עפענען א ביזנעס / קאמפאני
58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8138
עפענען א ביזנעס / קאמפאני
איך האב אין קאפ א פלאן פון א סארט סערוויס ביזנעס online וואס ס'נאך נישטא, עכ"פ גענוי ווי איך שטעל עס אויס.
די ערשטע זאך איז צו רעגיסטרינן א נאמען. קויפן א domain.
די צווייטע זאך איז טרעפן א גוטע Web developer and programmer וואס וועט אויפשטעלן מיין וועב סייט.
די דריטע זאך איז צו זיצען מיט לוייער אויסצוארבעטען אלע חוקים און קאמפאני פאליסיס.
די פערטע זאך איז צו מאכן א באנק אקאונט און אויפשטעלן אלע payment ענינים.
מיין שאלה איז, וויבאלד איך האלט אז מיין איידיע איז געוואלדיג, האב איך שטארק מורא אז ווער ס'הערט נאר מיין פלאן, די לוייער, פראגרעמער, וועט עס אפשר אליין מאכן, אי וויאזוי קען איך זיין זיכער אז קיינער פון זיי וועלן מיר נישט נאכטוהן?
איז אפשר א patent לוייער די ערשטע צו וועם צו רעדן? כ'מוז דאך אבער האבן די סייט אויפגעשטעלט כדי צו קענען ווייזען וויאזוי ס'ארבט?
יפה שאלת בני. איך דריי זיך ארום מיט א געדאנק פון א פראדוקט וואס גייט מיר קאסטן בערך א האלב מיליאן דאלער צו דעוועלאפן, יעצט ביז איך קען אהערשטעלן דאס געלט ווי אזוי קען איך לייגן דערויף א פאטענט איידער איך האב דעם פראדוקט?
בקיצור, אויב איינער האט עקספיריענס מיט פאטענטן זאל ער ביטע זיך אנרופן.
וויאזוי ווילסטו נעמען א פעטענט אויף א סערוויס? נישטא אזא זאך.
פאר מענטשען וואס מ'ארבעט מיט דארפסטו שרייבען א non disclosure agreement און א non compete agreement אז זיי זאלן מוזן ארבעטן מיט דיר און נישט קענען גנב'נען דיין געדאנק.
והעיקר, מען קען זיך נישט פארלאזען אין א ביזנעס אויף פענטענס און סיקרעטס. (חוץ אין גאר געציילטע תחומים געבויט אויף דעם, אבער אוודאי נישט ביי סערוויס און אפילו נישט רוב פראדוקטס). דו דארפסט מאכען דיין סייט אזוי גוט אז מען זאל זיך נישט קענען פארמעסטן מיט דעם. און וויסען אז דאס איז בכלל נישט אזא גרינגע זאך. דיין עיקר מהות וואס דו דארפסט איז די אומצאליגע ארבעט וואס גייט אריין אפילו באופן כללי וואס איר דערציילט עס זאל אלץ קלאפן.
שוין וואס האקט לעיקוואד אריין ביזנעס. אפשר פארשטיי איך יא אבער.
א פאטענט איז טאקע זייער וויכטיג, אבער אויב איינער קאפיעט דיין פראדוקט איז עס נישט בחינם און מ'דארף יענעם שלעפן אין געריכט פאר טויזענטער דאלארן. די בעסטע פאטענט איז איקסעפשינעל גוטע סערוויס.
נעקסט סטעפ, וואספארא סארט לויער דארף איך זוכן?
געטראפן דא:
<a class="postlink" href="http://www.forbes.com/sites/dailymuse/2012/09/18/what-start-ups-should-know-about-hiring-a-lawyer/">http://www.forbes.com/sites/dailymuse/2 ... -a-lawyer/</a>
ס'הייסט א start up lawyer
@אנאנים איך האב נישט קיין שום עקספיריענס אין פראדוקציע, ווי אזוי מאך איך פון א געדאנק א סעמפל?
[ציטאט אראפגענומען]
סאו שארק טענק איז דער מלמד וואס לערנט דער עולם אויס ביזנעס? שיין זעהן מיר אויס..
הכלל, לויט ווי גוגל פארציילט איז נישט פשוט. א סערוויס כמו שהוא קען מען נישט פעטענטען. נאר טאמער קענסטו טענה'ן האסט אויסגעטראכט א נייע פראסעס אדער א קאמפיאטער פראגרעם וואס טוהט דאס אדער אפשר אמאל א נייע ביזנעס מאדעל.
<a class="postlink" href="https://www.sba.gov/blogs/your-business-idea-patentable-guide-what-entrepreneurs-can-patent">https://www.sba.gov/blogs/your-business ... can-patent</a>
דאס איז חוץ דער פראבלעם אז א פענענט אליינס העלפט נישט קיין סאך דארפסט שפעטער דער קאורט זאל מסכים זיין אויך, ווי שוין מעיר געווען.
כוכב@אנאנים איך האב נישט קיין שום עקספיריענס אין פראדוקציע, ווי אזוי מאך איך פון א געדאנק א סעמפל?
כ'האב אויך נישט קיין עקספיריענס, אבער ווי ווייט איך ווייס דארף מען נישט קיין סעמפל, מ'ברויך סתם א סקעטש, און א פונקטליכע דעסקריפשאן וואס דער חידוש פונ'ם פראדוקט איז.
קוק אינ'ם יוסל וואלדמאן אשכול דעם אינטערוויו מיטן בעל הפאטענטן... ווי אויך איז אזוי משמע ווען מען זעט אין די נייעס א פרישע פאטענט פון עפל.
נו, ווער קען מיך שרייבן א סקעטש?
פרעג דעם אלטן האפמאן, אדער ווארשיינליך א לויער
[ציטאט אראפגענומען]
אם קבלה הוא נקבל. די גרויסע ביזנעס מענטשען זענען אויך גרויס געווארען פון וואטשען טעלעווזיע אדער דורך עפעס אנדערש?
לאמיר זאגן אז נישט, אבער בסך הכל ברענגט מען דא אינפארמאציע פון טעליוויזיע צו קאווע שטיבל, כ'זעה נישט פארוואס עס זאל זיין ווייניגער קראנט ווי א צווייטנ'ס געפירקלאכטס.
ר עזריאל שריי נישט איך מיין נאטינג פערסענאל..
די ערשטע זאך וואס זאלסט טוהן. בעט די מענטשען וואס די רעדסט מיט זאלן אונטערשרייבען אן NDA.
א פעטענט לויער איז זייער טייער. דאס זאל נישט זיין די ערשטע זאך.
ב"ה ס'רוקט זיך, איך האב פארצייכענט מיין פלאן אויף פאפיר, און די חשבון שטימט. דאך וואלט איך געוואלט זיך דורכרעדן מיט א קלוגע און ערליכע ביזנעסמאן, בעפאר איך אינוועסטיר דא געלט.
צו וועמען קען מען רעדן?
דאס איז קלאר זאלסט נישט גיין צו א ביזנעס קאנסאלטינט. איך וואלט מציע געווען זאלסט דיר אומקוקן אין דיין סביבה, אין ביהמ"ד, א קרוב וכדומה וואס איז א מוצלח'דיגער גראדער מענטש און אויך נישט א אינוועסמענט געמבלער.
איך זוך נישט א עצה געבער, איך זוך איינער וואס ווייסט וואס איך ווייס נישט. ווי למשל, וויפיל איז נארמאל צו צאלן פאר א וועב זייטל? וויפיל % פון מיין אייגען געלט און וויפיל הלוואות? לוינט זיך צו נעמן א שותף?
לעיקוואד
סאו שארק טענק איז דער מלמד וואס לערנט דער עולם אויס ביזנעס? שיין זעהן מיר אויס..
קאווע שטיבל איז א בעסערע מלמד? פאר איינער וואס פארלאזט זיך אויף ק"ש איז ש"ט אויך גוט!
עס וואלט געווען א אויסטערלישע תועלת אז עס זאל זיך עפענען א מכון (אפילו פאר אן אפצאל) ארויסצוהעלפן היימישע יונגעלייט אריינגיין אין ביזנעס. מיט ראט און טאט, אויסלערנען לכה"פ די מינימום געזעצן און יסודות פאר ביזנעס, און באגלייטן פאר די ערשטע שטיק צייט ביז יענער שטייט שוין פעסט אויף די 2 פוס.
איך רעד פון עקספיריענס. שוין 2 סארטן ביזנעס וואס איך האב געהאלטן ביים עפענען, כ'בין שוין געזעצן מיט מבינים און קאנסאולטענטס, און משום דברים של מה בכך האב איך נישט געהאט די דרייסטקייט און באקאנטשאפט ווי אזוי אריינצושפרינגען. היינט זעה איך אז ביידע סארט ביזנעסער זענען שוין סוקסעספול געווארן אויפגעשטעלט דורך אנדערע אידן, און כ'רייס מיר די האר פון קאפ אז כ'האב נישט געהאט די שכל און די הילף צו זיין דער ערשטער, מיט יארן צוריק ווען קיינער האט נאך נישט גע'חלומ'ט דערפון.
כ'ווייס נישט צו ש"ט צי ק"ש, אפאר דאס איז אמאל זיכער אז אפאר היימישע בעלי בתים זאלן עפענען אזא מכון וואלט עס געקענט ארויסהעלפן אן א שיעור אידן.
כוכב@אנאנים איך האב נישט קיין שום עקספיריענס אין פראדוקציע, ווי אזוי מאך איך פון א געדאנק א סעמפל?
עס איז דא פאר דעם agents וואס פאר אפאר דאלאר קאנעקטען זיי דיר מיט פראדוקציע קאמפעניס אין טשיינע .
געזעהן דעם עד. אבער אז זיי האבן נישט קיין וועב סייט ווי מ'קען זעהן סעמפעלס פון זייערע שטודיעס, און ווער זענען די ריסערטשערס, וועלעכע אינווערסיטי האבן זיי גראדיעטעט, איז עס נישט מער ווי א געלונגענע גוגעל זיכער.
העל איך פרעגן אין אישי
@געפילטע פיששמעקעדיגעס וואלט געווען א אויסטערלישע תועלת אז עס זאל זיך עפענען א מכון (אפילו פאר אן אפצאל) ארויסצוהעלפן היימישע יונגעלייט אריינגיין אין ביזנעס. מיט ראט און טאט, אויסלערנען לכה"פ די מינימום געזעצן און יסודות פאר ביזנעס, און באגלייטן פאר די ערשטע שטיק צייט ביז יענער שטייט שוין פעסט אויף די 2 פוס.
איך רעד פון עקספיריענס. שוין 2 סארטן ביזנעס וואס איך האב געהאלטן ביים עפענען, כ'בין שוין געזעצן מיט מבינים און קאנסאולטענטס, און משום דברים של מה בכך האב איך נישט געהאט די דרייסטקייט און באקאנטשאפט ווי אזוי אריינצושפרינגען. היינט זעה איך אז ביידע סארט ביזנעסער זענען שוין סוקסעספול געווארן אויפגעשטעלט דורך אנדערע אידן, און כ'רייס מיר די האר פון קאפ אז כ'האב נישט געהאט די שכל און די הילף צו זיין דער ערשטער, מיט יארן צוריק ווען קיינער האט נאך נישט גע'חלומ'ט דערפון.
כ'ווייס נישט צו ש"ט צי ק"ש, אפאר דאס איז אמאל זיכער אז אפאר היימישע בעלי בתים זאלן עפענען אזא מכון וואלט עס געקענט ארויסהעלפן אן א שיעור אידן.
ס'פארהאן אזא מכון, מער ווי איינס. זיי הייסן היי סקול, קאלעדזש, ביזנעס סקול...
[ציטאט אראפגענומען]
וויאזוי איז וואן קליק א סערוויס? וואן קליק איז א טעכנעלאגיע. א נייע טעכנעלאגישע אויסטרעף קען מען פעטענטן. א געדאנק פון א סערוויס (ווי למשל uber אדער airbnb) קען מען נישט פעטענטן. וואס זיי קענען יא פעטענטן איז א געוויסע אויסטרעף אין טעכנעלאגיע וועלכע וועט זיין דירעקט פארבינדן מיטן סערוויס אזוי אז עס זאל זיין שווער פאר אנדערע נאכצומאכן.
וואס מ'האט זיך גע'טענה'ט וועגן זיין דער ערשטער אויף די מארקעט: דאס איז נאר גילטיג לגבי א פיזישע אייטעם אויפן שעלף. ווען ס'קומט צו א סערוויס, נאכדערצו א טעכנעלאגישע סערוויס, איז זיין דער ערשטער בכלל נישט קיין מעלה. אויב מאכסטו אן עפפ פאר א רעוואלוצינערישע געדאנק, אבער די עקסעקיושען איז נישט גוט, אדער אפילו עס איז יא גוט אבער א ריז ווי גוגל אדער ווער גנב'ט דעם געדאנק און מאכט עס נאך בעסער דאן איז דאס זיין ערשט גארנישט ווערד. און אין טעכנעלאגיע איז אינעוועטיבל אז ס'זאל זיין נאכמאכער, דערפאר איז דאס וויכטיגסטע יסוד אז מ'זאל זיין די בעסטע, בעסער אפילו ווי די קלאונס.
שארק טענק איז א סקול פאר ווענטשור קעפעטיליסטס און זיך אויסצולערנען פיטשען צו א vc, אבער בכלל נישט פאר ביזנעס. אסאך ביזנעסער וואס קומען ארויף אויף שארק טענק און זיי זענען באמת גוטע ביזנעס איידיעס, גייען ארויס פון דארט באבל וחפוי ראש ווייל פון א ווענטשור קעפעטיליסט'ס פערספעקטיוו דארף מען אדער אינוועסטירערן צופיל כוחות, אדער וועט די ריטוירן נישט זיין גענוג ריזיג. קיין איינע פון די צוויי סיבות איז נישט גענוג פאר א פריוואטן מענטש אפצולאזן א גוטער ביזנעס איידיע. נישט אלעס וואס איז נישט געמאכט פאר ביליאנער אינוועסטירער, איז א שלעכטע ביזנעס.
און דאס זעלבע פארקערט. געוויסע ביזנעסער זענען גארנישט ווערט, אבער מיט מארק קיובענ'ס קאננעקשאנס, אדער מיסטער וואנדערפאל'ס פארשטאנד צו פעטענט ליטיגעשיאן, אדער לארי'ס בחנם'דיגע אדווערטייזמענט אויף קיו ווי סי, קען מען מאכן דערויף געלט, אבער אדערווייז איז עס ווערט א רעטעך.
געפילטע פישס'פארהאן אזא מכון, מער ווי איינס. זיי הייסן היי סקול, קאלעדזש, ביזנעס סקול...
קאמ-אן, געפילטע! ביסט קלוגער פון דעם.
[ציטאט אראפגענומען]
הממ...
[quote="
Time"]of the current Fortune 500 CEOs, some 99% have a college degree. Similarly, of the Forbes 400 richest people in America, 81% hold postsecondary degrees.[/quote]
דער אמת איז, אז אין דעם דיבעיט פון סקולינג אדער נישט סקולינג האלט איך אז מען קען זיך אליינס לערנען, אויב האט מען גאר א שטארקער רצון. אבער משל למה הדבר דומה? צו דער אינגערמאן וועלכע זיצט איינזאם אין א שטילן, טונקלן בית מדרש און אקערט דורך כל התורה כולה און וואקס אויס א תלמיד חכם, ווערסוס דער אינגערמאן וועלכע גייט אריין צו כולל חזון איש און וואקסט אויס דארט. ווער האט מער שאנסן צו מצליח זיין און אנקומען?
די לינקס באווייזן פונקט דאס פארקערטע ווי דאס וואס דו ווילסט מוכיח זיין.
14 ביליאנערן וועלכע האבן נישט געהאט קיין קאלעדזש דעגרי! 8 ביליאנערן וועלכע האבן נישט געהאט קיין קאלעדזש דעגרי! צו שרייבן אן ארטיקל אויף דער איבערוויגנדע רוב ביליאנערן וועלכע האבן יא געהאט א קאלעדזש דעגרי איז נישט אינטערעסאנט ווייל דאס איז די נארמע. אינטערעסאנט איז ווען מען קען שרייבן איבער די וועלכע האבן מצליח געווען למרות זיי האבן נישט געהאט קיין קאלעדזש דעגריס. אין אנדערע ווערטער די ארטיקלן זעלבסט ווייזן אז די זענען יוצאים מן הכלל.
נאך א נקודה: קיינער רעדט זיך נישט איין אז דער פאפיר אויף וועלכער די דעגרי איז געפרינט איז דאס וואס מאכט מצליח זיין. עס איז די לימודים אין קאלעדזש וואס העלפן ארויס. אז דו קוקסט אויף די ליסטע פון 55 ביליאנערן וועסטו זיין אז א באדייטנדער צאל פון זיי האבן באקומען א קאלעדזש עדיועקעישאן אין די פעלדער אין וועלכע זיי האבן אין די ענדע געמאכט זייערע מעלאנעס, כאטש וואס זיי האבן קינמאל נישט באקומען דעם דיפלאמע צעטל. ביל געיטס, מארק זוקערבערג, סטיוו דזשאבס, מייקל דעל, לאורענס עליסאן, פאול עללען, ראלף לאורען - אלע האבן באקומען א גרויס חלק פון זייער עדיוקעישאן וועלכע האט זיי געהאלפן מצליח זיין, אין קאלעדזש (אייגענטליך אז דו קוקסט אין די פארבס לינק שרייבן זיי טאקע אזוי אז טייל קאלעדזש דראפ אוטס האבן באקומען זייערע סקילס אין קאלעדזש). אנדערע וועלכע זענען אויף די ליסטע, ווי וואלט דיזני, סיימאן קאועל און נאך זענען [געווען*] עקסטרעם טאלאנטפול און אויב איינער מיינט אז ער קען ווערן א ביליאנער ווייל וואלט דיזני איז געווארן א ביליאנער איז ער אדער א בעל גאווה אדער א נאר.
*איך זאג געווען בלשון עבר ווייל א גרויס חלק פון די ליסטע זענען מענטשן וועלכע זענען רייך געווארן פאר יארן צוריק, ווי באראן ראטשילד, הענרי פארד, און טאמעס עדיסאן.
און צו איבער'חזר'ן: איך זאג נישט אז מען קען נישט אליינס זיך לערנען, אדער אפילו ווערן א ביליאנער אן זיך גארנישט לערנען. עס איז מעגליך. נאר דאס איז איינמאל זיכער אז צווישן די יא געלערנטע (אפילו די וועלכע האבן זיך אליינס געלערנט, אדער זיך געלערנט אין קאלעדזש נאר נישט געענדיגט צו באקומען א דיפלאם) און די נישט געלערנטע, וועלן די יא געלערנטע האבן צענדליגע מאל מער שאנסן פון סוקסעס. און זיך צו לערנען עפעס אליינס איז פיל מאל שווערער און זעלטן ווי זיך צו לערנען פון איינער וואס קען שוין.
אין קאלעדזש וועט מען לערנען געוויסע כלליות'דיגע יסודות פאר יעדע ביזנעס, יסודות פון פינאנץ, בוכהאלטעריי, און אפשר אפילו מארקעטינג. אויך קען מען זיך לערנען ספעציעל א געוויסע פאך. אבער ווען איימיצער האלט פאקטיש ביים עפענען א ביזנעס, און זוכן מוציא צו זיין מכח אל הפועל די אלע גוטע לימודים, איז נאך אלץ וויכטיג צו האבן אדווייס און גיידענס, פון א עקספיריענס ביזנעס פירער אדער קאנסאולטענט, וואס קען דיר געבן אן אנבייעסד אפיניאן און סוג'דזשעסטנס, פון זיינע עקספיריענס און פרעספעקטיוו. קאלעדזש וועט זיכער צוהעלפן, אנשטאט זיך צו לערנען אויף די אייגענע בארד און אדורכפאלן צענדליגער מאל ביז מען דערלערנט זיך די ריכטיגע מיטלען אין די ביזנעס וועט מען גלייך קענען טון ריכטיגע שריט, אבער איינס ערזעצט נישט דאס צווייטע. אין פאקט, זענען פאראן אן א שיעור קאלעדזש גראדואירטע וועלכע עפענען א ביזנעס נאר כדי עס צו קענען פארשפארן ביז א קורצע צייט אפשניט.
איך ווייס נישט וועגן יא קאלעדזש אדער נישט קאלעדזש יא דעגרי נישט דעגרי
איך קען נאר רעדן פון מיין עקספיריענס
איך בין אין קאלעדזש קיינמאל גיוועהן איך האב א דעגרי קיינמאל באקומען און אין די לעצטע צעהן יאר אליין האב איך שוין גיעפענט און פארמאכט מער ווי פופצן ביזנעס'ס! (אן עוורידזש פון דריי ביזנעס'ס פער צווי יאר)
שמעקעדיגאין קאלעדזש וועט מען לערנען געוויסע כלליות'דיגע יסודות פאר יעדע ביזנעס, יסודות פון פינאנץ, בוכהאלטעריי, און אפשר אפילו מארקעטינג. אויך קען מען זיך לערנען ספעציעל א געוויסע פאך. אבער ווען איימיצער האלט פאקטיש ביים עפענען א ביזנעס, און זוכן מוציא צו זיין מכח אל הפועל די אלע גוטע לימודים, איז נאך אלץ וויכטיג צו האבן אדווייס און גיידענס, פון א עקספיריענס ביזנעס פירער אדער קאנסאולטענט, וואס קען דיר געבן אן אנבייעסד אפיניאן און סוג'דזשעסטנס, פון זיינע עקספיריענס און פרעספעקטיוו. קאלעדזש וועט זיכער צוהעלפן, אנשטאט זיך צו לערנען אויף די אייגענע בארד און אדורכפאלן צענדליגער מאל ביז מען דערלערנט זיך די ריכטיגע מיטלען אין די ביזנעס וועט מען גלייך קענען טון ריכטיגע שריט, אבער איינס ערזעצט נישט דאס צווייטע. אין פאקט, זענען פאראן אן א שיעור קאלעדזש גראדואירטע וועלכע עפענען א ביזנעס נאר כדי עס צו קענען פארשפארן ביז א קורצע צייט אפשניט.
ביזט טיילווייז גערעכט אבער טיילווייז נישט. חוץ פינאנץ, בוכהאלטעריי און מארקעטינג, לערנט מען זיך די סטראטעטגיעס וויאזוי צו מאכן החלטות אין ביזנעס, און וויאזוי צו מאכן ריסוירטש און דעוועלאפמענט. אזוי אויך, איז די נעטווארקינג וואס מען מאכט אין קאלעדזש א גוטע זאך פאר א פאטענציאלער ביזנעסמאן. פארגעס אויך נישט אז אין גוטע קאלעדשעס זענען די פראפעסארן זעלבסט געווענליך עקספיריענסד ביזנעסלייט, און קאנסאלטענטס, ממילא האט מען דאס אויך (א שטייגער ווי גוגל וועלכע האט נאר באוויזן צו באקומען די נויטיגע פאנדס אין די בראשית יארן וויבאלד לערי פעידזש'ס פראפעסאר אין סטענפארד האט פאר אים גע'פועל'ט ביי עטליכע אינוועסטארס).
קאלעדזש איז זיכער נישט קיין גאראנטי פאר סוקסעס, אבער פאר אסאך איז עס א טריט אין די ריכטיגע דירעקציע.
כפה עליו קאפל כגיגית.
📎 IMG-20150205-WA0001.jpg
מען קען נישט ברענגען קיין ראיה לגבי קאלעזש = געלט פון די סעקולערע וועלט, ווייל מען ווייסט נישט וואס איז גורם וואס. דהיינו, מעגליך אז די סיבה פארוואס רוב עשירים זענען עדיוקעיטעד איז וויבאלד א מענטש וואס איז גענוג מאטיווירט און געלונגען צו ווערן אין עושר וועט אויך מצליח זיין אין קאלעדזש.
מיין מיינונג איז אז קאלעזש באמת איז נישט אזוי וויכטיג אין פראקטישע לעבן, אויסער פאר איינער וואס וויל ווערן אן אקעדעמיקער אדער וויל לערנען תורה לשמה. וואס איז יא וויכטיג איז פשוט צו וויסן די אפארטוניטיס און קענען ענגליש וכדו'. איינער וואס איז גענצליך אומוויסנד אין דער אמעריקאנער קולטור און שפראך וועט נאטורליך האבן גרויסע שוועריקייטן צו מצליח זיין אין ביזנעס, אויסער אויב ער האט א שטטרקער חוש דערצו.
לית דין בר נשאיך ווייס נישט וועגן יא קאלעדזש אדער נישט קאלעדזש יא דעגרי נישט דעגרי
איך קען נאר רעדן פון מיין עקספיריענס
איך בין אין קאלעדזש קיינמאל גיוועהן איך האב א דעגרי קיינמאל באקומען און אין די לעצטע צעהן יאר אליין האב איך שוין גיעפענט און פארמאכט מער ווי פופצן ביזנעס'ס! (אן עוורידזש פון דריי ביזנעס'ס פער צווי יאר)
איך קען א יונגערמאן וואס איז נאך קיינמאל ביי א טעראפיסט נישט געווען, און ער האט שוין חתונה געהאט און אפגע'גט מער ווי פיר ווייבער אין די לעצטע אכט יאר!
און דער װאס גט זיך זיבן מאל רופט מען כל מקדש שביעי..
יאירמען קען נישט ברענגען קיין ראיה לגבי קאלעזש = געלט פון די סעקולערע וועלט, ווייל מען ווייסט נישט וואס איז גורם וואס. דהיינו, מעגליך אז די סיבה פארוואס רוב עשירים זענען עדיוקעיטעד איז וויבאלד א מענטש וואס איז גענוג מאטיווירט און געלונגען צו ווערן אין עושר וועט אויך מצליח זיין אין קאלעדזש.
@יאיר טייערער, גערעכט אז correlation does not imply causation אבער אין דעם פאל דארף מען נישט זיין קיין גרויסער חכם צו זיין אז די ידיעות וועלכע מ'איז קונה אין קאלעדזש האבן געהאלפן פילע פון די ביליאנערן אין זייער ביזנעס. ביל געיטס האט נישט געהאט קיין קאמפיוטער אינדערהיים. אלעס וואס ער האט זיך אויסגעלערנט איבער קאמפיוטערס איז געקומען פון היי סקול און קאלעדזש. און זיין חבר פאול עלען, וועלכע איז געווען אן אייניגער שותף און איז אויך א ביליאנער היינט, האט ער באגעגנט אין קאלעדזש. דאס זעלבע סטיוו דזשאבס און וואזניעק - זייערע ידיעות האבן זיי קונה געווען אין קאלעדזש און זיך געטראפן האבן זיי זיך אויך דורך נעטווארקינג אין קאלעדזש. עס איז א no brainer. אין קאלעדזש טרעפן זיי זיך מיט חבירים וועלכע האבן אן אינטערעסע אין די זעלבע נושאים - זאל עס זיין קאמפיוטערס צו סיי וואס - און די חידוד התלמידים העלפט לרווחא שמעתתא אליבא דהלכתא.
מיין מיינונג איז אז קאלעזש באמת איז נישט אזוי וויכטיג אין פראקטישע לעבן, אויסער פאר איינער וואס וויל ווערן אן אקעדעמיקער אדער וויל לערנען תורה לשמה.
קאם אן! רוב פראפעסיאנאלע דזשאבס וועלכע ברענגן פרנסות פון $100,000-$500,000 דאלער א יאר (דאקטאר, לויער, אינדזשעניר, עקטשוערי, פראגרעמער, מאטעמאטיקער, אפטייקער, פיזיקער, כעמיקער, וכו' וכו' וכו') זענען כמעט אך ורק מיט עטוואס קאלעדזש שטודיעס! וויאזוי קענסטו בכלל זאגן אזא זאך? דיין סטעיטמענט איז נאר גילטיג פאר ליבערעל ארטס שטודיעס ווי ענגליש, ליטעראטור, פילאזאפיע, היסטאריע, ארכעאלאגיע וכהנה אין וועלכע עס איז שווער צו טרעפן פרנסות אויסער די אקאדעמישע ווענט. פאר רוב אמעריקאנע מענטשן איז קאלעדזש
די חילוק צווישן א מיטל קלאס לעבן און א לויער קלאס לעבן! (זע אויך
דא פאר אן אינטערעקטיוו טשארט וועלכע ווייזט וויפיל פארשידענע קלאסן פון גראדואירטע - פון הייסקול ביז לאו סקול און אלעס אינצווישן צאלט זיך אויס)
די איינציגסטע וועג וויאזוי כ'קען מלמד זכות זיין דיין סטעיטמענט איז אויב כ'וועל עס אפטייטשן אז דו רעדסט ספעציפיש פון אן MBA (א Masters of Business Administration וואס איז דער טערמין פאר א דעגרי אין ביזנעס שטודיעס פון וועלכע שמעקעדיג, געפילטע פיש, און איך האבן אויבן גערעדט. כ'וועל מודה זיין אז ענטרעפענוערשיפ איז א אינסטינקט וואס מען דארף האבן (אדער זיך לערנען דורך עקספיריענס) און דאס לערנט מען זיך נאר אין די קאלעדזש פון לעבן, אבער דער פאקט איז אז MBAס זענען פון די שענסטע פארדינער (טים קוק פון עפל, לדוגמא, ועיין עוד
דא). און גלייב מיר, אויב איינער וויל ווערן אן אקאדעמיקער אדער לערנען תורה לשמה, לערנט ער זיך געווענליך נישט ביזנעס...
איך הער דיין ארגומענט, יידל. להבהרה בעלמא, דאקטוירים, מאטעמאטיקער און פיזיקער האב איך געמיינט כולל צו זיין אין אקעדעמיקער. דהיינו, א מענטש וואס לערנט זיך א ספעציפישע שטודיע פאר ספעציפישע פאך.
יאיראיך הער דיין ארגומענט, יידל. להבהרה בעלמא, דאקטוירים, מאטעמאטיקער און פיזיקער האב איך געמיינט כולל צו זיין אין אקעדעמיקער. דהיינו, א מענטש וואס לערנט זיך א ספעציפישע שטודיע פאר ספעציפישע פאך.
און דאס איז נישט פראקטישע לעבן? 😲 און וויאזוי איז אן אפטייקער אנדערש ווי א דאקטער?
אקאדעמיקער איז געווענליך אפטייטש איינער וועלכע שטודירט לצורך שטודירן, נישט לצורך ביזנעס/געלט. דער פיזיקער וועלכע זיצט און פארשט די יסודות הבריאה און ווערט אויסגעהאלטן דורך א אוניווערזיטעט אדער ריסוירטש פעסיליטי איז טאקע אן אקאדעמיקער. אבער דער פיזיקער וועלכע ארבעט אין נאסא, אדער דעוועלאפט מעדעצינישע אינסטרומענטן פאר פירמעס אדער דער מאטעמאטיקער וועלכע מאכט מאדעלן פאר בענק אף אמעריקע איז אין מיינע אויגן פונקט אזא ארבעטער און נישט-אקאדעמיקער ווי א סטאק בראוקער.
שוין, איך ווייס נישט פונקטליך. איך רעד זיך איין אז עפעס אן אמת'ע נקודה איז געלעגן אין מיינע ווערטער. ווער עס וויל קען עס אליין אויספיגערן. און אויב נישט איז אויך גארנישט.
😞
לאמיר טרייען אויספיגערן וואס יאיר האט געזאגט..
עס איז דא צוויי נקודות. געלט און לערנען. דא האט מען אנגעהויבען רעדן פון א דעגרי בנוגע מאכען געלט. א צווייטע חקירה איז א דעגרי בנוגע פשוט קענען עפעס.
איז קודם לגבי געלט:
על פי רוב ווען מען רעדט דא פון די צורך אין א דעגרי אויף האבען א דזשאב רעדט מען נישט פון זיין א דאקטער אדער א פיזיקער אדער א לויער. רוב מענטשען ארבעטן נישט אין אזוינע זאכן און זיי זענען לאו דווקא די בעסטע וועגן צו מאכען געלט. רוב סארט דזשאבס וואס פאדערן א דעגרי בעטן דאס בעיקר אויף צו וויסען אז דו ביסט נישט קיין טיפש און דו קענסט זיך לערנען וואס מען דארף אויף די דזשאב. זייער א קליינע פראצענט דזשאבס זענען צו ארבעטן פאר נאסא.
אבער אפילו אין די סארט מקצועות, איז די עיקר סיבה פארוואס מען דארף א דעגרי די געזעץ אדער מוסכמה אז אן א דעגרי לאזט מען דיר נישט זיין א דאקטער. ווי יעדער וואס האט אמאל געזוכט א דזשאב ווייסט, דער עיקר דארף מען עקספיריענס. און אפילו אין אזוינע סארט מקצועות, רוב זאכען לערנט מען פון עקספיריענס נישט פון ביכער און דעגריס. די טעאריע וואס מען דארף וויסען קען מען כמעט פון יעדער מקצוע לערנען אין אפאר חדשים.
יעצט אמת די דעגרי פראגרעמס וואס זענען דא זענען אויסגעשטעלט אויף אן אופן אז מבאקומט טאקע אויך עקספיריענס און קאנעקשינס וכדומה. אבער עס לאזט זיך טענה'ן אז דאס איז א זייער טייערע און נישט מוצלח'דיגע וועג פון דאס באקומען. דער סטודענדט דארף צאלען דערפאר, בשעת וואס ווען ער נעמט זיך אזא אפרענטיסשיפ ביי זיין פעטער דער דאקטער באקומט ער דאס בחינם, און אפשר אפילו מען זאל עם צאלן, און סיי עס איז נישט באמת מקושר מיט די דזשאב. און סיי דער אלטער דאקטער וואלט מער פארדינט אזוי האט ער א תלמיד זאל עם העלפען מיט די פשוטערע חלקים און צוביסעלך זיך לערנען אינגאנצן. ועל דרך זה בכל מקצוע.
פאר די אלע צרכים איז אבער שמעקעדיג גערעכט אז ווען ממאכט אן אייגענער מכון זאל מאכען די קאנעקשינס און פראקטישע הילף איז דאס א פיל בעסערע און געלונגענערע וועג פון דאס אויפטוהן.
נאך א זאך לגבי קאנעקשינס, יעדער איינער ווייסט אז נעטווארקינג איז די וויכטיגסטע זאך אויף צו באקומען א דזשאב. אבער ווייטער פאר א היימישער איד וואס האט שוין 'בילט אין' א ריזיגע נעטווארק פון מענטשען, און לעבט אין אסאך מער א קהילה סארט לעבן ווי ער האט שוין לכתחילה חברים פון ישיבה בית מדרש קהילה חסידות משפחה וכו' וכו', איז נישט קיין דמיון צו דער גוי וואס לכתחילה איז זיין נעטווארק געבויט ארום די קאלעדזש וכדומה. און עס איז דא אסאך וואס זיך צו באנוצען מיט דער קהילה וואס איז שוין דא הגם עס איז אויסגעשטעלט אביסעל אנדערש. און פאר דעם קען ווייטער שמעקעדיג'ס מכון אסאך העלפען.
יעצט לגבי לערנען סתם אזוי, איז אוודאי פאר רוב מענטשען א מסגרת די בעסטע וועג וויאזוי זיי לערנען זיך א מקצוע, מען דארף אבער וויסען די הגבלות דערפון. א סקול בויט זיך אויף א סטאנדאראזירטע (ליין:סדום-בעטל) וועג פון לערנען און בוחן זיין ווער עס קען. האלב פון מצליח זיין אין א סקול איז נישט נאר פארשטיין די חומר הלמודים נאר פארשטיין וויאזוי מען איז מצליח אין די סיסטעם פון לערנען , פון וויסען וואס און וויאזוי מען פרעגט אויף די בחינה, פון קענען טאקע די ריכטיגע שיטה וואס דער פראפעסער לערנט אויס, אא"ו. איינער וואס איז באמת אינטרעסירט אין תורה לשמה און האט די נערוון צו לערנען איז א קאלעדזש א הגבלה פונקט ווי עס העלפט.
א חוץ MBA האט יידל אויסגעלאזט די גאנצע פיינעשעל און בענקינג אינדאסטרי, ווי טויזענטער מענטשן פארדינען אין וועזעשעס מיליאנען דאללארן א יאר, און די איינציגסטע וועג צו באקומען דארט א פאסטן, איז נאר אויב מען גראדואירט פון הארווערד אדער יעיל מיט די בעסטע סקאורס, פלאס די נויטיגע קאנעקשאנס וואס מען פיקט דארט אויף.
נאך א נקודה, איך קען א בוי וואס איז צוויי און צוואנציג יאר אלט וואס שטודירט ביזנעס דא אין ניו יארק, ער מיט נאך אפאר קאלעזש קאלעגעס האבן שוין א שטיקל אינוועסמענט פירמע, ווי זיי אינוועסטן געלט אין די סטאקס, ווי דערווייל האט ער שוין געמאכט גאר שיינע רוחים.
יעצט איך גלויב באמת אז דער זעלבער אינגערמאן אויב וואלט ער געווען א היימישער, וואלט ער מיט זיין אייזערנעם קאפ און פארשטאנד צו ביזנעס זיכער אויך געווארן א מיליאנער, אבער ווי איז אונזער מקוה פליפער נעטווארקינג בכלל א צושטעל צו די אפפערטנעטי וואס ער האט אין קאלעזש, מיט פראפעסארן ריעל עקספערטן אין ביזנעס פלאס א נעטווארק פון טויזענטער געריבענע בחורים ובחורות, וואס אלע זענען דארט מיט איין צוועק צו לערנען ביזנעס, און רוב פון זייערע עלטערן זענען עשירים.
סתם פאר אינטרעסאנטקייט,
.
📎 דער איד פרשת יתרו.jpg 📎 USA_Today.jpg
Re: עפענען א ביזנעס / קאמפאני
positive.yidאיך האב אין קאפ א פלאן פון א סארט סערוויס ביזנעס online וואס ס'נאך נישטא, עכ"פ גענוי ווי איך שטעל עס אויס.
די ערשטע זאך איז צו רעגיסטרינן א נאמען. קויפן א domain.
די צווייטע זאך איז טרעפן א גוטע Web developer and programmer וואס וועט אויפשטעלן מיין וועב סייט.
די דריטע זאך איז צו זיצען מיט לוייער אויסצוארבעטען אלע חוקים און קאמפאני פאליסיס.
די פערטע זאך איז צו מאכן א באנק אקאונט און אויפשטעלן אלע payment ענינים.
מיין שאלה איז, וויבאלד איך האלט אז מיין איידיע איז געוואלדיג, האב איך שטארק מורא אז ווער ס'הערט נאר מיין פלאן, די לוייער, פראגרעמער, וועט עס אפשר אליין מאכן, אי וויאזוי קען איך זיין זיכער אז קיינער פון זיי וועלן מיר נישט נאכטוהן?
איז אפשר א patent לוייער די ערשטע צו וועם צו רעדן? כ'מוז דאך אבער האבן די סייט אויפגעשטעלט כדי צו קענען ווייזען וויאזוי ס'ארבט?
@positive.yid איך האב פונקט אריין געפאלן דא אין באמערקט אז די האסט גרויסע פלענער מיט געוויסע פראבלעמן פון לויערס.... וואס קענען גנבנ'ן דיין פראיעקט במילא אויב עס איז נאך נוגע גיב איך דיר דא א לינק וואס קען דיך העלפן אלעס אליין מסדר זיין... א בחינם'דיגע וועבזייטל ווי אויך אסאך הילף אינעם קאמיונעטי... כאפ א בליק עס קען זיין גאר אינטרעסאנט פאר דיר און קאסטן אסאך ווייניגער געלט.
http://www.wealthyaffiliate.com?a_aid=14bbe26cיישר כוח
מיין פלאן האט זיך אפגעשטעלט אויף דערווייל, צוליב די גרויסע סומע געלטער וואס דארף אינוועסטירט ווערן נאר אנצוהייבן.
Re: עפענען א ביזנעס / קאמפאני
positive.yidיישר כוח
מיין פלאן האט זיך אפגעשטעלט אויף דערווייל, צוליב די גרויסע סומע געלטער וואס דארף אינוועסטירט ווערן נאר אנצוהייבן.
אויב איז עס צילוב די אנהויב פינעם פראסעס דהיינו עפענען און אויסשטעלן א וועבזייטל domain וכדו'.. איז דאס זייער געאייגנט פאר דעם..
Re: עפענען א ביזנעס / קאמפאני
positive.yidיישר כוח
מיין פלאן האט זיך אפגעשטעלט אויף דערווייל, צוליב די גרויסע סומע געלטער וואס דארף אינוועסטירט ווערן נאר אנצוהייבן.
מדארף נישט אפשטעלן א פראיעקט לכבוד געלד מקען נעמען א געלד שותף. אדער ווער זאגט סנויטיגט אזויפיל געלד האסט עס דורך געשמוסט מיט א בר דעת ?
א געלט שותף איז שייך ווען איינער טוט די ארבעט, און איינער לייגט אויס די געלט. אבער אז מ'דארף נאר געלט, און די ארבעט ווערט געמאכט דורך א מומחה וואס מ'באצאלט, ווי איז שייך שותפות.
יא. דורך געשמועסט מיט א בר דעת