גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן 144 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8127
גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן
שפרידלדיגע מוסר געדאנקן און ווערטלעך: ≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈≈ 1) צוברעך נישט דעם שפיגל אויב געפעלט דיר נישט וואס דו זעסט דערין. 2) אויב דו ווילסט דאס נישט אליינס טון דאן באפעל נישט דיין ארבייטער דאס צו טון. אויב דו ווילסט נישט גיין צום עמוד שיק נישט צו א צווייטן. 3) איך וואלט שוין מוחל געווען צענזורירער, אבער נישט דאס זאגן אז דאס ארגינעלע איז צענזורירט. 4) אויב מעלדסטו נישט איין דעם שנארכער וועט ער קיינמאהל נישט וויסן דאס ער איז איינס. 5) ס'דא אזעלכע וואס קענען דיר דערמאנען אז דו האסט פארגעסן. 6) זאגן אז סייענס איז נישט בינדענד איז ווי פארמאכן דעם צייטונג וואס אלארמירט דעם רויכערער. 7) א שטעקן האט טאקע צוויי זייטן, אבער אויך א מיטלעסטע חלק וואס פארבינדט זיי ביידע. 8) "ברעך דיך קאפ" איז מער אמת ווי משל. 9) ס'וועט נאך קומען א צייט ווען ס'גייט קומען א צייט. 10) שוועריקייטן איז א גוטע באווייז אז ס'איז ווערד דאס וואס דו טוסט. 11) כ'האב פשוט מורא אז איך גיי מורא האבן. 12) ראובן פרובירט רעדן מיט שמעון, אבער שמעון איז פארנומען פרובירן רעדן מיט לוי, אבער לוי איז פארנומען פרובירן רעדן מיט ראובן, אבער.... 13) דאס בעסטע אריינפיר צו א שקר איז דאס זאגן "אין אמת'ן אריין." 14) זיי זאגן מיר; "אויב דו האסט נישט וואס צו טון, טו עס נישט דא." פיין, אבער וואס! זאל איך נישט טון דא? 15) ווען מ'וואלט געקענט פרעגן תירוצים וואלט מען נישט געדארפט פרעגן קושיות. 16) ביי וועם "ס'קען זיין" איז א פאקט ביי אים איז א "פאקט" א ס'קען זיין. 17) 1 מיט 1 איז טאקע אלעמאל צוויי, אבער נישט אלעמאל איז דאס 1 מיט 1. 18) אויב איך מיין אז איך נאר מיר, האב איך מיר זיכער גענארט? 19) איידער די צייטן פון ר' נחמן מ'ברסלב איז ייאוש געווען פארהאנען? 20) כאפט אריין א לעבן ווילאנג איר האט נאך וואדקע, ווייל אויף די וועלט גייט דאס אינאיינעם. 21) ס'וועט נאך קומען א צייט ווען ''לשון סגי נהור'' וועט געזאגט ווערן די גראדע וועג.
מאטי 11) כ'האב פשוט מורא אז איך גיי מורא האבן.
VIDEO
#2 האב איך געפארווערט פאר מיין בעה'ב. ער טוט דאס יעדן טאג....
שמעקעדיג #2 האב איך געפארווערט פאר מיין בעה'ב. ער טוט דאס יעדן טאג....
וועלכע חלק פון נומבער 2 ער שיקט דיר צו צום עמוד?
22. די איינציגסטע וועג אנצוקומען צו א פעסטע הצלחה איז פעסטע ארבעט. 23. עס זענען דא צוויי מיני מענטשן אין דער וועלט: געבערס און נעמערס. די נעמערס קענען עסן בעסער, אָבער די געבערס שלאָפן בעסער. 24. הייב אן דיר צו פאררעכטן און ליב האבן אנדערע, אנשטאט זיך ליב צו האבן און פאררעכטן אנדערע. 25. דו מאכסט די וועלט אַ בעסער פּלאַץ דורך מאכן זיך אַ בעסער מענטש.
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: ייש"כ. ער (אלבערט איינשטיין) האט כאטש פארשטאנען און איינגעזעען זיין נישטיגקייט לגבי די יניווערס. די בריאה פון הקב"ה. מ'זאגט אז ער איז צוגעקומען צו אמונה אין בורא כל עולמים, ביים סוף פון זיינע יארן. דורך אלע זיינע פארשונגען...!
כלל גדול If it ain't broken, don't fix it ___________________________ עצה וויאזוי צי מצליח זיין אין לעבן It's not who you are, it's who you know
26) בעקעלעך ווערן נישט ביליגער זיי ווערן בלויז דינער. 27) ס'איז גרינגער צו באקומען אן אפוינטמענט מיט סיי ווער, ווי מיט זיך אליינס. 28) אויב ווילסטו וויסן צו דער מענטש איז מסודר'דיג, באטראכט זיין דעש-באורד. 29) ס'דא מאנכע וואס ווערן היימלאז בלויז אלס קונסט. 30) מיטן זיך באזעצן אינעם פריש אנדעקטן קאנטינענט "אמעריקע" איז צערינען דאס לעצטע האפענונג אז כאטש א שטיקל פונעם פלאנעט וועט געניסן פון פרייהייט.
31. ווען דו וועלסט אויס זיך צו באנעמען מיט מענטשן אויף א שיינעם פריינטליכן וועג, וועלסטו שוין אויך אויס די וועג וויאזוי זיי זאלן זיך באנעמען מיט דיר. 32. דו באקומסט די בעסטע ארויס פון אנדערע מענטשן, ווען דו גיסט דו בעסטע ארויס פון דיר. 33. באגלויבטקייט איז זייער א טייערע זאך, ערווארט עס נישט פון ביליגע מענטשן. 34. צומאל קען זיין די קלענסטע טריט וואס דו מאכסט אויפן ריכטיגן וועג די גרעסטע טריט אין לעבן.
35. א אקס האט א גרויסע צונג און קען נישט רעדן, א מענטש האט א קליינע צונג און טאר נישט רעדן
36. רבונו של עולם, גיבסטו אונז דיין גוטס גיב אונז דיין שכל, אז דו גיבסט אונז אונזער שכל גיב אונז אונזער גוטס.
37. א איד קען קיינמאל נישט זיין ליידיג, ער דארף זיין אדער מלא בושה וכלימה, אדער מלא מיט תורה ויראת שמים. 38. שמעון ולוי האבן מקנא געווען קנאת ה' לשם שמים, און נאכאלץ האט יעקב געזאגט ארור אפם כי עז .
39. ביי אתה חונן האב אינזין, השי"ת איך ווייס דו וועסט מיר געבן די דעת, גיב מיר דאס אין מינוט פריער און נישט איין מינוט שפעטער.
40. א איד טוהט אלעס מיט כוונה חוץ פון שמונה עשרה.
41. האלט דיין בליק אויפן עתיד, ווייל דאס איז ווי דו גייסט פארברענגען דיין גאנע לעבן. 42. צו זיין אין דיינע קינדערס זכרונות מארגן, דארפסטו זיין אין זייערע לעבנס היינט. 43. ווען אלעס קומט דיר אן אין דיין וועג, ביזטו געוונליך אין די Wrong Direction. 44. זיי א מענטש וואס מאכט יעדן פילן ווי א מענטש. 45. אנצוקומען אויף די גאס פון סוקסעס, דארף מען דורכגיין די גאס פון דורכפאל.
46. פילע שיפן זענען שוין דורך געשווימען דעם ים, קיין איינער האט נאך דארט נישט אויסגעפלאסטערט קיין וועג (נמשל: די לעבן). ר' עקיבא איגר זי"ע 47. אז עס גייט נישט ווי מען וויל וויל מען ווי עס גייט. 48. אייביג און יעדער איז רעלאטיוו. 49. ליגנט טאר מען נישט זאגן, דאם אמת דארף מען נישט זאגן. 50. שקר אין לו רגלים, ווייל מען טראגט איהם אויף די הענט.
51) פארוואס זענען די פארצייטישע פירער געווען פאסטוכער? ווייל זייערע חסידים האבן זיך נישט געלאזט.
אדער ווייל זייערע חסידים זענען געווען שעפעלעך....
געוואלדיג אדער ווייל זייערע חסידים זענען געווען שעפעלעך....
האסט פארפאסט די נקודה, דהיינו, די היינטיגע, דארפן נישט קיין שאף צו זיין א פאסטוך.
נישט ריכטיג ביי יעדעם... אין נאדבארנא האט מען געוואוסט אז אזוי ווי א קאץ האט קעצעלעך האט א רבי רבי'לעך....
ס' זאגט זיך זייער גיט אין ענגליש, א טייער ווארט! We aren't what we think we are, but what we think, we are
אין אידיש: 52. מיר זענען נישט וואס מיר טראכטן אז מיר זענען, אבער וואס מיר טראכטן דאס זענען מיר.
דבר חכמה-עד דכדוכה של נפש
מ'קען באשרייבן יעדער מענטש פון דריי אנדערע קוק ווינקלען און ס'וועט זיך גארנישט דערקענען אז מ'רעדט פון די זעלבע מענטש: 1) וואס די מענטש אליין האלט אז ער איז. 2) וואס אנדערע מענטשן האלטן אז ער איז. 3) וואס דער מענטש מיינט אז אנדערע מענטשן האלטן אויף אים.
53. צוויי זאכן דעפינירט דעם מענטש, זיין געדולד ווען ער האט נישט גארנישט, אוון זיין וועזן ווען ער האט אלעס. 54. עס איז נישטא נאך אזא טייערע זאך ווי א פארלוירענע געלעגנהייט. 55. די שווערסטע זאך צו טראגן אי פאראיבל. 56. לעב נישט איבער די זעלבע יאר 75 מאל און רוף עס נאך א לעבן. 57. גליקליכקייט איז נישט געוואנדן און וואס עס טוט זיך ארום דיר, נאר וואס עס טוט זיך אין דיר.
56) איז קולע האבן על השערה!!!
יעדע מעשה האט דריי זייטן 1)זיין זייט 2)איהר זייט 3)די עכטע מעשה
58) וויפיל מענטשן זענען שוין משוגע געווארן דינענדיג דעם מזבח וואס רופט זיך "נארמאלקייט." 59) וואס איז די חילוק צווישן א קאר און א פערד-און-וואגן. א קאר זיצט דער פערד אינעווייניג.
60. מען קען נישט ארויף שטופן איינעם אויפן לייטער, נאר אויב ער איז וויליג צו קריכן דערויף. 61. עס איז נישט שווער אפצומאכן וואס איז וויכטיג פאר דיר, עס איז שווער אויס צו פיגורן וואס דו ווילסט אויפגעבן עס צו דערגרייכן. 62. גארנישט לויפט אליינס, נאר אויב עס לויפט בארג אראפ. 63. מען לערנט זיך נישט אויס וואקן דורכ פאלגן די אינסטרוקציעס, נאר דורך גיין און דורכפאלן. 64. עס איז נישטא קיין שמייכל אן קיין צווייטע איד, עס איז נישטא קיין פריינד אן קיין צווייטע איד.
נומער 64 קומט פון דעם ווארט אין ענגליש, נאר איך האב עס איבערגעטייטשט. There is no SM_LE without "I" and there is no "FR_END" without "I", but I can't achieve S_CCESS without "U".
דיינע איצטיגע מסקנות זענען בלויז נאך א רינגעלע אינעם קייט פון פריערדיגע מסקנות וואס שפעטערע גייען נוצן בלויז צו מאכן זייערע אייגענע מסקנות וואס נאך שפעטערע גיין נוצן פאר זייערע.
66. אונז מאך מיר אלע אויסוואלן אין לעבן, צום סוף אונזער אויסוואל מאכט אונז. 67. איך האלט און איין דורכפאלן איינמאל און נאכאמאל, דאס איז די סיבה צו מיין סוקסעס. 68. טוהן מוז נישט אלץ ברענגען סוקסעס, אבער עס איז נישטא קיין סוקסעס אן טוהן.
69. אשאד צו פארפאטשקען א שיינע מעשה מיט עכטע פאקטן.
70. מען קען קיינמאל נישט וויסן וואס אפאר גוטע ווערטער קען טוהן מיט א לעבן. 71. רוב פראבלעמען און לעבן קומען וועגן צוויי סיבות, 1) מענטשן טוהן אן טראכטן, 2) מענטשן טראכטן אן טוהן. 72. די חילוק פון וואס דו ביסט, און וואס דו ווילסט זיין, איז דיינע מעשים וואס דו טוסט.
73. די כסדרדיגע צורך פון מאכן יענעם צופרידן, אויפן חשבון פון די אייגענע צופרידנקייט, וועט דיר חרוב מאכן דאס לעבן. 74. צומאל האבן מענטשן פיינט דעם אמת, די זאך איז נאר אז דעם אמת גייט עס נישט אן. 75. די שייכות וואס דו האסט מיט דיר אליינס, שטעלט פאר דיין שייכות מיט אנדערע מענטשן.
76. האלט דיר נישט צו קיין טעות נאר ווייל עס האט גענומען אסאך צייט עס צו מאכן.
77. לעב פאר זיך, ווייל א צווייטער קען דאס נישט.
78. אז ד'רבי בלאפט, בלאפן אלע חסידים.
79. וואס מענטשן דארפן איז נישט א בריליאנטענעם מח וואס רעדט, נאר א ספעציעלע הארץ וואס הערט און פארשטייט. 80. וועסט קיינמאל נישט באמת ליב האבן א צווייטן, ביז דו האסט נישט דיר אליין ליב. 81. די גרעסטע ריזיקע אין לעבן, איז נישט צו נעמען קיין ריזיקע.
אידעלע, דו האקסט שטיקער פון מיר!!!
82. עס איז נישט אזוי שלעכט צו זיין גוט, און עס איז נישט אזוי גוט צו זיין שלעכט.
83. סוקסעספולע מענטשן האבן שטענדיג צוויי זאכן אויף זייערע ליפן, א שטילשווייגעניש אין א שמייכל, א שמייכל צו סאלווען די פראבלעמען, אין א שטילשווייגעניש צו פארמיידן די פראבלעמען.
84. די גוטע צייטן זענען געווען אזוי לאנג צוריק אז מען געדענקט שוין נישט אז עס איז נישט געווען אזוי גוט.
85. שטיי אוועק פון נעגאטיווע מענטשן, זיי האבן א פראבלעם פאר יעד סאלושען. 86. קוראזש איז נישט די פארקערטע זאך פון מורא, עס איז די זאך וואס מען נוצט אנשטאט מורא. 87. מיר קענען נישט טוישן אלעס, מיר קענען טוישן עפעס.
88. אראפאלן איז א חלק פונעם לעבן, דאס זיך אויפשטעלן דאס איז די לעבן אליינס. 89. עס איז נישטא קיין שום סיבה צו קוקן אויף צוריק, ווען עס איז דא אזוי סאך צו קוקן אויף פאראויס. 90. געווינען מיינט נישט אלץ אז דו ביסט די ערשטע, עס מיינט ענדערשער אז דו טוסט בעסער ווי דו האסט געטוהן פריער.
ס'דא ווערטער וואס קענען חרוב מאכן מער ווי טויזענט בילדער.
איך וויל נישט חלילה אריינברענגן א קרירות, אבער כדי די הערצער זאלן נישט פלאצן פון התלהבות מוז איך מעתיק זיין מש"כ זה מכבר:
ונבנתה העיר מעודי תמהתי אויף די וואס מאכן מעשיות און דערנאך זעצן זיי זיך ארויסלערנען דערפון... כ'האב געזעהן א ביכל פון מאיר ברוך שטיין 'דער אייביגער קוואל', עכ"פ האט ער דארט א משל באריכות גדול ונורא, עטליכע בלעטער, א פוקס איז אנטלאפן פון א לייב, אזוי אינמיטן לויפן איז ער אנגעקומען צו א וואנט וואס ער האט נישט געקענט אריבער-שפרינגן, האט ער מחליט געווען אז ער וועט שפילן ווי ער איז טויט, וכך הוי, ווען דער לייב איז אנגעקומען האט ער געטראכט אז די ציין פון א טויטע פוקס איז דאך מסוגל איינצושלאפן האט ער איהם אויסגעריסן די ציין. שפעטער איז אנגעקומען א וואלף, איהם איז געפאלן די וויידל, האט ער עס אפגעביסן און דער פוקס האט ווייטער געשפילט טויט, וכו' וכו', צום סוף האט איינער איהם געוואלט אראפנעמען די הויט, האט דער פוקס געזעהן אז עס איז כלו כל הקיצין, האט ער זיך צוזאמען-גענומען אלע כוחות און געגעבן א שפרינג איבער די וואנט. שטעלט הרב שטיין א מורא'דיגע קשיא, אויב האט דער פוקס נישט געהאט די כוחות אין אנפאנג אריבער-צושפרינגן די וואנט, ווי אזוי האט ער עס באוויזן ווען ער האט שוין נישט געהאט א וועג ארויס? פון דעם זעהט מען, פיהרט הרב שטיין אויס מיט פאטאס, אז אויב וכו' וגו'. עס איז אבער זייער אינטערעסאנט, ווייל אין מיין דמיון האט די מעשה זיך גענדיגט גאר אנדערש, דער פוקס האט נעבעך פראבירט מיט אלע כוחות אריבער-צושפרינגן די וואנט, אבער וויפיהל ער האט נאר פראבירט איז עס נישט געגאנגן, און ער האט געהאט א שרעקליכן סוף. איך האב זיך נאכנישט אוועקגעזעצט ארויסצולערנען עפעס פון דעם.
איהר פארשטייט וואס איך מיין, יא? אריינלייגן עפעס אין סלאגאנישע ווערטער מאכט עס נישט מער אמת.
איך מיין אז מאטי האט טאקע דיר געמיינט 😂 😂 נאר בדרך צחות
92. לייג נישט אריין דיין שליסל צו שמחה און יענעמס טאש. 93. טראכט צוויי מאל פאר דו רעדסט, ווייל דיינע ווערטער וועט איבער וועגן יענעמס מיינונג, צו דיין סוקסעס אדער דורכפאל. 94. לאז דיך נישט פון איינער וואס האט נאכנישט אויפגעטוהן גארנישט, דיך צו הייסן טוהן עפעס.
מאטי ס'דא ווערטער וואס קענען חרוב מאכן מער ווי טויזענט בילדער.
ווי למשל א וואטערמארק 😛
שוין איך קען נישט צולייגן דאס צו מיין אונטערשריפט