☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » נארישע און מאדנע געזעצן

נארישע און מאדנע געזעצן

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #77
בלאט: 1 2

ידען » מאנטאג מערץ 5, 2012 11:53 am

· #520
נארישע און מאדנע געזעצן
איך האב געלייענט וועגן פארשידענע קוריאזע און נארישע געזעצן און איך גלייב אז די חברים דא וועלן דערפון אויך האבן א פארגעניגן און זיך אונטערשמייכלען.

פילע פון די געזעצן זענען באשאפן געווארן ווען אין יענע תקופה איז געווען א נויט דערפאר.

איך וועל אנהייבן מיט אונזער שטאט ניו יארק און שפעטער העמער גיין צו אנדערע שטעט און לענדער.

אויב גלוסט אייך צו פלירטן מיט א צווייטן קען עס אפקאסטן א פיין פון $25. אין דעם אלטן געזעץ שטייט אויך קלאר א פארבאט פאר א מאנספערזאן אין סיי וועלכע גאס אין שטאט זיך אויסצודרייען און קוקן אויף א פרוי.

אויב כאפט מען אים עובר זיין אויף דעם געזעץ א צווייטע מאל, וועט ער געצווינגען זיין אנצוהאבן א פאר ״פערד בלינדער״ (*horse blinders) יעדעס מאל ער גייט ארויס אויף א שפאציר אין סיי וועלכן טייל פונעם שטאט...

*מען פלעגט דאס אנטוהן אויף די אויגן פונעם פערד אים צו האלטן גראד אויפן וועג, ער זאל זיך נישט פארקוקן...

amechiya » מאנטאג מערץ 5, 2012 5:30 pm

· #546
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
ידען

אויב גלוסט אייך צו פלירטן מיט א צווייטן קען עס אפקאסטן א פיין פון $25.

וואס מיינט פלירטן?

יידל » מאנטאג מערץ 5, 2012 6:49 pm

· #554
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
amechiya
ידען

אויב גלוסט אייך צו פלירטן מיט א צווייטן קען עס אפקאסטן א פיין פון $25.

וואס מיינט פלירטן?

רעדן אויף אן אומאיידלען אופן.

kitov » מאנטאג מערץ 5, 2012 10:53 pm

· #568
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
[ציטאט אראפגענומען]

Or how they call it in Monroe the long shortcuts

אךשמח » דינסטאג מערץ 6, 2012 12:05 pm

· #658
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
גאנץ א גוטער געזעץ.

ווען האט מען דאס געמאכט? אויב מעגליך ברענג דעם מקור דערפון.

זעט אויס אז אמאל איז נאך געווען אן איידעלער וועלט ווען אויך דער גוי האט פארשטאנען אז נישט אלעס מעג מען טון.

גיי זיי עס מסביר פאר די היינטיגע אידן...

אךשמח » דינסטאג מערץ 6, 2012 12:06 pm

· #659
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
אגב, פארוואס זע איך ביי דעם אשכול דעם 'תגובה מהירה' קנעפל און ביי אנדערע אשכולות איז עס נישט צום טרעפן?

דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 6, 2012 10:14 pm

· #753
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
kitov
[ציטאט אראפגענומען]

Or how they call it in Monroe the long shortcuts


אזא תגובה האט בכלל נישט אויס געפעלט אין קאווע שטיבל, וד"ל.

amechiya » מיטוואך מערץ 7, 2012 12:20 pm

· #834
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
דולה ומשקה
kitov
[ציטאט אראפגענומען]

Or how they call it in Monroe the long shortcuts


אזא תגובה האט בכלל נישט אויס געפעלט אין קאווע שטיבל, וד"ל.

נאר ווי דען? אין אייוועלט?

איש האמת » מיטוואך מערץ 7, 2012 2:47 pm

· #861
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
דארט וואלט מען שוין געפלויגען פאר אזא קליינע און נארישע תגובה וד"ל
וב"ה אשר השבית לנו גואל, איך דערמאן זיך, ווען כ'האב געלערנט און ישיבה,
און מ'האט מיר ארויסגעווארפן פון בי"ת מדר"ש, בין איך געגאנגען זיך באהאלטן
און קאוו"ע שטיב"ל, פה אשב כי אויתיה, והבן

דאכט זיך דער תגובה בלאנגט אויך און דער אשכול "קומט דא פאר מעקונגען" והמשכיל יבין

ידען » מיטוואך מערץ 7, 2012 3:42 pm

· #867
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
איך בין ווייניג באקאנט וואס עס גייט פאר אין מאנרא אבער אויב איז עס א שמוציג אדער א טשעפע פאר איינעם וויל איך נישט עס זאל באשמירן דעם אשכול.

ידען » מיטוואך מערץ 7, 2012 3:54 pm

· #868
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
איך וועל גיין ווייטער מיט די געזעצן אין ניו יארק. און פאר דער וואס האט געבעטן א מראה מקום, אפשר מיט די צייט. יעצט ברענג איך וואס כ׳האב מיר אפגעשריבן פון לאנג.

מען טאר נישט ארומגיין אום זונטיג מיט אן ice cream cone אין טאש...

מען טאר נישט באגריסן עמיצען מיטן האלטן דעם אגודל פינגער צו די נאז און שאקלען מיט די פינגער (מען פארשטייט וואס כ׳מיין?...) ...

אן אייזל טאר נישט שלאפן אין א וואנע אין ברוקלין ניו יארק...

אין כרמל ניו יארק טאר א מאן נישט ארויסגיין מיט א זשעקעט און הויזן וואס מעטשען נישט...

יידל » מיטוואך מערץ 7, 2012 4:07 pm

· #871
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
ידען די מיינסט דאס?

ידען » מיטוואך מערץ 7, 2012 4:30 pm

· #877
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
יעפ 👍

אויבער חכם » דאנערשטאג מערץ 8, 2012 12:34 am

· #886
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
יידל
ידען די מיינסט דאס?


איך בין מוחה אז מברענגט דא אריין אינעם שטיבל א בילד פין א קינד אן א קאפיל, כ'בעט פין די מנהל זאל כאטש ציקלעבין א קאפיל כמנהג די היימישע לאקאלע חרדישע אויסגאבע

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 9, 2012 12:39 am

· #921
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
אויבער חכם
יידל
ידען די מיינסט דאס?


איך בין מוחה אז מברענגט דא אריין אינעם שטיבל א בילד פין א קינד אן א קאפיל, כ'בעט פין די מנהל זאל כאטש ציקלעבין א קאפיל כמנהג די היימישע לאקאלע חרדישע אויסגאבע

עט ליסט פארווישען דאס פנים, ס"שטייט דאך אל תסתכל בפני רשע....

ידען » דאנערשטאג אפריל 12, 2012 3:27 am

· #4462
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
אין ניו יארק איז אומלעגאל פאר א בלינדן מענטש צו דרייווען א אויטאמאביל...

עס איז קעגן געזעץ צו ווארפן א באל אויף א צווייטנס קאפ פאר פאן...

עס איז אומלעגאל אראפצוטאנצן פונעם עמפייער סטעיט בילדינג...

נאך צען ביינאכט טאר מען נישט אנהאבן סליפערס...

אויב א מאן קען זיין ערגעץ אן א העמד, האט א פרוי די זעלבע רעכט...

ידען » דאנערשטאג אפריל 12, 2012 3:30 am

· #4463
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
די שטראף פאר דער וואס שפרינגט אראפ פון א בילדינג איז טויט שטראף...

אין א עלעוועיטער טאר מען נישט רעדן צו קיינעם, די הענט דארף זיין צאמגעלייגט, און די אויגן קוקנדיג צום טיר...

פרויען מעגן גיין טאפלעס אויב זי טוהט עס נישט פאר ביזנעס...

ידען » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:27 pm

· #35177
״דער איד״ האט א ארטיקל פון קוריאזע ראוד געזעצן די וואך.

ווער סע האט נערווען קען אהערברענגען שטיקלעך.

I'm back » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:13 am

· #145957
מאדנע געזעצן וועלכע זענען נאך אין קראפט...
עס זענען דא אסאך געזעצן אין די פאראייניגטע שטאטן וואס זענען זייער מאדנע, און איך וואונדער מיך ווער און פארוואס איז זיי איינגעפאלן איינצופירן דער געזעצן.

איך וועל אראפברענגען עטליכע, און דער וואס קען זאל צולייגן נאך.

-------

אלאבאמא-

א מענטש האט בלויז 5 מינוט צו שטימען אין די וואלן.

קאליפארניע-

אין לאס אנדזשעלעס איז אומלעגאל צו באדן צוויי בעיביס אין די זעלבע באד אויפאמאל.
אין 'וואלנאט' טאר מען נישט טראגן קיין מאסקע אין פאבליק אן א פערמיט פון די שעריף.

מערילענד-

אין באלטימאר איז אומלעגאל צו נעמען א לייב צו די מאוויס.

ניו יארק-

אין 'כרמל' טאר א מענטש נישט געזען ווערן מיט א אנצוג און הויזן וואס מעטשט נישט.
אין 'גרין' טאר מען בשעת א קאנצערט נישט עסן קיין פינאטס, און מען טאר נישט וואקן אויף די סיידוואלק צוריקצווועגס.
אין 'אקעאן סיטי' איז אומלעגאל צו עסן אויפן גאס אדער טרונקען עפעס חוץ פון וואסער אין א דורכזיכטיגע פלעסטיק באטל.
אין סטעטן איילענד, מעג מען נאר באוואסערן די גראז אויב די שלויך איז אין דיין האנט.

אהייא -

אין 'יונגסטאון' טאר מען נישט אויסלויפן פון גאז.

אקלאהאמע-
עס איז אומלעגאל צו לאזן א שלאפעדיגע דאנקי אין די וואנע נאך 7 אזייגער ביינאכט.

סאשי פיש » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:20 am

· #145961
דא האט איר אן אלטע אשכול איבער די נושא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/77">viewtopic.php?f=10&t=77</a><!-- l -->

I'm back » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:22 am

· #145963
@שמעקעדיג, קענסט עס מיר צוזאמשטעלן?
I'll owe you one.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:44 am

· #145970
אין קאליפארניע איז אסור פאר גאסן חיות (פייגלעך, מאקאש, קעץ) צו האבן געשלעכטליכע באציאונגען אין 1500 פוס ארום א סקול אדער רעליגיעזע געבעט הויז. אויך איז דא א $500 קנס פארן מאלעסטן א באדערפליי, וויאויך איז אומלעגאל צו לייגן א מייז-טרעפ אן א האנטינג לייסענס.

אין מעססעטשוטשעס איז אומלעגאל צו טראגן א ציגעלע בערדל אן א ספעציעלע פערמיט דערפאר.

אראל... (מב"פ)* איז אומלעגאל אין 18 סטעיטס. אין דזשארדזשיע לדוגמא טראגט עס א עונש פון אמווייניגסטענס א יאר תפיסה, מיט א מאקסימום פון צוואנציג יאר. אין ווירדזשיניע איז עס אסור צו טוהן מיט די לייטס אנגעצינדען... אין נעוואדא פון אלע פלעצער, איז אסור צו נוצן א קאנדאם. אין ארקאנסאס איז אסור צו שלאגן די ווייב מער ווי איין מאל א חודש. און אין 23 סטעיסט איז נאכאלץ אומלעגאל מזנה צו זיין מיט אן אשת איש.

*מ'האט מיר מעורר געווען אז דאס איז מלפני.

געוואלדיג » דינסטאג פעברואר 2, 2016 1:27 am

· #319875
נאך אפאר מאדנע געזעצן

מען טאר נישט דורך גיין די גרעניץ פון מיניטאטע מיט א קאטשקע אויפן קאפ
אאוטש איך בין יעצט געווארן אפגעשטעלט ביים גרעניץ

אין פארטוגאל זאלסטו נישט פראבירן צו ארויס לאזן דיינע מי רגלים אינעם אושען
זינט די וואסער איז דארט ציכטיג ריין

אין וואשינגטאן טאר מען נישט האבן קיין אינטימישע באציאונגען מיט בתולות, אויך אין זייער חתונה נאכט!
מן הסתם אין יעדע שפיטאל איז דא א פאליציי אפטיילונג צו איינזעצן יעדער וואס האט דארט קינדער

אין מעסעטשוסעס טאר מען נישט גיין שלאפן אן קיין שאוער, אבער זונטאג מעג מען נישט נעמען קיין שואער
פאר נישט אויפן גאס מאנטאג צופרי, דער עולם איז טויט מיד

אין איידעאו טאר מען נישט געבן פאר א באליבטע פרוי א טשאקלאד פעקל וואס וועגט מער פון 25 קילא
יעצט ביסטו סטאק מיט 25.001 קילא טשאקלאד, טו בעד

אין סאן פראנציסקא טאר מען נישט אפווישן קאר פענסטער נאך א קאר וואש מיט גענוצטע אונטערהויזן
אין וואס וועל איך טוהן מיט מיינע גענוצטע אונטערהויזן?

אין סעמאוע איז אומגעזעצליך צו פארגעסן די ווייב'ס געבורטס טאג
פארצייל נישט פאר דיין ווייב, זי באשטעלט שוין וויזא'ס אהין

אין נארט דעקאטא טאר מען נישט סערווירן ביר מיט בעיגלס צוזאמען
עס איז ווי פיצא אן פרענטש פרייס

ווען דו גייסט דורך די גאס אין קענעטיקוט, מאך זיכער צו גיין אויף די פיס און נישט אויף די הענט

אה? עס איז שוין נמאס צו גיין געהעריג, פארפאלן

אין אלאבאמא קען מען באקומען טויט שטראף פאר לייגן זאלץ אויף באן שינעס
וויפיל חכמה דארף מען צו צושטעלן די הארבקייט פון די שטראף לויט די געפערליכע פארברעך?

אויב האסטו א גורילא אין דיין בעק סיט, דאן דרייוו נישט אין מעסעטשוסעס
און אוודאי רוף נישט קיין פאליס פאר הילף צו ארויס זעהן די גארילא

אין ווערמאנט טאר מען נישט פייפן אונטערן וואסער
איך פייף דיר אן, דרך אגב: וויאזוי פייפט מען אונטערן וואסער?

אין סן סאלבאדור איז די שטראף טויט פאר דרייוון א קאר ווען מען איז שיכור, די שטראף ווערט גלייך אויסגעפירט דורך א ספעציעלע טרענירטע פאליציי איינהייט דורך שיסן
וויאזוי ווער איך א טייל פון די איינהייט?

אין סקאטלאנד מעגסטו נישט געבן פאר דיינע געסט זיך צו באנוצן מיט דיין בית הכסא
אינדרויסן אויף די גראז איז מן הסתם אקעי

אין טעקסעס טאר מען נישט בויען מעבל נאקעטערהייט
ואמאי?

אין אילינוי טאר מען נישט כאפן פיש זיצנדיג אויף א דזשיראפעס האלז
אוי, איך וויל טרעפן דעם געזעץ געבער און איהם רייכן מיין האנט

אין נעברעסקא טאר מען נישט פארקויפן דאנאט לעכער

זייט די געזעץ איז דא א איבערפלוס פון דאנאט לעכער פארקויפונגען אויפן שווארצן מארק

אין ספארנעקס, פראנקרייך טאר מען נישט שטארבן אן האבן א קבר אנגעגרייט
נישט גענוג אנגעזעצט צו שטארבן דארף מען נאך האבן געלט דאגות

אין פענסילוועניע איז אומגעזעצליך צו איינשלאפן אויף א פרידזש אינדרויסן פון הויז
ביטע זייט געווארנט

אזוי אויך דארף מען דארט טשעקן די פייערלעשער וואסער סינקס א שעה פארן נוצן
דו חכם, אויב ווייס איך א שעה פריער פונעם פייער וואלט איך דאס פארמיטן

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 2, 2016 1:58 am

· #319880
ביטערע געלעכטער. און דעס איז נאך פאר דאנאלד טראמפ ווערט פרעזידענט! ווארט נאר ביז ער ווערט פרעזידענט וועסטו שוין זעהן וואס מיינט משוגענע געזעצן.

אין איינע פון די סטעיטס איז דא א געזעץ אז מ׳טאר נישט האבן קיין סעקס אין א toll booth וכן נוהגים

געוואלדיג » דינסטאג פעברואר 2, 2016 2:04 am

· #319881
שבת אחים
וכן נוהגים


מנא לך?

בן אדם » דינסטאג פעברואר 2, 2016 3:00 am

· #319883
יאויש ביזטע זיס, געוואלדיג..

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 2, 2016 8:15 am

· #319891
געוואלדיג



אין ספארנעקס, פראנקרייך טאר מען נישט שטארבן אן האבן א קבר אנגעגרייט
נישט גענוג אנגעזעצט צו שטארבן דארף מען נאך האבן געלט דאגות



און טאמער איז מען עובר אויפ'ן געזעץ באקומט מען טויט שטראף!

לית דין בר נש » דינסטאג פעברואר 2, 2016 12:40 pm

· #319935
געוואלדיג
אין ספארנעקס, פראנקרייך טאר מען נישט שטארבן אן האבן א קבר אנגעגרייט
נישט גענוג אנגעזעצט צו שטארבן דארף מען נאך האבן געלט דאגות

איך עפען אויף א כולל "להחיות בהן נפש" ווער עס האט א חולה בתוך ביתו קען אים שיקן צו מיין כולל אין פראנקרייך מיר גיבן זייער אכטונג אז קיינער זאל נישט קויפן א חלקה פאר דער וואס איז א מעמבער אין כולל, און מיט דעם איז ער גאראנטירט נישט צו קענען שטארבן!

ציבעלע-קיגל » דינסטאג פעברואר 2, 2016 12:52 pm

· #319942
נארישע און מאדנע געזעצן

אין בעלז טאר א פרוי נישט דרייווען

אין סקווער מוז מען גיין צום טיש

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 2, 2016 1:25 pm

· #319945
ציבעלע-קיגל
נארישע און מאדנע געזעצן

אין בעלז טאר א פרוי נישט דרייווען

אין סקווער מוז מען גיין צום טיש

און אויב נישט...?!
כ'וויל וויסן. ווייל כ'טראכט צו מופן קיין סקווירא. ניין. נישט אין בית החיים. נאר אין געהעריגן שטעטל. און איך האב א טבע אז נאך כל מקדש כאפ איך א פעסטן דרימל...און ס'איז זייער שווער זיך אויפצוהייבן. די זעלבע איז שבת בייטאג נאך די סעודה. נאך זינגען יום זה מכובד און די טשאלנט נעמט זיך די בראנפן פון קידוש ארבעטן זייער שטארק...צו וועט מען צו מיר קומען אהיים מיך באגלייטן צו די רעבע'ס טיש...?!

געוואלדיג » דינסטאג פעברואר 2, 2016 9:47 pm

· #320037
נאך אפאר געזעצן להחיות נפש כל חי

אין אהאיא זאלט איהר נישט וואגן צו אנ'שיכור'ן א פיש
פורים עסט מען נאר ניכטערע פיש

טראגעדיגע פרויען אין ענגלאנד דארפן נישט זיין באזארגט צוליב די מאנגל אין ביהכ"ס, לעת הצורך איז געזעצליך צו משתין זיין אין די היטל פון א פאליציאנט
וואס איז ער נעבעך שולדיג?!

פרויען זענען ערלויבט אין ווערמאונט צו טראגן פאלשע ציין, אבער נאר מיט א שריפטליכע ערלויבעניש פון זייער מאן
מצא בע"ח מקום לגבות חובו, אויף מוזן געדאנקען די ווייבס געבורטס טאג

עס איז שטרענג פארבאטן אין פראבידנס ראוד איילענד צו פארקויפן אויף א זונטאג פארן זעלבן מענטש ציין פוץ און א ציין בערשטל
הפנים האבן זיי עפעס א מערכה מיטן זונטאג

עס איז קעגן די געזעץ פאר פייערלעשער אין סט. לואיס מיזורי צו ראטעווען פרויען אנגעטוהן מיט א נאכט העמד
פרויען, אויב אייער לעבן איז אייך טייער, מאכט זיכער צו שלאפן מיט די קליידער

אין אקלאהאמע קענט איהר באקומען דזשעיל פאר מאכן פאני פעיסעס פאר הונט
לכאורה זענען לאכעדיגע הונט עפעס מער שעדליך

24 שעה פאר איהר פירט דורך א פאברעך אין טעקסעס דארפט איהר ווארענען אייערע קרבנות
איך האב זיך אלס געוואונדערט וואס איז פשט אין די פאון קאלס וועגן א אונטערגעשטעלעטע באמבע...

עס איז נישט ערלויבט אין וואשינגטאן זיך צו מאכן ווי א קינד פון רייכע עלטערן
די רעכט איז רעזערווירט בלויז פאר די טאפ 1%

אין מיאמי טאר מען נישט נאכמאכן בעלי חיים
סארא דעסקרימינאציע, זיי מעגן יא אונז נאכמאכן

א הונט וואס לויפט נאך א קאץ אין אינטערנעשנל פאלס מיניסאטע ארויף אויף א טעלעפאן זויל, וועט זיין בעה"ב ווערן באשטראפט
איין באשעפער ווייסט וואס זיי האבן קעגן דעם

אויפרייסן א נוקלעארע באמבע אין טשיקא קאליפארניע קען ברענגען מיט זיך א קנס פון 500$
מען זוכט נאך צווישן די אש און ברוכווארג א איבערלעבער וואס זאל אינפארסירן די געזעץ

אין מילאן איטאליע ברויך מען כסדר שמייכלען חוץ ווען מען איז מבקר חולה און ביי א לויה
מער זיי זיי נישט מקנא פאר זייער אייביגע שמייכל

געוואלדיג » מיטוואך פעברואר 3, 2016 12:51 pm

· #320098
ועוד ידי נטויה

פאר איהר צינד אן דעם קאר מאטאר אין דענמארק זייט אזוי גוט און טשעקט גוט אויס צו קיין קינדער שלאפן נישט בטעות אונטערן קאר
ווייל דער סדר פון קליינע קינדער איז כסדר זיך צו לייגן שלאפן אונטער קארס

און בלאמפאנטיין און סאוט אפריקע דארף מען זיצן אפגעזונדערט פון א צווייטן צום ווייניגסטנס א האלבן מעטער, אויב איז מען אנגעטוהן א בעידינג סוט
אפשר איז עפעס דארט קעטשי? ווער ווייסט

אין אלבעטרטא קאנאדא איז יעדער באפרייטער ארעסטאנט בארעכטיגט צו באקומען ביים באפרייט ווערן א ביקס און א פערד
אויב ארעסטירט ווערן, דאן איז אלבערטא א גוט פלאץ

אין לאנדאן איז ערלויבט צו שלאגן די ווייב, ווילאנג עס איז פאר 9:00 ביינאכט און עס שטערט נישט די שכנים
וועלכע שכנים שטערט דאס נישט? אה.. אפשר די מוסלעמענער

אין מיניסאטע איז קעגן די געזעץ צו הענגען מענער און פרויען אונטערוועש ביינאזאם
יעצט ווייס איך שוין וואס דער חטא הידוע איז

אין אריזאנע טאר מען נישט פאנגען קעמלעך
איז דארט דא בכלל קעמלעך?

אין סאוט ווערזדשיניע טאר מען נישט דרימלען אויפן באן
מן הסתם איז דער עולם דארט אנעמפלויד

אין חיפה ישראל טאר מען נישט ברענגען בערן צום ברעג ים
ווייל ווי באוואוסט איז דארט סיי ווי פיל מיט בערן

אויב האסטו אנגעפירט א אומלעגאלע ראדיא סטאנציע אין ישראל פאר איבער 5 יאר, איז דאס כאילו האסט באקומען ערלויבעניש און עס איז לעגאל
חוטא נשכר נוסח חכמי כלם

געוואלדיג » מיטוואך פעברואר 3, 2016 2:00 pm

· #320106
און די רשימה איז נאך נישט פארטיג

ביי אונז אין ניו יארק איז אומלעגאל צו ווארפן א באל אויף א צווייטן'ס קאפ פאר פאן
זעהט אויס מען דארף א געהעריגע סיבה דערצו

אין טענענסי איז שטרענג פארבאטן צו דרייוון א קאר ווען מען שלאפט
וועק מיר ביטע אויף אויב ברעך איך די געזעץ, א דאנק

מען טאר נישט הענגען אין שווייץ וועש צו הענגען אויף א זונטאג
שוין געזאגט זיי האבן עפעס א מערכה מיטן זונטאג

אזוי אויך טאר מען נישט וואשן קיין קארס זונטאג
זיך אליין וואשן מעג מען יא?

אין וויקטאריע אסטראליע זאלט איהר זיך נישט וואגן צו טוישן אליינס א לייט באלב, נאר א לייסנסט עלעקטערישן איז ערלויבט דאס צו טוהן
און ארויס טראגן די גארביטש וועט אויך א לייסנס גארביטש קאלעטער טוהן פאר מיר?

אין ענגלאנד טאר מען נישט אנכאפן א סעמאן פיש אונטער פארדעכטיגטע אומשטענדן
"ספעציעלע אומשטענדן" האב איך שוין געהערט, אבער פארדעכטיגטע? וואס מיינט דאס?

אזוי אויך איז דארט שטרענג פארבאטן צו זיין שיכור אין א שענק הויז
נאר וואו דען, אין פארלאמענט?

און נאך מער דארט, מען טאר נישט אויפהענגען שטריק צו טריקענען וועש פון ביידע זייטן פונעם גאס
אפשר א קרוב מיט די מענער און ווייבער אונטערוועש געזעץ

אין האנאלולו האוואי טאר מען נישט זינגען אויפן קול נאך די שקיעה
שונאי ישראל, האלטן נישט פון ר"ת

לית דין בר נש » מיטוואך פעברואר 3, 2016 2:39 pm

· #320107
געוואלדיג
און בלאמפאנטיין און סאוט אפריקע דארף מען זיצן אפגעזונדערט פון א צווייטן צום ווייניגסטנס א האלבן מעטער, אויב איז מען אנגעטוהן א בעידינג סוט

איז שייך במציאות איינצופירן דער גיזעץ אין מיין מקוה אז סיי צו איך האלט מיך אינמיטן אויסטוהן סיי אינמיטן אנטוהן סיי ווען איך בין אין בור אדער שאוער טאר זיך קיינער נישט זעצן כאטש איין פיס אפגערוקט פון מיין פלאץ? איך האב אפאר נודניקעס וואס פארמאגן נישט דער דזעלי אין קאפ און זיי טוהן זיך אויס אויף מיין קאפ. און עס וואלט נישט שלעכט גיוועהן איינצופירן אין שוהל אויך אז מען מוז זיין אפגערוקט כאטש א האלבע פיס פון ווי איך זיץ יא וואס זאל איך טוהן איך ווער נערווירט ווען די אטעמסט אריין אין מיין פנים!

בן אדם » מיטוואך פעברואר 3, 2016 2:47 pm

· #320108
.

געוואלדיג » מיטוואך פעברואר 3, 2016 10:44 pm

· #320175
ועוד

אין וואטיקאן (יא עס איז א עקסטערע מדינה) טאר מען זיך נישט גט'ן
נו, אוודאי, מען קען זיך נישט גט'ן אויב מען האט נישט חתונה

אין בורמא איז איליגעל צו נוצן אינטערנעט
האב איך א טעות געהאט מיט ווילי?

אין מאלאזיע טאר מען נישט פארקויפן קיין געלע קליידער
אפשר ווייל געל איז דומה לשמש און מ ען וועט נאך צוקומען צו ע"ז

אין ניגעריע טאר מען נישט טרינקען מינעראל וואסער
מינעראלן קענען נאך קלוגער מאכן די פאלק ה"י

אין טשיינע מוז מען געזעצליך גיין אפט באזוכן די עלטערן
אז מען מעג האבן נאר איין קינד דארף טאקע די רעגירונג זיך זארגן פאר די עלטערע לייט

אין פראנקרייך זאל אייך אפילו נישט פארגלוסטן צו חתונה האבן מיט א טויטן
וועם איז בייגעפאלן די גאר וויכטיגע געזעץ?

געוואלדיג » פרייטאג פעברואר 5, 2016 1:30 am

· #320339
לאמיר ממשיך זיין

אין ספיידס אינדיאנא טאר מען נישט אויפמאכן א קען דורך שיסן אויף דעם, עס קען פארנעמען דריי חדשים טורמע
די געזעץ איז זיכער געמאכט געווארן צוליב קען אפענער קאמפעני לאביאיסטן, ווען נישט וואלט יעדער זיכער געשאסן אויף קענ'ס

אין פראבא יוטא מעג מען נישט ווארפן שניי באליס
אזא געזעץ, מן הסתם שנייט נישט דארט..

די געזעץ אין אקלאהאמא ערלויבט נישט צו ליינען קאמיקס ביכער אינמיטן דרייוון
עמער מוזן טעקסטן

אין ווילבאר ווישינגטאן קען אייך קאסטן ארום 300$ אויב רייט איהר אויף א מיאוס'ע פערד
מיאוס אין וועמענס אויגן? נישט קלאר

צוזאמנעמען שעלס אויפן ים ברעג אין ארקלאה איטאליע קען אייך קאסטן א פעטע אפותיקי
אבי מען רעדט זיך אפ אויף די טיקעטס ביי אין אין ניו יארק

אין פרארא איטאליע איז שטרעג פארבאטן פאר פרויען מיט רשעות'דיגע אויסזעהן צו אריין גיין אין די ארטיגע קעז פאבריקן
מחמת מורא אז עס וועט שאדן פאר די וועלט בארימטע קעז וואס ווערט דארט פראדוצירט (עכט)

אין סאוט קאריאה איז יעדער פליציאנט מחויב צו באריכטן פונקטליך וויפיל שוחד ער האט גענומען יענעם טאג
אזא געזעץ פאסט פאר אוקראינע

אין אסטראליע מוז יעדע טעקסי האבן אין טראנק א פעקל היי
שריים פון ווען די חכמי כעלעם האבן געזוכט דעם באהאלטענעם פערד פונעם באן

אין בריטיש קאלאמביע טאר מען נישט הרג'ענען א שניי מענטש
ווער ווייסט ווייפל רציחות זענען פארמיטן געווארן א דאנק די געזעץ

שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 5, 2016 11:04 am

· #320358
געוואלדיג
אין סאוט קאריאה איז יעדער פליציאנט מחויב צו באריכטן פונקטליך וויפיל שוחד ער האט גענומען יענעם טאג
אזא געזעץ פאסט פאר אוקראינע

דאונט ווארי, כ'בין זיכער אז אויב מען שמירט אונטער אביסל שוחד, דארף מען נישט באריכטן דעם פונקטליכן ציפער..

טמיר » פרייטאג פעברואר 5, 2016 3:18 pm

· #320382
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
די געזעצן זענען אייגענס, אדער נאר די פירושים? אויב נישט, מנא לך הן?

געוואלדיג » פרייטאג פעברואר 5, 2016 3:25 pm

· #320383
נאר די פירושים זענען אייגנס, די געזעצן נעם איך צוזאם פון פארשידענע ערטער

טמיר » פרייטאג פעברואר 5, 2016 3:45 pm

· #320384
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
זעט מיר אויס ווי די געזעצן קומען פון די שמייכל אין די קריסטליכע קאווע שטיבל

דעת תורה » פרייטאג פעברואר 5, 2016 3:48 pm

· #320385
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
פארשטייט זיך מ'זאל נעמען די געזעצן מיט א גרעין אוו סאלט.

איך האב צ.ב.ש. נאכגעקוקט די געזעץ קעגן אינטערנעט אין בורמא, און ס'איז נישט אמת. ס'איז הונדערט פראצענט לעגאל צו ג'יין אונליין, כאטש אין פאקט האבן קוים צען פראצענט עקסעס צו אינטערנעט.

פארשטייט זיך אז די אינטערנעט צענזור איז דארט זייער שטרענג, און אנדערש ווי אנדערע צענזורירנדע לענדער קענען זיי איינזעצן אין תפיסה פארן בלויזן חטא פון אויסשפילן זייער פילטער.

גרויסע שינויים זענען בכלל אנטשטאנען אין בורמא אין סעפ. 2011, וואס האט היפש געטוישט די גאנצע פאליטישע סיסטעם. אבער אפילו בעפאר, איז דער אינטערנעט געווען לעגאל.

געוואלדיג » פרייטאג פעברואר 5, 2016 4:19 pm

· #320392
אוי געוואלד, איך האב מורא אז ער מיט זיין @דעת תורה און כוחא דהתירא וועט נאך טרעפן אז עכט אין בריטיש קאלאמביע מעג מען יא הרג'ענען א שניי מענטש 😮 😮

ציבעלע-קיגל » זונטאג פעברואר 7, 2016 7:49 pm

· #320558
אין פלארידא איז נישט ליגאל חתונה צו האבען מיט מיט די אייגענע אלמנות שוועסטער

דעת תורה » זונטאג פעברואר 7, 2016 8:13 pm

· #320565
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
געוואלדיג
אוי געוואלד, איך האב מורא אז ער מיט זיין @דעת תורה און כוחא דהתירא וועט נאך טרעפן אז עכט אין בריטיש קאלאמביע מעג מען יא הרג'ענען א שניי מענטש 😮 😮

פארשטייסט אז די אינטערעסאנטקייט פון דעם אשכול איז נישט דיין - אדער די סייטס פון וואו דו נעמסט עס - קריעיטיוויטי, עס איז ראוי לשבח און קען זיין זייער ענטערטעינינג, אבער דאס איז נישט דער ציל פונעם אשכול.

די אינטערעסאנטקייט פון דעם אשכול איז אז ס'איז עקטשועלי באמת דא אזאלכע מאדנע געזעצן אויף די ביכער. פאנטאזיע איז א פעלד פאר זיך און מען קען דארט ג'יין סאך ווייטער און מער ווי דו ביסט שוין געגאנגען.

געוואלדיג » זונטאג פעברואר 7, 2016 8:24 pm

· #320572
אונז זענען אין שמייכל און על זה הדרך איז מיין הודעה געווארן געשריבן, אבער אינ'אמת'ן אריין בין איך נישט בודק די געזעצן צו עס איז 100% פונקט ווי עס ווערט אראפ געלייגט אבער עס קומט פון געהעריגע און פארלעסליכע סייטס, און דיין בדיקה ווייזט טאקע אויף אז די געזעצן זענען כמעט אזוי ווי עס ווערט געשריבן, ווי למשל אינטערנט איז יא מותר דארט אבער גאר גאר געצומט און פאר ויסשפילן די פילטער גייט מען אין דזשעיל, סא עס איז גאנץ פונקטליך,

והעיקר געב א שמייכל

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 8, 2016 4:50 pm

· #320720
משוגע מאכט נישט קליין, עס איז דא נאך

אין די eu דארפן צירקוס חיות א פעספארט
איך שוין ווער עס ווערט סטאק ביים גרעניץ אוטנטער א פארהאלטענעם עלעפאנט

הויזן איז אין טאילאנד נישט גענוג, דו מוזט אנטוהן אונטער הויזן אויך
אויב האט איהר א געדאנק וויאזוי מען קען דאס אינפארסירן, ביטע מעלדט איין

אין באראנדי אין אפריקא - איך ווייס אז דו ווייסט אפילו נישו וואו עס איז - טאר מען בשום אופן נישט דזשאגן
זיי האבן מורא אז מען וועט אזוי לויפן אזש ביז מען וועט אינגאנצן אוועק לויפן

אין איראן טאר א מאן נישט גיין מיט קיין פאני טעיל
זעהסט עפעס גוטע זאכן איז יא דא דארט

אין טשיינע איז שטרענג פארבאטן טיים - טרעוול
זיי האבו מורא אז איינער וועט פארבלייבן דארט

אזוי אויך איז קעגן די געזעץ קליפס און ווידיאוס וואס רעדן וועגן די נושא
זעהט זיך אויס אז דאס איז א ערנסטע נאציאנאלע זיכערהייט אישו

אין סאוט אפריקא טאר די פרעסע נישט ברענגען בילדער פון דעם הערשער'ס הויז
אלס זארג אז די איינוואוינער וועלן חלילה עובר זיין אויף לא חתמוד

אויב פלאנט איהר צו שטארבן זאלט איהר נישט גיין יענעם טאג צום ענגלישן פארלאמענט, עס איז שטרענט פארבאטן צו שטארבן דארט
ווייל עס איז דא א געזעץ וואס פארלאנגט א קעניגליכע באגרעבעניש צערעמאנע פאר יעדער וואס שטארבט אינעם פארלאמענט בנין

אין אלאבאמע איז אומגעזעצליך צו רייניגן די נאז קעגן די ריכטונג פון די ווינט
די געזעץ אליין איז גראדע נישט אזוי מאדנע, דער וואס האט געמאכט די געזעץ איז מסתם יא

אין די ריינע רוסלאנד טאר מען נישט דרייוון מיט א שמוציגע קאר
כדי אז ביי די פילע עקסידענטן זאל די סצענע זיין סטערל בלויז בלוט און פלייש און קארס

געוואלדיג » דינסטאג פעברואר 9, 2016 1:55 pm

· #320821
און איך בין נאכנישט פארטיג

אין סינגאפור טאר מען נישט זיין נאקעט, אפילו אין שטוב
פראביר נישט, פאר האבן גאם קען מען באקומען תפיסה

אין טאפיקא קענזעס קענסטו ברעכן די געזעץ דורך זינגען abcd ביינאכט
מיילע אידן קענען זינגען איילילולילו צו איינשלעפן די קינדער, אבער געוואלד! וויאזוי גיין די אינם בני ברית איינשלעפן די קינדער

אזוי אויך טאר מען דארט נישט נעמען ביינאכט קיין וואנע
א שטודיע דארט וועט זיכער ווייזן אז דאס איז די מערסט געבראכענע געזעץ דארט

אין טשיינע זענען 3-d ווידיאוס אסור בהחלט
ווילאנג עס איז נישט מעיד אין טשיינע

אין שווייץ טאר מען נישט פלאשן די ביהכ"ס נאך 10:00 ביינאכט
און נאך דעם וועט מען נאך זאגן אז שווייץ איז א ריינע לאנד

אין נתניה א"י מעגסטו גיין נאך געלט אין די גאס, אבער נאר מיט א ספעציעלע לייסנס און נאר מיט נאך איינעם אבער נישט מער ווי צוויי צוזאמען
דאס מיינט מרבים שלום בעולם

אין רעננה א"י אויב ווילסטו זיין א לאסט שלעפער מאך זיכער צו האבן א לייסנס פלעיט אויף דיין ארעם
דערמאנט אביסל די נאמבערס פון אושוויץ, ניין?

ווילסט עסן פאפיטעס אין אבן יהודה א"י, נישט קיין פראבלעם אבער די שאלאכטס זיי מוחל און עפן אויף נישט אין פאבליק פלעצער
אין גוטע נייעס ווערט געמאלדן אז כאטש עס איז ווייטער קעגן געזעץ האט מען צוויי יאר צוריק אפגעשאפן די שטראף פאר די פארלעצער

אין הרצליה א"י קענסטו פארגעסן פון ברענגען דיין מאנקי צום ים
דאס געשעט ווען געזעץ געבער האבן נישט וואס צו טוהן מיטן טאג

ביסט געקומען אויף וואקאציע קיין חדרה א"י און ווילסט לייגן א בענקל ביים ים ברעג, מאך זיכער אז דו האסט באקומען רשות פונעם מעיאר פון שטאט
ווי זאגט מען אין א"י "כשיש חברים לא צריך לפרוטצקיה"

אין אונזער שכינות'דיגע ניו דזשערסי זאלסטו זיין געווארנט ביים מאכן א באוואפנטע רויבעריי נישט צו גיין מיט קיין שוץ וועסטל
זייער זייער וויכטיג צו ברענגען צום באוואוסטזיין פון אונזערע אלע באקאנטע וואס ארבעטן אין ניו דזשערסי, דינא דמלכותא דינא

אין פינלאנד איז די קנס פאר פארן איבער די ערלויבטע שנעלקייט געוואנדן אין וויפיל געלט איהר פארדינט א יאר
אפשר שיקן מיר דאנאלד טראפ אהין צו דרייוון אביסל שנעל

שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 7, 2016 7:05 pm

· #323548
מ'קען דאס פארשטיין אבער ס'דאך אינטערעסאנט.

If you steal property, you must report its fair market value in your income in the year you steal it unless you return it to its rightful owner in the same year
.

בן אדם » מאנטאג מערץ 7, 2016 9:37 pm

· #323567
לכאורה טאר מען דאך נישט, ווייל ס'איז גניבה. חוץ אויב מ'זעצט איין אז טעקס איז אויך גניבה, איז דאך דא די היתר פון גונב מן הגנב.
בלאט: 1 2