סקרן: ייש"כ.טאמער האט עטץ ענק געוואונדערט וואו איך בין געווען ביז יעצט. איך בין געווען פארטיעפט אין די זיסע/נארישע מעשה'לע מיט אלע רמ"ח ושס"ה.
לכאורה זעהט עס אויס ווי א נארישע מעשה'לע מיט נארישע כאראקטערס. אבער דער וועג וואס חיים גראדע לייגט עס אראפ איז אין דוגמתו. ס'ציעט ווי א מאגנעט צו ליינען נאך און נאך. בשעת דו ליינסט די פונקטליכע דיטעילס, מיינסטו אז דו ביסט דארט אין די מעשה אליינס...!
איך האב געליינט די מערסטע אנדערע ביכלעך פון סיפורי מעשיות געשריבן דורך חיים גראדע. זיינע מעשיות זענען דאך מתוק מדבש. ווען מ'זאלל עס קענען אויסרייניגן פון די אריינגעשמיר'טע, אומ-דירעקטע ניבול פה וואס ער האט אריינגעמישט. וואלט עס געווען הערליכע מעשיות פאר די היימישע קינדער צו ליינען...!
די גרויסקייט פון א שרייבער איז אז ער קען שילדערן א מצב און א פלאץ און דו זאלסט מיינען אז דו שטייסט דארט ווען די געשיכטע שפיעלט זיך אפ פאר דיינע אויגן.
צווישן די גוי'אישע/ענגלישע/אמעריקאנער שרייבערס קען איך נאר איינעם וואס גייט אויף חיים גראדע'ס דרך. ער איז סיי א שרייבער. וועלכער האט מחבר געווען עטליכע ביכער. און סיי א (געוועזענער) קאלומניסט אין דעילי ניוס. ער הייסט פיעט העמילל. ער האט אמאל געשריבן א קאלום אין דעילי ניוס. מיט די העדליין..."דער שבת גוי"..."The Shabbos Goy"...! דארט געשילדערט ווי ער אלס ארימער שייגעץ'ל, א זון פון איירישע אימיגראנטן פלעגט אריינגיין צו זיינע אידישע שכנים אום שבת אינדערפריה אראפנעמען די לייכטערס פון טיש. (דאס איז געווען אמאל א מנהג ביי אידן. אז א גוי פון שכינות פלעגט שבת אינדערפריה אראפנעמען די לייכטערס פונ'ם טיש.). און אין שכר פן דעם פלעגט איהם די באלבאס'טע געבן א שטיק פרישע חלה אדער קעיק. וואס ער האט אהיים געטראגן. און זיך געטיילט מיט זיינע געשוויסטער. אבער דער וועג וויאזוי ער שילדערט עס קענמען מיינען אז מ'שטייט דארט שבת אינדערפריה ווען די סצענע שפיעלט זיך אפ פאר דיינע אויגן...!