☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ערעב איד אויב ווילסטו ווייטער שרייען דאן זיי מוחל קוועטש דא

ערעב איד אויב ווילסטו ווייטער שרייען דאן זיי מוחל קוועטש דא

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8075

וואלקן קראצער » מאנטאג יאנואר 5, 2015 4:20 pm

· #246038
ערעב איד אויב ווילסטו ווייטער שרייען דאן זיי מוחל קוועטש דא
קודם כל שלום אייך‚ סעאיז מיר א כבוד אנטייל צו נעמען אין אזא קהלה כגלייב א שיינע פראצענט אקטיווע חברה דא זענען כולל יונגערלייט... ממילא‚ רעססספעקט!
וואס איך גיי דא שרייבן און פראבירן ארויסצוגעבן קלאר איז לפענ"ד מורא’דיג וויכטיג ממילא בעט איך דרעולם זאל צו לייגן קאפ.

דיסקלעימער: נישטא קיין דברי תורה אין מיינע ווערטער קיין פראבלעם צו ליינען אין באדע צומער.


דייטשלאנד 1920: אדאלף היטלער א פשוט ציוויל געקליידעט פארשוין, אבער ווי יעדער ווייסט איז ער געווען א היץ קאפ פון די גמרא צייטן , ער האט אנגהויבן העצן און שאפן (אמתע) פאלויערס ווען די רעגירונג האט נאך בכלל נישט געוויסט פון וואס מערעדט ביי די ענדע פון יאר האט ער געהאלטן ביי 2000 חסידים, אבער אויף א קליינע פלאם.

וואשינגטאן 1944: פרענקלין רוזעוועלט פרעזידענט‚ און פון די שטערקסטע איינפלוסן איו די דעמאקראטישע וועלט‚ זיצט גאנץ באקוועם אין אויבעל אפיס מיטן פעדער אין חתמ’עט בילס פון גאנגרעס גארנישט ספעציעל‚ אבער אינדרויסן און דייטשלאנד ברענט א פייער! אין קאנגרעס רעדט מען פון לאקשן מיט פערפל‚ בקיצור עד היום הזה פרעגט זיך ווי איז יעדער געווען? האלוי! מע’שחט אויס און דייטשלאנד רעכטס און לינקס ואין פוצה פה ומצפצף! מאנכע וואלן שרייען אנטי סימעטיסעם און די רעשטע וועלן זאגן סעגעווען א חסרון ידוע קיינער האט נישט געגלייבט באמת וואס דארט קומט פאר‚ אבער אונז אלע און מיט רעכט זענען אביסל בארעגט אז מעהאט טאקע גארנישט געטון.

1945: אדאלף היטלער ימ"ש איז די הויפט קנאקער אין דייטשלאנד (זייט מיר מוחל פארן דערמאנען די נאמען
נאכאמאל) און האט שוין אויסגעשחטן קרוב צו זעקס מיליאן אידן רח"ל .


איראק 2013: פון ערגעטס ווי האט ארויסגעשפראצט די אלעם באקאנטען ISIS ארג. מיט א מלחמה אויף יעדער וואס פארמאגט בלוט און פלייש בעיקר די קורדן און די קריסטן לויט די UN האלטן זיי שוין ביי פופציג טויזנט געהארגעטע און זיי באשטייען מיט א מאכט פון איבער פערציג טויזנט געמפער (טראכט א רגע וואס דאס מיינט‚ אויב היטלער ימ"ש האט געהאלטן אין זיין ערשטער יאר ביי 2000 חסידים און קיין איין טויטע וואס איז צום סוף אנגעקומען צו די שוידערליכע נומבערן צום סוף!!!)

יעצט קומט די גאלדענע קשיה וואס האט דאס אלעס מיט מיר וואס ווילסטו איך זאל טאן?

העליך דיר מסביר זיין‚ פונקט ווי ביי די וועלט מלחמה פרעגט יעדער מיט א פשטות ווי איז יעדער אין דע מעריקא געווען? פרעג איך יעצט ווען סעקומט פאר א מלחמה אויף די קריסטן ווי זענען אינז ווער דען קען אזוי גוט פארשטיין די סיטואציע ווי אינז?
חברה סעקומט פאר אין מיטל מזרח א וועלט מלחמה אויף קריסטן! ווען וועלט איז וועלט און אויב ווילן מיר ווייטער קענען שרייען אז סעאיז געווען א אומרעכט וואס די אמעריקנער האבן געטון דאן וועקט אייך אויף! ווי זענען אונזערע פירער וואס האבן געשריגן אז קיינעם איז נישט אנגעגאנגען וואס מען האט געטון מיט אינז?? ווי קען מען לעבן אין די אייגענע באבל און פארלאנגען יעדער זאל האבן סימפאטיע מיט אינז??

יעדער איז וויליג צו דיסעגריען‚ דאס איז מיין מהלך...

פישלע העררינג » מאנטאג יאנואר 5, 2015 4:37 pm

· #246040
וואלקן קראצער


וואשינגטאן 1944: בענדשעמין פרענקלין (פון די הונדערטער ביל...) פרעזידענט‚

העטעך פעטעך...

נאכאמאהל, ווער איז געוועהן פרעזידענט 1944? אויף וועלכע דאללער בילל איז יענער פרעזידענט?

געוואלדיג » מאנטאג יאנואר 5, 2015 4:53 pm

· #246045
וואלקן קראצער איז גערעכט אונז דארפן אלץ מיט פילן מיטן באקריוודעטן:
און פון איבער די פלטפארמע גיב איך ארויס מיין טיפע געשריי צו די טויבע וועלט
[*]אני מוחה אני מוחה אני מוחה

שמן זית » מאנטאג יאנואר 5, 2015 5:08 pm

· #246048
גערעכט!!!.... מיין בלוט קאכט... זידט... עס ווילט זיך מיר שרייען.... ראטעווען אויב און וויפיל ס'איז שייך...

אמממ... איין מינוט... וואו דארף מען קוועטשען ווען מ'וויל שרייען??...

כ'טרעף נישט דעם קנעפל.... ראטעוועט!!....

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 5, 2015 5:11 pm

· #246050
איך פארשטיי נישט. אמעריקע רעדט יעצט פון קוגל און פערפל? זיי זענען דאך פעסט אריינגעטאנצן אין די מלחמה אקעגן אייסיס, זיי הרג'ענען כסדר און שיסן אויס וויפיל עס גייט... נישט אזוי?

דריידל » מאנטאג יאנואר 5, 2015 5:20 pm

· #246055
בין איך אין ק"ש אדער אין............?

פליקער » מאנטאג יאנואר 5, 2015 8:50 pm

· #246102
וועים ברויך איך שעלטן, וועלכע אייסיס מאן, עס איז זייער שווער צי שעלטן א ארגענעזאציע, מען ברויך קודם איינעם מאכן פאר די חברה מאן ווי סאמע בעלאדן אדער סאדאם כאסעין, און דאן קען מען אים פיינט האבן ווי ס'ברויך צי זיין, יעצט קענען מיר נאר צאם שעלטן א ארמיי פון פערציג טויזענט מאן

לאליפאפ » דינסטאג יאנואר 6, 2015 9:54 am

· #246190
מעג איך פרעגן צו דו האלטסט אז די ריספאנז פון די וועלט ביי די מלחמת עולם השניה איז געווען אזוי שטארק ווי יעצט ביי אייסיס?

שמן זית » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:37 am

· #246200
לדעתי איז דא א גרויסע חילוק פון יעצט ביז דעמאלטס.

דעמאלטס האבן זיך די שישקעס פלעין נישט וויסנדיג געמאכט אז מ'הרג'ט מענטשען, מורה האבנדיג אריינצוגיין אין קריג, ביז עס איז נישט געווען קיין ברירה.

יעצט מאכט מען זיך געהעריג וויסנדיג, מען איז אין מלחמה, עס איז פשוט דא א פראבלעם אז די פרעזידענט יר"ה איז זייער א שוואכער כאראקטער, און ער קען פשוט נישט באשליסן צו טון וואס עס דארף געטון ווערן.

וזהו.

דולה ומשקה » דינסטאג יאנואר 6, 2015 10:39 am

· #246202
הערט מען פון דער וואיטיקאן דרשות איינס נאך א צווייטס? הערט מען דען אז די קריסטן ווערן געבעטן צו הייבען פוס און אנטלויפען לפי הערך?
דער פראבלעם איז נאך מער ביי די אומות העולם וויבאלד אויף די טעלעוויזיע ווייזט מען נישט די עצם רציחות, און ווען שוין יעדע רעדן די סטאנציעס איבער דער גרויסע סאקסעס און הצלחות פון אייסיס, איבער זייער רייכטום וכו'. ממילא באגרייפען זיי נישט עד היכן הדברים מגיעים און די גרויסע סכנה פון זיך צו געפונען דארט.

א איד » זונטאג יאנואר 11, 2015 4:03 pm

· #247381
איך קוועטש און קוועטש און קוועטש, און גארנישט קומט ארויס, אבער איך וויל שרייען, אבער איך ווייס נישט אויף וועם, איך ווייס נישט פארוואס?
אז אייסיס הרגעט קריסטן, אראבער עטק. און עס איז יא אויף די טעלעוויזיע, און אויף די אינטערנעט, און קיינער טוט נישט גארנישט, וואס זאלן מיר קליינע מענטשעלעך טוהן?
ביי די ווארלד וואר טו איז נישט געווען קיין אינטערנעט, האט מען זיך זייער גוט געקענט ארויסדרייען, אזוי ווי אין סקווער, צו זאגן איך וועיס נישט.
היינט ווער קען שרייען אז איך האב נישט געוואוסט? און מיט דעם אלעם טוט מען גארנישט.
עס איז א ווייטאג, אבער ר׳ וואלקן איך זעה נישט וואס מיר קענען טוהן, בעצם הדבר אגרי איך מיט דיר, אבער למעשה וואס צו טוהן זעה איך נישט, חוץ פון זיך פארלאזן אויפן שומר ישראל, און בעטן התרצה והתפייס לדור עני כי אין עוזר, און דער רבוש״ע זאל העלפן אז עס זאל נישט שאדן פאר קיין שום איד.

לא להנאת גופי » זונטאג יאנואר 11, 2015 4:07 pm

· #247384
איך לאז יעצט ארויס אויף אייסיס: מעכטיגע פארדאמונג!!!

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 3:38 pm

· #293919
מדארף ארויס גיין מיר א מאסן ראלי קעגען אייסיס אויף לי עוועניו אין שרייען גי י יוואלד. דאן וועט זיך אלעס אפשטעלען.

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 10:14 pm

· #294015
וואס קען די יוד טוהן? וואס קען דער וויליאמסבורגער יוד טוהן?

petergrifin » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 12:14 am

· #294053
די קעניג פין אמעריקע
וואס קען די יוד טוהן? וואס קען דער וויליאמסבורגער יוד טוהן?


אז די איבערלעבער פון פון דער צװײטע װעלט קריג מיט זײער קינדער זאלן פארלאנגען אז אלע אידן כולל
חרדים, חסידים, ליטװישע, מאדערנע, יעקעס, אונגערישע, אטד, רוסישע, רעפארמער, קאנסערװעטיװ,
נעלאגען, פרײע און אסימילירטע זאלן גײן אין מאנהעטען אדער װאשינגטען און פראטעסטירן און פארלאנגען
אז מען דארף טוהן מער װי לאזן אפאר באמבעס פאלען פון הימל. מען קען אפילו מצרף זײן די אלע פעלקער
װאס מען שעכט דארט אויס און מען קען אפילו האבן עטליכע הונדערט טויזענט מענטשען זיך לאזן הערן.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 12:27 am

· #294062
נו, איך פארלאנג! נאו וואט?

petergrifin » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 2:21 pm

· #294164
Re: ערעב איד אויב ווילסטו ווייטער שרייען דאן זיי מוחל קוועטש
אז עס פראטעסטירן אזויפיל מענטשן און דער דעת הקהל אין אמעריקא איז נוטה צו טוהן מער ווי ביז יעצט.
Then it picks up steam
און דער פאליטישענס גייען זיך גלייך שטעלן אין דער רייע נעבן דעם מייקראפאון. פון דארט און ווייטער ווייס איך נישט אבער על כל פנים דער פאקט אז אונז אידן זאגן גארנישט און טיען גארנישט איז א שאנדע. וואס מיינסטו גייט זיין ווען די אלע בארבערישע מעשיות קומען ארויס מיט די פיל'ע קאלירן? עס גייען דא לכאורה מיט די יארן אהער קומען אסאך פליטה חרב און זיי וועלן אונז פרעגן- ווי זענט עטס געווען ביי אונזערע האלעקאוסט? קום מיר נישט מיט דיינע זיידעס ליידן.

געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 11:47 pm

· #300226
מורי ורבותי, יעצט ווען עס ווערן פריש פארשפרייט בילדער ווי די אייראפעיאישע לענדער לאזן ווידער נישט אריין קיין געליטענע און מלחמה אנטלאפענע פליטים, און די פשוט'ע גוים שטייען צו דער האנט און העלפן ארויס מיטן שדים טאנץ איז צייט נאכאמאל צו מוחה זיין אויף די וועלט פאר פארשטאפן די אויער צו די מענשהייט בעת צר,

לאמיר אלע צוזאמען מוחה זיין בקול רעש גדול, לכה"פ וועט דאס אויפטוהן אז אונז וועלן נישט ווערן גלייכגילטיג צו די ליידן פון די מענטשהייט, לכה"פ וועלן אונז בלייבן מיטן צלם אלוקים צו העלפן אנדערע ווען זיי זענען אום באהאלפן, ווען אונזערע קינדער וועלן אונז פרעגן "טאטי, ווען די מיטל מזרח האט געברענט און אזוי פיל מיליאנען מענטשן זענען אנטלאפן פון זייערע היימען און געבליבן אהן א דאך איבערן קאפ האסטו עפעס געטוהן פאר זיי?" וועלן מיר קענען מיט שטאלץ ענטפערן "יא!!" איך האב געטוהן וואס עס איז געווען בידי, און מען וועט ווייזן אז דא אויף קאווע שטיבל האט מען מוחה געווען און ארויס געברענגט אונזער מחאה אויף די האנדלונג פון די הארצלאזע פעלקער.

מאן דאמר » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 12:09 am

· #300230
אוי ס׳איז מיר גוט.........

מבקר » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 12:36 am

· #300233
אלס איד בין איך בשמחה יעדן טאג וואס די אראבער הרג'נען זיך איינער דעם אנדערן.

נישט יעדע געליטענע ווערט אויך דער גערעכטער, די אלע וואס ליידן יעצט זענען בליט שונאים צו כלל ישראל.

עושים רצונו של מקום מלאכתם נעשית על ידי אחרים.