☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » נייער סאטמארער בית המדרש ווערט געעפנט אין קרית טאהש

נייער סאטמארער בית המדרש ווערט געעפנט אין קרית טאהש

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8155
בלאט: 1 2

איש את רעהו » זונטאג פעברואר 22, 2015 11:07 am

· #255144
שעפטל
לאזט יא לאזט נישט, ס'דא א הייפעלע אידן וואס ווילן א היימישע שוהל, פארוואס זאל מען נישט לאזן עפענען???

אין א שמייכל אין די זייט... רוב די וואס ווילן יעצט עפענען דארט האבן געדאווענט אין אנדערע שוהל'ן אין קרית יואל אין די אנדערע צייטן.... שטיקסט ענק מיט זיי, עסט יעצט שטרוי...

@שעפטל
וואס ביסטו אזוי בשמחה מיט אן אנדערנס מיטמאכעניש

שעפטל » זונטאג פעברואר 22, 2015 12:14 pm

· #255160
אמת'דיג?? איך וועל זיין אויפריכטיג... יענער האט זיך גאנץ ווייניג געקימערט ווען אונז האמער מיטגעמאכט... און אויב עפעס, נאך זיי מחזק געווען... נאדער איט יור טיש

מאטל שניידער » זונטאג פעברואר 22, 2015 12:39 pm

· #255169
די וואך שב"ק האט זיך אפגעשפילט א סענזאציע ווען מען האט נישט צוגעלאזט א אינגערמאן א זון מותיקי אנ"ש געבן א נאמען פאר זיין בת הנולד ביים רבין צוליבן חטא אז ער שיקט זיינע טעכטער אין די אנדערע בית חינוך.
עס איז פארגעקומען קלעפ ווען צוויי גבאים האבן גענוצט הענט צוריקצוהאלטן דעם זיידן צוצוקומען.
עס איז ווארשיינליך פארגעקומען א מיספארשטענדעניש ווארום א צווייטע גבאי האט גערופן דעם בעל שמחה צו קומען צום רבין

איש את רעהו » זונטאג פעברואר 22, 2015 1:16 pm

· #255181
שעפטל
אמת'דיג?? איך וועל זיין אויפריכטיג... יענער האט זיך גאנץ ווייניג געקימערט ווען אונז האמער מיטגעמאכט... און אויב עפעס, נאך זיי מחזק געווען... נאדער איט יור טיש

פאסט נישט
נישט תורה'דיג
נישט מענטשליך

פרייוויליג » זונטאג פעברואר 22, 2015 10:46 pm

· #255358
מאטל שניידער
די וואך שב"ק האט זיך אפגעשפילט א סענזאציע ווען מען האט נישט צוגעלאזט א אינגערמאן א זון מותיקי אנ"ש געבן א נאמען פאר זיין בת הנולד ביים רבין צוליבן חטא אז ער שיקט זיינע טעכטער אין די אנדערע בית חינוך.
עס איז פארגעקומען קלעפ ווען צוויי גבאים האבן גענוצט הענט צוריקצוהאלטן דעם זיידן צוצוקומען.
עס איז ווארשיינליך פארגעקומען א מיספארשטענדעניש ווארום א צווייטע גבאי האט גערופן דעם בעל שמחה צו קומען צום רבין

דיינע קוואטס דערמאנט מיר פון די עיתוני פלסטר דער דורכפאל, וואס פלעגט ערשיינען מידי שבוע ושבוע. זאג מיר נישט אז דו פלעגסט דאס דריקן. 😂

דולה ומשקה » זונטאג פעברואר 22, 2015 11:30 pm

· #255367
פרייוויליג
דיינע קוואטס דערמאנט מיר פון די עיתוני פלסטר דער דורכפאל, וואס פלעגט ערשיינען מידי שבוע ושבוע. זאג מיר נישט אז דו פלעגסט דאס דריקן. 😂


דריקען נישט אבער ערליך געלערנט בשיעור עיון ועמוק בחברותא.
די שקצות איז סאך ערגער ווי סקווירא, און סקווירא פארופט זיך זייער מנהיג אונטער דער נאמען פון רעליגיע אז דאס האט כאילו צו טוהן מיט עפעס וואס רבי יעקב יוסף טווערסקי זצ"ל האט איינגעפירט, אבער און טאהש האט דאס בכלומרשט צו טוהן מיט בריונים וואס נעמען זיך אן אויפו אזוי גערופענעם 'כבוד' פון דער רבי. ווי אזוי האט ר' יצחק יוסף געזאגט: 'בית הכבוד'...

פרייוויליג » זונטאג פעברואר 22, 2015 11:47 pm

· #255372
דולה ומשקה
פרייוויליג
דיינע קוואטס דערמאנט מיר פון די עיתוני פלסטר דער דורכפאל, וואס פלעגט ערשיינען מידי שבוע ושבוע. זאג מיר נישט אז דו פלעגסט דאס דריקן. 😂


דריקען נישט אבער ערליך געלערנט בשיעור עיון ועמוק בחברותא.
די שקצות איז סאך ערגער ווי סקווירא, און סקווירא פארופט זיך זייער מנהיג אונטער דער נאמען פון רעליגיע אז דאס האט כאילו צו טוהן מיט עפעס וואס רבי יעקב יוסף טווערסקי זצ"ל האט איינגעפירט, אבער און טאהש האט דאס בכלומרשט צו טוהן מיט בריונים וואס נעמען זיך אן אויפו אזוי גערופענעם 'כבוד' פון דער רבי. ווי אזוי האט ר' יצחק יוסף געזאגט: 'בית הכבוד'...

ריכטיג, אט אזוי פלעגן זיי שרייבן. עס איז Legit? זיכער! פון וואנעט ווייסטו? ווייל אזוי שרייבן זיי קלאר!

להבהרת הענין, איך געב נישט קיין שיט צו די טאפיק. איך גלייך זייער אויסשמיעסן א צווייטער זייט. די זעלבע קענסטו אויך טון אין סקווירא, די אלע אנדרייערס זיינען זיך ווערט זייער געלט ווען מען באטראכט די אנדערע זייט מטבע.

כזה:
📎 image.jpg

דולה ומשקה » זונטאג פעברואר 22, 2015 11:53 pm

· #255374
ביידע זייטען זענען גערעכט (נישט נאר אין טאהש, נאר בכלל אין אלדגעמיין ביי יעדער חסידות).
איין זייט אז זיי קענען קאנטראלירען קעלבלעך, פארוואס זאלען זיי דען נישט ארויף צווינגען זייער רשעות אויף די נערנים, און ארויס מעלקן פון זיי ווי מיער אלץ בעסער?
דער אנדערע זייט האבען מיט מער רעכט צו זאגען 'משוגע בין איך נישט, איך בין נישט דיין נער', און לאזען זיך נישט ווי שעפעלעך צום שחיטה.

מאטל שניידער » מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:38 am

· #255426
אין טאהש איז איין זאך אנדערש ווי רוב רובם מחלוקת'ן אז די צד שני זענען די וואס זענען אמאל געשטאנען בראש

מאטל שניידער » מאנטאג פעברואר 23, 2015 11:46 am

· #255444

שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 23, 2015 10:33 pm

· #255592
גאנץ זיס, נעווער מיינד

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 23, 2015 11:28 pm

· #255602
מסתם פאלש

למדן » דינסטאג פעברואר 24, 2015 8:46 pm

· #255720
ביי אסאך מחלוקת וועט דיר די אנדערע זייט זאגן אז זיי זענען געווען בראש מתחלה.

קאסטנער » מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:25 pm

· #255996
למדן
ביי אסאך מחלוקת וועט דיר די אנדערע זייט זאגן אז זיי זענען געווען בראש מתחלה.


אבער דא זאגן עס ביידע זייטן.

מאטל שניידער » דינסטאג מערץ 10, 2015 11:03 am

· #257730
לאמיר הערן וואס די דיינים אין שטיבל פ'סקענען:
נעכטן איז פארגעקומען א ברית אין די אפאזיציע שוהל, שטעלט זיך די שאלה צו מעזאגט תחנון צו נישט, סנישט די ערשטע מאל דאס פאסירט פשוט נעכטן איז פארגעקומען געשלעגן בנוגע דעם ענין ביי עטליכע מנינים

לויט אים לכאורה נישט:

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 1:10 am

· #296206
וואס איז געווארען צום זויף מיט די אפאזיציע שול. סשטייט? ס׳שוין פארמאכט?

מאטל שניידער » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:34 am

· #296225
Re: נייער סאטמארער בית המדרש ווערט געעפנט אין קרית טאהש
יא האפנטליך וועט עס בלייבן שטיין נאר אויס אפאזיציע....... די רבי וועט קומען דאווענען דארט איינמאל א חודש אין מוועט צושרייבן בנשיאות צום לעטטערהעד......

מאטל שניידער » פרייטאג מאי 5, 2017 7:51 am

· #369993
Re: נייער סאטמארער בית המדרש ווערט געעפנט אין קרית טאהש
ב"ה די סאטמאר ביהמ"ד אין טאהש שליסט יעצט אויף א בנין
אין אנדערע נייעס האט זיך געעפנט אן אפיציעלער ברסלבער שטיבל אין טאהש.
כאשר יענו כן ירבה

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 9, 2017 9:01 pm

· #370404
מאטל שניידער
יא האפנטליך וועט עס בלייבן שטיין נאר אויס אפאזיציע....... די רבי וועט קומען דאווענען דארט איינמאל א חודש אין מוועט צושרייבן בנשיאות צום לעטטערהעד......

איך פארשטיי נישט: אז ס'קען זיין א טאהשער ביהמ"ד אין קרית יואל, פארוואס זאלל נישט קענען זיין א סאטמארער ביהמ"ד אין טאהש...?!
בלאט: 1 2