זיין. דו זאגסט ריכטיג. אבער איך האלט מיך צוריק (קעמף מיט'ן יצר הרע... 😂 ) ווייל דא איז נישט צימעס. דער אשכול האט זיך ליידער דערקייקלט קיין צימעס. אויב די חשוב'ע הנהלה וועט עס אריבערפיהרן (אדער לכה"פ. די צימעס'דיגע ארטיקלען) אויפ'ן ריכטיגן אדרעסס וועל איך בלי"נ שרייבן כיד ה' הטובה עלי. ווייל איך האב דעם געוויסן "רעבע" זייער שטארק ליעב. וואוסנדיג פון זיינע "מעשים טובים" מכלי ראשון. איך האב א נאנטן קרוב משפחה וואס האט אמאל (ליידער) געוואוינט אינ'ם שטעעטעלע און האט זיך ב"ה ארויסגעראטעוועט פון דארט...!

I'm back » דינסטאג פעברואר 3, 2015 1:27 pm

· #251550
[ציטאט אראפגענומען]


די ביסט דער וואס באשליסט וואס קומט יא אריין דא און וואס נישט?

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג פעברואר 3, 2015 2:55 pm

· #251575
[ציטאט אראפגענומען]


נאכאמאל
וואס איז געשעהן ער איז דאך ערשט יעצט געוועהן דא 😕 😕

הדד בן בדד » מיטוואך פעברואר 4, 2015 4:43 am

· #251700
[ציטאט אראפגענומען]


ריכטיג, מה ענין שמיטה אצל קעטשאפ

איך ווייס נישט וויזוי דו האסט דא צאמגעשטעלט צוויי זאכן, אבער ס'איז סתם גערעדט.

איך בין נישט אויפגעוואקסן מיט דעם סטייל אז יעדער רבי לייגט מען אריין אין א פרעים און אזוי בלייבט עס. פאפא רבי: א נער. סאטמאר רבי: א טעראריסט. קלויזענבורגער: א משוגענער.

איך קוק יעדן רבי'ן אן ווי א מענטש. און א מענטש האט מעלות און חסרונות. ר' מאטעלע איז א ערליכער איד, א ירא שמים און עובד ה'. אבער ער האט אסאך חסרונות, און איינס פון די גאר גרויסע איז דאס קאנטראל. און איך האב געברענגט נאר עטליכע משלים, עס זענען דא נאך גאר אסאך.

פארט בלייבט ער אן ערליכער איד.

סתם אויסצוגראדן דעם רעקארד. (כאטש איך מיין מען האט עס שוין געשריבן, אבער נישט זיכער). ווען ר' מאטעלע איז געקומען קיין מאנסי איז שוין געווען דריי תלמוד תורה'ס. ישיבה ספרינג וואלי איז געווען די עלטסטע און איז געווען מער פאר די ליטווישע, בית דוד מער פאר די חסיד'ישע און אשא"ר פאר די מאדערנע. עס זענען שוין געווען כמה שוהלן און אפילו א רבי (דער סטאניסלאווער רבי האט שוין געוואוינט דארט. און זיינע קינדער האבן געלערנט אין בית דוד...).

אמת, ר' מאטעלע האט זייער אסאך צוגעלייגט און האט זיכער געלאזט גאר א שטארקן חותם אויף מאנסי. אבער ער איז געקומען אין א עקזיסטירנדע שטאט. ווידער דער סקווירא'ר רבי זצ"ל האט געמאכט א יש מאין, מיט מסירת נפש ממש.

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 2:57 pm

· #251911
נו זיי די ממשיך קריינא דאגרתא איהו ליהוי פרוונקא

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 8:44 pm

· #251983
האסט ליב צו האקען אויף יעדע עהרליכע יוד
ווער איז ביי דיר יא א עהרליכע יוד ?
בלאט: 1 2