אינווייניג איז געווען א דעינעש א דרינק מיט א בעיסבאל בעט, על כל צרה שלא תבא
א מעשה... המשך קומט...
105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7763
איי וועט איר פרעגען, ווי קומט עס א פרומער היטשהייקער זאל האלטען א בעיסבאל באט?
פרעגסט א קשיא אויף א מעשה,
ווארט שוין צו וועסטו הערען ווער ס'האט געכאפט קלעפ
און עס האט נישט אויסגעפעלט צו ווארטן צו לאנג
And the hitchhiker started arguing with the driver why he didn't stop imedeatily
דער דרייווער לייגט זיין האנט אויף זיין סמארט פאון
בטעות האט ער געדריקט רידייל, און נחומ'ס האטליין הייבט אן צו רעדן אויף ספיקערפאן
און ביידע פרעגן (כאילו פארוואונדערהייט) ווער איזדער מגיד שיעור?
דער דרייווער ווייזט עם הער זיך גוט צו
דער נחום זאגט, ״איך װיל רעדן װעגן דעם חזיר״.
און ער פאנגט אן רעדן די שעדליכקייט פון נעמען ״היטשעס״
און דער היטשער הערט נישט מער נישט ווייניגער ווי נחום האקט אויף עם פערזענליך
נישט וויסענדיג וואס צו טון, האט ער זיך גענומען היסן הויך, אזש די דרייווער האט געמיינט אז ער דערשטיקט זיך
איך וועל זיך אפשטעלן און רופן הצלה פאר אייך! זאגט דער דרייווער. "וויאזוי הייסט איר"?
זעענדיג אז יענער ווייסט נישט אז ער איז עס זאגט ער שנעל א ליגנד אז עז הייסט שמייע ווייס. פרעגט ער אים ווער די בארימטע זינגער ? זאגט ער ניין
איך האב גראדע א אידיש דירעקטערי אין מיין פאון" זאגט דער דרייווער " ש מ ע י ה ו ו י י ס. אהא איך זעה דא צוויי, אז דו ביסט נישט די זינגער ביסטו דער צווייטער, לאמיר רופן: האלא! מיסיס ווייס, הצלה קומט צו אייער מאן אויף...
פארווינדערטערהייט פרעגט זי: ווי קען דאס זיין, מיין מאן האט דאך מיר געזאגט אז ער איז אין ביהמ"ד מיט א חברותא?!
זאגט ער א גוטע קשיא, די שלום בית וועט מען שוין קעיר נעמען שפעטער, אבער יעצט כאפ א טעקסי און קום שוין
א דערשראקענער גייט די ווייב ארויס אויפן גאס,
באמערקט זי ווי אקראס די סטריט שטייט איר מאן אויפן גאס אנע היט און רעקל אין קייט פאפיטעס
באמערקט זי ווי אקראס די סטריט שטייט איר מאן אויפן גאס אנע היט און רעקל אין קייט פאפיטעס
אים איז שווארץ געווארן אין די צייט איז זי דאך אלעמאל פארנומען.....לויפט זי צו צו אים און זאגט ב"ה דו בוזט געזונט און ער מיינט אז זי איז אינגאנצן אראפ פון זינען
הייבט ער שדנעל אויף די טרייבל און רופט הצלה פאר שמעיה ווייס'ס ווייב
ביזדערוויל האט זיך די הוסטען בארואיגט און ער האט געמאכט אויס pause ווייטער צו הערן
וועלכע עידזש שרייבט אויף דעם אשכול? - אויב איך מעג איבערהאקן
בונדל ביסט נאך צו יונג צו וויסן
בונדל, די שרייבער זענען בערך די זעלבע עיזש ווי די ליינער. נעקסטעס מאל די האסט אזעלכע שאלות קענסטי עס פרעגן אין אשכול "זאכן וואס איך וויל וויסן" און נישט אריינהאקן אינמיטן א מעשה.
נא רבותי, צוריק. ווי האמיר געהאלטן?
נא רבותי, צוריק. ווי האמיר געהאלטן?
די אלע ווערטער האבן זיי געהערט פון נחום וועלעכער האט צוטירט א שמועס אין קאווע שטיבל, וועלנדיג ארויס ברענגען וואספארא בעיביס די קאווע שטיבל שרייבער זענען. ווייל טטייל פון די קאוועשטיבלער האבן זיךאנגענומען פאר וועבערמאן. דער יונגערמאן אטעמט אפ. אבי ער האקט אויף קאווע שטיבל און נישט אויף מיר
אבער עס גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט און עודך נעמט זיך האקן אויף אים און ער זאגט: די נאמען איז נישט אזוי באקאנט אבער ער כאפט געווענליך א היטש אין די צייט און ער זעהט אויס כך וכך
דערווייל הייבן זיך אן צו הערן די סירענעס פון די הצלה קארס וואס דער דרייווער האט פריער גערופן
און נישט מער און נישט ווייניגער פון איינע פון די הצלה קארס קומט ארויס נחום אליין
ארויס פון מיין קאר! רופט זיך דער דרייווער פלוצלינג אן. "איך פארשטיי שוין אלעס. דו האסט זיך געמאכט היסן כדי איך זאל נישט כאפן, אבער מיר וועסטו נישט נארן די שייגעץ, איך קען די שטיקעס בעסער ווי דיר"!
און ער פאנגט אן אים ארויסשלעפן ביי די פיס.
נא נא, מער האט נישט אויסגעפעלט, און נחום נעמט זיך מאכן קולות
נא נא, מער האט נישט אויסגעפעלט, און נחום נעמט זיך מאכן קולות
"הער מיר צו" רופט זיך דער היטשער אן צום דרייווער "פארסטו ווייטער איז גוט, אז נישט זאג איך פאר נחום אז דו האסט מיר מאלעסטעט ווען איך בין געווען א קינד"
דער דרייווער טראכט נישט קיין צוויי און הייבט אן צו שרייען, חזיר האסט מיר מאלעסטעד פריער, ארויס פון מיין קאר, הצלה האב איך שוין גערופן, נעקסט קומט פייער לעשער, און נאכדעם פאליציי.
א פארבייפארענדע פאליס קאר זעענדיג דעם געטימל, שטעלט זיך אפ און פרעגט "וואס טוט זיך דא? "ער האט מאלעסטעט מיין קינד" שרייט דער היטשער ווייזנדיג אויף נחום.
נחום שרייט צוריק "יאו אר עי טשיילד מאלעסטער", אבער דער היטשערער באשולגיגט ווידער נחום, עס טוט אויף טישן אןן בענק, און דער פאליס איז אין א פארלעגנהייט. און אט פארט דורך דער ניקולסבורגער רבי פון בארא פארק וועלעכער איז באקאנט מיט די פאליס, דער פאליס ווערט מלא שמחה, זעענדיג אים. ער וועט שוין פרעגן דעם ראביי וואס צו טון
למעשה, אין דעם טומל האט די היטשער געהויבן פיס און געמאכט פליטה.
כאפצעם! כאפצעם!
כאפצעם! כאפצעם!
Re: א מעשה... המשך קומט...
אינמיטן די גאנצע געטומל הערט זיך א געזאנג מיט אזא זיסע הארציגע שטימע מלא געגועים וכסיפין.
דער ניקולבורגער רבי לאזט זיך ארויס אין א טאנץ מיט די פאליס
לאמיר צוריקגיין צו מיסיס ווייס, איר מאן פרעגט איר וואס גייט פאר?
און אט קומט די הצלה איר אפנעמען. "אה, ענדליך זענט עטץ דא! מיין ווייב לייט פון שרעקליכענ דמיונות" רוימט ער זיי אריין. "וואס גייט פאר מיט מיין מאן? פרעגט זי מיט שרעק דעם הצלה מאן. יענער טראכט נישט קיין סך, כאפט איר אן און ווארפט איר אריין אין אמבולאנס "סנישט מיר, ס'איז פאר מיין מאן" מאכט זי געוואלדעס
הצלה הייבט אן צו זעהן אז עפעס טויג נישט דא רופן זיי אן דעם אינגערמאן דער ערשטער רופער
א מעשה... המשך קומט...
לאמיר יעצט צוריקגיין ווי די פאליס האבן געטאנצן ביינעזאם מיטן ניקלשבורגען. און דער ניקלשבורגער האט אנגעכאפט א פאליסמאן אין עם געגעבן א קוש אין פנים
עס איז א גרויסער התלהבות, דער מצב ווערט געהויבענער פון מינוט צו מינוט. אינעם רינג טאנצן פארדביקות דער ניקולבורגער רבי, דער דרייווער, דער פאליסמאן, און נחום, און די הצלה מעמבערס, אויף דעם ניגון "ראספטין". פלוצלינג צוקלינגט זיך דער טעלעפאן, פונעם דרייווער.
"האלוי, דאס איז הצלה. א פרוי מיסיס ווייס טענה'ט אז איר האט איר געזאגט אז הצלה איז געקומען צו איר מאן. אבער דער מאן טענה'ט אז ער האט גערופן הצלה צו איר טאקע דערפאר ווייל זי דמיו'ט אז מ'האט גערופן הצלה צו אים. אנטשייד אונז ביטע דעם פראבלעם, איז אמת וואס זי זאגט צו נישט?"
"אוי וויי אמסארי, יא ס'איז אמת, אבער ס'איז נישט געווען פאר ווייס, ס'איז א צווייטער, יענער האט זיך געמאכט קראנק און מיר אויסגענארט אז ער הייסט שמעיה ווייס.
אין הצלה אפיס: "עס איז יעצט געווען צוויי אומזינסטיגע קאלס, עס קען נישט ווייטער אזוי אנגיין, דאס קאסט ממון ודמים" זאגט דער דיספעטשער מיט כעס. פלוצלינג, דער פאון: האלוי הצלה?, מ'רופט פאר ווייס, דער מאן האט צושלאגן זיין ווייב וועגן א קריגעריי איבער הצלה".
"שוין ווידער ווייס. הצלה דארפט עטץ?! פאליס דארפט עטץ פאר פאני קאלס" שרייט דער דיספעטשער. און ער איז מקיים פסק. אבער דער קאלעגער זיינער איז מחליט יא צו שיקן א הצלה. אז א איד ריפט דארף מען שיקן, מ'קען נישט איינשטעלן. לאמיר אויך אנרופן מיין חבר ער זאל דארט אריבער שיקן א ווארימער רב ער זאל ראטעווען די מצב השלום צווישן דער קאפל.
די רקידין קדישין אויף די גאס גייעם אן מיטן פילן אייפער, ווען פלוצלינג צוקלינגען זיך די טעלעפאנען פון דער פאליס, הצלה, און דעם רבי'ן. יעדער האט אן עמערדזדענסי וואו צו לויפן. דער רינג צוטיילט זיך, די מוזיק שטעלט זיך אפ, און יעדער לויפט צו זיין עמערדזדענסי, קעיס. דער דרייווער ניצט אויס די מינוט און מאכט פליטה.
דער היטשער איז מלא חמה אויף נחום נישט גענוג ער בארעדט אים נאר ער האט מער נישט קיין וועג אויך נישט, מחשבות הייבן זיך אן צו וועבן אין זיין קאפ