☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » א מעשה... המשך קומט...

א מעשה... המשך קומט...

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7763
בלאט: 1 2 3

ציבעלע-קיגל » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 4:46 pm

· #241313
א מעשה... המשך קומט...
איך וויל זעהן אויב מען קען שרייבען א מעשה אבער מען קען נאר שרייבען איין ליין. און ביטע זיין נארמאל.

איך פאנג אן און איעדער לייגט צו איין ליין... לאמיר זעהן וואס גייט געשעהן...

לעצטע וואך בין איך געפארען מיט מיין קאר צו בורו פארק.

המשך קומט...

בארא פארקער » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 4:50 pm

· #241314
כהאב געגעבן א היטש פאר א חשובע איד

ישמעאל הכהן » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 7:10 pm

· #241315
דער איד האט מיר געבעטן אויסלעשן דעם ראדיא

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 7:43 pm

· #241316
האב איך להכעיס געטוישט צו פ.מ.

אויסגערוט » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 8:01 pm

· #241317
ווי נאר איך האב א קוועטש געגעבען דער קנעפל

ירח בן יומו » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 8:16 pm

· #241318
איז אדורכגעלאפן א יונגל אין פראנט פון מיין קאר

בארא פארקער » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 8:29 pm

· #241319
כ'האב געברעקט מיטן גאנצן רשעות

אחד העם » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 8:32 pm

· #241320
אויף די ראדיא ארבייט דערווייל לאונרד כהן'ס הללויה

its me » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 8:57 pm

· #241321
The hitch hiker - with a smile on his face - pulls out a pair of ear plugs from his bag

יין שרף » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 9:35 pm

· #241322
ער פארלירט איין ״אויער שטאפער״ אין די קאר אויפן פלאר

אביסעל שכל » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 10:26 pm

· #241332
He starts pushing the driver feet while driving to pick up his ear plug

חסיד » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 10:34 pm

· #241334
דער היטשער שלעפט אוועק דעם דרייווערס פיס בשעת ער וויל ברעיון ביים רויט לייט

יין שרף » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 10:47 pm

· #241336
און ער האט פונקט פארמיטן אן עקסידענט

שטילע אינגערמאן » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 1:09 am

· #241362
אחחח, איטס מי, האסט געהארגעט די זאך, ס'קלעבט נישט, @גבאי פליז נעם קעיר

ציבעלע-קיגל » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:46 am

· #241410
ווען ער טרעפט נישט די עיר פלאגס פאנגט ער אן צו שרייען, פוי ראדיא! געוואלד!

א איד » פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:34 pm

· #245383
דער דרייווער מאכט זיך נישט וויסנדיג און פארט ווייטער

ישמעאל הכהן » פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:49 pm

· #245388
פלוצלינג דערזעט דער דרייווער ווי 'א איד' שלאפט אויף די שטראססע, עס זעט אויס צו זיין גאר א טיפן שלאף. דער דרייווער פרעגט זיין פרומען היטשער צו ער זאל אויפוועקן א איד היות עס קען זיין א סכנה צו שלאפן אזוי אויפן גאס. דער היטשהייקער פסקנט אויפן ארט אז ס'נישט קיין שאלה פון גזל שינה.

אונזער דרייווער גייט ארויס פון קאר און וועקט אויף א איד, ווי שאקירט איז ער צו הערן אז יענער שלאפט שוין דארט זינט יארע 2013! איר ווייסט אז מ'האלט שוין ביי 2015?? פרעגט אונזער דרייווער א איד דערביי ווייזענדיג זיין אייפאון 6 צו וואס א איד קען זיך נישט גענוג אפווינדערן און באדאנקט אים פארן אים אויפוועקן פון אזא טיפן שלאף.


דער דרייווער גייט צוריק אין קאר מיט אן אנדערן גייסט, ער לעשט אויס די ראדיא און רעדט מיט זיין גאסט אין לערנען.

ירח בן יומו » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 7:24 pm

· #245505
ישמעאל, ממש מחי' מתים געווען א טויטע מעשה

איחוד פעלד » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 8:29 pm

· #245519
עס מעג נאר זיין איין שורה יעדעס המשך

קאסטנער » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 8:44 pm

· #245524
ירח בן יומו
ישמעאל, ממש מחי' מתים געווען א טויטע מעשה



איחוד פעלד
עס מעג נאר זיין איין שורה יעדעס המשך


פיקוח נפש דוחה...

לאליפאפ » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 10:50 pm

· #245557
למעשה האט דער חשובער איד צוריקגערוקט דעם קנעפל צו AM

אביסעל שכל » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 10:59 pm

· #245561
While he turned it back to AM he also turned the volume to max and the driver started screaming on him

ישמעאל הכהן » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 11:00 pm

· #245562
And Savsge was on at the time

מאטי » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 11:14 pm

· #245565
און גערעדט א שעה צייט פון נוטרישאן.

אביסעל שכל » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 11:15 pm

· #245567
and that was exactly the time he was talking about the chulent

פלאוויוס » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 11:19 pm

· #245568
אבער ווען סעוועדזש האט אנגעהויבן שרייען קעגן די "ליבעראלס", האט זיך דער היטשער צוגעכאפט ווי צו הייסע לאקשן: "אה! דער גוי... דער גוי פארשטייט אויך אז...?" ס'ארא קלוגער ערל!

petergrifin » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 11:21 pm

· #245569
.

איחוד פעלד » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 11:49 pm

· #245580
און דער דרייווער זאגט, ער'ז נישט אן ערל, ער'ז א איד!!! ער הייסט מעכעל וויינער, און ער קומט פין אונזער שכינות....

ירח בן יומו » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 11:52 pm

· #245582
זאגט דער היטשער "ס'קען נישט זיין אז ער איז א יוד, ער ווייסט דאך נישט וואס טשולענט איז, איינער פון זיינער אריינרופער האבן איהם געפרעגט דערוועגן און לא ידע מאי קאמר"

דריידל » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 11:52 pm

· #245583
די ראדיא מעלדט ברעיקינג ניוס אז א שיכורע דרייווער האט געפעסט עטליכע רעד לייטס

לאליפאפ » זונטאג יאנואר 4, 2015 12:12 am

· #245585
ווען דער דרייווער כאפט זיך אז ער הערט לופט פון איינע פון די רעדער..

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 4, 2015 12:25 am

· #245589
דער דרייווער וויל רופן חברים, דער היטשער שרייט ''בשום אויפן רוף נישט די מאדערענע באמעס!''

petergrifin » זונטאג יאנואר 4, 2015 12:52 am

· #245600
היטשער בעט די חברים מעמבער אויפן װעג אהײם ער זאל זיך אפשטעלן בײ די נעקסטע גראסערי,ס׳װעט נאר נעמען צען מינוט.

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 4, 2015 12:55 am

· #245601
און דאן האט מען געהערט די הימנע פון קארס (מיט א K) פאר קידז

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 4, 2015 1:02 am

· #245604
ברעיקינג טעלאפאן מיט א פעסטקייט און נאכדעם שרייט מען אז איי וועלט איז בעיבי'איש

petergrifin » זונטאג יאנואר 4, 2015 1:13 am

· #245605
װאס איז שלעכט מיט דײן אנדערע ניק?

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 4, 2015 1:19 am

· #245607
petergrifin
װאס איז שלעכט מיט דײן אנדערע ניק?

איך קען עס נישט טרעפן

רויטע וואנצעס » זונטאג יאנואר 4, 2015 1:56 am

· #245616
קאצקע זעהט אויס האט ריפלייט צום קארס פאר קידס אין די פארגאנגענהייט, יעצט האט ער נישט א קאר און כאפט היטשעס. נאכער ווען מ'שרייבט איבער דעם ווערט ער ברוגז אז מ'שפילט א אייוועלטישע געים. טשיל קאצקע, ק"ש מיטגלידער האבן אויך אמאל ליב שטיפן צייט, נישט אלעמאל דארף מען רעדן וועגן מאטימאטיקס און פאעזיע. אמאל קען מען רעדן פון פשוטע קאצקע ציקער.

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 4, 2015 2:04 am

· #245618
רויטע, סא וואס ווערסטו ברוגז ווען די אייוועלדיסטען שטיפן די צייט "אויך" ווען דו טוסט עס די זעלבע, דאס איז געווען עקזעקטלי מיין פאוינט!

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 4, 2015 2:10 am

· #245619
א אייוועלטיסטער טאר נישט שטיפן די צייט! ער דארף לערנען דאווענען גיין אין מקוה וכול'. אז מ'דארף וויסן עפעס נייעס נו מילא אבער סתם שטיפן צייט?

איחוד פעלד » זונטאג יאנואר 4, 2015 1:25 pm

· #245676
דער דרייווער לייגט דוקא אריין א טעיפ פין מאנדאנא מיט דער ניגון פין "יצחק"

א איד » מאנטאג יאנואר 5, 2015 12:13 pm

· #245948
דער איד וואס האט זיך אויפגעוועקט פרעגט דעם דרייווער, וואס איז דאס savage?

ירח בן יומו » מאנטאג יאנואר 5, 2015 12:18 pm

· #245951
זאגט דער דרייווער, וואס מאכסטו זיך טעמיש, די ווילסט מיר איינרעדן אז די וויייסט נישט?

א איד » מאנטאג יאנואר 5, 2015 12:19 pm

· #245953
זאגט עם דער איד, איך גיי דא אראפ יישר כח

ישמעאל הכהן » מאנטאג יאנואר 5, 2015 12:20 pm

· #245954
זאגט אים דער היטשער, ''איך ווייס באמת יא אבער כ'מוז דאך ציען א שמועס, אז נישט וועט אונזער אשכול פאלן ביז אונטן''

האקט

סלינקי » מיטוואך יאנואר 7, 2015 12:17 pm

· #246609
דער דרייווער פארט ווייטער ביז ער קומט אן אהיים

גאלד » מיטוואך יאנואר 7, 2015 12:40 pm

· #246613
and they lived happily ever after

דריידל » מיטוואך יאנואר 7, 2015 2:24 pm

· #246638
ביז איין טאג, ווען מ'האט זיך ווידער ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג, און....

גאלד » מיטוואך יאנואר 7, 2015 3:10 pm

· #246645
און אודך כי עניתני, דער זעלבער פרומער היטשהייקער שטייט ווייטער אויפן גאס פאר א היטש, אבער דאס מאל...

שמעון וואלף » מיטוואך יאנואר 7, 2015 3:52 pm

· #246666
האט ער געהאלטן א שווארצע שאפינג בעג
בלאט: 1 2 3