☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » רעקאמענדירטע פאדקעסטס

רעקאמענדירטע פאדקעסטס

111 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8064
בלאט: 1 2 3

סאנטיאגא » מאנטאג אוגוסט 15, 2022 10:14 pm

· #506428
@מונטסורי איך מעג דיר שיקן אן אישי?

מונטסורי » מאנטאג אוגוסט 15, 2022 10:18 pm

· #506429
סאנטיאגא
@מונטסורי איך מעג דיר שיקן אן אישי?
דו קומסט פאר ווי דער וואס טעקסט מיר ״קען איי קאל יו?״ 😉

שיק אריין!

סאנטיאגא » מאנטאג אוגוסט 15, 2022 10:42 pm

· #506432
מתבודד
סאנטיאגא
מיינסט א שיעור קומט אזוי צופיס?.....
Wow זייער שיין און מקיף’דיג! שכ’ח!
קליינע הערה נאר.
שכח
איך דיסעגרי זייער מיט דעם וואס ער לערנט מענער ארום מעסקילוניטי און זיין tough און דערשטיקן די געפילן, איך האלט דאס איז טפשות
מתבודד
לויט ווי איך פארשטיי רעדט ער נישט בכלל פון דערשטיקן געפילן נאר ענדערש פון נישט זיין אזוי ביזי מיט זיי.( און כהיום הזה ווען מענער זענען מער נקיבות פון וואס די פרויען זענען זעלבסט געווען פאר נישט צו לאנג צוריק איז ער כקול קורא במדבר עורו ישנים..)
אין פאקט איז ער פאר זיך זייער א ווארעמע אין עמאצינאלער מענטש און קען פארלאזן טרערן ווען ער רעדט זאכן וואס זענען אים נוגע ללבו.
בקיצור...you say potato I say potato ער זאגט עס אפשר נישט ארויס ברחל בתך אבער דאס איז וואס ער שטופט. אפילו אויב איז נאן ביינערי שטותים (וואס ס'איז נישט) איז עס א גרויליגע אפראוטש, איך זעה עס אין אסאך צוריקגעשטאנענע רעכטע וואס האבן אפט א מאנגל אין compassion זיי עלן אנקוקן טעראפי אלס א שוואכקייט און יעדער דארף פריטענדען צו באהאלטן די געפילן. וואס איז מיר איראניש אז ער אלס פסיכילאג האלט אזוי..
בנוגע זיין גלויבן האב איך קיינמאל ארויסגעהאט. שכח פארן מסביר’ן. אז ער’ז אויפ’ן daily wire איז מיר אויך געווען א חידוש.
דאס זיך אנשליסן אין the daily wire איז פשוט career suicide אויב וויל ער זיין אביעקטיוו און נייטראל, האט ער זיך מיאוס באנארישט, דו ווילסט נישט די מידיא צענזור? גייסטו שטופן רעליגיעזע פראפעגאנדע? א מין בהמה, אין אנדערע ווערטער ער פייט עקסטרימיזם מיט עקסטרימיזם בלייב מיטלמעסיג און שטופ נישט גארנישט? אז דו ענדזשויסט אים איז דאס דיין פראגאטיוו, איך זאג ס"ה פון וואו איך שטיי ער איז היבש פאנאטיש.. דאס אלעס
אויף gender roles און סטיריאטייפס האלט איך רעדט ער געפעפערטע שטותים. ווי א טיפיקל פאנאטישע קאנסערוואטיוו, נאך ערגער, ווייל ער האט די רעפוטאציע פון א פסיכיאלאג און פראפעסאר און א שטארקע אינפלוענס נאכדערצו, ממילא וואס ער זאגט איז הייליג.
צו זאגן אז וועגן ער’ז א פסיכולוג און פרופסור האט ער אפשר א פוינט, זע איך איז נישט קיין אפשען... 😂
אוודאי נישט. דאס הייסט אן appeal to authority נאר ווייל ער איז אן אויטאריטי אלס א פראפעסאר טאר מען נאכנישט אפקויפן וואס ער זאגט, אז ס'מאכט סענס און ס'איז וואליד איז א צווייטע זאך. אבער סתם ווייל ער האט א לייסענס? ניין
--
אויף פאוסטמאדערניזם האט ער אינטערסאנטע טעיקס,
[/quote][/quote]וואס מיינט פאוסטמאדערניזם. שכ’ח.[/quote]
פרוביר א קוויטל ביים בעל גוגל

סאנטיאגא » מאנטאג אוגוסט 15, 2022 10:55 pm

· #506434
מונטסורי
סאנטיאגא
@מונטסורי איך מעג דיר שיקן אן אישי?
דו קומסט פאר ווי דער וואס טעקסט מיר ״קען איי קאל יו?״ 😉

שיק אריין!
ס'איז אלס שיין צו פרעגן רשות קודם..

מתבודד » דינסטאג אוגוסט 16, 2022 12:54 am

· #506440
ער זאגט עס אפשר נישט ארויס ברחל בתך אבער דאס איז וואס ער שטופט. אפילו אויב איז נאן ביינערי שטותים (וואס ס'איז נישט) איז עס א גרויליגע אפראוטש, איך זעה עס אין אסאך צוריקגעשטאנענע רעכטע וואס האבן אפט א מאנגל אין compassion זיי עלן אנקוקן טעראפי אלס א שוואכקייט און יעדער דארף פריטענדען צו באהאלטן די געפילן. וואס איז מיר איראניש אז ער אלס פסיכילאג האלט אזוי..
כאפט מיר א תאווה דיך צו בעטן א מאנאלאג אויף בען שאפירא...

just kidding

מתבודד » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 12:11 am

· #506571
סאנטיאגא

דאס זיך אנשליסן אין the daily wire איז פשוט career suicide אויב וויל ער זיין אביעקטיוו און נייטראל, האט ער זיך מיאוס באנארישט, דו ווילסט נישט די מידיא צענזור? גייסטו שטופן רעליגיעזע פראפעגאנדע? א מין בהמה, אין אנדערע ווערטער ער פייט עקסטרימיזם מיט עקסטרימיזם בלייב מיטלמעסיג און שטופ נישט גארנישט? אז דו ענדזשויסט אים איז דאס דיין פראגאטיוו, איך זאג ס"ה פון וואו איך שטיי ער איז היבש פאנאטיש.. דאס אלעס


איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט. די האסטעך אים ביז יעצט אויך געהאלטן פאר אן עקסטרעמיסט, און אזוי אויך די מידיע, אלזא וויאזוי ווילסטו אז זאל ”בלייבן מיטלמעסיג” ווען מ’קוקט אים מילא נישט אן אלס אזא איינער. סה”כ איז ער געגאנגן ארבעטן אין א פלאץ ווי ער קען רואיג זאגן וואס ער האלט.

מ’קען שפעקולירן צו ער האט מיט דעם פארלוירן א חלק פון זיין אודיענס, אבער קוקט אויס אז די עקסעפטנס פון די סביבה איז א וויכטיגע זאך פאר א מענטש.

(יעצט זאג אז ער אידאך די מ”ד אז מ’דארף האבן ביצים צו טון וואס מ’דארף. שכ’ח....)

שאלתיאל » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:58 am

· #506601
@סאנטיאגא אין מיינע אויגן און אין די אויגן פון נאך פוהל אנשטענדיגע מענטשן איז Daily wire נאך אזוי אביעקטיוו ווי CNN אויב נישט מער. ביידע זענען די זעלבע 'עקסטרעם', און ביידע זוכן צו שטופן אגענדעס, די אונטערשייד איז אז CNN שטופט די ''ריכטיגע'' אגענדע און די Daily wire שטופט די ''קאנטערווערסאלע'' אגענדע. פיטערסאן, דאס איז איינע פון זיינע שטארקייטן, האט קיינמאל געזוכט צו זיין 'אביעקטיוו' אדער ''נייטראל'' אין די אויגן פון סיי וועלכע אויפגעקלערטע ליבעראל ווי אייך וועלכע האבן ממילא שוין פונלאנג קאטגאריזירט זיין אידעאלאגיע אלץ אלץ א ''ראסיסטישע'' 'סעקסיסטיש'' און ''קאנטערווערסיאל'' . האט גארניט מיט דעילי וועיר צו טון.

שאלתיאל » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 1:08 pm

· #506607
איך האב לעצטנס אנגעפאנגן קליקן צו א פאדקאסט מיטן נאמען אש זרה פון כאן מורשת דורך נדב הלפרין. נדב איז ברייטע מוח און א טיפע זעהל און האט א געוואלד מיט וויסנשאפט אין כמעט יעדער פעלד און נושא. ער ברענגט צוזאם סחורה פון אלע עקן פון מענטשליכע וויסנשאפט און קולטור און באלייכט דערמיט דעם ספעציפישן אקטאלישן טאג. זיין קול איז נישט דער סאמע בעסטע און זיין כאריזמע איז נישט עפעס צום באצייכענען אבער דער אינהאלט פארגיבט דערויף.
מדי יום נדב הלפרין יוצא למסע בוער שמפגיש בין קודש לחול: שירה, היסטוריה, הגות יהודית, פילוסופיה, מיסטיקה, קולנוע, רוקנ'רול ומוזיקה קלאסית.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 2:42 pm

· #506611
אז מ'רעדט פון ירדן פיטערסאן דארף מען ערווענען דעם קליפ, אן איינפאכער קלאון.

סאנטיאגא » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 12:54 am

· #506694
רביה''ק זי''ע
אז מ'רעדט פון ירדן פיטערסאן דארף מען ערווענען דעם קליפ, אן איינפאכער קלאון.
ער איז מיר געווארן א טעלאגישער נאנ-קאגניטיוויסט אויף די עלטער... ירדן איז לעבן נהר פרת?

מתבודד » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 9:43 pm

· #506767
[ציטאט אראפגענומען]
אההה! ענדליך רעדט מען שוין פון אונזער היימישער טראמפ/ביידן פאליטיקס און נישט די אלטמאדישע באורינג אויסגעקוועטשטע סאטמאר/בעלז פאליטיק!
שכח ר’ עמקות!

סאנטיאגא » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 3:52 pm

· #506818
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז א חידוש, ווייל כ'האב אים שוין געהערט קריטיקירן קענסול קולטור, אבער לויט וווי כ'קען אים ווען טראמפ האט עס געזאגט האט ער זיכער געהאלטן אנדערש... העריס איז זייער לינק, אבער דאס מאכט נאר שטערקער מיין פוינט איבער אויטאריטעיט וואס כ'האב געשריבן וועגן פיטערסן. סעם העריס (דער קאנסערוואטיווע פאדקעסטער האט ניטאמאל געהערט פון אים - no surprise there) איז נישט קיין פאליטישע קאמענטירער, זיין ליין איז ניוראסייענס, קאנטשעסנעס, מאראל, און פיליזאפיע און דארט איז ווי איך וואלט אים די מערסטע גענומען ערנסט. דאס ווייזט אפשר אז ער איז אביסל בלינד פאר די עסטאבלישמענט אבער דאס נעמט נישט אוועק פון זיין קרידענשלס אין זיינע עריעס אף עקספערטיז. האט ער געזאגט...

שאלתיאל » מוצ"ש אוגוסט 20, 2022 2:44 pm

· #506844
סעם האריס זאגט ארויס אפן און גראב וואס יעדער רעכטדענקנדע ליבעראלע אויפגעקלערטע האלט. טיפיקעל פארשטינקענע היפאקריטיווע וועג פון טראכטן. שפעטער נודזשעט דער אז 'יענער' האט אגענדעס... וועל, קיין נייעס.

סאנטיאגא » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2022 11:28 pm

· #508418
[ציטאט אראפגענומען]
כ'האב עס געגעבן א שמעק אויס איין טאג, איך וויל נישט געבן א גאנצע באריכט באזירט אויף די איין עפיזאד. אבער ס'האט מיר אביסל געשווינדלט, איך האב אמאל א משוגעת איך געב א הער איין עפיזאד arbitrarily אן קיין סדר, איך געב אזא קום אן צו די פלייש. אז ס'גוט הייב איך אן פון אלף. ער ברענגט ארויף עפעס א פראפעסאר דארט זיי שיסן ניוראפילזאפיעס וואס איך בין נישט צוגעוואוינט ס'טוט זיך טישן אויף בענק. אפשר @מי אני קען דאס גלייכן איך בין נאכנישט אויף אזא לעוול..
אבער אזוי זוכנדיג בין איך אנגעקומען צו דעם, וואס קוקט אויס אביסל גרינגער פאר די layman און דאס איז אויף א פשוטע'ערע טעמע וואס יעדער קען רילעיטן. מ'צונעמט די us vs them מענטאליטי
https://podcasts.google.com/feed/aHR0cHM6Ly9mZWVkcy5zaW1wbGVjYXN0LmNvbS9rd1djMGxoZg/episode/MTI4NzZhYzctYmJlOC00MzM4LWFiYTEtMjRjN2RhN2YwZTc2?ep=14

צקון לחש » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2022 1:00 am

· #508425
ס'איז פארהאן א שיינע פאדקעסט מיט'ן נאמען "אמעריקען היסטארי טעללערס" געהאוסט דורך אן עמיצער מיט'ן נאמען לינדזי גרעהעם (ער באטאהנט אז ער איז נישט "דער" לינדזי גרעהעם...*), דער יונגערמאן טוט מיך ערנסט באצויבערן, אזש איך דמיון מיך אז אפילו ער זאל ווען רעדן
גענצליך אומאינטערסאנטע זאכן וואלט איך אים נאך אלץ אויסגעהערט... ער האט נאך א פאדקעסט "אמעריקען סקענדעל" וואס איך גלייך גראדע מער פון דער ערשטער. הויך רעקאמאנדירט.


___
דעי וועבסייט איז נעבעך אריינגעפאלן אין פאסטקע מיט א בילד פונעם סענעטאר...

מרדכי מרדכי » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2022 1:22 pm

· #508449
צקון לחש
ס'איז פארהאן א שיינע פאדקעסט מיט'ן נאמען "אמעריקען היסטארי טעללערס" געהאוסט דורך אן עמיצער מיט'ן נאמען לינדזי גרעהעם (ער באטאהנט אז ער איז נישט "דער" לינדזי גרעהעם...*), דער יונגערמאן טוט מיך ערנסט באצויבערן, אזש איך דמיון מיך אז אפילו ער זאל ווען רעדן
גענצליך אומאינטערסאנטע זאכן וואלט איך אים נאך אלץ אויסגעהערט... ער האט נאך א פאדקעסט "אמעריקען סקענדעל" וואס איך גלייך גראדע מער פון דער ערשטער. הויך רעקאמאנדירט.


___
דעי וועבסייט איז נעבעך אריינגעפאלן אין פאסטקע מיט א בילד פונעם סענעטאר...
ער איז א חלק פון די wondery פאדקעסט קאמפעני וואס געהערט היינט פאר עמעזאן

מרדכי מרדכי » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2022 1:25 pm

· #508450
משפחה האט א פאדקעסט מיטן נאמען "כאחד האדם" ווי זיי אינטערוויוען חברי כנסת, אויף עפיזאד 5 איז דא ישראל אייכלער ווי ער גייט אריבער א חלק פון זיין לעבן ווי דאס אז ער איז אויפגעוואקסן אין מאה שערים און די לעבן דארט

פאליטיקאנט » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 3:11 am

· #513140
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
יישר כח.

כ'זע ממש נישט וואס איז שלעכט מיט דיין ספעללינג. דיין אויסלייג איז אויך גאנץ גוט (זייער גוטע ספעיסינג), אפשר ענדיג צו יעדע פאראגראף מיט א פאנקטיועשען מארק / פינטל.

היכי דמי » מיטוואך מערץ 8, 2023 5:15 pm

· #518191
אוי האט ער א שפראך.

לעיטעסט טאלקס ברענגט ארויף יוסל בראך.

פון איי וועלט איז עס געפלויגן און דער עולם פראטעסטירט שטארק

https://www.youtube.com/watch?v=cp2vftyWbSQ

שלג זהב » פרייטאג מערץ 10, 2023 1:03 am

· #518358
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
דער שיסט אייביג סטעיטמענטס אין א לייכטן געמיט, מען ברויך נישט מדייק זיין.

Man City » פרייטאג מערץ 10, 2023 8:09 am

· #518364
לעיטעסט טאלקס ברענגט ארויף יוסל בראך.
היכי דמי
אוי האט ער א שפראך.

לעיטעסט טאלקס ברענגט ארויף יוסל בראך.

פון איי וועלט איז עס געפלויגן און דער עולם פראטעסטירט שטארק

https://www.youtube.com/watch?v=cp2vftyWbSQ
deleted from the channel
📎 talk.PNG

נעקסט לעוועל » מוצ"ש מערץ 11, 2023 7:49 pm

· #518406
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
שטארק רעקאמענדירט
א רב (רעביי סקאט כהן) און א טעראפיסט (טאלי ראזענבוים) גייען דורך און דעבאטירן אלעס וואס איז ביי אונז געווען פארשמירט און פארבעזימט אונטערן קארפעט



https://podcasts.apple.com/il/podcast/intimate-judaism-a-jewish-approach-to-intimacy/id1416582200

ערנסטגערעדט » דינסטאג מאי 9, 2023 1:11 am

· #524089
אינטרעסאנטע און נוצבארע פאדקעסטס
ישמחו הקאווע ותגל השטיבל
איך וויל דא עפענען אן אשכול איבער אינטרעסאנטע נוצבארע פאדקעסטס וואס סיי ווער מחברי השטיבל שטויסט זיך אן אין אזאנץ, זאל קענען מיטטיילן אז אנדערע זאלן אויך קענען הנאה האבן (און אויב איז שוין יא דא אזא אשכול ביטע מערדזשן)
איך גיי נישט דא מסביר זיין וואס פאדקעסט מיינט און וויאזוי סארבעט, נאר גלייך אריינשפרינגען

LETS GET REAL - WITH COACH MENACHEM
עס איז מיר א שטיקל חידוש אז איך האב נאכנישט געזען דא ציטירט פון ׳קאוטש מנחם׳
די רעדע איז פון א מוראדיגע פאדקעסט דורכן טעראפיסט ר׳ מנחם בערנפעלד פון לעיקוואד. די פאדקעסט האוסט גאר אינטרעסאנטע געסט,
על פי רוב פראפעשינעל טעראפיסטן , רבנים און אישי ציבור.
די טעמע איז אנדערש יעדע וואך אבער עס איז אסאך געווידמעט אויף מענטל העלט.
די נושאים זענען גאר ברייטע און פארצווייגטע, טייל זענען נאך כמעט נישט געווארן דורכגעטון ברבים, עס קומען אריין גאר אינטרעסאנטע שאלות וואס מטוט דורך אויפן פלאץ. איך וועל ברענגן אפאר קורצע ביישפילן

גאנץ לעצטנס איז געווען די גאסט ר׳ שייס טויב - מענער מיינען אז זיי דארפן זיין ׳מאַטשוי׳ און ווילן נישט באקומען קיין עמאציאנאלע סופארט פון סיי ווער - איינער רעדט זיך אפ אז ער פילט ווי א עי-טי-עם מאשין זיין ווייב און קינדער ווילן בלויז געלט און קיינער האט אים נאכנישט געפרעגט וואס ער מאכט - מענער פילן ווייניגער ווערד אויב וועלן זיי זיך אויסרעדן צו א צווייטן מאן איבער זייערע נפשיותדיגע פראבלעמען - נעמען די סופארט פון די ווייב מאכט נאר ערגער ווייל די מאן דארף זיין א משפיע און וועט שפירן שלעכט ווען ער איז נאר א מקבל

ר׳ מאניס פרידמאן - צו מעג איך דאווענען אז איך וויל זיין זייער רייך - וואס מיינט שמח בחלקו - וואס מיינט השתדלות אין פרנסה לויט דעם

ר׳ שמואל זוקער - וויאזוי ספראוועט מען זיך מיט נסיונות דקדושה - די ריכטיגע בליק און צוגאנג צו טעקנאלאדזשי און פילטערס

ר׳ משה ראטבערג - איז דא א מציאות ווען סאיז צופיל טעראפי - ווען דארף מען עס אפשטעלן - צו דארף יעדער טעראפי נאך טראמא - ווען די מאן און ווייב׳ס טעראפיסטן האבן מיינונגס פארשידנהייטן

גאר אסאך שמועסן בנוגע שלום בית, מערידזש קאונסעלינג, אלגעמיינע טעראפי, די געזונטע וועג צוצוגיין צו שבת אדער ימים טובים וכו׳

זייער אסאך פון די שמועסן זענען ווי ערווענט פרישע טאפיקס וואס מען הערט זעלטן ברבים, און טיילמאל נישט אזעלכע נייע טאפיקס אבער א חידוש צוליב די אינטרעסאנטע פערספעקטיוו אדער צוגאנג צו די נושא.

מקען עס מיטהאלטן זונטאג לייוו אויף טעלעפאון אדער זום, שפעטער אויף אלע פאדקעסט סטרימס ווי ספאטיפיי יוטוב וכדו׳

הרבי האמיתי » דינסטאג מאי 9, 2023 4:45 am

· #524098
Re: אינטרעסאנטע און נוצבארע פאדקעסטס
איך הער לעצטנס אויס lex fridman ער ברענגט ארויף גאר אינטערעסאנטע געסט בעיקר אין וויסנשאפט, טעכנאלאגיע און פאליטיק, צווישן אנדערע האט ער געהאט
בען שפירא
סעם אלטמאן, די ceo פון openai
אילאן מאסק
נועם טשאמסקי א באוווסטע וויסנשאפטלער און אידיאלאג
Mr beast
מעגנוס קארלסאן די וועלטס בעסטע שאך שפילער
Joe Rogan איינער פון די גרעסטע podcast hosts
ער רעדט אביסל שטאט און א episode קען נעמען איבער 4 שעה אבער עס איז ווערט

Sent from my SM-G986U1 using Tapatalk

וואלווי » דינסטאג מאי 9, 2023 11:56 am

· #524115

ערנסטגערעדט » דינסטאג מאי 9, 2023 3:31 pm

· #524149
LETS GET REAL - WITH COACH MENACHEM
עס איז מיר א שטיקל חידוש אז איך האב נאכנישט געזען דא ציטירט פון ׳קאוטש מנחם׳
די רעדע איז פון א מוראדיגע פאדקעסט דורכן טעראפיסט ר׳ מנחם בערנפעלד פון לעיקוואד. די פאדקעסט האוסט גאר אינטרעסאנטע געסט,
על פי רוב פראפעשינעל טעראפיסטן , רבנים און אישי ציבור.
די טעמע איז אנדערש יעדע וואך אבער עס איז אסאך געווידמעט אויף מענטל העלט.
די נושאים זענען גאר ברייטע און פארצווייגטע, טייל זענען נאך כמעט נישט געווארן דורכגעטון ברבים, עס קומען אריין גאר אינטרעסאנטע שאלות וואס מטוט דורך אויפן פלאץ. איך וועל ברענגן אפאר קורצע ביישפילן

גאנץ לעצטנס איז געווען די גאסט ר׳ שייס טויב - מענער מיינען אז זיי דארפן זיין ׳מאַטשוי׳ און ווילן נישט באקומען קיין עמאציאנאלע סופארט פון סיי ווער - איינער רעדט זיך אפ אז ער פילט ווי א עי-טי-עם מאשין זיין ווייב און קינדער ווילן בלויז געלט און קיינער האט אים נאכנישט געפרעגט וואס ער מאכט - מענער פילן ווייניגער ווערד אויב וועלן זיי זיך אויסרעדן צו א צווייטן מאן איבער זייערע נפשיותדיגע פראבלעמען - נעמען די סופארט פון די ווייב מאכט נאר ערגער ווייל די מאן דארף זיין א משפיע און וועט שפירן שלעכט ווען ער איז נאר א מקבל

ר׳ מאניס פרידמאן - צו מעג איך דאווענען אז איך וויל זיין זייער רייך - וואס מיינט שמח בחלקו - וואס מיינט השתדלות אין פרנסה לויט דעם

ר׳ שמואל זוקער - וויאזוי ספראוועט מען זיך מיט נסיונות דקדושה - די ריכטיגע בליק און צוגאנג צו טעקנאלאדזשי און פילטערס

ר׳ משה ראטבערג - איז דא א מציאות ווען סאיז צופיל טעראפי - ווען דארף מען עס אפשטעלן - צו דארף יעדער טעראפי נאך טראמא - ווען די מאן און ווייב׳ס טעראפיסטן האבן מיינונגס פארשידנהייטן

גאר אסאך שמועסן בנוגע שלום בית, מערידזש קאונסעלינג, אלגעמיינע טעראפי, די געזונטע וועג צוצוגיין צו שבת אדער ימים טובים וכו׳

זייער אסאך פון די שמועסן זענען ווי ערווענט פרישע טאפיקס וואס מען הערט זעלטן ברבים, און טיילמאל נישט אזעלכע נייע טאפיקס אבער א חידוש צוליב די אינטרעסאנטע פערספעקטיוו אדער צוגאנג צו די נושא.

מקען עס מיטהאלטן זונטאג לייוו אויף טעלעפאון אדער זום, שפעטער אויף אלע פאדקעסט סטרימס ווי ספאטיפיי יוטוב וכדו׳

ערנסטגערעדט » דינסטאג מאי 9, 2023 3:39 pm

· #524150
@אנאנים

ביטע פארמעקן דעם אשכול אדער מערדזשן מיטן אשכול וואס @וואלווי האט געברענגט

Meditation » זונטאג יוני 18, 2023 8:23 pm

· #528810
עס קומט מיר אוחס צו דרייוון לאנגע שטרעקעס פאר מיין פרנסה, פאלגנד איז א partel ליסטע פון פאדקעסט וואס איך הער געוויסע איז שוין דערמאנט געווארן:

נייעס און פאליטיק:
The Megyn Kelly Show
ווער Megyn Kelly איז דארף מען קיינעם נישט זאגן, יארן לאנג איז זי געווען א News Anchor ביי פאקס, ספעציעל איז זי געווארן אין די נייעס ביי די 2016 פרעזידענטליכע דעבאטע ווי זי האט אריינגעפליקט טראמפ. היינט האט זי איהר אייגענע show וואס איז פון די מערסט
פאפולערסטע פאדקעסטס.
די pros:
זי האט זייער א בא'טעמ'טע וועג פון רעדן נישט overwhelming אויפן אויער
זי איז גאנץ צענטריש געשטימט הגם מער רעכט גענויגט ספעציעל ווען עס קומט צו wokisim
זי ברענגט ארויף געסט
די cons:
צופיהל ביזי מיט טרענסזענדער ענינים וכדומה
לאנגע עפיסאדס און קען דעריבער ווערן לאנגווייליג

The Dershow
Alen Dershowitz איז שוין 84 יאר אבער ער גייט אן מיט א פרישקייט, יעדן מאנטאג ביז מיטוואך האט ער א נייעם עפיסאד אויף פאליטיק מיט א focus אויף די לעגאלע אספעקטן.
די pros:
קורץ, בערך א האלבע שעה.
די cons:
חזר'ט כסדר איבער זיינע פוינטס
מאנאלאג אהן קיין געסט.

מער וועט נאכקומען.

Meditation » זונטאג יוני 18, 2023 8:32 pm

· #528811
תורה און הלכה

Halacha Headlines
פון David Lichtenstien אלץ אינפארמאטיוו און אינטרעסאנט.
די pros:
open minded הלכה והשקפה
א ברייטע געמיש פון געסט מיט אלע סארטן שיטות
די cons:
יעדע צווייטע וואך איז עס guest hosted ביי א צווייטן ווייט נישט אזוי גוט.
אויסגעלאפן פון topics כנראה.

Meditation » מאנטאג יוני 19, 2023 10:56 pm

· #528942
Lex Fridman די וואך אין א שמועס מיט Jimmy Wales קא-פאונדער פון וויקפדיע, זייער אינטרעסאנט.

https://open.spotify.com/episode/4s73cnQ41XEqOrzyiZNvGr?si=yJdwUY2ySl2HzyLQK_2_Cw

Meditation » מאנטאג יוני 19, 2023 11:04 pm

· #528943
בתוך הדברים אדרעסירט Lex די טוויטער סאמעטוכע וואס ער האט געהאט מיט Nassim Taleb עטליכע חדשים צוריק.

ערנסטגערעדט » דינסטאג יולי 25, 2023 9:40 am

· #532174
Meditation
תורה און הלכה

Halacha Headlines
פון David Lichtenstien אלץ אינפארמאטיוו און אינטרעסאנט.
די pros:
open minded הלכה והשקפה
א ברייטע געמיש פון געסט מיט אלע סארטן שיטות
די cons:
יעדע צווייטע וואך איז עס guest hosted ביי א צווייטן ווייט נישט אזוי גוט.
אויסגעלאפן פון topics כנראה.
וואסערמאן די גאסט מאכט מוראדיג נערוועז פוי!
די טעמעס יעדע וואך זענען ערשט קלאסיג.
און ער פרעגט יעדע זייט כאילו ער איז די צווייטע זייט
ער האט געהאט אמאל וועגן לעיס שייטלעך, און נאר געהאט מתירים
איינער האט אים גערופן פרעגן וויאזוי קען ער טון אזא זאך, און נישט ברענגען קיינער פון די צווייטע זייט
האט ער געזאגט אז ער האט פרובירט און קיין איינער פון די אוסרים האט נישט געהאלטן ביים דעבאטירן…

צוויבל קניפער » דינסטאג יולי 25, 2023 10:03 am

· #532178
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
איך האב לעצטענס געטראפן די this past weekend פאדקעסט וואס איז hosted ביי די קאמידיען Theo vonַ ער איז די צווייטע גרעסטע פאדקעסט אויף ספאטיפיי נאך Joe Rogan, וואס אָדער די גלייכסט אים אדער נישט, איך טרעף אים צו זיין זייער פאָני ער האלט זיך נישט צוריק פון רעדן קאנטרעווערסיאלע זאכן אבער אלעס אויף א לאכעדיגע לייכטע אופן ער קען צוזאמרעדן פארַ פייער און וואסער צומאל וואס קען מאכן היפש לאכן ווי אויך האט ער א ערענסטע זייט צו זיך מיטן אייביג רעדן וועגן מענטל העלט, ווערט א טרייעל

Sent from my Pixel 7 Pro using Tapatalk

ישר בעיניו » דינסטאג יולי 25, 2023 12:39 pm

· #532197
In search of more podcast by Eli Nash
איך הער שוין די פאדקעסט א שיינע שטיק צייט
ער איז שוין אריבער 12 steps און סייקעדעליקס און וואס נישט
זייער טיף, און healing נאר פון הערן אליינס
יעדע וואך אינטערוויוט ער א צווייטן
זייער ריקאמענדעט

ישר בעיניו » דינסטאג יולי 25, 2023 12:40 pm

· #532198
ישר בעיניו
איך הער שוין די פאדקעסט א שיינע שטיק צייט
ער איז שוין אריבער 12 steps און סייקעדעליקס און וואס נישט
זייער טיף, און healing נאר פון הערן אליינס
יעדע וואך אינטערוויוט ער א צווייטן
זייער ריקאמענדעט
https://podcasters.spotify.com/pod/show/in-search-of-more

סאנטיאגא » דינסטאג יולי 25, 2023 3:59 pm

· #532210
Meditation
בתוך הדברים אדרעסירט Lex די טוויטער סאמעטוכע וואס ער האט געהאט מיט Nassim Taleb עטליכע חדשים צוריק.
וועלכע סומעטאכע?

מרדכי מרדכי » דינסטאג יולי 25, 2023 8:00 pm

· #532226
Let's talk kashrus
האט גאר קורע עפיזאודס און גאנץ אינטערעסאנט האט א אנדערע גאסט יעדע מאל.
https://www.kashrusawareness.com/

אלפא » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 3:09 pm

· #538482
Re:
סאנטיאגא #
מתבודד
@סאנטיאגא קען זיין דא איז נישט די פלאץ אבער אז האסט אזוי שיין באשריבן זשאו ראגען, אפשר גיסטו א שטיקל שיעור אויף זשארדען פיטערסאן?
כ’האב חברים וואס הערן אים אויס אזויווי א סאטמארע העט הערן דעם רבי’ן זכיסעגלייניס שובבי”ם תורות.. (להבדיל)
מיינסט א שיעור קומט אזוי צופיס? דאס איז געשריבן געווארן נאך א לאנגע צייט פון צאמהערן קאנטענט, און ריסורטש. דזשארדען האב איך נישט אינגאנצן ארויס. אבער גענוג צו קומען צו אפאר קאנקלוזשנס: ער איז דעפיניטלי א פילזאף וואס ליינט אסאך. איז ער א גוטע סאורס? ס'ווענדט זיך אין וועלכע נושא, אויף פאוסטמאדערניזם האט ער אינטערסאנטע טעיקס, אויף קאפיטאליזם און equality of outcome מאכט ער עטליכע גוטע נקודות, אויף gender roles און סטיריאטייפס האלט איך רעדט ער געפעפערטע שטותים. ווי א טיפיקל פאנאטישע קאנסערוואטיוו, נאך ערגער, ווייל ער האט די רעפוטאציע פון א פסיכיאלאג און פראפעסאר און א שטארקע אינפלוענס נאכדערצו, ממילא וואס ער זאגט איז הייליג.

...
נארוואס באגעגנט דעם ארטיקל:
https://www.currentaffairs.org/2018/03/the-intellectual-we-deserve

פונדאַמענטאַל » מאנטאג אקטאבער 30, 2023 9:27 pm

· #538500
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
אפאר רעקאמאנדאציעס:

Seforimchatter איבער אידישע היסטוריה - ספרים - מחברים וכדו'. ברענגט געסט פון א ברייטן ספעקטראם, און איז היפש open minded.

behind the Bima דורך Efram Goldberg פון Boca Raton, ער האט אפאר תורה פאדקעסטס וועלכע זענען מער אין די פארעם פון שיעורים, די איז איבער כל מיני נושאים מיט געסט. אזוי אויך out of the shadows וועלכע איז פאקוסירט אויף מענטל העלט וכדו'

in search for more דורך Eli Nash וועלכע איז באקאנט פון זיין בארימטע Ted talk איבער פ אדיקציע ווי ער האט זיך ארויסגעשטעלט מיט אן אפנקייט און גערעדט איבער די טאבו טעמע. ער אדרעסירט מענטל העלט און אדיקציע און אלעס ארום. סיי פון א אידישע פערספעקטיוו און סיי פון א פראפעסיאנאלע פערספעקטיוו.

Huberman lab פון Andrew Huberman, א neuroscientist. די עיקר פאקוס איז אויף neuroscience וואס איז נוגע human behavior.

that's an issue פון די living lchaim גרופע. עס איז איבער מער סענסיטיווע נושאים וועלכע זיי וואלטן נישט געלייגט אויף זייער געווענליכע פאדקעסטס.

two cents פון אחים בן-שושן. ווי זיי געבן זייערע צוויי צענט אויף כל מיני נושאים אויף א לייכטן און געשמאקן אופן.

דיסקלעימער: דאס זענען בלויז רעקאמאנדאציעס, נישט קיין אידארסירונגען. אזוי אויך בין איך לאו דווקא אויפן זעלבן בלעטעל מיט זיי.

אלפא » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2023 8:17 pm

· #538619
Re: Re:
אלפא #

נארוואס באגעגנט דעם ארטיקל:
https://www.currentaffairs.org/2018/03/the-intellectual-we-deserve
אז מ'רעדט פון דזשארדען פיטערסאן, ווייסט איינער פארוואס ער איז אבסעסד מיטן נוצן זיינע צוויי הענט צו אילוסטרירן כמעט יעדע זאך - מיטן שטעלן איין האנט העכער דעם צווייטן, אזוי אויך מיטן שאקלען זיינע צען פינגערס אויף אן ארגינעלע וועג - ארויסצוברענגען קאמפלעקסיטי?!
(אויב ווייסטו נישט פון וואס איך רעד - קוק נאר איין קליפ פון אים און וועסט עס באמערקן כאטש דריי מאל...)

מיין מגי"ש פלעגט זאגן "אויב קענסטו נישט מסביר זיין דיין פוינט מיט ווערטער אליין - אן נוצן הענט מאוומענט - דעמאלס איז דיין פוינט נישט ווערד פאר זיך אליין"

שאלתיאל » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2023 8:52 pm

· #538622
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
און אפשר רעד אזוי נאטורליך?

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2023 9:51 pm

· #538624
Re: Re:
אלפא #

אז מ'רעדט פון דזשארדען פיטערסאן, ווייסט איינער פארוואס ער איז אבסעסד מיטן נוצן זיינע צוויי הענט צו אילוסטרירן כמעט יעדע זאך - מיטן שטעלן איין האנט העכער דעם צווייטן, אזוי אויך מיטן שאקלען זיינע צען פינגערס אויף אן ארגינעלע וועג - ארויסצוברענגען קאמפלעקסיטי?!
(אויב ווייסטו נישט פון וואס איך רעד - קוק נאר איין קליפ פון אים און וועסט עס באמערקן כאטש דריי מאל...)
מען דארף האבן די ריכטיגע אויגן צו זעהן די אומזעהבארע עלעמענטן וואס זיינע הענט ווייזן צו. הער גוט אויס זיינע ווערטער וועסטו שוין קענען אויסטייטשן די רמזים.
אלפא
מיין מגי"ש פלעגט זאגן "אויב קענסטו נישט מסביר זיין דיין פוינט מיט ווערטער אליין - אן נוצן הענט מאוומענט - דעמאלס איז דיין פוינט נישט ווערד פאר זיך אליין"

ער קען מסביר זיין פוינט אן נוצן זיינע הענט. דאס מיינט נישט אז נוצן די הענט גיבט נישט צו .

נעקסט לעוועל » פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 7:02 am

· #542083
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
איך האב מיר לעצטענס אנגעשטויסן און א tech פאדקעסט
זייער גוט פאר איינער וואס האט ליב טעקנאלעדשי, און וויל זיך האלטן אפדעיטעד מיט די לעצטיגע נייעס
סאיז א רעפיד 30 מינוט פאדקעסט, 4 סאבדשעקטס
גייען דורך די לעצטיגע נייעס פון די עפל אפדעיט ביז נייע AI פיטשערס, און וואס נישט
https://www.relay.fm/clockwise

היכי דמי » זונטאג מאי 5, 2024 10:02 am

· #560698
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
א פרישע אינטערוויא ערשינען אויף מינונגפול פיפעל מיט דוד שאטנשטיין וואס איז א גרויסע ביזנעסמאן און אינוועסטירער און איז אריינגעפאלן אין אומלעגאלע אינוועסטמענטס.

נאכן זוצן עטליכע חדשים אין תפיסה רעדט ער ארויס פון הארץ און דערציילט זיין געשיכטע.

עס איז א מאסט וואטש.

רב חאצאצאק הקטן » זונטאג מאי 5, 2024 4:41 pm

· #560735
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
"לעיטיסט טאלקס". די איינציגסטע היימיש פאדקעסט,(חוץ " שמיליקעסט"און "צוועלעף" פאדקעסט)און גיטע "האסט'ס" ווי חילי פאזען, חיים ברוין,ארי אבראמאוויטש, וכ'ו...

מרדכי מרדכי » זונטאג מאי 5, 2024 4:47 pm

· #560739
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
איך הער נאר צו לעיטעסט טאלקס ווען א גאר באקאנטער/איטערעסאנטער גאסט.
איך קען נישט דערליידן די ליצנות דארט איבער יעדע ערנסטע זאך.

היימלינד » זונטאג מאי 5, 2024 4:52 pm

· #560740
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
מרדכי מרדכי #
איך הער נאר צו לעיטעסט טאלקס ווען א גאר באקאנטער/איטערעסאנטער גאסט.
איך קען נישט דערליידן די ליצנות דארט איבער יעדע ערנסטע זאך.
און ווען שמואלי הערט נישט אויף צו בלאזען פון זיך און זיינע שיטות, דערליידסטו יא ?

רב חאצאצאק הקטן » זונטאג מאי 5, 2024 4:53 pm

· #560741
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
מרדכי מרדכי #
איך הער נאר צו לעיטעסט טאלקס ווען א גאר באקאנטער/איטערעסאנטער גאסט.
איך קען נישט דערליידן די ליצנות דארט איבער יעדע ערנסטע זאך.
1.ווער איז א גוטער גאסט?
2.הערסטו צו אנדערע פאדקעסט'ס?

מרדכי מרדכי » זונטאג מאי 5, 2024 5:19 pm

· #560751
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
היימלינד #
מרדכי מרדכי #
איך הער נאר צו לעיטעסט טאלקס ווען א גאר באקאנטער/איטערעסאנטער גאסט.
איך קען נישט דערליידן די ליצנות דארט איבער יעדע ערנסטע זאך.
און ווען שמואלי הערט נישט אויף צו בלאזען פון זיך און זיינע שיטות, דערליידסטו יא ?
אויך נישט צו סאך

מרדכי מרדכי » זונטאג מאי 5, 2024 5:21 pm

· #560752
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
רב חאצאצאק הקטן #
מרדכי מרדכי #
איך הער נאר צו לעיטעסט טאלקס ווען א גאר באקאנטער/איטערעסאנטער גאסט.
איך קען נישט דערליידן די ליצנות דארט איבער יעדע ערנסטע זאך.
1.ווער איז א גוטער גאסט?
2.הערסטו צו אנדערע פאדקעסט'ס?
2. איך הער צו פאדקעסט א גאנצן טאג, כמעט נישט אויף אידיש.
1. שלומי זייאנץ, ליפא שמעלצער, יונתן שווארץ.
בלאט: 1 2 3