☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » און די "שושנים" פיינעליסטען זענען...

און די "שושנים" פיינעליסטען זענען...

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8045
בלאט: 1 2 3

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:51 pm

· #244711
די פאלק פאדערט א ריקאונט יעצט! ווי איז דער סופרים קאורט? עס איז דאך קלאר ווי דער טאג אז דער בית הכסא האט דא עפעס געשמירט אינטער'ן טיש.

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:52 pm

· #244712
ונבנתה העיר
יואב
יאיר
וואס איך נעם ארויס פון די רעזולטאטן: די אידן אויף קאווע שטיבל גלייכן א גוט ווארט, האבן פיינט זייערע ווייבער, און גייען משוגע איבער דעם טוילעט.

און א שיין פראצענט וואס אפילו זיי נייטיגן זיך נישט און א גוט ווארט, שלום בית איז נישט ממש ווי די אידן מיט דער תורה, צום בית כסא אבער וועלן אלע זיך אונטערגעבן. דאס פארשטייען אפילו די נישט מבינים. בית כסא האט אנגעצויגן אזויפיל ווי צוויי און פרעציג שטימען.

פונקט האט מיר איינער געשריבן ווי שוואך (נע, שבח) דער בית הכסא איז, ווי זאגט טשורטשיל: some chicken...


א שעה צוריק קריג איך אן אישי אז דער בית הכבוד פאעמע שלעפט אראפ דעם גאנצן קאמפיין.
אזוי גייט עס על טעם וריח .

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:56 pm

· #244717
איך האב געראדע געשטימט פאר בית הכבוד און פאר א גוט ווארט. א גוט ווארט צוליב די טעמע, און דער בית הכבוד צוליב איר ארטיסטיק וועליו, מ'מוז מודה זיין. אבער זיך אפרעדן אז מ'האט חתונה געהאט, וואס מיינט דאס בכלל? געווינער מאטריאל אז מ'האט פיינט ס'ווייב?

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:58 pm

· #244718
וויבאלד דער עולם פארשטייט נישט, איז דער מועצת גדולי התורה מכריז מהיום והלאה אויף א ביטול הדעמאקראטיע. אז איר וועלט נישט די ריכטיגע וועט מען אייך מער נישט פרעגן. עס וועט אוועגעשטעלט ווערן א וועד וואס וועט באשטיין פון לעיקוואד פישעלע און אחד העם און זיי וועלן אייך פארציילען ווער עס האט געוואנען.

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:13 pm

· #244724
כוכב האט קלארגעשטעלט אנהייב פארמעסט אז ס'קען זיין יעדע סארט פאעזיע, גראם, אדער שמאעזיע. און דאס אלעס האט מען באטיטלט פאעזיע פארמעסט. מ'האט געהאמערט אז מ'זאל שרייבן וואס מ'קען און וואטן. און אזוי האט מען געטוהן. אלזא, קריטיק דא איז אינגאנצן נאריש און איבריג. דיסעפוינטוט קען מען זיין אויב מ'איז נישט העפי, אבער קאנסויד און וויש דיר אפ די נאז מיט א קאמפיין פאסטער.

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:33 pm

· #244732
לעיקוואד
די פאלק פאדערט א ריקאונט יעצט! ווי איז דער סופרים קאורט? עס איז דאך קלאר ווי דער טאג אז דער בית הכסא האט דא עפעס געשמירט אינטער'ן טיש.

אויף א ריקאונט ברויך מען לכאורה א סנהדרין של ע"א. אדער לכל הפחות שלשת רועי בקר וואס זענען פאסיג צו פירן א באבובער דין תורה.

הערשי » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:34 pm

· #244733
פישל'ע העררינג

***
אלע לשון הקודש ווערק האבן באקומען א שיינע ביאור פון מיך, לעיקוואד, אחד העם און אנדערע. מיט די דאזיגע אידישע ביאורים האט מען עס געקענט פארשטיין פונקט אזוי גוט ווי די אידישע.


איני? והתניא התם:
פישל'ע העררינג
אקעי, לאמיר ווייטער מפרש זיין, כיד הפאנטאזיע עלי לטובה...

כוכב

ימי ימי שמונה
מתמול שלשום שונא
כ"ד שעות העונה
והוא בן אש"ה זונה!


אין דעם אליינס אז דער יום טוב איז גאנצע אכט טעג ברויך מען זיך אויך מתבונן זיין
ווייל צוליב שה"י ופה"י האט מען אונז פון אייביג פיינט געהאט
אבער א פארפייניגטע טאג ["עונה" לשון נופל על לשון] קומט אלץ צו אן ענדע
אין זכות פון די יום טוב'דיגע קרבנות [אִשֵׁהּ] וועלכע ברענגען השפעות טובות

הבינה והברכה לח"י *)
התנבא כשואג מלאכי
אנכי מבקש את אחי
איך יכחיש את החי?!


אויב טוהט מען זיך אזוי מתבונן זיין זעהט מען איין אז דאס לעבן איז באמת א ברכה
אזוי ווי דער נביא מלאכי זאגט אין פרק ב' אז אויב מען איז נישט שם על לב ווערן די ברכות אפגעטייטשט ווי קללות - וְאָרוֹתִי אֶת בִּרְכוֹתֵיכֶם וְגַם אָרוֹתִיהָ כִּי אֵינְכֶם שָׂמִים עַל לֵב
יוסף האט געמיינט אז ביים זוכן די ברודער האט זיין פיטום אנגעהויבן גיין אראפ [דערווייל דארט האט אנגעהויבן די צמיחת גאולת מצרים]
ווי קען זיך א מענטש פארלייקענען א הזדמנות צו לעבן א גוט לעבן?!
___
*) לח"י איז בגימטריא מ"ח, לרמז אז א מענטשס גאנצע מח און געדאנקען-גאנג ווערט געבענטש און נארמאלעזירט פון אזוי טראכטן

אמרי בינה מכמורש ציר
כחלמיש כן הצור
תלתין ותלת וחדא בציר
והכרתי עזוב ועצור!


[אפילו אויב האלט מען נאכנישט דערביי למעשה] איז אבער רעדן פון דעם קלוגע יסוד אזוי ווי פאר אן ארימאן [כמו-רש] זאפט פון פיש/פלייש [ער ערלויבט זיך נישט מער ווי דעס אבער ער האט כאטש דער טעם אין מויל]
און אזוי ווי דער שטיין האט באוויזן מהפך צו זיין סדרי בראשית און געבן וואסער, אזוי זאל דער באשעפער - הצור תמים פעלו - פאר אזא איינעם מהפך זיין אלעס לטובה
אזוי בעט איך מיט'ן גאנצע הארץ [33 מינוס 1 איז ל"ב]
און איינמאהל פאר אלעמאל זאל פארשניטן ווערן די עזובת בת ציון און די עצירות אוצרות השמים!


שוין, דער מחבר גייט מיך שחט'ען פאר'ן דערהרג'ענען זיין פיוט...


צווישן אייער פאנטאזיע הטובה און דער מחבר'ס שעכטן איז פאלג מיר א גאנג צו ממש אזויווי מאמע לשון. דומע וויילער אדער דער קיסר איז נאקעט?

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:36 pm

· #244735
יואב
נישט אז איך האב עפעס דערקעגן דאס פיי ווערטל חלילה וחס. אבער ס'ווענד זיך אין וועלכער משפחה דו לייגסט דאס אריין. אז וויל איך שטימען פאר א שיינעם פיוט אויף לשון קודש, האט דאס מיך באלד אוועקגעשלעפט. ס'באלאנגט נישט דארט. מ'קען נישט גיין א ברייט-ברומיגן פלאכן הוט ווען דאס רעקל לאזט זיך איז אין בעסטן פאל אויס דארט ווי אנדערע האלטן גאר דעם גארטל. ( לעיקוואד לכאורה וועט האלטן אז יא, איך בין נישט מחולק מיט עמען פון א פונדעמענטאלן קוק-ווינקל.)

אויב וואלט דאס געווען אין דער טב פאעמע צום ביישפיל, אדרבה, גיב צוויי.


איך האלט אז דער קאנטראסט פון אן אף יו און א לשון קודשדיגע פאעזיע גיט צו כאראקטאר און חן צו די פאעזיע.

פישלע העררינג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:57 pm

· #244746
איך האב געהאט א שטארקע דילעמא ביים שטימען. איך האב מיך געראנגעלט מיט'ן "יצר הרע"...

די רעכטע זייט האט געזאגט אז כ'זאל שטימען פאר דריי, כהלכתו.

די לינקע זייט האט מיך געזאגט אז כ'זאל נאר שטימען פאר איינס, נאר פאר מיין אייגן שטיקל (כ'זאג נישט אין וועלכע פון די דריי בודקעס), ווייל יעדע שטימע פאר אן אנדערן פארקלענערט מיין טשאנס צו זיין א געוואונער.

מיין רעכטע זייט האט גובר געוועהן. 😈

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:14 pm

· #244758
דו ביזט דאך א גראדער מעכל...

פלעין יודיש » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:26 pm

· #244761
Just in: all our endorsed candidates won Re-Election! Tnx to All Anash who turned out to vote for candidates by Achim LeDieah @plainyiddish

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:33 pm

· #244763
עקזעקטלי! איך האב דאס געוויינט, געשריגן, אז כ'פארשטיי נישט צו פאעזיע, אבער מיינע ווערטער זענען געפאלן אויף טויבע אויערן. כוכב (און קעלנער) האט געוואלט איין זאך: א בלאק וואוט. נו, יעצט איז שוין צו שפעט, אז אלע גראדע מעכלעך שטימען וואס זיי האבן ליב, אודאי שטימט מען פארן בית הכבוד... בלי שום ספק אז אלמלי בלויז די מבינים וואלטן געשטימט וואלטן די רעזולטאטן גאר אנדערש אויסגעקוקט.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:34 pm

· #244764
יאיר
וואס איך נעם ארויס פון די רעזולטאטן: די אידן אויף קאווע שטיבל גלייכן א גוט ווארט, האבן פיינט זייערע ווייבער, און גייען משוגע איבער דעם טוילעט.

און איך נעם ארויס: עס דרייען זיך דא בלויז 309 אידן, די איבריגע זענען טאפעלטע און טריפעלטע ניקס 🙂

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:36 pm

· #244765
103 טו בי קארעקט

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:47 pm

· #244775
ישמעאל הכהן
103 טו בי קארעקט

???
.
📎 309.jpg

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:49 pm

· #244777
103 האבן געשטימט דריי מאל. ניין?

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:56 pm

· #244809
עס איז צרות ווי א בארג. די 'חכימא דיהודאי'ס' און 'לייבגווארדיסטן' שימפן און שעלטן אז ס'גייט א רויך.

חברה נעמט איין א טשיל פיל ,עטץ זענטס שוין גענוג אנגעפאשעט מיט טויזענטער לייקס און זאט פון די גבאים רוטאציע כבוד ,פארגינסט אביסל אויך פאר די אפגעהארעוועטע פשוטי עם!

נידער מיט די קלאסן! לאנג זאל לעבן דעמאקראטיע!

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:56 pm

· #244810
שמעקעדיג
עקזעקטלי! איך האב דאס געוויינט, געשריגן, אז כ'פארשטיי נישט צו פאעזיע, אבער מיינע ווערטער זענען געפאלן אויף טויבע אויערן. כוכב (און קעלנער) האט געוואלט איין זאך: א בלאק וואוט. נו, יעצט איז שוין צו שפעט, אז אלע גראדע מעכלעך שטימען וואס זיי האבן ליב, אודאי שטימט מען פארן בית הכבוד... בלי שום ספק אז אלמלי בלויז די מבינים וואלטן געשטימט וואלטן די רעזולטאטן גאר אנדערש אויסגעקוקט.

שמעקעדיג: מהאי טעמא איז אויף די גרויסע און בארימטע טמא'נע טי.ווי. טעלענט שאוס, לאזט מען נישט די פשוטי עם וואוטן פאר א קאנדידאט. נאר די גרויסע סטארס און מבינים קענען וואוטן...(רח"ל(. ... 🙄

אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:15 pm

· #244824
אסאך שטותים געשריבן געווארן היינט אויף קאווע שטיבל.

דער שרייט מצוה טאנץ, דער אנדערער שרייט שמאעזיע. א לשה"ק פאעמע לערענט מען אריין גאנצעטע קצות'ן און ר' חיימ'ס, אזש דער מחבר אליין דערקענט ניטאמאל זיין ווערק. אבער א אידישע שטיקל קוקט מען אן ווי א מצוה טאנץ. אפשר קומען די מפרשים דא אויך און לערנען אריין פשעטלעך?? וואו שטייט אז וויבאלד עפעס איז געשריבן אין אידיש איז עס אזוי פשוט ווי ס'הערט זיך במושכל ראשון?

איך האב אויך ליב טיפע פאעטישע פאעזיע, און כ'בין שאקירט פון די אויסגאנג, אבער דער עולם מאלט וואסער דא.

טאמבל סאס » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:35 pm

· #244833
ער האט לכתילה סתם אוועקגעקנאקט כדי צו קענען נאכדעם אויפקומען מיט'ן עלילה און זיך אוועקמאכן. קויף אים נישט. סייוויי, אויב ליגט יא דערין מחשבה איז עס צו עמוק פאר מיר צו כאפן.

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:38 pm

· #244836
שובה איז מצטמק ויפה כמו שכתוב במקום אחר. אויך געוועלט פאר דעם.

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:42 pm

· #244839
וואו קען מען זען אלע שרייבערס? ערגעץ האט כוכב ארויפגעלייגט אלע ניקס/נעמען . א לינק ביטע

אפטעמיסט » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:48 pm

· #244841
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/243389">viewtopic.php?p=243389#p243389</a><!-- l -->

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:00 pm

· #244864
איך אויך
עס איז צרות ווי א בארג. די 'חכימא דיהודאי'ס' און 'לייבגווארדיסטן' שימפן און שעלטן אז ס'גייט א רויך.

חברה נעמט איין א טשיל פיל ,עטץ זענטס שוין גענוג אנגעפאשעט מיט טויזענטער לייקס און זאט פון די גבאים רוטאציע כבוד ,פארגינסט אביסל אויך פאר די אפגעהארעוועטע פשוטי עם!

נידער מיט די קלאסן! לאנג זאל לעבן דעמאקראטיע!

איך אויך: דו מיינסט זיכער אזא דעמאקראטיע ווי דער סאוויעטן פארבאנד אונטער סטאלין, אדער נארט קארעא אדער מזרח דייטשלאנד. די דעמאקראטישע רעפובליק פון...!

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 6:42 am

· #244937
ישמעאל הכהן
103 האבן געשטימט דריי מאל. ניין?

קעלנער קענסט ביטע אויסקלארן? 309 שטימען אדער וויילער?

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 9:21 am

· #244949
ישראל קאפקע
שעפטל
📎 שושנים 1.png

שאלה, די באלד איז אלס געווינער'ס...?

אזוי אויך, מיינט דאס אז אינגאנצן 103 מענטשן האבן געשטימט???

די באלדס זענען די וועלכע דו האסט אויסגעוועלט, זעט זיך אויס אז דו האסט א גוטע נאז.

זיכער מער ווי 103, ווייל איינער האט געשריבן אז ער האט בטעות געשטימט נאר פאר איינס, און עטליכע האבן געשטימט פאר צוויי.

דאכט זיך אז נאך איינער האט געשריבן אז ער האט נאר געשטימט פאר צוויי, און עס איז זיכער געווען אנדערע וואס האבן בטעות נישט געשטימט פאר דריי.

אין יעדן פאל הונדערט וויילער איז א זייער שיינעם ציפער.
📎 Screenshot_2015-01-01-09-01-54-1.png 📎 Screenshot_2015-01-01-09-15-56-1.png

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:15 am

· #244962
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז א הערליכער נומבער, ריכטיג; אבער דער בילד הנ"ל איז פאלש. עס שטייט ס"ה 309 "וויילער", עס העט געדארפט שטיין 309 "שטימען".
שוין, נעווער מיינד

סאשי פיש » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:58 am

· #244989
ראדני האט נישט געוואונען?!

פאר המבין יבין האב איך געשטימט

סאשי פיש » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:00 am

· #244992
ראדני האט פארלוירען מיט אן איינציגע שטימע, שאקס!!!

יין שרף » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:05 am

· #244994
טאקע מיינע דריי ערוועלטע קאנדידאטן...
IMG_20150101_110209.jpg

טאמבל סאס » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:15 am

· #244998
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב פארלוירן מיט צוויי שטימעס
Screenshot_2015-01-01-16-12-18-1.png

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:28 am

· #245009
נאכאמאהל א שאק, אבער נישט אזא גרויסער.

ראדני איז באמת פאעטרי און עס האט געמעגט געוואונען...

המבין יבין זאל אנציען מער ווי שאון השעון?!!

סטארבאקס איז געווינער מאטריאל.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:32 am

· #245010
פישל'ע העררינג


המבין יבין זאל אנציען מער ווי שאון השעון?!!


קוק נאכאמאל. שאון האט געווינען מיט א לענדסלייד.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:34 am

· #245012
אה, די נומערן אויף די זייט זענען די # פון די פאעזיא'ס. מיין טעות.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 1:07 pm

· #245035
📎 Screenshot_2015-01-01-13-05-25-1.png

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 1:08 pm

· #245036
מיינע האט באקומען די ווייניגסטע אבער איך טרייסט מיך מיט די גוטע פילינג פון זיך דרייען צווישן די ריזן.

איש את רעהו » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 1:45 pm

· #245044
עס דערמאנט נישט פון אייוועלט?
איך פרעג

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 1:58 pm

· #245045
איך אויך
מיינע האט באקומען די ווייניגסטע אבער איך טרייסט מיך מיט די גוטע פילינג פון זיך דרייען צווישן די ריזן.

ווען דו הייבסט נישט אן מיט 'פאעזיע איך קען נישט', וואלסטו מן הסתם באקומען דאפלט שטימען, יעדער וואלט געמיינט אז עס איז עפעס גאר טיף און קונסטליך.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 2:06 pm

· #245048
איך האב זעלבע געטראכט. דאס ערשטע ליין וואלט נישט אויסגעפעילט (ערנסט)

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 3:06 pm

· #245071
סטארבאקס איז הפלא'דיג אבער אביסל ארים און קורץ אין מיין אפיניען, ער ברענגט מיר אריין אין זיין וועלט, אבער ווארפט מיר באלד ארויס, און שוין.

לית דין בר נש » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 3:42 pm

· #245083
לכבוד אלע מחברים פון די צווייטע רונדע וואלן וואס האבן נישט זוכה גיוועהן בגורל
טוטס א חסד של אמת און גייטס אריין און ענקער פאעזיע אשכול און שרייבטס אריין אז איר זענט די בעל מחבר
די נייגער מאכט מיר אסאך מער הונגעריג ווי די נישט עסן

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 4:08 pm

· #245090
ישראל קאפקע
איך אויך
מיינע האט באקומען די ווייניגסטע אבער איך טרייסט מיך מיט די גוטע פילינג פון זיך דרייען צווישן די ריזן.

ווען דו הייבסט נישט אן מיט 'פאעזיע איך קען נישט', וואלסטו מן הסתם באקומען דאפלט שטימען, יעדער וואלט געמיינט אז עס איז עפעס גאר טיף און קונסטליך.

וואס זאל איך טוהן אז איך האלט מיך פאר א שטיקל איש אמת ,אבער קאנסראקטיוו קריטיק איז אייביג וועלקאם.

אפטעמיסט » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 6:35 pm

· #245124
שכויח קעלנער.

בשעת דער עולם איז פארנומען אויספאסטן און טרינקען קאווע, איז קעלנער פארנומען פארבעסערן און שרייבן אויף קאווע.

מיר האבן נישט קיין ווערטער זיך צו באדאנקען!

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 6:56 pm

· #245132
פרעדיקציע: ארטאדאקסיע און לא נתקבל וועלן זיין געווינערס.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 7:00 pm

· #245134
אינעם דריטן בודקע ליגן די מערסטע געלונגענע שטיקלעך. קען איך נישט פרעדיקציען

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 2, 2015 10:17 am

· #245306
די פיינעליסטן פון דער דריטע גרופע זענען:

#31 - לא נתקבל.......38

26# - שיר החסידים....33

29# - אלו ואלו נשרפין..29

לעיקוואד » פרייטאג יאנואר 2, 2015 11:12 am

· #245334
דער סיסטעם געווינט אלעמאל. א שאד בכלל פאר די קליינע מענטשען זיך פראבירען שלאגען מיט דעם.

ישמעאל הכהן » פרייטאג יאנואר 2, 2015 11:32 am

· #245340
קען עס זיין מער אנטי סיסטעם ווי אלו ואלו נשרפין?

יאיר » פרייטאג יאנואר 2, 2015 11:33 am

· #245341
דער קאווע שטיבל סיסטעם.
נעקסטע פארמעסט גיי איך שרייבן עפעס אין פעיוואר פון רביס אדער מוסדות.

ישמעאל הכהן » פרייטאג יאנואר 2, 2015 11:34 am

· #245342
אה..
בלאט: 1 2 3