דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #8160
68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8160
בלאט: 1 2
אוי זענען מיר א פאריקטע קולטור
#פחדים
#פחדים
די חברה דרייען א קאפ אז ס'איז געפערליך. דער פארקרומטער מוח זייערס טראכט אז די מאן שטיפט דאס וועגעלע אז די ווייב זאל מאכן דעם אנשטעל ווי זי איז א מלכה און ווערט באדינט פונם מאן, בבחינת לעידיס פורסט. זיי קענען אבער נישט טראכטן גראד אז דער מאן העלפט אביסול ארויס די אשת חיל וואס שלעפט זיך אגאנצע וואך ארום מיט'ן קערידזש. נאך מער, א גוטע קערידזש איז פשוט געשמאק צו שטיפן און ס'מאכט אפילו גרינגער דאס וואקן.
באמת די גאנצע סיבה פארוואס מען האט א יעדע ניין חדשים א פריש קינד -אויסער ווייל ער האט נישט וואס צי טון מיטן טאג- איז נאר ווייל מזאל גיין אין גאס מיט א קערידזש , אנדערש ווי די גוים -פאך טא- וואס דאס רוב פין זיי שטיפן ניט קיין קערידזשעס ..
[ציטאט אראפגענומען]
און גיין מיט די ב"ב צוזאמען אויף די גאס (ר"ל) שטאמט אויכעט פון די גויים. ביי אונז אינדערהיים אין שאראש פאטאק זענען די ערליכע, ספעציעל חסידי'שע אידן איז דער יונגערמאן געגאנגען פאראויס, און די ב"ב האט זיך נאכגעשלעפט, לכה"פ א האלבע גאס אראפציר... 😂
סשיינט אז די ארבעטסלאזע מוחים האבן א דיעל אויפן יאר מיט דבר יום ביומו צי אריינלייגן א יעדע וואך א מחאה, איז זיי פשוט א שאד נישט עפעס אריינצלייגן אין די צייט וואס צאלן צאלט ער סיי ווי, טרעפט מען שוין עפעס פין אינטערען דאכענע..
סמיז אבער נישט האבן מיטן מציאות.
סמיז אבער נישט האבן מיטן מציאות.
דאס איז איין מאל קלאר - אויפ'ן פנים פון א בחור קען מען זען צו זיין טאטע האט פורץ געווען דער גדר צו נישט.
היינו דאמרי אינשי - מ'שטופט און מ'שטופט און ס'איז נישט דא וואס צו שטופען.
איך וויל נאר פרעגען - מיינסט טאקע אז הרנ"י מייזעלס האט אליינס מוצץ געווען דער שטותים פון בויך ארויס? ער האט דען נישט געהאט קיין הסכמה פון רביה"ק? איז די אלע היינטיגע צודרייטע וואס זענען מפגין אויף פיצה געשעפטען זענען די עושים רצון קדשו פון רבי'ן. אז דער רבי זי"ע געפעלט דיר נישט, זאג עס הויך, אבער שרייב נישט איבער היסטאריע ווייל ס'געפעלט דיר נישט.
און @לעיקוואוד טייערע - ביסט טאקע פון די וואס מ'טאר נישט זאגען א וויץ פורים ווייל מ'וועט לאכען תשעה באב?

כ'דארף בעצם מאכן א שהחיינו
מיינס א באקאנטע (א איד א תלמיד חכם מופלג א יראת שמים) וואס שטימט געווענדליך מיט מיט די רשעים, האלט א אינגערמאן מיט א סמארט-סעלל איז א גוי, אין האלט אז א אינגערמאן וואס דרייווט איז א באם וגו'.
ב"ה די יעצטיגע מאל האט ער מודה געווען צו מיר, כ'האב עיהם געזאגט וועגען דער נייע תקנה, אין כ'בין געווען ערשטוינט ווי ער שטימט מיט, אז יענער איז א פוסטע ליידיגייער וואס קריכט אויפן ווענט פאר בארדעם אין מאכט צודרייט כלל ישראל

כ'בין שוין מסופק אז עפעס א לץ האט אריינגעשטעלט דעם עד ארויס צו ברענגן די ריכטיגע פארבן פון די יושבי חושך וואס ווילן מאכן דאס לעבן פון אן ערליכען איד מיזרעבל.
טאמער איז דאס אמת, האט ר' נתן יוסף מיט רביה"ק פארזעהן א פסוק אין פרשת דברים
. ואולי קען זיין אז דאס איז געווען פאר מתן תורה ווען די אידן האבן נאך געהאט א דין בן נח (דא לאזט זיך עס אריין אין אן אריכות איבער דעם פרשת דרכים בנוגע מחלוקת יוסף והשבטים, ואכמ"ל)
ובמדבר אשר ראית אשר נשאך יהוה אלהיך כאשר ישא איש את בנו בכל הדרך אשר הלכתם עד באכם עד המקום הזה
שמעון וואלףטאמער איז דאס אמת, האט ר' נתן יוסף מיט רביה"ק פארזעהן א פסוק אין פרשת דברים. ואולי קען זיין אז דאס איז געווען פאר מתן תורה ווען די אידן האבן נאך געהאט א דין בן נח (דא לאזט זיך עס אריין אין אן אריכות איבער דעם פרשת דרכים בנוגע מחלוקת יוסף והשבטים, ואכמ"ל)
ובמדבר אשר ראית אשר נשאך יהוה אלהיך כאשר ישא איש את בנו בכל הדרך אשר הלכתם עד באכם עד המקום הזה
זענען די גוים טאקע אזוי מענטשליך און זיי שטופען די קערידז'עס?
הייסט די ביסט מסופק אין די ווארהייט פון די מימרא געדריקט אין דבר יום ביומו בשם ר' נתן יוסף בשליחות רביה"ק?
די לעצטע פאר טעג קוק איך נאך די גוים, און דערווייל האב איך נאכנישט געזעהן קיין איין גוי שטופן א קערידזש, וויפיל גויאישע קערידזשעס איך האב געזעהן, אלס האב איך געזעהן די גויטע עס שטופן.
איי איי, שובבי"ם האסטו געזעהן גוי'טעס, געוואלד!!!
נישט געזארגט, ביי שלש סעודות וועט מען זיך אויסוואשן די נשמה, ביי די טעיפס, מען וועט פארגיסן טייכן טרערן, בבחינת פלגי מים ירדו עיני.
און די אויגן וועלן ווערן אויסגעוואשן.
באמת האב איך געמיינט לטובת הציבור, איך האב זיך מפקיר געווען לטובת הכלל.
און די אויגן וועלן ווערן אויסגעוואשן.
באמת האב איך געמיינט לטובת הציבור, איך האב זיך מפקיר געווען לטובת הכלל.
האמער שוין נאך איינער ווואס האט געטוהן א עבירה לשמה....
זינגט'זשע אלע, א אידעלע, א אידעלע...
נישט אויסגעפעלט זיך צו פארענטפערן, ס'איז בסדר, כ'האב דיר נישט חושד געווען אויף גארנישט שלעכט.
נישט אויסגעפעלט זיך צו פארענטפערן, ס'איז בסדר, כ'האב דיר נישט חושד געווען אויף גארנישט שלעכט.
פארוואס נישט?
א ברכה פון דיר איז עפעס א קלייניגקייט?
א ברכה פון דיר איז עפעס א קלייניגקייט?
איך מיין אז דער עולם לערנט פאלש אפ דער הוראה פון ר נתן יוסף לגבי קערידזשעס. עס איז נישט די פראבלעם אז דער יונגערמאן פירט דאס משא"כ די פרוי, נאר דער עצם מושג פון א בעיבי קערידזש איז א נייע מאדערנע זאך. אמאל איז דאס נישט געווען און עס האט געהייסען א מאדערנע לוקסוס וואס פאסט נישט פאר א חסידישע איד.
ר' נתן יוסף האט דאס זיכער נישט געמיינט
[ציטאט אראפגענומען]
זיין זון הגאון רבי אברהם עמרם מייזעלס אב''ד מיהאלדי שליט''א איז מוחה
הכחשה אהער הכחשה אהין, הער איך פון אידן וואס געדענקן אז עס איז אמת אז פארצייטישע חסידישע אידן האבען דאס אנגעקוקט פאר גאר א פראסטע זאך שטיפען א בעיבי קערידזש. עס מוז נישט האבען קיין סאך פשט, און ממוז עס נישט מקיים זיין, אבער מעשה שהיה כך היה.
דעס אז פארצייטישע אידן זאגן אז זיי פלעגן אנקוקן דאס שטופן א קעריזדש פאר א פראסטע זאך, איז בכלל נישט מעלה מוריד דא.
ער טענ'ט אז - אפגעזעהן ווי אזוי מען פלעגט עס אנקוקן - זיין טאטע פלעגט העלפן זיין מאמע צו שטופן איר קעריזדש, און אויב אזוי קומט אויס אז עס איז א פרעכע ליגענט דעס וואס מען זאגט נאך בשם זיין טאטע. דעטס איט.
במאמר המוסגר: איך האב הנאה אז עס איז נאך ב"ה דא רבנים וואס שעמען זיך אז מען זאל זיי/זייער טאטע אידענטיפיצירן מיט אזאנע געהויבענע בויך וויי....
אונז זענען מיר נישט אזוי פארלוירן.... עס זענען נאך פארבליבן א פאר נארמאלע אויף די וועלט....

אזא עסק צו מאכען פון די ווייבלאך... נאר און סאטמער... דער שרייט העלפ יע... א צווייטער שרייט העלפ נישט...
לעיקוואדהכחשה אהער הכחשה אהין, הער איך פון אידן וואס געדענקן אז עס איז אמת אז פארצייטישע חסידישע אידן האבען דאס אנגעקוקט פאר גאר א פראסטע זאך שטיפען א בעיבי קערידזש. עס מוז נישט האבען קיין סאך פשט, און ממוז עס נישט מקיים זיין, אבער מעשה שהיה כך היה.
לעיקוואד, כ'זעה דו נעמסט שובבי"ם זייער ערנסט, דיינע לעצטע פאר תגובות (אין אלע אשכולות) זענען פויבסטליכער פונעם פויבסט... אבער געדענק, תפסת מרובה לא תפסת, מען גייט צעביסלעך איין סטעפ אויף אמאל - אז נישט קען מען גרינג טראסקען ח"ו.
שמן זיתדעס אז פארצייטישע אידן זאגן אז זיי פלעגן אנקוקן דאס שטופן א קעריזדש פאר א פראסטע זאך, איז בכלל נישט מעלה מוריד דא.
ער טענ'ט אז - אפגעזעהן ווי אזוי מען פלעגט עס אנקוקן - זיין טאטע פלעגט העלפן זיין מאמע צו שטופן איר קעריזדש, און אויב אזוי קומט אויס אז עס איז א פרעכע ליגענט דעס וואס מען זאגט נאך בשם זיין טאטע. דעטס איט.
נו מסתמא האט ער געהאט שכל און האט געהאלפען די ווייב כפי הצורך, עס איז אבער נישט סותר ער זאל איבערגעבן פאר די חתנים די מסורה אז דאס איז א גויישע זאך. נאך דעם דארף מען נאך טוהן מיט שכל.
איך הער אז עד היום איז ביי די פעסטע חאניאקעס דא אזא ענין פון נישט שטיפען א קערידזש, דאס מיינט נאכאלץ נישט א חוק ולא יעבור נאר אז מען זוכט זיך מונע צו זיין און נישט זיין דער סארט. נו שווער מסביר זיין די סארט תפיסה פאר היינטיגע אידן..
שמעקעדיגלעיקוואדהכחשה אהער הכחשה אהין, הער איך פון אידן וואס געדענקן אז עס איז אמת אז פארצייטישע חסידישע אידן האבען דאס אנגעקוקט פאר גאר א פראסטע זאך שטיפען א בעיבי קערידזש. עס מוז נישט האבען קיין סאך פשט, און ממוז עס נישט מקיים זיין, אבער מעשה שהיה כך היה.
לעיקוואד, כ'זעה דו נעמסט שובבי"ם זייער ערנסט, דיינע לעצטע פאר תגובות (אין אלע אשכולות) זענען פויבסטליכער פונעם פויבסט... אבער געדענק, תפסת מרובה לא תפסת, מען גייט צעביסלעך איין סטעפ אויף אמאל - אז נישט קען מען גרינג טראסקען ח"ו.
😂 😂
איך זעה איר האט נישט ארויס די גאנצע ענין פון לעיקוואד .. שוין א צווייטער מאל.
לעיקוואדאיך הער אז עד היום איז ביי די פעסטע חאניאקעס דא אזא ענין פון נישט שטיפען א קערידזש, דאס מיינט נאכאלץ נישט א חוק ולא יעבור נאר אז מען זוכט זיך מונע צו זיין און נישט זיין דער סארט.
נו שווער מסביר זיין די סארט תפיסה פאר היינטיגע אידן..
ריכטיג, די עקסטרעמע האבן שוין דאן אנגעקוקט דאס שטופן די קערידזשעס אלס א ענין פון הדרת נשים,
צב"ש הרה"צ ר' משה בער בעק שליט"א האט שוין בעיניו הבדולחים פאראויס געזעהן יארן צוריק, גיב א קוק א ציטאט פון זיין ספר "יסודות של בית יהודי". זאגאר נובע פון מינות! ואין הדעת סובלתו!..
(נאך שיין אז ער באווארענט זיך "ואין המדובר בעת הצורך"....)
.
ברוך שכיוונתי.. איך זעה טאקע הרב בעק זאגט קלאר ער רעדט נישט לעת הצורך.
שמעקעדיגלעיקוואדהכחשה אהער הכחשה אהין, הער איך פון אידן וואס געדענקן אז עס איז אמת אז פארצייטישע חסידישע אידן האבען דאס אנגעקוקט פאר גאר א פראסטע זאך שטיפען א בעיבי קערידזש. עס מוז נישט האבען קיין סאך פשט, און ממוז עס נישט מקיים זיין, אבער מעשה שהיה כך היה.
לעיקוואד, כ'זעה דו נעמסט שובבי"ם זייער ערנסט, דיינע לעצטע פאר תגובות (אין אלע אשכולות) זענען פויבסטליכער פונעם פויבסט... אבער געדענק, תפסת מרובה לא תפסת, מען גייט צעביסלעך איין סטעפ אויף אמאל - אז נישט קען מען גרינג טראסקען ח"ו.
גלגל הוא שחוזר בעולם...
ווייטער זענען דא די וואס זענען אזוי ציניש/סארקאסטיש, זיי זענען שוין געשלאפן מיט קאנט און ניטשה, אז זיי מאכן א פול סירקל ארום און ארום און קומען צוריק צו גלייבן זייער פשוטע געדאנקען און געפיהלן, ווי לעיקוואד און יאיר.
נו נאך איינער האט א פשט אין לעיקוואד..
ווי לעיקוואד האט זיך שוין אויסגעדריקט כמה וכמה פעמים; "מיין פליכט איז צו נעמען א יעדע פשוט'ע קאנצעפט און פשוט פרובירן זאגן פארקערט ווי אזוי עס לאזט זיך נאר נישט"
לעיקוואד גערעכט
איך געדענק ווען מיין זיידע פלעגט מיר זאגן אז אמאל איז עס געווען אנגעקוקט אלס א פראסטע זאך
היינט אבער איז שוין געווארן אזא מנהג
איך געדענק ווען מיין זיידע פלעגט מיר זאגן אז אמאל איז עס געווען אנגעקוקט אלס א פראסטע זאך
היינט אבער איז שוין געווארן אזא מנהג
לעולם אבער פארשטיי איך נישט די גאנצע קשיא, יעדער זאך לגופו של ענין. איך געהער נישט צו עפעס א פארטיי וואס מען דארף אלץ שטיצען איין צד נישט קיין חילוק וואס דער נושא און למאי נפקא מינה. עס איז מיר געווען א חידוש די שמועה פון ר' נתן יוסף האב איך מברר געווען און געהערט אז יא עס איז געווען און איז דא אזא מושג, און איך קען זיך אויך מצייר זיין דער סארט תפיסה וואס ברענגט צו דעם. ממילא האב איך משתף געווען דער עולם דא מיט דער חידוש, אז דאס איז נישט עפעס א משוגענער האט געטראפען א נייער עבירה אין דער מציאות נאר דאס האט א געוויסע פשט און מסורה און קומט פון א געוויסע תפיסה וויאזוי געוויסע חסידישע אידן האבען אמאל אנגעקוקט די צורה פון א יונגערמאן דארף צו זיין, אז ער זאל נישט זיין מגושם טוהן אגאנצע טאג מיט די ווייב און קינדער נאר זאל זיך האלטן העכער פון דעם.
איך האב נישט קיין הוה אמינא פון דאס מקיים זיין אדער מטיף זיין דאס מקיים זיין, (הגם דער תפיסה היסודית וואס ליגט אינטער דעם קען מען אפשר יא מסביר זיין און ווייזען די חשיבות),און בכלל די עוואלאציע פון די סארט זאכען מיינט אז היינט האט עס על פי רוב בכלל נישט קיין פשט מקיים זיין וויבאלד עס איז שוין נישט גוייש.. נאר איך זעה נישט קיין תועלת פון סתם חוזק מאכען פון די סארט תפיסות בפרט אז מען פארשטייט בכלל נישט פון וואו דאס קומט. אז מען איז מסביר די מהלך האט מען לפחות געלערנט א נייע זאך.

שמעקעדיגזינגט'זשע אלע, א אידעלע, א אידעלע...
נישט אויסגעפעלט זיך צו פארענטפערן, ס'איז בסדר, כ'האב דיר נישט חושד געווען אויף גארנישט שלעכט.
ווילאנג מען זינגט נישט א אידענע איז עס ok
זייער פשוט, לעיקוואד ווארט אז א רב זאל זיך אויפשטעלן און נישט מכחיש זיין, נאר מודה זיין אז יא עס זענען געווען אמאל פארטעמטע מנהיגים וואס האבן אין אזא פשוטע נארמעלע פליכט ווי העלפן די ווייב שטיפן א קינד געזען א פרצה, אבער היינט איז נשתנו העיתים און יעדער זעט שוין איין דאס אבסורדקייט דערפון, און און מעורר זיין אז עס איז שוין די העכסטע צייט זיך אפצולאזען פון אזעלכע שטותים, נאר אנשטאט אנצוהייבן מקיים זיין דעם פסוק ולעבוד בכל לבבכם.
העלפן די ווייב ???? אבי געזונט
עס איז פשוט באקוועמער פאר די מאן צו רייטען מיטן באגאבא,
עס איז פשוט באקוועמער פאר די מאן צו רייטען מיטן באגאבא,
געוואלדיגשמעקעדיגזינגט'זשע אלע, א אידעלע, א אידעלע...
נישט אויסגעפעלט זיך צו פארענטפערן, ס'איז בסדר, כ'האב דיר נישט חושד געווען אויף גארנישט שלעכט.
ווילאנג מען זינגט נישט א אידענע איז עס ok
כ'מיין יונתן שווארץ זינגט ערגעץ אויף א שבת אלבום א אידענע (אויף דעם אידעלע ניגון), ווי די מאמע צינדט ליכט וכו'.
שוין אריין אין אכשר דרא
געהערט היינט א פסק הלכה
די מענער וואס טראגן שבת מיט׳ן עירוב זאלן שטופן די קערידזש ווייל אין איסור חל על איסור
די מענער וואס טראגן שבת מיט׳ן עירוב זאלן שטופן די קערידזש ווייל אין איסור חל על איסור
דאס וואס דער מאן שטופט דער קערידזש, איז נישט ווייל ער וויל העלפן דער פרוי, נאר פונקט פארקערט ער טוט דאס כדי דער ווייב זאל איהם קענען העלפן דורך האלטן דעם שטריימעל באקס, אדער דער ד' מינים וכיוצ"ב.
פארוואס איז דע איסור מער משוגע ווי די שגץ בייק איסור?
לעיקוואדאיך מיין אז דער עולם לערנט פאלש אפ דער הוראה פון ר נתן יוסף לגבי קערידזשעס. עס איז נישט די פראבלעם אז דער יונגערמאן פירט דאס משא"כ די פרוי, נאר דער עצם מושג פון א בעיבי קערידזש איז א נייע מאדערנע זאך. אמאל איז דאס נישט געווען און עס האט געהייסען א מאדערנע לוקסוס וואס פאסט נישט פאר א חסידישע איד.
וויאזוי האט מען אינדערהעים געשלעפט די בעיביס, אין א גאו-קארט? אדער שאפינג וועגעלע...?... 😂 🙄
לעיקוואדברוך שכיוונתי.. איך זעה טאקע הרב בעק זאגט קלאר ער רעדט נישט לעת הצורך.
איך מיין אז דער פירוש אויף הרב משה בער דר--'ס מימרא "לעת הצורך" באלאנגט אין מאחורי...!
לכאורה. ע"פ פשטות האט הרב שלמה העלבראנס, דער בעל לב טהור נישט געקענט שטופן קיין בעיבי קערידזשעס... 😂 🙄
איך האב געפרעגט אן עלטערער אינגעאמאן און ער האט מיר געזאגט ער געדענקט אז (ר׳) נתן יוסף האט דאס געזאגט. דער פראבלעם איז אז איך גלייב נישט אז דער סאקמר רב האט דאס געזאגט. ער האט געוויסט אז אויב מען ווייסט אז עס קומט פון זיין בויח וועט מען איהם לאכען אין פנים (אויב נאר דאס). האט ער עס נעבעך ארויפגעלייגט אויפ'ן סאקמר רב.
פונקט אזוי ווי די אלע וואס קומען אויף מיט נייע רשעות לייגען זיי עס אויפ'ן סאקמר רב
פונקט אזוי ווי די אלע וואס קומען אויף מיט נייע רשעות לייגען זיי עס אויפ'ן סאקמר רב
כדי אויפצורעגן די קנאים פון בלאט און דבר יום ביומו. קום איך מארגן צו שחרית מיט א קערידזש. די שאל געווארפן אויף צוריק און אן מיין הוט.
מ'קען אפלערנען פאזיטיוו פשט. מ'זאל נישט טון ווי יענע פרומע אידן וואס גיין אויפן גאס פאראויס פון זייערע פרויען. קוק אויפן קעפל ''מענער זאלן נישט שטיפן קערידזש אפגעטיילט'', נאר מ'זאל גיין צוזאמען ווי נארמאלע מענטשן.
זה נראה לי להיות נכון הפשט יותר קרוב לאמת.ודי בהערה זו
זה נראה לי להיות נכון הפשט יותר קרוב לאמת.ודי בהערה זו
ירח בן יומו
דו זעהסט? עס פאנגט זיך אן מיט'ן קערידזש און דערנאך גייט ער שוין מיט א גאן.
(הא הא הא)
איך האב נישט ארויס לפי זה ווי אזוי געבט מען זיך א עצה מיט וואס לאה אימנו האט געזאגט אויף די נאמען לוי "הפעם ילוה לי אישי "?
קען דען זיין אז לאה האט נישט צוגעהערט צו ר נתן יוסף'ן?
קען דען זיין אז לאה האט נישט צוגעהערט צו ר נתן יוסף'ן?
חלילה בימים ההם לא היתה פרצת הקערידזשעס אפילו אצל אומות העולם
בלאט: 1 2