☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דייעט

דייעט

187 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8007
בלאט: 1 2 3 4

למדן » זונטאג מערץ 1, 2015 9:37 pm

· #256573
ווי אויך ווייסעך נישט פארוואס אזא טשיקן זופ אסרן אלע פה אחד, ווייטער וועגן סטשארטש מיט צוקער. (ווייטער עטקין מיט מייזליש)

איך אויך » זונטאג מערץ 1, 2015 9:38 pm

· #256574
וי''ג בייכלט מען.

למדן » זונטאג מערץ 1, 2015 9:43 pm

· #256575
נושעתי, ולא מטעמה (אולי).

למדן » זונטאג מערץ 1, 2015 9:52 pm

· #256577
פליקער
עס איז נישט קיין שום שאלה, קלאר שטותים.
אדרבה פראביר אויס, און איבערצייג זיך אז מען אכל'ט, תחל'ט מען

די שאלה איז נישט אויב יא צו אכלן אדער נישט, נאר ווען מען עסט די דריי סעודות א טאג וואס מען דארף עסן, און פארשטייט זיך נישט איבער עסן.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 2, 2015 5:52 am

· #256627
למדן
ווי אויך ווייסעך נישט פארוואס אזא טשיקן זופ אסרן אלע פה אחד

❓ ❓ ❓

לית דין בר נש » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:04 am

· #256635
איך ווייס נישט צו עס באלאנגט דא אבער סתם פאר אינטערסאנטקייט די עולם זאל וויסן
ביי די סטעיט פו"ד פראגרעם דארף מען געבן א וועדזשטיב"ל ביי יעדע מי"ל איז פאטעיט"א קיגל הייסט א וועדזשטיבל און מיט דעם איז מען יוצא די וועדזשטיבל (ווייל עס קומט פון די ערד)

יואב » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:09 am

· #256638
פליקער
איך שטיי און שטוין, דעי שבת איז ציגעקומען א נייע קאטעגאריע צים דבר יום ביומו, עס איז אלס שוין געוועין, קידוש, באווארפן, שבת שבע ברכות, זכרים, אבער עס איז נאך דא נאך זאכן וואס מען קען קאטעקאריזירן, ברכת הגומל.

איינער א אינגער מאן שאינו רוצה בגולם שמו, האט אויסגעריפן אז ער שאלט פאר פרייד, ער האט געהאט א הארץ אטאקע ביי די זעקסין דרייסיג, ער איז פריילעך אז עס איז אים באשערט געוועין איבער צו לעיבן, בריך רחמנא דייהבך לן ולא יהבך לעפרא, ער איז פריילעך, וואס טוט מען ווען מען איז פריילעך ביי אונז, מען ווארפט א בַּעל, ער גיבט א גרויסן קידוש, ער גיבט דארט איבער אלע דיטאלן, ער וויל נישט אז ער זאל זיין א סטאטיסטיק, ער וויל יעדן פארציילן אז מען ברויך זיך היטן, מען קען נישט נעמען ס'לעבן גרינג, פרעיג איך אים זאג נאר ביזטו אימשילדיג, האסטו געוויסט אז מען טאר נישט האבן קאלעסטעראל, זאגט ער יא, אבער ער האט נישט געוויסט אז עס איז אזוי געפערליך.

אלזא וואס איז געוועין ביי די קידוש קלערט איר, סעלערי, טאמעיטא, מייערן מיט דיפ'ס, אדער קיגל, קעיק, קישקע, יא איר האט צוגעטראפן, די אלע זאכן וואס האט אים שיעור נישט ארלעידיגט, דאס האט ער געטיילט פארן גאנצן ציבור לכבוד זיין שמחה, ווי קען מען דאס אזוי צילאזן, איז ער נארמאל, ער וויל דאך נישט זיין דער נער וואס פאקט איין, ער וויל דאך לערנען פארן עולם את המעשה אשר לא יעשו.

בכלל איז דאס א עוולה, ביי יעדע געלעיגענהייט, שטאפט מען דעים עולם ווי גענדז, מיר זענען נישט קיין גענדז, מיר זענען דאך היאמען ביאינג'ס, אינזערע סיסטעימען ווערן פאר'הרג'ט פון פרעסעריי, פליז אים גאט'ס ווילן, הערט אויף צי פארשטאפן אינזערע אדערן, אינעם נאמען פון א קידוש אדער שמחה.

אה! דאס איז ממש חומר פאר משלים דורכאויס די הייליגע טעג. דעם נמשל פארשטייט מען דאך שוין אליינס.

פליקער » מאנטאג מערץ 2, 2015 5:33 pm

· #256740
מיין דייעט
איך וועל דא אראפ לייגן מיין דייעט טעאריע און פארלירן פונט.

נקוט כללא בידך, ווען איינער עסט יותר מדי, פאסירט דאס וואס מיר אלע זעיען, נעמליך מען הייבט אן יעהרן, די געדעירם וואקסט אויף, ס'מחילה ווערט גרויסער, די לאבע'ס ווערן ווי טורעמעס, די האלדז ווערט שטרומער, בקיצר וואס עס פאסירט אינערלעך איז, די באדי זאמעלט אן די איבריגע פעט'ס און טוט דאס פארקירן, גרויסע שטיקער ריין אידיש אדער גויאיש פעט'ס ווערן געדריקט ווי עס לאזט זיך.

ווען מען עסט פחות מכדי, טוט די באדי נישט נעמען פון די איבריגע פעט שטיקער סתם אזוי, נאר און א גאר גרויסע קערפערליכע עת צרה, ווען עס איז מאיזה סיבה שיהיה נישט דא קיין פעט אריין קום, דאן נעמט די קערפער אפיר די שטיקער איבריג פעט'ס, און הייבט אן רעדעצירן די פעט'ס פאר ענערגיע, אויב איז נישטא אזא עת צרה, שלעפט מען זיך ארים דערמיט פאר יארן, און מאכט אן צרות ווי בליט דרוק, קאלעסטעראל, און סתם אזוי א טאקסיק זאמלער צווישן די פעטע שטיקער.

א מאנס ביל טאר בדרך כלל נישט איינעמען טעיגלעך מער ווי צוויי טויזענט קעלארי'ס, גיוו אר טעיק עטליכע קעלאריס, אויב עסט מען מער וויפיל די גוף פאדערט, דאן ווערט די באלאנץ פראסעסירט און אריין געדריקט ווי נאך א לעיער צים פעט שטיק, ווידערים ווען מען עסט ווייניגער ווי די פיפצען הינדערט ביז צוויי אלפים קעלארי'ס, דאן גייט נישט די קערפער צים פעט שטיק, נאר עס ווענט זיך צי אנדערע פלעצער קודם, ווי למשל מוסקלען, און וואסער, די לעצטע זאך וואס די באדי גייט צו איז פעטן'ס, ווייל דער באשעפער האט אזוי געמאכט די סיסטעים אז מען זאל קענען איבער לעיבן א עת צרה.

על כן ווען מען זעיט אז מען הייבט אן א דייעט, מען עסט ווייניגער ווי די פיפצען הינדערט, למשל ער נעמט איין נאר טויעזנט קעלעריס פער טאג, ברויך ער וועין דאך על פי חשבון פארלירן אן א שיעור, אבער די ריעליטי איז אז מען פארלירט עטליכע פונט דא דארט, אבער נישט פון דעים ריזיגען געדעירם, אויך נישט פינעם מאחורי, איז דערפון געדרינגען אז ווילאנג מען עסט פעטנס סיי וואס, וועט דער באדי נישט נאכלאזן פון די וויסערעל פעט ריזערוו, נאר שיילן מאסלס, וואסער, אד"ג, און די עיקר וואס מען וויל פטר'ן בלייבט שטעקן ביז עס פארגייט די אפעטיט זיך צי מוטשען, און איינס צוויי נעמט מען אלעס ציריק.

אויך זעיט מען קלאר אויב א פאס הייבט אן לעיבן נארמאל אפילו פאר א לאנגע צייט, ער זייגט נאר איין די ערלויבטע צוויי טויעזנט קעלאריס, וועט ער גארנישט נישט פארלירן, אמת טאקע אויך נישט צונעמען, אבער צים תכלית וועט ער נישט דערגרייכן, אפילו נאך א לאנגע צייט וועט ער ווייטער בלייבן מיט זיין געהויבענעם געדעירם.

נו א כלל וואס קען מען טיען, מען מיז דאך לויז ווערן פון די פעטן'ס, ווי אזוי שפילט מען אויס די קערפער, אויפ דעים ענטפערן די עקספערטן, אז מען ברויך גיין אויפ א פעטן פרייע דייעט, נישט עסן קיין שום זאך וואס איז פעט, צודעים אויב מען עסט ווייניג קעלארי'ס וועט דער קערפער אנשטאט שיילן מאסל, וועט עס יא שיילן פעט'ס, און ווינדער איבער ווינדער איז, אז מען פילט גיט בשעת מען טוט אזוי, ווייל דער קערפער פארברענט געהעריג די געפאדערטע צוויי דריי טויזענט קעלארי'ס א טאג, ווי עס צייגן קלאר איבער די פראפעסיאנאלע וואג שול'ן, וואס קענען מעסטן די סך הכל פון קעלערי בערנינג פראצעס, און וואסער לעוולען.

אויף די דייעט קען מען טאקע נישט גיין פאר אייביג, ווייל די באדי הייבט אן מאכן געוואלדיגע שוועריקייטן נאך זעקס זיבן וואכן, ווען עס איז מער נישטא קיין פעט ריזערווס, און די קערפער ברויך ציריק פראדאצירן עפעס פאר עת צרות.

אבער אויב טוט מען דאס ווי ס'ברויך צו זיין, פארלירט מען פונט און א קארצע צייט, אבער ווי ס'ברויך צו זיין, א פערציג פונט ווי גארנישט, און מען איז בכלל נישט הינגעריג בשעת'ן דייעטן, גלייך דערנאך ברויך מען ציריק גיין צי עסן די צוויי טויעזנט קעלארי'ס ווי א מענטש, און מען האלט אן די וואגשול, אן צונעמען.

פאר ווער עס וויל וויסן וויאזוי מען מעסט קעלארי אינטעיק, איז היינט דא גיטע עפפס פריי פון אפצאל, למשל מיי פיטנעס פעל, ועוד., מען ברויך און אנהייב קויפן א עסן וואגשול, און מעסטן וויפיל מען לייגט אריין אינעם פיסק, נישט עסן מער ווי פינף הינדערט קעלאריס א טאג, וויטאמין סאפלאמענט'ס איז פיין, קיין שום פעט, קיין שום סטארטש, קיין שום ציקער, און גארענטיד אז מען שפירט דאך גיט, אויב נישט איז א סימן אז מען עסט יא ערגעץ פעט, און די פראצעס פון פארניצן פעט פאר פיול ווערט גלייך אפגעשטעלט, און אז מען האט נישט מער קיין געז, קען מען נישט פארן.

איך וועל מודה זיין אז די דייעט איז נישט אזוי פשוט, עס איז נישט פאר די שוואכע הערצער, מען ברויך האבן גאר א שטארקע דיסעפלין, נישט עובר זיין אף פעם אחד, נישט קיין חיליק וואס פאר א תירוץ עס קומט אינטער, ווי קידושים, יארצייט סעודות, חתונות, אדער סתם א פרייע מאלצייט מאיזה סיבה שהוא, אבער אויב קען מען דאס יא דורך פירן, איז אשרי חלקך, און מען פארלירט גאר אסאך.

פליקער » מיטוואך מערץ 4, 2015 4:03 pm

· #257161
היות מיר פאסטן היינט, שפיר איך אז עס איז וויכטיג ציריק ארויפברעינגען א תגובה וואס עס איז נוגע אויס פאסטן אויף א דייעט פאר ווער עס איז נייגעריג.

שמערל » פרייטאג מערץ 6, 2015 4:40 pm

· #257314
אן אריינגיין אין לענגערע וויכוחים און הסברים, על איך בלויז מעיר זיין, אז עס איז נישט פארהאן קיין שום אנגענומענע שיטה אז עסן פעט פריי העלפט פארלירן פעט, אפילו לשיטת הבעלי לאו קאלערי דייעט זאגן זיי דאס נישט.

פארלירן וואג איז א גאר קאמפלעצירטע סייענס, און עס איז פארהאן אסאך שיטות און וועגן דאס צו טוהן. נישט עסן פעט, איז בכלל נישט פון די.

פליקער » מוצ"ש מערץ 7, 2015 8:32 pm

· #257325
אן אריין גיין און לאנגע וויכוחים, וויל איך דיר זאגן, אז עס איז יא דא אזא שיטה, און עס איז לעצטענס גאר שטארק אויפגעכאפט, פארשידענע מהלכים פון פעט רידוסער'ס

שמערל » מוצ"ש מערץ 7, 2015 9:59 pm

· #257338
דער צד השוה פון די אלע פארשידענע היימישע מהלכים, זענען הונגערן ווילאנג מען ווערט מוגער ווי די זיבן קיען ביי פרעה, קיינער איז נאכנישט פעט געווארן פון נישט עסן, אבער צו זאגן אייגענע בוך סברות אז פעט מאכט פעט, און צוקער נישט, האט נישט קיין שום באזיס אין סייענס, א מחילה באקומט מען פונקט אזוי פון די פאטעטאס ווי פון די אויל אין די אווערנייט קיגל.

אויב וויל מען פארלירן פעט און נישט מאססל, איז די איינציגסטע וועג עקסערסייז, אדער אפשר עטקינס.

פליקער » מוצ"ש מערץ 7, 2015 11:39 pm

· #257352
איך פארשטיי נישט ווי דו זעיסט פון מיין דייעט אז עס איז ערלויבט צי עסן פאטעיטא'ס אדער צוקער, אוודאי איז נישט ערלויבט, נאר בנוסף צו אלעם ברויך מען רעדעצירן פעט'ס צו זערא, דאן און נאר דאן נעמט זיך די קערפער צים כרס'ל, איך רעד פארשטייצעך פון עקספעריענץ.

שמערל » זונטאג מערץ 8, 2015 12:14 am

· #257354
איך רעד אויסדריקלעך נישט פון עקספיריענס נאר פון סייענטיפישע שטודיעס. אויב זאלט איר עסן בלויז פינעוו הינדערט קאלאריס א טאג, וועט איר פארלירן פעט נישט קיין חילוק אויב די קאלאריס קומט פון קארבס אדער פעט.
אויב קומט עס פון פראטין איז שוין איינמאל א חילוק.

יאיר » זונטאג מערץ 8, 2015 12:24 am

· #257358
שמערל
איך רעד אויסדריקלעך נישט פון עקספיריענס נאר פון סייענטיפישע שטודיעס. אויב זאלט איר עסן בלויז פינעוו הינדערט קאלאריס א טאג, וועט איר פארלירן פעט נישט קיין חילוק אויב די קאלאריס קומט פון קארבס אדער פעט.

ואוישוויץ יוכיח. דער עולם האט געהאקט מארגארין און מ'איז געבליבן הויט און ביין.

פליקער » זונטאג מערץ 8, 2015 8:35 am

· #257379
יא אוודאי ביזטו גערעכט, מען וועט פארלירן, אבער אויב עסט מען פעט, ווען מען נישט קענען דורך טראגן דעים טאג אויף פינף הינדערט קעלעריס א טאג, משא"כ אויב האט מען זערא פעט אינטעיק, קען מען יא גרינגערהייט דורך טראגן, ווייל די קערפער שפייזט זיך אויפן איבערפלוס פון אייגענע פעטן'ס,

פליקער » זונטאג מערץ 8, 2015 8:47 am

· #257380
זעי מער דא

פליקער » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 6:33 pm

· #263893
פסח אויף דייעט
פסח אויף דייעט

דער יום טוב פסח גענעינט זיך מיט א ווילדן גאלאפ, עס צאפעלט מיר דאס הארץ ווען איך טראכט וואס גיי איך היי יאר טוען, ווי אזוי איז מעגליך צו פראווען א דייעט ווען אלעס וואס מען עסט איז דיר היפך פון דייעט, ווי מער איך טראכט דערפון הייב איך הענט. פסח און דייעט איז אויבנאויף א תרתי דסתרי. וואס קען מען טוען נישט צונעמען קיין פונט אין די טעג פון פסח, דעם זמן חירותינו?

דרכיה דרכי נועם. לאמיר פרובירן זען וואס מען קען טוהן הלכה למעשה אדורכצוגיין די טעג בשלום געזונטערהייט:

מצה – די מאכל דאסוותא, מסתם ווען עס איז הגיעני כפיל, אזוי קליין ווי איין פיל (נישט פיל ווי א עלעפאנט...), אבער מער ווי דעם איז עס איינס פון די ערגסטע מאכלים, עס איז איין שטיק קארבעהיידרעט, עס איז א שטיק קאלארי. איך עס געווענליך קיינמאל נישט קיין ברויט, און אויב גיי איך עסן מצה וועל איך בלי שום ספק ארייננעמען פונטן אן רחמנות. איך האב זיך איינגעהאנדלט ספעלט מצה, די חמצ'דיגע ווערסיע עס איך יעדן שבת קודש, א מצה פאר יעדע סעודה, און עם כל זה נעם איך צו א געווענטליכן שבת צוויי ביז דריי פונט, וואס איך לאז נאך במשך די וואך. אבער פסח וועט מען אכל'ן א וואך נאכאנאנד, וועל איך זיך טרעפן נאך אחרון של פסח מיט איבריגע צען פונט מינימום, און די מחשבת פיגול נעמט מיר ארויס פון די כלים, וועל איך ברויכן זיך אונטערנעמען נישט עסן קיין מצה, גענוי ווי גדולים וטובים האבן זיך נוהג געווען.

ווען איך טראכט וואס דער מצה גייט אדורך גיין נאכדעם וואס עס וועט אדורך גיין מיין שלינגער, נאך א לאנגס און א ברייטס ביז איך וועל פטור ווערן דערפון, קען זיין אז מען וועט שוין דאן טאנצען פאר בר יוחאי'ס פייער.

פרוכט – וועל איך עסן פילע עפל, גרעיפפרוכט, און מינימום צוויי עפל א טאג.

וועדזשטעבל – איך בין נישט קיין גרויסע עסער פון די געווענליכע טאמעיטא מיט קיוקאמבער'ס, ווייס איך נישט וואס איך קען עסן דא, ווייל לעטטוס מיט קאול-סלאו זעה איך נישט ווי אזוי איך קען עסן, מיט מייאנעיז מיש איך זיך דאך נישט, בין איך גענאגעלט.

פיש – נו, שגץ, פיש? רעד ניטאמאל דערפון!.. אבער היי יאר גיי איך יא עסן פיש. איך וועל קויפן סעלמאן פיש ביים פיש סטאר, אפשר ברויך איך זיך מתיר נדר זיין, איך פלעג אלע יארן קויפן געמאלענע פיש ביים פיש סוחר, פארוואס ווייס איך נישט, אבער מסתם ווייל ער האט א ספעציעלע 'נישט-געמישט' גערעדט, א שטייגער ווי נישט-אום-שבת-גערעדט...

אייער – היינט ווייסט מען דאך שוין קלאר אז אייער איז געזונט, יא אבער נאר זיבן אייער א וואך, נישט זיבן אייער פאר פרישטיג לאנטש און סאפער... על כן פסח עסט מען דאך אן א ערך אייער, אבער דאך וועל איך זיך לאזן וואויל גיין אויף אייער, א איי איז זעכציג קעלאריס, נישט געפערליך, איך וועל מיך די-קאלעסטראלייזן נאך פסח.

פלייש – דאס איז איינע פון די מערסט-געגעסענע מאכלים פאר פסח. איך וועל פרובירן צו עסן בשר עוף ווי מער, ווי א געבאקענע קאטלעט, נישט געפרעגלטע. בשר בהמה לכבוד שמחת הרגל, וועל איך עסן עפעס בשר בהמה אויך, אבער בעיקר וועל איך זיך זעטיגן פון פערטלעך מיט טאפ קאטלעט'ס.

צושפייזן – איך וועל מאכן פאר אפעטייזער'ס געקאכטע סקוואש מיט צוויבל, זוקיני סקוואש איז געוואלדיג פאר א דייעט, עס פארמאגט כמעט נישט קיין קעלאריס, עס איז זייער געזונט, אבער אן קיין מעלבע טויסט איז עס שווער צו עסן, אבער איך וועל עס פרובירן צו עסן ווי א זופ, איך וועל לייגן איין שטיקל מצה אין מויל, און עסן פון די סקוואש ביז די טעם פון מצה ווערט פארוואשן, דאן העל איך לייגן נאך א געדאנק מצה ביז איך וועל פארטיגן די טעלער מיט סקוואש, חלילה נישט בראקן. אדער וועל איך סלייסן קיוקאמבער וואס דאס איז יא ערלויבט צו בראקן אין די סקוואש, עס דוכט זיך מיר אז עס קען זיך אויסארבייטן.

עגגפלענט – הגם מען עסט פסח עגגפלענט, אבער פאר מיין מאגן ארבייט עס נישט, עס לאזט זיך גלייך הערן, נאך איידער עס רינט אריין אינעם מאגן שפיר איך א דראנג צו ברעכן. אויך רעטעך האט דעם זעלבן פראבלעם.

פאר סיבות מסיבות שונות וואס איך פארשטיי נישט האט מיין מאמע נישט געגעסן קיין בראקעלי, ספינעטש אדער קאליפלאוער. איך לעב אויף דעם איבערן יאר, הלוואי ווען זי וואלט ווען יא געגעסן, וואלט איך דאס פארלאנגט פאר כרפס.

פאטעיטאס – פון קארטאפל וועל איך אוועק שטיין בלי נדר עד חרמה, אווי עס וואלט געווען אין ח', עס זעטיגט העפטיג אבער האט אזא אינערליכע הייוון וואס מאכט די בייכער רינדיג, און דאס איז דאך אקעגן מיין רצון.

קעיק'ס – פאטעיטא סטארש, אייער מיט צוקער... מיש אלע אויס, ווערט דאס אלע פסח'דיגע מאכלים פון לאקשן, פערפל, קוגל, בלינצעס ביז קעיקס.. עס איז שוין געזונטער צו עסן די בעקעלע ווי די קעיק, על כן וועל איך נישט נכשל ווערן אין קיין משהו קעיק.

קאמפאט – איך וואלט ווען גערוקט קאמפאט אן קיין רחמנות, הלא עס איז דאך פרוכט, אבער דער פראבלעם איז, אז צו יעדע מאס עפל לייגט מען צו א פינף פונט צוקער דייקא פון סאכדעס, און מיר מישן זיך נישט מיט קיין שום פאלשע צוקער, הגם איך האב נאכגעקוקט און עס איז פארהאן פילע כשר לפסח פאלשע צוקער, אבער מיר פסק'נען דאך חמירא איסורא מסכנתא, און די הלכה איז קלאר אז מען טאר זיך נישט מישן נאר מיט וואס דער רבי האט ליב, און היות ער גלייכט קאצקא'ס קען איך נישט עסן קיין פאלשע צוקער, מילא וועל איך עסן געבאקענע עפל אנע צוקער.

* * *
אייגענטליך, די גאנצע מישן ביזנעס קריכט מיר אויף די נערוון, ווייל איך פארשטיי נישט ס'גאנצע ענין, ווען מעג מען זיך מישן, און ווען טאר מען נישט. איך קוק אין גראסעריי זעה איך אז עס איז פארהאן טויזענטער אייטעמ'ס וואס ווערן פראדוצירט בלויז פאר פסח, און פארמאגט א השגחה כשר לפסח, וועל איך זיך איינרעדן אז אלעס ווערט נאר געמאכט פאר אחרון של פסח? נאר אז עס איז א פיינע ביזנעס פאר גאנץ פסח, איך רעד נישט פון די גאנצעטע פאליצעס קעיק'ס וואס קאסט צעהן דאלער איין אונס, טייער ווי גין-זילבער, און פארקויפן עס א גאנץ יאר און אלע גוי'אישע געשעפטן אלס גלוטאן-פרייע פראדוקטן. ווי בי.דזשעי., קאטסקא האל פוד'ס. איך רעד פון די אלע פראדוקטן ווי סאדע, מייענעיז, קעטשאפ, אלע ערליי רעדי טונא און אייער סאלאטן, אלע נאשערייען, טויזענטער ערליי טשאקאלאדן, אויף ווען קויפט מען עס אויב נישט לכבוד פסח, איך גלייב נישט אז עס איז נאר פאר טאטעס פאר ערב פסח ביזן זמן, אדער פאר צאן קדשים שלא טעמו טעם.

נו ווערט דאך שווער, מיר אלע מישן זיך דאך מיט גאלדן פלאו מילך, אבער חלילה נישט יאגערט אדער טשיז סנעקס, הלמאי נישט, נאר פארמער טשיז מיט סמייטע, און פוטער פאר דער וואס איז מקיל און שמירט אויף מצה, נאר אמעריקען טשיז אבער נישט וועזשטעבל קרים טשיז, קדם גרעיפ דזשוס יא, סאכדעס צוקער זאלץ יא, אבער נישט קיין רעדי חריין אדער פיקל סאלאט, מרור מיט חרוסת פון נר מצוה לעצטענס אויך, אה נעסקאפי אויך לעצטענס, וואס גייט דא פאר? ווען נישט און ווען יא, קאווע אין שול נישט קיין פראבלעם, אראנזש דזשוס יא, עפל סדר אדער עפל דזשוס נישט, בלי שום ספק ווען סאכדעס וואלט ווען געמאכט קוקי'ס וואלט מען עס זיכער געגעסן אויף אפיקומן.. געמאלענע ניס קויפט מען געהעריג, מחמירים קויפן נאר שווארץ'ס קאווע, וואס איז דער כלל? ווען יא און ווען נישט, וועם קען מען פרעגן ווי אזוי מען מעשר'ט די זאלץ, איך מיין עס ווענדט זיך וויפיל מען איז חוצץ ווען מען פארקויפט די חמץ.

מען טאר נישט עסן קיין שום פרוכט וואס עס האט נישט קיין שאלאכץ, אקעי ערלעדיגט, אבער ווען מען האקט אריין צימרינג וויפיל ס'לאזט זיך אינעם חרוסת אריין, פארשטיי איך נישט פארוואס איז דא זאכן וואס זענען יוצא מן הכלל? טרויבן עסט מען נאר ווען עס איז גרעיפ דזשוס אדער מאסט, וואס איינער האט געמאכט מיט די קינדער ערגעץ אין א חזיר שטאל, מיט די קינדער וואס האבן זיך זאגאר אפגעשנארכצט די נאניע, אדער נאך נישט אפגעווישט אפילו, דאס טרינקט מען פאר די כוסות, אפילו עס איז קלאר געמישט לכל הדעות, אבער סתם א טרויב איז דאך ווערמיג, און עס האט דאך די שאלאכץ, ווי די שאלאכץ וואלט ווען געווען א גראבע עבירה, אבער מנהג ישראל תורה, מען טאר נישט פרעגן קיינע קשיות.

זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א פרייליכן כשר'ן און געזונטן פסח!

נ"ב די ארטיקל האט פיגערירט אינעם פה-סח, און היות פסח איז שוין דא און די אינפאמאציע עקספייערט ביז א וואך לייג איך עס ארויס פאר אלע וואס זענען פויל געוועין צי קנעפען קאנטראל פי.

איך וויל דא עפענטליך באדאנקען מיין ידיד האדמו"ר הגה"ק מ'שמעקסוויל מורינו @שמעקעדיג פארן רידאגירן דעים ארטיקל און אויסמענטשלען עס זאל אויס ווי אזוי עס זעיט נעבעך אויס.

יין שרף » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 7:59 pm

· #263910
די לייק איז אויך פאר שמעקעדיג פאר׳ן דיר אזוי אריין נער׳ן, און צו פיקסן...

פליקער » מאנטאג אפריל 6, 2015 8:33 am

· #264264
מיר האלטן איצט די ערשטע טאג חול המועד.

איך האב זיך ארויף געשטעלט אויפן וואג שול און איך זעי אז איך האב שוין ציגלייגט פיר פונט זייט ערב פסח ציפרי
ערב פסח האב איך כמעט געפאסט, קוים עפעס געגעסן
פסח אויפדערנאכט ביים סדר, האב איך געגעסן אלעס וואס מיר זענען מחיוב, אלע כזיתים, ביי די טאג סעודות האב איך פראבירט עסן גאר ווייניג מצה, נאר בעיקור פיש זיפ א פלייש טעלער, משהו'ס פעטעיטא.
נעכטען האב איך גארנישט געגעסן זייט די סעודה ביז היינט אינדערפרי, און מיט דעים אלעס איז ארויף פיר פונט.
מען ברויך שטארקע חיזיק נישט זיך פארלירן, אבער מיר וועלן זיך נישט לאזן, מיר וועלן אריבערשטיפן דעים פסח מיט מינימאלע שאדן'ס.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 21, 2015 11:13 pm

· #290804
ס'צרות. דא איז רעזולטאטן פון א ערענסטע פארלעסליכע שטודיע.

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך יולי 22, 2015 12:43 am

· #290857
א בענד אדער א סליוו וכדו׳ איז עקסלודעד פונעם סטודי

פליקער » מיטוואך יולי 22, 2015 9:12 am

· #290899
שרעקעדיגע סטאדי, דאס איז זיכער עפעס א פראד וואס איז זיכער געספאנסערט דורך די סערדזשענס, דאס איז זיכער אז ציליב אזעלכע סטאדי'ס פאלן מענטשן דורך.

אז די אשכול איז ציריק וויל איך טאקע דא ריפארטן היינט 280 טאג אויף מיין דייעט און איך בין דערווייל אויף מיין רעקארד נידריגסטע וואג, לאמיר האפן אויף ווייטער.

פליקער » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 10:02 pm

· #303772
Re: דייעט
היינט פייער איך איין יאר אויף דייעט,.

שבת בראשית איז געוועין מיין ערשטע טאג וואס איך האב עס אנגעהויבן, מיין ערשטע וואך איז געוועין נישקשה, היינט איין יאר שפעיטער, און ב"ה געוועין א פאלקאמע סאקסעס, איך וואונטש אייך אלע די גיטע געפיעל פון זיך האלטן צי א ציל ווי א לעיזער ביעם, און ווען מען קומט אן צים ציל, האבן די שטארקייט זיך אנציהאלטן פאר חדשים לאנג.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 11, 2015 12:59 am

· #303804
Re: דייעט
איך האב לעצטענס אנגעהויבען. דער עולם רודפ'ט מיר נישט ווי מ'רודפ'ט פליקער און איך האב געזען א תועלת אין די געציילטע מאנאטען וואס איך האב שוין געפראוועט דייעט.
דער אמת איז אז איך האב אייביג געגעסען געזונט. ד.ה. האו''ל ווי''ט ברויט און לאקשען, האו''ל גרעי''ן רייז, אסאך פרוכט און גרינס, נישט געפעלט קיין פרישטיג ועוד. אבער איך האב א גרויסע אפעטיט און א טעלער מוז גע'ענדיגט ווערען. איך גיי ווייניג צו שמחות (אפשר ווער איך נישט איינגעלאדענט ווייל איך עס צו פיל, גיי ווייס), אבער ווען יא, האב איך ליעב צו עס'ן.
איך האב געוואוסט אז מיין טבע איז אזוי אז איך וועל זיך נישט האלטען נאר טאמער איך קען גלויבען אז ס'ארבעט. יעצט, אזויפיל ליין איך אז איך ווייס אז מ'האלט אין איין טוישען מיינונגען בנוגע דייעט''ס. היינט ווייניג קארב''ס, מארגען ווייניג פעט''ס. טאמער איך 'על שטייען בנסיון באותו מקום ובאותו אשה, וועל איך שוין מורה היתר זיין, ואחריתה מי ישורנו. אבער איין זאך קען מען נישט לייקענען. דאס וואס שטייט אין רמב''ם אז עס'ן צופיל איז ערגער פון אלעם. ענדעריש עסען נישט געזונט און עס'ן ווייניגער. דעריבער פראביר איך יעצט זיך צוגעוואוינען צו עס'ן ווייניגער. נאר אויף דעם ארבעט איך. ארויסנעמען דער מיינונג אז נאך יעדער סעודה דארף מען זיין אינגאנצען זאט. ארויסנעמען די מיינונג אז טאמער מ'פילט א קיצל אין מאגען איינס א זייגער נאך מיטאג, מוז מען שוין עפעס גייען טועם זיין. ווען איך וועל פועל'ן ביי זיך אזא נייער צוגאנג, וועל איך זיך אריינטוהן אין מיין פערזענליכע נויט'ן און באדערפעניש'ן און טוהן וואס מ'דארף טוהן צו לעבען לאנג. ביזדערווייל, נאך צוויי מאנאטען איז עס ביי מיר מערקבאר. מ'קומט צו צו מיר אין בית המדרש, ובפרט די וואס זענען צוריק געקומען נאך יו''ט פון ערגעץ, אדער די איידימער וואס קומען פאר יו''ט האבען באמערקט. מיין ווייב זאגט אז ס'איז מערקבאר און זי בענקט זיך שוין נאך איהר 'טעד''י בע''ר' מאן, אבער למעשה איז זי צופרידען. מיין הויזען לאזען זיך אויך הערען, און די הויזען טראגער'ס זענען שוין קריטיש וויכטיג.
איך וויל נישט גייען אויפ'ן וואגשאהל, ווייל איך וויל זיך נישט פארלייגען אזויפיל אויפ'ן וואג פארלירען ווי אויפ'ן מיינונגס טויש.
איך דארף פארלירען הונדרעט פונט, ממילא גייט עס מיר נעמען צייט.
עכ''פ איך האף מ'זאל קענען מבשר זיין בשורות טובות. נאך א האלבע יאר 'על איך גייען אויפ'ן וואגשאהל, ווייל איל בין פארט כ מענטש.

לית דין בר נש » זונטאג אקטאבער 11, 2015 1:20 am

· #303807
@פליקער לאמיר הערן וויפיל פונט האסטו אראפגעווישט אין דאר איינער יאר?
@ליטוואק פון בודאפעסט הויזן טראגעס גיהערט פאר אן אונגערישע נישט פאר א ליטוואק גיי קויף דיר א פאסיק.

געוואלדיג » זונטאג אקטאבער 11, 2015 1:25 am

· #303808
איז ער דאך פון בודאפעסט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 11, 2015 6:35 am

· #303827
Re: דייעט
יא יא, דו ברענגסט ביידע, הן מיין נקודות, הן פליקער'ס. ס'איז נאך דא וואס צו שרייבען וועגען פליקערס יסודות. די פארשידענהייטען אין מענטשען, הן זייער גופים הן זייער געפילען כאפט א נ''מ ביים דייע''ט אויך, כידוע. און יעדער איינער מוז טרעפען זיין וועג

פליקער » זונטאג אקטאבער 11, 2015 7:05 am

· #303829
Re: דייעט
לית דין בר נש
@פליקער לאמיר הערן וויפיל פונט האסטו אראפגעווישט אין דאר איינער יאר?


איך האב אזוי מיר נישט דיר נישט אראפגעווישט זעכציג פונט,
ציפלאצט זאלן ווערן אלע שונאי ישראלים.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 11, 2015 12:38 pm

· #303848
מזל טוב @פליקער, הלוואי ווייטער ותלך מחיל אל חיל צו לאנגע געזונטע יארען.
דיין השפעה קען איך דיר זאגען. היינט אין בית המדרש האט מיר איינער געזאגט אז ער גייט מארגען צו סערדזשער"י אויף איבער וואג. איך האב סתם געפלפל'ט אביסל מיט איהם, אבער פלוצלונג געדענק איך די פייערדיקע מוסר רייד פון אייער מגילות דא אויף ק"ש, ונכנס בי כארס בכעוס, און איך האב איהם געבענטשט מיט הצלחה און אנגעווארעמט אז ס'גייט איהם געלונגען. אלס אדאנק דיין רייד.

למעשה אבער דארף מען נאך אביסל שמועס'ן אויף דיין יסודות. יעדער מענטש איז אנדעריש אין צוויי געביטען, א. פיזיש פארלירט מען וואג אויף אן אנדער'ן אופן, ווייל די איבערוואג איז געמאכט פון אן אנדערע חומר, דער פון צופיל פלייש, דער פון צופיל נאשעריי, איינער פון צו ווייניג איבונגען, נאך איינער פון עסן צו שפעט. ב. גייסטיש, יעדער מענטש האט זיין וועג אריין אין זיין געוויסען, ווי מ'קען טוישען זיין מיינונג און זיין צוגאנג.
דעריבער איז דא מענטשען וואס דארפען וועגען יעדער שטיק עסן וואס זיי עסן, זיכער מאכען אז זיי וועילען נאר געזונטע עסן פאר זייער פראבלעם, און זיי דארפען זיך וואטשען אגאנץ לעבען. דאס האט א מעלה און א חסרון. די מעלה איז אז ס'איז אלס איינשטימיג מיט זיין געברויכען, ס'איז קלאר געמאסטען, טאמער עפעס געלונגט נישט קען מען עס גלייך פאררעכטען, און ס'איז ווייניגער מצוי א טעות. אבער א חסרון האט עס אויך. ווייל ס'איז שווער אזוי צו לעבען א גאנץ לעבען, און דער עיקר סבה פונ'ם פרעסען און איבערוואג האט מען נאך נישט געטוישט ביים מענטש. ווען ער גייט אוועק פון די דאקטאר, קען ער גלייך צוריק אריינפאלען. ער מוז טרעפען וועגן לקום על מקום קדשו נאכ'ן עליה להר ה'.
דער אנדערע וועג, ווי א מענטש נעמט זיך אין די הענט אריין און ער איז מחליט צו טוישען א לעבענשטייגער און אנהייבען עסן ווייניגער, פון יעדער געוועזענע פארצי"ע נעמט פון היינט העלפט, און מער ווייניגער עסט ער געזונטער, ווי אויך הערט ער אויף צו זיצען פוילערהייט אגאנצע צייט, נאר ער נעמט זיך גייען לויפען שפרינגען פלינק און שנעל, און זיין גוף געוואוינט זיך צו צו ארבעטען און שוויצען אביסל, האט די פארקערטע מעלה און חסרון. יעדער איינער דארף נעמען אין חשבון זיין נאטור.

די עקסטרעמער זאכען וואס פליקער שרייבט זענען זיס און געשמאק, אבער למעשה זענען זיי וואס הייסט אויף ענגליש א 'קאריקאטו"ר', נישט אמת'דיג געוויזען די מענטשהייט. קודם כל, טאמער דער מענטש דארף נאר צוויי טויזענט קאלארי"ס און ער נעמט אריין צוואנציג טויזענט, ממילא מוז ער ווערען פעש, וואלט מען געטראפען אסאך מער זעקס הונדערט פונטיגע מענטשען. דערווייל זענעון די חברה אין די נייעס פאר א סבה. דער גראבע חסידיש'ע איד איז נארמאל הונדרעט פונט צו הונדרעט צוואנציג פונט איבערוואגיג, און ער בלייבט דארט. עפעס מוז פאסירען אינ'ם גוף אז מ'קען דערהייבען אזויפיל חאזעריי, אדער איז דאס נישט אמת און מ'עסט נישט אזוי פיל. מ'עסט צופיל, אבער ס'איז נישט 1+1.
אויך דער עקסטרעמע לעזונג זיינער איז נישט אומער ריכטיג. אז מ'דאווענט 9:15 שבת צופרי, מ'ענדיגט 12:00 הונגעריג ווי א בער, און מ'ברענגט ארויס טשאלענט קוגעל קישקע גאלא הערינג בראנפען, זאגט הרב פליקער אז מ'זאל שוין הייבען פיס און אנטלויפען. אפשר איז מעגליך מ'זאל א קליין ביסל טועם זיין, כדי דער געוויסען זאל נישט פייניגען שפעטער 'אה, געפעלט א געשמאקע שטיקל געבראטענ'ס'. דער דמיון שטערט מער ווי דער מציאות, ווייל שפעטער וועט ער זיך ווייניגער איינהאלטען נאך זיין העלדישע שריט פון זיך איינהאלטען פריער. אויכ'ט ווען ער האט שוין פארלוירען זיין איבערוואג און ער האט נישט דער גרויסע שטופ זיך איינצוהאלטען, האט ער נישט קיין וועג זיך אויפצופיהרען אין אזא מצב, וכמבואר לעיל. דעריבער וואלט געווען ראטזאם פאר געוויסע סארט מענטשען עפעס אריין נעמען אין מויל, אבער נישט מער ווי עפעס.

קיין שום עצה איז נישט פאר יעדער איינער, אבער מ'דארף הערען אסאך עצות און יעדער איינער זאל טוהן וואס איז גוט פאר איהם.

דאס וואס דו שרייבסט וועגען די טשעפעריי אין וויליאמסבורג - ווער געדענקט נאך אייזיק געשטעטנער'ס דרשות וועגען וומסב"ג? (ער איז נאך אין קראפט? וואס איז זיין נומער?). אבער ס'איז דא א זילבערנער זייט צו דעם אויך. ווען א מענטש האט א שטארק'ן שטופ צו פארלירען וואג און נעמט דער דרייסטישע שריט אהין, און ער לעבט דורך די טשעפערייען בשלום ושלוה, האט ער זיך אויסגעלערנט אז יא יא, מ'קען גייען אקעגען די שטראם און דורכלעבען. ס'איז נישט עק וועלט. דערמיט קען ער ווייטער ארבעטען און זיך ארויסנעמען פון די שמאלקייט פון די איינגעצוימטע וועלט, און אביסל זיך אויס'ארבעטען אין בילדונג, לערנען, מוסר, און חכמה. ער קען ארבעטען אויף די אייגענע מדות, נישט נאר גייען מיט 'דער עולם', ער קען אליינס טרעפען א גאנג אין א סוגיא, נישט נאר דוררכלערנען דער 'דף הקהלה', צו מנהגי כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה, ער קען טרעפען זיין אייגענע טעם אין מוזיק, עסן, מאלעריי, לעבען, און ער דארף נישט מיט טאנצען יעדער איינער אויף צו בלייבען אן ערליכער איד. ס'קען זיין, טאמער מ'לאזט עס, א התחלה פאר א גליקליכע אויסגעהאלטענע לעבען.
כה לחי.

פליקער » זונטאג אקטאבער 11, 2015 2:26 pm

· #303859
Re: דייעט
כבוד מר. ליטפאק מ'באדא ופעסט

די טשעפע פון וואס איך רעד זענען נישט אזעלכע טשעפערייען ווי קינדער און חדר טשעפענען זיך נע נע נע נעה נע סארט, איך רעד פון טשעפערייען וואס קוקט אויס ווי א אימשילדיגע שמיעס, צימאל אפילו ווי א קאמפלימענט, געוועינטלעך טאקע הייבט זיך עס אן מיט א קאמפלימענט, אבער תוך כדי דיבור פארט אריין אזא אימשילדיגע קאמענט וואס שטעכט ווי א מעסער אין א רעידל, קיינער כאפט נישט בשעת מעשה, אבער ווען מען וויל פארן ווייטער זעיט מען זיך אויף דער ערד, און קיינער ווייסט אפילו נישט פארוואס, אזא אימשילדיג ווארט ווי העמיר זיך זעין און א יאר, אדער יא גייסט אויף די באלי שמאלי דייעט, איך בין שוין געוועין אויף צוועלעף דייעטס, הע איך האב שוין פארלוירן טויזענט פינט אלעס ציזאמען, חחח.

ווען דער באטרעפענדער וואס האט זיך ערענסט גענימען צי א דייעט איין מאל פאר אלע מאל צי פארלירן עפעס א פאר פינט, כאפט נישט אז אלע ווילן ער זאל דורך פאלן, נישט און די קאנטשעס מיינד, נאר טיפ אין זייער סאבקאנטשעס מיינד, יעדער פארשטייט אז יענער קען נישט נאר איך מעיג, ממילא מעיג מען יענעם אריין ריקן, שלא בכוונה איינס אינעם דיכט, על כן ברויך מען זיך אויפבויען א דרייסט אז מען גייט זיך נישט שעימען, מען גייט בפומבי גיין אויפ דייעט, מען גייט ווייזן פאר די וועלט אז מען קען יא פארלירן נאטראל, איך בין נישט קיין בהמה ווי אלע, און יא, איך גיי נישט טועם זיין גארנישט ביים ריזיגען קידוש, אפילו איך בין נישט אזוי קיל. איך בין געוועין די וואך ביי כאטש פינף קידוש'ם, און נישט טועם געוועין ביי קיין איינץ, און איך בין שטאלץ דערמיט, אלע חזרים דארט, אנגעפרעסן נאך פון יום טוב, קענען נאך נישט פטור ווערן פון די איבריגע געפילטע פיש פון צווישן זייערע ציינער פראבירן עס ארפציגליטשן מיט א טאץ גאלערעטע און שמאלץ הערינג.

אוודאי האט יעדער איינער א אנדערע מקור וואס ברעינגט אים איבער וואג, אבער דער צד השווה שבהם ביי אונז איז אז מיר ווערן היינט פיל מער אינטימידעיטעד צי פרעסן ווי סיי ווען און אינזער היסטאריע, על כן איז לכאורה איבערוואגיקייט היינט א געפערליכע פראבלעים, ווען איך בין געוועין אינג איז געוועין אין סטאר פאטעיטא טשיפ'ס, קארן טשיפ'ס, און פאפ קארן, איין קליינע א טאג איז געוועין א גיטע זאך, פראביר היינט אינטערקויפן א קינד דערמיט, טשולענט מיט קישקע מיט אווערנייט קיגל איז נישט געוועין ביי יעדע טיי אווענט, וואכנאכט אדער פאר קינח סעודה ביי יעדע חתונה, בר מצוה, שבע ברכות, אדער אפילו קאם פרעס ענד גא. אמאל איז געוועין א וואכנאכט איין סלייס געפילטע פיש מיט א שטיקל קיגל און שוין, היינט ווייסט אפילו נישט פון אזא וואך נאכט בכלל, נאר אויב עס איז א גר מצוה.

אמאל א תיקון איז געוועין א טעצעל לקח, א ערשטע יארצייט א אויפרייס האט געמיינט אויך עטליכע טשיז דעלקעלעך, היינט שטעלט מען זיך נישט דאווענען נאר אויב ס'יז דא א ריזיגע ברוינע טאץ לקח א טיפע פאַן מיט שטיגליץ און שמאלץ הערינג, די אייער קיכלעך די גיטע ריכטיגע מינע, פרישע בייגל'ס מיט טאנא אייער, דאן קען מין אהיים עסן א געהעריגע וועטשערע פון שפיגל אייער מיט באגעץ, קוק ווי די בעקערייען וואקסן אויף ווי שווערמען נאך א רעיגן, אלע הערליכע שיינע סטארס און פארקויפן בלויז סענדוויטשעס, און צאלן שווערע טויזענטער דולר רענט, איר ווייסט וויאזוי עס קען זיין, ווייל זיי פארקויפן שווערע טויזענטער סענדוויטשעס.

עניוועי יעדער איינער זאל מצליח זיין און זיין מהלך און דייעט, אבער אים ג-ט'ס ווילן. ייבט אן מיט אויפהערן פרעסן, ווי איינער פונקט פרעיגט מיך זאג נאר וועלכע דייעט האסטו געפאלא'ט, בשעת נעשה האלט ער א גרויסע טעלער אנגעפילט מיט כל טוב מצרים, זאג איך אים איך פאלא דיך, סייסט, איך קוק גיך אן זעי איך גענוי וואס איך טאר נישט טיען אויסציזעין ווי דיר, מען ברויך נישט גיין אויף קיין דייעט צי וויסן אז אויב פרעסט מען ווערט מען גראב, נישט פאר דעים זענען דייעט צענטערן געמאכט געווארן.

עס איז מיר אויך גאר אינטערעסאנט צי וויסן וואס שטיפט די נשים צדקניות אנצישטאפן זייערע פעשע מענער פון וועים זיי גרוילן זיך אזוי, הער אים אויף צי מאכן יום טוס זעקס מיני פעטע פליישן, מיט קרויט לאקשן, מאך אים א נארמאלע פארציע, די פרוי זאל זיך שטעלן און די לעינג און אינדע ברייט אז ער זאל נישט קידוש מאכן איידער ער קומט אהיים, דאס איז דאך א געפערליכע דיס ריספעקט אז מען גרעבעכצט א קישקע גרעבץ ביי די פיש, ווי אזוי לאזן זיי דאס צי וואך איין וואך אויס.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 11, 2015 3:36 pm

· #303862
איי פליקער, דיין שפראך, דיין שפראך! 😂 😂

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 11, 2015 3:38 pm

· #303863
Re: דייעט
אין מיין פאל איז עס אנדעריש אביסל. מיין אשת איש איז שטארק מקפיד אויף געזונט אין עסן, לויט וואס זי גלייבט פון די ביכער וואס זי האט געליינט, אבער זי ווייסט אז זי מעג מיר נישט צווינגען עפעס צו טוהן. ממילא גייט זי פון מיר גארנישט צוריקהאלטען, אבער למעשה קאכט זי געזונט. נאר די מאס עסן איז בעוכרי.

איך האב בכוונה נישט דערמאנט קיין בעז''ה און זיך געפיהרט ווי אין שערי חמלה - הס מלהזכיר שם ה'. דער סבה איז א פשוט'ער. ווען דער ציל איז זיך נעמען אין די הענט אריין און זיך איינהאלטען, טאר מען נישט שטעלען קיין תירוצים. און ווען מ'פארלייגט זיך אויפ'ן אויבישטער, איז מען שוין פטור פון אייגענע אחריות'ן. וכידוע הסיפור מיט'ן טשעבינער רב.

א קליינע בקשה - טאמער מ'וויל מיר טשעפען, מ'שפירט זיך באטראפען מיט מיין ליטווישקייט, נו קען איך גארנישט בעטן. אבער סתם פאר'ן וויץ זאלט איר וויסען אז ס'שטערט מיר ווען מיין ניק ווערט פארוואנדעלט אין א נישט מענטשליכע ווארט. ס'ציט אראפ די שטאפעל פונ'ם שטיבל, און ס'מאכט אונז פאר בלויע קראגען גאס יונגען. ביטע האלט אין קאפ. א דאנק.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 11, 2015 11:17 pm

· #303954
די שונאי ישראל ווערן גראדע צופלאצט ווען מיר זענען מרחיב די גבולי הקדושה....

אני מת לחיות » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 4:02 am

· #303991
Re: דייעט
די וואך איז די דיי וואך, יעדע האט געגעסן ככל העולה על רוחו במשך די זימער וואכן און ימים טובים און יעדע האט געזאגט אז נאך סוכות הייבט מען מיט א פרישקייט, נא לאמיר זעהן

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

פליקער » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 8:01 am

· #303996
Re: דייעט
פאר די וואס ווילן נישט גיין אויף דייעט, זאלן ביטע קודם אויפהערן איבער עסן, מען מיז נישט עסן נאר אויב מען איז גאר הינגעריג, הינגער איז א גיטע שפיר, גארנישט ראנג דערמיט,

יואב » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 1:43 am

· #307799
[ציטאט אראפגענומען]

אז מ'רעדט שוין, וואסי טאקע פשט אז אין די גרויסע דעפארטמענט געשעפטן טרעפט זיך עפעס נישט הויזן העכער סייז צוויי און פערציג; פערציג בדוחק רב. איז דאס עוסק זיין אין אכילה טאקע אזוי עקסקלוסיוו היימיש? איך ברויך מיך עפעס לאזן מארקן מיט א שטיקל טשאלק יעדן שני וחמישי ביי דשי-ענד-דשי אלץ ווייל כ'האב נעכטן געוואכטנאכט ערגעצוואו? און אז מארגן וויל איך ווערן א באם דאן זענען מיינע אפציעס אדער א דייעט אדער דעם לעצטן דזשי בי דעזיין אונטער א ציצית'לאזן לייב וועלכער פארמאגט א פייראט טאטו נעבן ס'רינגל אויפ'ן בויך קנעפל? ס'גאנצע הויזן ביזנעס שמעקט מיר מיט נאציזם, פון דער ריינער אייראפעישער ראסע, שלאנק און דין. ס'רוב הויזן זענען אין די נידריגע דרייסיגער מה שנוגע דעם ברייט, ס'לענג ווידער לויפט אין די הויכע דרייסיגער. גיי ווייס. אפשר קויפן דיקליכע לייט סחורה ווי נאר ס'גייט ארויף אויפ'ן שעלף, און די מאגערע לאזט מען פראבירן אין פיטינג-רומס און דערנאך דאמפן זיי דאס צוריק. גאו פיגער.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 4:54 pm

· #311449
Re: דייעט
ב"ה, דער שבת האט מיר איינער געזאגט "ווער נישט פטור צו שנעל פונ'ם אלט'ן אנצאג. ס'וועט נאך קומען צונוץ'. איך האב אויך באקומען פון די זידעלעריי וואס מ'באקומט פאר'ן זיך וואגען זיך צו פראבירען נעמען אין די הענט אריין און טוהן צו די זאך פאר מיין לעבען.
יענער וואס האט עס געזאגט פראבירט שוין צוואנציג יאר עפעס צוטוהן פאר זיין איבערוואג, אבער שוין.....

פליקער » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 7:14 pm

· #311461
Re: דייעט
באוואש אים אזוי ווי מיר האבן געווארט אויבן אינעם אשכול.
אגב עלה והצלח, לאז איבער דא פינגער אפדריקן ווי די הצלחה גייט.

און אז די אשכול איז ציריק פון קבר שטיבל, וויל איך נאך אמאל מעורר זיין היט'ס עינק פון די דונאטען ווי פון חמץ בפסח, אדער ווי א בלאט פלעק אויפן אתרוג, ווי פון א רוח רע, ווי פון א איי וועלט מיטגליד, ווי פון משומר, היט'ס אייך נישט אריין פאלן מיט די אלע שיינע חנוכה מאכלים, איר וועט ביטער חרטה האבן.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 7:41 pm

· #311465
Re: דייעט
איך ווייס אז איך האב אמאל געהאלטען ביי 318 פונט, אבער איך בין נישט געגאנגען אויפ'ן וואגשאהל פאר'ן אנהויבען מיין נייע פראגראם אום ר"ח אב. מסתבר איז אז איך האב דארט געהאלטען. לעצטענ'ס האב איך גענומען א קינד צום דאקטאר און איך האב זיך געכאפט אויפ'ן וואגשאהל דארט. 274
איך דארף אבער נאך פארלירען, מסתמא ביז 210 לויט מיין געשטעלט. אבער די רווח האב איך שוין. אזוי קען איך קויפען אן אנצאג אין א נארמאלע געשעפט און טרעפען אן אויסוואהל, נישט זיין משועבד צו וואס זיי האבען אין מיין מאדנע סייז. אויך קען איך טרעפען סעיל"ס ווייל די אויסוואהל איז גרעסער. מ'שפארט געלט ביים עס'ן ווייניגער אויך.
בעזרת ה' נעשה ונצליח.

פליקער » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 9:05 pm

· #311480
Re: דייעט
איך האלט מיר ס'אטעם
איך פריוו צי פראדיקטען וואס ס'וועט זיין.
אבער היות עס איז זייער שווער ווייל דיינע תגובות מישן ציזאם פון יעקב'ס חלום ביז דער הייליגער פלימשיצער פון סיביר, ביז חייקל בעל עגלות בוים נאכן קראך

משולם שטיינפעלד » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 8:59 am

· #311666
פליקער
איך האלט מיר ס'אטעם
איך פריוו צי פראדיקטען וואס ס'וועט זיין.
אבער היות עס איז זייער שווער ווייל דיינע תגובות מישן ציזאם פון יעקב'ס חלום ביז דער הייליגער פלימשיצער פון סיביר, ביז חייקל בעל עגלות בוים נאכן קראך

איך קען דיר פרעדיקטן וואס די תגובת האלפיים גייט זיין. אבער איינמאל עס ווערט פראדיקטעד דא גייט שש'נס הארעוואניע גיין לטמיון, ער גייט עס נישט קענען לייגן ביזן תגובת השלשאלפיים. האמיר אן פראדיקטעבל תגובה וואס מען קען נישט פרעדיקטן ברבים ווייל עס וועט ווערן אויס. קומט אויס אן אנפראדיקטעבל פראדיקטעבל תגובה

פליקער » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 9:34 am

· #311669
Re: דייעט
אקעי געניג געוועין מיט די פראדיקשן'ס, מיר האבן א ספעציעלע פראדיקשן אשכול, דא איז די דייעט אשכול, נישט פארקריכן

ב"ה ריפארט מיט פרייד אז טראץ די שווערע חנוכה טעיג האב איך נאך דערווייל נישט צוגענימען קיין איין פונט, איך בין דערווייל אויף מיין נידריגסטע ציפער און איבער פיר הינדערט טעיג, די פונקטליכע נומער פון טעיג האב איך פארלוירן, אבער עס ציילט פערצען חדשים.

פליקער » מיטוואך מאי 4, 2016 9:24 pm

· #331697
Re: דייעט
איך האב באגעגענט א גאר באלערענדע ארטיקל, העליך עס מיט טיילן מיטן געהויבענעם ציבור דא פאר דעבאטע, איך בין נאך נישט אזוי מסכים מיט אים.

<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/2016/05/02/health/biggest-loser-weight-loss.html?emc=eta1&_r=0&referer=">http://mobile.nytimes.com/2016/05/02/he ... 0&referer=</a>

Sent from my VS987 using Tapatalk

וואלווי » דאנערשטאג מאי 5, 2016 6:57 pm

· #331861
פליקער
איך האב באגעגענט א גאר באלערענדע ארטיקל, העליך עס מיט טיילן מיטן געהויבענעם ציבור דא פאר דעבאטע, איך בין נאך נישט אזוי מסכים מיט אים.

ייש"כ. טאקע א זייער אינפארמאטיווע ארטיקעל. אבער מיט וואס זענט איר נישט מסכים מיט אים?

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג מאי 5, 2016 7:16 pm

· #331866
איך קען נישט רעדן פאר יעדער, אבער פאר מיר קומט עס אן קריטיש שווער.
איך וועג באלד 300, אין מיין ׳הער נאר׳ האט מיר שוין געלייגט אסאך מאל אויף א דייעט,

ס׳איז פשוט העלל אויפ דער וועלט,
די פאקט איז אז העווי מענטשן ווי מיר ווערן זייער העפי פונעם אכילה, עסען מיינט ביי מיר אסאך, די מער אויל די בעסער
די טעג וואס איך מיז זיך אן עסען מיט גרינע גראז, אין מאשרומס בלייב איך הונגריג, אין אוטומאטיש ווער איך אין א שלעכטע מוד, טאמער גיי איך צו א שמחה כזעה ווי יעדער האקט אריין ניין מאל ניין, אבער איך וואס עסען מיינט ביי מיר אלץ, פונקט טאר נישט עסען. איך דארך שטיין פארביטערט צו קוקן ווי יעדער רוקט אריין.
פארשטייט זיך מ׳קומט אהיים אין א שווערע מוד אין סקלאפט אויס אויפן שלום בית.

גענוג מיט דער שיט, יא איך בין גראב אין איך גיי בלייבן גראב, דאס איז שטילע, קענסט מיר גארנישט טוען, פארפאלען, זי מוז מאכן שלום מיטן מצב, סאיז בס״ה נאך איין זאך צו מאכן שלום מיט.
יא, איך מיז אטעמען ווי א טרעקטער טרעילער ווען איך גיי ארויף סטעפס. אין געס וואט? איי לאוו איט, סגעבט מיר א געשמאקע פילינג, כהאב ליב צו זיין גראב

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 5, 2016 7:38 pm

· #331869
Re: דייעט
דער נושא איז ווי מ'קוקט אויס? דער נושא איז דאס אטעמען הויך? דער נושא איז שלום בית?!
מ'רעדט דא פון לעבען, פראסט און פשוט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 5, 2016 8:34 pm

· #331880
Re: דייעט
פליקער
דייעט
ווען איינער זאמעלט עסן דורכן מויל מער וויפיל זיין גופ'ס געברויך ווערט ער א פעשער



......ספעציעל פאר אלע נאכט פויגל וואס עסן שפעיט און אלעס שלעפט מען מיט צים בית דין של מעלה ווען מען ברויך דארט אינטערשרייבן די חטאים, א שרעק וואס דאס לייגט אויפן וואג-שאל.




500


[emoji23]

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

פליקער » דאנערשטאג מאי 5, 2016 9:11 pm

· #331892
Re: דייעט
ווי מיר ווייסן שוין אלע איז שטילע גארנישט אזוי שטיל, איך פלעיג אויך זיין א דזשאלי גראבליכער, יעדער איינער האט זיין קראך ווי עס ווערט אים נמאס צי זיין פעש, און זיך ארים שלעפן מיט איבריג פלייש ווייל פיר יאר ציריק האט ער געגליכען אייז קרים, וכן אז ווייל א שטיק צייט האט ער געגליכן סטארמי סעדוויטשעס איז אלעס געשטארבן, דו לייג זיך שלאפן פארמאך דיין אויג, ששש, אבער וויסן זאלסטו שטימער, עס וועט קומען א צייט וואס דו וועסט עס שוין גארנישט אזוי גלייכן, שמח בחור ווייל ווען פליצלינג וועסטו מיזן ניצן א בעינקל צי שלאפן, פריי זיך ווינטער ווייל באלד קומט זימער ווען עס הייבט אן צי שוויצען אויף ערטער וואס דו ווייסט ניטאמאל אז דו פארמאגסט, הייב זיך אן איינחזרן די ווארט דייעביטיס, ווייל עס וועט דיר שטארק ציניץ קומען אמאל, זיי נישט קיין שוואנץ שטילער, מען שטארבט נישט פון גראבקייט, מען בלייבט לעבען און מען מיטשעט זיך.

קוק זיך אים אויף אנדערע גראבע, ווען זיי פרעסן ביז זיי שלאפן איין מיטן קאפ אינעם קישקע פארשמיציגטן טעלער, דאן וועסטו איינזען אז זיך לייגן די קאפ צווישן די פיס העלפט נישט, ווייל דו גייסט נישט קענען ריטשען, ווען דו הייבסט אן זיכן עיצות ווי אזוי אנטיען די זאקן און א שטעקעלע קוקט אויס ווי א זיסע אפציע, אדער הייבסט אן נישטערען אויף גוגעלע ווי אזוי גראבע ווישן זיך אפ אויב מען גרייכט מער נישט, איז עס מער גארנישט פאני, גיי מאך א סליוו ביטע ווי לאנג עס איז נאך דא פאר וועם, איך קען געניג גראבע וואס האבן געגעסן עד מקום שידם מגעת און זענען שוין נהנה מזיוו השכינה.

Sent from my VS987 using Tapatalk

ליפא » פרייטאג מאי 6, 2016 12:19 am

· #331923
איך האב פונקט נעכטן דאס געזען

<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/2016/05/02/health/biggest-loser-weight-loss.html?_r=0&referer=http://mobile.nytimes.com/2016/05/05/health/short-answers-to-hard-questions-about-weight-loss.html">http://mobile.nytimes.com/2016/05/02/he ... -loss.html</a>
בלאט: 1 2 3 4