☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נייע ישיבה: ישיבה חמדת התורה

נייע ישיבה: ישיבה חמדת התורה

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #779

משולם שטיינפעלד » מיטוואך יוני 6, 2012 5:06 pm

· #16483
וואס איז געשעהן מיט ר' אנשילס ביז איצטיגע ישיבה?

נולד מאוחר » דאנערשטאג יוני 7, 2012 1:58 am

· #16546
וואלטן זיי געלערענט א האלבע טאג לימידי חול וואלט עס געווען טויזנט מאל מער סוקסוספאל.
ס'איז א פאקט אסאך בחורים האבן נישט קיין טרופ געדולד פאר תורה נא מעטער וויפיל גן עדן די זאגסט זיי צי.

בן תמליון » דאנערשטאג יוני 7, 2012 9:52 am

· #16561
נולד מאוחר
וואלטן זיי געלערענט א האלבע טאג לימידי חול וואלט עס געווען טויזנט מאל מער סוקסוספאל.
ס'איז א פאקט אסאך בחורים האבן נישט קיין טרופ געדולד פאר תורה נא מעטער וויפיל גן עדן די זאגסט זיי צי.

איך מיין אז 90 פראצענט אפשר מער בחורים האבן בכלל נישט קיין געפיל און געדולד צו גמרא תוספות מיט קרבן נתנאל. נישט נאר למודי חול דארף מען לערנען אפשר לערן שפילן א פידל אדער גיטאר פאר די וואס האבן א געפיל? דוד המלך מיטן נאדבורנער האבן געשפילט פידלען ניין? אפשר לערן די בחורים פירסט עיד אדער גאר אביסל מער, וואס איז? ער וועט אמאל אין זיין לעבן ראטעווען א נפש אפשר גאר דיין אייגן קינד? און פאר די וואס לערנען איז כלל נישט זייער חפצא אפשר שיק זיי ארויס שפילן א באל געים? זיכער א געזונטערען שטעקע זיך אויסצוגעבן די ברויזענדע צענערלינג ענערגיע און רתיחות הדם ווי דאס וואס ער טוט יעצט.

הדד בן בדד » דאנערשטאג יוני 7, 2012 9:59 am

· #16563
בן תמליון
נולד מאוחר
וואלטן זיי געלערענט א האלבע טאג לימידי חול וואלט עס געווען טויזנט מאל מער סוקסוספאל.
ס'איז א פאקט אסאך בחורים האבן נישט קיין טרופ געדולד פאר תורה נא מעטער וויפיל גן עדן די זאגסט זיי צי.

איך מיין אז 90 פראצענט אפשר מער בחורים האבן בכלל נישט קיין געפיל און געדולד צו גמרא תוספות מיט קרבן נתנאל. נישט נאר למודי חול דארף מען לערנען אפשר לערןשפילן א פידל אדער גיטאר פאר די וואס האבן א געפיל? דוד המלך מיטן נאדבורנער האבן געשפילט פידלען ניין? אפשר לערן די בחורים פירסט איד אדער גאר אביסל מער, וואס איז? ער וועט אמאל און זיין לעבן ראטעווען א נפש אפשר גאר דיין אייגן קינד? און פאר די וואס לערנען איז כלל נישט זייער חפצא אפשר שיק זעע ארויס שפילן א באל געים? זיכער א געזונטערען שטעקעזיך אויסצוגעבן די ברויזענדע צענערלינג ענערגיע און רתיחות הדם ווי דאס וואס ער טוט יעצט.


עס איז כמעט נישט דא א בחור וואס האט נישט געדולדט צום לערנען גארנישט. אפשר נישט גמרא, האט ער ליב עפעס אנדערש, די תורה איז עמוקה מני ארץ ורחבה מני ים. עס איז זייער גרויס. וואס טיצעך מיט חומש רש"י מיט מפרשים, אדער נ"ך מיט מפרשים, משניות, טור שולחן ערוך מיט די נושאי כלים, טרוקענע הלכה, חסידות, טיעפע חסידות, השקפה, מוסר וגו' וכו'. און פאר די יחידים וואס זענען באמת נישט מסוגל צו קיין איינס פון די, יא, פאר זיי זאלן מען אפשר אויסלערנען שטויסן א באל ממצרים ועד הנה.

הדד בן בדד » דאנערשטאג יוני 7, 2012 1:22 pm

· #16609
לאמיך אייך פארעכטן, כמעט קיין איין בחור האט נישט קיין געדולט צו לערנען צען שעה א טאג גמרא, אבער ווען מען זאל טיילן, און אריינלייגן אנדערע מקצועות התורה אין דעם ישיבה טאג, וועלן פלוצלינג אסאך מער בחורים מיטהאלטן.

און יא, עס איז אויך וויכטיג צוצולייגן צום טאג אביסל פאן. פאן איז נישט קיין מיאוס'ע ווארט, און יעדער מענטש דארף האבן אביסל פאן אין זיין לעבן.

בן תמליון » דאנערשטאג יוני 7, 2012 1:50 pm

· #16622
הדד בן בדד
לאמיך אייך פארעכטן, כמעט קיין איין בחור האט נישט קיין געדולט צו לערנען צען שעה א טאג גמרא, אבער ווען מען זאל טיילן, און אריינלייגן אנדערע מקצועות התורה אין דעם ישיבה טאג, וועלן פלוצלינג אסאך מער בחורים מיטהאלטן.

און יא, עס איז אויך וויכטיג צוצולייגן צום טאג אביסל פאן. פאן איז נישט קיין מיאוס'ע ווארט, און יעדער מענטש דארף האבן אביסל פאן אין זיין לעבן.


קלאר אזוי. אז מ'גיט נישט די בחורים געזונטע אונטערהאלטונג מאכט מען שריפות מ'שטאפט שלעסער אדער אנדערע מעשים טובים ומכוערים.

איך מיין זאל אויפשטיין איינער מיט א רעפארמירטע ישיבה סיסטעם מיט א רייכן קוריקיולעם וועט האבן שיין הצלחה. קודם וועט מען לאכן נאכדעם שרייען צום סוף וועלן אלע נאכמאכן.

שמיטה » דאנערשטאג יוני 7, 2012 3:48 pm

· #16659
בשעתו איז מרן האדמו"ר מבעלזא געווען דער ערשטער וואס האט איינגעפירט אין ישיבות, אז די איינגעשטעלט זאלן זיך לערנען צו פארשטיין דעם נפש פון א בחור, און אזוי זיך קענען אפגעבן מיט יעדע בחור לפום דרגתו. מ'האט געשריגן, אז ער פארדרייט חלילה די חינוך סיסטעם על טהרת הקודש.
היינט צו טאג איז שוין יעדער מכיר, אז יעדע מוסד דארף האבן פראפעסיאנאלען כדי צו ראטעווען דעם יוגנט פון אונטערגאנג

הדד בן בדד » דאנערשטאג יוני 7, 2012 5:00 pm

· #16683
שמיטה
בשעתו איז מרן האדמו"ר מבעלזא געווען דער ערשטער וואס האט איינגעפירט אין ישיבות, אז די איינגעשטעלט זאלן זיך לערנען צו פארשטיין דעם נפש פון א בחור, און אזוי זיך קענען אפגעבן מיט יעדע בחור לפום דרגתו. מ'האט געשריגן, אז ער פארדרייט חלילה די חינוך סיסטעם על טהרת הקודש.
היינט צו טאג איז שוין יעדער מכיר, אז יעדע מוסד דארף האבן פראפעסיאנאלען כדי צו ראטעווען דעם יוגנט פון אונטערגאנג


מיט דעם ביסטו ערליך גערעכט, דער בעלזא'ער רבי איז טאקע געווען דער ערשטער (פון דעם היימישן ציבור) וואס האט פארשטאנען צום מצב פון די היינטיגע בחורים (אפשר פון אייגענע עקספיריענס) און מען האט אים טאקע באשייגעצט אז ער איז א משכיל.

שמיטה » דאנערשטאג יוני 7, 2012 5:12 pm

· #16690
דאס אז ס'איז איינגעפירט כמעט אין אלע ישיבות היינט, אז מנעמט אינגעלייט זאלן לערנען בחברותא מיט בחורים איו ישיבה, איז אויך געווען א רעיון שהגה האדמו"ר מבעלזא. אט דערפאר איז טקע דא אזעלכע קנאים וואס זענען אקעגן די אירגון "חיים של תורה"

משה געציל » דאנערשטאג יוני 7, 2012 8:06 pm

· #16739
[ציטאט אראפגענומען]

מיינטסט די למודי חול צוליב וואס ר' חיים האט געוואלט צושפארען די ישיבה איז געווען בוכהאלטעריי (באק קיפינג בלע"ז) וכדומה?

יידל » דאנערשטאג יוני 7, 2012 8:33 pm

· #16751
אגב, נישט ר' חיים וואלאזשינער נאר די נצי"ב.
און אגב, מען האט שוין געלערנט לימודי חול (רוסיש מיט מאטעמאטיק) נאך פאר מ'האט אפגעשפארט די ישיבה. די סיבה פארוואס מ'האט פארשפארט די ישיבה איז געווען צוליב א געפעכט איבער ווער ס'זאל לערנען די לימודי חול און אזוי אויך וויפיל שעות מ'זאל לערנען, און צו ס'זאל זיין א חובה אדער רשות.

איך אויך » דאנערשטאג יוני 7, 2012 8:41 pm

· #16753
איך וויל נישט פארדרייען דעם שמועס אבער עס לוינט זיך צו ליינען די נישט היימישע מקורות צו פארשטיין די ריכטיגע סיבות פארוואס מען האט פארשפארט ישיבת וואלאזין.

יידל » דאנערשטאג יוני 7, 2012 8:48 pm

· #16754
איך אויך
איך וויל נישט פארדרייען דעם שמועס אבער עס לוינט זיך צו ליינען די נישט היימישע מקורות צו פארשטיין די ריכטיגע סיבות פארוואס מען האט פארשפארט ישיבת וואלאזין.

א גוטע בוך איבער ישיבת וואלאזין בכלל און די פארשפארן בפרט, באגלייט מיט דעטאלירטע דאקומענטן איז שאול שטעמפעפער'ס "הישיבה הליטאית בהתהוותה".

נולד מאוחר » דאנערשטאג יוני 7, 2012 10:20 pm

· #16771
[ציטאט אראפגענומען]

אדרבה אפשר זאגסטו מיר דריי ישובת ווי מלערנט לימדו חול, איך ווייס נישט קייו איינס?
ווי קומט אריין דאס ווארט 'שוואכרע ישבות' איך דעדט בדווקא פין שטארקע בחורים.
די שוואכע ווייס איך נישט פינקטלך וואס זיי זאלן טאן, פאר זיי איז לימידי חול אויך נישט אינטערסאנט.
תורה שאין טמה דרך ארץ.....
איך ווייס איך מיש יוצרות ווייל יעצט רעד איך שוין פין ארבטען אויך. אפשר די שוואכע זאלן טאקע איירבטן.

דבילה » פרייטאג יוני 8, 2012 12:55 am

· #16787
'ך זע אסאך דא זענען פרא לימודי חול אין די ישיבות א"כ פארוואס איז טאקע נישטא ישיבות מיט לימודי חול?

הדד בן בדד » פרייטאג יוני 8, 2012 2:26 am

· #16791
דבילה
'ך זע אסאך דא זענען פרא לימודי חול אין די ישיבות א"כ פארוואס איז טאקע נישטא ישיבות מיט לימודי חול?


קאמפעטישאן

נולד מאוחר » זונטאג יוני 10, 2012 4:22 am

· #16966
[ציטאט אראפגענומען]

דארט איז עס געווען א גזירה פין די רעגורונג ציזאמען מיט דו משכלים. זיי האבן געוואלט אז רוב טאג זאל מען לערנען לימידי חול.
האט ר' חיים געטנהט ער וויל האבן א ישיבה נישט קיין קאלידזש במילא האט ער עס אפגעשפארט.
אייגנטלך נישט ער נאר די רעגורונג.
ליין די לינק וואס יאנקל האט ציגעצייכנט.

יאנקל שכוח פאר די לינק אסאך אינטרסאנטא זאכן

יידל » זונטאג יוני 10, 2012 9:30 am

· #16982
נולד מאוחר
[ציטאט אראפגענומען]

דארט איז עס געווען א גזירה פין די רעגורונג ציזאמען מיט דו משכלים. זיי האבן געוואלט אז רוב טאג זאל מען לערנען לימידי חול.
האט ר' חיים געטנהט ער וויל האבן א ישיבה נישט קיין קאלידזש במילא האט ער עס אפגעשפארט.
אייגנטלך נישט ער נאר די רעגורונג.
ליין די לינק וואס יאנקל האט ציגעצייכנט.

יאנקל שכוח פאר די לינק אסאך אינטרסאנטא זאכן

שוין געשריבן איינמאל: נישט ר' חיים נאר זיין אייניקל דער נצי"ב.

נולד מאוחר » זונטאג יוני 10, 2012 11:38 am

· #17036
ריכטיג. מיי מיסטעק, מ'רעדט פין די נציב.
ס'איז כדי צי באמערקן אזוי ווי שוין דערמאנט האט די רוגירונג ג'האט א גרויסע יד אין די אפשפארן די וואלאזנער ישיבה, וועלענדיג אריין ברענגן השכלה.
אויב האט מען מורא אז לערנען לומדי חול וועט ברענגען השכלה, איז נישטא וואס מורא האבן די היינטיגע ריגירונג וואלט זיך קיינמאל נישט אריינגעמישט אויף אזא אויפ'ן ווי אין רוסלאנד אין יענע תקופה.

משה רוקח » זונטאג יוני 17, 2012 4:37 am

· #18186
איז נישט ישיבת תלפיות געמאכט פאר דעם? דארט לערנט מען מיט די בחורים זאכן וואס וועט זיי צוניצקומען שפעטער אין לעבן.

יידל » זונטאג יוני 17, 2012 8:03 am

· #18189
משה רוקח
איז נישט ישיבת תלפיות געמאכט פאר דעם? דארט לערנט מען מיט די בחורים זאכן וואס וועט זיי צוניצקומען שפעטער אין לעבן.

ניין, אין תלפיות לערנט מען די בחורים א פאך. דא רעדט מען פון לימודי חול, ווי ענגליש, מאטעמאטיקס וכו'.

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:31 am

· #549611
Re:
[ציטאט אראפגענומען]
דער לינק ארבעט נישט מער?

מונטסורי » מיטוואך פעברואר 14, 2024 9:28 am

· #549614
Re: נייע ישיבה: ישיבה חמדת התורה
פון די פאלגאנדע לינק קוקט אויס אז מען האט אוועקגענומען די פייל:
https://www.yutorah.org/lectures/704403/

א שנעלע גוגל זוך שיקט מיר אהער, אבער עס איז פארמאכט אונטער א צאל וואנט אדער קען מען אריינלאגירן דורך א לייברערי לאגין:
https://www.jstor.org/stable/40914771

סקעפטיקער » מיטוואך פעברואר 14, 2024 12:06 pm

· #549627
Re: נייע ישיבה: ישיבה חמדת התורה
📎 Schacter-HaskalahSecularStudies-1990.pdf

לאכעדיג » מיטוואך פעברואר 14, 2024 12:54 pm

· #549629
Re: נייע ישיבה: ישיבה חמדת התורה
אין די וואלאזשנער ישיבה אין די צייטן פון די נציב זענען די בחורים א דאנק די השכלה וואס האט געבושעוועט אין יענע צייטן געווען גאר שוואך ביז חילול שבת ממש האט מען עס פארמאכט און פאר די גאס האט מען פארקויפט עפעס א באבע מעשה אז די רעגירונג וויל מען זאל לערנען לימודי חול און וועגן דעם פארמאכט מען עס...

ליטווישע מעשיות קויפט מען יא?!

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:56 pm

· #549644
Re: נייע ישיבה: ישיבה חמדת התורה
לאכעדיג #
אין די וואלאזשנער ישיבה אין די צייטן פון די נציב זענען די בחורים א דאנק די השכלה וואס האט געבושעוועט אין יענע צייטן געווען גאר שוואך ביז חילול שבת ממש האט מען עס פארמאכט און פאר די גאס האט מען פארקויפט עפעס א באבע מעשה אז די רעגירונג וויל מען זאל לערנען לימודי חול און וועגן דעם פארמאכט מען עס...

ליטווישע מעשיות קויפט מען יא?!
ייש"כ פאר אויסקלארן. מפי השמועה זענען אויך געווען אנדערע פראבלעמען אין די וואלאזשינער ישיבה אז דער נצי"ב האט באשלאסן עס צו פארמאכן (צייטווייליג?).

רבי טוביה » מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:21 pm

· #549647
Re: נייע ישיבה: ישיבה חמדת התורה
לאכעדיג #
אין די וואלאזשנער ישיבה אין די צייטן פון די נציב זענען די בחורים א דאנק די השכלה וואס האט געבושעוועט אין יענע צייטן געווען גאר שוואך ביז חילול שבת ממש האט מען עס פארמאכט און פאר די גאס האט מען פארקויפט עפעס א באבע מעשה אז די רעגירונג וויל מען זאל לערנען לימודי חול און וועגן דעם פארמאכט מען עס...

ליטווישע מעשיות קויפט מען יא?!
אין ככר השבת ברענגען זיי א דריטע סיבה, אז ער האט געוואלט זיין זוהן זאל ווערן ראש ישיבה און דער עולם האט נישט געהאלטן דערביי, האט ער אויפגעגעבן זיין פירערשאפט און די משכילים האבן געמסר'ט די ישיבה (פארוואס פונקט נאך ער האט עס אפגעלאזט? איך ווייס נישט) און דעמאלט האט די רעגירונג פראבירט צו ארויף צווינגען לימודי חול.

https://www.kikar.co.il/haredim-news/346017