☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » החוקר האגדי הרב יהושע מונדשיין ז''ל

החוקר האגדי הרב יהושע מונדשיין ז''ל

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7997
בלאט: 1 2

לבונה זכה » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 12:58 am

· #508517
כרם זית
דורך געגאנגען די ספר מדאשקע לדאשקע און זיך באלעקט ווי קאלטע סעלצער נאך א הייסע טשאלנט.
כהאב דורכגעליינט דעם ספר. געטראפן דא דארט אינטערעסאנטס, אבער נישט עפעס אויסטערליש. די אינטערעסאנסטע פאר מיר איז געווען די בריוו אויסטויש צווישן מונדשיין און חיים ליברמן, הויפטזעכליך ליברמן'ס זכרונות.

נחום הסופר » מיטוואך יאנואר 4, 2023 8:46 pm

· #515057
כרם זית
דורך געגאנגען די ספר מדאשקע לדאשקע און זיך באלעקט ווי קאלטע סעלצער נאך א הייסע טשאלנט.
זאגסט הויך מיינע געפילן. כהאב מיטגענומען דעם ספר אין ביהמ''ד שבת צופרי, סהאט מיך אריינגעצויגן אין א וועלט פון ידיעות, חסידות, און סתם שיינע כתיבה, אז כהאב מיך ווי אויפגעכאפט נאכן דאווענען

דא איז א וועבסייט וואו מקען זען זיינע מאמרים
https://www.kramim.info/
בלאט: 1 2