☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » הל' נדה שיעורים אים שובבים

הל' נדה שיעורים אים שובבים

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8110

קרעקער » זונטאג יאנואר 11, 2015 9:33 am

· #247285
הל' נדה שיעורים אים שובבים
קענמיר איינער מסביר'ן וואס איז פשט דערפון?
מ' באשרייבט די שיעורים ווי שיין סאיז ווען מקומט זיך צוזאם איבערחאזערען וויכטיגע הלכות טהרה וואס איז די יסוד פון א יודישע שטוב, אפט זיצן טאטעס מיט די קינדער צוזאמען ביי איין שיעור, וואס ווייזט די שיינקייט
איינס סאיז גרויליג צו רעדען פון וועזשיינעס ברבים נאכדערצו קינדער מיט טאטעס צוזאמען, צווייטענס איז נישט טויזנט מאהל וויכטיגער צו מאכען א ווינט צו קומען הערען שיעורים אין הלכות שבת? רוב הרחקות און דינים פון הל' נדה איז א דרבנן משא"כ הל' שבת איז יעדע ריר א דאורייתא, דרייסט דיין פיאות און פליקסט ארויס 2 האר באקימסטו כרת
איך מאך 100 דיסקלעימערס (קרעדיט נחום) איך בין נישט קעגען לערנען די וויכטיגע הלכות פון נדה, אבער פארוואס פאלט קיינעם נישט ביי צו מאכען א ווינט פאר הל' שבת שיעורים?

ירח בן יומו » זונטאג יאנואר 11, 2015 11:43 am

· #247305
קרעקער
אבער פארוואס פאלט קיינעם נישט ביי צו מאכען א ווינט פאר הל' שבת שיעורים?

נו, געגאנגען הייב אן. ווער שטערט?

גיבור » זונטאג יאנואר 11, 2015 12:41 pm

· #247316
הלכות שבת איז נוגע יעדע זיבן טעג נישט קיין חילוק די מצב, איינער וואס קען נישט הלכות שבת איז נישט מעגליך אז ער זאל נישט נכשל ווערן רח"ל, משא"כ הלכות נדה זעהר אסאך מענטשען וואס האבן געלערנט אלע הלכות און קענען אלע הלכות נאר עס מאכט זיך לאנגע תקופות וואס זעהר אסאך הלכות איז נישט נוגע, און ווען מען קומט צוריק צו א מצב וואס עס איז שייך געדענקט מען שוין נישט אלעס און מען ווייסט אפילו נישט אז מען געדענקט נישט און אסאך מכשולות קומען ארויס פון דעם, פארדעם האבן טייערע יודען איינגעפירט אזא זאך אז איינמאל א יאר חזרט מען איבער די בעיסיק הלכות און אזוי געדענקט מען עס ווען עס איז נוגע, תבוא עליהם ברכה.

בשבילי! » זונטאג יאנואר 11, 2015 1:25 pm

· #247323
קרעקער
דרייסט דיין פיאות און פליקסט ארויס 2 האר באקימסטו כרת

דו קענסט טאקע נישט הל שבת... לערן אביסל וועגן דבר שאינו מתכוון

שמעון וואלף » זונטאג יאנואר 11, 2015 1:30 pm

· #247324
קען זיין דאס שטאמט פון רבנים המחמירים בהלכות נדה און האבן א גילטי קאנשוס אז זיי זענען גורם ז"ל, ממילא איז שובבים די פאסיגסטע צייט פאר דעם ווייל מ'קען גלייך תשובה טאן.

ירח בן יומו » מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:37 pm

· #247653
ס'ארט מיר שוין לאנג, וואס האט שובבים צו טון מיט הלכות נדה, שלום בית, קדושת הבית,
לויט ווי ס'איז מבואר אין ספרים איז שובבים בעיקר מיועד אויף תשובה אויף פגם הברית, וואס איז שייך ביי א בחור און א יונגערמאן צו גלייך אפי' ביי א גרוש אדער א אלמן אויך,
אלזא ווער איז געווען די ערשטער מקשר די זיין די צוויי ענינים,
עס וואלט געמאכט מער סענס צו מחזק זיין מ'זאל לערנען אבן העזר סי' כג איבער שמירת העינים והמחשבה, התרחקות מנשים,
און מ'וועט זעהן דארט אסאך הלכות וואס מ'מיינט אז ס'איז א מידת חסידות אדער א מנהג טוב און מ'כאפט גארנישט אז ס'איז נוגע אין חמורות שבחמורות.

שמן זית » מיטוואך יאנואר 14, 2015 2:32 pm

· #247912
כ'האב נישט קיין השגה וואס דער עולם פארשטייט נישט דא.
שובבי"ם איז געמאכט תשובה צו טאן אויף קדושה ענינים, (אזוי האבן מיינע מגידי שיעורים מיר געזאגט..) און אמת טאקע אז עס איז נוגע אויך פאר יעדע בחור, אלמן, גרוש, אבער א חלק פון קדושה איז אויך די הלכות פון יו"ד ח"ב וואס מ'דארף אפהיטן.
און ווען עס קומט די וואכן איז עס עפעס אזוי ווי א תשובת המשקל אז מ'לערנט און מ'חזרט די ענינים. מ'פירט זיך בקדושה אין די ענינים, און מ'ווערט מכופר פאר די חטאת נעורים.
וואס איז שווער צו פארשטיין? פגמים אין קדושה שטעלט זיך עפעס אפ ביי פגם הברית? זיך פירן בקדושה מיט די ענינים איז זיכער אויך נכלל.

געוואלדיג » מיטוואך יאנואר 14, 2015 3:25 pm

· #247920
שמן זית, נישט קיין שיינע זאך איהר האט נאך קיינעם נישט געלייקט וואו איז אייער הכרת הטוב? איהר האט שוין 24 לייקס
געפעלט אייך טאקע גארנישט דא?

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 14, 2015 3:46 pm

· #247926
געוואלדיג
שמן זית, נישט קיין שיינע זאך איהר האט נאך קיינעם נישט געלייקט וואו איז אייער הכרת הטוב? איהר האט שוין 24 לייקס
געפעלט אייך טאקע גארנישט דא?

געוואלדיג: לאמיר מלמד זכות זיין אויף איהם. ווי ס'שטייט אין די משנה ..."והוי דן את כל האדם לכף זכות"...דאס איז נישט סתם א יהי רצון. נאר מ'דארף עס מקיים זיין אין טעגליכן לעבן...! אפשר ווייסט ער נישט וואו דער "לייק" קנעפל געפונט זיך. און ווס דאס מיינט...אני הקטן האב אין אנפאנג נישט געוויסט פון דעם גאנצן ענין פון "לייקן". ס'האט גענימען א שטיקל צייט ווילאנג איך האב געכאפט וואס דער פסוק מיינט...!

שמן זית » מיטוואך יאנואר 14, 2015 4:58 pm

· #247950
berlbalaguleh
געוואלדיג
שמן זית, נישט קיין שיינע זאך איהר האט נאך קיינעם נישט געלייקט וואו איז אייער הכרת הטוב? איהר האט שוין 24 לייקס
געפעלט אייך טאקע גארנישט דא?

געוואלדיג: לאמיר מלמד זכות זיין אויף איהם. ווי ס'שטייט אין די משנה ..."והוי דן את כל האדם לכף זכות"...דאס איז נישט סתם א יהי רצון. נאר מ'דארף עס מקיים זיין אין טעגליכן לעבן...! אפשר ווייסט ער נישט וואו דער "לייק" קנעפל געפונט זיך. און ווס דאס מיינט...אני הקטן האב אין אנפאנג נישט געוויסט פון דעם גאנצן ענין פון "לייקן". ס'האט גענימען א שטיקל צייט ווילאנג איך האב געכאפט וואס דער פסוק מיינט...!


בערל, א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר דן זיין לכף זכות, עס איז טאקע אזוי ווי דו האסט דיר פארגעשטעלט, כ'בין א נייער דא, און כ'קען נאך נישט אזוי גוט די געוואוינהייטן פון דעם ארט.
אינעם אשכול "זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט" האב איך פונקט היינט געבעטן א אנטשולדיגונג אויב כ'האב עובר געווען אויף די תקנות המקום, וה"ה לכאן.

געוואלדיג, געווענליך האב איך נישט ליב ווען מ'באפאלט מיך... קיינער האט דאס נישט ליב, אבער היות כ'בין אויף א נייע פלאץ, פעלט אויס מ'זאל מיר מעורר זיין אזאלעכע זאכן, איז קומט זיך דיר א שכח!

און כ'גיב דיר עס אין פארום פון א לייק.... יא, מיין "ערשטע" לייק...

און פאר דיר בערל קומט זיך א לייק פאר'ן מיר דן זיין אזוי שיין!!

יישר כחכם!!

געוואלדיג » מיטוואך יאנואר 14, 2015 4:59 pm

· #247952
גוט איך בין מקבל באהבה
און איך בעהט דיר איבער פארן שרייבן אביסל צו שארף
אפשר וואלט טאקע גוט געווען ווען איינער לערנט אויס דעם עולם צו ניצן די סיסטעם.
ווי למשל איך האב נישט קיין אנונג ווי אזוי מען לינקט צו צווייטע מקום

לית דין בר נש » מיטוואך יאנואר 14, 2015 6:04 pm

· #247977
געוואלדיג
ווי למשל איך האב נישט קיין אנונג ווי אזוי מען לינקט צו צווייטע מקום

ג"א מצרף
נאך אזאך וואס איך ווייס נישט איז, ווי אזוי איך קען ציטירן מער ווי איין תגובה אויף אמאל
און ווי אזוי איך קען צוטיילען א ציטיר צו ענטפערן צווישן די שורות אזוי ווי געוויסע האבן געטוהן ביי די פאעזיע פארמעסט צו מפרש זיין שורה נאך שורה

ירח בן יומו » מיטוואך יאנואר 14, 2015 9:41 pm

· #248029
מ'האט זיך דא פארשמועסט אפ טאפיק
אפשר געדענקט נאך איינער וועגען וואס איז געווען די שמועס דא לכתחילה?

א איד » מיטוואך יאנואר 14, 2015 10:08 pm

· #248042
קרעקער וויל וויסן פשט וואס זענען די שיעורים פון הל' נדה והמסתעף מער נוגע בימי השובבי"ם ווי אין אנדערע צייטן?

לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 14, 2015 11:58 pm

· #248079
איך קלער אז דער אשכול פון הרב @פארוואס וועגן די טראנספארמאציע פון הלכות נדה איז מקושר צו דעם <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/7472">viewtopic.php?f=13&t=7472</a><!-- l -->
דאס האט א שייכות מיט די פארוונדלונג פון הלכות הרחקת נדה פון אן ענין פון טומאה וטהרה מיט וואס היינטיגע מענטשען אידענטיפיצערן נישט מיט (עכ"פ לפי די שפראך וואס מען האט אמאל גערעדט) צו עס מקשר זיין מיט אן ענין פון קדושה וטהרה און א סארט ערווה, ווי א חלק פון שמירת הברית וואס זעהט אויס היינטיגע אידען פארשטיין בעסער.

ירח בן יומו » מיטוואך יאנואר 14, 2015 11:59 pm

· #248081
די אמת'ע שובבים
שובבים איז א צייט פאר תשובה אויף פגם הברית, וואס יעדער איינער פארשטייט וואס דאס מיינט (ס'איז דאך חטא הידוע), אבער דאס האט גארנישט צוטוהן מיט עובר זיין אויף איסור נדות, אלא מאי מ'זוכט ענינים וואס זענען מרבה קדושה אלץ א תשובה פאר ברענגען טומאה פאסט פונקט אזוי מחזק זיין זהירות אין שמירת שבת קודש, אדער מאכלות אסורות וואס איז אויך אין רמב"ם סדר קדושה כדאי' אל תטמאו וגו' והתקדשתם והייתם קדושים, מ'קען אויך מחזק זיין הלכות נטילת ידים ומים אחרונים וואס לערנט זיך פון דעם פסוק, אבער זאגן אז שובבים איז הלכות נדה, איז סתם פארדרייט די יוצרות, און איך האב גאר מורא אז ס'איז א מעשה יצר אוועק צו נעמען די אויפמערקזאמקייט וואס מ' דארף האבן אויף קדושת הברית (עינים, מחשבות, ניבול פה און אלע ענינים וואס זענען גורם השחתה).

איחוד פעלד » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 8:11 am

· #248123
דעס איז געוועהן א איינפאל פין דער סטאלינער וואס מאכט שיעורים יעדען טאג.

ווען ער קען ברענגען איינער צו א שיעור, האט ער חיות פאר נאך א וואך.

איז אים בייגעפאלען בערך צוואנציג יאר צוריק צו מאכען הלכות נדה אין שובבים, און עס האט זיך אויפגעכאפט ווי קאלט וואסער צו א ברי, ווייל מען האט ממילא אין יעדעס ביסמעדריש געהאט א שיעור הלכות נדה איינמאל א יאר, און די רבנים רבי'ס זענען שוין מיד געווארען רעדען פין חטא הידוע וואס גייט ממילא נישט קיינעם אהן וואס יענער טוט אינטער די דאכענע, האט עס געמאכט א שיפט קיין הלכות נדה, און דארט איז עס געבליבען.

פארשטייט זיך אז היינט מיט אינטערנעט איז אסאך גרינגער און בעסער צו רעדען פין אינטערנעט, עס האט מער מיט קדושה, און איז געשמאקער צו רעדען ווי הלכות נדה וואס איז שוין אויסגעוועטשט, אינטערנעט טוישט זיך, פון שמוץ צו ווידיאס צו וואטסעפ, אקיצור עס לעבט זיך א וועלט.


דארף מען נאר ווארטען פאר א אסיפת כלל ישראל יעדעס יאר בימי השובבים אויף די נחיצות אינטערנעט. און ווי נידריג מען איז וכו'.

Big Boy » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 8:15 am

· #248127
I think that people are excited to learn Hilchas Nidah because it touches exciting subjects. I think that is also the reason why such a large percentage of yingeleit in Kollel learn hilchas nideh as opposed to other subjects in shilchen urech

געוואלדיג » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 4:35 pm

· #248222
לית דין בר נש
געוואלדיג
ווי למשל איך האב נישט קיין אנונג ווי אזוי מען לינקט צו צווייטע מקום

ג"א מצרף
נאך אזאך וואס איך ווייס נישט איז, ווי אזוי איך קען ציטירן מער ווי איין תגובה אויף אמאל
און ווי אזוי איך קען צוטיילען א ציטיר צו ענטפערן צווישן די שורות אזוי ווי געוויסע האבן געטוהן ביי די פאעזיע פארמעסט צו מפרש זיין שורה נאך שורה

מיט גרויס לויב און דאנק פאר @א איד הרוצה בעילום שמו פאר זיך מטריח זיין מיר צו לערנען הלכות קאווע (וכידוע למה נקרא שמו משה ולא משוי כי הוא צריך למשות אחרים)
צו לינקען סאלעקט די ווערטער וואס דו ווילסט לינקען און קליק אויף URL ביים קעסטעל פון פארעפנטליכט א רעאקציע,
ווען עס עפנט זיך אויף וועט איר דארט האבן א קעסטל לייגט אריין דעם לינק, דארט דארפסטו אריין פעיסטן די סייט אדער אויב ווילסטו לינקען א אשכול עפן די אשכול וכדלעיל
ביי א תגובה צו לינקען קליק קודם אויף יענע תגובה ביי די קעסטל אנהויב די תגובה ביי א צווייטע tab און קאפי די לינק וכדלעיל
צו לינקען א צווייטער באנוצער שרייבט זיין נאמען (ני"ק בלע"ז) און סאלעקט עס, דאןקליק אויף tag ביים קעסטעל פון פארעפנטליכט א רעאקציע,
ומבטחני שכל השומע לי יזכה לקיים כל הכתוב כאן
הק' געוואלדיג

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 6:37 pm

· #248252
נישט צו פארדרייען דעם אשכול, אבער בקוצר אמרים, עס איז כדאי צו וויסן אז כמעט יעדע פראגע וואס איימיצער פרעגט ווי אזוי מען טוט דאס אדער יענץ, איז שוין געווארן אויסגעשמועסט און פארענטפערט, ס'א שאד איבערצופרעגן אזויפיל מאל אליינס ווען מ'קען זיך לערנען אויף יענעמ'ס בארדע,

בעיקר וועט איר טרעפן זאכן אויסגעשמועסן אין דעם קאמענטארן אשכול, ווי צב"ש ווי אזוי מען קען ציטירן עטליכע שטיקלעך, דער קאמענטארן אשכול איז סיי א תירוץ אויף רוב פראגעס און תמיהות, און איז אויך סתם אזוי אינטרעסאנט מיטצוהאלטן די שמועסן מיט די אמאליגע לייבן הי"ד וועלכע האבן זיך העפטיג באטייליגט אין די שמועסן, און ווי מען האט צוביסלעך צוגעלייגט איין פיעטשער נאכן צווייטן, לויט די רעקאמענדאציעס פון די חשוב'ע חברי השטיבל.

געוואלדיג » פרייטאג יאנואר 16, 2015 9:13 am

· #248389
אביסל שפעט אבער ייש"כ