☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » החוקר האגדי הרב יהושע מונדשיין ז''ל

החוקר האגדי הרב יהושע מונדשיין ז''ל

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7997
בלאט: 1 2

יוסף שרייבער » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 8:50 pm

· #243107
החוקר האגדי הרב יהושע מונדשיין ז''ל
פון ארצינו הק' קומט די בשורה ל''ט אז דער לעגענדארער חוקר ומחבר ספרים חשובים הרה''ח ר' יהושע מונדשיין ע''ה איז ל''ע נפטר געווארען.


פאר ווער עס האט נאר א שטיקעל אינטערעס אין די תחום פון ספרים וסופרים דארף מען מער גארנישט צולייגען, דאס בלויזע דערמאנען זיין נאמען איז גענוג מען זאל איינזעהן וואסערע גרויסע פארלוסט דאס איז לחקר ההיסטוריה האמיתית.


לכאורה האב איך עם קיינמאל נישט פערזענליך באגעגענט אבער זיינע ווערק האב איך כמעט אלע געלעהזט און גענוצט.



ר' יהושע האט אליינס מחבר א טוץ ספרים הויפטזעכליך ליובאוויטשע ביבליוגראפיע און היסטאריע ,די לעצטע צוויי זייענדיג די ספרים 'המאסר הראשון' און 'המסע האחרון' וואס זענען ביידע פענעמאלע ווערק.


עס דארף באצייכענט ווערען אז דער רבי האט זיך אויך סומך געווען אויף זיינע ווערק און האט זאגאר עם געבעטען צו ארבייטען אויף די ליובאוויטשע ביבליוגראפישע ספרים.


א חוץ פון זיינע אייגענע ספרים ווערט ער דערמאנט לשבח אין די הקדמות פון צעהנדליגע ספרים סיי מיטען העלפען טרעפען כתבי יד זייענדיג א ספרן מומחה פאר לאנגע יארען אינערהאלב די סיה''ל און סיי בכלל העלפען טרעפען תולדות און מאכען זיכער אז זאכען ''שטימען'' טאקע.


ר' יהושע האט געפירט א מלחמת חורמה מיט די כת הזייפנים, די קליינע קליקע וואס לעבען אין א דמיון אז זיי זענען די לעצטע געבליבענע הייפעלע עכטע ליטוואקעס וואס פירען נאך א מלחמה מיט די פארפיינטע חסידים. ובראשם דוב אליאך מב''ב (מחבר פונעם בוך 'הגאון' וואס לייגט אראפ דער הייליגער קדושת לוי כמעט ווי א גאסען יונג ומאידך הייבט אויף פארשידענע ליטוואקעס וואס זענען געווען אנשים מפוקפקים) וכת דיליה און דוד קאמינעצקי מי-ם, און ער האט אויסגענוצט זיין לעצטע ספר המאסר הראשון פיין אפצוענטפערען אליאך'ס הבלים.


הן אמת, אסאך זענען ביי די דעה אז אלמלא ר' יהושע וואלט געשריבען דאס וואס ער האט געשריבען אין די 'כרם חב''ד' ח''ד (ווי ער ווייזט אויף בראיות ברורות אז ווילנא איז געווען ווייט פון א עיר הצדק בתקופת הגאון, פאר יארען בעפאר דעם גאון און לאנגע יארען דערנאך, האט דער אב''ד זיך געשלאגען מיט די פרנסים, די פרנסים מיטען קהל, און קהל מיטען המון און זיי אלע צווישען זיך עקסטער) וואלט יענע פרק אין הגאון נישט צושטאנד געקומען ווייל פארשטייט זיך אז זיי האבען געפילט אז אויף אזוינע אויפדעקונגען קען מען נישט אריבערגיין בשתיקה. אבער ר' יהושע ביי וועם דער אמת איז געווען אהוב מכול האט כנראה געהאלטען אז די ריסק לוינט זיך.


איינע פון זיינע אייגענארטיקייטען איז אז ער איין חודש געקענט שרייבען א מאמר/תגובה פאר די פרומע קובץ נר ישראל און די נעקסטע חודש שרייבען אינעם נישט-צו-פרומע קובץ קדתרה בהוצאת יד בן צבי.


ר' יהושע האט א לענגערע צייט אפגעשריבען א פרויעקט בשם 'סיפורים וגלגיליהם' ווי ער האט אריבערגעפירט 74 באקאנטע און ווייניגער באקאנטע סיפורים ומסורות תחת שבט ההיגיון וההיסטריה, און עס איז א תענוג צרוף זיי צי ליינען.


אין איינע פון די לעצטע פרקים (פרק ע''א) האט ער דערמאנט דעם נוכל וגנב 'הרב' סאלאמאן משטעפינעשט החדשה און האט מבטיח געווען אז ער וועט נאך צוריקומען מטפל זיין מיט עם כדבעי, חבל שלא זכינו לכך.


איינע פון זיינע שטארקע מעלות איז געווען אז ער האט נישט מהסס געווען זיך מטפל צו זיין בפרות קדושות, שטארקע אנגענומען ווערסיעס ומסורות אויב ער האט געהאלטען אז זיי שטימען נישט, און אויב עס קען במציאות נישט זיין אז דער בעש''ט האט געטראפען דעם מלבי''ם און עס פארציילט פאר פאפע רבי דאן איז נישט קיין חילוק אויב צאנזער רב, ר' יאנקלה אדער ר' ניסן מראזוב פארציילט אזוי. דאס איז כולל חבד'סקע סיפורים אויך.


איך געדענק ווי נאך די פטירה פון הרבי מלויבאויטש האט איך געליינט א בריוו פון עם וואס האט מיר פארענטפערט עפעס וואס האט מיך א לאנגע צייט געבאדערט. דהיינו יעדער געדענט ווי גוטניק מאוסטראליע האט אויסגעגאסען מיליאנען (אלעס פון זיינע סטאקהאלדערס נישט זיין אייגענע געלט) אויף צו טרעפען דיימאנטען זיך פארלאזענדיג אויפען רבין'ס ברכה וואס האט אנגעבליך געווינטשען ער זאל טרעפען ''אבנים טובות ומרגליות''.


והנה מען קען האלטען וואס מען וויל פונעם רבין אבער קיין חדר אינגעל איז ער נישט געווען און ווען ער האט עפעס קלאר געזאגט איז עס געשעהן און דא טרעפט גוטניק נישט קיין איין איינציגע דיימאנט אתמהה? עד שבא ר' יהושע וגילה לנו אז די 'ברכה' האט איינער פון די משתבקים בקודש איבערגעבען נאך די רבי'ס לעצטע אירוע מוחי (וואס היינט ווייסט שוין יעדער אז דער רבי האט נישט גערעדט קיין ווארט נאכדעם, אבער אין יענע יארען האט מען געדארפט אסאך קוראדשז צו שרייבען אזאנס) און פשוט ביותר אז ער האט קיינמאל אזא ברכה נישט געגעבען.


איבעריג צו זאגען אז די כת המשיחיסטען ההזויים זענען ביי עם געווען אפגעפרעגט אינגאנצען.


לויט וויקיפעדיע האט ער אויך אפגעלאכט פון די נייע חב''דסקע מנהג צי 'שיקען' בריוו צום רבין דורעך אריינלייגען אין א באנד אגרות קודש.


מען קען נאך אסאך מאריך זיין במקום שאני מקצר, יהי זכרו ברוך!

יוסף שרייבער » מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:09 pm

· #243126
אין די הקדמה צו תורת חב''ד-ביבליוגראפיה ספר התניא שרייבט ר' יהושע א ייש''כ פאר ר' חיים פאר זיין הילף ובכלל פארען עם העלפען בתולדות הספר העברי.

מען קען זאגען אז ר' חיים ע''ה איז בחלקו פון א ענליכע טייג געווען געקנויטן וכידוע אז נאכען פטירה פונעם ריי''ץ האט מען עם מער ווייניגער באזייטיגט ווייל ער נישט געוואלט מיטשפרינגען מיט אלעס ואכמ''ל.

אתר שטורעם האט א מדור בפני עצמו מכל כתבי ר' יהושע, עס לוינט צו כאפען א בליק.

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:46 am

· #243150
יוסף שרייבער

אתר שטורעם האט א מדור בפני עצמו מכל כתבי ר' יהושע, עס לוינט צו כאפען א בליק.

יישר כח! אן אוצר שלם! ווי לן דמיתנא.

לעיקוואד » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 2:45 am

· #243170


אגרת לידיד - בענין המשיחיות וכו'

קווים לדמותו של שקרן - נגד הרי"ל גרונר

געווען א חוקר דייקן (צומאל באופן מופרז, געמאכט פון א קליינער דיוק א בארג בעקשנות), ווייט נישט קיין פתי יאמין לכל דבר, און דער זעלבער צייט א חסיד ירא שמים מרבים. געפלעגט דאווענען באריכות וכו'. א צאמשטעל וואס טרעפט זיך נישט קיין סאך. כוייסט נישט אויב דווקא אין חב"ד קען אזא זאך זיין. עכ"פ עס איז א חידוש אזא זאך.

די ספר זיינע וואס איך האב די מערסטע הנאה געהאט איז דער קובץ מגדל עוז וואס ער האט עורך געווען, אן אוצר בלום פון חידושים סיפורים וגילויים יקרים מאדמור"י חב"ד, כמעט וואס איך ווייס נישט נאך אזא ספר וואס איז מלקט במקום אחד אזויפיל אינטרעסאנטע זאכן.

פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:23 am

· #243199
פון וואס האט ער געלעבט? אפאר כתבות א חודש?

יוסף שרייבער » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:04 pm

· #243261
זיין 'אגרת לידיד' האט בשעתו אנגעמאכט א גרויסען שטורעם (Pun Intended) סיי מעצם שארפע אנטי משיחיזם וואס איז יענערצייט געווען בבחינת סכנת נפשות און סיי אלס שלא חמל פני הגה''ח ר' יואל כהן וואס איז נאך דאן געווען פאררעכנט ביי געוויסע ווי כמעט דער ממלא מקום פונעם רבי'ן. א חלק ליטווישע זענען אפילו געווען גרייט עם צו פארגעבען זיין מערכה (לשיטתם) מיטען גר''א. ביי פילע איז דאס דער 'שו''ע של אנטי משיחיזם'. עס איז אויך כדאי צו ליינען די צוויי אנדערע בריוו דארט אויף שטורעם ביישוב הדעת.

אויף אוצה''ח וועבט זיך א אינטרעסאנטע אשכול לזכרו, כדרכו של איזרעליס פעלט נישט קיין סאך עס זאל פליען טישען און בענק אבער אפילו זיינע ברי פלוגתא זענען עם שטארק מכבד די זעלבע ווי ער האט בחייו יעדעם מכבד געווען און אייביג געווען גרייט ארויסצוהלפען אפילו מיט וועם ער האט געהאט שארפע חילוקי דיעות/כתבות/התכתבות.

עס איז אויך ראטזאם צו ליינען זיינע תגובות דארט אויף אוצה''ח פארום.


זיין ס' מגדל עוז האב איך שוין יארען אבער מאיזה שהוא סיבה האב איך עס נאכנישט דורעכגעטוהן כדבעי. אפשר איצט וועל איך עס טוהן לזכרו.


שווער צו זאגען פון וועלכע פון זיין יבול עצום איך האב די מערסטע הנאה געהאט אבער בהקדמת ר' חיים ליבערמאן לח''ג של ספרו אהל רח''ל שרייבט ער אז דער באנד איז מעשי ידיו פון ידידו ר' יהושע (און מיט דעם ווערט אויך פארענפערט שאלת הרב ראובן), לאזט זיך זאגען אז פון דיזע ארבייט האט מען די מערסטע הנאה אבער כאמור איז עס א שווערע החלטה.


די בריוו שהזכרתי לעיל איז טאקע קעגען ריל''ג, צו וועם ר' יהושע האט געטאגען א טיפע שנאה/דיסטראסט. איך דערמאן זיך אויך אז ר' יהושע שרייבט דארט אז אחרי פטירת הרבי האט מען געטראפען טויזענטע נישט איבערגעגעבענע ברייווען צום רבין וואס ריל''ג האט גונז געווען מסיבותיו הוא. ויבאו הליובאוויטשערס בתוכינו אין מעיר זיין א שיין על היחסים ביניהם.


נאך א זאך וואס איז מיר פארענפערט געווארען ליינענדיג אז ער האט זיך געמוטשעט מיט די מחלה רח''ל, כידוע לחובבי עתיקות האט מען לעצטענס מגלה געווען אז די סידור האריז''ל בכת''י אין וואס דער גרויסער מגיד פלעגט דאווענען און וואס איז באצירט מיט אסאך הגהות בכי''ק תלמידו המגיד מקאזניטץ האט אויך היבש הגהות בכתי''ק פון זיין תלמיד דער בעל התניא און עס איז אט געווען אויף דיספלעי ביים תערוכה אוצרות החסידות בירושלים.


והנה דער מגלה דערפון איז הרה''ג רי''י ווייס מב''ב און רשד''ל איז מסכים עם צום זיהוי אלס כתי''ק בעל התניא, איז כאטשיק ספעציפיש איז רשד''ל א גרעסערע מבין אויף כתי''ק התניא אבער בשנים עברו וואלט מען זיכער געפרעגט ר' יהושע אויך. אבער הערענדיג אז ער איז שוין ליידער געווען על ערש דווי פארשטיי איך שוין.


כאמור איז ער געווען לאנגע יארען א ספרן מומחה במחלקת כתבי היד של הסיה''ל אויך איז ער געווען די עורך פון אסאך ווערק און זיינע אלע כתבות האט ער בפשטות אויך נישט געשריבען בחינם.

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:07 pm

· #243264
ישר כח הרב שרייבער פארן מאמר. אפאר הערות.
יוסף שרייבער

עס דארף באצייכענט ווערען אז דער רבי האט זיך אויך סומך געווען אויף זיינע ווערק און האט זאגאר עם געבעטען צו ארבייטען אויף די ליובאוויטשע ביבליוגראפישע ספרים.

וועלעכע רבי?

יוסף שרייבער

ר' יהושע האט געפירט א מלחמת חורמה מיט די כת הזייפנים, די קליינע קליקע וואס לעבען אין א דמיון אז זיי זענען די לעצטע געבליבענע הייפעלע עכטע ליטוואקעס וואס פירען נאך א מלחמה מיט די פארפיינטע חסידים. ובראשם דוב אליאך מב''ב (מחבר פונעם בוך 'הגאון' וואס לייגט אראפ דער הייליגער קדושת לוי כמעט ווי א גאסען יונג ומאידך הייבט אויף פארשידענע ליטוואקעס וואס זענען געווען אנשים מפוקפקים) וכת דיליה און דוד קאמינעצקי מי-ם, און ער האט אויסגענוצט זיין לעצטע ספר המאסר הראשון פיין אפצוענטפערען אליאך'ס הבלים.

כת זייפנים ? הבלים? כ'פארשטיי ביזט נישט איינשטימיג מיט זיי איבערן קדושה פונעם קדושת לוי און איבערן גדלות פון געוויסע ליטווישע אנשים מפוקפקים, אבער פון דארט ביז כת זייפנים, בעלי דמיונות, און הבלים, איז פאלג מיר א גאנג.

יוסף שרייבער

הן אמת, אסאך זענען ביי די דעה אז אלמלא ר' יהושע וואלט געשריבען דאס וואס ער האט געשריבען אין די 'כרם חב''ד' ח''ד (ווי ער ווייזט אויף בראיות ברורות אז ווילנא איז געווען ווייט פון א עיר הצדק בתקופת הגאון, פאר יארען בעפאר דעם גאון און לאנגע יארען דערנאך, האט דער אב''ד זיך געשלאגען מיט די פרנסים, די פרנסים מיטען קהל, און קהל מיטען המון און זיי אלע צווישען זיך עקסטער) וואלט יענע פרק אין הגאון נישט צושטאנד געקומען ווייל פארשטייט זיך אז זיי האבען געפילט אז אויף אזוינע אויפדעקונגען קען מען נישט אריבערגיין בשתיקה. אבער ר' יהושע ביי וועם דער אמת איז געווען אהוב מכול האט כנראה געהאלטען אז די ריסק לוינט זיך.

כהאב געליינט אביסל כרם חב"ד ח"ד, עס קוקט נישט אויס ווי דער אמת-אהוב-מכל איז געווען די טרייב קראפט אונטער זיינע געשרייבאכטס. כ'וואלט ליבערשט געזאגט אז דער גרויסארטיגער חוקר האט זיך דאסמאל איינגעהילט אין א מאנטל פון חסידישע פאטריאטיזם און געשריבן זייער בייעסד, גענוי ווי די ליטווישע האבן געטוען ביים 'הגאון'.

יוסף שרייבער » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:13 pm

· #243267
א לינק צום קטלוג התערוכה ובתוכו, בין השאר, קלארערע סקענס פונעם סידור כתב יד הנ''ל.

סאו וואט » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:13 pm

· #243268
.

סאו וואט » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:14 pm

· #243269
אה! רבי יוסף ברוך הבא, מאכט אייך באקוועם, ס'פרייט מיר אייך צו זעהן דא. משנה מקום משנה מזל, ס'איז צו האפען בעזרת ידידינו החברים דפה אז איר האט געטוען דער ריכטיגע שריט.

נישט אונגאנצען אמת דער פאקט אז ער האט געשריבען קעגן ליבאוויטש, ער האט זיי אסאך מאל געקאווערט זייערע ליגענטס.

לכאורה איז זיין גרעסטע מתנגד געוועהן דוד אסף. און דוד אסף ציטירט אסאך פון זיינע ווערק, און מערקט אסאך מאל ווי רבי יהושע נעמט זיך אן פאר זיינע רעביס.

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 3:13 pm

· #243316
אנאנים: ער איז נישט אלעמאל גיוועהן!

יוסף שרייבער » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 3:45 pm

· #243327
אזוי איז געווען מפורסם אין עטליכע פלעצער בשם ר' משה שיינערט ני''ו אז ר' חיים זאל זיך האבען אויסגעדרוקט אז ער אליינס האלט נישט פון זיי ''אבער ער איז מאמין באמונה שלימה אויב דער רבי (דער ריי''ץ) זאגט אז זיי זענען אמת איז אזוי''.

אבער איך האב איבערגעפרעגט ר' משה ליב ווייזער ני''ו וואס איז אויך געווען ביי יענע באזוך און ער האט מיר געזאגט דאס איז שקר און אדרבה ר' חיים האט געזאגט ''איך געדענק נאך ווען ער (דער זייפן) איז געקומען צום רש''ב, ער האט געזעהן עס גייט גוט האט ער געבראכט נאך''. עס איז מיר נאכנישט אויסגעקומען איבערצופרעגען ר' משה שיינערט וואס איז באקאנט אלס דייקן ומקור מוסמך אבער דאס מיינט נישט אז אלעס וואס מען שרייבט נאך בשמו איז ריכטיג (לדוגמה די זיופים אין די ערשטע חלקים פון ביתו נאוה קודש).

על יתר ההארות וועל איך פראבירען צו ענטפערען שפעטער.

איש את רעהו » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 4:58 pm

· #243343
[ציטאט אראפגענומען]

ר' יואל איז נאך דעמאלט געווען מיט די רוח פון די חב''ד באוועגונג וואס האט געגלויבט אז די רבי איז משיח

ראש הישיבה » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 5:02 pm

· #243345
ברוך דיין האמת. יעצט באמערקט אז ר' יהושע מ. איז נפטר געווארן אזוי אינג.

שכוח @יוסף שרייבער פאר די ארטיקל מיט די לינקס. דער רבש"ע זאל העלפן אז דו זאלסט מבשר זיין בשורות טובות.

ער איז געווען א שטארקע חסיד פון די רבי. און ריכטיג אז ער איז געווען אן אוהב ומברר האמת עד הסוף.

איך האב געדארפט עפעס מברר זיין, איך האב מיך פארבינדן מיט אים דורך אימעיל מיט די שאלה. ער ענטפערט מיר אז ער גייט מברר זיין. ביז צוויי שעה שפעטער האט ער געהאט א תשובה מיט ראיות ברורות.

ער האט זיך לוחם געווען מיט פאלשע היסטאריע. ער האט זיך לוחם געווען מיט דיע וואס ווילן פאנטאזירן מעשיות אויף די ליובאוויטשער רבי זי"ע. וועגן דעם האט ער געהאט א פערזענליכע מערכה מיט רבי לייבל גראננער שליט"א. אבער נישט נאר מיט רבי לייבל, ווייל זייער אסאך מאל ווער ער האט געלייענט א מעשה אין כפר חב"ד וואס ער האט געשמעקט אז עס שטימט נישט, האט ער מברר געווען און געשיקט א בריוו צו די מערכת. זיי פלעגן כסדר דרוקן זיינע בריוון. זיי האבן זיך גערעכנט מיט זיין מיינונג.

חבל על דאבדין ולא משתכחין.

יוסף שרייבער » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 5:11 pm

· #243352
ווי אנדערע באמערקען שוין איז ר' יואל פון אנפאנג יא מיטגעגאנגען מיטען משיחיזם שטראם און דערנאך זיך אויפגעכאפט פונעם בייזען חלום (יש אומרים אז דער בריוו האט א יד דערין) אבער דאכט זיך אז עד היום איז נישט אינגאנצען ברור ווי ער שטייט איין אין דעם נושא.

איש את רעהו » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 5:57 pm

· #243369
נאך ג' תמוז האט ער געזען וואס די משיח'סטען באוועגונג גייט ברענגען וויאזוי יעדע רעכטדענקענדער חבד'סקער זעט היינט, דער מציאות האט אויך אויפגעוועקט רבי יואל, קוקט אויס רבי יהושע האט מיט זיין שארפער אויג געזען די ענדע נאך ווען די רוחות האבן געשטורעמט און מען האט מורא געהאט צו זאגן הויעך אזעלכע רייד.

יוסף שרייבער » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:35 pm

· #243431
הרב בענדזשאמין, איך האב געקלערט אז אויב איך שרייב די ווערטער ''דער רבי'' אין די זעלבע סענטענס ווי ''ליובאוויטשע ביבליוגראפישע ספרים'' וועט יעדער כאפען פון וועם איך רעד אבער טאמער איינער האט נישט פארשטאנען האב איך געמיינט האדמו''ר ר' מנחם מענדל שניאורסאן זצ''ל א. ק. ע. רמ''ש ,מלך המשיח.


יעצט לגבי די כת דייהארד ליטוואקעס, דאס ווייסט יעדער אז בעפאר א חוקר'ס שרייבט עפעס האלט פאר זיינע אויגען דריי חלקים א. די אורגינאלע דאקומענטען וספרים ב. העתקות און אינקאמפליט דאקומענטען אבער אזעלכע וואס ווארפען נאכאלץ א ליכט ג. אייגענע אינטערפעראציעס און השערות.


יעצט מובן מאליו אז לגבי אייגענע השארות מוזען זיי נישט צוקומען צו די זעלבע מסקנות ווי עם, אבער די זעלבע דאקומענטען מיט וואס ער האט זיך באנוצט צו צוען זיינע מסקנות איז פונקט אזוי געווען עוועליבעל פאר זיי ווייל עפ''י רוב שטאמען זיי פון ישראל קלויזנער'ס ווערק 'וילנא בתקופת הגאון' און מרדכי וילנסקי'ס 'חסידים ומתנגדים' וואס האבען געהאט עקסעס צו פילע אויטענטישע מסמכים מהתקופה און ווער עס ליינט זיי דורעך זעהט בהכרך אז ער איז מער גערעכט ווי זיי.


און אפילו די דאקומענטען וואס ער האט נאר שפעטער מגלה געווען אין די רוסישע ארכיווען האבען זיי דאך געזעהן בספריו ומאמריו פונקט ווי איך און דוה זעהען עס.


זיופים מיינט נישט אייביג מזייף זיין ממש עס קען אויך מיינען מעלים זיין ביודעין מקורות וואס וועלען נישט שטיצען דיין אגענדע. און אויף דעם קען יעדער וואס איז באקאנט מיט ר' יהושע'ס ווערק מעיד זיין אז ער האט אייביג געברענט אלע מקורות מעגליך צוגלייך, די זעלבע קען מען בהחלט נישט זאגען אויף כת הנ''ל.


חוץ מזה האט ר' יהושע אויך גענוג אויפגעוויזען ווי זיי האבען מזייף געווען ממש.


איך קען נישט נאך א היימישע (צו א אפילו נישט היימישע) חוקר וואס שרייבט אזא דיסקלעימער ווי ר' יהושע האט געשריבען בסוף פון יענע חלק כרם חב''ד, איר קענט יא?


איז ער געווען פערפעקט? איך בין זיכער אז ער האט אויך געהאט חסרונות (אינעם סדרה סיפורים וגלגיליהם איז דא איינציגע ווי ער דראפעט זיך אויף גראדע ווענט אבער רוב זענען גאר גוט) אבער יעדער איז מודה אז ער איז געווען א חותר לאמת עד לאחת.

לעיקוואד » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:53 pm

· #243465
כמדומה אז בענדזשאמין רעדט בעיקר פון די מאטיוואציע, עס איז פשוט אז הרב מונדשיין איז נישט געווען סתם עפעס א אביעקטיווער חוקר מבחוץ זאל חוקר זיין וואס איז געווען, נאר איז בפירוש א חסיד וואס לייגט זיך אריין ווייזען אז זיין צד איז מער גערעכט. נישט קיין חילוק ווי קראנט זיינע דאקומענטען זענען, איז אלץ דא אסאך וואס איז תלוי וויאזוי מלייגט עס אראפ און וואס משטעלט צו צו וואס וכו', עס איז פשוט לכל מי שקרא אז די מעשה וואס מונדשיין איז מצייר אין כרם חב''ד האט אלע סימנים פון א פארטייעשע מאמר נישט פון אן אביעקטיווער. הגם ווען ער פראבירט טרעפן שמוץ אויף ווילנא טוהט ער דאס אויף מער א קראנטע אופן.


עס איז נישט במקרה אז די חסידישע חוקרים שטיין פונקט אלע אויף איין אביעקטיווישער זייט..

אחד העם » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:57 pm

· #243468
לעיקוואד, דער איגרת לידיד וואס די האסט געברענגט איז העכסט אן אינטרעסאנטע, און באלערנד. סאיז מיר געפאלען די פראזע:

עוד כמה נקודות למחשבה; יודעים אנו כי האתעלד"ע היא לפי אופן האתעדל"ת. לאיזה משיח מצפים אלו המאמינים כי עבודת המדבקות והפזמונים תפעל את התגלות המשיח? וכ"ש וק"ו "עבודת" המחלוקת, השנאה והטרור - שבהשרשת מדות מגונות אלו בקרב אנ"ש יש חלק לא מבוטל ל"מורה הנבוכים" ר' יואל, שיסד את ק"ק סאטמער שבליבאוויטש..

לעיקוואד » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:01 pm

· #243469
דא איז דער כרם חב''ד
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/23647">http://www.hebrewbooks.org/23647</a>

ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:04 pm

· #243470
אחד העם
לעיקוואד, דער איגרת לידיד וואס די האסט געברענגט איז העכסט אן אינטרעסאנטע, און באלערנד. סאיז מיר געפאלען די פראזע:

עוד כמה נקודות למחשבה; יודעים אנו כי האתעלד"ע היא לפי אופן האתעדל"ת. לאיזה משיח מצפים אלו המאמינים כי עבודת המדבקות והפזמונים תפעל את התגלות המשיח? וכ"ש וק"ו "עבודת" המחלוקת, השנאה והטרור - שבהשרשת מדות מגונות אלו בקרב אנ"ש יש חלק לא מבוטל ל"מורה הנבוכים" ר' יואל, שיסד את ק"ק סאטמער שבליבאוויטש..

קען איינער איבערטייטשן, אז עס זאל זיין פארשטאנדיק אויך פאר די וואס ריידן ניט חבדי''ש?

לעיקוואד » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:26 pm

· #243475
ער זאגט קעגן די משיחיסטען וואס ווילען מאכען אן אתערותא דלתתא אז משיח זאל קומען דורך קלעבן סטיקערס און מרבה זיין במחלוקת, אז ס'דא א כלל אז די אתערותא דלעילא איז לויט די אתעדל"ת וואס ממאכט, וויאזוי מבעט אזוי באקומט מען, קומט אויס אז די משיח וואס זיי ווארטען אויף וועט קומען מיט די גרעסטע סטיקער אויף די וועלט און מאכען די גרעסטע מחלוקת..

לעיקוואד » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:51 am

· #243529
דוד אסף באשרייבט עם זייער שיין באריכות
<a class="postlink" href="http://onegshabbat.blogspot.com/2014/12/blog-post_26.html">http://onegshabbat.blogspot.com/2014/12 ... st_26.html</a>

יוסף שרייבער » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 7:34 am

· #243534
כמעט אלעס וואס ער שרייבט איז שוין אויסגעשמיעסט דא בין התגובות. איך האב טאקע פארגעסען צו לינקען צו די ספרים וסופרים פארום וואס פלעגט אמאל זיין א שיינע ווינקעלע צו פארברענגען דערין אבער איז היינט כמעט טויט, מעגליך אז די סיבה דערצו איז ווייל אזעלכע פונעם קאליבאר ווי ר' יהושע האבען אויפגעהערט צו שרייבען דארט.

מיין מיינונג איבער אזעלכע פראפעסארען ווי גרשום שלום און דוד אסף וועל איך לאזען פאר א צווייטע מאל (עס איז נישט אזי געזונט פאר א נייע ניק... אבער איך בין זיכער שעוד נשוב לדין על זה).

א ייש''כ דיר פאר די כרם חב''ד לינק אך האב עס עפעס נישט געקענט טרעפען. די דיסקלעימער פון וואס איך רעד איז דא.

לעיקוואד » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 8:34 am

· #243537
דער שטיקל פון שלום בער לעווין צום סוף, און אויך די תגובה פון ש''ז הבלין דארט, איז מיר געווען א חידוש, פון מענטשען וואס ווייזט אויס ווייסען וואס זיי רעדן..אינטרעסאנט.

מ'קען נישט צושטעלן א הספד אזוי שיין און פונקטליך געשריבען מיט סתם שמועסערייען אין קאווע שטיבל. נישט משנה לגבי זה אויב אסף איז א צדיק אדער רשע..

לגבי ספרים וסופרים, אסף שרייבט ער האט פורש געווען מאיזה מחלוקת שהתווכחו איתו שם, איך מיין באופן כללי אז דער מנהל דערפון און אנדערע כותבים חשובים האבען פשוט געטראפען בעסערס וואס צו טוהן..

כוכב » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 10:34 am

· #243549
#שוין לאנג נישט געווען אזא תוכנ'פולע אינפארמאטיווע אשכול.

וחלופיהן » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 4:20 pm

· #243635
פארוואס האט בחדרי נישט געשריבן א נייעס ארטיקן איבער זיין פטירה? וועגן זיין אנטי משיחיזם?

יוסף שרייבער » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 10:04 pm

· #243677
עס איז פארהאן א אשכול אין בחדרי, אבער ווי גאנץ בחדרי די לעצטערע יארען אויב האט עס נישט צו טוהן מיט די שונאים/מחבלים אדער דרעי/ישי געפעכטען איז א שאד די צייט.

אבער דאך אין אשכול בלא חידוש און עס איז מיר געפאלען וואס איינער שרייבט דארט אז די סיבה פארען רייץ'ס דמיון מפותח (איידעל גערעדט...) נעמט זיך פון די פיינונגען וואס ער איז אריבער אין רוסלאנד. עס מאכט אביסעל סענס.

וחלופיהן » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 10:12 pm

· #243682
מר שרייבער, מיר ווארטן צו הערן דיין קעגנשאפט צו דוד אסף. האסט געשאסן א קויל און עס איז בדין אז דו זאלסט ענדיקן דער דזאב. ווי א לייענער פון עטלעכע פון אסף'ס ביכער פארשטיי איך נישט וואס דו האסט קעגן אים חוץ אז דו שוינסט דער כבוד פון די קדושים אשר בארץ המה.

יוסף שרייבער » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 10:12 pm

· #243683
איך געדענק נישט איך זאל האבען געליינט זיין מיינונג ספעציפיש איבער די גניזה און השערות איז נישט אזוי מיין סטייל אבער קענענדיג ר יהושע'ס דרך פון ראציאנאלע ארבייט בצירוף צו זיין ידידות מיט רח''ל און (לשעבר) ר' ד''צ הילמאן איז ביי מיר כמעט ברור ער האט געהאלטען לגבי זיי וואס די גאנצע וועלט חוץ פון ליובאוויטש האלט.

איך וועל פראבירען בהזדמנות צו פרעגען ר' מ''ל ווייזער אויב ער ווייסט עפעס קלארער.

יוסף שרייבער » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 10:17 pm

· #243684
הרב וחלופיהן, גלייבט מיר איך בין נישט נעכטען געבוירען און איך ווייס פון ווואסערע טייג רוב עולם דא איז געקנויטען... ווי געשריבען בין איך זיכער עס וועט נאך אויסקומען עוסק צו זיין דערין (מן הסתם שנעלער ווי איך שטעל מיך פאר) אבער עס איז מיר נישט אזוי צום הארצען עס זאל זיי דייקא אין דעם אשכול מיוחד לזכר ר' יהושע ז''ל.

יוסף שרייבער » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:11 am

· #243713
דער ניק איש ספר (שיינט צו זיין א ליטוואק שרוף) האט היינט ארויפגעשטעלט די קאראספאדענץ וואס ער האט געהאט מיט ר' יהושע בנוגע די גניזה און ווי איך האב געקלערט האט ער טאקע אויך געהאלטן עס איז א בדותא.

יוסף שרייבער » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:49 pm

· #243926
די וועבזייטעל חב''ד דאט ארג האט א שיינעם ארטיקעל לזכרו.

איש את רעהו » זונטאג יאנואר 4, 2015 12:57 pm

· #245669
בעיתון 'המודיע' של יום שישי האחרון, ערב שבת קודש פרשת ויחי, הופיע טור הספד מרגש במיוחד על הסופר והחוקר החסידי, הרה"ח הרב יהושע מונדשיין ע"ה, מאת ידידו הרב דוד-אברהם מנדלבוים שי'.

תחת הכותרת "אוצר בלום", נכתב, בין היתר, כי הרב מונדשיין ע"ה "היה בעל כשרון עצום, וזאת נוכח כל מי שדיבר איתו, בכל מקצוע שהוא. אך הוא טרח בכל כוחותיו, ובכשרון גדול כשלעצמו, להטמין את כשרונותיו ולא להבליטם מול השני. לא השתמש בידיעותיו אלא כאשר הבין שזה נדרש לצורך העניין".

יוסף שרייבער » זונטאג יאנואר 4, 2015 1:24 pm

· #245675
תודה על המידע. אולי אפשר להטריח כבודו שיעשה סריקה?

יוסף שרייבער » מאנטאג יאנואר 5, 2015 10:30 am

· #245920
א ייש''כ דיר א תלמיד פון מיין זיידען... די באשרייבונג איז גאנץ קורץ אבער דאך שיין. מיר איז מער אינטרעסאנט ווי ער איז מצליח אריינצוריקען זיין פעט-פיוו ר' מאיר שפירא (אויב ער וואלט זיך באגענוגט מיטען שפת אמת וואלט איך גארנישט געזאגט, סוכ''ס איז ער א פוילישער).

איש את רעהו » מאנטאג יאנואר 5, 2015 12:53 pm

· #245973
דער שרייבער איז א תלמיד פון דיין זיידען?

יוסף שרייבער » דינסטאג יאנואר 13, 2015 6:43 pm

· #247790
איש את רעהו
דער שרייבער איז א תלמיד פון דיין זיידען?

די אוואטאר וואס הרב קריינא דאיגרתא נוצט איז פון א כתב יד געשריבען דורעך א תלמיד פון מיין זיידען דער הייליגער חת''ס ושמו ר' משה שיפמאן אב''ד מישקאוויטץ, ואטיץ ומחוז בערענוי, ורב בפראג.

קאצקע ציקער » מיטוואך יאנואר 14, 2015 12:52 am

· #247839
דער בלאט האט געהאט די וואך אן ארטיקל וועגן עים

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 14, 2015 7:46 pm

· #248008
זייער קאמפעטישען אויכעט

יוסף שרייבער » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:16 pm

· #249513
א חב''דסקע סייט איז מעתיק די הערליכע כתבה אויף ר' יהושע וואס איז ערשינען אינעם המבשר צייטונג. געוויסע האבען מיר געפרעגט וואס איך האב קעגען דוד אסף ,דומני אז מען דארף נאר ליינען די צוויי כתבות צו זעהן דעם חילוק צווישען א חסידיש הארץ און דער פראפעסאר.

עקסטער ווערט צו באמערקען איז בנימין ליפקין'ס קעסטעל און זיין טערם 'אימת מונדשיין' וואס ער איז מטביע.

פרייוויליג » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:51 pm

· #249537
עס איז מיר א חידוש צו ליינען צו הערן פונעם חוקר הרב יהושע, איך האב נאכנישט געהערט פון אים. איך האב שוין איצט וואס צו טון.

איבערהויפט ווען ער וועט באשריבן דורך אזא באגאבטער שרייבער ווי הרב יוסף שרייבער.

שכוח פאר די אינפארמאציע.

________________
וואו קען איך זען די כרם חב''ד' ח''ד, וואו ער שרייבט איבער די תקופת הגאון?

לעיקוואד » זונטאג יאנואר 25, 2015 12:15 pm

· #249969
א שיין קובץ וואס זיין משפחה האט ארויסגעגעבן פון זיינע מאמרים לרגל די שלשים. בעיקר איז דאס מדגיש מער חסידישע מאמרים זיינע ווי מען זעהט זיין דביקות אין זיין רבי זי"ע, א גאנצער מאמר ווי ער צונעמט 'קליינע' זאכען וואס מאכען דער רבי גרויס ביי עם, א מאמר וועגן די רבי'ס הקפדה אויפ'ן שולחן ערוך, און נאך. ווי אויך א גאנצער מאמר סיכום ומסקנות פון 'קונטרס התפלה' פון דער רבי רש"ב וואס פאדערט אויף דאווענען באריכות על פי הדרכת חב"ד. ער ברענגט דארט א שטיקל פון דער ליובאוויטשער רבי זי"ע אז מען זאל זיך נישט טועה זיין אז די דגש זיינע אויף די מבצעים וכה"ג נעמט אוועק פון די חיוב עוסק צו זיין אין עבודה פנימית על דרך החסידות.
מיר איז די מערסטע געפאלען א גאנצע ארטיקל ווי ער האקט אויף ניגונים און חזנים וואס מאכען קאליע די חסידישע ווארימקייט פון די טיפע חבדסקער ניגונים און שטעלן צו צו דעם ווערטער פון סתם נארישקייטן אדער אפילו פון דאווענען.

הוגה » זונטאג יאנואר 25, 2015 1:49 pm

· #249988
בקיצור, אלע נישט אינטערעסאנטע מאמרים. 🙂

דולה ומשקה » זונטאג יאנואר 25, 2015 1:54 pm

· #249990
לעיקוואד
א שיין קובץ וואס זיין משפחה האט ארויסגעגעבן פון זיינע מאמרים לרגל די שלשים


קוק נאר דארט אינעם קונטרס עמוד 79 ווי ער פליקט גוט אריין סאטמאר ועל ראשם ר' סענדער דייטש ע"ה

לעיקוואד » מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:24 pm

· #250335
א קובץ בריווען פון ר' יהושע צו ר' אליהו מטוסוב, ארויסגעגעבן דורך עם.

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 1, 2015 8:46 pm

· #251182
אזא צניעות'דיגע מצבה.
ווארט נאר וואס מ'וועט שרייבן אויף בעל מושיען של ישראל לאוי"ט.

איש את רעהו » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 11:08 pm

· #255063
ערב חב"די מרגש ומיוחד יתקיים מחר בערב בספרייה הלאומית של ישראל בירושלים. הערב מתקיים לזכרו של הרה"ח הרב יהושע מונדשיין ע"ה, שעבד במחלקת כתב היד בספרייה הלאומית והיה מראשי החוקרים בה.

במהלך הערב, שיתקיים תחת הנושא "פרקים בתולדות חב"ד", יישאו דברים: ד"ר צבי לשם מהספרייה הלאומית, הרב עדין אבן-ישראל (שטיינזלץ), פרופ' משה אידל מהאוניברסיטה העברית, השליח הרב ברוך אוברלנדר מבודפשט, הונגריה, והפרופ' אהרון מונדשיין מאוניברסיטת בר אילן.

האירוע יתקיים מחר, יום ראשון, בשעה 20:30, בספרייה הלאומית של ישראל, קריית אדמונד י. ספרא, גבעת רם, ירושלים.

יחיהמלך770 » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2022 10:16 pm

· #508407
יצא לאור בחודש טבת תשפ"א הספר "ספר סופר וסיפור-ספר זכרון" על הגר"י מונדשיין.
הספר אי אפשר למצוא עוד (גם ע"י האינטרנט), עקב שהיה limited edition. בחב"ד לא ממש שמחו עם כל הכתוב שמה כפי ששמעתי מכמה חסידי חב"ד כשביקרתי בקראון הייטס לפני כמה חדשים (כותב בלי כחל וסרק, ודו"ק).
וכל המעיין שם יבין מיד שזה אוצר נפלא של היסטוריה חבדי"ת וכן באותו מדה- חסידית.
קראתי מאות ספרי חב"ד וכדו' וזהו בלי צל של ספק לענ"ד: ספר של חוקר חסידי הכי-טוב אי-פעם!
עוחז"ל בס"ד להביא ראשי פרקים, וקיצור של הספר הנפלא
יש בו 1047 עמודים!

כרם זית » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2022 3:03 pm

· #508454
Re: החוקר האגדי הרב יהושע מונדשיין ז''ל
דורך געגאנגען די ספר מדאשקע לדאשקע און זיך באלעקט ווי קאלטע סעלצער נאך א הייסע טשאלנט.
בלאט: 1 2