☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מאראל אהן רעליגיע

מאראל אהן רעליגיע

116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #804
בלאט: 1 2 3

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 11:00 am

· #441947
מ׳קען אפשר אריינלערנען אין אמונה ובטחון להחזו״א (פ״ג אותיות ב ג י) אז ער נעמט אן לגבי מאראל/עטיקס (א ווערסיע פון) דעם דיוויין קאמאנד טעאריע/טעאלאגישע וואלונטעריזם: נאר דער באשעפער און זיינע געזעצן זענען קובע וואס איז ריכטיג [ס׳איז משמע אזוי פון זיינע ווערטער, עכ״פ לגבי גזל ורודף נדרף ע״ש].

(פארשטייט זיך אז די אשכול רירט בכלל אן אויף דעם ארגומענט פון מאראליטעט; אז דורך דעם מושג פון מאראליטעט וויל מען מוכיח זיין מציאת הבורא.)

מי אני » פרייטאג פעברואר 14, 2020 11:14 am

· #442984
Re: מאראל אהן רעליגיע
דר. הערמאן [יחזקאל] כהן האט אויך געהאלטן אז דאס אידישע אמונת יחוד הבורא איז די מקור פאר מאראליטעט פאר כל העולם כולו [א מאראלישע ריעליזם].

ער האט אויך געהאלטן אז דאס וואס די (אידישע) יוגנט רוקט זיך אוועק פון אמונה בה׳ [רק אמונה; נישט שמירת התורה וכו׳ - ער אליין איז נישט געווען קיין שומתומ״צ] איז נישט מכח דעם ווייל זיי הייבן ארויס פילאזאפיע און דאס ציהט זיי אוועק דערפון, נאר, פארקערט, ווייל זיי טוהן נישט רעספעקטירן פילאזאפיע. דאס איז געגאנגען אין איינקלאנג מיט זיין אלגעמיינע שיטה אז [ריכטיגע] רעליגיע/יהדות [איר ״עססענס״] און פילאזאפיע (בפרט דאס פון קאנט (הגם ער איז מודה אז ס׳איז נישט משמע אז קאנט אליין האט אזוי געהאלטן; ער׳ט זיך געהאט אויסגעדרוקט נעגאטיוולי קעגן יהדות. ער טוהט דאס פארענטפערן אבער אז זיין ״שיטה״ למעשה שטימט יא און אז קאנט האט נישט אזוי גוט פארשטאנען יהדות): זיין מהלך אין ראציאנאליזם/ריזען בכלל און זיין פארמולאציע בנוגע עטיקס בפרט. [א חלק דערפון בנוגע עטיקס: דאס נישט אננעמען יודעמאניזם [אז מאראל איז באזירט אויף ווי מצוי א (״גוטע״) מעשה איז צו ברענגען צופרידענקייט], אננעמען אז די מאראלישע פרינציפ איז געזעץ און בונדענד, און אין זעלבסט-שטענדיגקייט פונ׳ם מענטש אין דאס אלעס (וואס איז נישט קיין סתירה, עפ״י קאנט, צו דאס מציאות פון דעם סופרים ג-ט וואס טיילט איין די געזעצן וכו׳)]) זענען היינו הך [עכ״פ, לדעתו, בנוגע פילאזאפישע הומעניזם/יוניווערסעליזם, משיח׳ישע סאציאליזם, און שלום] (וכעין, להבדיל, שיטת הרמב״ם).

מי אני » זונטאג פעברואר 23, 2020 9:55 am

· #443280
Re: מאראל אהן רעליגיע
אין מאמר ג (פ״א) אין האמונות והדעות איז משמע אז ס׳וואלט יא געווען מאראל אן רעליגיע [שכליות], און נאר בנוגע די חוקים וואס הקב״ה האט באפוילן אויף דעם גייט ארויפגיין אז ״טוב״ איז וואס הקב״ה האט באפוילן און ״רע/מגונה״ איז וואס ער האט פארבאטן. הגם, ער זאגט דארט אז הקב״ה איז (פארשטייט זיך) דער וואס האט מטביע געווען די אייגענע פארשטאנד וכו׳ צו מצות שכליות בשכלינו. ער זאגט ווייטער (להלן בפ״ח) אז עס איז ניטאמאל שייך צו גלייבן א נביא וואס זאגט להיפך פון דעם [מה שיכשירהו השכל], אפילו ער ברענגט אותות ומופתים ע״ש.

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 1:09 pm

· #465871
📎 85504B90-7C39-4BF0-B6E0-2E1A65D5FEA4.jpeg

מי אני » מיטוואך אפריל 7, 2021 6:31 pm

· #469406
📎 F59E6E94-022E-44A2-B731-6A13613BFF66.jpeg
במשנתו של ירמיה בּענטאם.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 11, 2021 2:03 am

· #469646
מי אני: יא. אבער מאראל אן תורה איז גארנישט ווערד. ווייל די נאציס און קאמוניסטן (באלשעוויקס) האבן אויך געהאלטן אז זיי פיהרן זיך אויף מאראליש. זייער קאנשיענס האט זיי סיי ווי שלעכט זייערע מעשים זענען געווען ...!. די היינטיגע ליבעראלס האלטן אויך אזוי...!נישט געשטערט

מי אני » זונטאג מאי 2, 2021 11:45 am

· #472167
רעדענדיג פון דיוויין קאמענד טעאריע איז דאס ווי אזוי דר. סיִמאָר פעלדמאן איז מסביר שיטת בעל העקידה לגבי מעשה העקידה: 📎 C4693586-D0D6-4E01-8081-00584711D5CE.jpeg

מי אני » זונטאג יולי 25, 2021 12:49 am

· #478263
לייבניץ בנוגע זיין אפאזיציע צו דיוויין קאמענד טעאריע סארט מהלכים:
📎 EDC9EF7A-BADA-4F71-AC7C-322FF25DDAB4.jpeg
📎 88B49CC6-CD04-4DEC-B73E-D17EE65D083D.jpeg
📎 65307392-EC67-47C0-94DF-0BCD28BC7105.jpeg
ער האט גע׳טענה׳ט אז דאס איז אזוי ווי שפינאזע׳ס קאנסעפּשאן פון ג-ט. ווייל ער האט גע׳טענה׳ט אז עס קומט אויס לפי״ז אז עס איז נישט דא קיין שום ראציאנאלע רצון מעימיה כביכול צו עפעס בכלל.

מי אני » מאנטאג מערץ 7, 2022 7:57 pm

· #496165
עס איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס דר. סלאַוואָ זשיזשעק שרייבט:
Fundamentalists do what they perceive as good deeds in order to fulfill God’s will and to earn salvation; atheists do them simply because it is the right thing to do. Is this also not our most elementary experience of morality? When I do a good deed, I do so not with an eye toward gaining God’s favor; I do it because if I did not, I could not look at myself in the mirror. A moral deed is by definition its own reward. David Hume made this point poignantly when he wrote that the only way to show true respect for God is to act morally while ignoring God’s existence

‏דאס גייט צוזאמען מיט קאהלבערג׳ס דריטע שלב פון מאראלישע אנטוויקלונג.

מי אני » פרייטאג מערץ 18, 2022 12:01 pm

· #496657
📎 BC08D6BC-0EFD-4E23-A470-D1E1E0E186B7.jpeg
עס ווענדט זיך אויך אין וואס מען דעפינירט אלס ״מאראלן״. דר. מיכאל מקאָלאָ אין די קאנטעקסט פון רעפּראדאָקטיוו-רעלידזשיאסיטי טעאריע, וואו די (עוואלושינערי) פונקציע פון רעליגיע, וממילא אירע מאראלישע מאָרס, איז נישט אזוי ווייט צו ברענגען קאאפּעראציע בתוך די גרופע, ווי צו ברענגען אייניגע מאָרעס אויף הייראטן און געשלעכטליכע באציאונגען אזוי אז די הייראט צווישן פּאָרן זאל שטערקער האלטן.

כרם זית » פרייטאג מערץ 18, 2022 12:49 pm

· #496658
Re: מאראל אהן רעליגיע
צום עצם שאלת האשכול, קען מען פרעגן להיפך, היינו רעליגיע אן מאראל. אין אנדערע ווערטער אויב איינער איז איבערצייגט אין א רעליגע אז דאס איז גט'ס ווילן. קען ער ווילן זאכן אנטקעגן מאראל?

מאנטריאל » פרייטאג מערץ 18, 2022 12:49 pm

· #496659
Re: מאראל אהן רעליגיע
[ציטאט אראפגענומען]
ווי קען מען טרעפן דעם רמבם

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

מי אני » פרייטאג מערץ 18, 2022 1:13 pm

· #496660
לכאורה מיינט ער דעם רמב"ם בשמונה פרקים פ"ו :
והוא שהרעות אשר הן אצל הפילוסופים רעות, אשר אמרו שמי שלא יתאוה אליהן יותר חשוב מן המתאוה אליהן ויכבוש את יצרו מהן - הם הענינים המפורסמים אצל כל בני האדם שהם "רעות": כשפיכות דמים, וגנבה, וגזלה, ואונאה, ולהזיק למי שלא הרע לו, ולגמול רע למיטיב לו, ולבזות אב ואם וכיוצא באלו. והן המצוות שאמרו עליהן החכמים ז"ל: 'שאילו לא נכתבו ראויות הן לכתב' (יומא סז:). ויקראו אותן קצת מחכמינו האחרונים אשר חלו חולי המדברים "מצוות שכליות". ואין ספק שהנפש אשר תכסוף לדבר מהם ותשתוקק אליו שהיא חסרה; ושהנפש החשובה לא תתאוה לאחד מאלו הרעות כלל ולא תצטער בהמנעה מהם. אבל הדברים שאמרו עליהם החכמים שהכובש את יצרו מהם הוא יותר חשוב וגמולו יותר גדול הם "התורות השמעיות". וזה אמת שאלמלא התורה לא היו רעות כלל. ומפני זה אמרו שצריך האדם שיניח נפשו אוהבת אותן ולא יהיה לו מונע מהן רק התורה. ובחן חכמתם ע"ה ובמה שהמשילו. שהם לא אמרו: "אל יואמר אדם: אי אפשי להרוג הנפש; אי אפשי לגנוב; אי אפשי לכזב, אלא: אפשי, ומה אעשה אבי שבשמים גזר עלי"' אבל הביאו דברים "שמעיים" כולם: בשר בחלב, ולבישת שעטנז, ועריות.
ע״ש.

מי אני » מיטוואך יוני 15, 2022 12:29 pm

· #502252
דר. מאָריץ לאזארוס האט גע׳טענה׳ט אז עטיקס איז נישט די בּעיסיק פּרינציפּ פון רעליגיע; עס איז פשוט א פועל יוצא דערפון פונעם פּראצעס. און ווי די וויקיפידיע ענטרי איבער אים שרייבט:
Lazarus takes ethics as the resultant rather than as the basic principle of religion, and, following Kant, establishes as the principle of Jewish ethics in particular the co-equality of God and the law of autonomy, whereby the Jewish conception of God has, of course, been given up
📎 77D5DE18-4C09-4BA5-80F5-76270F45D23F.jpeg

מי אני » מיטוואך יוני 22, 2022 3:25 pm

· #502754
אין די לעקציע [פון 14:22] זאגט דר. סטיווען סמיט עפ״י די פאליטישע פילאזאפיע פון אלעקסיס דע טאָקעוויל אז עס איז מעגליך יתכן אז אַן אינדיווידואל זאל האבן מאראל אָן רעליגיע אבער נישט אז א געזעלשאפט זאל דאס האבן אָן דעם (לאורך).

מי אני » זונטאג יולי 10, 2022 3:45 pm

· #503933
דר. תומר פרסיקו שרייבט לגבי די אנטוויקלונג און מעבר פון די מאדערנע וועלט צו סעקולאר און אטעאיזם:
תפיסתו של האדם את עצמו כמנותק מסביבתו וכאוטונומי מביאה להטענת האוטונומיה עצמה במטען מוסרי. התבונה אינה רק כלי יעיל, אלא ערך. היכולת לחשוב לבד, באופן מדויק, ברור וחסר פניות היא כעת מידה טובה, היא סגולה שיש לשמור עליה ולטפח אותה. האוטונומיה התבונית שלנו הופכת לאידיאל. במילים פשוטות: חשיבה אוטונומית היא כעת פעולה מוסרית.

בספרו Sources of the Self מסביר ההוגה הקנדי צ'רלס טיילור כי השלב הבא, הקריטי, מגיע כאשר הקשר עם האלוקות הפך מתנאי הכרחי למוסר – למכשול לו. זה קורה כשהתלות באלוקות, או אפילו עצם קיומה כסמכות גבוהה יותר, מאיימת על האוטונומיה של האדם ועל יכולתו להגיע להכרעה מוסרית. לא רק שהציווי הפנימי הוא שחשוב, אלא שאסור לקבל מציאות שבה הציווי הפנימי יכול להישלל על ידי סמכות חיצונית. חשבו על כך: אם האוטונומיה היא תנאי למוסר, והיא ערך בפני עצמה, כל דבר שמערער אותה הוא עוול מוסרי ואף חתירה תחת בסיס המוסריות. זו הנקודה המדויקת שבה הופך אלוהים מהתנאי ההכרחי לכל שיטה מוסרית — לסכנה הגדולה ביותר למוסר.

"מטריאליזם כפי שהוא מופיע במאה ה-18 אינו דוֹגמה מדעית או מטאפיזית, אלא ציווי מוסרי", כותב ארנסט קסירר. האינדיבידואל שיצרה הנאורות רואה את עצמו כסובייקט מוסרי רק בתנאי שהכרעותיו הן אוטונומיות וחופשיות. הוא לא מוכן לקבל סמכות מוסרית המאיימת על האוטונומיה שלו, או הגבוהה ממנה. הבעיה שלו עם סמכות עליונה אינה רק שהיא תפגע בגאוותו. הבעיה היא שהיא תפגע במוסריותו, באפשרות שלו להיות מוסרי. האדם הגיע אפוא, מהמניעים הנעלים ביותר, למצב שבו עבורו לא רק אפשרי, אלא הכרחי מבחינה מוסרית לדחות את קיום הא-ל.
און ווי דר. יובל נח הררי זאגט איז הומעניזם די ״רעליגיע״ פונעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט.
בלאט: 1 2 3