דייעט
187 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8007
טרויבן איז נישט גערעכט פאר איין סיבה, אוודאי איז דער גראבער נישט "שולדיג" פאר עסן צו דער זעט, אבער פין דארט ביז זאגען אז נאר די סליוו איז דער מהלך, איז דא א גרויסע א חלל.
מען קען פארלירן אויב מען איז דיסיפלינד אויף דעם, און טאמער איינער האט א פראבלעם מיט דיסיפלין, האב איך פאר אים נייעס, עסען איז מן הסתם נישט די איינציגסטע שעדליכע זאך וואס ער "קען" פשוט נישט קאנטראלירן, עס איז זיכער דא נאך זאכען.
ממילא ברויך ער זוכען עצות ווי ליטוואק זאגט, עצות וואס לערנען אלעס צו זיין דיסיפלינד, אמאל איז עס ראשית חכמה, אמאל פיעסעצנע, און אמאהל פין טעראפיסטען וכו'.
אבער עס איז דא א וועג.
און א סליוו האלט נישט אויף אייביג, און מען ווייסט נאך נישט די עפעקט ווען איינער טוט עס אויף נאך צוואנציג יאר.
און יעך זאג, עטץ זענטס אלע (אביסל) גערעכט.
Re: דייעט
איך שפיר ווי מען ברויך אימברענגען דעם אשכול נאך וואס איך האב געזען די עד אינעם יום כיפורדיגע ווערסיע פונעם גוט מארגען.

איך האב מיר געפוילט צו זוכן די אשכול, אבער אז ס'איז דא, וויל איך עפעס צולייגען.
אפט מאכט זיך אז מ'דרייט זיך אין שטוב צי אינדרויסן און מ'איז נישט הונגעריג אבער ס'ווילט זיך עפעס עסן אדער נאשן. מ'גייט אין פרידזש צי אין שאפע אדער געשעפט, און פון ליידיגייען עסט מען דאס אדער יענץ, און מ'כאפט אביסל פון א דריטן, און א גאנצע סעודה האט זיך אריינגערוקט נאך איידער מ'האט עספייעט צו טראכטן וואס מ'טוט.
ווען מ'איז אין אזא גוסטע, איז עס זייער שווער זיך אפצוהאלטן. איינער זאגט אן עצה אז ווען מ'כאפט אז מ'זוכט עסן פאר גארנישט, זאל מען מאכן א נדר. דאס איז אבער א הארבע זאך, און איינשטעלן די קינדער'ס לעבן איז צופיל. אן אנדערע עצה איז פוצן די ציין. די טעם פון טוטפעיסט נעמט אוועק סיי וועלכע טעם פון מויל.
Re: דייעט
איך וואלט קיין נדר נישט געטון, אבער אויב זעי איך אז איך גיי אויס לאמיר זאגן אויף א גאר פרישע נאסע קלעיביקע האניג קעיק וואס זי האט נארוואס אנגעשמירט מיט כרמל שמיר, און ס'שפאב רינט ווי פון זית שפכוני, דאן מאך איך א מזונות און עס פחות מכשיעור.
נאך אן עצה (פאר די פראבלעם וואס איך האב דערמאנט) איז עסען א פיקל. דאס האט א טעם אין די גאנצע מויל, אבער נישט קיין קעלאריס. נאר די וואס עסען נישט פון חמשה עשר באב ביז סיום ימי השובבי"ם קיין זויערס דארפען דעמאלס בלייבען גראב.
און מיט דעם איז פארענטפערט אן אנדערען קשיא........
Re: דייעט
וויפל שאכטלעך טשאקלאד טשיפס מיט קרוטאונס מהאמער שוין אפגע'אכל'ט אין די שפעטע נאכט שטונדן, אוי טאטער זיסער.
הערסטעוויפל שאכטלעך טשאקלאד טשיפס מיט קרוטאונס מהאמער שוין אפגע'אכל'ט אין די שפעטע נאכט שטונדן, אוי טאטער זיסער.
😃 קראוטאנס.... דאס איז איין טריט אוועק פון פלעיווארד ברעד קראמס, ווען ס'איז כבר ספו ותמו מן השוק און די קלאסעטס הייבן אן לער צו ווערען...
דאס איין מאל א יאר וואס עפעס האלט צירוק פאר א פאר מינוט איז סוכות ווען מ'דארף נעמען די עסען אין סוכה אריין. אדערווייז העלפט נישט ליטוואקס עצות ווייל ביז ווי וואס ווען מ'מאכט א חשבון איז מען זיך שוין גאר שנעל מסדר
ליטוואק פון בודאפעסטאן אנדערע עצה איז פוצן די ציין. די טעם פון טוטפעיסט נעמט אוועק סיי וועלכע טעם פון מויל.
אנטעסעמיט איינער. איך גיי אויס פאר א טעימה זאל איך מיך שטאפען מיט טוט פעיסט? אתמהה!
פאר מעסקיטו בייטס געט מען טוט פעיסט!!!
וואלוויליטוואק פון בודאפעסטאן אנדערע עצה איז פוצן די ציין. די טעם פון טוטפעיסט נעמט אוועק סיי וועלכע טעם פון מויל.
אנטעסעמיט איינער. איך גיי אויס פאר א טעימה זאל איך מיך שטאפען מיט טוט פעיסט? אתמהה!
פאר מעסקיטו בייטס געט מען טוט פעיסט!!!
האסט אוואדי munchies 🙂 אז מרייכערט גרינע גראזן איז עס נאטורליך צו שפירן הונגער. אבער סאיז נישט קיין אמתע הונגער! סאיז א פאלשע בעל אין קאפ וואס זאגט הונגער...
די בעסטע עצה איז אפצושטופן די עסען אין קאפ. יא איך גיי גייען עסען אויב איך וועל באלד זיין הונגעריג. זאג נישט ״ניין״ איך בין אויף דייעט וכודומה, נאר פשוט שטופ עס אפ- מוועט זעהן באלד אויב איך בין נאכאלץ אזוי הונגעריג. ס׳ארבעט געוונטליך.
אדער האב איך פשוטערע עצה נעם דיך אינטער טעניתים- ווארף אוועק אלע Desires וועסטו קענען זוכה זיין אנצוקומען צי Nirvana- אמתע שמחת החיים קען מען נישט האבן ווילאנג מאיז עדיקטעט צו גשמיות, אז מ׳ווארפט אוועק אלע תענוגי עולם הזה- זאגט בודהא אז מ׳וועט אנקומען צו א שטאפל פון מנוחה ושמחה אור ליהודים. סאיז א פשוטע חשבון למעשה. אז מ׳גוואוינט זיך צו א לעבן מיט מינימיום דארף מען גארנישט צו זיין פרייליך, פארשטייט זיך מ׳דארף קודם איינזעהן דעם אמת אז לעבן איז נישט קיין פיקניק פאר רוב בעלי חי׳. סאיז א שוערע ארבעט, אבער א גערעכטע חשבון איז עס.
וואס רעדסטו, פאר די מאנטשיס אליינס איז ווערט א דשוינט!
Re: דייעט
איך קוק אויף מיין וואגשול, און עס גיבט מיר א שטאך ביים הארץ קאסטן, איך ציטער אימת מות, זיכער פיל מער ווי די פיש אין וואסער ערב חודש תשרי, און מער ווי די כפרות ווען זיינע פליגלען ווערן אים אנגעהאלטן אויף הינטערוויילעכץ און זעט א מעסער ערב דעם הייליגען טאג, איך ציטער פיל מער פון מיין סקעיל חול המועד
וועגען דעם קוק איך טאקע נישט. ס'איז יום טוב!!!
אלע הוצאות קצובין לו מר"ה. אפילו די G&G ביל פון חודש חשון...
Re: דייעט
פליקעראיך קוק אויף מיין וואגשול, און עס גיבט מיר א שטאך ביים הארץ קאסטן, איך ציטער אימת מות, זיכער פיל מער ווי די פיש אין וואסער ערב חודש תשרי, און מער ווי די כפרות ווען זיינע פליגלען ווערן אים אנגעהאלטן אויף הינטערוויילעכץ און זעט א מעסער ערב דעם הייליגען טאג, איך ציטער פיל מער פון מיין סקעיל חול המועד
אוי טאטער זיסער!!!
און וואס איז מיט מיר געווארען? וועל איך אייך דערציילען. איך מיין אז אסאך מענטשען ווייסען שוין אז אלול\תשרי צייט איז נישט די צייט צו מאכען אונטערנעמונגען אין אידישקייט. פארוואס? ווייל מ׳איז אין די אלול גוסטע, די תשובה צושטאנד, און מ׳ווייסט נישט ווי מ׳שטייט אויפ׳ן אמת. א פאר וואכען נאך סוכות איז מען אביסל מער אין טאטש מיט די מענטשהייט, און דעמאלס פארגעסט מען פון די אלע אונטערנעמונגען וואס זענען א וויסטע חלום, בכלל נישט צוגעפאסט צום מענטש.
יעצט האב איך געלערנט אז אין גשמיות איז אויך אזוי. וואס איז לייכט אלול און תשרי, ווען מ׳איז פארנומען מיט דערהויבענערע זאכען און זיך צוריק האלטען איז די מאדע פון טאג, איז גארנישט אזוי אין מיטען ווינטער, ווען זיך צוריק האלטען מיינט נאר איין סענדוויטש נאך נאכטמאל. מוצאי יוהכ"פ האב איך געשפירט דארער ווי חמשה עשר באב, אבער די ווינטער האט עס נישט ווייטער אנגעהאלטען. מ׳גייט פאראויס צוויי טריטען און מ׳גייט צוריק איינס.
יעצט, נאך פורים, האב איך זיך פראבירט מיט די Slow carb diet. ביזדערווייל בין איך צוויי וואכען דערויף און איך קען זאגען די יעצטיגע איינדרוקען מיינער אויף דער דייעט.
די יסוד קומט פון א בוך, אשר בשמו יכונה The 4 hour body. דער וואס וויל עס אויף פי.די.ף. זאל זיך ווענדען אין אישי. די בעיסיק יסוד איז אז מ׳עסט נישט גארנישט ווייס, אדער וואס קען זיין ווייס, דהיינו מעהל, רייז, קארטאפעל וכו׳. מ׳עסט 30 גר. פון פראטין אין די ערשטע דרייסיג מינוט פון טאג נאכ׳ן אויפשטייען. מ׳עסט נישט קיין פרוכט, מילך צו צוקער. איין טאג א וואך רוקט מען אלסדינג אריין, כל המרבה הרי זה משובח.
די חכמה דערפון איז אז ביי אסאך דייעטס, זאגען מאנכע צייטונג פארשערס, ווערט די גוף צוגעוואוינט צו די הונגער צושטאנד, און עס טוט פראצעסירען די עסען שטאטער און מ׳הערט אויף צו פארלירען. דורך עסען פארטאגס און אריין רוקען איין מאל א וואך, ווערט דער גוף נישט איינגערעדט אז זי דארף שפארען אויף מארגען.
פאר מער חכמה, גוגל איז דיין חבר. אויף רעדדיט איז פארהאנען פיהל הילף ועוד מקומות.
מיין ערפארונג, אין די קורצע צייט איז אזוי. די ערשטע פאר טעג, האט מען א שטיקל קאפוויי. די גוף בענקט זיך נאך איהר צוקער, און עס קומט נישט. ביי מיר איז עס געווען א קליינע קאפוויי, נישט קיין גרויסע, און נאך א פאר טעג איז עס פארגאנגען.
מ׳עסט אסאך בעבעלעך, פון אלע סארטען. ארבעס זאל מען נאר עסען אביסל, לויט eslowcarbdiet.com אבער יענער סייט איז זייער מחמיר אין די עניינים. די חכמה איז צו פארזאמעלען פארשידענע ספייסעס מטעים צו זיין די בעבעלעך, פעם בכה ופעם בכה, אזוי ווערט מען נישט פארלאנגווייליגט פון די זעלבע עסען טעגליך.
למעשה איז עסען בעבעלעך א שטיקל ארבעט. מ׳דארף זיי ווייקען פאראויס וכו׳. דאס האט מיר געהאלפען אין א פסיכאלאגישע זינען. אין איינער פון די סאמע ערשטע טעג בין איך אריבער עפעס א פרעס געשעפט, און עס האט זיך געכאפט די תאווה זיך מוחל צו זיין עפעס גראב און פיהל מיט קארבס. נאר ווען איך האב מיר דערמאנט אז די ווייב מוטשעט זיך אין די טעג פאר פסח מיר אנצוגרייטען די בעבעלעך, האב איך געטראכט אז עס נישט שיין ארויס צו ווארפען איהר ארבעט אין מיסט אריין.
געווענדליך, א פאר שעה נאך פרישטיג, ווער איך הונגעריג. איך שלאג זיך דערמיט און איך גיי ווייטער און עס גייט אוועק. עס ווערט אבער שווער אביסל צו טראכטען און האלטען קאפ אין ארבעט צו אין לערנען. נאכ׳ן זיך אביסל אפגעוואוינען פון די קארבס אין די צוויי וואכען, פיהל איך אנדערש. אפילו מ׳ווערט הונגעריג, ווערט די קאפ נישט צושטערט. מ׳קען אנגיין מיט'ן לעבן אן זיך צו שלאגען מיט די הונגער. ווי אויך האב איך באמערקט אז די געפיהל פון הונגער איז נישט איינס מיט די רייץ צו עסען. מ'קען זיין הונגעריג און די עסן זאל זיך נישט רייצען אזויפיהל.
גרינס איז א געוואלדיגע זאך, אבער בעיקר מיט פראטין. אואקאדא זאל מען נאר עסען ווייניג, אבער א קען טונא מיט א סאלאט זעטיגט מורא׳דיג.
פאר פסח וועל איך זע׳ען נאר צו עסען איין כביצה יעדער סעודה (מ'דארף זיך דאך וואשן, און וואספארא טעם האט עס אן א ברכה?) ותו לא. לאזען די קניידלעך מיט די מצה האקען פאר די קינדער.
עסען אינדערפרי איז נישט לייכט. איך נעם צוויי אדער דריי געקאכטע אייער, מיט א האלבע קען בעבעלעך. איך האב געפרעגט א ת"ח וואס האט געזאגט אז די איסור פון עסען פאר'ן דאווענען איז אלס דרך גאווה, און דרך רפואה איז נישט קיין איסור (להוציא פון די צד אז רפואה איז היתר פאר א חולה, וואס דאס איז שוין א שווערערע גדר וואס איז נאר גראב)
פאר די וואס לעבן אויף א בודזשעט, איז די מהלך טאקע טייערער, מ'קען דאס נישט לייקענען. וועדזשטעבעלס זענען נישט ביליג, בפרט די וואס זענען מוחזק בתולעים און מ׳דארף קויפען ספעשל אידישע. א טעלער רייז איז ביליגער ווי בעבלעך, און מער פראטין ווי פיש און פלייש איז טאקע טייערער. איך האלט אינמיטן זוכען עצות דערפאר. א קען טונא איז דאך ביליגער ווי פרישע פיש און פלייש, וועלען מיר זעהן אויף ווייטער.
למעשה דענק איך, אז די מהלך איז בעיקר אויף א זעלבסט באגרעניצונג אין די מאס עסען. ווען מ׳קען נאר עסען געוויסע מאכלים, ממילא עסט מען ווייניגער, ולזה אנו מקוים. איך האף טאקע דערמיט נישט נאר צו פארלירן וואג, נאר אויך זיך צוגעוואוינען צום הונגער געפיהל.
איך האף ענק צו קענען באגריסען מיט גוטע נייעס בקרוב. ביז דערווייל רוקט זיך די וואגשאל פאמעלעך. איך האף אז דאס וועט זיך בעסער אנהאלטען אין די צוקונפט.
If someone doesn't get along with chickpeas,is there any other substitute?
יעדער סארט לעגו"ם. עס איז דא צענדליגע סארט בעבעלעך, יעדער מיט איהר טעם.
Black beans
Pinto beans
Black eye beans
Lima beans
Butter beans
Kidney beans
ועוד ועוד
עס איז דא חלב ישראל לעקטאוס פרי מילך.
פראטין פאודער איז נישט גענוג, מ'דארף עסן די פראטין. די תכלית איז אז די מעטאבאליזם זאל אנהייבן ארבעטן ווי אמשנעלסטן, און מיט די פאודער פאסירט עס נישט
ווען א דייעט פאדערט עסן ווייניגער, איז מען טעגליך און מינוטליך אין די הענט פון דער יצר הרע. אז מ׳וויל עסן נאר א דריטעל טעלער לאקשען, זאל עס זיין האול וויט ארגעניק, ווייסט מען אז דארט וועט זיך עס נישט אפשטעלן. מיט בעבעלעך הערט זיך עס אויף פיהל שנעלער. די עצם עסען איז ווייניגער.
סתם אזוי, אפילו נישט לגבי די דייעט, נאר אלע דייעטס און לעבנסשטייגער טוישן. צופרי זענען רוב מענטשן מער אין די גוסטע זיך איינצוהאלטען פון תאוות. שחרית דאווענט זיך בעסער, און א געזונטע פרישטיג עסט זיך לייכטער. נאכמיטאג און ביינאכט איז די צייט פון די יצה"ר. אפשר איז עס אן עצה זיך צוצולייגען נאכמיטאג פאר א האלבע שעה, צו דערפרישען די גוסטע. איך ווייס אז נישט יעדער ארבעט אויף זיין אייגענע זייגער, און עס איז אפט נישט מעגליך, אבער טאמער מ'קען, קען עס זיין א שטיקל עצה.
עשיתי הנ"ל יותר מ'מ ימים ונושעתי
איך טרונק אסאך מאל גלייך צופרי א גלאז ווארעם וואסער מיט א האלבע לעמאן און איך בין זאט פאר צוויי שעה און ביז איך ווער הונגעריג איז שוין נאך חצות. איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי ס'ארבעט, אבער עובדה, ס'ארבעט. ס'דא מענטשן וואס זענען אלץ הונגעריג און די סיבה איז ווייל זייער מאגן מאכט נישט גענוג עסיד וואס דאס פארדייט די עסן, איך פלעג ליידן פון דעם פאר יארן ביז א דאקטער האט מיך עס געזאגט. איך פלעג עסן אגאנצן טאג, און אפילו ווען איך האב מיך אנגעשטאפט ביז צום ברעכן, בין איך דריי שעה שפעטער שוין געווען הונגעריג, אבער נישט סתם. איך האב אנגעהויבן צו טרינקען אביסל
kombucha כמעט יעדן טאג, און ממש א וואונדער, זינט דעמאלטס קען איך מער נישט עסן, איך טרעף מיך צומאל זיבן שעה נאכן אויפשטיין וואס איך האב גארנישט געגעסן. איך האב געהערט זאגן אז apple cider vinegar קען אויפטון די זעלבע זאך.
רויטע וואנצעסעשיתי הנ"ל יותר מ'מ ימים ונושעתי
פרטים ביטע. האסט געטוהן די slow carb diet? מ׳דארף עס אנהאלטן א גאנץ לעבן? וויפיל האסטו פארלוירן?
איך רעדט פונעם נאכמיטאג דרימעל, עס האקט אפ די נאכמיטאג תאות.
מיין הייליגער ליטפאק
איך וואונשט דיר פיל הצלחה דו זאלסט פארלירן כאטש ווי איך, און ס'זאל אנהאלטן פאר אייביג.
דיין דייעט איז נישט קלאר פאר מיר פונקטלעך ווי אזוי עס ארבייט, אבער וואס איך זעי איז דיין שטארקע רצון צו פארלירן, און דיין שטארקע החלטה צו נעמען אחריות אויף דיין לייף, דאס וועט דיך קעגען קומען און דו וועסט דערפאר זוכה זיין צו אנקומען צים ציל.
חג כשר ושמח און איזי דייעטיג פסח.
די יסוד איז אז מ'דארף רייצען דער מעטאבאליזם צו טוהן זיינס. ווען מ'עסט סתם ווייניגער, ווערט דער מעטאבאליזם שטאטער און עס איז שווערער צו פארלירן נאך א שטיק צייט. אזוי נארט מען איהם אפ אז מ'פאסט נישט. מ'עסט גלייך ביים אויפשטיין און מ'עסט זיך אן איין טאג א וואך, און אזוי קלערט ער נישט אז דו גייסט הונגערן.
עכ"פ, לאמיר זעהן וואס גייט פאסירן.
די תורות ארבעטען נישט.
מען פארלירט וואג ווען מען עסט ווייניג.
אישתישבידי תורות ארבעטען נישט.
מען פארלירט וואג ווען מען עסט ווייניג.
אזוי זאגסטו.
אנדערע פראפעסיאנאלן זענען מחולק מיט דיר. זיי האלטן אז עס ווענדט זיך "וואס" מען עסט, נישט וויפיל.
עס איז נישט נאר 'וואס' מ'עסט. אסאך זאכן גייען אריין אין דעם, הן פיזיש הן פסיכאלאגיש. עס איז נישט לייכט, די אלע לייכטע עצות זענען שקר. אבער דאס אז עס איז א סוגיא איז ברייט אויפגעוויזען.
אישתישבידי תורות ארבעטען נישט.
מען פארלירט וואג ווען מען עסט ווייניג.
פונקט די וואך ארויסגעקומען איין שטודיע וואס זאגט אז עס איז א חילוק וואס מ'עסט און נישט וויפיל.
Re: דייעט
איך בין יעצט אנגעפער זיבען מאנאטען אריין אין די דייעט, און ב"ה עס האלט זיך. שוין מער ווי פופציג פונט פארלוירען. איך האב זיך געלערנט א פאר זאכען אונטערוועגענס, און איך וועל באלד מיטטיילען, בל"נ.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: דייעט
ליטפאק! איך בין שטאלץ מוט דיר, אדרבה לייג ארויף ווי אזוי דו האסט עס געטון, וויפיל ברויכסטו נאך פארלירן אנצוקומען צום ציל?.
ב''ה איך גיי נאך אן פעסט מוט מיין מלחמת היצר, טראץ עס איז שוין אזויפיל יאר פון ווען דער אשכול האט זיך אנגעהויבן, אבער איך בין נאך אלס היבש דאר, אפילו איך האב עפעס צוריק גענימען דורך אויס דעם יום טוב סיזאן דאך פאלן די פונטלעך צוריק ארינטער, און שמעלצן אוועק ווי א ברעניג ליכטעל.
איך בין אויך אויף אזא סארט אייגענער דייעט, אבער משום גילוי וועל איך נישט מגלה זיין וויפיל איך וועג....
איך האב עטוואס געפאלגט יענע בוך און עטוואס נישט, און עס איז ארויס אן אנדערן סיסטעם ווי יענער שילדערט פאר, ע"כ וועל איך דא אראפשרייבן וואס איך האב געטון און וויאזוי עס איז מיר געלונגען.
היינט, אויף א גוטן טאג, עס איך פרישטאג בערך דריי שעה נאכ'ן אויפשטיין, וואס דאס איז אן אייער-שפייז פון דריי אדער פיר אייער און אסאך וועדזשטעבעלס, ווי קרויט צוויבל טאמאטא, אלעס געפרעגלט אינאיינעם. דאס עס איך מיט א האלבע קען בעבלעך. טרינקען טרינק איך נאר וואסער מיט טראפלעך לעמאן זאפט, אדער שווארצע קאווע.
מיטאג איז א טעלער וועדזשטעבלס מיט פלייש אדער טשיקן.
נאכטמאל\וועטשערע איז א טעלער וועדזשטעבל זופ.
איך עס אביסל פרוכט במשך דעם טאג, און יעדן טאג האב איך עפעס געגעסן וואס איך האב נישט געדארפט, אבער אויף א גוטן טאג איז עס געווען ווייניג.
שבת עס איך נארמאל (די מאגן איז קלענער, ממילא גייט אריין ווייניגער בטבע), אבער מיין ווייב מאכט מיר וועדזשטעבלס אנשטאט קוגל, און איך עס גאר א קליין ביס חלה, און דאס איבעריגע נאר האול וויט מצה. שלש סעודות עס איך אינדערהיים, ווייל דעמאלס האלט מען נישט אין איין קייען ווילאנג מ'ענדיגט זמירות מיט תורה'ס אויף גלות השכינה און סעלפאונס. אין בית המדרש קום איך אן נאך מיין בענטשן.
נאך א וויכטיגע זאך, איך גיי טעגליך אויפ'ן וואגשאל און איך האלט א ספרעדשיט וויאזוי עס גייט. ווען א תאווה כאפט זיך אן אינמיטן טאג צו זינדיגן, קען עס מיר ארויסהעלפן אז למחר תבכה מאשר היום תשחק.
איבונגען איז געווען אזוי. אין אנהייב האב איך בדוקא גארנישט געמאכט, ווייל ווי באקאנט איז עס געפערליך. ווען מ'מאכט איבונגען בארעכטיגט מען פיל פרעסעריי דערנאך, מ'טרינקט צוקער וואסער אלס energy drinks און מ'נוצט אויס די מאטיוואציע פאר עפעס וואס ארבעט נישט. נאך דרייסיג פונט האב איך אנגעהויבן צו גיין אויפ'ן בייק, לכתחילה יעדע צווייטע טאג, פאר צווישן אכט מיט צוועלף מייל. איך האב א bluetooth און איך הער אויס קול הלשון (פארשטייט זיך, וואודרידזשע רב שליט"א) און צומאל בין איך געגאנגען מיט א חבר. איך קען נישט זאגן צו עס העלפט, אבער דער וואגשאל גלייך דערנאך זאגט א קלענערע נומער ווי יענע אינדערפרי.
מיין עיקר פראבלעם א גאנצע צייט איז נאכמיטאג און ביינאכט. דעמאלס איז מען פיל ווייניגער אין דער גוסטע, וכמו"ש למעלה. אין די הצלחה טעג, בין איך מקפיד בהקפדה גמורה אז נאך פינף אזייגער עסט מען נישט. מ'טרינקט וואסער אדער סעלצער און מ'שטופט עס אדורך. בדיעבד א טעלער וועדזשטעבל זופ ותו לא. ווען איך האלט עס אן, זעה איך עס מארגן צופרי אויפ'ן וואגשאל, ומכלל לאו אתה שומע.......
א יסוד גדול האב איך געלערנט אין די צייט. פונקט ווי יעדער ווייסט און פארשטייט אז די physiology קען מען נישט אנפייפן. עסן מאכט פעש און מ'דארף נעמען אין אכט די נאטור פון עסן, און וועלכע עסן מ'וועט עסן, אזוי אויך די psychology. עס איז נישט עפעס וואס מ'קען אנפייפן דורך א באפויל צו א גלויבונג. דער גוף וועט זיך איינרעדן זאכן און דער געפיל וועט פאדערן זיינס. נאך א וואך פון זיך איינהאלטן, זעט מען אז די אנדערע וואך וועט זיין שווערער. מ'דארף די זאכן נעמען אין באטראכט, און נישט שרעקן דערפון.
יעצט דארף איך פארלירן נאך פופציג פונט בערך, און מ'האפט אויף רחמי שמים (אולת אדם תסלף דרכו, ועל ה' יזעף לבו) דאס אנצוהאלטן. יו"ט און די וואך נאכדעם איז נישט געווען אזוי גלאטיג, אבער מ'קומט אלס צוריק. איך האף אז עס וועט זיך אנהאלטן לאורך ימים ושנים ונזכה ונראה בישועתן של ישראל.
ליטוואק פון בודאפעסטדאס עס איך מיט א האלבע קען בעבלעך.
פארשטייט מען שוין ווי דו האסט אזוי סאך צייט פאר קאווע שטיבל..
די בעסטע לעזונג צו פארלירן וואג איז, זיך צו דרייען צווישן די פיינט, ווי רבי יוחנן בן זכאי האט געזאגט פארן דיקליכער קייזער אספסיינוס, ווען ער איז געבליבן שטעקן מיט איין שיך אנגעטאן און איין שוך אויסגעטאן. ורוח נכאה תיבש גרם. א צוקלאפער גייסט מאכט מאגער די ביינער. כ'דריי מיך דא אין שטיבל צווישן מיינע פיינט, און די עצה פון רבי יוחנן בן זכאי ווירקט וואונדערליך.
קאך_לעפלדי בעסטע לעזונג צו פארלירן וואג איז, זיך צו דרייען צווישן די פיינט, ווי רבי יוחנן בן זכאי האט געזאגט פארן דיקליכער קייזער אספסיינוס, ווען ער איז געבליבן שטעקן מיט איין שיך אנגעטאן און איין שוך אויסגעטאן. ורוח נכאה תיבש גרם. א צוקלאפער גייסט מאכט מאגער די ביינער. כ'דריי מיך דא אין שטיבל צווישן מיינע פיינט, און די עצה פון רבי יוחנן בן זכאי ווירקט וואונדערליך.
נחמתני בני נחמתני. כל ימי האביך געציטערט וועגעו לא תשנא, ב"ה אז איך הער יעצט אז ס'האט א תועלת און ס'איז נישט קיין שנאת חינם...
ומרובה מידה טובה, איך דריי מיך דא צווישן מיינע פריינט, און ס'ווירקט אויך ווינדערליך...