Re: עפענען א ביזנעס / קאמפאני
שוין אז די האסט עס דורך געשמוסט מיט איינעם אין מווייסט שוין אז געלד איז די פראבלעם.
איז ווי זוי גייסטו סאלווען די פראבלעם אויב נישט מיט א שותף אדער בארגען די געלד ?
ביז איינטאג העסט שוין האבן די געלד העסט ווילען אונהייבן וועסטו געוואר ווערן אז איינער האט דיך אויסגעכאפט.
וואס איך מיין ארויסצוברענגן איז אז ווארטן איז נישט קיין עצה.
איך זוך איינער וואס האסט סוקסעספולי אויפגעמאכט א ביזנעס (איך רעד נישט פון קיין אנליין ביזנעס) וואס האט מצליח געוועהן.
איך בין אין די פראסעס פון אויפמאכן א ביזנעס יעצט און איך זוך צו רעדן צו ווי מער סוקסעספול ביזנעסלייט.
איך זוך נישט געלט, איך זוך נאר עדווייס פון מענטשן וואס האבן שוין מצליח געוועהן אין ביזנעס.
אויב ביסטו אזא איינער וואס איך זוך און וואלסט מסכים געוועהן צו רעדן צו מיר, ביטע קאנטאקט מיר אין אישי.
יישר כח.
זאל זיין מיט הצלחה. איך וואלט אבער מציע געווען זאלסט נישט סתם גיין רעדן מיט איינעם אין אישי וואס דו קענסט נישט פרעזענדליך. בעסער איז אויב דו רעדסט צו א לעבעדיגע מענטש וואס דו קענסט און טראסט. בדיעבד קענסטו עס דא אויסשמועסן ברבים, אז אויב איינער זאגט עפעס וואס טויג נישט קען אים כאטש איינער אפפרעגן אדער אויסבעסערן. ווי אויך קענסטו דא ברבים הערן חות דעת און צדדים פון מערערע מענטשן און בורר זיין וואס מאכט סענס.
רויטע וואנצעסזאל זיין מיט הצלחה. איך וואלט אבער מציע געווען זאלסט נישט סתם גיין רעדן מיט איינעם אין אישי וואס דו קענסט נישט פרעזענדליך. בעסער איז אויב דו רעדסט צו א לעבעדיגע מענטש וואס דו קענסט און טראסט. בדיעבד קענסטו עס דא אויסשמועסן ברבים, אז אויב איינער זאגט עפעס וואס טויג נישט קען אים כאטש איינער אפפרעגן אדער אויסבעסערן. ווי אויך קענסטו דא ברבים הערן חות דעת און צדדים פון מערערע מענטשן און בורר זיין וואס מאכט סענס.
יישר כח. איך פלאן נישט נאר צו הערן פון איינעם אין אישי.
איך רעד צו יעדע ביזנעסמאן וואס איך קען און איז גרייט אויפצומאכן זיין מויל. ווי מער עצות און הדרכה, אלס בעסער.
@יאיר טייערער, גערעכט אז correlation does not imply causation אבער אין דעם פאל דארף מען נישט זיין קיין גרויסער חכם צו זיין אז די ידיעות וועלכע מ'איז קונה אין קאלעדזש האבן געהאלפן פילע פון די ביליאנערן אין זייער ביזנעס. ביל געיטס האט נישט געהאט קיין קאמפיוטער אינדערהיים. אלעס וואס ער האט זיך אויסגעלערנט איבער קאמפיוטערס איז געקומען פון היי סקול און קאלעדזש. און זיין חבר פאול עלען, וועלכע איז געווען אן אייניגער שותף און איז אויך א ביליאנער היינט, האט ער באגעגנט אין קאלעדזש. דאס זעלבע סטיוו דזשאבס און וואזניעק - זייערע ידיעות האבן זיי קונה געווען אין קאלעדזש און זיך געטראפן האבן זיי זיך אויך דורך נעטווארקינג אין קאלעדזש. עס איז א no brainer. אין קאלעדזש טרעפן זיי זיך מיט חבירים וועלכע האבן אן אינטערעסע אין די זעלבע נושאים - זאל עס זיין קאמפיוטערס צו סיי וואס - און די חידוד התלמידים העלפט לרווחא שמעתתא אליבא דהלכתא.
@יידל, פאר יור אינפערמעשאן איז אינטערסאנט צו אנצייכענען אז ביל געיטס און סטיוו זענען ביידע געווען סקול/קאלעדזש דראפאוטס 🙂
Re: עפענען א ביזנעס / קאמפאני
פאטעטא טשיפס@יאיר טייערער, גערעכט אז correlation does not imply causation אבער אין דעם פאל דארף מען נישט זיין קיין גרויסער חכם צו זיין אז די ידיעות וועלכע מ'איז קונה אין קאלעדזש האבן געהאלפן פילע פון די ביליאנערן אין זייער ביזנעס. ביל געיטס האט נישט געהאט קיין קאמפיוטער אינדערהיים. אלעס וואס ער האט זיך אויסגעלערנט איבער קאמפיוטערס איז געקומען פון היי סקול און קאלעדזש. און זיין חבר פאול עלען, וועלכע איז געווען אן אייניגער שותף און איז אויך א ביליאנער היינט, האט ער באגעגנט אין קאלעדזש. דאס זעלבע סטיוו דזשאבס און וואזניעק - זייערע ידיעות האבן זיי קונה געווען אין קאלעדזש און זיך געטראפן האבן זיי זיך אויך דורך נעטווארקינג אין קאלעדזש. עס איז א no brainer. אין קאלעדזש טרעפן זיי זיך מיט חבירים וועלכע האבן אן אינטערעסע אין די זעלבע נושאים - זאל עס זיין קאמפיוטערס צו סיי וואס - און די חידוד התלמידים העלפט לרווחא שמעתתא אליבא דהלכתא.
@יידל, פאר יור אינפערמעשאן איז אינטערסאנט צו אנצייכענען אז ביל געיטס און סטיוו זענען ביידע געווען סקול/קאלעדזש דראפאוטס 🙂
הייסט זיי האבן נישט באקומען דער פאפיר אויפצוהענגן אויפן וואנט וועלכע איז מעיד אז זיי האבן געלערנט אין קאלעדזש? וויאזוי איז דאס נוגע? די ויכוח איז נישט צו גראדואירן העלפט (כאטש דאס אויך, פאר נישט-ביליאנערן) נאר צו קאלעדזש העלפט.
Re: עפענען א ביזנעס / קאמפאני
איך עפן בעזה"ש א ביזנעס מיט א וועבסייט וואס א גרויסע חלק פון די ביזנעס. וויל איך אנפרעגן ביי די טייערע חברים ווער עס איז גוט צו דעוועלאפן א וועבסייט, נישט נאר מכח די דיזיין נאר די functionality דערפון איז וויכטיגער וויבאלד עס דארף קענען סאך מער ווי ווייזן pages. אויך זיך איך א רילייעבעל מענטש וואס וועט נישט רייסן געלט פאר יעדע קלייניגקייט וואס מען דארף צולייגן.??
אויך וויל איך וויסן אויב עס איז אן אפשען צו ניצן א גוישע קאמפעני אויב ער איז ביליגער יותר משתות, אדער עס קען נאר ברענגען צרות?
נאך עפעס, די נאמען וואס איך האב אויסגעוועלט זע איך איז די דאמעין שוין געכאפט, לוינט זיך צו צולייגן אותיות צום נאמען אדער מאכן .org .net or .nyc.?
I'll really appreciate any suggestion
נ.ב. א וועב דעזיינער וואס עדווערטייזט זיך דא איז עובר אויף לפני עור דאורייתא